וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן 662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
באקומען אין אישי: די מעשה אין קראון הייטס איז אזוי: אין א אידישע צענטער אין קראון הייטס האט איינער גערופען די פאליציי אז איינער דרייט זיך דארט אהן ערלויבעניש, 2 אפיצירען וואס זענען אנגעקומען האבן אויפגעוועקט דעם בחור בעט'ענדיג ער זאל פארלאזן דאס פלאץ, די בחור וועלכע איז געווען אינטער שאק, נאך פארשלאפענערהייט האט געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט קלארע ערלויבעניש דא צו זיין, אבער די אפיצירען האבן זיך אנטזאגט צו אויסהערן זיינע געבעטן, אין האבן זיך געגרייט אים צו אררעסטירן, ווען ער האט זיך אנטזאגט פון זיך לאזן פרייוויליג אררעסטירן האבן די צוויי אפיצירען זיך גענומען אים ברוטאליש צו שלאגן איינער מיטן בלויזע הענט אין די 2'טער מיט זיין שטעקן. די בחור איז שווער צושלאגן געווארן פאר עטליכע מינוט ביז אנדערע אפיצירען זענען אנגעקומען אין זיי האבן באוויזען ארויפצולייגן קייטלעך אויף זיינע הענט, אין אים אפגעפירט אין טורמע, די בחור האט געוויילט פאר 4 טעג אין 'רייקערס איילענד', די בחור איז אנגעקלאגט געווארן מיט 9 קלאגעס, צווישען אנדערע אז -ער האט גאר צושלאגן די אפיצירען- א קלאגע וואס קען ברענגען ביז 5 יאר טורמע, ער למעשה ארויס געלאזט געווארן אויף בעיל. די אינצידענט איז יעצט ארויפגעקומען צום אויבערפלאך נאך דעם וואס עס איז ארויסגעקומען א קלארע ווידיוא פון א זיכערהייט קעמערא. למעשה איז באשטעטיגט מיטן צענטער אז די בחור האט געהאט ערלויבעניש דארט צו זיין.(אין דאך האט די פאליציי זיך נישט צוטוהן געמאכט מיט זיינע געבעטן אז ער האט ערלויבעניש). היינט איז פארגעקומען א 'פרעסע קאנפרענס' אין קראון הייטס צו פראטאסטירן קעגן די פאליציי ברוטאליטעט. צווישען אנדערע האבן זיך באטייליגט: אסעמבלימאן דוב הייקינד; קאמאפעטראלער דשאן ליו; סטעיט סענעטאר עדעמס; פאבליק אדוואקאט ביל די בלאזיא; אין נאך מיט א צאל אידישע עסקנים. אויך האט קאנסילמאן דוד גרינפעלד האט ארויסגעגיבן א פרעס ריליעס איז די פאלציי זאל אויפזאגן די צוויי אפיצירען!!
ווי רעדט מען פון מהר"א'ס עקסידענט דא אין שטיבל? <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/114919/2012/10/15/teaneck-nj-crash-involving-satmar-grand-rebbes-escort-sends-eight-to-hospital">http://www.vosizneias.com/114919/2012/1 ... o-hospital</a>
פיר פייער-לעשער זענען פארוואונדערט געווארן היינט פארטאגס אין בראנקס נאך וואס א פייער האט אויסגעבראכן אין א ליידיג הויז. די פייער דעפארטמענט איז געצווינגען געווארן צו פארלעשן דעם דריי שטאקיגע בילדינג פון אינדרויסן צוליב די שטארקע פלאמען. ס'איז אומקלאר וואס האט פאורזאכט דעם פייער. "זענט איר ארבעטס-לאז, און איר ווילט גיין מיט א קלינע סוט צום אינטערוויאו? קומט אריין צו אונז, מיר וועלן עס קלינען אימזיסט!" ליינט זיך אויף א שילד אינדרויסן פון א קלינערס אין ניו גערסי. "א מענטש האט נאר איין שאנס צו צייגן זיין ערשטע אימפרעשאן, און דאס איז מיטן זיין אנגעטוהן מיט א שיינעם סוט" זאגט עלען גרינבערג, און איך וויל ארויסהעלפן די אלע אן א דזשאב. ס'איז ערווארטעט צו זעהן די היים-לאזע זאמלען געלט ביים רעמפ צום וואשינגטאן בריק מיט א שיינעם אנצוג.. די געוועזענע מעיאר פון וועראונא-ניו גערסי איז היינט פאראורטיילט געווארן צו זיבן יאר טורמע, פאר גנב'נען פאנדן וואס איז קיינמאל אנגעקומען צו זייער ארט ביי די ריעל עסטעיט אפיסעס. 'קירנען' האט זיך דערקלערט שולדיג צוויי חדשים צוריק אין געריכט. און איז ערווארטעט אנצוהייבן זיין טערמין קומענדיגע וואך. די ניו יארקע מעיאר זיכט זיך צו פארבינדען מיט אים וויכטיג. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די אבאמא אדמינאסטראציע. מיר זיכן א קלינערס זאל פרובירן צייגן א צווייטע מאל דעם ערשטן אימפרעשאן פאר אונזער קאנדידאט.
נולד מאוחר ווי רעדט מען פון מהר"א'ס עקסידענט דא אין שטיבל? <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/114919/2012/10/15/teaneck-nj-crash-involving-satmar-grand-rebbes-escort-sends-eight-to-hospital">http://www.vosizneias.com/114919/2012/1 ... o-hospital</a>
מהר"א איז נישט געווען דארט
טעפל נולד מאוחר ווי רעדט מען פון מהר"א'ס עקסידענט דא אין שטיבל? <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/114919/2012/10/15/teaneck-nj-crash-involving-satmar-grand-rebbes-escort-sends-eight-to-hospital">http://www.vosizneias.com/114919/2012/1 ... o-hospital</a>
מהר"א איז נישט געווען דארט
די עקסידענט האט פאסירט מיט די ערשטע קאר וואס איז געווען פאראויס מיט צוויי מייל, און ווען די רבי'ס קאר איז אנגעקומען צו די עקסידענט איז כמעט יעדער געווען אינדערויסן חוץ איינער, און די רבי האט געוואלט אויסווארטן ביז מען נעמט יענעם ארויס, איז פאליציי אנגעקומען און יעדעם פארשיקט כדי צו אפשפארען די ראוד.
