ד.ה. "א רחמנות'דיגער טויט"?
וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
די איינציגסטע ווארט אינעם גאנצען ארטיקעל וואס איז אפשר עברית איז "שעט", חוץ אויב "קעמפ" איז אויך עברית...
שמעקעדיגד.ה. "א רחמנות'דיגער טויט"?
אוודאי, אזוי טוט מען אייביג.
כאגעזען א שטיק צייט צוריק א קליפ, כעלעס אויפזוכן.
געפילטע פישדי איינציגסטע ווארט אינעם גאנצען ארטיקעל וואס איז אפשר עברית איז "שעט", חוץ אויב "קעמפ" איז אויך עברית...
"לא הספיק לבלום"
אויך נישט עברית?
זר זהבגעפילטע פישדי איינציגסטע ווארט אינעם גאנצען ארטיקעל וואס איז אפשר עברית איז "שעט", חוץ אויב "קעמפ" איז אויך עברית...
"לא הספיק לבלום"
אויך נישט עברית?
תהלים פרק לב פסוק ט:
אל תהיו כסוס כפרד אין הבין במתג ורסן עדיו לבלום בל קרב אליך
פירש"י:
עדיו לבלום - בשעת עדיו שאתה מקרדו ומקרצפו אתה צריך לסוגרו במתג ורסן שלא יקרב אליך, בלימה בלשון משנה לשון מסגר, פיו בלום רגליו מבולמות (במסכת בכורו').
"כסוס כפרד" דארף א באזונדער'ן אשכול..
געפילטע פישדי איינציגסטע ווארט אינעם גאנצען ארטיקעל וואס איז אפשר עברית איז "שעט", חוץ אויב "קעמפ" איז אויך עברית...
פארדעם האב איך געשריבן 99.9 פראצענט איז לשה"ק.
ערשטע מאל וואס איך הער א היימישע נאמען פאר א טראפישע שטורעם...
טראפישער דעפרעשאן "אייזיק" האט זיך היינט פארמירט אינעם אטלאנטיק אוישען, לעת עתה פארמאגט ער ווינטן פון בלויז 35 מייל א שעה, אבער ס'איז ערווארטעט אויסצושטייגן אלס א טראפישער שטורעם במשך די טאג (ווען די ווינטן דערגרייכן העכער 39 מייל א שעה) און שפעטער אלס א האריקען (ווען די ווינטן דערגרייכן העכער 73 מייל א שעה) און לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט ער אנפאלן אויף פלארידא קומענדיגע אנהייב וואך, אלס א קאטעגאריע 2 האריקען אדער מער (צווישן 96 מייל א שעה און 110 מייל א שעה איז א קאטעגאריע 2, פון 111 ביז 135 איז א קאטעגאריע 3).

טראפישע שטורעם "אייזיק" גייט אין די פיסטריט פון "איירין"
<a class="postlink" href="http://wilderaboutweather.blogspot.com/2012/08/isaac-vs-irene.html">http://wilderaboutweather.blogspot.com/ ... irene.html</a>

אייזיק קומט קיין ברוקלין? איירין איז אנגעקומען דא זייער אפגעשוואכט פון דעם ווייטן וועג.
דערווייל קוקט אויס ווי ער גייט קיין פלארידא, די צושטעל צו "איירין" איז בלויז די פאקט אז ביידע זענען פארמירט געווארן אויפן זעלבן פלאץ אינעם אטלאנטיק, גענוי אינעם זעלבן ענגלישן יאר טאג, און "איירין" האט אויך לכתחילה אויסגעקוקט ווי ער גייט קיין פלארידא אויפן זעלבן פלאץ ווי ס'זעט אויס אז "אייזיק" וועט גיין, אזוי ווי מען זעט אין די בילדער פונעם בלאג הנ"ל.
אלזא ס'איז נישט זיכער אז ס'וועט ביים ענדע אויך זיין ווי "איירין", אבער עכ"פ דערווייל איז עס אין אירע פיסטריט.

בס"ד
די מתפללים ביים כותל המערבי זענען ווידער אויפגעשוידערט געווארן פון די נדריגע פראוואצירנדע מעשים תעתועים וואס א געוויסע ארגעניזאציע מיטן נאמען 'נשות הכותל' האבן ווידעראמאל אדורכגעפירט אויף די שטח וואס די מתפללים דאווענען ביים כותל, כדי אנצורייצן די ערליכע אידן. געווען איז עס ווען א צאל פרויען זענען אריין אין צענטער פונעם גרויסן שטח פארנט פון כותל וואס איז געווידעמעט פאר די הונדערטע מתפללים און געפרובט אפצורעכטן דארט א אומווערדיגע צערעמאניע נישט אויסגעהאלטן לפי די אידישע גייסט און הלכה.
די רב הכותל המערבי, הרה"ג ר' שמואל ראבינאוויטש, האט אויסגעדרוקט זיין שוידער און טיפע צער פונעם אויפפירונג פון די דאזיגע גרופע אין צענטער פון אזא הייליג מקום קדוש. "פילע מתפללים קומען צום כותל המערבי זיך אויסגיסן מיט תפלה און אנשטאט זיך קענען איינצוגן מיט די הייליגקייט וואס הערשט אויפן פלאץ ווערן זיי געצווינגען מדי חודש בחדשו בייציוואוינען א פאליטישע קריגעריי פון א עקסטרימע גרופע וועלכע פירן דורך פראוואקאציעס מיט די ממשלה, און ווילן דוקא פוגע זיין אין די הייליגקייט פון דעם ארט, און געפילן פון די מתפלים. "דער כותל המערבי איז א ארט פון אחדות מיט כלל ישראל" האט ער געזאגט, "און נישט א פלאץ וואו אויסצוליפטערן פאליטישע דיפערענצן איבערהויפט דורך אזעלכע פארשוינען, (פארשוינקעס 🙂 ) עס טוט מיר מורא'דיג וויי אז זיי האבן דירעקט אויסגעוועלט דאס פלאץ צוליב זייערע פאליטישע אינטערעסן, עס צו פארוואנדלען פאר א שלאכטפעלד, א מקום מריבה. חוץ פון דעם וואס דאס איז בפירוש אנטקעגן די פסק פונעם בית משפט העליון וואס פארבאט אדורכצופירן אזוינע אקטיוויטעטן ביים כותל.
און בפרט יעצט בימי הרחמים והסליחות, וואספארא ווערט האט א תפלה וואס ברענגט קריגעריי, מחלוקת און חילול השם" הרב ראבינאוויטש האט גערופן צו די ארטיגע אויטאריטעטן פארלאנגענדיג מיטן פולסטן תוקף זיי זאלן זען אז די נאכאנאנדע פראוואקאציעס וואס איר גאנצע ציהל איז בלויז זיך טשעפען און וויי טוהן די געפילן פון די מתפללים, זאל זיך נישט איבערחזרן אין די צוקונפט.
די משטרה האט אראפגעהאלטן און ארעסטירט פאר אויספארשונג דריי פון די פרויען וועלכע האבן אנגעפירט די פראוואקאציעס, און האבן קלאר געמאכט פאר זיי אז די דאזיגע אקטיוויטעטן זענען נישט אקצעפטירבאר און זענען אומלעגאל לויטן געזעצן וואס די געריכט האט באשטימט.

ראסיזם קומט מיט א פרייז.
פאראייניגטע שטאטן – לאס אנדזשעלעס
א געריכט האט געקנס'ט א האטעל מיט א סומע פון 1.2 מיליאן דאלאר קנס אין אנטשעדיגונג צוליב וואס זי האט פארשיקט א גרופע אידן פונעם האטעל.
שענגרי-לא האטעל אין לאס אנדזשעלעס וועט באצאלן 1.2 מיליאן דאלאר קנס פאר די גרופע אידן וואס זי האט פארשיקט. אזוי האט א דזשורי אין אין קארליפאניע געריכט פאראורטיילט די וואך.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען א גרופע פון 18 אידן האבן אריינגעגעבן דעם אנקלאגע, באשולדונדיג די האטעל פירערשאפט צוליבן האבן זיי ארויסגעווארפן מיט צוויי יאר צוריק ווען זיי האבן אנטיילגענומען אין א געלט אקציע לטובת די ישראלישע מיליטער אפגעראכטן אין שענגרילא האטעל אין סנטה מאניקא. זיי האבן פארציילט אז בערך א שעה אנדערהאלבן נאכן אנהויבן דעם געשעהעניש זענען אלע משתתפים פארארדנט געווארן צו פארלאזן דאס פלאץ און גלייכצייטיג אראפנעמען אלע שילדן וואס זיי האבן אויפגעהאנגען. די גרופע טענה'ן אינעם אנקלאגע אז די אייגענטימערן פון האטעל זייענדיג א איסלאמישע אפשטאמיגע האט געשימפט ווען זי האט אויסגעפינען אז ס'האנדלט זיך פון א אידישע אקציע. שרייענדיג "טראגט ארויס די אידן פון דאנעט".
אין געריכט האט זי אפגעלייקנט אלע טענות און געזאגט אז זי האט זיי קיינמאל נישט געהייסן פארלאזן דעם האטעל אדער שווים באסיין, נאר לויט איר האט די אקציע פשוט זיך נישט געפירט לויט האטעל רעגולאציעס און פירערשאפט, אבער לויט ווי א געוועזענע האטעל ארבעטער עדות געזאגט האט זי אים און זיינע קאלעגן אנגעזאגט ארויסצובאגלייטן די אנוועזענדע אויסער די האטעל-שטח. די דזשורי האט אנגענומען זיין עדות און אויף דעם ארויף באשולדיגט אז די אייגענטומערין אין איר סטעף האט דערמיט עובר געווען אויף די פרייהייט רעכטן פון קארליפאניע וואס פארבאט האטעלן אדער סיי וועלכע אנדערע ביזנעס קאמפאני צו דיסקרימנירן צווישן רעליגיעס. און וויבאלד אין אונזער פאל האט זי נאך אויך, בייזוויליג געהאנדלט, ברויך זי אצינד באצאלן די פולע סומע וואס די אנקלעגער האבן פארלאנגט אין געריכט.

