וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
קליגער אידלעצטע נייעס: O&R האט זיך אין די מינוטן באוויזן אין קרית יואל צום ערשטן מאל זייט די שטורעם!
זיי טוען עפעס אויף דארט פאר אידישקייט?
די נעשאנעל-גארדס האבן אהיים דעליווערט איבער א מיליאון פארציעס מאלצייטן פאר געליטענע אין ניו יארק סיטי.
עסן און וואסער ווערן פארטיילט אויף לאקאציעס אין אלע געגענטער.
קאן-עדיסאן זאגט אז די איבער 675 טויזענט אן לעקטער בלייבן נישט אויפן וואסער (די וואסער איז שוין אראפ), און האפן אז ביז צעהן טאג וועט אלעס שוין זיין צוריק.
די קווינס-מידטאון טאננעל איז געווען דער גרעסטער מכניס אורח אין די שווערע טעג, אריינעמענדיג אכט מיליאון גאלאן וואסער, וואס האט אנגעפולט די גאנצע צוועלעף פיס הייעך. ארבעטער ארבעטן דורכאויס דעם טאג, איצט האלט דאס ביי דריי פיס וואסער.
די ברוקלין בעטערי טאננעל איז אויך נישט געווען הונטערשטעליג אריינעמענדיג אויף די לענג פון א מייל אנפולענדיג מיט וואסער ביז אויבן. ס'נישט דא קיין צייט ווען מ'גייט צוריק עפענען.
די ציפער פון טויטע האט היינט דערגרייכט צו זיבן-און-דרייסיג. נאכן אפגעפינען צוויי קינדער וואס די וואסער האט ארויסגעריסן פון די מאמע'ס ארעם בשעתן אנטלויפן מיט זיי, נאך וואס א בוים איז ארויפגעפאלן אויף זייער קאר. זי האט געקלאפט ביי א שכן, וואס האט זיי נישט געוואלט אריינעמען.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: משמחי לב. אונז ווערן נישט געקלאפט ווען ס'קומט צו פארטיילן עסן, אונז בלייבן די ערשטע.
שעפטלדי נעשאנעל-גארדס האבן אהיים דעליווערט איבער א מיליאון פארציעס מאלצייטן פאר געליטענע אין ניו יארק סיטי.
עסן און וואסער ווערן פארטיילט אויף לאקאציעס אין אלע געגענטער.
טיילן מיט א הכשר אויך?
בלומבערג׳ס רעספאנעס צו די האריקען איז א שאנדע. און ער האט נאך די חוצפה צו מאכן געלט אויף די האריקען ביי לאזן די מיטערס אין עפעקעט.
זשוליאני וואלט נישט געעפענט וואל סטריט, מיטן קלינגען די בעל צוויי טעג נאכן האריקען, ער וואלט די צייט געווען אין סטעטן איילענד און געמאכט זיכער אז מען טוט וואס מען קען. ער וואלט נישט געזאגט אז מען קען גארנישט טוען פאר די געז מאנגעל, ער וואלט פארלאנגט אז אבאמא זאל אויף עפענען די פעדעראל געז רעזערוו!
א גוטע וואך
"איך בין נאך אלץ ביי די מיינונג אז די מעריטאן זאל ווייטער פארקומען, טראץ וואס פולע ניו יארקע ליידן נאך פונעם שטורעם". האט זיך בלומבערג געלאזט הערן דעם שבת. "איך פיל שלעכט פאר זיי, איך האב זיך געשלאגן פאר זיי. און איך אנטשולדיג זיך פארן נישט קענען אויספירן".
אלס אנדענק איז ערווארטעט צו זעהן בלומבערג לויפן ארום זיין דיינינג רום טיש.
ניו גערסי גאווענער קריס-קריסטי אנטשולדיגט זיך פאר די איינוואונער וואס האבן נאכנישט צוריק באקומען זייער לעקטער. אריינברענגענדיג אכט טויזענט ארבעטער פון איבערן לאנד ארויסהעלפן צוריקשטעלן די לעקטער פאר די איבער מיליאון פאמיליעס.
סענטראל און פראספעקט פארקס ווערן צוריק געפענט פארן פאבליק. אנדערע פארקס בלייבן פארמאכט.
ניין-הונדערט-טויזענט ניו יארקע זענען נאך אן לעקטער. פימ"א באצאלט האטלעס אריינצונעמען פאמיליעס.
אלס אנדענק איז ערווארטעט צו זעהן בלומבערג אויסלעשן זיינע לייטס ביינאכט.
ען-וויי-יו שפיטאל עפענט אירע אפיסעס. די שפיטאל און אמערזשענסי רום'ס פארבלייבן פארמאכט.
ניו יארקע ערווארטן אויף א אנדענק פונעם מעיאר..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: או-די-עי מעדיקעל סענטער. אונזערע לייטס ארבעטן, אונז האבן א דיינינג רום טיש, אבער נעמען נישט אריין קיינע מענטל פאציענטן
עפל פאישעפטלדי נעשאנעל-גארדס האבן אהיים דעליווערט איבער א מיליאון פארציעס מאלצייטן פאר געליטענע אין ניו יארק סיטי.
עסן און וואסער ווערן פארטיילט אויף לאקאציעס אין אלע געגענטער.
טיילן מיט א הכשר אויך?
פרייטאג צו נאכטס בשעתן דאווענען האט פימ"א דעליווערט אין קרית יואל 40,000 פארציאנען פלייש (מיעל מארט) און וואסער, אראפגעלייקט ביים פארקינג לאט קעגן ביהמ"ד הגדול און נאך אין בעק פון שאפינג צענטער
געוואלדיג, אזוי ווי שטענדיג!