שעפטל באקומען אין אישי: די מעשה אין קראון הייטס איז אזוי: אין א אידישע צענטער אין קראון הייטס האט איינער גערופען די פאליציי אז איינער דרייט זיך דארט אהן ערלויבעניש, 2 אפיצירען וואס זענען אנגעקומען האבן אויפגעוועקט דעם בחור בעט'ענדיג ער זאל פארלאזן דאס פלאץ, די בחור וועלכע איז געווען אינטער שאק, נאך פארשלאפענערהייט האט געזאגט פאר די פאליציי אז ער האט קלארע ערלויבעניש דא צו זיין, אבער די אפיצירען האבן זיך אנטזאגט צו אויסהערן זיינע געבעטן, אין האבן זיך געגרייט אים צו אררעסטירן, ווען ער האט זיך אנטזאגט פון זיך לאזן פרייוויליג אררעסטירן האבן די צוויי אפיצירען זיך גענומען אים ברוטאליש צו שלאגן איינער מיטן בלויזע הענט אין די 2'טער מיט זיין שטעקן. די בחור איז שווער צושלאגן געווארן פאר עטליכע מינוט ביז אנדערע אפיצירען זענען אנגעקומען אין זיי האבן באוויזען ארויפצולייגן קייטלעך אויף זיינע הענט, אין אים אפגעפירט אין טורמע, די בחור האט געוויילט פאר 4 טעג אין 'רייקערס איילענד', די בחור איז אנגעקלאגט געווארן מיט 9 קלאגעס, צווישען אנדערע אז -ער האט גאר צושלאגן די אפיצירען- א קלאגע וואס קען ברענגען ביז 5 יאר טורמע, ער למעשה ארויס געלאזט געווארן אויף בעיל. די אינצידענט איז יעצט ארויפגעקומען צום אויבערפלאך נאך דעם וואס עס איז ארויסגעקומען א קלארע ווידיוא פון א זיכערהייט קעמערא. למעשה איז באשטעטיגט מיטן צענטער אז די בחור האט געהאט ערלויבעניש דארט צו זיין.(אין דאך האט די פאליציי זיך נישט צוטוהן געמאכט מיט זיינע געבעטן אז ער האט ערלויבעניש). היינט איז פארגעקומען א 'פרעסע קאנפרענס' אין קראון הייטס צו פראטאסטירן קעגן די פאליציי ברוטאליטעט. צווישען אנדערע האבן זיך באטייליגט: אסעמבלימאן דוב הייקינד; קאמאפעטראלער דשאן ליו; סטעיט סענעטאר עדעמס; פאבליק אדוואקאט ביל די בלאזיא; אין נאך מיט א צאל אידישע עסקנים. אויך האט קאנסילמאן דוד גרינפעלד האט ארויסגעגיבן א פרעס ריליעס איז די פאלציי זאל אויפזאגן די צוויי אפיצירען!!
הייסט עס אז די פאליציי האט געשלאגן א איד כדי זיך אנצונעמען פאר א אידישע צענטער, איך מיין אז די פראטעסט אויב אזוי קוקט אויס אז עס וועט נישט גוט אויסנעמען ביי די פאליציי, מען האט זיך אנגענומען פאר אידן און מען פראטעסטירט. און צווייטענס אויב וואלט דער קרבן געווען סתם א היימלאזער שחור וואלט מען אויך פראטעסטירט אויף די ברוטאליטעט?
נולד מאוחר ווי רעדט מען פון מהר"א'ס עקסידענט דא אין שטיבל? <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/114919/2012/10/15/teaneck-nj-crash-involving-satmar-grand-rebbes-escort-sends-eight-to-hospital">http://www.vosizneias.com/114919/2012/1 ... o-hospital</a>
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2080">viewtopic.php?f=33&t=2080</a><!-- l -->
דאן וואלטן די שחורים פראטעסטירט אויף די ברוטאליטעט...
ניו יארק סיטי איז פון די שטערקסטע פלעצער פאר טוריסטן. אבער דאס קומט נישט אימזיסט. די סיטי צאלט מיליונען פאר מארקעטיג און אדווערטייזמענטס איבער די וועלט. היינט האט די נ.י. סיטי'ס אפיציעלע-טוריסטן-עידזשענסי געפענט א פרישע אפיס אין מעקסיקא-סיטי צו פרעדיגן טוריסטן צו קומען. מעקסיקא סיטי האט געהאט קרוב צו פיר-הונדערט-טויזענט באזיכער אין נ.י. די יאר. יאפ! אז מ'צאלט טיקעטס, קומט מען... א מאן וואס איז אנטלאפן פון א עקסידענט סצענע, האט געשריגן פאר הילף נאכן אראפפאלן צוואנציג פיס ביים זייט פונעם שאסיי אויפן ראוט 9 אין וועסטשעסטער. טאם-לענדא איז אפגעפירט געווארן אין וועסטשעסטער מעדיקל סענטער. וואו די פאליציי איז שוין מיט אים, און ער וועט פארהאלטן און אנגעקלאגט ווערן. א געוועזענע דזשעי-עף-קעי לופטפעלד ארבעטער איז היינט פאראורטיילט געווארן צו דריי מאל לעבנסלענגליך מיט נאך פינף-און-דרייסיג יאר פארן אנפירן מיטן שמאגלען דראגס אין די יארן וואס ער האט געארבעט דארט. "דאס איז זיין ערליך פארדינטן אורטייל, מיטן אנפירן דעם רינג וואס האט אריינגענומען נאך צוואנציג ארבעטער" זאגט די פעדערל דזשאדזש. אנווייזענדיג אז אין געוויסע פעלער האט מען אפילו צענומען חלקים אויף עראפלאנען צו קענען אויסבאהאלטן די סחורה. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די ניו יארקע טרעפיק אגענטן. מיט אונזערע געלטער ברענגט מען אריין נאך מעקסיקאנע. און מיט זייערע געלטער זעמער אונז דא, און טראגן ארויס ניו יארקע...