וועלכאם בעק מר' פעדער
א דרינגליכע אויספרעג איז אדורכגעפירט געווארן די וואך איבער ירושלים, אנגעפירט דורך די פארטרעטער פון די געגנטער צוזאמען מיט דער פארזיצער פון "די טראפיק אויטאריטעט" אין ירושלים, הרב חיים מילער. וואו איינוואוינער האבן אויפגעברענגט אלע זייערע פאלאנגען און בקשות, פארשלאגן איבער אלע סארט זאכן וואס דארפן באהאנדלונג און פארבעסערונג.
הרב חיים מילר האט פארזיכערט די איינוואוינער פון די געגנטער אז די טראפיק באאמטע זענען גרייט אגאנץ יאר אויסצוהערן אלע זייערע זארגן, און ער פערזענליך איז שטענדיג דא צו דער האנט אין יעדן הינזיכט סיי מיט א אפענע ליניע אגאנצע וואך, און סיי מיטן אויפנעמען קהל אין די אפיסעס פון אגודת ישראל בירושלים - יעדע מיטוואך נאכמיטאג, און אלעס נאר כדי צו שטיין צוהילף מיט א גרייטע פלייצע, באדינען אלע תושבים, און פארזיכערן אז זיי באקומען אלץ וואס קומט זיך זיי מיט רעכט, און נישט מיט גענאדע.
די שטארקסטע פראבלעם וועלכע איז געווען אויפן אגענדע דורכאויס דעם אויספרעג איז געווען די פובליק טראנספארטאציע – אין געגנט בכלל – און כותל בפרט, אויף וואס הרב מילער האט פארשפראכן איבערצוגעבן אלע טענות צו די פארטרעטער אין כנסת, און בפרט צו הרב ישראל אייכלער, דער סגן פארזיצער פאר טראנספארטאציע, און הרב דוד אזולאי, פארזיצער פון קאמיטע פאר ציבורישע פארלאנגען אין כנסת, מיטן תנאי אפצוהאלטן א קריטישע זיצונג מיט אלעס וואס האט שייכות צו טראנספארטציע אישוס אין געגנט.
אין געוויסע געגנטער זענען אויסגעדרוקט געווארן שטארקע טענות געגן די שבת פארשוועכונגען און חילול קדושת ירושלים בפרט די וועלכע שפילן זיך אפ בפרהסיה, וואס א גרויסע טייל קומ ען פאר מיט פריצות און צומאל אליינס, דורך שטאטישע איינגעשטעלטע.
אויף עורך דין (אדוואקאט) ר"א אגסי און געריכטליכע ראטגעבער עו"ד מר כהן איז ארויפגעלייגט געווארן דעם פליכט אריינצוקוקן אינעם נושא וויאזוי זיך צו שלאגן דערקעגן און וואסערע מיטלען אונטערצונעמען דערביי אזוי ארום עס בעז"ה צו פארמיידן אין די צוקונפט.
צו די פילע בקשות פון די תושבים איז אפגעהאלטן געווארן א גרונטליכע אינטערזוכונג אויף די בתי עלמין, שייח. אדר. און דער ביה"ח נעבן אלט-שערי צדק שפיטאל, ווען אלע זענען דערציטערט געווארן פון די שרעקליכע פארלאזטקייט אויף די ערטער. און די פארנאכלעסיגקייט פון די אויטאריטעטן, און פארשידענע אנדערע גורמים, בשייכות מיטן רענארווירן די מצבות, פארריכטן לייטונג, ארויסגאנג, קראנען, צוימען, און טויערן, אינדערצייט וואס אין די דאזיגע בתי חיים ליגן באהאלטן קדושי עליון, און טויזנטע אידין קומען פון די גאנצע וועלט מתפלל זיין אויף די פלעצער וועלכע געפינען זיך פשוט אין א מצב פון הפקר
הרב מילער האט שפעטער דערהיינטיקט אז ער האט זיך געוואנדן צום שר הדתות און די נויטיגע אינסטאנצן וועלכע זענען אחראי דערויף, און אויב וועלן זיי נישט ערהאלטן קיין צופרידנשטעלנדע ענטפערס וועט מען ארויסגיין מיט א קול מחאה און א וויי געשריי אויף די פאקט אז אין דעם עיר הקודש והמקדש קענען אזעלכע הייליגע פלעצער אויסזען אזוי. די מחאה וועט זיכער אויפטוהן אזוי ווי זיי האבן אויפגעטוהן ביי די הר הזיתים וועלכע איז אין אסאך א בעסערן צושטאנד היינט, און די פארריכטונג ארבעט גייט דארט אן מיט פולן טעמפא
ארומגייענדיג די געגנטער, מיטן שלוס פון די אויספרעג, זענען אפירגעקומען בקשות אז די דעוועלאופינג ארבעט ארום ירושלים ביי יעדן פראיעקט זאל זיך אפשטעלן גענוג פרי בעפאר יעדן יום טוב. שבת, יו"ט, חול המועד זאלן נישט פארקומען קיינע ארבעט, און אויך אז די פלעצער וועלכע געפינען זי אין צענטער פון גראבונגען זאלן זיין סדרים אזוי אז די איינוואוינער און טויזנטע באזוכער זאלן נישט ליידן פון די גרובער און מסוכנ'דיגע לעכער.
ווי אויך איז פאלאנגט געווארן זיך אראפצוזעצן און גענוי באשטימען ווער עס איז פאראנטווארטליך צו פארזיכערן אז די מוסדות אין בתי חינוך אין שטאט זענען אין א גוטע צושטאנד און ווערן כסדר נאכגעקוקט. אין די דאזיגע טעג איז ערווארטעט אז די געגנטער-פארטרעטער, צוזאמען מיט הרב מילער דער פארזיצער פון טראפיק-אויטאריטי זאל אויפברענגען זייערע טענות פאר די העכערע פענסטער אין די רעגירונג, די שטאטישע פירערשאפט, טראנספארטאציע מינעסטעריום, און פאליציי וכו'. עס איז געקומען די צייט צו ברענגען א ענדע צו די ביוראקראטיע האט הרב מילר צוגעענדיגט זיינע ווערטער.

שמואל הלויטראפישע שטורעם "אייזיק" גייט אין די פיסטריט פון "איירין"
<a class="postlink" href="http://wilderaboutweather.blogspot.com/2012/08/isaac-vs-irene.html">http://wilderaboutweather.blogspot.com/ ... irene.html</a>
נא, אחורי אשה!
געפילטע פיששמואל הלויטראפישע שטורעם "אייזיק" גייט אין די פיסטריט פון "איירין"
<a class="postlink" href="http://wilderaboutweather.blogspot.com/2012/08/isaac-vs-irene.html">http://wilderaboutweather.blogspot.com/ ... irene.html</a>
נא, אחורי אשה!
אייזיק האט אנגענומען דיינע דברי מוסר, און ער האט געטוישט גאנג.
ער איז אויפן וועג קיין פלארידא...
(יעצט זיי מוחה, נו פריצות! אולי וועט ער ווידעראמאל טוישן גאנג 😂 )
שמואל הלויגעפילטע פיששמואל הלויטראפישע שטורעם "אייזיק" גייט אין די פיסטריט פון "איירין"
<a class="postlink" href="http://wilderaboutweather.blogspot.com/2012/08/isaac-vs-irene.html">http://wilderaboutweather.blogspot.com/ ... irene.html</a>
נא, אחורי אשה!
אייזיק האט אנגענומען דיינע דברי מוסר, און ער האט געטוישט גאנג.
ער איז אויפן וועג קיין פלארידא...
(יעצט זיי מוחה, נו פריצות! אולי וועט ער ווידעראמאל טוישן גאנג 😂 )
דו מיינסט טאקע אז ער וועט טרעפן מער פריצות אין פלארידע ווי אין ניו יארק?
ספעציעל יעצט מיט די ריפאבליקען קאנווענטשען, צופיל פריצות וועט ביי די רעליגיעזע פאנאטיקער נישט זיין.
זילבער גנב געכאפט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2973954&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

וואס קען מען טוהן אזא צייט
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/video/#/video/us/2012/08/27/stuck-accelerator-help.kcci">http://www.cnn.com/video/#/video/us/201 ... -help.kcci</a>

11 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארען ווען א הונדערט יעריגע דרייווער האט ארויפגעבעקט אויפען סיידוואק, פאליס זאגט אז זיי גלייבן אז דאס איז נישט געווען במזיד.....
<a class="postlink" href="http://losangeles.cbslocal.com/2012/08/29/8-injured-when-car-jumps-curb-at-south-la-elementary-school/">http://losangeles.cbslocal.com/2012/08/ ... ry-school/</a>

שטערן11 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארען ווען א הונדערט יעריגע דרייווער האט ארויפגעבעקט אויפען סיידוואק, פאליס זאגט אז זיי גלייבן אז דאס איז נישט געווען במזיד.....
<a class="postlink" href="http://losangeles.cbslocal.com/2012/08/29/8-injured-when-car-jumps-curb-at-south-la-elementary-school/">http://losangeles.cbslocal.com/2012/08/ ... ry-school/</a>
דער דרייווער לייקענט אז זיין עלטער קען כאטש "אפשר" האבען א שייכות מיטן עקסעדענט אבער יעדער פארשטייט שוין...
איך דענק אז מוואלט געדארפט מאכען ספיציעלע טעסטען פאר עלטערע מענטן צי טעסטען צי זיי זענען נאך שייך צי דרייוון. פינקט ווי ממאכט אן איי טעסט בא לייסענס רינואל דאף מען טעסטען צי ער איז נאך נישט עובר בטל אדער כאטש א פרישען ראד טעסט.
סעמסאנג באצאלט פאר עפל א לאו סוט פון א ביליאן דאלאר, מיט 30 טראקס פוהל מיט ניקל'ס. א סך הכול פון 20 ביליאן 5 סענט קאוינס
<a class="postlink" href="http://en.paperblog.com/samsung-pays-apple-1-billion-sending-30-trucks-full-of-5-cents-coins-294795/">http://en.paperblog.com/samsung-pays-ap ... ns-294795/</a>

