☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

662 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #897
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

שמואל הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:43 pm

· #45193
יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר, קיפ איט אפ 👍

קאוקאנט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:54 pm

· #45196
שכויח רב שעפטל פארן אהערברענגען די נייעס. מיר ליינען מיט דורשט.

דעינעש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:36 pm

· #45213
שמואל הלוי
יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר, 👍


דערקוויקנד, אלס מיט\צום טעם.

פעדער » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:50 pm

· #45228
דעינעש
שמואל הלוי
יישר כח שעפטל פאר דיינע זיסע באריכטעלעך באגלייט מיט הומאר, 👍


דערקוויקנד, אלס מיט\צום טעם.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:25 am

· #45323
שעפטל דו ביסט עפעס צוקער זיס, (ממש ווי זאלצוואסער... אוי, וואו בינעך דא?)

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 am

· #45403
בנימין נתניהו ווידעראמאל אין קעגנזאץ צו אבאמא. ביי א פרעסע קאנפארענץ מיטן בולגארישע פרעמיער מיניסטער באיקא באריסאוו האט נתניהו זיך געאיייסערט היתכן אמעריקע שטעלט נישט קיין רויטע ליניעס פאר איראן אויפצוגעבן אירע נוקלעארע פראגראמען, ווען נישט וועט אמעריקע נעמען שריט אנטקעגן איר.

ביז איצט האבן שוין אלע געזעט קלאר אז דיפאלאמאטיע און סאנקציעס האבן נישט געארבעט, כאטש די סאקנציעס האבן געשעדיגט זייער עקענאמיע האט עס אבער נישט אפגעשטעלט איראנ'ס נוקלעארע פראגראם, דאס איז א פאקט. און יעדער טאג וואס גייט פארביי ווערט זי נענטער און נענטער צו נוקלעארע באמבעס. אויב איראן ווייסט אז ס'נישטא קיין רויטע ליניע, אז ס'נישטא קיין דעד ליין, וואס וועט זי טוהן? גענוי וואס זי טוט יעצט: עס זעצט פאר אהן קיינע שטערונגען צו עררייכן נוקלעראע וואפן מעגליכקייטן און פון דארט צו נוקלערארע באמבעס. די וועלט זאגט פאר איזראעל: ווארט! "ווארט פאר וואס?" ווארט ביז ווען"??"

דאס קומט א טאג נאכוואס סעקרעטערי אף סטעיט קלינטאן האט געזאגט: אמעריקע וועט נישט שטעלן א דעד ליין פאר איראן!
נתניהו האט דאס שארף פארדאמט זאגענדיג: די אלע אין די אינטערנאציאנאלע קאמיוניטי וועלכע אנטזאגן זיך פון שטעלן א רויטע ליניע פאר איראן זענען מאראליש נישט בארעכטיגט צו שטעלן רויטע ליניעס אנטקעגן איזראעל.

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 am

· #45404
תימנ'ע באאמטע באריכטן, דרייצן אומגעקומענע אין א אויסגערעכנטע באמבע אויפרייס געציהלט אומצוברענגען תימנ'ער דעפענס מיניסטער, דער לעצטער אומבאשעדיגט.
y net

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:02 am

· #45419
פאליציי אין איזראעל האבן אנטדעקט א מאסיווע ארסענאל פון וואפן, אמוניציע, פייפ באמבעס, כאמאס ליטעראטור. באהאלטן אין גרינצייג געשעפט אין מזרח ירושלים, און פארשן נאך אויס די מאטיוון וואס ליגן אונטער דעם. ווי אויך איז געלעגן דארט א סומע פון א פערטל מיליאן שקל.