שעפטלאלס אנדענק איז ערווארטעט צו זעהן בלומבערג לויפן ארום זיין דיינינג רום טיש.
יוי האבעך געלאכט און געלאכט... און נישט געקענט סטאפן... 😂 😂 😂 😂
נעכטן
אין א פרעסע קאנפרענץ האט בלומבערג געזאגט אז די 'קאר-פאאל' אריינצופארן אין מאנהעטען וועט נישט צוריק ווערן אין אפעקט די וואך, און מ'וועט נישט ברויכן האבן דריי מענטשן אין א קאר. מאנכע צייגן אן אז דאס קומט נאך וואס קריסטי האט אים אפגעזאגט מיטצוקומען מיט אים. זאגענדיג אז ער ברויך נישט קיינעם'ס הילף דורכצופארן. ער קען אליינס..
וואל מארט איז מנדב אנדערהאלבן מיליאן פאר געליטענע.
אכציג פראצענט באנען וועלן שוין זיין צוריקגעשטעלט מארגן אויפן געווענליכן סדר.
גאווענער קאומא זאגט אז די געז דיזעסטאר קען נאך אנהאלטן עטליכע טעג.
אין ניו ג'ערסי האט קריסטי איינגעפירט די איווען-אדד נומערן לויט די פלעיטס פונעם קאר. אין ניו יארק האט בלומבערג איינגעפירט צו געבן בלויז זעכצן אונזעס.
אין ניו ג'ערסי האט מען איינגעשטעלט אז מ'וועט קענען וואוטן דורך פעקס אדער אימעיל דעם דינסטאג.
אין ניו יארק איז דא א מעגליכקייט פון וואוטן נאך א טאג, אויב ווייניגער פון 25 פראצענט קומען ארויס וועלן. די שאנסן דערפאר זענען גרויס, זינט דערוילעם איז פלאצירט נעבן גאז סטאנציעס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די סעקשאן אכט אפיס. די לאנגע שעות ווארטן ביי די גאזאלין סטאנציעס האבן טאקע איבערגעשטיגן די ווארטעריי ביי אונז. אבער מיר וועלן זיך אפרעכענען
אין ניו יארק איז דא א מעגליכקייט פון וואוטן נאך א טאג, אויב ווייניגער פון 25 פראצענט קומען ארויס וועלן. די שאנסן דערפאר זענען גרויס, זינט דערוילם איז פלאצירט נעבן גאז סטאנציעס.
ד.מ. 25% פון א וואוטינג דיסטריקט (און נישט 25% פון די גאנצע שטאט)
עפעס א עקסידענט טוהט זיך אויף וויליאמסבורג סט בי קיו אי עקזיט, איינער ווייסט מער דיטעילס??
נס קאוועעפעס א עקסידענט טוהט זיך אויף וויליאמסבורג סט בי קיו אי עקזיט, איינער ווייסט מער דיטעילס??
קוק
דאעקסידענט ווייט - וויליאמסבורג
א שווערע עקסידענט אראפ געקלאפט א קערידזש (לכאורה נישט ליידיג... ) און געשלעפט א האלבן בלאק
קול מבשר מעלדט שוין
צוויי קינדער אין א סטאבילע צושטאנד
די בילדער קוקט אויס שרעקדיג
שרייב נאך לינק מיר נישט, הגם איך האב עס געקוקט אבער עס איז גרינגער מאמע לשון
גאווערנער קאומא גרייט זיך אונטערצושרייבן אז ניו יארקע וועלן קענען אפגעבן מארגן זייער שטימע וואו אימער מ'געפינט זיך, אנצייגענדיג אז מערערע זענען נישט אינדערהיים צוליב'ן הוריקעין. די נייעס ווערט שטארק אויפגענומען ביי די היים-לאזע וואס וועלן מארגן צום ערשטן מאל קענען אפגעבן זייער שטימע.
בלומבערג איז היינט געגאנגען באזוכן עטליכע פאבליק שולעס, נאך וואס זיי האבן זיך געעפענט צום ערשטן מאל זינט דעם שטורעם. ער איז ענטפאנגען געווארן מיט פראטעסטן דורך קינדער וואס פארמאגן נאכנישט זייער לעקטער.
קאומא רייסט אונטער יוטיליטי ארבייטער פארן נישט צוריק שטעלן לעקטער נאך א וואך נאכן שטורעם. נאנט צו פינף-הונדערט טויזענט האבן נאכנישט לעקטער. אין קאנעטיקוט האלט עס ביי זיבעצן טויזענט, אין וועסטשעסטער צוויי-און אכציג טויזענט. די נייעס איז שטארק צוכאפט צווישן די היים-לאזע, ס'נאך דא וואס זענען נאך דערווייל אייניג מיט זיי.
אין ניו ג'ערסי איז א עלטערע מאן דער'הרג'עט געווארן נאך וואס צוויי אפארטמענטס זענען אפגעברענט געווארן.
די האלענד טוננעל האט מען היינט צוריק געעפענט איין ליניע פאר באסעס. ס'נאך נישט דא קיין דאטום פאר קארס. ווידער זענען די היים-לאזע דא צום ווארט: "אונז פארמאגן סייווי נישט קיינע קארס".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די היים-לאזע. ווען די שטאט ווערט צוריק געשטעלט צום שטייגער, גיימער אונז צוריק אין שטייג אינעם ווייסן הויז.
