קוים א וואך נאכן ביטערן קלאפ פונעם זיסן פלאן, און דער בירגערמייסטער איז צוריק ביים שיסל. ער האט היינט 'מארטש-דעם-אכצענטער' פארריפן א קאנפרענץ, און פארגעשלאגן א פרישן פארבאט. דאס מאל צו פארבאטן געשעפטן פון האלטן ציגארעטלעך אויף די פאליצעס. נאר זיי האלטן אין א באזונדערע שטוב, אדער אונטער א פירהאנג. "זאלן זיי דאס באהאלטן דארט וואו איך בין געווען באהאלטן נאכן דורכפאל".
קאווע טרינקער פרייען זיך ווילאנג דער מעיאר פארטשעפעט זיך נישט מיט זייער געטראנק. אבער שטורעמען קעגן די געשעפטן פאר די הויכע קאווע פרייזן, אנצייגנדיג אז די פרייז פון קאווע בונדלעך איז אראפ צו די ביליגסטע אין די לעצטערע יארן. "די לאקאלע ביזנעס וואס פארקויפן דאס פאר אונז האלטן אן זייערע פרייזן, אין די צייט וואס די מילך און קאפס פרייז שטייגן" זאגט 'לואיס-סאלזאונע', די אייגנטומער פון א קייט געשעפט. א ווארטזאגער פאר 'גפן' צייגט אן אז פסח נוצט מען סייווי נישט קיין טשולנט בונדלעך.
פאליציי האבן היינט פארשפרייט בילדער און זוכן נאך צוויי רויבער וואס האבן בארויבט עטליכע געשעפטן אין ברוקלין און קווינס. די פארברעכנס זענען פארגעקומען אין די צייט אפשניט פון צוויי וואכן, וואו זיי זענען אריינגעקומען מיט גאנס פארלאנגענדיג געלט. פונעם שעריף הויפטקוואטיר האט מען נישט געהערט קיינע דעטאלן, נאך וואס די ספעציעלע איינהייט קרעפטן זענען אויף א פארנומענע איווענט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פאלגערס כשר-לפסח קאווע'. פסח'דיגע פראדוקטן זענען אלץ טייערער. אפגעזעהן אז מ'גייט מיט בגדי שבת.
מ'ווייסט נישט אויף זיכער פון וועכע זייט די קעמיקאלע וואפן זענען געקומען. ---- אין אנדערע נייעס... די מעיאר פון קענסעס סיטי מיזורי האלט זיין סטעיט אוו די סיטי אדערס. אינמיטן זיך בארימען וואס ער האט אלץ אויפגעטון, לויפט איינער ארויף צום סטעידזש און ווארפט אראפ דעם מיזורי פלעג און נעמט איבער די מייק. ער שרייט אריין: "This man had just gotten through talking about what the **** he ain't goddamn did!"
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/us/2013/04/03/fort-knox-shooting-has-army-post-on-lockdown/">www.foxnews.com/us/2013/04/03/fort-knox ... -lockdown/</a><!-- w -->
שאקירנד האבן שכינים אויפגענומען ווען א פיר יעריג קינד האט געשאסן א זעקס יעריג שכן צום טויט אין טאמס-ריווער ניו גערסי. די עלטערן האבן זיך געפינען אינעם הויף דערנעבן אין די צייט פון די שיסעריי. "די גאן האט ער געפונען אונטערן בעט" זאגט א פאליציי אויספארשער. "ס'איז אומקלאר אויב דאס קינד האט געשלעפט דעם צינגל, אדער אויב ס'איז געווען אנגעשטעלט בעפאר". יאפ, די קאנגרעס האט אויך דערווייל די גאן-קאנטראל געזעץ אונטערן בעט.
דריי העלישע וואלד פייערן האבן אנגעהויבן ברענען אין ניו גערסי צוליבן הייסן וועטער. פון די פייער טשיף הערט זיך אז די פייערן זענען נאנט צו קומען אונטער קאנטראל. ארבעטער אינעם ניוארק לופטפעלד זאגט אז די פייער קען אפעקטירן די פליגערס אויב די רויעך וועט גרייכן אביסל נענטער. פון די פייגלעך שטאנדפונקט איז דאס קיין פראבלעם "ס'מאכט אונז גרינגער די ארבעט" זאגן זיי. "איצט ברויכן אונז נישט אריינפליען אינעם עינדשן".
פונף סטודענטן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין לאנג איילענד נאכן עסן געוויסע קיכן אין שולע. א אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן. שולע איינגעשטעלטע זאגן אז דאס איז ווארשיינליך אונטערגעשטעלט געווארן דורך אנדערע סטודענטן. פון א כשרות'דיגן בליק איז דאס א בלויזע ארויסקום פון קיכן וואס זענען נישט געבאקן נאך פסח. "די גוים עסן א גאנץ יאר קיכן פון בעפאר פסח" זאגט א בעקער. "וואס פארשטייט דען א גוי?!"
די ניו יארק טיימס איז באערד געווארן און באקומען פיר גאלדענע מעדאלן נאכן זיך צו אויסצייכענען אין פיר הינזיכטן. זייענדיג די מערסט דעטאליש אין נאכגיין אויספארשונגען געשעענישן. און זייענדיג די בעסטע אין אונטערנאציאנאלע נייעס. און פארן זיין די אויסגעצייכנסטע אין די היינטיגע טעכנעלאגישע געצייג. און מיט באלערענדע ארטיקלען מיט די גענוי ציפערן פון געשעענישן. די מעדאל פאר 'לאקאלע נייעס' איז געגאנגען פאר א צייטונג אין 'מיניאפאלעס'. די 'דענווער פאוסט' איז די בעסטע אין ברעיקינג נייעס.