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:02 am

· #45421
באראק אבאמא האט פארשפראכן אמעריקאנע שטיצע פאר די אראבישע רעוועלאציאנערנדע מדינות וועלכע פרובן צוריק צו עררייכן פארמעגנס פון זייערע צעפאלנדע רעזשימען.
אבאמא זאגט אז דאס צוריקגעבן די געלטער, וואס ער שאצט צו ווערט זיין ביליאנען דאלארן, איז קריטיש נויטיג צוהעלפן פונדאסניי זיי איבערבויען און סטאביליזירן (אזעלכע לענדער ווי עגיפטן, ליביע, און טוניזיע)

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:08 am

· #45427
דער איראנער ריאל איז געפאלן מיט נאך 17 פראצענט אין די לעצטע פינף טאג האלטענדיג יעצט ביי 25,650 אנטקעגן די דאלאר.
איך מיין אז איך בין דער רייכסטער מאן פון איראן היינט צוטאגס.

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:17 am

· #45434
ליאן פאנעטע: אויב איראן וועט באשליסן צו בויען א נוקלעארע באמבע, וועט אמעריקע האבן אביסל מער ווי א יאר צו רעאגירן עס אפצושטעלן.
צולייגענדיג: מיר פארמאגן נישקשה'דיגע שפיאנאזש אינפארמאציע אויף איראן, מיר ווייסן בכלליות וואו זיי שטייען, און במילא האלטן מיר א נאנטע אויג אויף זיי.

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:30 am

· #45442
א טערקישע לינקע מיליטאנטישע גרופע איז געווען פאראנטווארטליך פאר די טעראריסטישע באמבע אופרייס, היינט דינסטאג, אויף א פאליציי סטאנציע אין איסטאנבול אומברענגענדיג איין פאליציי אפיציר און פארוואנדענדיג זיבן אנדערע.

פעדער » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:32 pm

· #45472
הצלת הדורות אפגעראכטן ביי הגר"ח קנייבסקי בהשתתפות גדולי הרבנים שליט"א.

צענדליגע רבנים האבן זיך דעם זונטאג פארנאכט פארזאמלט אין הויז פון מרן הגר"ח קנייבסקי כדי אפצורעכטן א הצלת הדורות צוזאמקום.. עס איז געווען א היסטארישע מעמד ווען הגאון רבי חיים שליט"א האט אהין דערגרייכט אין באגלייטונג פון מרנן ורבנן. פולע קהילה פירער און שליחים פון די מנהיגי הדור שליט"א.

די ציהל איז געווען צו איינצוימען און פארבאטן דאס באנוץ פון די סמארטפאונס און קאמפיוטערס אהנע פילטערס און אויפזיכט פון אנשי שלומיני. בי דעם מעמד האט מען אויך פארגעלייענט די בריוון פון דעם פוסק הדור בעל שבט הלוי, מרן הראש ישיבה, מרן הגר"נ קרליץ, און מרן הגר"נ אדעלשטיין שליט"א.

הונדערטער נאדבורנע חסידים האבן זיך צונויף געזאמלט ביים כינוס 'לטהרנו' אין שפיץ פון די רבנים ובראשם הגאון רבי חיים מאיר הלוי וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר און דער עלטעסטער זוהן פונעם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א , אויך האבן זיך באטייליגט דארט הגאון רבי שמעון בעדני חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי יהודה סילמאן שליט"א דומ"ץ בביהמ"ד הישר והטוב, הגאון רבי מרדכי גראס שליטא"א גאב"ד חניכי הישיבות, הגאון רבי שבח צבי ראזנבלאט שליט"א גאב"ד יראים, הגאון רבי שריאל ראזנעבערג שליט"א ראב"ד פונעם בית דין של הגר"נ קארליץ, הגאון רבי שריאל רוזנברג שליט"א ראב"ד בית דינו של מרן הגר"נ קרליץ, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב פון בני ברק וגאב"ד שערי הוראה, הגאון רבי יואל טוביאס רב פון געגנט, שיכון זעקס, אין בני ברק, הגאון רבי מאיר קסלר רבה של קרית ספר, הגאון רבי מרדכי שטערן
שליט"א פון די וויזניצער רבני וועד החינוך, הגאון רבי צבי וועבר רב שכונת נוה יעקב בירושלים וחבר בד"צ שארית ישראל, הגאון רבי אליעזר דינער שליט"א חבר בד"צ שארית ישראל,

