וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
אוי טאטיעפעס באריכטן פון א נעווי סיעל קאמנדיר וואס איז געהארגעט געווארן שבת אין אפגאניסטאן. ווייסט איינער מער?
איך ווייס נישט וועגן שבת, אבער דעס איז געשען היינט:
An Afghan woman wearing a police uniform shot dead on Monday a civilian contractor working for Western forces in the police chief's compound in Kabul, NATO said.
The incident is likely to raise troubling questions about the direction of an unpopular war.
It appeared to be the first time that a woman member of Afghanistan's security forces carried out such an attack.
There were conflicting reports about the victim.
Read on…firefighters shot, 2 dead in western NY
איך ווייס נישט וואו צו שטעלן די נייעס, די עד וואס איז ערשינען אויף קרעיגליסט:
BLUE BLOODS IS SEEKING REAL HASIDIM FOR UPCOMING EPISODE IN JANUARY
Date: 2012-12-18, 9:01PM EST
Reply to this post <!-- e --><a href="mailto:bluebloodsextras@gmail.com">bluebloodsextras@gmail.com</a><!-- e -->
BLUE BLOODS IS SEEKING REAL HASIDIM FOR UPCOMING EPISODE FILMING IN JANUARY. ** PAID ** NO EXPERIENCE NEEDED **
POSSIBLE WORK DATES ARE WED 1.9, THUR 1.10, AND MON 1.14. MUST HAVE ALL DAY AVAILABILITY ON ONE, TWO OR ALL THREE DAYS. ESPECIALLY LOOKING FOR MEN WITH BEARDS AND PAYOS. ALSO, PLEASE INDICATE IF YOU HAVE YOUR OWN SIDDUR, TALLIS, TZIT TZIT, TEFFILIN, ETC FOR THE SHOOT.
PLEASE EMAIL <!-- e --><a href="mailto:BLUEBLOODSEXTRAS@GMAIL.COM">BLUEBLOODSEXTRAS@GMAIL.COM</a><!-- e -->
WITH A RECENT PHOTO, CONTACT INFORMATION, UNION STATUS (NON UNION OF SAG/AFTRA) AND AVAILABILITY
THANK YOU!!
Compensation: SCALE
This is a part-time job.
Principals only. Recruiters, please don't contact this job poster.
Please, no phone calls about this job!
Please do not contact job poster about other services, products or commercial interests
איינער האט דא די אייגענע ציט-ציט?...
קו-קא.. גייען זיי האבן איימיצן!?
די וועבסטער פאליציי אינוועסטאגעישאנס זאגן אז די פייער איז געווען אונטערגעצונדן דורכן שיסער, אנגרייטנדיג זיין שיסעריי אקט. דער צוויי-און-זעכציג יעריגער שיסער האט זיך געשאסן נאך וואס די געדעכטע רויעך האט אים געהאלטן בעפארן דערשטיקן. ער האט שוין אפגעדינט א טערמין פון זיבעצן יאר אין טורמע פארן הארגענען זיין באבע. בלומבערג: נאר איין טערמין?! ביים דריטן טערמין, בין איך שוין אין משוגאים סענטער.
א ניין יעריג קינד איז געשטאכן געווארן אינדרויסן פון זיין היים אין נוארק ניו גערסי. פאליציי האבן אונטערגענומען א העפטיגע אינוועסטאגעשאן ארום דעם געגענט. די בילדינג האט פארמאגט א סעקיוריטי גארד ביים טיר. דער שטעכער האט וויירשיינליך שוין צוריקגעגעבן זיין גאן, און פארדינט זיין הונדערטער.
די טראנספארטאציע דעפארטמענט האט היינט געמאלדן אז קומענדיגע וואך וועלן די פעט באנען אנהייבן פארן א גאנצן טאג רונדע דעם זייגער, צום ערשטן מאל זינט סענדי. "די לעזער פון די שינעס האבן אפגעהאלטן ווייטערדיגן רייזעס" זאגט די קאמישאנער. נו, לעזער האט דאך שוין געמופט. וואס איז יעצט?!
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: הצלחה אפטיקעל. מיט אונזערע גלעזער, ווער ברויך נאך דעם לעזער סערג'ערי?! ווער ברויכעס?!
נעכטן
פייער דעפארטמענט אין טשעלסי זענען געצווינגען געווען צו אויסליידיגן א זיבן שטאקיגע בילדינג, נאך וואס א גרויס שטיק פון דעם ניין-און-פערציג יעריגן בילדינג איז אראפגעפאלן. די טראנספארטאציע דעפארטמענט האט אראפגעשטעלט א סיטי באס פארענט פונעם בילדינג צו פלאצירן די איינוואוינער. "אז מ'איז שוין סייווי אויפן באס, קען מען דאך שוין פארן קיין ווערמאנט." דריקט זיך א איינוואוינער אויס.
פאליציי אין ראקלענד קאונטי האבן אונטערגענומען א אינוועסטאגעישאן נאך וואס א זעקס-און-דרייסיג יעריגע פרוי איז אראפגעפאלן פונעם פערטן שטאק אינעם ראקלענד פאליסיידס מאלל. דאס איז בלויז די פערטע מאל וואס איינער איז אראפגעפאלן אין יענעם מאלל. "ביי די גרויסע שניי גליטשן פאלן שוין מער מענטשן." זאגט א איינגעשטעלטער.
פאר די איינוואוינער אין בעלל-הארבער האבן זייערע איצטיגע חגאות א אנדער באדייט, נאך וואס זיי האבן באקומען גענערעיטארס, און זייערע הייזער זענען באלאכטן געווארן צום ערשטן מאל זינט סענדי. "איך וועל היינט נאכט שלאפן מיט אלע לייטס אנצונדען אין מיין הויז" זאגט א איינוואוינער. "איך קען שוין ענדליך אויסלעשן דעם 'פעסטערייזט' טינקל ניגון" זאגט א צווייטער. "כ'האב פונקט נעכטן אויסגעטרינקן דעם לעצטן גלעזל ווארימע דייעט-קאוק פון פריזשעדער" ברויזט אן עלטערער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ארכיטעקט מענעדשמענט'. מיר נעמען אן אראפצושטעלן הייזער נעבן געשטראנדענע סיטי-באסעס.
אין א שולע אין הארלעם האט א אכט יעריג קינד ביים ערהאלטן זיין מתנה א 'טעדי-בער' אינעם פארמאכטן שאכטל, געטראפן דעם 'בער' באוואפענט מיט א גאן. ס'קינד האט אויפגעהויבן דעם בער, און דעם גאן צייגענדיג מיט שטאלץ דעם נארוואס באקומענעם מתנה. די בלומבערג אדמיניסטראציע איז נישט באזארגט, ווארום ס'בער קען סייווי נישט טרינקן קיינע קאלירטע נעגל וואסער.
פאליציי אין קווינס זענען אויף א זוך אקציע נאך א קאר מיטן דרייווער וואס האט איבערגעטרעטן און דערהארגעט א אכט-און-דרייסיג יעריגע פרוי. איבערלאזנדיג איר מאן א טרעפיק אגענט, און צוויי קינדער. "אין ווערמאנט איז ער זיכער נישט". זאגט א אויספארשער. "דארט איז קיין ביג-וויל לעין'ס נישט פארהאן" פירט ער אויס.
א פייער האט אויסגעבראכן אינעם קאנסטראקציע ארט נעבן דעם ווארלד טרעיד סענטער געבוי. וואו פיר גארביטש קאנטעינערס זענען ארויף אין פלאמען. דער אורזאך וואס האט געפירט דערצו איז נאכנישט באקאנט. קיינער איז נישט געשעדיגט אדער געשאסן געווארן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קדם'. אונזערע פראדוקטן זענען נישט קיין נעגל וואסער. יאפ, ס'איז א רעקארד ברעיקינג אז אונז זענען בדעה אחת.