וואלן אפדעיטס:
קריסטי: די אימעיל וואלן אין ניו גערסי איז געווארן אויסגעצויגן ביז פרייטאג.
פאר די אלע אן א לעקטער און ווייסן נישט ווער דער געווינער איז. אויף די עמפייער סטעיט בילדינג וועלן זיך די לייטס טוישן לויטן קאליר פונעם געווינער פארטיי.
ווי אויך וועט צום ערשטן מאל גענוצט ווערן די נייע על-אי-די לייטס.
אין דעטרויט איז א פאול-וואטשער געווארן אטאקירט מיט א גאן. אבאמא זאגט ס'איז בוש'ס שולד. "דער בוש גיבט נישט אויף, אפילו אין מיין לעצטע טאג".
אין פענסאלוועניע האט מען געפינען א מאשין וואס האט געטוישט וואוטס פון אבאמא פאר ראמני. ברוקלין איז שוין א לענגערע צייט פארגעשריטן מיט די סארט מאשינען.
א ארבעטער אין טשיקאגאו וואוט-פלאץ, איז ערשינען אינדערפרי מיט אן אבאמא היטל. ער האט דאס געברויכט אוועקווארפן. ביידען האט געברויזט ביים הערן די נייעס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: יאנקלס-גארביטש. אונז זיכן א פלאץ פאר די אפפאל פון וואשינגטאן.
שעפטלא ארבעטער אין טשיקאגאו וואוט-פלאץ, איז ערשינען אינדערפרי מיט אן אבאמא היטל. ער האט דאס געברויכט אוועקווארפן. ביידען האט געברויזט ביים הערן די נייעס.
מסתמא האט ער געברויזט פארוואס ער האט נישט אנגעטון א ביידען היטל.
אין מערקווירדיגע נייעס, האט די אינטערנעט "ריז" עמעזאן געמאלדן, אז זיי האבן געשלאסן אן אפמאך מיט "סטעיפלס" געשעפטן איבער גאנץ אמעריקע, אז זיי וועלן האבן ספעציעלע "עמעזאן לאקערס", וואו עמעזאן קאסטומערס וועלן קענען קומען אפנעמען זייער ארדער.
פארוואס עס איז מיר מאדנע, ווייל עמעזאן איז א ריזיגער קאמפעטישאן פאר סטעיפלס, צווישן פילע אנדערע, רוב אייטעמ'ס וואס מען קען קויפן אין סטעיפלס קען מען האבן פאר פיל ביליגער אויף עמעזאן, און עכ"ז זענען זיי איינגעגאנגען אויפן דיעל.
סטעיפלס וועט באקומען א קליינעם סכום געלט פאר יעדן שיפמענט. דער קאסטומער וועט באקומען פון אמאזאן א באשטימטע קאוד, און מיט דעם קאוד וועט ער קענען אפנעמען זיינע זאכן פון דערנעבנדיגן סטעיפלס געשעפט.
א סטעיפלס ווארטזאגער האט דערווייל נישט רעאגירט ווען מען האט אים געפרעגט איבער די נייעס.
עמעזאן האט שוין פארשידענע "סטארעדזש פלעצער" אין געוויסע גראסערייען און אין 7-11 געשעפטן איבערן לאנד.
איר קענט זעהן פאר מער
דא אדער
דא.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסארד דורך פרעזידענט אבאמא. מיר דארפן ספעציעלע לאנגע סטעיפלס צוזאמ-צוסטעיפלען דעם גראבן העלט קעיר רעפארם געזעץ
א נייע טעכנאלאגיע אין בעטעריס קען פארדאפלען דעם כח, און האלטן א סעלפאן רעטשארדזשד 2 מאל אזוי לאנג ווי ביז יעצט.
<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=11437">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=11437</a>
ווערייזאן ווייערלעס האט ענדליך צוגעהערט צו די וויי געשריי פון אירע קאסטומערס, אז אירע סמארטפאונס קומען אנגעפילט מיט פארשידענע ארויפגעצווינגענע ווערייזאן עפפס וואס קיינער בעהט נישט, רוב קאסטן געלט צו באנוצן, ע"פ רוב חודש'ליך, און מען קען עס נישט אנ-אינסטולירן, עס מוז בלייבן אויפן טעלעפאן אפילו מען וויל עס נישט נוצן, נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען, און דאדורך גנב'עט עס צו טייערע מעמארי און פלאץ וואס מען וואלט אנשטאט דעם געקענט נוצן פאר אנדערע געברויכן.
אצינד מעלדט ווערייזאן צו די צופרידנהייט פון אירע באנוצער, אז מהיום והלאה גייט אלעס אראפ, לא יזכר ולא יפקד, און אפילו די וועלכע האבן שוין יעצט סמארפאונס, וועלן אלע באקומען א נאטיץ אז ביז קומענדיגן יאנואר וועלן די זאכן פארשוואונדן ווערן פונעם האריזאנט, כאשר באו כן ילכו.
וכל הפראוויידארס ישמעו וייראו ולא יזידון עוד, מהם ילמדו וכן יעשו.
<a class="postlink" href="http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=11443">http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=11443</a>
א לאנג איילענד מאן איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן דורכפירן דריי רויבערייען אינעם שטורעמישן סענדי שטורעם. אין א פארמעסי, גאז סטאנציע, און אין א ליידיגע דירה. ניו יארקע פרובירן צו דערגיין וואס ער האט גע'גנב'עט אין די גאז סטאנציע.