די דזשאוק איז נאר ווען מ'ווייסט נישט ס'איז א דזשאוק. 😂
טאמבל סאססעמסאנג באצאלט פאר עפל א לאו סוט פון א ביליאן דאלאר, מיט 30 טראקס פוהל מיט ניקל'ס. א סך הכול פון 20 ביליאן 5 סענט קאוינס
<a class="postlink" href="http://en.paperblog.com/samsung-pays-apple-1-billion-sending-30-trucks-full-of-5-cents-coins-294795/">http://en.paperblog.com/samsung-pays-ap ... ns-294795/</a>
אויב זיי זענען אזוי קלוג האבען זיי שוין געקענט מאכען 5 מאל בעסער מיט פעניס.
אריינטרעטנדיג אין די זעכציגסטע יאר זינט חינוך עצמאי גרינדונג.
היינט וועט מען אריינטרעטן אינעם נייעם יאר פון לימודים פון יאר תשע"ג אינעם לאנגן היסטאריע פון די נעץ פון מוסדות וועלכע זענען אונטערן מעכטיגען אויטאריטעט פון מרכז חינוך העצמאי וואו עס לערנען שוין היינט בלע"ה קרוב צו הונדערט טויזנט תלמידים, - א שטארקע וואוקס - אין 246 חדרים און מיידל שולעס וועלכע פונקציאנירן 72 שטעט און געביטן איבערן ברייט פון די גאנצע לאנד.
אין די אפיסעס פון חינוך עצמאי צייכענט מען אפ דאס אריינטרעטונג אינעם זעכציגסטן יאר זינט די רבנים הגאונים צדיקי הדור האבן געגרינדעט חינוך עצמאי כדי זי זאל שיצן און אפראטעווען די חינוך פון די צוקונפטיגע דורות.
אין לויף פון די יארן זענען שוין אריבער הונדערטער טויזנטער תלמידים דעם שמעלץ טאפ און חינוך סיסטעם אין זייערע מוסדות ווערנדיג ערצויגן דורך זיי לתורה ולמצוות, און די פארצווייגטע בליענדע נעץ פון איבערגעגעבנע מחנכים און עקספערטן טוט ווייטער פארזעצן זיך שטארקן און זיך פארברייטערן צו טראגן דעם פאן פון חינוך מיטן ערציען די צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער אין די הונדערטע מוסדי החינוך צעזייט און צעשפרייט אין יעדן ארט און שטעטל ווי א איד געפינט זיך נאר אין אלע עקן פון דאס לאנד.
די פירער פון 'חינוך עצמאי' באצייכענען דאס זיי זען בחוש די סייעתא דשמיא וואס באגלייט זיי אויף טריט און שריט מיטן באפעסטיגן און אויסברייטערן די אקטיוויטעטן פון דעם 'חינוך' איבער אלע שיכטן און שאטירונגען פון פאלק, און וואו די גרויסע גדולים וועלכע האבן איר ערפינדן טוען איר באלייכטען מהוד קדשם, אז אזא ריזיגע אימפעריע זאל קענען אנגיין. און דאס איז וואס געט זיי די פארלאנגטע כוחות בייצוקומען אלע מכשולים און שוועריגקייטן וואס ווערן געשטעלט אין וועג, אדורך די רשעי ישראל וועלכע שטעלן אונטער שטרויכלונגען, צו שטערן זייערע פעולות און אפשניידן חלילה צווייגן פון דער הייליגער בוים פון כלל ישראל
אין אזא ריזן אקטיווער מסגרת זענען אייגעשטעלט היינט צוטאגס נאנט צו 8,000 מחנכים וועלכע גיבן זיך אפ מיט א מורא'דיגע געטריישאפט צו לייגן די גרונט-שטיינער פאר די צוקונפט פון אונזער חינוך – מיטן ערציען 100,000 תלמידים, אינגלעך און מיידלעך, וועלכע לערנען אין העכער פון 3,000 קלאס צימערן אין די פילצאליגע בנינים איבערן גאנצן לאנד.
צוזאמען מיט דעם איז באריכטעט געווארן אויף א וואוקס אין די מסגרת פון ספעציעלע קלאסן פאר קינדער וועלכע נויטיגן זיך אין 'ספעציעלע באהאנדלונג'. אזוי אויך ווערט צווישן די 'חינוך' אקטיוויטעטן אנגעפירט א גרויסע סיסטעם פון 'צוזאמעגשטעלטע כיתות' אינעם ברייטפארצווייגטן נעץ פון בתי חינוך וואס געהערן צו חינוך עצמאי.
די הויפט אנפירער פון חינוך עצמאי, די מנהלים, און פארשידענע אפטיילונגען אין שפיץ פון דער פארזיצער הרב אברהם יוסף לייזערזאן, און סגן יושב ראש הרב צבי בוימל האבן אנגעוואנדן שטארקע כוחות אין די לעצטיגערע חדשים איבערצופרישן די נויטיגע אנווייזונגען און רעגולאציעס מיט די מיטגלידער פון הנהלת מרכז העצמאי אנצוקומען צום עפענונג פון נייעם יאר הבעל"ט מיט פרישקייט און התחדשות. די ארבעטן פון די געטרייע שטאב האט זיך בעיקר באצויגן מיטן אנגרייטן די חדרים און שולעס לכבוד די נייע לערן יאר דורך שליכטן און באשיידן אלע סארט פינאנציעלע און עדיוקטיווע פראבלעמען, פאררעכטן די סטרוקטורן ס'זאל זיין גרייט צו אקאמעדירן די תלמידים צום נייעם יאר, א עפעקטיווע סיסטעם און א מסודר'דיגע אופן צו קענען אקצעפטירן די טויזנטער פרישע תלמידים אויף א שנעלען לייכטן וועג, און זיי צופאסן צו דעם מוסד וואס איז זיי דאס מערסטע געאייגנט.
מטעם מרכז החינוך איז איבערגעגעבן געווארן אז זיי זענען באוואוסטזיניג צום פאקט אז עס פעלט נאך אויס פארשידענע רענארווירונגען אין אסאך מוסדות חינוך און א צאל שטעט איבערן לאנד, וואו די תלמידים לערנען זייער צעדרוקט און אין אוממענטשליכע באדיניגונגען, און זיי האפן אז ס'וועט זיי געלונגען זיך צו שטארקן אויך איבער די אלע שוועריגקייטן, צעזאמען דערמיט האבן זיי געלאזט מודיע זיין אז עס וועט ווערן געטאן אלס איז זייער כח, צו ערלעדיגן אלעס אנבאלאנגט טראנספארטאציע.
די ראשי החינוך האבן צוגעלייגט און געזאגט אז זיי זעהען א גרויסע ברכה אין די געבענטשעט וואוקס אין די מוסדות, ווען פון יאר צו יאר טוען די מוסדות וואקסן און בליען אין אבנארמאלע נומערן, דאקעגן דער פארדארבענע פרייע "אלגעמיינער חינוך" שרינקט אלץ מער און מער, אינדערצייט ווא אפילו אזעלכע עלטערן וואס זענען ווייט פון תורה לעבן, בעפארצוגן אבער ענדישער צו שיקן זייערע קינדער לערנען אין די מוסדות פון חינוך עצמאי כדי זייערע קינדער זאלן באקומען א אויסגעהאלטענע חינוך מיט אידישע מסורה און מדות טובות וישרות.
אין מרכז חינוך עצמאי אין ירושלים איז אויפגעשטעלט געווארן א באזונדערע אפטיילונג וואס דינט ווי א אקטיווע צימער יעצט אין די דאזיגע טעג מיטן עפענונג פון נייעם יאר. זיי טוען פונדערנאנט האלטן א אויג אויף אלעם וואס טוט זיך אפ אינעם ריזן פארנעם פון חינוך עצמאי און וועט העלפן לעזן שווערע שאלות און פראבלעמען וואס מאכן זיך אלץ אין די ערשטע שטאפלען און צייטן פון א נייע לערן יאר.