הגאון רבי נתן בן סניור דער ספרדישער רב פון אור החיים געגנט. און נאך א לאנגע שורה פון רבנים איבער אלע געגנטער, געמיינדעס, און שטעט. די מנהלי און עסקני משמרת החינוך, דער בית דין וואס ספעציאלעזירט זיך אין קאמפיוטער געביטן. און דער מזכיר וועד הרבנים פאר טעלעקאמיוניקאציע ענינים, א.א.וו, וועלכע ארבעטן אונטער די אויפזיכט און וויסן פון די רבנים זיך צו מטפל זיין מיטן כשר'ן און אויפפאסן אויף די קאמפיוטער און אינטערנעט געביטן.
הגאון רבי יעקב מאיר זאנענפעלד די רב פון רכסים האט אנגעהויבן דעם מעמד, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון רבי חיים וואזנער שליט"א וועלכע האבן ביידע ברייט ארומגערעדט אויף די גאר פארגעשריטענע אפאראטן וועלכע טוען צו אונזער ווייטאג זיך שטארק איינרייסן צווישן שלומי אמוני עם ישראל. און לעצטנס איז עס גאר ערגער געווארן, ווען מענטשן טוען אהן קיין בושה זיך באנוצן צו זייער ארבעטס געברויכן מיט טעלעפאנען אהן קיין שום פילטער און שוץ פון די רוחניות'דיגע מזיקים.

דורכאויס די כינוס איז פארגעקומען א שמועס צווישן די רבנים און די מומחים מטעם משמרת החינוך, אויף דער פראגע פון די רבנים הלמאי מענטשן זענען זיך מתיר צו באנוצן מיט אומגעפילטערטע אפאראטן און גאר מאדערנעזירטע פריצות'דיגע מאשינקעס, און וואס עס קען אלץ געטוהן ווערן אין זייערע מגליכקייטן צו באשיצן די אלע מאשינען. ווי אויך איז דארט צום ערשטן מאל באקאנט געווארן אז אין די נאנטע צייט וועט ארויסקומען גאר א פארגעשריטענע כשר'ע טעלעפאן וועלכע וועט פארמאגן אלע טעכנעלאגישע דערפינדונגען און וועט בלויז דינען פאר ארבעטס צוועקן.
דער פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א האט געשיקט א ספעציעלן בריוו צום כינוס אין די הענט פון זיין זוהן הגרח"מ שליט"א, אין וואס ער שרייט פון הארצן טיפן אויף די ביטערע טעכלאגישע פלאגן און סכנות האינטערנעט, וואס האט אונז געשלאגן היינטיגע טעג. און בעט זיך ביי די רבנים שליט"א זאלן אויפרודערן מיט פייערדיגע שטרענגע ווערטער זייערע קהילה לייט ביים שבת שובה דרשה.

דעם בריוו האט פארגעלייענט הגאון רבי שריאל ראזנבערג שליט"א ראב"ד בית דין צדק אין בני ברק, אויך האט ער פארגעלייענט הויך דעם בריוו וואס זיין שווער מרן הגאב"ד הגאון רבי ניסים קרליץ האט געשיקט.

אין נאמען פונעם גאסטגעבער הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע ווערטער זיין נאמן ביתו הגאון רבי אליהו מן שליט"א.

הגאון רבי בונים זילבערבערג שליט"א רב שכונת שיכון ה' האט פארגעלייענט דעם בריוו פון ראש ישיבה הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן שליט"א, דעם בריוו האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיטן כבוד פונעם בעל האכסניה מרן הגר"ח שליט"א, ארויסהויבנדיג דעם גרויסן חשיבות אז דער כינוס ווערט אפגעראכטן אין הויז פון גאון הדור. הגראון רבי יהודה אריה דינר שליט"א האט פארגעלייענט דעם בריוו פון מרן ר"י פונוביטש הגאון רבי גרשון אדעלשטיין שליט"א.

