וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן 662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
פייער אין וויליאמסבורג
א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
פאליציי אין לאנג איילענד איז ארויסגערופן געווארן נאך וואס א פיר-און-פופציג יעריגער מאן האט געשאסן דעם שכן'ס הינטל מיט א ביבי גאן. די הינט איז דורך אן אפעראציע ארויסצונעמען דעם בולעט. "די הינט איז א סענדי איבערלעבער", זאגט די אייגנטומער. דער מאן איז אנגעקלאגט געווארן פארן שיסן א באשעפערניש. און ווי אויך ווערט ער אנגעקלאגט פארן האבן אין באזיץ א גאן. "פארמאגן א 'ביבי', איז שוין היינט צוויי מאל אומלעגאל.." זאגט די קאמישאנער. 'ווענדינג מאשינען' איז די לעצטערע סארט פון די מערסט באנוצטע מאשינען היינטיגע טעג. א ברוקלינע ביזנעסמאן האט דאס אנגעהויבן אראפשטעלן צו סארווירן די ביציקל דרייווער. אבער אנדערש ווי איבעראל פארמאגט דאס נישט קיין עסן, נאר ליבערשט געצייג פאר ווען א ביציקל ברויך הילף. א שטייגער ווי לופט פאר די רעדער. אויל פאר די טשעין. באלבס פאר די בלינקעדיגע לייטס. און דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין. די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט האט געצייגט לעבעדיגע שטריכן זינט דעם דורכגעפאלענעם זעכצן אונסיגע געטראק געזעץ. און האבן היינט געלאזט לויפן רעדיאו מוחאות אין ווערד פון אנדערהאלבן מיליאון טאללער, אז מ'זאל זיך אובאכט גיבן און נישט טרינקן זיסע טיי. "מ'זאל נישט שטיין נאנט אדער זיך חבר'ן מיט איינעם וואס טרינקט" הערט זיך א שטימע. ס'וועט פארקומען א מייזלעך אונטערגאנג אינעם סיטי האלל. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאלדען פלאו'. מילך קעסטלעך סטאנציעס אין פלאן, אין פאל די עקזעסטירנדע קעסטיל ברויך הילף.
שעפטל דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין.
😂 😂 😂
למדן א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
נאדיר עטליכע בילדער פון די סצענע
U.S. publishes details of missile base Israel wanted kept secret <a class="postlink" href="http://www.mcclatchydc.com/2013/06/03/192895/us-publishes-details-of-missile.html#.Ua0-qUAa6lg">http://www.mcclatchydc.com/2013/06/03/1 ... a0-qUAa6lg</a>
פאליציי אין קאנארסי זיכן נאך צוויי פארברעכער וואס האבן איינגעבראכן אין א בילדינג, פארלאנגענדיג פון איינוואוינער געלט. די פארברעכער זענען אנטלאפן נאך וואס איינע פון זיי האבן אראפגעלאזט דעם רעוואלווער, און א צעהן יעריג קינד האט דאס אויפגעהויבן און זיך גענומען שיסן אין זייער ריכטונג. "ביים קומענדיגן 'פי-טי-עי' וועט מען שוין רעדן דערוועגן" זאגט א פרינטסעבל. "ביי טעקס מעסעדשעס, ווייסט יעדער אז ווען ס'פאלט אראפ, טאר מען דאס נישט צורירן". די ניו יארק פאליציי האבן היינט ארעסטירט א ניין-און-צוואנציג יעריגן פארשוין, מיט קלאגעס איבער פיר קאנפארמירטע שיסערייען דורכאויס דעם לעצטן וויקענד. לויט ווי פאליציי גיבן איבער, זענען פארגעקומען זעקס-און-צוואנציג שיסערייען איבער די צייט אפשניט פון צוויי-און-זיבעציג שעה צווישן פרייטאג און זינטאג. שומער זאגט: אויף די רעוואלווער שאכטלעך ברויך שטיין 'יארגאנג צעהן-צוועלעף'. בלומבערג זאגט: זאל מען דאס האלטן אויף די נידריגע פאליצעס, וואו ערוואקסענע קענען נישט גרייכן. זיבן זענען פארוואונדעט געווארן אין א אויפרייס אין א צוויי שטאקיגע קאלעדזש בילדינג אין די 'נייעק' געגענט. פארשער זאגן אז די בילדינג האט געהאט א ליעק אינעם גאז ליניע. ס'איז אבער נישט זיכער אז דאס האט פאראורזאכט דעם אויפרייס. "די גאנצע בילדינג האט זיך געשאקעלט" זאגט א פארוואונדעטער. "פענסטערס זענען אויסגעשאסן געווארן, עיר קאנדישאנס זענען ארויסגעפאלן פון זייערע לעכער". על-גאור האט סוספענדעט גלאובל ווארעמונג, ווילאנג די עיר קאנדישאנס ווערן נישט צוריק אריינגעטראגן אינעם בילדינג. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאו גרין'. דרינגענט געזיכט איינער זאל אויפהייבן גאור'ס אראפגעפאלענע מעסעדש, איבער די אראפגעפאלענע היץ. 'ערוואקסענע, קיין אפציע'.