א קאר איז אראפגעפארן פונעם שאסיי אריין אין א וואסער נעבן דשעי-עף-קעי לופטפעלד, דערהארגענדיג איינעם און נאך דריי אנדערע פארוואונדערט. דער צוויי-און-דרייסיג יעריגער דרייווער איז ארעסטירט געווארן פארן דרייוון אנגעטרינקן און אן לייסענס. לויטן דרייווער זענען געווען נאך צוויי אינעם קאר, וואס זענען געזיכט געווארן אונטערן וואסער, זיי זענען ווארשיינליך אנטלאפן. "מיר אנטלויפן קיינמאל נישט". זאגט אן ארבעטער ביי 'לי עוו פאוטאו'.
א רעסטוראנט אין מענהעטען גרייט זיך צו ברעכן א רעקארד פון מאכן דעם שנעלסטן פיצא קומענדיגע חודש. 'בראנאו-דייפעביאו' דריי-און-פערציג. זאגט אז א דזשאדש וועט זיין אנוועזענד, און ער קוקט ארויס זיין געפלאנטע שנעלקייט פון פונף-און-צוואנציג סקונדעס, זאל איבערשטייגן דעם פריערדיגן רעקארד פונעם גינעס ווארלד רעקארד מיט זאל אכט-און-צוואנציג סקונדעס. "זאל נאר די גינעס רעקארד זעהן אונזערע שנעלקייט פונעם סערוויס" שרייט דער אדוואקאט פאר לי עוו פאוטאו.
א יונגע פרוי ווערט פארהאלטן פארן ארויסווארפן צוויי קראנקע קעצלעך אויפן גאס אין קווינס. איינע איז געשטארבן נאכן טרעפן. "דאס איז א פארברעך" זאגט די פאליס קאמישאנער. "ארויסלאזן א הינט אן א בענדל אדער ווייער, איז א קרימינאל" פירט ער אויס. "און מען קען זיצן". "ביי אונז אין לי עוו פאוטאו האבן מיר קארדלעס פאונס מיט א ווייער. "מיטן געדרייטן בענדל, קענט איר זיצן אויפן פלאץ און רעדן".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'אדאראמא פאוטאו'. יאפ, מיט א רעקארד שנעלקייט זענען אלע אנטלאפן ווי אין וואסער, צו לי עוו פאוטאו.
עפעס האט זיך אויסגעמישט די יוצרות. וואו קומט אריין לי עוו. פאטא?
קארדלעס טעלעפאן מיט א ווייער?
איך האב מורא אז די באריכט איז געשריבן געווארן דורך דעם ארעסטירטן דרייווער...
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=_ETSewS8F4Q">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... ETSewS8F4Q</a>
Does this belong here? i am not sure since i am new to this place.
What do you think? is it kind of premature for him to give statments?
Your comments please.
א פרוי האט אריין שפאצירט אין די באן שינעס ביים הונדערט-פונף-און-צוואנציגסטע סטאנציע אין הארלעם, פארענט פון א קעגנקומענדע באן. א צומישעניש הערשט נאך וואס אלע באנען פון יענעם ריכטונג, זענען פארשפעטיגט. זי איז אין א סטאבעלאזירטן צושטאנד אין שפיטאל.
אז קיינער שטיפט נישט אריין, האט זי געברויכט אליינס גיין..
א אלטע פארפאלק און א צוועלעף יעריג קינד זענען געפינען געווארן טויט אין א פייער אין בראנקס היינט אינדערפרי. די פייער האט אראפגעברענגט דעם דריי שטאקיגע בילדינג. אנדערע דריי זענען פארוואונדערט געווארן, אראפטאנצנדיג פונעם דריטן שטאק. אינוועסטאגעיטארס קלערן אז דאס איז א אונטערגעשטעלטע פייער. "ס'שרעקעדיג צו זעהן די מענטשן טאנצן פון אויבן". זאגט א צוקוקער. "ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי איינער האט זיי געשטיפט".
אז קיינער שטיפט נישט, ברויך מען אליינס טאנצן.
איטליכע ארעסטירט און דריי בילדינגס אויסגעליידיגט אין מענהעטען, נאך וואס פאליציי האבן געפינען אויפרייס מאטריאל. "צוגאב צו די שעדליכע גאנס, איז אויך געווען אויפרייס שטויב". זאגט קאמישאנער קעלי. שכינים דרוקן אויס זארג. "ס'איז נישט צום באגרייפן וואס מענטשן זענען אלס אויסן צו טוהן". זאגט די נעקסטע טיר שכנ'טע. "ס'פארלאנגט זיך א עקסטערע נאוז-קליפ. כ'מיין, פיסקל קליפ דערפאר". פירט זי אויס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'טורן-סטייל-מקוה-טירן'. מיר דרייען זיך קיינמאל אליינס. אויב קיינער שטיפט נישט, בלייבן מיר שטיין.
The new year arrived welcome to 2013
שמעקעדיגעפעס האט זיך אויסגעמישט די יוצרות. וואו קומט אריין לי עוו. פאטא?
קארדלעס טעלעפאן מיט א ווייער?
איך האב מורא אז די באריכט איז געשריבן געווארן דורך דעם ארעסטירטן דרייווער...
די נייעס איז געשריבן געווארן דורכן שרייבער ספעציעל אין ליכט פונעם מעגא דריי טאג'עדיגן סעיל פון ליע עוו. פאטא (מארגן/היינט דינסטאג איז טאקע די לעצטע טאג). לויפט און כאפט מציאות...!
טויזענטער ארבעטער האבן אנטייל נעמען אינעם אפזויבערן טיימס סקווער, נאך וואס מאסן זענען זיך צוזאמגעקומען נעכטן נאכט. צוויי הונדערט סענאטאנציע טרעקלעך זענען געווען אין דינסט דורכאויס דעם טאג. "מארגן וועט אלעס זיין צוריק ווי בעפאר" זאגט די סענאטאנציע דעפ. "איך גלייך זייער דעם נייעם יאר חאגאות" זאגט איינע פון די פארזאמעלטע. "אבער פארוואס פאלט דאס אויס פונקט אינמיטן יאר, אין די פארנומענסטע צייטן?!
א מאן איז היינט אינדערפרי דערהארגעט געווארן נאכן אריינפאלן אין די שינעס פונעם לאנג איילענד רעילראוד, אין ניו-הייד-פארק ניו יארק. די שינעס זענען געווען אפגעשפארט צווישן די פען-סטאנציע און היקסוויל סטאנציע. אויספארשער גלייבן אז זינט די שינעס פארמאגט טורן-סטייל-טירן, האט ער דאס פרובירט אויב ס'דרייט זיך אן שטיפן.
איבער הונדערט פייער לעשער זענען היינט געווען אין א קאמף מיט א העלישן פייער וואס האט אויסגעבראכן אין נארט-בערגען ניו גערסי. נעבן דעם האדסען ריווער. דריי בילדינגס פון די זיבעצן אינעם קאמפלעקס האבן אפגעברענט נאך וואס געז האט געהאלטן דעם פייער געשפאנט, און נישט געלאזט פארלעשן. ס'איז אומקלאר די מאטיוו פונעם געז, ער וועט פארהאלטן ווערן אין א משוגאים צענטער ביזן פארצעס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'טאחריר סקווער' אין עגיפטן. אונז ברויכן נישט אזויפיל אפזויבערן. די פארזאמלונגען געפאלן אויס יעדן אנהויב חודש.
פאליציי האט אראפגעשאסן א מאן אין פארט גרין געגענט אין ברוקלין, נאך וואס דער מאן איז אריין אין א בילדינג מיט א שערל און נישט געוואלט אראפלייגן נאכן פאליציי פארלאנג. ער געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד אין שפיטאל. 'סטעיפלס' זאגט אז ס'איז נאכנישט דא קיין פארלאנגען דאס אראפצונעמען פון די פאליצעס.