דעם מעמד האט צוגעענדיגט הגאון רבי אביגדור אריאלי שליט"א פון ירושלים וועלכער האט אין קורצן איבערגעחזר'ט דעת גדולי ישראל שליט"א: די רבנים שליט"א זאן ביי די שבת שובה דרשות און ביי די הכנה-שמועסן ליום הדין מעורר זיין און אויפוועקן דעם ציבור זיך נישט צו באנוצן מער מיט די טעכנעלאגישע כלים אן קיין פילטער, און נישט לצרכי פרנסה. נישט איינצוקויפן פון יעצט און ווייטער פארגעשריטענע כלים ביז ווילאנג עס וועט ערלעדיגט ווערן דער נייער טעלעפאן ערצייגט בלויז פאר ארבעטס באנוץ.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:07 pm

· #45599
נאך א קאלטע געשלעג די לעצטע פאר טאג איבער ווער ס'שולדיג אויף דאס אז די מאזיום ביים ווארלד טרעיד סענטער איז נאכנישט אפען פארן פאבליק. האט היינט בלומבערג געזאגט אז די פארצויגענקייט איז צוליב וואס די געבוי איז 'די מערסט קאמפליצירטע בוי ארבעט אין די וועלטס היסטאריע', און די ארבעט וועט פארשנעלערט ווערן דורך וואס די ארבעטער וועלן אנהייבן ארבעטן פיר-און-צוואנציג שעה רונדע דעם זייער.

אריינקומענדע נייעס: א קליינע פליגער מיט זיבן מענטשן האט געמאכט אן עמעדזשענסי לאנדונג אין וועסטשעסטער לופטפעלד נאך וואס איינע פון די עינדזשנס האבן אנגעהויבן מאכן פראבלעמען. זיי האבן זיך געהויבן צוויי שעה פריער צו פליען קיין 'נאברעסקע'.

אין מענהעטן זענען לעצטע נאכט פופצן קארס אונטערגעצינדן געווארן. "איך בין רואיג אז די חברה האבן זיך אויסגעגעבן אויף די קארס, און נישט אויף מענטשן. קארס קענען ערזעצט ווערן, מענטשן נישט" האט זיך א שכן אויסגעדרוקט. אנדערהאלבן יאר צוריק זענען פונף קארס אונטערגעצינדן געווארן אויפן זעלבן גאס. פאליציי פרובירן נאכצוגיין ווער די פארברעכער זענען, און וואס זייער מאטיוו איז געווען. ס'איז ערווארטעט א סטעיטמענט פון אבאמא אז דאס איז א דיירעקטע אטאקע קעגן אים, און נישט קעגן די מענטשן פאר וועם די קארס געהערן. ווארום, ווער האט געבויעט די ראוד אויף וואס די קארס זענען געווען פארקירט?!..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פאולענד-ספרינג'. ס'איז שוין ס'העכסטע צייט אריינצולייגן א ספרינקלער סיסטעם אין אייער קאר.

פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:10 am

· #45849
די ווינער איינוואוינער ביים מעמד רבתי להצלת הדורות

דער כינוס האט אפגעצייכנט דעם סיום פון א רייע "כלל ישראל הצלת הדורות" פארזאמלונגען וועלכע זענען אפגעראכטן געווארן אין אייראפע אין לויף פון פארגאנגענע וואך. א מאסיווע ציבור זענען אנוועזנד געווען ביי דעם כינוס כלל ישראל אין וויען-עסטערייך, דער באצויבערנדע דערהויבענע מעמד האט געהאט א מעכטיגע אפקלאנג און געוואלדיגע קידוש השם ווען דער גאנצער חרדישער ציבור אין וויען דער הויפשטאט פון עסטערייך האבן זיך צונויף געזאמלט צום מעמד הצלת הדרורות, נעמענדיג א טייל אין דעם אלטוועלטליכן קאמף אנטקעגן די טעכנעלאגישע פגעי הזמן, ,וועלכע מאכן קאליע די בעסטע פון כלל ישראל. אויבן אן אויף א גאלעריע זענען געזעצן א אנגעזעהענע צאל פון די חשוב'סטע רבני העיר שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן אנטייל גענומען אינעם מעמד.