אויך ווערט ער אנגעקלאגט פאר א רויבעריי וואס ער האט דורכגעפירט בעפאר די שטורעם אין א סעל-פאון געשעפט. דארט האט ער לכאורה גע'גנב'ט ביפערס.
די אונטער-ערדישע עם-טרעק וועט צוריק געפענט ווערן פרייטאג.
די האללאנד טאננעל איז היינט געעפענט געווארן פאר קארס.
גאזאלין האט איר שוין?! ברויט אין שטוב אויך? לויף בעפאר צום פוד-סטעמפ אפיס!
אנאליסטן ווייסן צו זאגן אז נאך די נעכטיגע וואלן אויסגאנג איז ערווארטעט לענגערע שורה'ס ביים פוד-סטעמט און סעקשאן אכט פענסטערל ווי ביים גאז סטאנציע.
"גאז סטאנציעס וואס נעמען אן סעקשאן-אכט, זענען די בעסטע אויסוואל צו זיצן" זאגט דשעי, א געליטענער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: עפל. אונזערע אייפאון'ס זענען שוין אזוי סאפיסטאקעידעט, אז ס'פארמאגט א ביפער אויך דערין.
טויזענט חרדים גייען אין.. .. קאלעדזש
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2012/11/unusually-high-number-of-haredim-apply-for-new-colleges-biotechnology-program-567.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... m-567.html</a>
די חרדים אין ארץ ישראל גייען אין קאלעדזש אין הויכע ציפערען, פארוואס?
די מדינה גיט 1500 שקל פאר איינער וואס גייט לערנען דער מקצוע פין בייע קעמיסטרי.
אוי מה היה לנו, דער לימוד איז מלא אפיקורסות און פאר נישטיגע גרייצער גייט אין די מקום זוהמא לערנען אפיקורסות.
און פארגעס נישט אונז דא אין אמעריקא דינען מיר דער עגל הזהב...
1500
קאן-עדיסאן סי.אי.או 'קעווין בארק' האט זיך היינט אנטשולדיגט פארן חורבן וואס ער האט אנגעזייעט. "אונז האבן אונטערגעשאצט דעם שטורעם" זאגט ער. "ווען אונז האבן געגיבן א צייט אויף ווען דאס גייט זיין פארראכטן, און ווי אויך אלע תירוצים וואס אונז האבן געגיבן, איז עס געווען אבי געווארפן. אונז האבן נישט געוויסט וואס מ'רעדט, נאר געברויכט אפשטילן די קאסטומערס". אבער נישט געזארגט, די אנטשולדיגונג אויך נאר אונז אפשטילן.
איינוואוינער פון 'פייער-איילענד' זענען היינט אריינגעלאזט געווארן אפנעמען זייערע צעבראכענע אייגנטום. אבער אכציג פראצענט פאמיליעס האבן נישט געהאט וואס צו נעמען. זייערע הייזער זענען א פארגאנגענהייט. "וואס איז חוץ פונעם פאקט אז אונז זענען געבליבן מיט א ליידיג פעלד" זאגט א (געוועזענע..) איינוואוינער "ברויכן איך און מיינע שכנים יעצט ערלעדיגן מיט די אינשורענס, זאל ערלעדיגן ביי פימ"א, זאל עס ערלעדיגן מיט אונזערע בענק". חד גד...
א לאנג איילענד מאן איז נעכטן ארעסטירט געווארן, און היינט אנגעקלאגט געווארן. נאך וואס ער האט געשיקט אימעילס -א חודש צוריק- און געמאכט פאון קאלס פאר א האום-דיפאו געשעפט אז ער האט אונטערגעלייגט א באמבע אינעם געשעפט. פארלאנגענדיג צוויי מיליאון דוללער. דער מאן, א ארבעטער אין יענעם האום-דיפאו געשעפט זעלבסט, האט מודה געווען אויף אלעם, און איז ערווארטעט זיך צו שטעלן פארן געריכט. א שאד, אז ער האטעס סייווי נישט באקומען, וואלט ער שוין געקענט בעהטן צעהן מיליאון. נעקסט טיים.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: גייקאו. מיט פופצן מינוט קענ.. אפפס. וואס האבן זיי יעצט פון קאר אינשורענס?! די זעלבע וואס זיי האבן יעצט פון זייער הויז אינשורענס!...
געזעהן
דא אז א איראנישער פלעין האט געשאסן אויף אן אמעריקאנער דראון, שוין א וואך צוריק, אבאמא האט פשוט נישט געוואלט אז ס'זאל אים שטערן פאר ווידערוויילוג האט ער זיכער געמאכט אז ס'זאל נישט ארויסקומען אין דער עפענטליכקייט ביז היינט , ס'געפעלט מיר פשוט אז פאר זיינע אייגענע אינטערעסן קען ער באהאלטן פונעם פאלק וואס ער וויל, אויך מיר א גאווענמענט..
BREAKING NEWS: David Petraeus resigns as head of CIA after admitting to extra-marital affair
LOL
Syria: leader of rebels warns they might 'turn into terrorists'.
The leader of the Free Syrian Army has called on the outside world to back the rebels before they all “turn into terrorists”.
😎
נאך אינטערעסאנט איז אז מ'האט אים געכאפט ווייל א דריטע פרוי האט זיך באקלאגט פאר די FBI אז בראדוועל סטראשעט איר. די FBI איז געוואויר געווארן אז די צוויי פרויען האבן זיך געאמפערט איבער זייער לאיעליטעט צו פעטרעאוס.