א שולע אין גארפיעלד ניו גערסי איז אפגעשפארט געווארן, נאך וואס פאליציי האבן דורכגעפירט א הויז צו הויז זיכעניש נאך א זיבן-און-פערציג יעריגער וואס האט גע'היידזשעקט א קאר אנטלויפנדיג פון די פאליציי. איינוואוינער האבן אים געזעהן לויפן אין די בעקיארדס. "כ'האב אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט באהאלטן דא" זאגט א איינוואוינער. "איך פארמאג נישט א שיף!". א געהילף פאר די פאליציי זאגט, אז א פלאן לויטעט צו קויפן א שיף אינעם סטאנציע "זאלן די פארברעכער גלייך אהערקומען". די סטעיט איינגעשטעלטע האבן געגעבן דעם איינשטימונג, און וועט צושטייער געבן פאר דעם פלאן פון פארוואנדלען דעם היידפארק געגענט אין לאנג איילענד פאר א שאפינג ארט. די פלאן שלאגט פאר אז פולע געשעפטן זאלן אהינקומען מיט געשעפטן, נאך וואס פולע ביזנעסער האבן פארמאכט נאך סענדי. די אלטע היידפארק וויל זיך נאכנישט צושטעלן צום פלאן, נאכן נישט נאכקומען געוויסע פארלאנגונגען. א אכט-און-דרייסיג יעריגער היימלאזער פארשוין איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן פאטאל שטעכן א צוויי-און-דרייסיג יעריגע פרוי אין קווינס. ס'איז אומקלאר זיינע מאטיוון, און ס'איז נאכנישט באשטימט געווארן א גענוי בעיל פרייז. דער היימלאזער זאגט אז ער איז גרייט איינצולייגן זיין הויז פאר בעיל. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'באן סטאנציעס'. מיר שטעלן זיך אויסדרוקליך נישט צו צום בעיל פלאן. ליבערשט וועלמער מאכן א אייגענע היימלאזע סטאנציע.
שעפטל, האסט מיר געקאסט א לאַך 😃
30 יאר צוזאמען און יעצט גטן זיי זיך. פוטין קאפעל צוטיילען זיך <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/news/world-europe-22806866">www.bbc.co.uk/news/world-europe-22806866</a><!-- w -->
גייט ער חתונה האבן מיט אים?
VIDEO
קען זיין ווייל ער האט היינט
אנאנסירט אז ער גייט טוהן דאס וואס גרוש האט געטוהן.
א זיבן-און-דרייסיג יעריגע פרוי פון בראנקס האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אין פאלשן דאקומענטן, אנפירנדיג א געלט קאמפיין אונטערן שלייער אז ס'גייט פאר די פאמיליע פון א קינד וואס איז געשאסן געווארן אין שולע אין קאנעטיקעיט. די ארגאנעזאציע האט גענוצט אימעילס און טעקסט מיטלען צו אויפטרייבן די געלטער. "ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע שיסעריי" זאגט זי. "נאכאמזל אז ס'קינד איז נישט מיין פאמיליע מיטגליד".. א עלעוו יעריג מיידל איז ארויסגעהויבן געווארן נאך וואס זי האט ארויסגעראטעוועט איר יונגערע ברידער דורך א פענסטער, פון דעם העליש פייער וואס האט געברענט אין זייער בילדינג אין די פלעטבוש געגענט. די פייער האט אויסגעבראכן אינעם גראסערי אויפן אונטערשטן שטאק. צוויי פייערלעשער זענען אפגעקומען מיט מילדע וואונדן. "ס'האט זיך שוין געלוינט די גאנצע פייער" זאגט זי נאכן ווערן א העלד, "נאכאמזל אז ס'קינד איז מיין פאמיליע מיטגליד".. מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... קליענטן פונעם קלינינג געשעפט אין לאנג איילענד האבן אפגע'אטעמט נאך וואס די אייגנטומער פונעם בילדינג האט נאכן ארויסווארפן דעם קלינינג געשעפט, צוגעשטימט צו די קליענטן, און וועט זיי לאזן אפנעמען זייערע קליידונג פונעם סטארעדש וואו ער האט עס געלייגט. די קלינינג געשעפט איז ארויסגעווארפן געווארן, נאכן שולדיג בלייבן פערציג-טויזענט טאללער. ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען.. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פענטעסטיק קלינערס'. באטערפליי'ס פארמאגן קיינמאל קיין קלינערס. ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע צוריקציען.