ניו גערסי גאווענער קריסטי האט אויסגעגאסן זיין גרימצארן אויף בעינער און קאנגרעס, פארן נישט לאזן ארויפברענגען נעכטן פאר א שטימע אין קאנגרעס דעם הילפס-פעקל פאר די סענדי געליטענע. "זאל ער פרעגן די איינוואוינער פון סי-געיט וואס מיינט ווארטן צוויי וואכן" האט קריסטי גשריגן מיט צארן "עס איז א שאנדע". בעינער האט געמיטליך ראגירט: "סי-געיט? זאל מען מאכן א 'שבת-ניו-גערסי".. (נייעס: י.מ.)
פאר א לאנג איילענד מאן האט זיך די מזל צושפילט נאכן ווערן אפגעשטעלט דרייווענדיג אנגעטרונקן, איז ער ארעסטירט געווארן, און ווערט אצינד אנגעקלאגט פארן געפינען ביי אים א גאן אין פארעם פון א סעל-פאון. 'טויס-פאר-יו' זאגט: אז זייערע שפילצייגן אין פארעם פון סעל-פאון, פארמאגן נישט קיין שעדליכע זיסע פליסיקייטן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עפל'. מיר גרייטן זיך ארויסצוגעבן אונזער נייעם פאון מיטן נאמען "איי-שער". אין פארעם פון א שערל.
א מאן מיט א רעוואלווער איז אפגעשטעלט געווארן ביים פרובירן זיך אריינכאפן אין א שולע אין ריי-נעק ניו יארק. דאס האט פאורזאכט א צומישעניש צושטאנד, וואס האט געפירט אז עטליכע שולעס זענען געווארן אפגעשפארט. ער איז אפגעשטעלט געווארן ביים טיר דורך א ארבעטער אינעם בילדינג, און איז גלייך אנטלאפן. פאליציי האבן דערווייל קיינעם נישט געטראפן. "זוכן פאר א מאן מיט א רעוואלווער, איז היינט פון די גרינגסטע זאכן" זאגט א לערער "קלאפט נאר אריין צום שכן".
די באקאנטע רענטעל קאמפעני 'עוויס' זענען אינמיטן א אפמאך צו אפקויפן דעם קייט-רענטל 'זיפ-קאר'. די דיעל וועט אנקומען נאנט צו פינף-הונדערט-מיליאן. זיפ-קאר פארמאגט היינט צוטאגס איבער זיבן-הונדערט-טויזענט מעמבערס. ארבעטער אינעם פלאסטישן 'זיפ-לאק' פירמע זאגט אז "ווילאנג די עין הרע שאדט נישט אויף די גארביטש בעגס, וועט אזא געשעפט נישט פארקומען". זאגט ער. "זאלן זיי נאר אראפנעמען דעם רויטן עין הרע בענדל". (נייעס: י.וו.)
דער על-קאידא טעראריסט 'אביד נעסיר' איז היינט געברענגט געווארן פון פאקיסטאן קיין ניו יארק, וואו ער וועט אויסשטיין זיין פראצעס אין ברוקלין. ער שטייט אויס קלאגעס פארן פלאנירן אויפצורייסן די באן שינעס אין ניו יארק. אויך איז ער געווען אין א רינג מיטן פלאנירן אויפצורייסן ערטער אין ענגלאנד און מאנטשעסטער. "מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע, ווער ברויך נאך אויפרייסן די שינעס?!" שוימט דער בלינדער דאקטאר. "אריינריקן פאסאזשירן אין די שינעס, איז פילפאכיג גרינגער" שרייט ער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'סענאטאציע דעפארטמענט'. ווילאנג די פייער טראקס וועלן פארמאגן דעם רויטן שטריך. וועלן זיי נישט פארלעשן קיינע מיסט.
א פאמיליע אין קווינס זענען אויפגעהייטערט נאך וואס זייער איין-יעריגע הינט האט זיך צוריק געפינען איר ארט ביי זיי אינדערהיים. די הינט איז אנטלאפן געציילטע סעקונדן בעפאר די געגענט איז פארשוועמט געווארן אינעם סענדי שטורעם. "מ'האמיר אים געזיכט ביז היינט" זאגט א מיטגליד. "אונז וועלן טוהן אלעס ער זאל מער נישט פארשווינדען ווערן" פירט ער אויס. "מ'וועט אים אנטאן א רויטע בענדל אויפן האנט, און א ראבער אויפן היט"
אינוועסטאגאציעס זענען ביי די ארבעט נאך וואס פאליציי האבן געפינען א מענטשליכן קערפער אינעם וואסער ביי געריטסין-ביעטש אין ברוקלין. יענע געגענט איז שטארק געשעדיגט געווארן ביי סענדי, אבער די פארשער זאגן אז דאס איז ווארשיינליך דורך א פארברעך אקט אריינגעווארפן געווארן דארט. דער פארברעכער האט זיכער געמיינט אז ס'איז דא באן שינעס אונטערן וואסער.
א מאן איז געשאסן געווארן צום טויט אין קלינטאן היל געגענט אין ברוקלין. פאליציי זענען ארויסגעריפן געווארן אויף פאלטאן ביי ווענדערבילד נאכן הערן דעם שאס. דער מאן איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז געפינען געווארן טויט. דער שיסער איז ארעסטירט געווארן. בלומבערג: שיסן איז אן אלטן טאקטיק פון פארברעכער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פאפירענע "נאו פארקינג" שילדן. טראץ וואס אלע מקואות פארקויפן די קליינע ראבערלעך. פארמאגן מיר נאך דעם טראדיצינאלע ראבערס פאר די היטן.
זיבעצן פאבליק שולעס וועלן ווערן פארמאכט אין ניו יארק סיטי. "מיר קוקן זיי שוין נאך א לענגערע צייט, און זיי זענען זייער נאכגעלאזט" זאגט א שטאטישער. די עלטערן זענען זייער דערקעגן. "דער מעיאר האט שוין פארשפארט הונדערט-פערציג שולעס!" שרייט 'זעקיאו-אנסארי' א ווארטזאגער פונעם עלטערן פאריין. "ס'איז קלאר א צייכן פון אומפאראנטווארטליכקייט. די נייע שולעס זענען פול ארגער".
ארגער? יונגלעך מיט מיידלעך באנאזאם מסתמא.
פינף זענען פארוואונדערט געווארן אין א עסקאלעיטאר פארמישעניש אינעם גערסי סיטי פעט סטאנציע. ווען דער עסקאלעיטאר האט זיך גענומען פארן מיט א שנעלקייט אויף אראפ אינמיטן ארויף פארן. "מענטשן זענען געפאלן איינער אויפן צווייטן" זאגט א אנוועזענדער. "אבער ס'ארגסטע איז נאך, דאס ברויכן איצט ארויפקלעטערן די הונדערט-אכט-און-צוואנציג טרעפ"
א פערצן יעריג מיידל איז ארעסטירט געווארן און ווערט אנגעקלאגט פארן שפריצן בליעטש אין א אטאקע אויף אנדערע מיידלעך אין סקול. פיר זענען באשפריצט געווארן, איינער איז אריינגעפירט געווארן אין סעמפארד שפיטאל נאך וואס ס'איז אריין אין די אויגן. מיניסטער היינס האט זיך אפגעזאגט פון גיבן א פרעס ריליעס. "אלע סטעיטמענטס זענען שוין אראפגעפאלן".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'שבת עלעוועיטאר'. אונזער צומישטן סיסטעם ועט אייך נעמען אראפ און ארויף ביז איר וועט ווערן אינגאנצן באשפריצט.
עס איז געספאנסערד געווארן דורך היינס. מיר קענען נישט קער נעמען פון 2 בליעטש געשפריצעכץ קעיסעס אויף איינמאל, זאגט ער. עס קען נאך פארמישן דעם שטן!