די האוזינג אגענטור אין ארץ ישראל האט אנגעהויבן מיטן אויספארקויפן די 5,000 יוניטס וועלכע ווערן געפלאנט צו בויען אין דעם נייעם חרדי'שן שטאט 'חריש'. דאס איז זעהר גוטע נייעס פאר די יהדות החרדית אין ארה"ק וויבאלד דער נייער שטאט חריש וועט לינדערן די גרויסע מאנגל אין וואוינונגען וועלכע הערשט אינעם געגנט.
נאכוואס עס וועלן באשטימט ווערן די רעזולטאטן פון די אויספארקויפונגען וועט זיך בעזר השם אנהייבן די דעוועלאופמענט און בוי פראיעקטן. אונטערן ראט און ברכה פון גדולי ישראל שליט"א איז אויפגעשטעלט געווארן א צענטראלער וועד, מיט די מיטגלידערשאפט פון פארשטייער פון אלע שיכטן אינערהאלבן חרדי'שן ציבור פון וועלכע דער שטאט וועט פארמירט ווערן כדי צו פארטרעטן אלעמענס רעכטן, און וואס מאכט זיכער צו פרעזערווירן און פארזיכערן די דירות זאלן פארקויפט ווערן אויף א ביליגן פרייז.
נאכן פארענדיגן די לאנג פארצויגענע געזעצליכע און פירערשאפטליכע אומצאליגע נושאים, און נאכן אויספלאנירן די פונקטליכע גרויסצוגע בוי פלאנירונגען וועלכער האט זיך געצויגן במשך פינף יאר, האט מען צום לעצט ערהאלטן די נויטיגע ענדגילטיגע ערלויבענישן צו בויען. אזוי האט דער מאיאר און בוי אופזעהער הרב אריאל אטיאס געמאלדן די וואך.
א ספעציעלער מסיבה איז אפגעראכטן געווארן צוזאמען מיט די מידיא און פרעסע אין די צופרי שעות אין די בנינים פון שר הבינו (בוי פארוואלטער) אין ירושלים וואו עס איז איבערגעבן געווארן אלע לעצטיגע פארשריטן וועלכע זענען עררייכט געווארן. ארויסברענגענדיג די באדייט פון בויען נאך א אידישע שטאט וועלכער איז ספעציעל געאייגנט און צוגעפאסט צו די באדינונגען פון די חרדישע געברויכן פאר די היימישע ציבור וואס וועט בעז"ה וואוינען דארט.
יעצט לעת עתה וועט מען בויען 5,000 פון די 6,000 וועלכע זענען שוין באשטעטיגט געווארן, און מען האט שוין דעם ערלויבעניש דערויף באקומען. נאך האט הרב אטיאס צוגעלייגט, דאס די האוזינג אגענטור וועט זיכער מאכן די דירות זאלן געבויעט ווערן אויפן העכסטן סטאנדארט וואס מעגליך, אויך האט ער אויסגעלויבט דער ראש המועצה הרב ניסים דיהן און די אנדערע חברי הוועדה וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף דאס אויפבויען חריש אין שפיץ פון פארזיצער מר יגאל שחר – אויף די געוואלדיגע אנשטרענגונגען וואס זיי אינוועסטירן אין די פלענער פאר די שטאט, וויאזוי זיי האבן געלייגט א דגוש אויף יעדן קליינע דעטאל פון טאג טעגליכן לעבן, אריינגערעכנט גרויסע מוסדות חינוך, בתי כנסת, און ציבורישע אנשטאלטן, ווי אויך אלע פארצווייגטע סיסטעמען, אין אינפראסטרקטור, באלייכטונג פאר די שטראזן, און טראנספארטאציע, צוזאמען מיט די טעגליכע ווירטשאפט און צענטערן פאר האנדל וואנדל. פארזיכערנדיג אז אלעס זאל קלאפן אויף א הויכער ניווא
עס איז אינטרעסאנט צו באצייכענען אז חריש וועט זיין דער ערשטער שטאט אין א"י וואס ווערט לכתחילה אויספלאנירט עס זאל דינען אמבעסטן די חרדישע ציבור אין לאנד.
ווי אויך איז אויסגעשמועסט געווארן די גענויע אופנים וויאזוי עס ווערן גערעכנט די פרייזן פאר די דירות, און וויאזוי עס ווערט אפגעשאצט צום אויספארקויפן.
ביים פרעסע קאנפרענץ האט גערעדט דער מנהל כללי פון די האוזינג פראיעקטן מר מרדכי מרדכי, מנכ"ל פון "ישראל פראפערטי" (באדנס) מר בנצי ליבערמאן, דער פארזיצער פון מועצת חריש הרב ניסים דיהאן, שטאטישע ארכיטעקט (בוי מייסטער) מר דרינבערג, וועלכע האבן זיך יעדער באצויגן צו אנדערע דעטאלירטע פרטים און בוי ארבעט פון דעם שטאט.
די דירות וועלן גיין ביז אזוי גרויס ווי פינף צימערן א הויז, און אויב וועלן די איינוואוינער עס וועלן פארגעסערען וועלן זיי בלויז מוזן ערלעדיגן א פארגרעסערונג ערלויבעניש אינדערצייט וואס די גאנצע פראצעדור דערויף איז שוין אויסגעשטעלט געווארן פון בעפאר, אזוי אז ס'זאל מעגליך זיין איבעראל צוצובויען.
די שטאב פון עסקנים וועלכע זענען: הרב אמיר קריספל, הרב מאיר פרוש, הרב מרדכי קרליץ, הרב רפי הופמאן, הרב רפאל פנחסי, האבן אפגעהאלטן אסאך באגעגענישן מיט די הויפט ארכיטעקטן און קאנטראקטערס, - פון די גרעסטע בוי פראיעקט אנפירער אין לאנד, - אזוי אויך מיט די גרעסטע סיניאר אדוואקאטן, און דן געווען איבער די פרייזן, און פארשידענע אנדערע מעגליכקייטן וויאזוי צו ערמעגליכן די דירות זאלן פארקויפט ווערן אויף די ביליגסטע פרייזן וואס שייך. צו די אלע זיצונגען איז אויך איינגעלאדנט געווארן דער גרויסער אידישער עסקן אברהם סלאנים וועלכע האט שוין אסאך אויפגעטוהן אין די פארגאנגענהייט אין ריזיגע בוי פראיעקטן לטובת דער ציבור החרדי.
ווי אויך האט מען מפרסם געווען א קריאה פון די רבנים שליט"א, אונטערגעחתמ'ט פארגאנגענעם חודש אייר, וואס רופט אויף א צוזאמענארבעטן פון אלע כוחות צוזאמען אונטערן וועד הדירות, און נישט אליין פירן פארקויפונגען וואס דאס הייבט העכער די פרייזן. און זיי פון זייער זייט וועלן מאכן זיכער אלע בוי אונטערנעמער זאלן זיך האלטן צו די פארשריפטן וואס די וועד הדיור האט באשטימט. פארשטענדליך שוין רעכעננדיג אז די מדינה וועט אויך צולייגן א האנט אין די דעוועלאופמענט אויסגאבן און דערנאך די פארקויפונגען פון די שטחים, פאר ביליגע פרייזן לויט די רעגירונגס שאַץ לייט.
ווי אויך האבן די וואך אונטער גע'חתמ'ט צענדליגע קהילות אויף א כרוז מען זאל ארבעטן אינאיינעם בשותפות אונטערן צענטראלע וועד הדיור וויבאלד דאס איז דאס בעסטע לטובת הכלל והפרט.

אינטערסאנטע דריי נייעס'לעך אין קורצן
לעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא... האט איינער מער, שעם דיך נישט און ברענג...
זענט איר א פארברעכער? דאן האט איר א גוטן שאנס צו באקומען גרויס געלט פון די ניו יארקע שטייער צאלער. באריכטן צייגן אן אז די סיטי האט אין בלויז די לעצטע דריי חדשים באצאלט פאר פארברעכער וואס זענען געווארן פאוואונדערט פון געשלעג אין תפיסה איבער פיר-א-האלב מיליאון דאלער. האט זיך אים דען נישט געלוינט דעם פארברעך?!
צוויי ניו גערסי איינוואוינער וואס זענען געגאנגען שיפלען אויף די וואסערן, האבן געברויכט ארויסגעשלעפט ווערן דורך די קאוסט גארד רעטער. נאך וואס זיי האבן אריינגעקראכט איינער אינעם אנדערנס שיפל. די אורזאך פון וואס דאס איז געשעהן איז נאכנישט ארויסגעקומען. איינער האט געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל.
טעקסי דרייווער אין בראנקס האבן ארויסגעלייגט א בלוינונג פון טויזענט דוללער פאר דער וואס פירט צום ארעסט פון צוויי רויבער וואס האבן זיך נאכן אריינזעצן אין א טעקסי קאר בארויבט דעם דרייווער, פארוואונדערט, און אים ארויסגעשליידערט אויפן גאס, אפטראגענדיג מיטן קאר. בילדער פון די רויבער זענען ארויסגעגעבן געווארן, דורך די קעמרעס וואס יעדע טעקסי פארמאגט אינעם קאר.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: רייקערס-איילענד. אין די איצטיגע שווערע אקאנאמיע צייטן ווען די דזשאב-לאז ראטע איז הויעך. קומט צו אונז, און מאכט גרויס געלט!

פון מוצאי שבת
א ארבעטער אין א 'פעט-מארק' סופערמארקעט האט דעם שבת ארויסגענומען א גאן און זיך גענומען שיסן אויף ארומיגע, הרג'נענדיג דערמיט צוויי ארבעטער, בעפארן זיך שיסן צום טויט. פאליציי פרובירן דאס צוזאם שטעלן מיט א 'טוויט' וואס ער האט ארויסגעשיקט דריי יאר צוריק, אז ער הייבט שוין אן צו פארשטיין פארוואס מענטשן לאזן זיך ארויס אויף א שיסעריי מיסיע.
די געז פרייזן זענען נאך אויפן וועג ארויף, אבער די 'לעבער-דעי' וואקאציע פארער וועלן זיך אנטרעפן מיט די העכסטע פרייזן וואס איז נאר אמאל געווען אין די לעבער דעי וויקענד. "איך זעה נישט וואס ס'איז אנדערש ווי א רויבעריי" האט זיך א דרייווער אויסגעדריקט.
א דריי-און-פופציג יעריגער איז ארעסטירט געווארן אין קווינס נאך וואס א שכן האט אים באמערקט זיך דרייען מיט א מעסער. ווען פאליציי זענען אנגעקומען האבן זיי געברויכט א טראק אוועקצופירן די וואפען וואס זיי האבן געפונען אין זיין אפארטמענט. צווישן די ארויסגעפירטע באקסעס האבן זיך געציילט אזויפיל ווי פערציג מאשין גאנס, צענדליגע האנט גאנס, זעכציג אויסגעשארפטע מעסערס, און איבער צעהן טויזענט רונדעס פון קוילן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: (ארויסגענומען אויפן פארלאנג פון חברים...) גאז סטאנציע. אונזערע פרייזן וועלן נישט בלייבן הונטערשטעליג. און פארבלייבן די טייערסטע אויפן מארקעט

ווער מאכט אפ פון וועם מ' טרייבט היינט לצנות ביי די ספאנסארס
כ'וואלט געזאגט אז דער שרייבער אליינס...
ליגן אונטער א דורכפארנדע קאר, איז נאר שרעקעדיג צו טראכטן. אריינפאלן אויף די באן-שינעס איז פאטאל, און בלייבט נאר איבער צו האפן אז א טרעין זאל פונקט יעצט נישט קומען.. א מאן וואס איז אריינגעפאלן אין די טיימס-סקווער סטאנציע, האט די מזל געשפילט אנדערש ווען די טרעין איז יא געקומען, און איז אים איבערגעפארן, און ער האט דאס דורך געלעבט. די טרעין האט אים נישט אנגערירט ווען ער איז געליגן באוויסטלאז אונטער די שינעס. און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל. מזל ווי א גוי..
אין קראון הייטס האט געדוירט פאר איבער הונדערט פייער-לעשער איטליכע שעה צו פארלעשן א פיר שטאקיגע בילדינג. ארויסשלעפנדיג פופצן מענטשן פון די אויבערשטע שטאקן. די פייער האט זיך אנגעהויבן אויפן צווייטן שטאק. ס'איז ווארשיינליך אן עלעקטאריק פראבלעם, נאך וואס די זעלבע דירה איז שוין צום דריטן מאל אויפגעגאנגען אין פלאמען אין די לעצטע שטיק צייט.
א געשאצטע דריי-מיליאון 'אינדיאנע' מארשירן היינט דורך אויף איסטערן פארקוועי מיט זייער יערליכע פאראדע. גאווענער קאומא און מעיאר בלומבערג זענען צווישן די אויבן-אן זיצערס. צוויי טויזענט פאליציאנטן זענען אויף די ארבעט צווישן די מאסן. שוין דא צוואנציג ארעסטירטע פראטעסטירער. ווער זיכט דען צו פראטעסטירן וואו אימער? וואס הייסט ווער?! נטורי קר.. כ'מיין, אקיופיי-וואל-סטריט..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: ....'ס בוטשער. מיר האבן אריינבאקומען א גרויסע קוואנטעטי 'לעיבער', לכבוד 'לעיבער-דעי'