א טעראריסט איז היינט ארעסטירט געווארן פארן וועלן אויפרייסן די פעדעראל-רעזערוו באנק אין מענהעטען. די פראבלעם איז געווען אז זיין שיתוף וואס ער האט מיטגענומען צום אקט, איז געווען א פארשטעלטער עף-בי-איי אגענט. זיי האבן פארקירט דעם אוטא פארענט פונעם בילדינג. דערנאך געגאנגען צו א האטעל וואו ער האט אריינגעזאגט אין א טעיפ "אונז וועלן נישט אויפהערן, ביז אונז וועלן דערקלערן זיג". דאן האט דאס געזאלט אויפרייסן. איצט נאכן ארעסט פרעגט זיך ווער ס'האט דאס אריינגעזאגט אינעם טעיפ.. ארבעטער אין 'לעגאו-לענד אין יאנקערס האבן היינט אנגעהויבן בויען א צוויי-און-דרייסיג טויזענט סקווער-פיס געביידע מיט לעגאו שטיקלעך. די געביידע וועט אריינעמען דריי מיליון פלעסטיק שטיקלעך. און וועט אפקאסטן נאנט צו צוועלעף מיליון דוללער. געוועזענע גאווענער פאטאקי פרעגט וואו זיין שכל איז געווען. אויב נעמט ער ווען זיי אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער. וואלט עס שוין לאנג געווען פארטיג. דריי יונגע סטודענטן האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס העלדן נאכן אפגעפינען א פערצן חדשים'דיג קינד נעבן א העפטיגן שאסיי אין ניו גערסי. די קינד איז ארויסגעקראכן פון א אפען טיר ביים באבע'ן אינדערהיים. און ארומגעקראכן אויף די גאסן ביז זיי האבן איר אפגעפינען און געריפן הילף. די קינד איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר היילונגס. די באבע וויל נאר זיכער מאכן אז ס'קינד איז ארויס מיט א שאל. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קליקס. אונז זענען נאך אוועילעבל אויפצובויען דעם ווארלד-טרעיד-סענטער מיט אונזערע פלעסטיק שטיקלעך
א אכציג יעריגע פרוי איז ארעסטירט געווארן אין קאנעטיקעט, נאכן אראפרייסן פלאקאטן וואס האט געצייגט בילדער פון אבאמא מיט היטלער'ס וואנצעס אויף אים. די פלאקאטן זענען געהאגען געווארן דורך אנטי-אבאמא גרופעס. זי וועט אויסשטיין פאר געריכט נעקסטע וואך. פון נאצי גרופעס הערט זיך אז היטלער וואלט זיך קיינמאל געלאזט אנטאהן אבאמא'ס וואנצעס. אבאמא זאגט: ס'איז די שולד פון די לעקטאריק קאמפעניס פארן איינפלאצן די שטאנגען אויף וואס מ'קלעבט די פלאקאטן. "ניו יארקע ברויכן פרידאם" זאגט בלומבערג ביי א קאנפרענס איבער די נעכטיגע טעראר אטאקע. אנמערקנדיג אז ס'איז שוין די פופצענטע מאל וואס מ'שטעלט אפ א אטאקע אין נ.י. אין די לעצטע צוועלעף יאר. פרוי קלינטאן זאגט אז דאס איז א דיירעקטע אקט איבער א יו-טוב ווידיאו. און נעמט דערווייל נישט פאראנטוואורטליכקייט. א הייוועי אפיציר איז דערהארגעט געווארן ביים אנקומען צו א עקסידענט סצענע ביי עקסיט 36 אויפן לאנג איילענד עקספרעסוועי. דשאוסעף אליוורי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער איז ערקלערט געווארן טויט. די קאונטי זאגט אז פינף און צוואנציג אפיצירן זענען שוין דערהארגעט געווארן אין די לעצטע צעהן יאר ביי די איטליכע עקסיטס דערנעבן. אפשפארן די עקסיטס איז א באטראכטע אפציע. מ'וועט מאכן בלויזע ראודס ארויס פונעם שאסיי. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: יו-טוב. זינט ניו יארקע ברויכן פרידאם, האבן מיר אראפגענומען אלע ווידיאו'ס וואס פארמאגט קאלירטע סאודע.
שעפטל "ניו יארקע ברויכן פרידאם" זאגט בלומבערג ביי א קאנפערענץ
שוין לאנג נישט געזעהן אזא הארבע סתירה.
איך זעה טאקע אז דער ספאנסער באציעט זיך אויף אייער סתירה...
מזל טוב! די וועלטס עלסטע נייע טאטע איז 96!!! ראמדזשיד ראגהאב האט זיך געטראפן מיט זיין 52 יעריגע ווייב שעקאנטאלא דעווי בערך 10 יאר צוריק. און פאריגע וואך האבן זיי געהאט זייער צווייטע קינד! ראגהאב זאגט נאך אז זיינע שכנים זענען אים גאר מקנא און סעקירן אים אז זיי ווילן וויסן זיין סוד... ער לייגט אבער צו אז "אלעס ווענדט זיך אין גאט" "איך ווייס אז איך קען ווען האבן נאך קינדער, אבער צוליב פינאנציעלע סיבות בין איך פערטיג!" האט ראגהאב געענדיגט...
א גוטע וואך פאליציי אין ניו גערסי ספראווענען זיך מיט א ענדלאזע קייט פון ריפערס איבער א גרופע וואס זיכן צו פארכאפן קינדער נעבן גרעסערע שאפינג ערטער. די לעצטערע צאל ריפן קומען מערסטענס פון די 'מילפארד' געגענט וואו דריי אזעלכע פעלער זענען פארגעקומען אין די לעצטערע פאר טאג. די פארנומענסטע דעפארטמענט אינערהאלב די ביוראו זענען די וואס פרובירן אראפמאלן וויזוי דער אנטלאפענער זעהט אויס. זענט איר א ניו יארקער? גלייכט איר דעם מעיאר? ניין, אט די פראגע איז נישט פארגעלייגט געווארן פאר די פיר-און-אכציג פראצענט אויסגעפרעגטע וואס זענען צופרידן צו וואוינען אין די סיטי. צווישן אלע זענען די מענהעטען איינוואונער די מערסטע אומ'זיכער מיטן געגענט. אין בראנקס זענען די ספאנישע ס'ווייניגסטע צופרידן. סטעטן איילענד איז אריינגעקומען אלס די רואיגסטע און זויבערסטע. אין ברוקלין זענען די פארברעכער די מערסטע צופרידן. א פריוואטע פליגער האט אראפגעקראכט העכער די וואסערן אין לאנג איילענד, וואו 'דייווערס' און די קאוסט-גארדס ארבעטן ארויסצושלעפן די צוויי פאסאנדזשירן זענען פארכאפט -און ווארשיינליך שוין טויט- אינעם פליגער צוואנציג פיס אונטערן וואסער. טרעפיק אגענטן זענען אויך צווישן די וואס שטיפן זיך אראפ אונטערן וואסער, צו אויסשרייבן א טיקעט פאר איליגעל פארקינג. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די אקיופירער פונעם וואל סטריט. ביי אונז זענען די פאליציי די מערסטע אומצופרידענע.