גאווענער קאומא האט היינט געלאזט פאלן אז ער גרייט זיך ארויסגעגעבן ס'ארגסטע און שטרענגסטע געזעצן קעגן גאנס אין ניו יארק. ער וועט דאס מארגן ארויסגעבן ביי זיין רעדע אין אלבעני. "איך האב דאס שוין אויסגעארבעט מיט די אסעמבלי און סענאט" זאגט ער. בלומבערג זאגט אבער אז ביז די נומער איינס פארברעך איז נאכנישט אויסגעראטן, וועט ער זיך ניטאמאל קימערן מיט מינדערוויכטיגע גאנס אויסראטן.
דריי ארבעטער זענען פארוואונדערט געווארן אין ברוקלין נאך וואס סקעפאלדס איז צוזאמגעפאלן ביי זייער ארבעט אינדרויסן פונעם טאראו-קאלעדש אויף לעקסינגטאן עוועניו. זיי זענען אפגעפירט געווארן אין נ.י. פרעסבאטעריאן שפיטאל. וואו צוויי זענען אין קריטיקעל צושטאנד. אין א סטעיטמענט האט זאך א ארבעטער פון א עסקאלעיטאר קאמפעני געלאזט הערן, אז מיט זייערע סערוויס טרעפט מען זיך פול שנעלער אונטן.
א דזשאדזש אין מענהעטען האט היינט ארויסגעגעבן זיין פסק קעגן די סיטי פאליציי. פארן אפשטעלן אומשולדיגע אויפן גאס און אונטערזיכן אין פריוואטע געגענטער אין בראנקס. קאמישענער קעלי זאגט "דאס וועט נישט אפהאלטן דעם ביוראו פונעם טוהן ס'מאקסימום פאר די זיכערהייט פונעם געגענט". צופרידענע פונעם ארויסקום יובלען: "מ'וועט זיך נישט לאזן זיי זאלן דאס טוהן פאפלעין פאפרי פאפאן".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דאמינאו-ציקער'. ווילאנג די מינדערוויכטיגע גאנס ווערט אריינגעמישט אין יעדן גלעזל טרינקן. וועלן מיר זיך נישט קימערן מיטן נומער איינס פארברעך 'פאפיטעס'.
די זיכעניש נאך גראפיטי שמירער האט זיך געטוישט נאך וואס די אייגנטומער פון א רעסטוראנט אין ברוקלין האט אויפגעכאפט אויף די קעמערע די עלעמענטן וואס האבן אים פארשמירט די ווענט. און לאדענט זיי צו זיין געשעפט אויף גרעיהעם עוו. "אויב וועט מען זיי ארעסטירן, וועלן זיי אפזיצן, און ארויסקומען שמירן ווייטער" זאגט ער. "זאלן זיי מיר אויפמאלן מיט זייערע טאלאנטן פלאקאטן" פירט ער אויס. "די גאנצע געגענט וועט אויסקוקן בעסער".
גאווענער קאומא האט היינט ארויסלייגט זיין מאסיוון גאן קאנטראל געזעצן. און דער פארריקטער מארק לעווין שרייט אז מען דארף אויסטיילן פארן באפעלקערונג רעוואלווערס, כדי מען זאל קענען אויסשיסן די הערשן אז מען זאל נישט אריינקראכן אין זיי אויף די ראודס, ווייל די קארס זענען געמאכט פון פלעסטיק צוליב די רעגירונג'ס אויטא-גאז רעגולאציעס! בלומבערג מיט די גרויס סאדע גלעזלעך קוקט שוין אויס אנשטענדיג קעגן אים... (נייעס: י.מ.)
א ניינציג יעריגע פרוי איז פארוואונדעט געווארן נאכן אריין שפאצירן אין א געשאסענעם בולעט אין ברוקלין. באריכטן זאגן אז די בולעטס זענען געקומען פון א דורכפארנדע קאר, און זייער ציהל איז געווען אנדערע יונגע סטודענטן דערנעבן. בלומבערג לאדענט זיי צו זיין אפיס. "אויב וועט מען זיי ארעסטירן, וועלן זיי אפזיצן, און ארויסקומען שיסן ווייטער" זאגט ער. "זאלן זיי מיר אפשיסן מיט זייערע טאלאנטן" פירט ער אויס. "די גאנצע געגענט וועט אויסקוקן בעסער".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: "קעיף-אן-לי". מיט אונזערע טאלאנטן, קוקט אייער געגענט זיכער אויס בעסער.
שעפטלבלומבערג לאדענט זיי צו זיין אפיס: "זאלן זיי מיר אפשיסן מיט זייערע טאלאנטן" פירט ער אויס "די גאנצע געגענט וועט אויסקוקן בעסער"..
א סקול באס, אויפן וועג קיין נוי יארק, האט זיך איבערגעדרייט אבער ס'קיין קינדער נישט געווען.

געספאנסערט דורך די האצי פלאצי קהילה. ווי ווייניגער חסידים, אלץ ווייניגער פארוואנדעטע.
א מאן מיט זיין צוויי יעריג יונגל זענען געשאסן געווארן אין א פארק אין ברוקלין. פאליציי האבן נאכגעיאגט און ארעסטירט איינע פון די שיסער, דער צווייטער ווערט נאך געזיכט. די געשאסענע געפינען זיך אין קינגס קאונטי שפיטאל אין א סטאבעלעזירטן צושטאנד. "היינט איז דאס קינדס צווייטן גיבורטסטאג" זאגט א פאמיליע מיטגליד". "יאפ. יענער האט גוט קאנטראלירט זיין גאן. #גאן-קאנטראל".
א זעקס און זיבעציג יעריגער איז געפאלן צום טויט נאך א רויבעריי איבערפאל סצענע אויף אים אין פארק סלאופ געגענט אין ברוקלין. ער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נאכן אומפאלן אויף דער ערד דורכאויס דעם רויבעריי. פאליציי זיכן פארן רויבער. אין דעם פאל איז אומקלאר אויב דער רויבער האט זיך באניצט מיט א גאן. #גאן-קאנטראל.
די עסן און דראג אדמיניסטראציע אין ניו יארק פארלאנגען אז די פרעצעדור פון די טאבלעטן פון שלאף פילן, זאלן נידערן די מאס מיליגראם פער טאבלעט. "דאס ברויכן זיי פארלייכטערן נאך וואס געוויסע זענען נאך מיעד אינדערפרי, און ביים דרייוון". פון די מלמד'ס קוק-ווינקל הערט זיך א געוויין "דאס לעצטע ביסן פונעם קנס-געלט, ווילן זיי שוין אויך אוועקכאפן". אבער מאנכע צייגן אן, אז זיי ווילן בלויז קאנטראלירן מיין #שלאף-קאנטראל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'רייט-עיד פארמעסי'. מיר האבן די טאבלעטן וואס וועלן אייך פירן צום באזאר וואס זענען די איינציגסטע וואס פארמאגן די קארס מיט #רעמאוט-קאנטראל.
צוויי גרויסער 'וואסער וועילס' זענען געטראפן געווארן אינדרויסן פונעם וואסער ביים איסט העמפטאן. א זעכציג פיסיגע איז געפינען געווארן אין די פארמיטאג שעות, א אנדערע קלענערע איז געפינען געווארן איטליכע מייל אפגעריקט. "לעצטע חודש האבן מיר זיך געספראוועט מיטן זעלבן סארט גרויסקייט" זאגט די פאליציי שעף פונעם געגענט. "א וואסער קאנטראל וועט מיזן איינגעפירט ווערן" פירט ער אויס.