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/8301-250_162-57547958/cia-director-david-petraeus-resigns/?tag=contentMain%3BcontentBody">http://www.cbsnews.com/8301-250_162-575 ... ontentBody</a>
א גוטע וואך
אין די צייט וואס אין ניו גערסי איז שוין ניינציג פראצענט צוריק געשטעלט מיט לעקטער, זענען הונדערטער לאנג איילענד איינוואוינער ארויסגעקומען פראטעסטירן פארענט פון די לעקטאריק הויפטקוואטיר. "וואו זענען די אקיופיי פראטעסטירער ווען מ'ברויך זיי?" פרעגט א אויפגעברויזטער פראטעסטירער. "יעצט זענען אונז זענען די ניין-און-ניינציג פראצענט" זאגט ער מיט פאטאס.
הונדערטער געלע בענדלעך זענען היינט ארויפגעהאנגען געווארן אויף די איינציגסטע בוים וואס שטייט ממש נעבן דעם ווארלד טרעיד סענטער, און האט דורך געלעבט די אטאקעס. דאס איז צום בעפארשטייערן 'וועטעראן-טאג'. די וועטעראנען פון ניו יארק וועלן אפהאלטן די צערעמאניע מיט א לויפן-פאראדע אויף 5טע עוועניו.
ווי וואסער שווימט ארויף אויפן בוימעל אויבערפלאך, איז פרייטאג ארויפגעשווימען בלומבערגס פריערדיגע פלענער מיטן אפהאלטן פון פארקויפן די קאלירטע סאודע. אין א סטעיטמענט האט בלומבערג די פרייטאג געמאלדן אז ס'וועט שטרענג פארבאטן ווערן פאר די וואס שטעלט צו עסן פאר די שעלטערס, צוצישטעלן טשולענט. "זינט קאלירטע סאודע איז א פארגאנגענהייט, האט די טשולענט באקומען א אנדערע טעם" זאגט א אנגעווייטאגטער. "ס'איז ווי איבערלאזן א הינטל אן א שטעטל".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: "גוסטאו". מיטן זיך טרעפן מיט די טשולענט וואס איז א פארגאנגענהייט. עסט זיך אונזער טשולענט אויך אן קיין סאודע..
ס'האגעלט ראקעטס וכדומה אין די דרום שטעט אין ארץ ישראל נאך וואס די חמאס אדער ווייס איך ווער האט געשאסען א טיל נגד טנקים אויף א ג'יפ און ישראל האט צוריקגעפייערט..
און היינט האט די ישראלדיגע מיליטער צוריקגעפייערט קיין סוריא נאך וואס ס'איז אריינגעפלויגען קיין ארץ ישראל פון זייערע שיסערייען....דאס איז די ערשטע מאל זייט 1973...
נאך צוויי וואכן זיין פארמאכט, וועט די בעטערי טוננעל עפענען מארגן אינדערפרי איין ליניע פאר באסעס, דורכאויס די בייטאג שעות. קארס זענען נאכנישט אין באטראכט. קאומא זאגט אז דאס איז געווען די ערשטע פריאריטי געטוהן ווערן זינט סענדי. בלומבערג טראכט נאכנישט וואס די צווייטע איז אויפן ליסט. ליבערשט טראכט ער וועלכע עסן איז די קומענדיגע נישט געזונטע.
איינוואוינער אין לאנג איילענד האבן געפינען א 'עלעגעטאר' זיך דרייען אין די גאסן. דאס איז שוין די ניינטע געפינען צו ווערן אין דעם געגענט אין די לעצטע חודש. פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטיגעישאן געוואר ווערן ווער ס'שטייט אונטער די אלע ארויסגעלאזטע עלעגעטארס. "ס'איז אומלעגאל, און דער יעניגער וועט הארב באשטארפט ווערן".
א גאז סטאנציע אייגנטומער אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן נאכן ארויפריקן די פרייז פון די געז פאר כמעט א דוללער טייערער ווי די פרייז אויף די שילד. "ליטשי'ס (א מין פרוכט) איז שוין ביליגער" זאגט דער ליטשי'קער. "ערענסטע שריט וועט אונטערגענומען ווערן" פירט ער אויס "בארשט איז נישט קיין פערזשיך".
סענדי טויטע ארויף צו דריי-און-פערציג.
אריינקומענדע נייעס: א עקספלאשען אין אינדיענע האט אפגעווישט זעקס-און-דרייסיג הייזער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: משה'ס מעקעניק. מיט אונזערע בעטערי'ס קען אייער קאר אויך פארן אנדערע טוננעלן. אן צוקומען צום באס ביים בעטערי.
לאנדאן: א טעראריסט איז יעצט געווארן ארעסטירט און היטרו לופטפעלד נאכן אפשטייגן, ער איז פארדעכטיגט און זיין פארמישט און טעראר אקט און סיריע.
א פרישע דורכבראך נאכן פארשטארבענעם סענדי, איז היינט אויסגערופן געווארן דורך גאווענער קאומא און ניו גערסי גאווענער קריסטי, אז די 'פעט' באנען וועלן מארגן פארטאגס צוריק גע'עפענט ווערן פארן פאבליק. די פעט באנען זענען פון די פארנומענסטע באנען. און ס'איז געווען פון די מערסט געשעדיגטע שינעס. די אונטערערדישע באנען אויף פערצן'טע עוועניו בלייבן דערווייל פארמאכט.