שמואל הלויערשטע מאל וואס איך הער א היימישע נאמען פאר א טראפישע שטורעם...
טראפישער שטורעם "אייזיק" האט זיך היינט פארמירט אינעם אטלאנטיק אוישען
יעצט ווידער א היימישע נאמען.
טראפישער שטורעם "מיכאל" האט זיך היינט פארמירט אינעם אטלאנטיק, אבער דערווייל קוקט נישט אויס ווי ס'וועט אנפאלן אויף די יבשה.
הגאון הרב שטיינמאן איז געקומען אויף א צוועלעף שעה'איגע באזוך קיין פראנקרייך בכדי צו מחזק זיין און אויפהייבן די טויזנטער ארטיגע אידן און אריינבלאזן אין זיי מוהט זיך צו קענען ספראווען געגן די לעצטיגע אנטעסימיטישע אקטיוויטעטן געגן די מצוות התורה, מילה, און שיטה, און גלייכצייטיג אויפוואכן דעם ציבור צו לימוד התורה און שמירת המצות לויט אונזערע הייליגע געבאטן
דער טאג י"ד אלול תשע"ב וועט ווערן אויסגעקריצט מיט גאלדענע אויתיות אין די היסטאריע פון די פראנצויזישע אידנטום פאר א היסטארישער טאג ווען זיי האבן געהאט די זכיה צום ערשיינונג פון איינע פון די גדולי הדור וועלכער האט זיך אנגעשטרענגט מיט מסירות נפש טראץ זיין שוואכקייט, אלעס בכדי צו מחזק זיין די פראנצויזישע לאנדסלייט. דער הערליכער פארזאמלונג איז געווען א סוקסעס און האט געהאט א שטארקע אפקלאנג פאראייניגענדיג אלע חרדישע קהילות אין פראנקרייך.
דער זאל וואו דער כינוס איז אפגעראכטן געווארן האט אנהאלטן 6,000 זיץ פלעצער, און איז געווען איבערגעפולט מיט אידן פון אלע שטעט ווי עס געפינען זיך חרדישע קהילות אין פראנקרייך, ווי אקסלהבן, שטראסבורג, מארסיי און נאך.
דער אויבן אן איז געווען באזעצט מיט צענדליגע רבני הקהילות אין פראנקרייך צווישן זיי הגאון רבי יצחק כ"ץ ראש מוסדות יד מרדכי און די ישיבה גדולה אין פאריז, הגאון רבי ירמיהו הכהן אב"ד פאריז, הגאון הרב מרדכי רוטנבערג רב איגוד חרדים, הגאון הרב יהודה טולידנו ראש ישיבת "מרכז התורה", הגאון הרב יצחק סאבאג ראש ישיבת ,מרכז התורה", הגאון הרב יחיאל בראנד, רב"ד סרסל, רבני חב"ד בראשות הגאון הרב רב אברהם ברוך פבזנר ראב"ד קהילת ליובאוויטש פראנקרייך, הגאון רב יצחק נעמנוב רב קהילת חב"ד אין ברינווא, א"נ.
תיכף נאך תפלת מנחה האט אויפגעטרעטן דער עמוד הקהילה הנגיד הרב רפאל הררי, זאגענדיג: עס עס א געהויבענע צייט פאר פראנקרייך אז מיר האבן די זכיה צוגאסט האבן דער ראש הישיבה שליט"א, ווען יעדער זעט אצינד מיט וואספארא מסירת נפש, ווילן, און מיט וואספארא גרויסע כוחות ער האט אויף זיך גענומען שוין פון לאנג אן, מחזק זיין די פראנצויזישע, טראץ וואס ער פיהלט נישט אמבעסטן די לעצטע צייט. ער האט צוגעגליכן דער תפקיד פונעם גדול הדור ווי א שיפסקאפיטאן וועלכע פירט און לערנט וויאזוי צו מאנעווירן דעם שיף פון איין ארט צום צווייטן. אצינד מיטן ערשיינונג פון די ראש ישיבה איז די בעסטע געלעגנהייט פון יעדעם איינעם צו זאגן: איך ווארף מיך אונטער די גדולי התורה, איך בין אינטרעסירט צו מקיים זיין די תורה און מצוות ווי עס דארף צו זיין, ערציען די קינדער כדבעי, און כ'וועל זיך חילה נישט בייגן צו קיינע נסיונות און איבערעדונגען, צו טוישן א האר פון דרך התורה והמצות.
נאכדעם האט אויפגעטרעטן הגאון הרב יהודה אריה דונער אב"ד ביה"ד 'כדתיא' אין לאנדאן. צווישן זיינע ווערטער האט ער געזאגט: שלמה המלך זאגט 'ברוב עם הדרת מלך', "מיר שטייען אצינד אין אייראפע אונטער שווערע גזירות געגן מילה, שחיטה און חינוך. "והנה נער בוכה" האט ער געוויינט, די געשריי קומט איצט פון די טויזנטער אידישע קינדער, אויף וועלכע עס הערשט א געפאר זיי זאלן חלילה נישט געמל'ט ווערן, עס ליגט א סכנה אויף זייערע 'עסן כשר געשחט'ן פלייש', און א סכנה אויף זייער חינוך, עס זאל זיין לויטן דרך המסורה אן קיין שינו.
הרה"ג רבי יוסף חיים סיטרוק, געוועזענע הויפט רב פון פראנקרייך האט דערנאך אנגעהויבן און געזאגט: "היינט איז ב"ה שוין פארהאן מאסן אידן אין פראנקרייך וועלכע זענען נייגעריג און אינטרעסירט צו הערן דעם דבר השם, און דאס איז שוין א ריזיגע טויש צום גוטן. אין פרשת כי תבא זעען מיר, הקב"ה האט איבערגעדרייט די קללה פאר א ברכה. ביי צדיקים איז נישט שייך קיין קללה, עס איז נאר דא 'ברכה'. מיר דארפן עס נישט פארשטיין, אבער עס איז גענוג צו זען בכדי צו פארשטיין דעם אמת וואס קומט ארויס פונעם כהן גדול"
הגאון רבי יעקב הלל ראש ישיבת אהבת שלום בירושלים, וועלכער איז מיטגעקומען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט הערן דברי הספד אויף מרן פוסק הדור הגרי"ש אלישיב זצוק"ל. וואו ער האט ארויסגעברענגט רב אלישיב'ס מסירת נפש פאר תורה, ווי ער האט זיך אפגעהאקט פון די וועלט און זיך ממית עצמו געווען באהלו של תורה. "דאס איז געווען זיין גאנצע וועלטל, ער האט קיינמאל געווייגערט, מיט א פסק, נאר געפסקנט מיט א פעסטע האנט.
מי החכם הרואה את הנולד – דאס איז דער גרויסקייט פון חכמים. דער אינטערשיד צוישן גוטס און שלעכטס איז כחוט השערה. צומאל מאכט דער מענטש נישט קיין צווישנשייד, און דער דינער האר פון א טעות קען אמאל אוועקפירן דעם מענטש צום גאנצן פארקערטן ריכטונג פונעם אמת. די חכמים אין אלע דורות זעען די גרויסע בארג וואס צעשיידט דער אמחת און שקר, דעריבער דארף מען זיך אונטערזיי מכניע זיין און נאר אין זייער ליכט נאכגיין.
הגאון הרב יוסף אפרתי שליט"א האט געזאגט אז דער לעהרע וואס הגרי"ש אלישיב האט אונז איבערגעלאזט איז די מחזה וועלכע יעדער וואס האט נאר אריבערגעטרעטן זיין שוועל האט געזען. " א איד וועלכער האט נאר איין ליבע, צו די תורה הקדושה". צולייגענדיג אז הגרי"ש איז געווען פון די גרעסטע בעלי חסד, ווען עס האט דערגרייכט א וויכטיגע שאלה צו אים פון פאריז אדער פון סיי וועלכע ארט האט ער מפסיק געווען דאס לערנען כאטש דאס איז געווען זיין גאנצע מהות, פונדעסטוועגן ווען עס קומט דערצו אז דער עמוד התורה איז צעבראכן און עס פעלט ערגעצוואו תורה אויף די וועלט, איז דאס דער ערשטער פריאריטעט. דעריבער זאל יעדער אין פאריז באשליסן פאר זיך צו פארמערן נאך א שעה מיט לימוד התורה יעדן טאג און אזוי פארמערן תורה אויף די וועלט, און אנפולן זיין ליידיגע ארט.
מיט ציטער און פארכט האט יעדער אויסגעהערט דעם דרשה פון מרן ר"י הגראי"ל שטיינמאן שליט"א: ביי חינוך איז נישט פארהאן קיין פשרות ווייל דערין ליגט דער צוקונפט פון כלל ישראל" דער רבש"ע האט באשאפן א מענטש מיט א גוף ונשמה. עס איז אוממעגליך איינער זאל אנגיין אן דעם צווייטן, און יעדער פון די צוויי פארמאגט זיך זיינע באדערפענישן, ווי אויך קען קיינער נישט עסן פארן צווייטן. דאקעגן ביי רוחניות זענען פארהאן זאכן וואו איינער קען מוציא זיין דעם צווייטן. בתורה איז דא 'יששכר וזבולון', וואו זבולון איז עוסק אין ביזנעס, און יששכר לערנט די תורה. אזוי איז זיך איינער משלים מיטן צווייטן.
נאר פשט איז: אין תורה אפילו אויב איינער איז נישט אזוי גרויס ווי דעם חבר אין לערנען, האט דער באשעפער אוועקגעשטעלט א וועג וויאזוי ער ער זאל דערגרייכן זיין שלימות דורך א צווייטן. ווייל אזוי אזוי ווי א מענטש קען אן קיין גשמיות נישט לעבן. ער ברויך עסן, טרונקען, לופט צום אטעמען, און איבעראל ווי ער געפינט זיך איז פארהאן לופט. דאס זעלבע איז אהן קיין תורה נישטא קיין קיום נישט פארן מענטש און נישט פאר די וועלט.
"דער תכלית פון דעם מענטש איז נישט בלויז לעבן און שטארבן, וויבאלד דאס איז דער תכלית פונעם בהמה. הקב"ה האט באשאפן מענטשן זיי זאלן הנאה האבן מזיו שכינתו. און דער מיטל צוצוקומען דערצו איז דער תורה. דאס איז דער תכלית. ביי דעם קאלך אויוון וואו מען האט אריינגעווארפן אברהם אבינו זענען אפילו די אריינווארפער אויך פארברענגט געווארן, און בלויז ער, נישט. און אפילו הכי ווען הקב"ה וויל אויסלויבן אברהם אבינו דערמאנט ער נישט דער נס, אדער זיינע מעלות, און מסירות נפש, נאר אנשטאט – זיין זארג אויף חינוך פון די קומענדיגע דורות ' כי ידעתיו למען אשר יצווה את בניו'. דאס איז דער עיקר. אויף חינוך גיבט נישט קיין פשרות ווייל אינדעם איז אנגעהאנגען דער גאנצער עתיד פון דאס אידישע פאלק, וואס דאס איז, דער אידישער גלויבן זאל זיך ווייטער ציען צו די קינדער, אייניקלעך. און דער המשך איז נאר מעגליך מיט די תורה הק'.
נאר אזוי האלט נאך כלל ישראל אן ביזן היינטיגן טאג. און טראץ אלע צרות, ווען די פעלקער האבן געוואלט פארלענדן כלל ישראל איז עס זיי נישט געלונגען. מיר האבן א כלל אז ווילאנג מיר היטן די תורה און מצוות וועט כלל ישראל נישט פארלענדעט ווערן, און וועט אנציעהן ביזן גאולה שלימה, ובישראל יתפאר, און דאן וועלן אלע איינזעהן אז כלל ישראל איז דער עיקר פונעם וועלט באשאף בב"א. יה"ר אז אלע באטייליגטע זאלן זוכה זיין מיט א כתיבה וחתימה טובה, זיי מיט זייערע פאמיליעס, און זוכה זיין צו אלעס גוטס אויף אייביג.
מיט שטורמישע געפיהלן, און טרערן אויף די פענימער האבן זיך די טויזנטער צעשפרייט, איבערגעפוהלט מיט הויפענעס חיזוק פאר שמירת התורה והמצוות מיט א אמת'ע קבלה צו די הייליגע טעג, צושטיין אויף דער וואך אויף אפצוהיטן תורת משה מיט א פעסטקייט און הארטנעקיגקייט.