איך אגריע מיט דעם צעטל. ב"ה.
זר זהב איך אגריע מיט דעם צעטל. ב"ה.
וועלכע חלק? ער איז א מחלל שבת?
ווער האט געלייגט די צעטלעך
גריל אן לי אדער
גאטליב ?
איך אגרי אויך מיטן צעטיל, אבער נישט מיר איר אינהאלט. פינטל.
אז סאיז געווען פריצות. דער סטאר איז ווי אן עמבעסי פאר בארא פארק פלעטבוש. באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג
שעפטל מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען.. ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע צוריקציען.
😂 😂 😂
👍 👍 👍
שעפטל מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... קליענטן פונעם קלינינג געשעפט אין לאנג איילענד האבן אפגע'אטעמט נאך וואס די אייגנטומער פונעם בילדינג האט נאכן ארויסווארפן דעם קלינינג געשעפט, צוגעשטימט צו די קליענטן, און וועט זיי לאזן אפנעמען זייערע קליידונג פונעם סטארעדש וואו ער האט עס געלייגט. די קלינינג געשעפט איז ארויסגעווארפן געווארן, נאכן שולדיג בלייבן פערציג-טויזענט טאללער. ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען...
יא גוט...
A pregnant Texas actress who told FBI agents her husband had sent ricin-tainted letters to President Barack Obama and New York Mayor Michael Bloomberg has been arrested for allegedly sending the letters herself, law enforcement officials said Friday.
BREAKING NEWS: PRESIDENT OBAMA'S MOTORCADE NOT RETURNING TO SANMO AIRPORT, BEING DIVERTED DIRECTLY TO LAX AFTER COLLEGE SHOOTING!
למדן א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!
זר זהב אז סאיז געווען פריצות. דער סטאר איז ווי אן עמבעסי פאר בארא פארק פלעטבוש. באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג
מיט וואס איז די סטאר געווען מער פריצות'דיג ווי אנדערע רעסטוראנטן?
ניו יארקע ספראווען זיך לעצטענס מיט דעם נייעם און גאר סאפיסטאקירטן פראבלעם, נעמליך, די נייע איינגעשטעלטע סיסטעם פונעם אמערזשענסי ליניע. אין די וואכן זינט אינסטאלירן דעם אכט-און-אכציג מיליאון טאללער'דיגן סיסטעם, האט דאס מערערע פארשפעטונגען, לעצטענס אזוי לאנג ווי פונף שעה שפעט. "דילעיס איז א גוט גייענדע ארטיקל, מ'צאל אסאך דערפאר" זאגט קאמישאנער קעלי. "ניו יארק פארמאגט פון די העכסט סאפיסטעקירטע דילעיס". איינוואוינער אין קאני איילענד האבן זיך פאראייניגט מיטצוהאלטן דעם היסטארישן עפענונג פון זייער שפאגל נייעם 'ראולער-קאוסטער'. די ביז איצטיגע ראולער קאוסטער אין לאנג איילענג איז געעפענט געווארן איבער ניינציג יאר צוריק. די נייע שטעלט זיך פאר צו זיין גאר מער פארגעשריטן. פארנדיג פולפאכיג שנעלער, און ס'וועט זיך ציען איבער צוויי טויזענט פיס לאנג. ס'איז אומקלאר אונטער וועלכע נאמען די ראולער-קאוסטער איז גערופן געווארן. אבער א גוטע רייד האט דאס זיכער געגעבן. א דריי-און-פופציג יעריגער איז ארעסטירט געווארן אין מאונט-פלאזענט ניו יארק, נאכן געפינען ביי אים אין בעיסמענט א אנגעפולטע שטאק מיט פייער קרעקערס. "דאס איז איבער געניג אויפרייס מאטריאל פון די סארט וואס פארברעכער ניצן היינטיגע צייטן" זאגט א אפיציר. דער מאן ווערט אנגעקלאגט אויף קרימינאלע קלאגעס פארן האבן אין באזיץ די אויפרייס מאטריאל. אויף בלומבערג איז קענטליך די שמייכל פון זיך האלטן שטארק און נישט אפרופן די מעריטאן. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קמח קרעקערס'. לאזן אייער מאגן פרובירן אונזער מאגערן סאפיסטאקירטן קרעקער, אייער מאגן וועט אייך זאגן אז מיר פארמאגן נישט קיין דילעיס.