א ניו יארק פאליציי אפיציר איז ארעסטירט געווארן אין קווינס נאכן אפגעשטעלט ווערן זייענדיג אנגעטריקען. דאס איז די צווייטע אפיציר געכאפט ווערן דרייוון שיכור אין די לעצטע צוויי טאג. ביידע אין קווינס געגענט. די אפיצירן זאגן אז די מעיאר מאכט זיי שיכור, און ס'איז נישט זייער שולד. פונעם מעיארס אפיס הערט זיך אין א סטעיטמענט אז זייער וויין איז געווען מער פון זעכצן אונס.
די ליקלאן טאננעל בענקט זיך שוין צו די וואסער נאך וואס איטליכע פארוואונדערטע און געשעדיגטע אוטאס זענען ארויסגעפירט געווארן היינט. קנאפע צוויי שעה נאך א באס עקסידענט, האבן זיך אכט קארס צוזאם גענומען באנאזאם. אזש ס'האט זיך פארלאגט הצלה און פאליציישע הילף ארונטירן דעם געדרענג. "וואאאסעערר וואאססעעררר קום צוריק.." (בניגון) האט זיך געהערט מיט א ווידער-קול פונעם טאננעל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פעט-מארק' אונזערע געשעפטן זענען אפען פארן ברייטן פאבליק. די אונטערערדישע בעיסמענט בלייבן דערווייל נאר פאר סטארעדזש.
ר' יעקב יודא בן שיינדל וואס שמאכטעט שוין איבער 18 חדשים און בעליוויער טורמע איז יעצט אפגעפירט געווארן און שפיטאל זייענדיג און א שווערע צושטאנד... אויב האט איר א מינוט נעמט ארויס א תהלים און זאגט א קאפיטאל לירפואתו
@SatmarLive: BRKING: Chasdie HaShem; Court DENIED Motion of Kat Meharsim/KJ Alliance to reargue b4 9 Federal Judges their position to dissolve KJ Village
איז מען שוין טאקע משיגא??
📎 t.jpg📎 williamsburg_very_good_night_thong.jpg📎 jr_spaghetti_tank.jpg
<a class="postlink" href="http://www.cafepress.com/big_ban">http://www.cafepress.com/big_ban</a>
דאס באלאנגט אין "אינטרעסאנטע בילדער" אשכול, נישט דא.
מאנכע קוקן איצט ווער ס'זענען די וואס האבן פארלוירן און פארדינט פונעם שטורעם. אבער גאר א גרויסע צאל באן רייזענדע ברויזן שטארק אויף דאס וואס זייערע חודש'ליכע מעטרא קארטלעך האבן נישט צוריק געגעבן זייער געלט, אין די צייט די קארטל איז אפגעלאפן, טראץ וואס באנען זענען נישט געפארן. "זעענדיג די לאנג איילענד רעיל-ראוד גיבט צוריק די געלט, פרובירט די מעטראפאליטען טראנספאטאציע אטאריטי ניטאמאל זיך פארענטפערן" זאגט א אויפגעברויזטער.
ניו יארק סיטי און סטעיט באאמטע האבן זיך פארזאמעלט אויפן טרעפ פונעם סיטי האלל רופן פאר נייע פארגעשריטענע שטים בודקעס. "די היינטיגע וועג פון אויספולן א פאפיר, איז געווען גוט אריינוועלן דעם פריץ אין דארף". הערט זיך פון די טרעפ. אויך בלומבערג האט זיך געלאזט הערן, מ'זאל צוריק גיין צו די פאריגע בודקעס מיטן פירהאנג. ווארום, דאס האט אים אריינגעוועלט. דאס האט ארויסגעברענגט א געלעכטער ביי די פארזאמעלטע "נו, דערפאר האט מען דאך עס געטוישט.."
נאכן זיך בארואיגן פון סענדי, ארבעטן די טריי-סטעיט אפישעלס אויף א פלאן אפצוהאלטן די וואסערן פון אנזייען נאכאמאל די שאדן ביי א שטורעם. די פלענער לויטן אריינשטעלן שטאנגען נעבן ברעג, דאס וועט אפהאלטן די כוואליעס פון ארויפקומען הויעך. קאומא זאגט אז דאס מיז ווערן ערענסט אין באטראכט, און אנהייבן דעם געבוי וואס פריער. צווישן די פארגעלייגטע פלענער איז, אז פון היינט און ווייטער לאזט מען נאר בויען בילדינגס נאר פון די צווייטע שטאק און ארויף..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'טורן-סטייל מקוה טירן'. אונזערע קארטלעך וועלן נישט צוריקגעבן ס'געלט, אפגעזעהן די וואסער קומט ארויף אינעם בור.
אחמד ג'עברי א הויכראניגער כאמאס שעף איז היינט ליקווידירט געווארן דורך די מדינת ישראל קרעפטן.
אחמד איז פון די שולדיגע אויף גלעד שליט'ס קידנעפינג.
📎 אחמד ג'עברי.jpeg
צה"ל : יצאנו למלחמה נגד חמאס!
און די ישראלי'שע יונגען באנוצן זיך ווידער מיט א הייליג אויסדרוק אויף די מבצע - מבצע של חיסולים ממוקדים שמו : "עמוד ענן".
חוץ ג'עברי זענען נאך עטליכע טעראריסטן און הויכראנגיגע כאמאס מיטגליגער היינט אראפגערוימט געווארן.
כאמאס רעאגירט: החיסול הכרזה על מלחמה עם ישראל!!
און אז מען אטאקירט שוין...
האט די איי די עף היינט באהאגעלט א זאפאס פון
פאדשער מיסילס אין א וועירהאוז אין די עזה פאס. די מיסילס ווערן גענוצט דורך חמאס אין קען גרייכן א ווייטקייט פון 75 קמ.