עפעס א מאסיווע שיסעריי אין וויסקאנסין מיט זיבן טויטע?! איינער ווייסט מער?
א מאמע מיט א באבע זענען ארעסטירט געווארן אין ניו גערסי פארן זיך אנעמען פארן קינד/אייניקל, נאך וואס קינדער האבן זיך נישט פארטראגן אויפן באס וואס פירט זיי אהיים. די קינד האט זיך אפגערעדט לעצטע וואך פארן סקול, אבער זיי האבן זיך נישט געקימערט דערמיט. טענות אויפן באס דרייווער פארן ארויפלאזן די באבע מיטן טאכטער, זענען אפגעלייגט געווארן. ווען איינער קומט ארויף אויף א באס זיך שלאגן מיט קליינע קינדער, קען נישט זיין צו אלט.. זעהט איר א געשלעג, אנטלויפט! א פונף-און-דרייסיג יעריגע מאן איז געשטאכן געווארן צום טויט ביים פרובירן אפשצוטעלן א געשלעג אין א לאבי פון א בילדינג אין בראנקס. איינע פון די שלעגער איז ארעסטירט געווארן און איז ערווארטעט צו ווערן אנגעקלאגט. צוקוקער לאזן זיך הערן אז די ארויסקום פון ווען אונזערע מלמדים האבן זיך אריינגעמישט אין א געשלעג, זענען זיי ארויס מיטן אויבערהאנט. א טרענירונג דריל וואס איז פארגעקומען דעם שבת אין ניוארק לופטפעלד, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א 'סוקסעס' נאך וואס ס'האט צוזאמגענומען איבער דריי-הונדערט רעטונגס און הילף אגענטן, ארויסראטעווען פאסאנדזשירן פון א געקראכטע פליגער. א ענליכע דריל איז פארגעקומען אין קענעדי לופטפעלד אויף א קלענערע פארמאט. אינטערסאנט אנצומערקן אז דריל'ס ווערן אלץ אנגערופן א סוקסעס. קומענדיגע ווירקליכע געשעענישן וועלן מעגליך די הילפס אגענטן אויך ברויכן ווערן געריפן צו א דריל. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: עקסעלענט באס פירמע. אונז גרייטן זיך צו דורכפירן א דריל פון א געשלעג אויף אונזערע באסעס. דער פארמיטלער נאך געזיכט.
מאנטיווידעא, אוראגוויי. גאר גוטע נייעס קומט ארויס פונעם לאטיין אמעריקאנעם לאנד אוראגוויי. דאס לאנד גייט אפיציעל לעגאלעזירן מאריוואנא, די רעגירונג גייט דאס אליין פלאנצן און פארקויפן פאר זייערע לאנדסמאן. ס'נישט באקאנט איצט גייענדיג צום דרוק צי מ'וועט דאס אויך קענען קויפן אינעם מאנטיווידעאר שול אין ווילי.
געספאנסערד דורך: א גאלדענע קרוין. גיסט אונז אריין אביסל מאריכוואנא, און גיטס אריין א נחמה'לע אין א אידישע נשמה'לע....
שעפטל לעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא... האט איינער מער, שעם דיך נישט און ברענג...
מר' שעפטל
איך קען זיין אין דיין וואטס-אפס גראופ? דו ביסט אייזען!
לעמיל שעפטל לעצטענס דרייט זיך ארום יעדן טאג אויף די וואטס-אפס און בלעקבערי גרופעס א יעדן טאג אינטערסאנטע נייעס האב איך געקלערט עס איבערצוגעבן דא... האט איינער מער, שעם דיך נישט און ברענג...
מר' שעפטל
איך קען זיין אין דיין וואטס-אפס גראופ? דו ביסט אייזען!
מיין ביבי גרופ איז נישט גוט...? עניוועיס, ארויף "דא" מיט דיין סעלערי נאמבער און מ'קען דיך אפשר אינווייטעווען...
נאך צוויי יאר וואס די מזרח וועלט ליידט ביים וועלן גרייכן מערב וועלט. נאך וואס מאנכע האבן אראפגעשטעלט גרויסע קלעצער צו פארשווערן דעם געדרענג אין די לופטפעלדער. האט די 'טי-עס-עי' געמאלדן אז זיי גייען אוועקנעמען די 'פול-באדי-סקען' מאשין פון לאגווארדיע און דזשעי-עף-קעי. אין ליכט פון די נייעס, האט 'טאויער-עיר' געמאלדן א צייטווייליגן הנחה אויף אלע טיקעטס. די וואלן אין אמעריקא פארן קומענדיגן פרעזידענט, איז נישט בעפאר איטליכע וואכן. אבער נאך וואס פרעזידענט אבאמא איז דורכגעשלאפן דעם ערשטן דעבאטע, קען די היינט נאכטיגע דעבאטע אפשיידן א גרויס חלק ווער ס'דער קומענדיגער פרעזידענט ערוויילט צו ווערן. פרוי קלינטן זאגט אז דאס מאל וועט זי לאזן ביידן נעמען קרעדיט. ביידן האט זיך אויסגעלאכט דערפון.. "וואסער איז נישט גאלד" האט זיך א לאנג איילענד איינוואוינער אפגערעדט. "די פרייזן שטייגן אן אויפהער, ס'לאזט זיך ניטאמאל גלייבן". דעם וויי געשריי הערט זיך פון א גרויס טייל פונעם געגענט, נאך וואס דער דורכשניכטליכע וואסער ביל וואס זיי האבן ערהאלטן איז איבער דריי הונדערט דוללער. "פארברעכער וועלן נאך אראפברעכן די טירן צו קענען גנב'נען וואסער". 'טירן' האביך געזאגט?! "טירן איז קיין פראבלעם!" זאגט א ווארטזאגער.. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: נר מצוה. די ליכט פון טאויער עיר'ס נייעס, האט זיך שוין לאנג אויסגעברענט.