נאך תפלת מנחה ברוב עם, און נאכדעם וואס דעדר ציבור האט געזאגט די פרקי תהלים פאר ישועת הכלל והפרט, האט געלאזט הערן דברי פתיחה הרב יצחק צבי נוימאן שליט"א פון די חשובע נכבדי הקהילה, און א מגיד שיעור פון דף היומי אין שטאט שוין צענדליגע יארן צו גוטן. ער האט אין הערליכע דיבורים ארויסגעברענגט די ציהלן פונעם מלחמה געגן די אלע כלים און די גרויסע חשיבות און נוצן דערפון, אונטערשטרייכענדיג די וואונדערליכע אחדות וואס הערשט צוווישן אלע פרומע קהילות אין וויען, וואו אלע זענען מיט איין הייליג ציהל, זיך צוזאמצונעמען און שטעלן אן עקשנות'דיגע קריג פאר די צוקונפט פון אונזערע דורות. די טייערסטע זאך ביי אונז.

די הויכפונקט פונעם צעזאמקום איז געווען ווען דער חשובער געהערטע גאסט הגאון רבי שרגא פייבל צימערמאן שליט"א רב פון געיטסעד האט מיט פייערדיגע ווערטער, געלאזט הערן דער פליכט און חיוב וואס ליגט אצינד אויף יעדער איינער צו טוהן אין די דאזיגע צייט, און גלייכצייטיג דער געוואלדיגע זכות וועלכע קומט מיט דערמיט. עס ליגט א התחייבות אויף יעדן יחיד פון שטאט, זיך אפצוהיטן און שטיין דערויף אז זיין שטוב, קינדער און אייניקלעך זאלן אויך זיך היטן, כדי צו ווערן אפגעראטעוועט מכל פגע רע וואס די טעכנעלאגישע כלים ברענגען מיט זיך. און אויך די וואס ברויכן עס פאר פרנסה, אפילו עס וועט זיי מסתמא זיין שווער איינצוהאלטן די נייע תקנות, מיט דעם אלעם זאלן זיי שטארקן די הערצער, און צוהערן צו די שטימע פון די גדולי הדור, און פארשטיין אז דאס נויטיגט זיך כדי אפצוראטעווען זיי און זייערע קומענדיגע דורות.

ווי אויך איז ער געשטאנען אויף דעם, אז מען ברויך אננעמען די געוואלדיגע תקנות, מיט א פרייד און רוהיג הארץ און נישט פון צוואנג אויס. מיר דארפן זיין גליקליך אז מיר פארמאגן גדולי תורה וואס האבן מתקן געווען די דאזיגע תקנות, אז אונז זאלן קענען ביישטיין און איבערלעבן די ביטערע נסיונת, און נאר אויף דעם אופן וועלן זיך די תקנות האלטן אויף שטענדיג.

הרב נחמיה גאטליב פון די וואס שטייען אין שפיץ פון 'איחוד הקהילות למען טוהר המחנה אין אמעריקע, האט איבערגעגעבן דאס ווארט פון די הויפט אנפירער פונעם מערכה, אויפוויקלענדיג קודם די גאנצע השתלשלות העניינים וואס האט געברענגט די גדולי ישראל אין ארץ ישראל און דערנאך אויך אין אויסלאנד אין אלע לענדער, - איבערצוקערן א וועלט און אפרעכטן כלל ישראל פארזאמלונגען אין יעדן ארט. צווישן זיינע רייד האט ער פארגעשטעלט די שוידערליכע סכנות און מכשולים וואס געפינען זיך אין די פסולע כלים, און מען רעדט נישט דא פון מילי דחסידותא, נאר פון זאכן וואס בארירן עיקרי התורה. ביים פארענדיגן זיין דרשה האט ער פארגעלייגט די תקנות וועלכע די גדולי הדור שליט"א האבן שוין באשטימט בנוגע אינטערנעט, און דערנאך איבערגעגעבן די אקטיוויטעטן פון דער ספעציעלער טעכנישע קאמיטע וואס גיט זיך אפ מיטן צושטעלן פאר יעדער וואס דארף זיך באנוצן מיט די כלים, די פארלאנגעטע פילטערס און גדרים, אזוי ס'זאל זיין על פי הלכה און אהנע געפארן.