(קוואל: עדכוני הדרום)
מען זיכט ארום און ק"י א אינגעל ווער עס האט אים געזעהן זאל קאלן הצלה
מ' זעהט אסאך יונגלעך, זאגסט דאך נישט וועם
מ'דארף שוין נישט זוכן, מ'האט אים געטראפן אין חדר (די באריכט גיט נישט אן אין וועלכע ת"ת פון די 3 מוסדות אין שטאט)
עימיצער אין פלארידע האט זיך גענומען דאס לעבן, ער האט נישט אויסגעהאלטן די אבאמא ריעלעקשאן. ער האט איבערגעלאזט א 2 ווערטער צוואה.
<a class="postlink" href="http://www.mediaite.com/print/florida-man-commits-suicide-over-obama-re-election-wrote-fk-obama-in-will/">http://www.mediaite.com/print/florida-m ... a-in-will/</a>
ברעיקינג:
די באקאנטע קאמענטירער אויף 'קאווע שטיבל אונטערן פענע נאמען 'זר זהב' האט היינט דעגרייכט צו 5000 תגובות!
איינוואוינער אין 'לידאו'-לאנג איילענד האבן זיך געהויבן די קול און ארויסגעקומען פראטעסטירן, נאך וואס ס'איז שוין זעכצן טאג זינט דעם שטורעם, און זיי זענען נאך אנע לעקטער און הייצונג. ס'ארגסטע איז דאס וואס די געגענט לאזט נישט אין אלגעמיין קיינע באניץ פון א דזשענארעטאר. "איך האב דא קליינע קינדער. און די פראסטן איז אומדערטרעגליך" זאגט א איינוואוינער. "בין לאדין איז שוין געווען פיל בעסער" זאגט א צווייטער. "ער האט נאר געהארגעט טויטע מענטשן. דא שטארבט מען לעבעדיגערהייט".
שווינדלערייען זענען פארגעקומען גאר אסאך אין די צייט פון די שטורעם. אויך האבן די שלעפער טראק'ס אויסגעניצט זייער צייט. די פאליס דעפארטמענט האט אנדעקט א גרופע פון אזעלכע שלעפערס וואס האבן אוועקגעשלעפט קארס פון פארפלייצטע געגענטער, און פארקויפן חלקים דערפון. א מערהייט ניו יארקע וועלן ענדערש באזייטיגן די שלעפערס מיט די ניו יארקע בוכשטאבן..
זיצן אין ליין פאר געז איז א צרה פאר די וואס די קארס האבן דורכגעלעבט דעם שטורעם. אבער זיצן אין א ענדלאזע ליין ביי די קאר רענטלס פון די וואס זייערע קארס זענען געגאנגען א גאנג ביים האריקעין קוקט שוין אויס גאר איבערגעטריבן. אבערוואס, א פערטל מיליאון קארס זענען אראפגעווישט געווארן פונעם ראוד נאכן האריקעין. "איך בין אריינגעקומען דא, נאר צו זעהן א ליסט מיט פונעף הונדערט בעפאר מיר". דרוקט זיך איינער אויס מיט זארג.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: בנימין שלעפער. לאזט אונז שלעפן אייערע קארס, וועלן מיר נישט ארום שלעפן מיטן שלעפן אנדערע שלעפעריי.
טויזענטער יוניידעט עירליינס פאסאזשירן זענען געבליבן געשטראנדעט אין די ניו יארקע לופטפעלדער. נאך וואס די קאמפיוטער האט געמאכט פראבלעמען, זענען די רייזעס געבליבן שטיין צוויי שעה. "וואו איז געווען זייער בעקאפ סיסטעם? און די בעקאפ פאר די בעקאפ?!" האט א ביזנעסמאן געברויזט. א צווייטע מיטל מזרח אפשטאמיגער האט זיך אויסגעדריקט "נאכאמזל מ'איז נאכנישט ארויסגעפארן, איך וואלט געבליבן שטעקן אין די לופט"..
"איך בין שטאלץ מיט די ניו יארקע" האט זיך אבאמא אויסגעדריקט ביי זיין באזוך אין סטעטאן איילענד. "ניו יארקע זענען שטארקע מענטשן, און וועלן קיינמאל אויפגעבן. איך בין זיכער זיי וועלן זיך ארויסדרייען פון דעם קריזיס". דער פרעזידענט האט אויך באזוכט פאראקעוועי און פייער-איילענד. ווי אויך פאמיליעס וואס האבן פארלוירן מיטגליד ביים האריקעין. ס'וואלט געווען כדאי דער בירגערמייסטער זאל פליען קיין וואשינגטאן זאגן אז ער איז שטאלץ מיטן פרעזידענט. ווילאנג ער זיצט דארט שטייצעך..
נאך וואס איז ניו ג'ערסי האט זיך די דינסטאג געענדיגט די 'איווען-אדד' ליניעס ביי די גאז סטאנציעס, האט היינט דער קאמישאנער אין לאנג איילענד געמאלדן אז די ציפערן פאר געז וועט קומען צו א ענדע דעם שבת ביינאכט. אין ניו יארק האט בלומבערג די וואך געזאגט אז ער יאגט נישט צוריק שטעלן צום נארמאלן סדר. "איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם סיסטעם". ס'איז ערווארטעט דעם איווען-אדד סיסטעם אריינצופארן קיין מענהעטען.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-טו-זי' אינשורענס. מיר האבן א גרויסן אויסוואל מיט 'איווען' לייסענס פלעיטס. ממש יעדע צווייטע. קומט און כאפט.