איז דער שרייבער א איזראעלי? וואס איז פשט פון שרייבן, צב"ש, דוללער, אדער ניו ג'ערסי, פונקט ווי מ'שרייבט אין א"י? פאר ווער עס ווייסט נישט, אין א"י שרייבט מען "טש" מיט א צ' (טשיפס איז צ'יפס), און דזש איז ג' (דזשערסי איז ג'רסי, אראנדזש איז אורנג' וכדומה)
ניין א היימיש געבוירענער... פון די ירושלים ד'אמעריקע...
נעכטן
א גרופע ברוקלין חברה האבן זיך היינט געפאקט פעק, און ארויסגעלאזט אויף א רייזע אין די באנען איבער גאנץ ניו יארק. פראטעסטירנדיג אויף די העכערע פרייזן וואס איז ערווארטעט אין די גאר נאנטע טעג. "אונז גייען דורכפארן אלע 468 סטאנציעס, און איך בין זיכער אז גאווענער קאומא זעהט דאס לייוו" זאגט איינע פון די אנפירער. "ער איז אינוויידעט צו מיטקומען מיט אונז!" די שנעלסטע וואס א מענטש איז דורכגעפארן אלע סטאנציעס איז קרוב דריי-און-צוואנציג שעה. אריינקומענדע נייעס: פאליס אין נעסאו קאונטי האט באוויזן צו ארעסטירן א מאן וואס איז אנגעבליך דער שיסער וואס האט געשאסן א אפיציר און נאך א ציווילן וועלנדיג אנטלויפן מיט יענעמס קאר. די שיסעריי איז פארגעקומען נאך וואס 'ארטאר לאפעז' האט אפגעשטעלט דעם פערשוין פארן אנטלויפן פון א עקסידענט סצענע. דאס איז שוין די צווייטע אפיציר וואס לאזט טראגיש איבער די ביוראו אין דעם וואך אן פריערדיגן ווארענונג. א מאן איז דערהארגעט געווארן אין די פארטאגס שעות ביים בראדוועי באן סטאנציע. דעטאלן זענען נאכנישט קלאר פונקטליך וואס האט געהאט פאסירט. אבער ס'האט אנגעמאכט א כאאס, נאך וואס די שינעס זענען פארמאכט געווען אין די סאמע פארנומענע-שטונדע שעות. די וואס האבן אויפגענומען די נייעס אלס ס'ארגסטע, זענען די וואס גיבן זיך אפ מיטן רייזן אלע סטאנציעס... נישט וועלנדיג אראפשטייגן. "מ'קען דאך צעשמאלצן ווערן בלויז זיצנדיג דא אן קיין ציהל".. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פסח'דיגע שמאלץ. מיט אונזערע שמאלץ ברויכט איר נישט זיצן אויפן באן צעשמאלצן צו ווערן.
קאנגרעסמאן 'סטיוו-איזריעל' האט היינט געזאגט ביי א קאנפרענס, אז ביי די עי-טי-עם פישקע'ס זענען די גניבות ארויף מיט איבער צעהן פראצענט די יאר, און ס'גרייכט שוין א בילאון דוללער דעם יאר. "אזעלכע מאשינען גניבות זענען די ערגסטע פאר די באנוצער, ווייל מ'זעהט נישט וויזוי מ'ווערט בא'גנב'עט, נאר פלוצלינג דערזעהט מען זיך מיט א ליידיגן קארטל". און האט צוגעלייגט, אז מ'זאל זיך באנוצן מיט די מאשינען וואס פארמאגן א קעמרע דערנעבן. שמרי החומות זיכט אצינד זיך איינצוהאנדלען קעמרעס נעבן זייערע פישקעס. דעראל-פאולער. דער מערדער וואס האט נעכטן פאטאל געשאסן א פאליס אפיציר און א ציווילן. איז היינט ארויסגעלאזט און אפגעפירט געווארן פון שפיטאל קיין חד גדיא. וואס ברויזט מער די אטורני'ס איז די פאקט אז ער מערדער איז ארויסגעלאזט געווארן פון תפיסה א קנאפע יאר צוריק, נאכן זיצן איבער פינף יאר, אויך פאר מערדעליכע קלאגעס. "אונז וועלן פארלאנגען א אינוועסטאגעישאן דערויף, און מ'וועט זיכערמאכן אז איצט וועט יוסטיץ אויסגעפירט ווערן". אריינקומענדע נייעס: א פאליס אפיציר איז נארוואס געשאסן געווארן אין בראנקס. וואו ער ווערט איצט אפגעפירט קיין שפיטאל. דעטאלן זענען נאך דערווייל נישט דא. (ארויסגענומענע נייעס: א סטאטיסטיק פון בלומבערג אז קריים-ראטע פאלט אין ניו יארק..) די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דיספאוזעבעל קעמרע. האנדעלט זיך א קעמרע, ס'וועט טאקע שיסן ווינציגער בילדער וויפיל פאליציי. אבער איר וועט קענען גיין צו סיי וועלכע פישקע האבנדיג א קעמרע.
ברעיקינג: א מאסן שטעכעריי איז נארוואס פארגעקומען אין מענהעטן, וואו דריי ערוואקסענע -קריטיש אין שפיטאל- און צוויי קינדער -טויט- זענען געשטאכן געווארן אויף 75 סטריט ביי קאלאמבעס. ס'איז נאך אומקלאר וואס דארט איז פארגעקומען. פאליציי האבן ארעסטירט די שטוב-העלפערן. פרעזידענט אבאמא איז היינט ארויסגעגאנגען וואוטן אין טשיקאגא, ווערנדיג די ערשטע פרעזידענט וואס גייט ארויס שטימען ביי די 'ערלי וואוטינג'. נאכן פארלירן דעבאטעס, איז פארשטענדליך די ארויסגיין זיכן פאר סיי וואספארא געווינס. אין זיין שטום-בודקע האט ער זיך פארזיכערט א זיכערע געווינס. קינדער אונטער איין-און-צוואנציג יאר האבן זיך צוזאם גענומען פראטעסטירן פארן נייעם געזעץ אז אונטער דעם יארגאנג וועלן זיי נישט מעגן קויפן קיין 'גאנס'. און יא, זיי האבן אויך ערוואקסענע וואס נעמט זיך אן פאר זיי. "אויב מעגן זיי דרייוון, און זיי מעגן קויפן א הויז, דאן זאלן זיי אויך מעגן קויפן א גאן" זאגט אן ערוואקסענער. בלומבערג גיבט זיי אבער א עצה. נעמליך, שטעכן! "איך האב זיך אויך היינט געשטאכן" זאגט ער מיט פאטאס. נאכן נעמען א 'פלו-שאט'. שטעכן איז היינט זייער א אויפגעכאפטע זאך!.. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דור ישרים' מאסן שטעכעריי. די היינטיגע נייעס רעדט גענוג.