די געזאנגען פון 'וטהר לבנו לעבדך באמת' האבן ספאנטאניש אפגעהילכט אין די לופטן, ווען דער גאנצער קהל צעזאמען מיט אלע רבנים און געהערטע געסט זענען אויפגעשטאנען אויף די פיס און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט א געבעט אויף די ליפן, כלפי שמיא, דער אויבערשטער זאל רייניגען די הערצער יעצט אין די ימי הרחמים והסליחות. און די לאנגע שעות דברי התערורות זאל בלייבן איינגעקריצט אין זייערע הערצער. קיין בעסערע סיום ווי דעם איז נישט שייך, דער כינוס איז געווען די לעצטע אפצוצייכענען א קייט פון כינוסי כלל ישראל וואו טויזנטער מאחיני בני ישראל פון איבעראל האבן אנגענומען אויף זיך די תקנת גדולי ומאורי הדור שליט"א. די ארגאנעזירער פון די כינוסים אין יעדן שטאט, געבן איבער מיט באוואונדערונג ווי שטארק פאראייניגט כלל ישראל, איז געקומען, ווען אלע שיכטן און שאטירונגען, קרייזן און געמיינדעס, זענען געקומען פה אחד בלב אחד, זיך באטייליגן און נשפע ווערן פון די גרויסע התערורות אין די יעצטיגע טעג בימי הרחמים והסליחות, כדי זיך איינצוקויפן א גוטן פארטיידיגער צום בעפארשטייענדער יום הדין.

ווי אויך איז וויכטיג אנצוצייכענען אז אין ציריך-שווייץ האבן זיך אויך צעזאמגענומען אסאך פון די חרדישע בני הקהילה, פארגאנגענעם דינסטאג צו א כינוס כלל שיראל וואו עס האבן אופגעטרעטן און איבערגעבן דבר המעמד - הגאון רבי שרגא פייבל צימערמאן רב פון געיטסעד האט אויפגעטרעטן, און הרב נחמיה גאטליב פון גרונדער פון איחוד הקהילות למען טוהר המחנה אין אמעריקע.

אין אלע אידישע צענטערן אין אייראפע – לאנדאן; אנטווערפן; מאנטשעסטער; געיטסעד; ציריך; וויען; האבן זיך לעצטע וואך געעפנט פיליאלעס פון איחוד הקהילות אין אמעריקע, וועלכע גיבן טעכנישע עקספערטיזע הילף, פריי אן אפצאל און העלפן די אלע וואס זענען געצווינגען זיך צו דארפן באנוצן מיט די טעכנעלאגישע כלים, עס זאל זיין אויסגעהאלטן בדרך היתר לויט די אנווייזונגען פון די גדולי הדור שליט"א.

עס דארף דערמאנט ווערן אז אין די טעג ווערט אפגעצייכנט א פולע יאר פון ווען מען איז ארויס אינעם מעכטיגן קאמף אנטקעגן די פגעי הטעכנעלאגיע, ווען פאראיאר אין אזא צייט, ערב ימי הסליחות איז איז אפגעראכטן געווארן אין אמעריקע די ערשטע צעזאמקום, וואו עס האבן זיך באטייליגט 700 רבנים און רביים פון איבער גאנץ ניו יארק, און דארט האבן די דריי ריזן תורה אויטאריטעטן, כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א; דער משגיח פון לעיקוואד, און הגה"צ ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א – געלאזט וויסן פון די פלענער פארן צוקונפט וויאזוי אפצוראטעווען די דורות פון כלל ישראל בגולה, פון די טעכנעלאגישע כלים, וואס לייגן אריין אין געפאר די גאנצע עקזיסטענץ פון קענען פארזעצן אויפצוהאדעווען דורות על ברכי התורה והיראה בקדושה וטהרה.

אצינד נאך א יאר וואס איז פארריבער קען זיך לאזן זאגן אז די מערכה האט בסייעתא דשמיא געהאט א שטארקע ערפאלג מער פון וואס איז געווען ערווארטעט. און צענדליגע טויזנטע אידן פון איבער דער גארער וועלט האבן צוגעהערט צו די תקנות וואס די גדולי ומאורי הדור שלי"א האבן באשטימט, און האבן אפגעטאן פון זייער שטוב די אלע כלים, פארהיטענדיג אזוי ארום זיי און זייערע שטיבער מכל פגע רע.