ערוויילטע אין ניו יארק האבן אריינגעגעבן זייער שטימע צו אויפלעזן די פאנזי שווינדלעריי מיט די דרייצן טויזענט פארקינג-פישקעס. די שטימע שטעלט פאר, אז די פישקע'ס זאלן זיך אויסלעשן ווען די פארקינג איז סוספענדירט, און ווען די פישקע איז אויסגעלאפן פון פאפיר. "ביז איצט האבן מאטאריסטן אריינגעלייגט געלט אן באקומען א רעסיט" זאגט קאנסול ספיקער קריסטי קווין. "די פענסיל שרייבעריי אויף ארענדזשע פאפיר איז פול ביליגער". צוויי פענסטער-וואשער זענען געראטעוועט געווארן נאך וואס די סקעפולדס אויף וואס זיי זענען געשטאנען איז צוזאמגעפאלן. זיי זענען געבליבן פארכאפט הענגענדיג איבער א שטונדע ביים פונף-און-פערציגסטן שטאק העכער די גאסן אין מידטאון מענהעטען. די פייער דעפארטמענט האט אויפגעשניטן די וואנט דערנעבן, און זיי אריינגעשלעפט אינעם בילדינג. די סקעפולדס אייגנטומער זאגט אז ס'וואלט געווען גרינגער צו וואשן די פענסטער אינעם בילדינג, און זיך באנוצן מיט די סקעפולדס בלויז אויסצודרייען דעם אפגעוואשענעם פענסטער. טויזענעטער שטאטישע ארבעטער האבן זיך צוזאמגענומען פראטעסטירן פארענט פונעם סיטי האלל, פארלאנגענדיג א העכערונג אינעם געהאלט. די פראטעסט איז צושטאנג געקומען נאך וואס די יוניאן קאנטראקט איז אפגעלאפן, און זייער פארלאנג איז צוריק געוויזן געווארן עטליכע מאל. "די וואס וואוינען אין דעם געגענט וואו מיר ארבעטן, צאלן געניג שטייער" זאגט א פראטעסטירער. בלומבערג זאגט: די ארבעטסלאזע ארבעטסגעבער צאלן אויך מער שטייערן. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ביק פענסיל קא.' אמאל האבן נאך די קאסעטע ארויסגעבער אונז געשטיצט. אוועק נעמען דעם לעצט פארבליבענעם פענסיל שרייבעריי איז אומדערהערבאר.
מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו
זר זהב מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו
?
א צוויי-און-ניינציג יעריגער וואס איז געווארן בארויבט די וואך, האט היינט אנגעהויבן רעדן אינעם שפיטאל נאכן דורכגיין עטליכע אפעראציעס. פאליציי זיכן נאך די פארברעכער וואס האבן אים אפגעווארט אין זיין בילדינג, און געשלאגן מיט א שירעם גענומען זיין געלט. די מעדיקעיט אפיס זאגט אז ווי נאר ער קומט ארויס פון שפיטאל, ווערט ער קוואליפיצירט פאר א דזשאב ביי זיי. פאר איינע פון די צוויי באנק רויבער איז נישט געגאנגען אזוי גוט נאך וואס ער האט פרובירט צו אריינלויפן אינעם לינקלאן טאנעל. די פארברעכער זענען נאכגעיאגט געווארן דורך פאליציי נאך א רייע באנק רויבערייען אין מידטאון מענהעטען. לויפנדיג די וועג צום לינקלאן טאנעל. די פארט אטארוטי פאליציי האבן אים ארעסטירט. בלומבערג האט אפגעאטעמט נאכן הערן אז ער וועט נישט קענען דורכלויפן דעם טאלל בודקע אומבאצאלט. פאליציי אין סאפולק קאונטי באווארענען די איינוואוינער נאך וואס א דריי-און-פערציג יעריגע רומענישע רויבער איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן גנב'נען איבער צעהן טויזענט דאללער פון די עי-טי-עם מאשינען איבער די קאונטי. ער האט דאס געטוהן דורכן אראפשטעלן א קעמערע אפעראט נעבן די מאשינען. כולל שומרי החומות שיקן ארויס אגענטן ביי זייערע פישקעס. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'שירעם באזאר פאראיין'. א צובראכענע שירעם געזיכט אינעם לינקלאן טאנעל, אויב געפונען, ברענגט דאס צו אונזער לאקאציע אינעם מעדיקעיט אפיס.
newkave זר זהב מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו
?