א גוטע וואך צום בעפארשטייערן שטורעם 'סענדי': מעיאר בלומבערג באווארענט ניו יארקע צו בלייבן אינדערהיים. שטאטישע פארקס וועלן ווערן פארשפארט אום זונטאג פינעווע נאכמיטאג. טראנזיט באנען וועלן אויפהערן קורסירן זיבענע. קאן-עדיסאן האלט א וואכזאם אויג אויף אומפאלענדע עלעקטאריק שטאנגען. רעד-קראאס פארשפרייט א עפפ פאר פאונס וויזוי צו האנדלען דעם קריזיס. געגענטער אין לאנג איילענד און אין ניו ג'ערסי אונטער אוועקיואציע. גאווענער קאומא פאררופט סטעיט-אף-אמערזשענסי אין קלענערע קאונטיס. סאודע טרינקער מיט טרעפיק אגענטן וועלן זיין די מערסטע באטראפן. א מאן איז ארעסטירט געווארן, און ווערט אנגעקלאט צו זיין דער וואס האט דערהארגעט א פרוי מיטן פיצל קינד, און דערנאך אונטערצינדן דעם בילדינג אין בראנקס לעצטן פרייטאג פארטאגס. ביי דריי רויבער אין הארלעם האט זייער מזל שלעכט געשפילט ביים אנטלויפן פון א רויבעריי סצענע, אריינפארענדיג דעם פארקערטן ריכטונג קעגן די קעגן-קומענדע פאליציי קארס. פרובירנדיג זיך אוועקדרייען פון זיי, און נאך א בולעט פון די פאליציי, איז זייער קאר אריינגעפארן אין א בילדינג דערנעבן. צוויי זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן, און איז אונטער פאליציישע וואך. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'די זייגער מענטש'. מיר האבן באטאריען (מיטן אקצענט) פאר די פלעש-לייטס צום שטורעם.
שעפטל קאן-עדיסאן האלט א וואכזאם אויג אויף אומפאלענדע עלעקטאריק שטאנגען.
א וואכזאם אויג? באמת?? אויך מיר א ישועה.
שעפטל סאדע טרינקער מיט טרעפיק אגענטן וועלן זיין די מערסטע באטראפן.
דא האב איך אויסגעשאסן און געלאכט פאר (בערך) 6 א האלב מינוט...
א קאמערציאלע קאפסול האט זיך היינט צוריק געקערט פון ספעיס נאכן זיך געפינען דארט איטליכע וואכן. די קאמערציאלע קאפסול איז די ערשטע קאמערציאלע סארט ארויפצופליען. ס'איז ארויפגעפלויגן פון פלארידע, און ס'האט מיטגענומען סופלייס וואס אכט קאפסול'ס קענען שלעפן. די מינע גרעבער אין כינע זאגן: דאס איז קיין קונץ. אונזער קאפסול האט נישט ערהאלטן אפילו וויפיל איין קען ערהאלטן. סענדי אפדעיטס: ניו יארק סיטי האט שוין פארהאקט אלע סובוועיס און טראנזיט באסעס. עקספערטן שאצן אויף איבער זעכציג מיליאון פאמיליעס צו האבן שאדנס. פאבליק שולעס איבער ניו יארק וועלן זיין פארשפארט מארגן. אוועקיואציע אין מערערע ערטער אין ניו גערסי און אין לויער מענהעטען, גרייכט ציפער פון איבער פיר-הונדערט-טויזענט. איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט. זעקס-און-זיבעציג שעלטערס אויפגעשטעלט איבער ניו יארק סיטי. צוועלעף געמבלינג קאסינאוס אין אטלענטיק סיטי וועלן ווערן פארשפארט צום פערטן מאל אין זייער היסטאריע. אבאמא פליעט קיין פלארידא. ראמני איז אין אהייא. וויטא לאופעז אינדערהיים. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: על-גאור. ווען איר טרינקט וואסער ביים שטורעם, געדענקט נאר טרינקן מיט די קלענערע פלאסטיק דעקלעך. #גאו-גרין.
שעפטל סענדי אפדעיטס: איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
<a class="postlink" href="http://abcnews.go.com/WNT/video/hurricane-sandy-air-travel-shuts-east-coast-17585027">http://abcnews.go.com/WNT/video/hurrica ... t-17585027</a>
📎 ouiln2.jpg
These Are the 25 Worst Passwords of 2012
1. password 2, 123456 3. 12345678 4. abc123 5. qwerty 6. monkey 7. letmein 8. dragon 9. 111111 10. baseball 11. iloveyou 12. trustno1 13. 1234567 14. sunshine 15. master 16. 123123 17. welcome 18. shadow 19. ashley 20. football 21. jesus 22. michael 23. ninja 24. mustang 25. password1
זר זהב 1. password 2, 123456 3. 12345678 4. abc123 5. qwerty 6. monkey 7. letmein 8. dragon 9. 111111 10. baseball 11. iloveyou 12. trustno1 13. 1234567 14. sunshine 15. master 16. 123123 17. welcome 18. shadow 19. ashley 20. football 21. jesus 22. michael 23. ninja 24. mustang 25. password1
כ'פארשטיי נישט, ווטאס זענען די אלע אותיות און נומערן?
דולה ומשקה כ'פארשטיי נישט, ווטאס זענען די אלע אותיות און נומערן?
זר זהב These Are the 25 Worst Passwords of 2012
ייש"כ איך טויש שוין מיינס
רעפ אפ פון נעכטן...