א גוטע וואך
א אכט-און-זיבעציג יעריגע ארבעטער איז געשאסן צום טויט אין א קליידונג געשעפט אין ברוקלין. פאליציי האבן ארויסגעלייגט א צוויי-און-צוואנציג טויזענט דוללער באלוינונג נאך וואס זיי פארגלייכן די קוילן צו צוויי פריערדיגע שיסערייען, און אין אלע פעלער זענען געווען אין די אדרעסן דעם זעלבן ציפער 'אכט'. בלומבערג וועט פארלאנגען א שטרענגערע פארצעס נאך וואס די שיסעריי איז פארגעקומען אין א 'אדד' טאג.
שוין איבער דריי וואכן נאכן שטורעם. און יא, די הינט זענען שוין אויפגעלעזט געווארן. א צוואנציג-טויזענט פיס שעלטער איז היינט אנגעגרייט געווארן אין בעדפארד-סטייוועסענט געגענט פאר די הינט וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ נאך סענדי. דערווייל לויפן זיי ארום אין די שעלטערס מיט זייערע אייגנטומער ווי ס'פליען ראקעטן פון די שכינים. כ'מיין, די שכינים ברויזן. "צו זיך דרייען מיט הינט ברויכן אונז נישט דא קומען, מ'קען שוין בלייבן אויפן ארט וואו די הויז איז געשטאנען" שימפט איינער.
א רויבעריי איז פארגעקומען אין א 'טי מאובל' סעלפאון געשעפט אויף מורטל עוו. אין קלינטאן הילל. די רויבער האבן געבינדן דעם געשעפטס אייגנטומער, און אויסגעליידיגט די פאליצעס פון אלע געלעקסי דעם דריטן. בלעקבערי שלאגט אפ סיי וואספארא האנט דערין.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: פראנקפאטערס קלאודינג. אונזערע ניו יארקע געשעפטן וועלן בלייבן פארמאכט יעדע 'איווען' טאג. טראץ די הינט וועלן נויטיגן אין אן אנצוג נאכן שטורעם.
פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטאגעשאן נאך וואס א זיבן-און-פופציג יעריגער מאן איז געשטאכן אינדרויסן פון א מוזלעם צוזאמקום ארט אין פלאשינג-קווינס. פאליציי האבן אריינגענומען די 'אנטי-קריים' איינהייט, זאגנדיג אז די אטאקע איז געקומען פון האס קעגן די באפעלקערונג. ס'איז נישט קלאר אויף וועלכע נומער ער איז געשטאכן געווארן, פאליציי נעמען אונטער א צומישעניש.
א גרופע גערופן 'גרעיבערד' אין ראקאוועי האבן שוין אויפגעטריבן איבער הונדערט-טויזענט דוללער ארויסהעלפן זייערע שכינים וואס די הייזער זענען פארשוועמט געווארן. די גרופע וואס באשטייט פון צוויי הונדערט מעמבערס, האבן זיך צוזאמגעטראפן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און ארויסגעהאלפן אנדערע דאן. "איצט איז די צייט ארויסצוהעלפן אונזערע אייגענע שכינים" זאגט א וואלונטיר.
צוויי געזיכטע קינדער זענען אפגעפינען געווארן אין בראנקס. די זיבן און פינף יעריגע קינדער זענען אוועקגענומען געווארן פון זייער מאמע אינדערפרי נאך א שאס אויף איר. דער פערשוין האט דערנאך געהיידזשעקט א קאר, און אוועקגעפארן מיט זיי. די קינדער זענען אפגעפינען געווארן אינעם זעלבן קאר. פאליציי גייען אן מיטן זיכעניש פארן פארדעכטיגטן פארשוין. טרעפיק אגענטן זענען אויך אויפן געיעג, שרייענדיג אז די קאר איז געווען פארקירט אומלעגאל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קופת העיר. די גרעסטע קמחא דפסחא ווערט נאך אלץ פארטיילט דורך אונז. אפגעזעהן די סענדי חלוקה אין קראפט.
איינער אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פאוואונדערט געווארן אין א אמבולאנס אין ניוארק ניו גערסי. נאך וואס א קאר האט אריינגעקראכט אין זיי, פרובירנדיג צו אנטלויפן פון א פאליציי-געיעג. דער אנטלויפענדער איז ארעסטירט געווארן. דריי אין שפיטאל אין א סטעבליזירטן מצב. די אמבולאנס ביים אוטא-שאפ ווארטנדיג אויף די אינשורענס.
מען האט אפגעשטעלט א פליגער פון ניו יארק קיין פלארידא אראפצונעמען איינעם וואס האט נישט אויסגעלאשן די סעלפאון, מען האט יענעם ארעסטירט. נישט קלאר אויב ס'פארמישט מיט די קלאגעס צווישן געלעקסי און סעמסאנג.
מעיאר בלומבערג האט היינט געזאגט אז די עמערזשענסי סיסטעם האט געארבעט די בעסטע וואס מעגליך בעת די שטורעם. דאס קומט טראץ וואס באריכן צייגן אן אז מענטשן זענען נישט געהאלפן געווארן נאכן אריינרופן איטליכע מאל. "ניו יארק האט אכט מיליאון מענטשן, מיר קענען נישט האבן אכט מיליאון דיספעטשערס" זאגט ער. אבער ניו יארקע זאגן אז מיט איין אנדערע מעיאר קען עס יא בעסער ווערן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: "די סולם". מיר נעמען ארויף די היינטיגע מעיארס אויף א חלומות רייזע.
ס'טוט זיך הריגות אין קאנגא