'הארבערט-ספריגס', זיבן-און-פערציג יאר אלט איז געשטאכן געווארן אין מאנטקלעיר-ניו גערסי. ער איז אליינס צוגעפארן צו א שפיטאל וואו עריז געשטארבן צוויי שעה דערנאך. ס'איז אומקלאר זיין מאטיוו פונעם צופארן צום שפיטאל. "פאר אזעלכע פארברעכער ברויכן מיר א משוגאים הויז" זאגט א ווארט זאגער פאר בלומבערג.
א פייער האט אויסגעבראכן אויפן דאך פונעם צוועלעף שטאקיגן בילדינג נעבן יוניאן סקווער. די אפפארטמענט אויפן אויבערשטן שטאק באלאנגט פאר א געוויסע עקטאריסט וואס איז נישט געווען אינדערהיים אין די צייט. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. אבער א ערענסטע אינוועסטאגאציע איז אונטערגענומען געווארן ווער ס'איז געשטאנען אונטערן פייער. "אונטערן פייער? וואס הייסט ווער? די אונטערשטע שכן!" זאגט קאמישאנער רענט-איז-טו-דעם-היי.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-ענד-בי פיש מארקעט'. ווילאנג די געפילטע פיש וועלן ארויסשווימען פון וואסער, וועט קיין געפילטע קאנטראל נישט איינגעפירט ווערן.
היינט איז די צוועלפטע 'טאג אן הויזן אויף פאבליק טראנספארט'
📎 pants.jpgא ספק ישיבה בחור/ספק מטורף אין ירושלים, (גענומען פון
דא ,די קאממענטס דארט זענען ווערט קעש).
א
קליפ פון די לאנדאנע באטייליגער. וועק עס שמעקט דעם געשעפט קען זעהן פרטים
דא.
נאך די לעצטערע אינערליכע געשלעג, האבן די ניו יארק סיטי שולע-באס דרייווערס יוניאן געלאזט מעלדן אז זיי זענען גרייט פאר מיטוואך אריינצוגיין אין א סטרייק, וואו איבער הונדערט פופציג טויזנעט סטודענדט וועלן פארבלייבן אנע שולע באסעס. "אונז קוקן נאך ארויס פאר א לעזונג בעפארן סטרייק. אבער מיר זענען גרייט דערפאר" זאגט די קאמישענער. דרייווערס איבער די ניו יארק קוקן שוין לאנג ארויס אויף א טאג פון באס-לאזע גאסן.
פאלציי אין סטעטן איילענד האבן היינט ארויסגעגעבן בילדער פון צוויי געזיכטע פערשוינען וואס האבן איינגעבראכן אין א דזשולערי געשעפט אין סטעטאן איילענד. זיי זענען ארויס פונעם געשעפט מיט ליידיגע הענט נאך וואס די אייגנטומער האט געריפן פאר הילף. זיי זאגן אבער, אז זינט זיי האבן געזיכט פאר די מער פרישערע דזשולערי, "די ראפאגאש סטייל" זאגן זיי. "אבער דאס איז נאך אלטע פון בעפאר די חגאות".
דער אכט און אכציג יעריגער פרעזידענט בוש דער ערשטער, איז היינט באפרייט געווארן פון שפיטאל אין יוסטען טעקסעס, נאכן וויילן דארט די לעצטע צוויי חדשים. מאנכע צייגן אן אז ער איז זיך געגאנגען טרעפן מיט קלינטאן דער צווייטער. זינט ער האט איר נישט געטראפן אין 'די צייטונג'. (נייעס: י.וו.)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: סאנדערס בעקעריי. ראפאגאש חלות פארבלייבן ראפאגאש, אפגעזעהן ווי אלט ס'איז.
א מאן איז דערהארגעט געווארן אינעם הונדערט-פונף-און-צוואנציגסטע סטאנציע אין הארלעם, אונטערן באן-שינעס פונעם באן דער זעקסטער. א צווייטער איז פארוואונדעט געווארן אויפן ארט. ס'איז אומקלאר אויב די צוויי האבן געהאט א געשלעג בעפאר. פאליציי פרעגן אויס אנוועזענדע אינעם סטאנציע פאר מער דעטאלן. די קעמרע סיסטעם ארבעט לכאורה נישט נאך זעכצן אונס רעגן וואסער.
יוניידעט עירליינס האט אפגעזאגט פיר-הונדערט-צוויי-און-זיבעציג ארבעטער אין נוארק לופטפעלד. זיי פארבלייבן איצט מיט בלויז דרייצן-טויזענט ארבייטער. "זיי קענען ווייטער בלייבן אינעם לופטפעלד". זאגט 'רעשען דזשאנסאן' א ווארט זאגער פאר יוניידעט. "נאר נישט ארבעטן פאר אונז" פירט ער אויס. טערמינאל פיר האט גענוג בענקלעך.
גאווערנער קאומא האט היינט אונטערגעשריבן -וואס ווערט אויסגעלייגט אלס- דעם שטרענגסטן גאן-קאנטראל געזעץ. נאך וואס ס'איז געווארן איינשטימיג מיט די ניו יארק אסעמבלי נאך די וואלן אינערהאלב דעם סענאט. "איך בין שטאלץ צו זיין א ניו יארקער" שרייט קאומא, "ווייל דא גיבט מען ס'מערסטע אובאכט אויף אונזערע קינדער!". א סקול-באס-יוניאן ארבייטער האט זיך צעשמייכלט. אויפן באס גייען זיי נישט ארויף..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-ענד-עס טשעיר רענטל'. טערמינאל-פיר איז נישט אונזער קאמפעטישאן! די טערמינאל קען ווייטער בלייבן אינעם לופטפעלד, אויפן פליגער גייען זיי נישט ארויף.
די FAA אוויאציע אגענטור האט פארארדענט אז מען זאל דערווייל נישט נוצן דעם נייעם באואינג 787 "דרימליינער" עראפלאן, נאכדעם וואס עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן ביי די בעטעריס אונטערן קאקפיט פונעם פילאט.
די פייערן זענען אונטער אויספארשונג, און די באאמטע האפן אויפצוקומען מיט א סאלושען ווי אמשנעלסטן, כדי צו קענען ווייטער פליען מיט דעם באליבטן (ביי די עירליינס) עראפלאן.


פאליציי האבן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע פארן ברוטאל אנשלאגן מיט בעיסבאל שטעקענעס און קריטיש פאוואונדערן א מאן פון מעסעטשוסעס. דער פיר-און-צוואנציג יעריגער 'קעווין מקעראון' האט זיך קוים ארויסגעזעהן מיט זיין לעבן נאכן געשלעג אינעם גרינוויטש געגענט. נאכאמזל זיי האבן נישט פארמאגט קיין בעיזעם שטעקענעס, דער מעיאר וואלט דאס נאך פארבאטן פארן באניץ.
פאליציי האבן ארויסגעגעבן בילדער פונעם פארשוין וואס זיי זיכן, נאך וואס ער האט צעשלאגן און בארויבט א פרוי אין די לארימער באן סטאנציע זינטאג אין די פארטאגס שעות. 'היינס' האט פרובירט ארויסצושיקן א טעקסט מעסעדש פארן קאמיוניטי. זיין פאון איז אים פארפרוירן געווארן אינדערמיט.
עלטערן אין ניו יארק האבן זיך געספראוועט שלעפן די קינדער אין די שולע'ס. נאך וואס איבער הונדערט-פופציג-טויזענט קינדער זענען געבליבן אנע טראנספארטאציע. "די אכט טויזענט באס דרייווער פלעגן נאר זיין א שטער פאר די טרעפיק אגענטן" זאגט בלומבערג. "א לעזונג וואס איז מיר קיינמאל בייגעפאלן". על-גאור לאזט זיך הערן: די ענווייערמענטאל איז קלארער. גרעסערע דעקלעך פאר סאודע באטלעך זענען צוריק אין ארדער. בלומבערג שימפט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קרן הצלה'. די גאנצע ארגענעזאציע וועט פארפרוירן ווערן אנע בעיזעם שטעקענעס. בלומבערג: הו-קעירס?!