<a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/8301-202_162-57589299/polls-open-in-irans-presidential-election/">http://www.cbsnews.com/8301-202_162-575 ... -election/</a>
זר זהב גייט ער חתונה האבן מיט אים?
VIDEO
די ווידיא איז גע'דאקטאר'ד. די איין-מאל'יגע קיש, איז איבערגעשפיעלט דריי מאל.
אבוויעסלי
א פונף אלארעם פייער האט אויסגעבראכן אין א בילדינג אין אליזיבעט ניו גערסי. איינער איז דערהארגעט געווארן און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, צווישן זיי א זעכציג יעריגס וואס איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער. ס'האט געדויערט פיר שעה פאר הונדערט פייערלעשער צו פרובירן, ביז די פייער האט זיך אפגעשטילט ווען די בילדינג איז צוזאמגעפאלן. 'פענסטער-וואשער' זענען ארויסגערופן געווארן צו ראטעווען דעם סיטואציע. א לאך האט זיך צועפענט אינעם וואנט פון א פייער סטאנציע אין יאנקערס, נאך וואס א קאר איז איינגעפארן מיט א קראפט. דער דרייווער איז דערהארגעט געווארן. קיינער אויסער אים האט זיך נישט געפונען אינעם קאר. שכינים דערנעבן זאגן אז זיי האבן געהערט א שטארקן גרידער, ווען זיי האבן דערנאך געזעהן דעם צוקוועטשטן קאר ביים וואנט. "מ'וועט איינטיילן אלע וויכטיגע לייט אובאכט צו געבן דורכאויס די נאכט" זאגט די פייער טשיף. "איך וועל שוין אויפזיין א גאנצע נאכט" זאגט א וויכטיג מאכער. פאליציי אין ברוקלין זיכן נאך א פארברעכער וואס האט געשאסן עטליכע געשעפטן אין די בעד-סטיי געגענט דעם וויקענד. די געשעפטן זענען שוין געווען געשפארט אין די צייט ווען ער האט געשאסן אויף די פענסטער אינדרויסן בעפארן אנטלויפן. קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן. די פארברעכער זאגט אז זעענדיג א 'פעינט' שילד העכערן געשעפט, האט ער געמיינט אז דאס איז א פעינט-באלל-שאאטינג ארט. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'לי-עוו-פאוטא'. פענסטער-וואשער געזיכט נאך א ביפער שאאטינג, איבערלאזנדיג א וואך_נאכט ארט.
boxcover די ווידיא איז גע'דאקטאר'ד. די איין-מאל'יגע קיש, איז איבערגעשפיעלט דריי מאל.
אויך איבער גענוג
ראולינג סטאון דזשורנאליסט
מייקעל העסטינגס איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט היינט אין LA
<a class="postlink" href="http://www.usatoday.com/story/news/nation/2013/06/18/hastings-car-accident-journalist/2436549/">http://www.usatoday.com/story/news/nati ... t/2436549/</a>
ניו יארק סיטי האט ארויסגעשטעלט זייער פארגרעסערטן פארפלייצונג זאנע, אריין נעמענדיג פרישע זעקס-הונדערט-טויזענט איינוואוינער וואס וועלן ברויכן אקוואטירט ווערן אין פאל פון א שטורעם. די סיטי ארבעט שוין זינט סענדי דאס צו פארגרעסערן, צולייגנדיג נאך געגענטער וואס האבן געליטן דאס מאל. אצינד געפונען זיך זיבן-און-דרייסיג פראצענט ניו יארקע. וואס איז דריי-מיליאון הייזער אינעם זאנע. שכינים פרעגן: פארוואס קען מען נישט מאכן דעם זאנע אויף א פלאץ וואו קיינער וואוינט נישט?! א מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אין טיימס סקווער היינט נאכמיטאג. דורכגייער זאגן אז די צוויי -ביידע אין די פערציגערס- האבן געהאט א ווערטער אויסטויש, בעפאר ער איז געשטאכן געווארן. דער מאן געפינט זיך אין א סטאבעלירטן צושטאנד אין שפיטאל. דער צווייטער האט זיך אויסגעמישט מיט די מאסן בעפאר פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע. אלאמירטע אפיצירן לייגן דאס אן אויפן נייעם סיסטעם. פייערלעשער אין קווינס האבן געארבעט צוויי אהאלב שעה ארויסצוראטעווען א קאנסטראקציע ארבעטער וואס איז אריינגעפאלן אין זימפ. 'מארקאו קאסטילאו' דרייסיג, איז אראפגעשפרינגען פונעם ערשטן שטאק, ווען די האלץ אונטער אים האט זיך צושפאלטן, אריינשלעפנדיג אים אין א מאראסט ביזן אקסלען. קאסטילאו זאגט אז בעפארן שפרינג איז נאך געווען בעפארן אויסברייטערן דעם פארפלייצונג זאנע... די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בעקיארד סעיל'. קויפט א שיף, און זייט אפגעזונדערט פון אלע זאנע'ס אין פאל פון א שטורעם.