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:16 pm

· #46143
פאליציי אין קווינס זיכן צוויי יונגען נאך וואס זיי האבן איינגעבראכן אין א היים פון א פאליס אפיציר און אים געשטאכן. קאמישאנער קעלי זאגט אז ער האט נאכנישט קיין קלארע אינפארמאציע איבער אויב זיי האבן געזיכט צו בארויבן די היים, אדער בלויז געצילט אויפן פאליציאנט. 'רישי גאבין' ווערט פארהאלטן אין שפיטאל פאר פארהיילונגס און איז אין א סטאבעלירטן צושטאנד. ס'אינטערסאנט אנצומערקן אז די סיבה פארוואס די פארברעכער האבן נישט געניצט קיין גאנס אין די אטאקע, קומט לכאורה נאך די שטרענגערע 'מציצה' געזעצן וואס ניו יארקע באמטע זיכן שטארק צו פארבעסערן.

רעסטוראנטן אין ניו יארק סיטי פלאגן זיך דורכן יאר צו קענען באקומען די שווער-מאכענישן בוכשטאבן מיטן 'עי' אויפן טיר. קאנסלמאן דוד גרינפעלד האט היינט ארויסגעגעבן א פארלאנג אז רעסטוראנטן און קעטרינג-זאלן, זאלן מיזן ארויסהענגען די 'אינגרידיענס' פון די מעניו. "אין די היינטיגע וועלט וואו רוב באפעלקערונג ליידט אויף 'אלערדזשי' פראבלעמען, וואלט געווען נארמאל זיי זאלן קענען זעהן וואס ליגט אין די עסן". אבער רעסטוראנט אייגנטומער ברויזן דערויף, נישט וויסנדיג וואס ערווארט זיי נעקסט. "מענטשן ווערן נישט קראנק אין א רעסטוראנט. און איצט וועלן מענטשן אנהויבן מער טראכטן איבער קרענק וואס הייבן זיך נישט אן."

אכצן איינגעשטעלטע אין 'קענעדי-לופטפעלד' זענען ארעסטירט געווארן פארן בא'גנב'נען איבער הונדערט טויזענט באטלעך ברויפן, און נאך אנדערע 'דוטי-פרי' אייטעמס פון אמעריקען-עירליינס. 'דזשעט-בלו' זאגט אז זינט זייער סערוויס אריבער די ניו יארקע בריקן, פארטיילן זיי שוין נישט קיינע ליקער אויף די פליגערס.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בערי-קליינס רעסטוראנט'. ביי אונז באקומט איר די בעסטע נארהפטיגע אייער שפייז. און איר ברויכט נישט קראנק ווערן פון די עסן.

שעפטל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:19 am

· #46588
די רעפאבליקאנער פרעזידענט קאנדידאט 'מיט-ראמני' האט היינט אפגעהאלט איטליכע פאנדרעיזינג איווענטס אין לאנג איילענד. ביי איינע פון די מסיבות האט זיך איין רעדנער אויסגעדרוקט 'פרעזידענט ראמני' בעפארן זיך פארעכטן זיך כאפנדיג אז ער איז נאכנישט ערוועלט. על-גאור זאגט אז ער כאפט זיך נאך אויך נישט.

די ניו יארק העלטה דעפארטמענט האט היינט אפראווד דעם מעיארס פלאן אז מ'זאל מער נישט מעגן פארקויפן זעכצן-אונסיגע קאלירטע סאודע. די וואוטס זענען דורך מיט א מערהייט פון אכט קעגן איינס. די געזעץ ווערט ערווארטעט אריינצוגיין אין קראפט קומענדיגן מארטש. סטעיטמענטס ווערן געהערט פון אלע זייטן ווי גוט די געזעץ איז, און ווי שלעכט ס'איז. די וואסערן פון האדסאן ריווער האבן זיך אויך געלאזט הערן. זיי זאגן אז זיי נעמען גערן אריין בלומבערג דארט.

