☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

טרויבן88 » דינסטאג יולי 10, 2018 2:48 pm

· #408439
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
סמבטיון
איך וויל פארשטיין, וויאזוי די 12 קינדער האבן עס איבערגעלעבט אן עסן פאר 10 טעג? איך האב אלעמאל געוויסט, אז א מענטש קען גיין 2 מאקסימום 3 טעג אן עסן, וויאזוי האבן עס די קליינע קינדער דארט איבערגעלעבט?
א וואס? 2-3 טעג??? א מענטש קען גיין א סאך מער, ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן מענטשן אריבער געגאנגען וואכן אן עסן, און מענטשן וואס זענען פארלוירן געווארן אין וועלדער גייען וואכן אן עסן, הונגער סטרייקס גייט אויכעט אן פאר וואכן אפילו חדשים, סא איז זיכער אז נישט

סמבטיון » דינסטאג יולי 10, 2018 3:00 pm

· #408441
איי געס איך ווייס נישט וואס איך רעד, אבער פארגעס נישט אז סע איז אויך נישט געווען דא קיין הארט שטיקעל ברויט אדער וואסער, מען רעד הינגערן כפשוטו ממש.

אונטער חכם » דינסטאג יולי 10, 2018 3:03 pm

· #408442
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
וואסער איז יא געווען, גענוג און נאך, און עסן איז געווען באריכטעט אז זיי האבן יא געהאט עפעס עסן דארט וואס זיי האבן מיטגענומען ביים אריינגיין.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 10, 2018 5:05 pm

· #408446
א מענטש קען נישט לעבן 3 טאג אן וואסער, אבער מיט וואסער קען מען ציען פאר ארום 3 וואכן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:52 am

· #408562
!!!breaking news

פאר ווער ס'גלייבט אין די זאכן.

סקרן » דינסטאג אקטאבער 9, 2018 10:27 am

· #414071
ניקי העילי האט זיך אפגעזאגט

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 3:38 am

· #416063
Hilarious interview with Ann Coulter. Dumbfounded!!
<a class="postlink" href="https://www.thetimes.co.uk/article/the-magazine-interview-the-firebrand-us-pundit-ann-coulter-on-brexit-frustration-date-rape-and-how-she-inspired-donald-trump-jsr5prtt9">https://www.thetimes.co.uk/article/the- ... -jsr5prtt9</a>

גראף » מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:15 am

· #419111
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
אין סאן פראנסיסקא האט איינער איין געווארפן א הויז אן רשות כדי צו בויען גרעסער און דער שטאט הייסט יענעם איבער גענוי דער זעלבער בנין.

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.foxnews.com%2Freal-estate%2Fman-ordered-to-build-replica-of-san-francisco-home-after-illegally-demolishing-building">www.foxnews.com%2Freal-estate%2Fman-ord ... g-building</a><!-- w -->



Sent from my SM-G950U using Tapatalk

החוקר » דינסטאג פעברואר 12, 2019 6:25 am

· #424287
Re: וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
אונגארן האט א מענטשן פראבלעם. @berlbalaguleh דו וועסט זיך פאסמאקעווען מיט דעם ארטיקל.
<a class="postlink" href="https://news.vice.com/en_us/article/gyayzb/prime-minister-makes-pitch-to-hungarian-women">https://news.vice.com/en_us/article/gya ... rian-women</a>?

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג פעברואר 12, 2019 8:34 am

· #424290
אדער קען מען אהין שיקען אלע בעיביס וואס די ליבעראלן ווילן הרגענען ביים געבוירן, והכל יבוא על מקומו בשלום

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:48 am

· #424302
החוקר
אונגארן האט א מענטשן פראבלעם. @berlbalaguleh דו וועסט זיך פאסמאקעווען מיט דעם ארטיקל.
<a class="postlink" href="https://news.vice.com/en_us/article/gyayzb/prime-minister-makes-pitch-to-hungarian-women">https://news.vice.com/en_us/article/gya ... rian-women</a>?

החוקר: ייש"כ. איך מיין אז ער איז נאך פון די קלוגסטע רעגירונגס פיהרערס אין יוראפ. ער האט א סאך שכל הישר. נאר כ'האב מורא אז ער איז א ביסל אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם...!

מ'דארף געדענקען אז אין רוב פון די מזרח אייראפעאישע לענדער, אויב זיי טאלערירן אידן אין זייער לאנד, איז שוין גוט. ווייל די באפעלקערונג, סיי אין פוילן און סיי אין אונגארן איז אנגעשטעקט מיט אנטיסעמיטיזם. שוין פון דורות...אין אונגארן, למשל, ווירבלט נאך דער אור אלטער בלוט בילבול פון ..."טיסא-עסלאר"...וואו די גויים האבן געמאכט א בלוט בילבול אויף אידן איבער א שיקסע מיט'ן נאמען עסטער שאלימאשי, וועלכע האט געארבעט ביי אידן, בערך 150 יאר צוריק). און קורץ פאר פסח איז זי פארשוואונדן געווארן. און די גויים די אנטיסעמיטן האבן געמאכט א בלוט בילבול אז די אידן האבן זי געהרג'עט און גענימען איהר בלוט פאר די מצות. און כאטש ס'איז געווען א משפט. און די אידן זענען קלאר ריינגעוואשן געווארן פון א יעדן שולד. טענה'ן די (היינטיגע) אנטיסעמיטן אז די אידן האבן אונטערגעקויפט דעם דזשאדזש אז ער זאלל ציען דעם משפט לטובת זיי...!

שפילער » זונטאג יוני 25, 2023 11:58 am

· #529602
בן תורה
א דראמאטישע פאסירונג האט זיך היינט אפגעשפילט אין טיילאנד ווען מען האט אפגעפונען 12 יונגע קינדער פון א סאקער טיעם וואס זענען געגאנגען שפאצירן אין א cave מיט זייער סאקער קאוטש, נאכן זיין פארלוירן פאר גאנצע 9 טעג.

די געשיכטע האט זיך אנגעפאנגען פאריגע וואך שבת, יוני 23, ווען זיי זענען געגאנגען שפאצירן אין די cave פארקירענדיג זייערע ביציקלעך אינדרויסן און זענען ווארשיינליך געווארן סטאק נאכדעם וואס עס האט דארט שטארק גערעגנט פאראורזאכנדיג פארפלייצונגען דארט אין די cave.
א פארק באאמטע האט באמערקט די פארקירטע ביציקלעך און אלאמירט די אינסטאנצן וואס האבן מיט הילף פון באאמטע פון די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אמעריקע, אוסטראליע, טשיינע און נאך, דורכגעפירט א מאסיווע זוכעריי אבער מען האט זיך נישט געקענט אפגעפונען, דערביי געבענדיג שוואכע שאנסן זיי צו טרעפן לעבעדיג.
היינט, נאך איבער 9 טאג זיי זוכן האט מען אפגעפונען אלע דרייצן מענטשן אין א גוטן צושטאנד, אבער זיי זענען נאך דערווייל סטאק דארט אין cave צוליב וואס עס איז זייער שווער זיי ארויסצונעמען פון דארט צוליב די שווערע פארפלייצונגען דארט.
און יא פון דעי פאסירונג איז אויך דא א מאווי גאר גאר א גיטע מאווי . סאיז ווערט צו זעהן
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14