דער פארשטארבענער געוועזענער ניו יארק מעיאר, עד קאטש, איז פריש ערשינען היינט אין די נייעס.
עס שטעלט זיך ארויס, אז די ענגרעיווער פון זיין מצבה, האט געמאכט א פארדריסליכע טעות, ביים קריצן זיין געבורט-טאג, און אנשטאט די יאר 1924 שטייט איינגעקריצט אויף זיין שטיין 1942.
די גאנצע מצבה מיט איר פולע נוסח וואס איז געשריבן געווארן דורך קאטש זעלבסט, איז שוין געשטאנען במקום קבורתו עטליכע יאר איידער ער איז געשטארבן. עס האט בלויז געפעלט איין שורה, ווי עס האט געזאלט אריינגעקירצט ווערן די דאטוסם פון זיין געבורט און פון זיין יום המיתה.... און דאן איז געשען די פאנטשער.
די קאמפאני האט זיך אנטשולדיגט פאר די טעות, און האט זיך אונטערגענומען עס צו פאררעכטן בקרוב ממש.
אין א צווייטע נייעס פון בית הקברות ארויס, איז א קאר אין בראנקס אריינגעפארן אין א ליידיגע פריש אויפגעגרובענע קבר. די 35'יעריגע פרוי-דרייווער האט פראבירט צו טענה'ן אז זי האט געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינדרייען צו א דרייוו-וועי, האט זי אריינגעפירט די קאר אינעם לאך. מען האט אבער נישט געדארפט זיין צו א גרויסע מומחה צו אנערקענען תיכף, אז די אורזאך פונעם עקסידענט איז פשוט און פראסט, אז זי האט האט געדרייווט די קאר, אונטער א שטארקע אלקאהאל איינפלוס. ארויסקומענדיגע פונעם אויטא האט זי ניטאמאל געקענט שטיין געהעריג אויף די פוס מחמת שיכרות. איר אלקאהאל מאס איז געווען מער ווי דריי מאל אזויפיל ווי דער ערלויבטער מאס.
אין א פרעצענדענטלאזע פרואוו צו פארמיידן פון ווערן ארעסטירט דורך פאליציי, האט א שווער פארדראגטע פארשוין אין קאליפארניע געמאכט פליטה, און אריינגעלאפן אינעם דערבייאיגן אשען וואסערן.
מיט בלויזע אונטערוועש, האט דער 46 יעריגער מאן פארברענגט זיבן שעה אינעם וואסער, סטראשענדיג די פאליציי און אנדערע הילפס אגענטורן אז ער וועט זיך נעמן דאס לעבן, אויב מען וועט זיך פראבירן צו דערנענטערן צו איהם.
עס האט זיך אנגעהויבן זונטאג פאר 10 אזייגער, און דורכאויס די גאנצע נאכט האט מען געהאלטן א וואכזאם אויג אויף איהם דורך פארשידענע פאליצייאישע אפטיילונגען, קאוסט גארד, נעיווי שאור פאטראל, לייף-גארדס, העליקאפטערס פון דער הייעך, אונטערוואסער שווימער, אד"ג.
ערשט 5:30 פארטאגס האט מען באוויזן איהם צו ארעסטירן און אפפירן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג.
אנבעליוועבל וויפיל שטייער צאלער געלט איז פארשווענדעט געווארן פאר די וויכטיגע מיסיע.