שמעקעדיגדי FAA אוויאציע אגענטור האט פארארדענט אז מען זאל דערווייל נישט נוצן דעם נייעם באואינג 787 "דרימליינער" עראפלאן, נאכדעם וואס עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן ביי די בעטעריס אונטערן קאקפיט פונעם פילאט.
די פייערן זענען אונטער אויספארשונג, און די באאמטע האפן אויפצוקומען מיט א סאלושען ווי אמשנעלסטן, כדי צו קענען ווייטער פליען מיט דעם באליבטן (ביי די עירליינס) עראפלאן.
די
איירופישע אוויאציע אגענטור האט אויך געשריבן אן
אייגענע איסור.
די נעסאו קאונטי דיסטריקט אטורני האט געמאלדן אז זי וועט נישט ארויסלייגן קיין קרימינאלע קלאגעס קעגן דעם דרייווער פונעם קרוזער-שיף וואס האט דערהארגעט דריי קינדער לעצטן זיממער. לויט פארשער האט דער דרייווער נישט געהאט קיין 'טייטל' פארן שיף בשעת'ן עקסידענט. משפחה מיטגלידער שיקן סטעיטמענטס. די פיש אונטערן שיף קוקן מיט נייגער אויפן ארויסקום.
אדוואקאטן פאר די געלע טעקסי'ס האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פרישע געזעצן קעגן די וואס שלאגן זיך מיטן פרייז מיט די דרייווער. די שטורעם איז אנגעדרייט געווארן דורכן פאמיליע פון א דרייווער וואס איז ברוטאל צושלאגן געווארן (דעטאלן ערשט-האנטיג) איטליכע וואכן צוריק, און דער פארברעכער איז ארויס אויף בעיל אנע קלאגעס. "אונזער ברידער ליגט נאך אין א קאומא, און דער פארברעכער דרייט זיך פריי" זאגט א משפחה מיטגליד.
א שולע אין קווינס איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס א זיבן יעריג יונגל איז געפינען געווארן אין קלאס-צימער מיט א גאן. פאליציי האבן שפעטער געפינען א עקסטערע רונדע בולעטס אינעם קינדס ריסעס פעקל. אלע עלטערן וועלן ברויכן אויספולן פרישע אפליקאציעס אז מ'פארמאגט נאר א געפילטערטע גאן מיט סיזי בולעטס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'משפחה' מאגאזין. די טייטלען זאלן נישט שיקן קיינע מעסעדשעס. וועלן די משפחה מיטגליד נישט שיקן קיין סטעיטמענטס.
א פארעשוט האט היינט געראטעוועט דריי פאסאנזשירן פון א פליגער וואס האט געקראכט אין קאנעטיקעיט. דער פילאט -א געוועזענע סיעל-טיעם- האט געעפענט דעם פארעשוט נאכן זיך אנשטויסן אין פראבלעמען, איידער דער פליגער איז אויפגעגאנגען אין פלאמען. איינע איז אין שפיטאל, וואו ער קומט אפ מיט בלויז מילדע וואונדן. בלומבערג שטודירט אויב פארעשוטן קען ראטעווען פון גאנס "מ'ברויך איינשטעלן פארעשוטן אין אלע שולעס איבער ניו יארק".
צוויי טויט נאך וואס א לאנג איילענד רעיל-ראוד באן האט אריינגעקראכט אין א דורכפארענדע קאר. די מעטראפאליטען טראנספארטאציע דעפארטמענט זאגט אז דער דרייווער איז געזעהן געווארן רעדנדיג אויפן סעל-פאון געציילטע מינוטן בעפארן קראך. און דער קאר איז אריינגעפארן אויף די שינעס, ארום דעם פארמאכטן צוים. די פארט-אטארוטי טאלל שטיבלעך פארקויפן נישט זייערע פארמאכטן צוים.
צוויי פייערלעשער זענען פארכאפט געווארן אין א בילדינג פייער אויף בעדפארד עוועניו נעבן נארט אכט. נאך צוויי דערנעבענדע געשעפטן זענען אריבערגעכאפט געווארן מיטן ווילדן ווינט. די צוויי זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אונטער א סטאבעלירטן צושטאנד. "פייער פארכאפן די רעטער, אנע גאן-שיסער דערינען אויך" זאגט די פייער קאמישענער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'צוועלעפטע סיעל-טיעם'. מיר פארכאפן נישט קיינע ארבעטס-לאזע. ליבערשט לאזן מיר זיי פליען מיטן פארעשוט נאכן געקראכטן באללון.
א מאן ווערט געזיכט דורך פאליציי אין וועסט-ווילעדש, נאך וואס ער האט פרובירט דורכפירן א רויבעריי מיט א גאן. דער מאן האט שפאצירט נעבן א אפארטמענט בילדינג אויף טאמפסאן סט, ווען די פרוי איז ארויף האט ער איר נאכגעוואקט און פרובירט צו בארויבן. ער איז אנטלאפן מיט ליידיגע הענט נאך וואס פאליציי זענען גערופן געווארן דורך שכינים. נעבן א אפארטמענט בילדינג מיט בליעטש, וואלט ער שוין בעסער אנגעקומען.
נאך א וואך פונעם שולע באס דרייווער סטרייק. האט שוין געפלאצט דאס געדולט פון געוויסע, און זיי האבן אוועקגעגעבן דאס געפלאצטקייט, און געפלאצט די רעדער פון צוועלעף באסעס אין א פריוואטן פארקינג לאט אין גרינפויענט געגענט אין ברוקלין, וואו באסעס זענען פלאצירט. דרייווער לייגן דאס אן אויף די יוניאן, צוליב וואס די קאמיטע האט אויפגענומען נייע דרייווערס וואס זענען נישט אינעם יוניאן. "שטעכן רעדער, איז נישט אונזער גאנג" זאגט א דרייווער.
א פייער האט אויסגעבראכן אין א אייזן פאבריק ווערהאוז אין נארט-ארלינגטאן ניו גערסי. נאנט צו צוואנציג ארבייטער זענען פארפרוירן געווארן אין די פראסטיגע קעלט אויפן גאס. איין פייער וואלאונטיר איז אין שפיטאל מיט מילדע וואונדן. ס'האט געדויערט צוויי שעה צו פארלעשן. זעהט אויס אז א אייזן פאבריק מיט א סוכה דערינען ברענט בעסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'היילפרין-הסעות באס קאמפעני'. מיר שטעלן צו באסעס פאר די גרעסטע קאמפאוטישנס. שטעכן רעדער וועט ווייטער בלייבן נישט אונזער גאנג.
'דעלל' איז אין די נייעס די טעג צוליב זייער שוואכע איינקופט אינעם לעצטן קווארטאל, מיקראסאפט קוקט אצינד אריין אין אפקויפן שעירס אין די דעלל פירמע. נישט געזארגט 'מייקל דעלל' דער גרינדער פון דעלל איז נישט קיין רחמנות, טראצדעם וואס דריעמליינער איז פארגאנגענע וואך געקומען צו אפשטעל, האט זיך מייקל איינגעהאנדעלט א דריעמליינער פאר 15 מיליאן דאללאר אלס פרייוועט דזשעט פאר וואקאציע צו קענען מיטנעמען 250 פריינט. דו קענסט איינעם וואס האט 250 מענטשן מיטצונעמען אויף וואקאציע?...