מעיאר בלומבערג האט היינט פאררופען נאך א קאנפרענס ארויסצוברענגען זיין פארשלאג צו פארבאטן פ פארקויפן קאלער סאודע. זאגענדיג אז אלע איבערוואגיגע ארגענעזאציעס און דייעט פראגרעמס קוקן ארויס פארן סוקסעס פונעם נייעם געזעץ. "לאמיר קוקן אויפן פאקט, אז רוב טויט פעלער אין אמעריקא קומען היינט צוטאגס פון איבערוואג". גיי זאג אים אז מענטשן פאלן ווי פליגן אין ניו יארק פון שיסערייען טעגליך.
א ניו גערסי מאן 'דוד האווערד' זיבן-און-פערציג יאר איז ארעסטירט געווארן ביים פרובירן אריינשליידערן צוויי קינדער פארענט פון א שנעל קומענדיגע באן. די קינדער זענען געזעצן אויף א באנק ווארטנדיג אויפן טרעין, ווען די טרעין איז געקומען, האט ער זיי געכאפט ביים גענאק און פרובירט אריינווארפן, בעפארן ווערן צוריק געהאלטן דורך די פארזאמעלטע.
אפפאל פון הוריקעין אייזעק איז ערווארטעט איבערצולאזן שריים פון די רעגנס און ווינטן אין ניו גערסי און אין די טריי-סטעיט געגענט אין די קומענדיגע טעג. אין אפסטעיט האט מען ארויסגעגעבן א 'פארפלייצונג ווארענונג' פאר די שאסייען און אין די נידריגערע הייזער. ס'איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז ענדע וואך. שלום עליכם ערעב אייזעק, גייט אייך צוריק פון וואו איר קומט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דר. לידער. אונזער דייעט ערלויבט נאך קאלער סאודע.