In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one <a class="postlink" href="http://arstechnica.com/tech-policy/2013/06/exclusive-in-2009-ed-snowden-said-leakers-should-be-shot-then-he-became-one/">http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/</a>
דו סופרים קארט האט היינט מתיר געווען צו פאר-עמטליכן תועבה, עס פעלט שוין נישט אויס רבנים זאלען מתיר זיין צו וואוינען מוט אן אשת איש
אטוריטעטן אין לאנג איילענד האבן איבערגעפרישט די זיך אקציע, און ארויסגעלייגט א זיבן-און-צוואנציג טויזענט דאללער באלוינונג פאר דער וואס פירט צום ארעסט פונעם פארשוין וואס האט ארויסגעווארפן א הינטל פונעם פענסטער אויפן שאסיי. פאמיליע מיטגליד פונעם הינטל זאגט: זאל מען זיכן א קאר וואס פארמאגט דעם שטריק פונעם האלז. אבער פאליציי זאגט: העט ער ווען געווען צוגעבינדן, וואלט ער געבליבן הענגן אינדרויסן פונעם קאר. א אכצן יעריגער אין לאנג איילענד האט זיך דערקלערט שולדיג אין קלאגעס מיטן וועלן ארויסהעלפן על-קאידא. ער איז געבינדן און ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד, גרייטנדיג זיך צו פארן אויספירן זיינע פלענער. זיינע לויערס זאגן אז ער האט זיך שוין דערקלערט שולדיג אום פעברואר, ס'איז נאר היינט ארויסגעגעבן געווארן. על-קאידא וואונדערט זיך וואס ער האט געזיכט אויפן פליגער. זייער באזע איז סטאנצירט אין וואסער. די עלטער באבע פונעם פיר יעריג קינד וואס איז אומגעקומען אין א עקסידענט, איז היינט ארויסגעקומען פון שפיטאל. די עקסידענט איז נאך אין די טינט פון די צייטונגען, זייענדיג אין צייט וואס ס'האט געדויערט אכט מינוט ביז די ערשטע הילף איז אנגעקומען. די פאמיליע קלאגט די סיטי מיט צוואנציג מיליאון טאללער, זאגנדיג אז ס'קינד וואלט דאס איבערגעלעבט אויב מ'לאזט נישט ווארטן אזוי לאנג. די עלטער באבע איז רואיג אז ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט פארקערט. העט זי ווען סיי נישט געלעבט און סיי נישט געמאכט די געלט. אזוי מאכט זי נאר נישט די געלט.. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דפוס הספר'. מיט שטריק בינדט מען ספרים. מיט שטריק ארעסטירט מען. מיט שטריק שלעפט מען הינטלעך. און מיט שטריק הענגט מען סיינס.
זר זהב In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one <a class="postlink" href="http://arstechnica.com/tech-policy/2013/06/exclusive-in-2009-ed-snowden-said-leakers-should-be-shot-then-he-became-one/">http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/</a>
שוין דא
אן אשכול פאר דעם .
יענץ איז מער אן אפיניאן אשכול פון א לץ אדער א בארירטן.
"טשיקאווע נייעס"...
א וואנזיניגער מאן פון ניו יארק איז געווען אויסגעהונגערט פאר א ציגארעטל, און דאס איז געווען בשעת'ן פליען אויף א עראפלאן פון לאס וועגאס צו טשערלאט. ער האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן, נאר האט ארויסגענומען זיין לייטער (Lighter) און פרובירט אנצינדן א ציגאר. און נישט נאר דאס, נאר ער האט פרובירט צו עפענען די טיר פונעם פליגער אינמיטן פליען! און דער עראפלאן איז געווען געצווינגען צו מאכן אן עמערזשענסי לאנדינג. שפעטער איז דער צערידערטער ווידעראמאל געפלויגן אויף א צווייטן פליגער קיין שיקאגא, און געטוהן דאס זעלביגע נאכאמאל... און דער עראפלאן האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדינג אין קענסעס סיטי... <a class="postlink" href="http://now.msn.com/unruly-airplane-passenger-diverts-two-flights-because-he-wanted-cigarette?ocid=ansnow11">http://now.msn.com/unruly-airplane-pass ... d=ansnow11</a>
מן הסתם איז די מעשה נאכנישט פערטיג, ער גייט עס טון אויפן קומענדיגן פלייט נאכאמאל.
שמעקעדיג טשיקאווע נייעס
ראנג אשכול אלערט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/908">viewtopic.php?f=3&t=908</a><!-- l -->
אוי, שוין לאנג פארגעסן פון יענעם אשכול... שכוח פארן דערמאנען. נעקסטיים אי"ה.