די מזל איז שלעכט געגאנגען פאר א לאנג איילענד מאן, נאך וואס פאליציי האט אים אפגעשטעלט פארן (פתח) פארן (קמץ) שנעל אויפן שאסיי, און געפינען ביי אים א גאן. נאך שלעכטער איז אים געגאנגען נאך וואס זיי האבן אנדעקט אין זיין הויז נאך איטליכע גאנס מיט שעדליכע וואפן און בולעט פרוף וועסטלעך. ער שטייט אויס שווערע קלאגעס. "די גאר שעדליכע וואפן זענען נישט וואס מ'זעהט אפט. שווערדן מיט פייער דראנטן איז נישט א זאך פון וואס ער וועט זיך אזוי גרינג ארויסדרייען" זאגט א סופערווייזער.
א מערדער איז אנטלאפן פון א פאליס סטאנציע אין ברוקלין, נאכן ארעסטירט ווערן פאר א מארד פון צוויי יאר צוריק. דער פיר-און-צוואנציג יעריגער 'ברענדאן סענטענע' איז נישט געווען פארבינדן ווען ער האט אנגעהאקט דעם נישט-באוואפענטעם אפיציר וואס האט אים באוואכט און אנטלאפן. "ארויסדרייען איז נישט אלס דעם אנטווארט" האט זיך דער פארברעכער אויסגעדרוקט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דעלטא'. פארט מיט אונז אויף וואקאציע, מיר נעמען מער נישט קיינע גרופעס מער פון 250 מענטשן.
זייער שיין. אבער א דריעמליינער קאסט נישט קיין 15 מיליאן.
אפשר פעלט פשוט א 0, ווייל די פרייז איז בערך ביי 150 מיליאן.
א גרויסע שריפה דאנערשטוג אין טשיקאגא
די וואסער איז געווארען געפרוירן
📎 BBb15U7CQAAsokR.jpg 📎 BBb130LCUAAU29P.jpg
א פערציג יעריגע מאמע מיט איר דריי יעריג קינד זענען געפינען געווארן געשטאכן צום טויט אין זייער אפארטמענט אין ענגלוואד ניו גערסי. פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטאגאציע. שכינים ווייסן נישט איבער אקטיוויטעטן די לעצטערע טעג דארט. "דאס אז זיי זענען געשטאכן געווארן מיט א מעסער" זאגט גאווענער קאומא. "צייגט אז גאנס זענען שוין א פארגאנגענהייט". מעסער-קאנטראל אויפן אגענדע.
זיכט איר וואו צו פייפן? קומט קיין מענהעטען! די 1.3 מיליאון 'דאונט-האנק' שילדן איבער ניו יארק סיטי ווערן אראפגענומען ביזן סוף פונעם יאר. 'די פייפעריי וועלן ווייטער אנגעהאלטן ווערן, אפגעזעהן אז די שילדן זענען שוין נישט דא אובאכט צו געבן'. זאגט א טעקסי דרייווער. דער בלינדער פעטרעסאן טרויערט דערויף. דאס איז נאך געווען די איינציגסטע שילד וואס ער האט געוויסט גענוי וואו דאס געפינט זיך...
א הויעך-שולע אין בראנקס איז אפגעשפארט געווארן פאר איטליכע שטונדען היינט פארמיטאג. נאך א געשלעג צווישן סטודענטן, און א סטודענט האט ארויסגעצויגן א שפילצייג גאן. די גאסן זענען אנגעפולט געווארן מיט מאסן עלטערן וואס זענען געקומען אפנעמען זייערע קינדער. "נאך די אלע שיסערייען, ברויך מיין קינד דאס צוזעהן?" ברויזט א טאטע פון א זיבן יעריגס. "פאלשע גאנס, עכטע גאנס. מ'קען קיין מטעמים דערפון נישט מאכן" פירט ער אויס. (נייעס: דשעי)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'טיב-טוב הארדווער'. פאלשע מעסערלעך, עכטע פייפערלעך. די שבת-בעלל פייפעריי ברויך א קאנטראל.
א ניו גערסי טראנזיט באן איז ווידער אין די נייעס. דאס מאל נאך וואס א באן האט אריינגעקראכט אין א טרעילאר אנגעפולט מיט פעינט, אין ליטעל-פאללס ניו גערסי. צעהן זענען פארוואונדערט געווארן. פעינט האבן זיך אנגעזעהן ביז גאסן אוועק, מערערע קאלירן האבן באגאסן דעם גאנצן ארום. א ווארטזאגער פאר קאלמעוואסער זאגט אז 'ווידער' איז אלץ אין די נייעס.
די מערדער פונעם מאמע און קינד וואס איז אפגעפינען געווארן טויט אין זייער היים אין ענגלוואד ניו גערסי, איז היינט ארעסטירט געווארן. און ווערט אנגעקלאגט פארן מארד. פאמיליע מיטגליד זאגן אז זיי האבן זיך געקענט פון בעפאר, און א געשלעג האט געפירט צום טויטליכן סצענע. "אזא געשלעג הייבט זיך געווענליך אן איבער א שטיקל קעיק" זאגט א דיטאקטיוו.
די ניו יארק סיטי פאליציי לופט-פלאטע האט אפגעראטעוועט א קאמערציאלע-שיף קאפיטאן ווען עריז צוזאמגעפאלן אין די וואסערן נעבן דעם וועריזאנאו בריק. די פאליציי העליקאפטער האט אראפגעלאזט א פאראמעדיק און א דאקטאר, און דערנאך אריינגעפירט דעם קאפיטאן אין שפיטאל. א טרעפיק אגענד'קע איז נאכגעשיקט געווארן דערנאך, פארן איבערלאזן דעם שיף אינמיטן וואסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'תפארת בעקעריי'. מאסן שלאגן זיך נאך אונזער דריי-קאליר קעיק. זינט מערערע קאלירן באגיסן דעם גאנצן ארום.
שעפטל
די מערדער פונעם מאמע און קינד וואס איז אפגעפינען געווארן טויט אין זייער היים אין ענגלוואד ניו גערסי, איז היינט ארעסטירט געווארן. און ווערט אנגעקלאגט פארן מארד. פאמיליע מיטגליד זאגן אז זיי האבן זיך געקענט פון בעפאר, און א געשלעג האט געפירט צום טויטליכן סצענע. "אזא געשלעג הייבט זיך געווענליך אן איבער א שטיקל קעיק" זאגט א דעטעקטיוו
לאמיר האפן אז דער מערדער וועט באקומען צוגעטיילט לכל הפחות 10 יאר.
א באמבע האט אויפגעריסן, ביי א זייטיגע טיר אין די געביידע פון די אמעריקאנע אמבאסאדע, אין אנקארא די טערקישע הויפטשטאט.
די אויספרייס איז געווען ארום 1:30 נאכמיטאג טערקישע זייגער. דערווייל איז באריכטעט געווארן איבער צוויי טויטע וועכטער, און נאך עטליכע פארוואונדעטע.
דערווייל איז נישט קלאר צו עס איז געווען אן אונטערגעלייגטע באמבע, דאס איז געווען א זעלבסטמארד אטאקע. קיין טעראר גרופע האט ביז יעצט נישט גענומען פאראנווארטליכקייט.
ברוך דיין האמת. הרב עדווארד איירווינג קאטש איז נעכטן נאכט (בערך 2:00 פארטאגס) נפטר געווארען אין הויכען עלטער פון 88 יאהר. הרב קאטש איז געווען אן אמעריקאנער אדוואקאט און פאליטיקער. ער איז געווען א קאנגרעסמאן פון די זיבענצעטע ניו יארקער דיסטריקט פון 1969 (איבערגענומען הרב קופערמאן) ביז 1973 (איבערגענומען דורך דזשאן מורפי), און פון די אכצענטע ניו יארקער דיסטריקט פון 1973 (איבערגענומען טשארלעס רענגעל) ביז 1977 (איבערגענומען דורך הרב גרין), און בירגערמייסטער פון ניו יארק פאר דריי קאדאנציעס פון 1978 (איבערגענומען הרב אברהם ביעם) ביז 1989 (איבערגענומען געווארען דורך הרב דוד דינקינס).