נאך אלע וויצן די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה, איז סענדי דאהי געווען. טראנזיט, באנען, באסעס. בריקן און טאנעלס זענען אלעס הערמאטיש פארשלאסן געווען. די סטאק מארקעט איז געווען פארמאכט נעכטן. אקיופיי אויסגעפירט... 'סטארבאקס' האט פארמאכט אלע זייערע געשעפטן אין מאנהעטן און לאנג איילענד. איבער צוויי מיליאן אן לעקטער אין ניו יארק. קאן-עדיסאן האקט אפ לעקטער פון זעקס-אהאלב-טויזענט אין לאוער מענהעטען. די 'מעריטאן' לויפערס לייגן שטארקע האפענונג פאר א זויבערע סיטי קומענדיגע זינטאג. סענדי שרעקט זיך נישט, "די לויפער לאזן אויך נישט איבער די גאסן זויבער נאך זיי". די טראנזיט באנען זענען טאקע פארמאכט. אבער די איינגעשטעלטע זענען באזארגט אז ס'זאל נישט אריינקומען קיין וואסער פון די ריווער, וואס איז זאלציגע וואסער. און די שאדנס קען נעמען צו פארעכטן איטליכע טעג/וואכן. א פיר שטאקיגע בילדינג צועפענט זיך פונעם פארענט זייט. ערשטע שאדן: די לעכט פארלעשן זיך. א קרעין אויף א פונעף-און-זיבעציג שטאק בילדינג פאלט צוזאם. ערשטע סענדי-טויט-פאל אין ניו יארק סיטי, נאך וואס בוים פאלט אויף א הויז אין איסט-פלאשינג. די נייעס איז געספאנסערד דורך: סאנדערס בעקערי. מיט פיורניטשור פון סאנדערס, וועט אונז סענדי נישט אפשרעקן
נאכווייען פון סענדי. ניין פארברעכער וואס האבן פרובירט אויסצוניצן די צייט. זענען ארעסטירט געווארן אין קווינס. אכצן טויט פעלער אין ניו יארק. צווישן זיי א פאליס אפיציר וואס איז געווען אויפן וועג ארויסהעלפן א משפחה מיטגליד. דאס איז א דורכשניטליכע טאג, אן סענדי אויך.. קאן-עדיסאן זאגט אז די לעקטער קען נעמען איבער א וואך צו פאררעכטן. די באן שינעס זענען געווארן איבערגעפולט מיט וואסער, און ווי שוין געשריבן נעכטן, שאדט דאס שטארק. און קען נעמען לאנג צו אפקלינען. אויף דערווייל בלייבט עס פארמאכט. די באסעס וואס מ'האט צוריק געעפענט, זענען פריי מארגן דורכן טאג. ס'איז ערווארטעט צו זעהן מענטשן פארן צוויי מאל, מ'כאפט מציאות. פייער לעשער אין קווינס האבן זיך געספראוועט מיט דריי-און-צוואנציג פייערס, און איבער אכציג הייזער וואס זענען צוזאמגעפאלן ביי די שטארקע ווינטן. איטליכע הינט זענען דערהארגעט געווארן אין 'דיטמעס פארק' אין ברוקלין, נאך וואס א בוים איז אראפגעפאלן אויף זיי. די 911 סיסטעם זייענדיג אפען בלויז פאר אמערזשענסי. זענען ניינציג פראצענט פון די קאלס זענען געווען איבער אראפגעפאלענע ביימער אויף די בייק ליניעס. און איבער אומלעגאלע קאלער סאודע פארקויפער. קענעדי און ניוארק לופט פעלדער זענען ערווארטעט צוריק צוגעפענט ווערן מארגן זיבענע אינדערפרי. לעגווארדיע בלייבט דערווייל פארשפארט. די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דזשארדזש בוש. זינט קלינטאן איז פאראנטוואורטליך אויף די בענגאזי אטאקעס. בין איך פאראנטוואורטליך אויף דעם שטורעם.
שמעקעדיג שעפטל סענדי אפדעיטס: איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
ס'האלט שוין איבער 12,000
קאן עדיסאן: ס'וועט נעמען דריי טעג (ביז שבת) פאר די 323 טויזענט אין מענהעטען און ברוקלין צוריק צושטעלן די לעקטער. איבער א וואך פאר בראנקס קווינס און סטעטן איילענד. קאן עדיסאן פארטיילט אייז אין אלע געגענטער, פאר פאמיליעס אן לעקטער. בלומבערג: נאר קארס מיט דריי מענטשן אדער מער, ווערן אריינגעלאזן אין מענהעטען די קומענדיגע דריי טאג. ס'ווערט געזיכט בודקעס צו ארויסשרייען 'קאר-פאאל' מיט נאר צוויי מענטשן. טויזענטער אין אפסטעיט שטעטלעך בלייבן אן לעקטער. ארענזש-ראקלענד פארטיילט 'ביזנעס-קארדס' פאר פאמיליעס אן לעקטער. הונדערטער מענטשן האבן היינט געווארט לאנגע שעות ארויפגיין אויפן דעק פונעם עמפייער סטעיט בילדינג, וואס האט זיך היינט געפענט זינט דעם שטורעם. בלומבערג קלינגט דעם 'גלאק' ביים סטאק עקסטשעינדזש. פרייע זעכצן אונס וואסער איז פארטיילט געווארן פאר אלע ביים סטאק מארקעט. סעל פאון געשעפטן אין מענהעטן ריפן קאסטומערס אן לעקטער, זאלן קומען ריטשארדזשן זייערע סעל-פאונס אין געשעפט. פאבליק שולעס וועלן זיין פארמאכט ביז קומענדיגע וואך. שולע-אפיצירן צוריק ביים ארבעט, פארקויפן אפגעשיילטע עפל. פאליציי קאנטראלירן די אנקומענדע געז ביי די סטאנציעס, ווי טויזענטער ע מענטשן שטייען פאר א לאנגע צייט ווארטענדיג צו קענען אנפילן ס'טאנק נאכן הערן די נייעס אז ס'וועט מסתמה נישט זיין קיין פרישע גאז דעליווערי ביז סוף וואך, צוליב די פראבלעמען ביי די צענטערן אין ניו ג'ערסי די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די טרעוול-לעכט. מיר נעמען אן אפליקאציעס פאר אייער קומענדיגע לעקטעריק ביל.
שמעקעדיג שמעקעדיג שעפטל סענדי אפדעיטס: איבער הונדערט פליגער רייזעס שוין אפגעזאגט.