א קאנסטראקציע ארבעטער איז אנגעקלאגט געווארן נאך וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין א אויפרייס וואס האט פארוואונדעט זיבן, אין נייעק ניו יארק. די אויפרייס איז אנהייב אנגעגעבן געווארן אלס א גאז ליניע אויפרייס אונטער די ערד. אבער נאך אינוועסטאגאציעס איז דער פיר-און-פערציג יעריגער ארבעטער געפונען געווארן אלס דער שולדיגער. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער פייער-קרעקער אויפרייס. פאליציי אין נין גערסי האבן ארויסגעגעבן א ארעסט ווארענונג און אנקלאגעס אויף פיר פארברעכער וואס האבן דורכגעפירט א רויבעריי אין א סופערמארקעט, און געשאסן דעם געשעפטס אייגנטומער. צוויי דערפון זענען ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי די גע'גנב'טע קאר וואס זיי האבן גענוצט צו אנטלויפן. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעם-טעם קרעקער רויבעריי. א סיטי באס דרייווער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן צוגראזשעט און צושניטן ווערן זיין רעכטע האנט מיט פארשידענע שארפע מאטריאל, אין בראנקס. ס'איז אומקלאר די אורזאך אדער מאטיוו פונעם שטעכער. פאליציי זיכן נאך באווייזן וואס וועט פירן צום ארעסט. אנדערע רופן דאס אן: א בלויזער טעגליכע ערשיינונג.. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'ניו יארק מעיאר'. ווארפט נאר געזונטע דייעט קרעקערס. אנדערע רופן דאס אן: בלומבערג אין די נייעס, א בלויזער טעגליכע ערשיינונג.
צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אינעם באן נומער זעקס. דער סוספעקט איז אויך אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אונטער פאליציישע באגלייטונג. דער סוספעקט איז אראפגעהאלטן געווארן דורך פאסאנזשירן מיט די הילף פון די סטאנציע קלינער, ביז דער נייער אמערזשענסי סיסטעם האט אפראווד דעם רוף, און געמאלדן די פאליציי איבער דעם סצענע. א מאן אין די דרייסיגערס איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אטאקירט א פופציג יעריגע פרוי אין די צייט וואס זי האט גענומען בילדער אין א פארק אין אינוואד געגענט. די פרוי פונעם שפיטאל בעטל זאגט אז די בילדער איז נישט געווען זיינע, און זי האט דאס געמעגט נעמען. אבער דער שלעגער זאגט אז די בילדער האט זי נישט גענומען, נאר ליבערשט געכאפט אין די צייט וואס ס'איז געווען געניג פאר יעדעם. די 'סי' סובוועי איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס די שינעס איז צובראכן געווארן אין ברוקלין ביים פולטאן עוועניו סטאנציע. די סי באן וואס איז די לאקאלע באן אין די געגענט, האט געברויכט פארטיילן זיינע לאקאלע פאסאנזשירן פאר אנדערע באנען וואס פארן דורך דעם ריכטונג. די סטאנציע קלינער זאגן אז ס'שטעלט זיך איצט ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז די סטאנציעס פארבלייבן שמוציג, טראץ מענטשן דרייען זיך נישט דארט. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'רעבעצינס טשיס קעיק'. איצט אין די ניין טעג שטעלט זיך ארויס די ווארהייט פונעם פאקט אז מענטשן וועלן דאס אלץ כאפן, טראץ ס'איז דא געניג פאר יעדעם.
א פאטאלער עקסידענט האט איבערגעלאזט א צוואנציג יעריגן ניקולעס פיעלעט טויט, נאך וואס א קאר איז ארויס פון קאנטראל אין סאפולק קאונטי. די קאר איז ווייטער געפארן מיט א שנעלקייט ביזן אריינהאקן אין א בוים, זיך אפשטעלנדיג דארט איבערגעדרייטערהייט. לויט ווי אטוריטעטן זאגן, איז דאס די לעצט פארבליבענע בוים אנצוהאלטן דעם נעט פארן וואלי שפיל. רייאטן האט אויסגעבראכן נאך וואס א ווייסע קאר האט אראפגעקלאפט און דערהארגעט א ניין-און-זיבעציג יעריגע פרוי אין ברוקלין. די פרוי האט פרובירט צו קראסן דעם גאס בעפארן אראפגעקלאפט ווערן. די שווארצע קארס האבן זיך פאראייניגט און פאררופן מאסן רייאטן נאך וואס 'פארד' האט ערקלערט די ווייסע קאר אלס 'נישט שולדיג'. א דריי-און-פערציג יעריגער מאן איז געפונען געווארן טויט נאכן ארויסגעשלעפט ווערן פונעם האדסאן וועלי וואסער. דער מאן איז אריינפאלן בשעת'ן פארברענגען און כאפן פיש ביים ברעג. זיין זוהן האט אים ארויסגעשלעפט און אפגעפירט אין שפיטאל, אבער נאר צו באשטעטיגן זיין טויט. אדוואקאטן פון די פיש פאראיין זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אויפוואכונג פאר די אלע וואס זיכן אזיל רעכטן אינעם וואסער. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'וויינגארטנס פיש'. בעפאר די פיש אין וואסער ציטערן. זייט נישט דער איינציגסטער ביים וואלי נעט. ליבערשט זיכט אזיל רעכטן ביים אנדערן קאלעני.