☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אין40מינוט: תושבי לעיקוואד וועלן מיטהאלטן ״מגדל וראשו בשמים״

אין40מינוט: תושבי לעיקוואד וועלן מיטהאלטן ״מגדל וראשו בשמים״

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7453

קינד_אן_קייט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:07 pm

· #230796
אין40מינוט: תושבי לעיקוואד וועלן מיטהאלטן ״מגדל וראשו בשמים״
היינט נאכט לאזט זיך ארויס אויפ׳ן וועג א ראקעט פול מיט סופלייס צום אינטערנאציאנלן ספעיס סטאנציע דורך די קאמפאני אורביטל וואס איז אונטער קאנטראקט פון נאס״א.

דער חידוש דאס מאל איז, אז דער ראקעט לאזט זיך ארויס אויף די רייזע ביינאכט, וואס מיינט מען וועט דאס קענען זעהן אין די ארומיגע שטעט, אריין גערעכנט געוויסע טיילן פון ניו יארק.

דער ראקעט ווארט, און איז גרייט:


דער שטח ווי מען וועט אלץ קענען מיטהאלטן:


דא איז דער בילד פארגרעסערט.

לייוו סטרים: http://www.ustream.tv/nasahdtv אדער דא.

קינד_אן_קייט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:08 pm

· #230811
שובו לכם לאהליכם, אפגעשטופט אויף מארגען (צוליב א שיף ❓ ) ...

We're aborting today's launch attempt of #Antares due to a boat downrange in the hazard area.

<a class="postlink" href="https://twitter.com/NASA/status/526867425451847684">https://twitter.com/NASA/status/526867425451847684</a>

קינד_אן_קייט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:32 pm

· #230865
@אנאנים, ס׳הייסט אז יא, 6:22 פארנאכט׳ס.

קאפקעיק » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:02 am

· #230928
מ'קען עס זעהן ערגעץ אין ברוקלין?

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:03 am

· #230930
קאפקעיק
מ'קען עס זעהן ערגעץ אין ברוקלין?

יא, אנליין.

קינד_אן_קייט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 6:18 pm

· #231234
אין פינעף מינוט...

קינד_אן_קייט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 6:26 pm

· #231235
עקספלאדירט!

טאטאלע דורכפאל...

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 6:39 pm

· #231236
דער אויפרייס!
IMG_20141028_183844.jpg

קינד_אן_קייט » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:05 pm

· #231241
ווידיאו פונעם אויפרייס:


א הערליכער מחזה: ענן גדול, אש מתלקחת, ונגה לו סביב!

תושבי לעיקוואד, עוד חזון למועד... 😞

ישראל קאפקע » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:27 pm

· #231254
Wow!
ר.ט. מוז זיך שפירן גאר גוט מיט אן אמעריקאנער דורכפאל.

ביבער » דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:54 pm

· #231288
די קאנספיריקער קאכן שוין א קאשע, דער אמתער בלאגער האט שוין אפילו פאראויס געזאגט דעם קראך מיט 2 טעג צוריק...