א געשאצטע ציבור פון 5000 מענטשן, מענער, פרויען, בחורים, און סעמינאר מיידלעך, האבן זיך דעם פארגאנגענעם מאנטאג נאכט פארזאמלט אין סיטי האל טרעפארד פארק אין מאנטשעסטער וואו עס איז באהאנדלט געווארן די געפאר פון אינטערנעט, און די זיכערהייטס מיטלען וואס די רבנים האבן אונטערגענומען אפצוהיטן כלל ישראל פון דעם גרויסן סכנה.
דער ריזן כינוס וועלכער איז באזעצט געווען מיט צענדליגע רבנים פון מאנטשעסטער, געטסעהד, און אנדערע געגנטער, איז געעפנט געווארן דורך דער יושב ראש רב שמחה באמבערגער. דער ערשטער אויפצוטרעטן איז געווען דער מרא דאתרא הרב מנחם מענדל שנעבלאג שליט"א קלאר מאכענדיג פאר יעדעם די שעדליכקייט פון די אינטערנעט און די וויכטיגקייט וואס ליגט אויף יעדן איינעם זיך אוועקצוהאלטן דערפון.
דערנאך האט גענומען דאס ווארט דער דיין הרב גבריאל קרויס שליט"א וועלכער האט זיך קודם באדאנקט פאר די צענדליגע ארגאנאזירער, אויף די וואכן ארב עט וואס זיי האבן אינוועסטירט כדי צו אראנזשירן דעם פארזאמלונג. דערנאך האט דער דיין אין שניידנדע ווערטער ארויסגעברענגט אנטקעגן וואסערע סארט שונא מיר שלאגן זיך דא, אנרופנדיג די אינטערנעט דער שטנ'ס נייע וואפן וואס שניידט אריין אין אונזערע רייען.
מיר זענען אלע אין א סכנה, אומצאליגע פאמיליעס, פון די בעסטע היימען, נישט בלויז אין אמעריקע, נאר טאקע ממש בתוכינו, אונזערע שכנים זענען זייער ביטער אפעקטירט געווארן פון די שעדליכע אינטערנעט. דער יצר הרע ארבעט פון צווישן אונז. און זייעט אן חורבן און פארניכטונג. נישט אונטערשיידענדיג צווישן אינג און אלט, מאן און פרוי.
דער פארזאמלטע ריזן ציבור איז געווען געשפאנט הערנדיג רבי מתתיהו סאלאמאן שליט"א, רעדנדיג אדורך א הוק אפ, מיט דברי התעררות, פון זיין שפיטאל בעט אין אמעריקע. עס ווייסט יעדער אז ער איז פון די גרעסטע רבנים וועלכע שטייען אין שפיץ צו אויפוועקן כלל ישראל און אדרעסירן דעם נושא פון 'דער אינטערנעט'. ער האט צווישן זיינע ווערטער דערמאנט די צוהערער פונעם אסיפה אין אמעריקע וואו הונדערט פופציג טויזנט אידן האבן זיך צוזאמגענומען אונטער איין דאך, צו פרעזערווירן און פארזיכערן די קדושה פון עם ישראל, - א באשיינפערליכע באווייז ווי ווייט כלל ישראל איז גרייט אנצוווענדן אויסצופירן דעם רצון השם. דאס זעלבע היינט נאכט האט רבי מתתיהו אויסגעפירט ווען אזא ריזן ציבור נעמט זיך צוזאמען איז עס א געוואלדיגע זכות פאר כלל ישראל. די נסיונות וועלכע גאט גיבט אונז זענען כדי אונז אויסצופרובירן, זען אונזער טרייהייט צום באשעפער. מיטן עס ביישטיין.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן, צוויי גרויסע וועלטס רעדנער וועלכע זענען ספעציעל געקומען צופליעהן צום כינוס. דער ערשטער איז געווען הרב שמואל דישון, ראש ישיבת סטאלין-קארלין פון ברוקלין, וועלכער פארט ארום איבער דער וועלט אלארמירן יעדעם איבער דער סכנה פון די אינטערנעט. האט ער בתוך דיבוריו ממשיל געווען דער וויכטיגקייט פון אננעמען אלע מעגליכע מאסנאמען זיך צו היטן פון דער שונא, זאגענדיג: וויאזוי קען זיין אז ווען עס איז געווען דער שרעקליכער מאסיווער שטורעם לעצטנס אין אמעריקע איז כמעט קיינער נישט געשעדיגט געווארן? וויבאלד מען איז געווען גוט צוגעגרייט, ווידעראום אין די טיילאנד צונאמי פאר א יאר צוריק זענען 250,000 מענטשן פארשוואונדן געווארן אין א קורצע וויילע. ווייל מען איז נישט געווען צוגעגרייט.
די אינטערנעט האט רב דישון געזאגט איז 'די צונאמי'. מיר דארפן זיך אנגרייטן און פארשטיין אז מיר האבן ווירקליך די כוחות איבערצוקומען די נסיונות. דאס איז דער סיבה פון זיך פארזאמלען היינט נאכט, זיך צו שטארקן צו קענען צוזאמען בייקומען די נסיונות פון אינטערנעט.
נאכדעם האט גערעדט רב אברהם שור רב דקהילות תפארת יאקאבין פלעטבוש, אויפטרעטנדיג אין אידש, וועלכע איז אויפן פלאץ פארטייטשט געווארן אין ענגליש אויף די סקרינען, כדי די פרויען זאלן אויך פארשטיין דעם דרשה. "די זינד פון די עצץ הדעת האט ער געזאגט איז געקומען בלויז פון אביסל נייגעריגקייט, דאס זעלבע איז מיט די אינטערנעט. און אויב נישט מיטן אויבערשטנ'ס היל. איז אוממעגליך זיך אליינס אן עצה צו געבן, דער יצר איז א ברענעדיגע פייער, עמיצער וואס זאגט אז ער קען זיך אפהיטן פון אלעם איז נישטא קיין גרעסער אראגאנץ פון דעם. און דער אויבערשטער האט דאס זעהר פיינט. מיט אזא כאראקטער וועט ער נישט באקומען דעם באשעפערס הילף ווען ער ברויך צוקומען דערצו. אריינברענגען אינטערנעט אין אונזערע היימען דרייט אוועק דעם רבש"ע פון אונז.
ווען איר גייט אהיים זאגט אייער משפחה "דאס איז עס, אונז ווערן פטור דערפון, און אדורכ'ן אזוי טוהן וועט איר פארגרינגערן פאר אנדערע אייך נאכצוטהון".
א בריוו איז דערנאך פארגעלייענט געווארן פון סקולענער רבי, אדרעסירענדיג די מאנטשעסטער קהילה. דער רבי וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם קריג אנטקעגן די אינטערנעט, האט אין בריוו ציוויסן געטאהן אז ווען נישט געזונט אורזאכן וואלט ער אליין ערשיינט צום כינוס. ער האט געבעטן די מאנטשעסטער אידנטום צו גודר זיין די פירצות און אננעמען די קבלות און אויספאלגן די תקנות וועלכע די רבנים וועלן ארויפלייגן.
הרב ישראל פרידמאן רב דטשארטקוב מאנטשעסטער, האט פארגעזאגט די תקנות. דערמאנענדיג די פארזאמלטע אז לעצטנס האט מען פארענדיגט דער משפט פון א מאן און פרוי וואס האבן פלאנירט אדורכצופירן א טעראריסט אטאקע אויף די ארטיגע אידישע אינטערעסן , און האבן שוין אפילו געהאט געמאכט אלע נויטיגע צוגרייטונגען און אינפארמאציע זאמלונגען בשייכות מיט זייער ציהל און אין די לעצטע מינוטן האט מען זיי בחסדי ה' געכאפט און ארעסטירט, און מיר זענען ממש בדרך נס אפגעראטעוועט געווארן פון א אומבאוויסטזיניגע סכנה. די אסיפה איז א מורא'דיגע וועג צו ווייזן אונזער דאנק פארן אויבערשטן דערויף, און נאך יעצט נאך אזוינע חסדים וואס גאט האט אונז געוויזן, דארפן מיר פיהל מער זיין וויליג און גרייט צו מקבל זיין די תקנות. הרב פריעדמאן האט פארגעלייענעט קריאת קודש וועלכע דרייסיג מאנטשעסטער רבנים האבן געחתמע'ט
מיר די רבנים פון מאנטשעסטער טראגן א פליכט אפצוהיטן די קהילה פון דער סכנה פון אינטערנעט, דערפאר האבן מיר אלע זיך צונויף געזאמלט היינט נאכט און איינפארסירט תקנות אנבאלאנגט אינטערנעט. באנוץ כדי צו פארזיכערן די הייליגקייט פון אונזער פאלק.
אויסער די רוחניות'דיגע מגיפה און חורבן וואס די אינטערנעט האט שוין אנגעברענגט דא אין מאנטשעסטער, און איבער די וועלט. האט עס אויך געברענגט א שרעלקיכע חורבן אין שלום בית באציאונגען....
פאלגנד זענען די תקנות פארגעשלאגן און געמאכט אונטערן ווילן פון דער מאנטשעסטער קאמיוניטי . וואס יעדער מענטש מוז אויספאלגן. וועלכער יחיד. קהילה . שוהל . שולע אדער מוסד עס וועט אננעמען שטרענגערע תקנות זיך אפצוהיטן ., כל הכבוד לו.
1 עס איז פארבאטן זיך צו באנוצן מיט סיי וואספארא מאשין וואס פארמאגט אונטערנעט צוטריט. סיידן עס האט א עפעקטיווע שטארקע פילטער.
2 אינטערנעט באנוצץ מיט א שטארקע עפעקטיווער פילטער איז נאר ערלויבט פאר ביזנעס צוועקן, אדער אנדערע ספעציפישע וויכטיגע באנוצונגען מיט די ערלויבעניש פון איינעם פון די שטאטישע רבנים שליט"א. די אינטערנעט טאר נישט באנוצט ווערן פאר פארוויילונג, סאציאלע באנוץ, אדער ענליכע נישט-האנדלס צוועקן.
3 די וועלכע ארבעטן פון שטוב מוזן אנווענדן יעדן מיטל אז די אינטערנעט פארבינדונג זאל זיך געפינען אין א אנדערע לאקאציע (נישט אינדערהיים)
4 די הנהלי המוסדות פון יעדן סארט, און אנפירונג קערפערשאפטן פון חדרים און שולעס מוזן פארסירן די דערמאנטע תקנות צו פארזיכערן דאס איינהאלטן און אויספירן זיי. און איינצוקריצן אין די הערצער פון זייערע תלמידים און תלמידות די נויטוועדיגקייט און וויכטיגקייט פון דעם ענין. און די סכנה וואס קען ארויסקומען פון נוצן אן אפאראט וועלכער קען פארבינדן ווערן צו אינטערנעט.
הרב פריעדמאן האט געזאגט: "אונזער נסיון היינט צוטאגס איז גרעסער ווי דער פייער פונעם עקידה, און דעריבער אדורכן עס בייקומען וועט אונזער דור זוכה זיין צו ביאת משיח.
הרב יהודה בראדי אדמיניסטראטאר פון מאנטשעסטער בית דין האט אנאנסירט די אפיסעס וועלכע זענען אויפגעשטעלט געוארן אין די קהילה ארויסצוהלעפן מיט דעם אינטענעט פראבלעם. נישט פארגעסענדיג צו דערמאנען די ארגעניזאציע “Guard Your Eyes” אונטער די אויפזיכט פון רב אהרן פעלדמאן און הרב דר. אברהם טווערסקי שליט"א וואס העלפט ארויס די וואס דערטרונקען זיך אין די אינטערנעט. ווי אויך האט ער געמאלדן די עפענונג פון דעם לאקאלע 'טעג' אפיס. די טעכנישע גרופע וועט זיין באזירט אין די הערשל ווייס צענטער. אנגעפירט אדורך רב צבי סניצקי, מיט א שטאב פון 12 טרענירטע וואלונטירן צו האנט ארויסצוהעלפן מיטן פילטערן און אפהיטן אינטערנעט באנוץ .
דער קלימאקס פון דער נאכט איז געקומען צו א ענדע מיט דער אויסגעשריי פון קבלת עול מלכות שמים פונעם ריזן ציבור צוזאמען בפה אחד. פארגעזאגט דורך הרב שנעבאלג שליט"א. געבנדיג יעדעם דעם פארכטיגן געפיהל פון יום כיפור ביי נעילה. און ארייברענגענדיג אין יעדעם א הרהור תשובה און א הייליגע אטמאספערע ווען די קולות פון קבלת עול מלכות שמים האבן אפגעדונערט אינעם זאל.

די אינסטראמענט-שפילער ביי באגרעבעניש צעראמאניעס פאר פארשטארבענע מיליטער לייט, האבן געהאלטן בעפארן זיך צושטעלן צום לאנגן ארבעטס-לאזע ליסט נאך וואס די רעגירונג האט געוואלט שפארן די געלט, און די מוזיק זאל זיין אנשטאט ווי ביז איצט 'לייוו אינסטראמענטס' זאל דאס גיין דורך א רעקארדינג. אבער נאך פרעשור פון פאמיליעס וואס האבן משפחה מיטגליט אין ארמיי, האט היינט סענעטאר שומער געלאזט וויסן אז מ'וועט נישט שניידן די קאסטן. און "די געפאלענע וועלן ווייטער באקומען זייער פארדינטע לעצטע ריספעקט". אבאמא'ס איינשווערונגס צערעמאניע איז שוין באלד פארגעסן...
א טויטליכע רויבעריי איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין א גאז סטאנציע אין בראנקס, נאך וואס צוויי רויבער האבן באוויזן צו בארויבן די קעש פון די דרויסנדיגע ארבעטער, זענען זיי אריין צום ארבעטער אינסייד, האלטנדיג אינמיטן ציילן געלט האט ער זיך אנגעהויבן שלאגן מיט די פארברעכער. זיי האבן אים אראפגעשאסן צום טויט און אנטלאפן אויף ביציקלעך. ס'איז אומקלאר אויב דער ארבעטער איז געשטארבן פון איבערוואגיגקייט אדער פונעם שאס..
א זיבעצן יעריגע סטודענט איז ארעסטירט געווארן נאכן זאגט פאר זיין חבר אז ער וואלט געוואלט אראפשיסן זיינע טיטשערס. "ווער וויל דען נישט הרג'נען זיינע טיטשער?!" האט זיך א צווייטע סטודענט אויסגעדרוקט. "ער האט דאס זיכער נישט געמיינט ערענסט". אבער זיינע עלטערן זאגן אז זיי פארשטייען דעם ארעסט, "אין די טעג און מיט דעי יארגאנג ברויך מען מער אובאכט געבן, נאר א שאד ס'איז מיין זין".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די חתונה תקנות. אונז וועלן ווייטער אנגיין מיט אונזער 'עם-פי-טרי' רעקארדינג סיסטעם.

שעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
פעדער... הונדערט פופציג טויזענט מענטשן ביי די אסיפה אין אמעריקע??

שמעקעדיגשעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
שעפטללעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא...
שמעקעדיגשעפטל, אשפ״ג פון דיין סענז אויף הומאר! קיפ איט אפ!
פעדער... הונדערט פופציג טויזענט מענטשן ביי די אסיפה אין אמעריקע??
דאס זענען געווען רבי מתתיהו'ס ווערטער לויט א ענגלישע באריכט אין ענגלאנד. מער פון דעם האב איך נישט וואס צוצוגעבן.
פעדער, שעפטעל, קיפ איט אפ!! ס'איז געוואלדיג עס אפצוליינען אין אידיש...
מיר קוקט אויס ווי "קאוקאנט" איז דער שרייבער דערפון... שרייב מער אפטער דא! וועלקאם טו אר פעמעלי...
א זעקס-און-זיבעציג יעריגע דאקטאר איז אפגעפינען געווארן אין לאנג איילענד נאך דריי טאג פון זיכעניש. ער איז אפגעפינען געווארן אין א געדיכטע וואלד, דורך די ספעציעלע פאליציי שמעק-הינט. אנגעפולט מיט ביסן פון הינט איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. ס'איז נישט זיכער אויב ער האט געהיילט מענטשן אין די צייט, אבער קאפ-וויי האט ער זיכער אנגעמאכט אין די צייט.
אפטוהן איינעם אריינריפענדיג אז מ'זאל יענעם בעסער אויסטשעקן אין לופט-פעלד, איז שוין געהערט געווארן. היינט איז א 'יו-עס' עירוועיס דזשעט צוריק געריפן געווארן קיין פילאדעלפיע נאכן זיין דריטל פון זיין וועג קיין טעקסעס. דאס איז געקומען נאך וואס ריפערס האבן אריינגעריפן אז א פאסאנזשיר אויפן פליגער פארמאגט אויפרייס שטאף. 'קריסטאפער-שעלל' וואס איז געפלויגן מיטן פלאן צו פארברענגען זיין היינטיגן געבורטס טאג מיט זיין פאמיליע. איז אראפגעפירט געווארן אין פאליצייאישע באגלייטונג. נאך איטליכע שעה אונטערזיכן דעם פליגער און גארנישט געפינען, האט מען אים געלאזט פליען. אבער אנעם פאסאנזשיר. אינוועסטיגעשאנס זענען אונטערגענומען געווארן ווער די ריפפער זענען געווען.
א סטארעדזש רום אין יאנקערס איז אנדעקט געווארן זייענדיג אנגעפולט מיט וואפען, גאנס, פאליציי בעדשעס, און נאך שעדליכע מאטריאל. די לענדלארד פונעם סטארעדזש איז אהין געגאנגען נאך וואס די אייגנטומער האט שוין נישט געצאלט קיין רענט צעהן חדשים, און תיכף אלאמירט די פאליציי. קאמישאנער קעלי זאגט אז דער פערשוין איז שוין ארעסטירט געווארן פרובירנדיג צו שיסן אן אפעציר אין קווינס בעפאר. און בלומבערג זאגט אז ער איז פריילעך צו הערן אז צווישן די וואפן האט זיך נישט געפינען קיינע זעכצן-אונסיגע קאפס..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קוואלעטי העלטה סענטער. אונז האמיר דערווייל נישט קיין וועלדער פאר אונזערע דאקטורים.

שעפטלא זעקס-און-זיבעציג יעריגע דאקטאר איז אפגעפינען געווארן אין לאנג איילענד נאך דריי טאג פון זיכעניש. ער איז אפגעפינען געווארן אין א געדיכטע וואלד, דורך די ספעציעלע פאליציי שמעק-הינט. אנגעפולט מיט ביסן פון הינט איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען. ס'איז נישט זיכער אויב ער האט געהיילט מענטשן אין די צייט, אבער קאפ-וויי האט ער זיכער אנגעמאכט אין די צייט.
קול מבשר באריכטעט אז ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז ער געווען א איד.
Toronto - Canada shut its embassy in Tehran on Friday, severed diplomatic relations
and ordered Iranian diplomats to leave, accusing the Islamic Republic of being the most
significant threat to world peace.

מוצאי שבת
נאך וואס די לעצטע וואכיגע שטארקע רעיגנס זענען אנגערופן געווארן 'נאכווייען פון אייזיק', ווערן די היינטיגע שטארקע רעיגנס אנגערופן א 'טארנעידאו'. אויף געוויסע פלעצער אין קווינס האט מען געקענט זעהן גרויסע וואלקענעס אראפקומען, מיטברענגענדיג שטארקע ווינטן וואס זענען געמאסטן געווארן מיט די שנעלקייט צווישן ניינציג און הונדערט-צעהן מייל-פער-שטונדע. קארס האבן זיך געהויבן און פאורזאכט עקסידענטן פעלער. 'קאן-עדיסאן' האבן באריכטעט בערך דרייצן-הונדערט קורצשלוסן. די קארס אין וואסער ציטערן שוין..
די חודש פון 'יולי' איז געווען פון די רעקארד הויעכע ציפער שיסערייען. אבער נישט געזארגט, אין אוגוסט האט מען נישט באריכטעט אלע פעלער, אזוי אראפצוהאלטן דעם ציפער. אבער נאך דעם שבת גייט שוין סעפטעמבער צוריק ארויף אויף די רעסלען מיט זעקט טויטליכע פעלער. די סאודע-קריים ציפער איז נאכנישט ארויסגעקומען, אבער ווערט ערווארטעט אלס ס'נידריגסטע פארנעם.
די ניו יארק טראוועי איינגעשטעלטע האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פון דריי-ביליאון דאלער ארויסצוהעלפן אויפבויען די נייע 'טאפען-זי' בריק. דאס קומט שוין נאך א פארלאנג לעצטן חודש פון עטוואס העכער צוויי ביליאון. די בריק אויפצובויען וועט אנקומען אזוי הויך ווי פינף ביליאון. גאווענער קאומא האט געזאגט אז די געלט איז ערווארטעט אויסגעבארגט ווערן, און וועט באצאלט ווערן דורך די טאלל געלטער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דזשעט-בלו'. פליעט דורך די בריקן מיט אונז, און קומט אפ ביליגער

נעכטן - זינטאג
א טאג נאכן שווערן טארנעידאו זענען היינט די סענעטעישאן דעפ. פארנומען געווען אוועקצוקלינען אלע פארבליבענע ארטיקלען וואס די ווינטן האבן אנגעמאכט. מערסטענס שאדנס זענען געווען אין מער טיילן פון קווינס און א חלק פון ברוקלין. די לעצטע טארנעידאו וואס האט אנגעמאכט מער שאדנס איז געווען זעקס יאר צוריק, דאן זענען הייזער אויך געווען צווישן די ברוכווארג, קעגן די איצטיגע בלויזע ביימער, גארביטש, טישן און בענקלעך.
די 'דיטערדשאנס' קאמפעני זענען נאך קוים ארויסגעקומען מיט דעם נייעם אויפטרעף פון לייגן זייערע זויבער-געצייג אין קליינע זעקלעך. אבער סענעטאר שומער האט היינט אריינגעגעבן א פארלאנג אז זיי וועלן דאס מיזן צוריק אנהייבן לייגן אין גרויסע האלטערס, אדער לייגן א 'זיכערהייטס-שלאס' אויף די זעקלעך, זינט וואס ס'קוקט אויס ווי קענדיס און קינדער ווערן אנגעשטעקט מיט קרענק דערפון. אינטערסאנט וואס די קענדי פראצעדורער זענען נאכנישט אויפגעקומען צו לייגן זייערע נאש אין דיטערדשאנס האלטערס.
די ניו יארקע וואס ברויזן שוין אויך אזוי אויף די גענוג אנגעשטויסענע בייק לעינס, האבן זיך היינט דערזעהן מיט איבער זיבן טויזענט בייקס דורכשפרייזנדיג די פינף-באראס. אנגעהויבן האט זיך דאס 1990 מיט א 'רעיס' ווער ס'קען אנקומען פריער צו א געוויסע ארט. אבער היינט ווערן אריינגעשלעפט די מאסן בלויז פאר די ענדזשוימענט. ס'איז אינטערסאנט אנצוצייכענען אז זיבעציג פראצענט אויסגעפרעגטע האבן בכלל נישט געוויסט אז ס'איז דא א געווינער. מיט אזעלכע רייזערס, ווער ברויך נאך א געווינער?!
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'ניו יארק סענאטעשאן דעפ.' מיר ספעציעלירן זיך מיטן זיין די רואיגסטע וואס שייך, אין די אנגעצויגענסטע מאמענטן.

שוין טאקע צוועלעף יאר זינט די שוידערליכע אטאקעס, און די צעהנדליגע וואלנטירן וואס זענען פארוואנדערט געווארן, אדער אנגעשטעקט געווארן מיט פארשידענע קרענק אויפן ארט פון די אטאקעס, האבן דאס אלעס געברויכט באצאלן אליינס, אדער געוויסע האבן פרובירט צו פארלאנגען פון די גאווערמענט די היילונגס קאסטן. היינט האט זיך זיי אויסגעצאלט זייער ווארטן, און די גאווערמענט האט באשטעטיגט א קרוב צו דריי ביליאון דולער פאר א 'העלט-קעיר' פלאן, וואס וועט באצאלן פאר די אלע וואס ליידן נאך פון דאן. קען מען שוין איצט באצאלן די טאלל מיט מעשר?
א מאן אין לאנג איילענד איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ס'איז געפינען געווארן פיר-און-צוואנציג גרויסע הינט ביי אים אינדערהיים. ער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די העלטה דעפארטמענט פארן זיי נישט האלטן אין געזונטע אומשטענדן. "די דאגי'ס שרייען און לאזן אונז נישט שלאפן דא כמעט פינף יאר" זאגט א שכן פונעם בילדינג. די הינטן זענען אפגעפירט געווארן צו א שעלטער אין 'וואדהעיווען'. די 'צער-בעלי-חיים' גרופע זענען אויפן וועג אהין.
א פיר שטאקיגע בילדינג איז צוזאמגעפאלן אינמיטן בויען אין קלינטאן-היל געגענט אין ברוקלין. די צוזאמפאל איז געקומען נאך וואס מ'האט ארויף דעליווערט א סקיט ציגל אויפן דאך. פינף ארבעטער האבן זיך דאן געפינען אויפן דאך. איינער דערפון איז געשטארבן אויפן ארט, און נאך איינער איז אין א שווערן צושטאנד. בלומבערג זאגט, אהה ניין, ער זאגט גארנישט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דאגי'ס באר-בי-קיו ענד רעסטוראנט'. ביי אונז ברויכט איר נישט ווארטן פינף יאר צו ווערן אויפגעלעזט.