איבער זעקס טויזענט פלייטס זענען שוין געקענסעלט. דערווייל. (מער איז ערווארטעט)
ס'האלט שוין איבער 12,000
ס'האלט שוין איבער 18,000
מעיאר בלומבערג האט נעכטן פארארדענט אז אין די שטאט וואס שלאפט שוין איינמאל - מאנהעטטן קען מען נאר אריינקומען "קאר פול" (HOV) ד.מ. נאר קארס מיט דריי מענטשן און העכער. אבער זיך אויסגעדריקט אז חוץ אויפן דזשי דאבעליו ברידזש, דער מעיאר האט אבער פארגעסן צוצולייגן אז פונעם דזשי דאבעליו אן קיין דריי מענטשן קענסטו נאר פארן ווייטער צו די בראנקס! נישט קיין מאנהעטטן. הונדערטע קארס שלאגן זיך יעצט מיט די פאליציי אז מ'זאל זיי אריינלאזן. סי. בי. עס האט יעצט געמאלדן אז די טשעק-פוינט פאראורזאכט אריבער זעקס מייל פון טרעפיק! און ווי ס'קוקט אויס גייט מען עס יעצט אראפנעמען!
מען האט שוין אוועקגענומען דעם טשעקפוינט ביים וואשינגטאן בריק.
ניו יארקע איינוואוינער זענען שטארק אויפגעברויזט ווען די סיטי האט געמאלדן אז "פארקינג מיטער רעגולאציעס" זענען אין "אפעקט" היינט! נאכן זיין סוספענדירט פאר די לעצטע 3 טעג. (אלטערנעט סייד איז נאכאלץ סוספענדעט היינט און מארגן פאר 'אלל סעינטס דעי') די איינוואוינער טענה'ן אז אויב ס'דא אזא מאנגל אין גאז, און מ'קען נאר אריינפארן אין די סיטי מיט 3 מענטשן צו מער, לאזן גאר אסאך מענטשן איבער זייערע קארס פארקירט אויף זייער פלעצער. נו ווער וועט שפייזן די מיטערס פאר זיי איבערן טאג?
קאן עדיסאן האט געמאלדן אז אויף שבת וועט שוין זיין לעקטער אין גאנץ מאנהעטען. דערווייל איז נאך דא ארום 1.6 מיליאן קאסטעמערס אן קיין לעקטער, אראפ פון אריבער 2.1 מיליאן. און מאנסי האט שוין רוב חלק צוריקבאקומען לעקטער קראפט נעכטן נאכט. אין קרית יואל זענען נאך צענדליגע געגענטער נאך אפעקטירט און אן לעקטער. אינטערסאנטע נייעס האט די ען. וויי. פי. די. איבערגעגעבן אז טראץ די דיזעסטער און בלעק-אוטס איז נישט געווען קיין איין מארד אין שטאט! ס'לוינט זיך שוין באלד אזעלעכע סענדי'ס...
שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
VIDEO
פיקציע שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
דער בחור ירמי' פרוכטגאט, 21, איז ברוטאל צושלאגן און צוקלאפט געווארן דורך 5 אפריקען-אמעריקען טינעידשערס. נישט גענוג וואס זיי האבן אים מיאוס צושלאגן און בארויבט זיין בערזעל און אייפאון, האט איינער פון די גרופע געפילט פאר וויכטיג צו האקן מיטן פיס אויף ירמי' קאפ, פון וואס ער האט פארלוירן זיין באוויסטזיין.
פיקציע פיקציע שאקינג ווידיאו: א קראון הייטס ישיבה בחור ווערט ברוטאל צושלאגן און בארויבט פאר אן אייפאון אין די צייט וואס ער יאגט זיך אהיים צוליב די אנקומענדע האריקעין סענדי.
דער בחור ירמי' פרוכטגאט, 21, איז ברוטאל צושלאגן און צוקלאפט געווארן דורך 5 אפריקען-אמעריקען טינעידשערס. נישט גענוג וואס זיי האבן אים מיאוס צושלאגן און בארויבט זיין בערזעל און אייפאון, האט איינער פון די גרופע געפילט פאר וויכטיג צו האקן מיטן פיס אויף ירמי' קאפ, פון וואס ער האט פארלוירן זיין באוויסטזיין.
שוידערליך! קוקט אויס מיר זענען נאך יע אין גלות.
שעפטל ניו יארקע איינוואוינער זענען שטארק אויפגעברויזט ווען די סיטי האט געמאלדן אז "פארקינג מיטער רעגולאציעס" זענען אין "אפעקט" היינט! נאכן זיין סוספענדירט פאר די לעצטע 3 טעג. (אלטערנעט סייד איז נאכאלץ סוספענדעט היינט און מארגן פאר 'אלל סעינטס דעי') די איינוואוינער טענה'ן אז אויב ס'דא אזא מאנגל אין גאז, און מ'קען נאר אריינפארן אין די סיטי מיט 3 מענטשן צו מער, לאזן גאר אסאך מענטשן איבער זייערע קארס פארקירט אויף זייער פלעצער. נו ווער וועט שפייזן די מיטערס פאר זיי איבערן טאג?
אונזער הויכגעשפריצטער מעיאר האט זיך קיינמאל געקימערט מיט די אויפברויז פון זיינע אונטערטאנען. אויב עפעס, איז דאס נאר שטאף און מער אויל אויפן פייער, ווי מער אויפברויז, אלס שטרענגער די גזירות.
מיין וואונטש: ער זאל ווערן אן ארעמאן, קוים קענען אדורכשטופן דעם טאג מיט ברויט, ער זאל האבן א קליינע קארעלע כדי מחיתו, און זאל באקומען יעדן טאג טיקעטס און מען זאל עס אוועקשלעפן איינמאל א חודש.
זאל ער עסן וואס ער האט אפגעקאכט.
רבש"ע! האסט טאקע נישט געטראפן קיין פאסיגערן מענטש פאר וועמען צו שענקען די ביליאנען?
מ'עט דאך געקענט העלפן אזויפיל מענטשן.
אבער איך פרעג נישט קיין קשיות אויפן באשעפער ח"ו.
איך בין צומישט אויף טויזענט, וואס ס'טיצעך מיט די מיטערס היינט:
ביידע פון NYC.gov דא שטייט אפעקט 📎 Effect.jpg דא שטייט סוספענדעדט 📎 Suspended.jpg לעצטע נייעס: O&R האט זיך אין די מינוטן באוויזן אין קרית יואל צום ערשטן מאל זייט די שטורעם!