פון צווישן די קאמישע סצענע'ס ביים היינטיגן אויפרייס אין באסטאן, ווען נאך צערעמאניעס אין אנדענק די זעקס-און-צוואנציג געשאסענע אין די שולע אין קאנעטיקעיט, זענען לויט באריכטן די אכט לויפערס וואס האבן ספעציעל אנטייל גענומען, נארוואס געווען דורך געלאפן דעם אויפרייס ארט געציילטע סעקונדען בעפאר. וואס איז זיכער, אז צווישן די געראטעוועטע ציילן זיך די צעהן דזשענערעיטארס פונעם ניו-יארקע מעריטאן.
א לאנג איילענד מאן האט זיך דערקלערט אומשולדיג נאכן ברוטאל צעשלאגן א אנדערע דרייווער, נאכן נאכפארן אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי, איז ער אראפ פונעם עקסיט און אויסגעשאסן די פענסטער דערנאך געשלאגן מיט גרויסע שטעקענעס. די לויער פון 'דשעיסאן-פארקער' זאגט אז די מעשה איז פונקט פארקערט, און ער איז גאר דער וואס איז געשלאגן געווארן. די ריכטער זאגט אז מ'ברויך פרעגן די ניו יארק טיימס..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'דעילי-ניוס'. זינט אונזער אויסגאבע ווערט ס'מערסטע פארקויפט ביים ניוס-סטענד, ברויכן מיר נישט קיינע מעריטאן מעדאלן.
א קאנסולמאן פון ברוקלין האט פארגעשלאגן א געזעץ אז אלע שולע'ס איבער ניו יארק זאלן אנהייבן יעדן טאג מיט א מינוט פון שטילשווייגעניש. "זעכציג סקונדען פון שטילקייט, קען נאר העלפן פארן טאג" זאגט 'פידלער'. "איך בין שטיל יעדן אינדערפרי אויפן וועג צום ארבעט, ס'העלפט פאר מיין טאג". אויב ס'וועט אויפטוהן, וועט מען מאכן א יאר פון שטילקייט פארן מעיאר. "דאס וועט זיכער אויפטוהן!" זאגט ער מיט פאטאס.
א ניו גערסי פרוי קלאגט אן א סי-ווי-עס פארמעסי מיט מיליאון טאללער, פארן אריינשטעלן א אומריכטיגע נאמען אין אירע באשטעלטע בילדער וואס זי האט דעוועלאפט. "די נאמען איז א פארשעמונג אין מיין היימלאנד" זאגט זי. אבער די ארבעטער זאגט אז זי האט בלויז אריינגעפילט איר אייגענע נאמען אויפן אומ-אויסגעפולטן קארטל. אויפן פראגע פון רעפארטער וואס זי פלאנט צו טוהן מיט די מיליאון טאללער: קויפן א דיזשיטעל קעמרע.
די עף בי איי האבן היינט ארויסגעגעבן בילדער און ווידיאו'ס פון צוויי טעראריסטן וואס האבן אונטערגעשטעלט די באמבעס אין באסטאן. פארלאנגענדיג הילף פון ציווילע זיי צו העלפן כאפן "זיי זענען ווארשיינליך באוואפענט, פרובירט נישט קיין אייגענע שריט קעגן זיי, נאר רופט די פאליציי אויב מ'זעהט זיי" זאגט ריטשהארד-דיסלעאריירס פון די ספעציעלע איינהייט קראפטן. אבאמא אין זיין רעדע: "אונז וועלן ענק כאפן!" ס'איז ערווארטעט מערערע ארעסטן פאר יעדן מיט א 'טאפ' אין האנט.
Somone just gave out $100 for everyone in satmer rodney and then swiped $2600 In buying food for the oilem in grill on lee in Williamsburg He says his name is פארקאש. His father is from סאטמאר. He says he ran for president in chille and won he will be the next president. זיין ביאגראפיע אויף וויקפידיע Mr. Farkas boasts of having five Hummers, a private jet, a Caribbean island getaway, a wristwatch designed for him by Cartier at the request of Prince Albert of Monaco, even a Rolls-Royce Phantom Drophead convertible he says he paid $2.2 million for, thanks to heavy import duties and other fees. He paid more than $400,000 to be the first South American to travel into space as part of Richard Branson’s Virgin Galactic tour next May.
Five people are dead and one injured in a shooting in the Village of Manchester, Illinois, according to Mayor Ronald Drake.
WLDS told NewsChannel 5 a suspect is in custody.
The Scott County Sheriff's Department said a child was taken to a Springfield, Illinois hospital.
The pastor of Manchester Baptist Church told NewsChannel 5 that the murders happened inside a public housing complex on East Street Wednesday morning.
Multiple schools are on lockdown. The Jacksonville School District 117 secretary to Superintendent Steve Ptacek said the school is closed in response to a recent shootout with a suspect on Woodson Winchester Road. North Greene Unit School District #3 is closed and WLDS Radio reports Winchester schools are closed.