הרב קאטש איז געווען פון די דעמאקראטישע קהלה, און האט אין די יונגע יאהרען געלערנט אין די ען.וויי.יו. ישיבה פון געזעץ.
הרב קאטש האט אסאך אריינגעכאפט אין די בחור'ישע יאהרען, וואס האט זיך געצויגען פון די בר מצוה ביז די פטירה. א הארץ אטאקע האט געמאכט א סוף צו זיינע ימי הבחרות.
די באריכט איז געספאנסערט דורך די בליטש געשעפט אויף ראבלינג. נחום האט געכאפט שוין לאחר ימי הבחרות, און זיין הארץ קלאפט נאך אלץ.
א מין מאדנע מעשה דאס.
פארלוירן געווארן די שליסל פון ארון קודש, און מ'האט געליינט אינעם ספר בשעת ס'איז געליגן אינעווייניג אין ארון קודש.
איך כאפ נישט פונקטליך וויאזוי, אבער כך היה המעשה, ליינט און שטוינט:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50359">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50359</a>
זייער פשוט, די ארון קודש דארט האט א פענסטער וואס האט א צוים (ראטשעס בלע"ז) מען שטעקט אריין די הענט צווישן צוויי שטאנגן פונעם צוים, און מען עפנט דעם ספר תורה און מען ליינט.
א מיידעל האט באקומען א חודש תפיסה פאר רעדען מיאוס צו א שופט.
foxnewsinsider.com/2013/02/05/video-girl-curses-at-florida-judge-at-hearing-gets-sentenced-to-extra-30-days-in-jail/
די געיעג נאך א דזשיפ אין בראנקס האט זיך געענדיג נאכן דאס אפגעפינען צוויי מייל אוועק פון וואו דאס איז גע'גנב'ט געווארן. אינאיינעם מיטן דזשיפ איז אויך אפגעפינען געווארן די זיבן חדשים קינד וואס איז געווען דערין בשעתן גניבה איז דורכגעפירט געווארן. די קינד איז אפגעפירט געווארן קיין מאנטיפיורי שפיטאל. וואלאונטירן געזיכט צו איבערנעכטיגן ביינאכט.
פרעזידענט אבאמא האט געלאזט וויסן אז ער פלאנט אפצושאטן זיין ערשטע באזוך קיין ארץ ישראל. די לאנג געפלאנטע שלום אפמאך אינעם מיטל מזרח רייען איז אויף די אגענדע. געלטער וועלן פארטיילט ווערן פאר שולעס וואס ברענגען ארויס סטודענטן מיט פענדלעך. באזיכן ביי אלע הויעך באאמטע ווערט אויספלאנירט. אנדערש ווי אנדערע, וועט זיך די פרעזידענט נישט באהאלטן אין א קעמפ נאכן צוריקקער.
ניו גערסי גאווענער קריסטי האט היינט אויף א שאו זיך געלאזט וואול גיין אויף זיין איבערוואגיגקייט. זאגנדיג ווי שווער ס'איז אים צו לויפן פאר א פאזיציע נישט מאכנדיג די ריכטיגע אימפרעשאן אויף די וויילער. אבער אויך האט ער אפגעווארפן אז דאס וועט אים אפהאלטן פון לויפן פאר פרעזידענט. "די ווייסע האוז פארמאגט נישט קיין שילדן 'נאו-פאאד-אלאוד' זאגט ער.
וויצן אין א זייט געלייגט. ברענגטס אריין עפעס עסן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'מעקדאנעלד'. פלאנט איר צו לויפן פאר פרעזידענט? נישט געזארגט. מיר האבן פאר אייך ספעציעלע שיך צו לויפן.
אריין אין צימעס 😂 😂
צענדליגע טויזענטער זענען אויסגעשאלטערט געווארן פון לעקטער איבער די טריי סטעיט געגענט. אין קאנעטיקעיט זענען באריכטעט געווארן אזויפיל ווי פערצן טויזענט פאמיליעס אנע לעקטער. אין קווינס איז אויך א גרויס חלק באריכטעט געווארן זייענדיג אין די פינסטערניש. פלעש-לייטס זענען קיינע אפציעס פאר די לאנג איילענד איינוואונער. זיי קוקן זיך אום אויב זייערע וואון ערטער זענען נאך צווישן די לעבעדיגע.
טיילן פונעם לאנג איילענד עקספרעסוועי זענען נאך פארשפארט דערווייל, און איז ערווארטעט צו בלייבן ביז שפעט ביינאכט צוליב די רייניגן פון גרויסע שטיקלעך אייז. גאווענער קאומא זאגט אז איבער פיר הונדערט טראקס זענען ביי די ארבעט, און האפט ווי פריער דאס צוריק עפענען. "דאס איז די גרעסטע מאובילעזירטע אקט צו רייניגן א שאסיי אין ניו יארק היסטאריע" זאגט ער. בלומבערגט פרעגט מיט וואונדער "וואס נעמט אזוי לאנג צו רייניגן א שאסיי?".
די ניו יארק מעטראפאליטאן טראספארטאציע דעפארטמענט איז פארנומען אפצורייניגן די שינעס וואס פירט ארויף צו די נארט זייט. די הויעכע שניי און אייז האבן זיך אנגעלייגט צווישן די שינעס, וואס פארשווערט די ארבעט. אבער זיי זאגן אז ס'איז צו ערווארטן א בלויזע האלבע שעה פארשפעטיגונג פונעם געווענליכן סקעדזשועל. "א קליין טעלערל שמאלציגע הערינג, ווערט שוין שנעלער אפגעשאוועלט" זאגט א פויער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פארק עוו. פרוכט און וועדזשעטעבל'. מיר האבן די גרעסטע אויסוואל צו באצירן אייערע שניי-מענטשן. קומט אריין, און בעהט פאר זכרי'
מערערע שולעס אין קאנעטיקעיט זענען דערווייל פארמאכט זינט דעם בליזארד, צוליב וואס די דעכער זענען אנגעלייגט מיט אייז. גאווערנער 'מילאו' פארשפרעכט ביז ענדע וואך וועט אלעס זיין צוריק צום אלטן. 'ביל פארוועלאו' פון די מענעדשמענט זאגט אז די קאלטע וועטער לאזט נישט די אייז זיך אויפלאזן.
נאך פון קאנעטיקעיט: צוויי געפינען טויט אין א קאר באדעקט מיט שניי.
ניו יארק מעטראפאליטען טראנספארטאציע האט געמאלדן אז מערסטענסטייל באנען זענען צוריק ביי די געווענליכן סיסטעם. אויסער די שינעס פון 'ניו העווען' געגענט וועלן נישט פארן. מערערע באסעס זענען צוגעשטעלט געווארן פאר די מאטאריסטן פונעם געגענט. "די קלינען די באסעס וועט זיין ס'שווערסטע טייל פונעם ארבעט" זאגט זכרי', די הויפט פון די באסעס.
דריי ספרי תורה זענען געגנב'ט געווארן פון א ביהמ"ד אין בראנקס. די ספרים זענען אנגעבליך אריינגעגעבן געווארן צו די פאליציי ווערנדיג געגנב'ט זונטאג נאכט, פון די יאנג-איזאריעל-אוו-מאשלאו-פארקוועי אין בראנקס. "געוויס איז דאס געווען א איד" זאגט די רב פונעם שול. "ער האט געברויכט א צווייטן ספר אויפגעמישט ביי שקלים". אבער די פאליציי שעף זאגט אז אויף די קעמרע קוקט נישט אויס קיין איין ספר בכלל אויפגעמישט "אלעס איז געווען פארמאכט אינגאנצן". זאגט ער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'אפסטעיט ראאפינג'. מיר מאכן זיכער אז די שניי פאלט נישט אויף קיינע דעכער. "דעכער אנע בילדינגס איז אונזער פראפעקשאניסט".