אין ניו גערסי איז אין פלאן פאר א נייע געזעץ אז סעלפאון געשעפטן וועלן מיזן אויסלערנען קאסטומערס וואס קויפן די נייעס 'סמארט-פאון'ס' וויזוי אויסצולעשן די 'דזשי-פי-עס' סיסטעם. נאך וואס פארברעכער ניצן דאס נאכצוגיין זייערע קרבנות דורך דעם דזשי-פי-עס. "אין די היינטיגע וועלט וואו פארברעכער באניצן זיך מיט די טעכנעלאגיע, ברויכן אונז ניצן די טעכנעלאגיע זיך צו פראטעקטן" זאגט סענעטאר וויטאל. 'נאוקיע' האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם סטעיטמענט, זאגנדיג אז זייערע אלטע גראדע-סעל-פאון'ס האבן בכלל נישט אזא אפציע.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'מענהעטען בריק'. מיר זענען די נענסטע צום האדסאן וואסער. ליפערטס אים אריין.

שעפטל » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:24 pm

· #46757
א גוטע וואך

א קליינע העליקאפטער איז אויפגעגאנגען אין פלאמען, און אראפגעקראכט העכער א ליידיגע פעלד אין ניו גערסי. מענטשן וואס זענען געווען אין די געגענט זאגן אז זיי האבן געהערט א שטארקע גרידער, און געזעהן א גרויסע גרופע פון פייגלעך פליען נעבן דעם העליקאפטער בעפאר ס'איז ארויף אין פלאמען און אראפגעקומען. פון די פייגלעך זייט פון די מעשה האט מען נאכנישט געהערט, געוויס זענען זיי ווייטער געפלויגן, און זיי גייען איצט אריין אין רעקארד אלס 'היט ענד ראן'.

א אכצן יעריגער איז ארעסטירט געווארן אין טשיקאגא נאכן וועלן אויפרייסן א קאר באמבע. די עף-בי-איי זענען געווען אין פארבינדונג מיט אים א לענגערע צייט, זינט ער האט ארויפגעלייגט אויף א וועב סייט אז ער האט געזיכט איינצוקויפן די אויפרייס מאטריאל. די אגענטן האבן אים אפגעווארט אויפן גאס וואו ער האט פארקירט זיין טרעקל מיטן באמבע, און אים גלייך ארעסטירט.

"ווי-אר-דע-ניינדי-ניין-פראצענט". די לאוזונג קלינגט אייך נאך אין אויער? מאנטאג וועט ווערן א יאר זינט די 'אקיופיי-וואל-סטריט' פארטעסטן האבן זיך אנגעהויבן. און עס הערן זיך שוין רידערן פון די געמיינדע אז זונטאג וועלן זיי זיך ווידער ארויסלאזן, און רעדנערס וועלן רופן פאר די איבריגע ניין-און-ניינציג-פארצענט זיך אנצונעמען פאר די אנדערע ניין-און-ניינציג-פארצענט. עס איז ערווארטעט אז ניין-און-ניינציג-פארצענט פון די פאליציי וועלן זיין אנוועזענד, און ניין-און-ניינציג-פארצענט אין די תפיסות וועלן איבערגעפולט ווערן מיט די ניין-און-ניינציג-פארצענטערס. נו, זענען זיי דען נישט גערעכט אז זיי זענען די 'ניינדי-ניין-פראצענט'?!..

א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר. פאר אלע וואס פארווערדן מיינע נייעס, פאר אלע וואס ליינען עס. און פאר גאנץ כלל ישראל!

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 9:57 pm

· #47233
האט איר שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ווארט מיר ביים קארנער מיט א בענקל און א שירעם"?! די נייע 'איי-פאון5' איז ערווארטעט צו זיין פרייטאג אין די געשעפטן. אבער ביים עפל געשעפט אין מענהעטען זעהן זיך שוין אהן צעהנדליגע אייפאון אנהענגער, מיטשלעפנדיג א בענקל, שירעם, און א קישן זיצן זיי שוין דארט זינט אנהויב וואך. גיי זאג זיי אז די בעק טיר איז אפען.

די שטורעם העכער די שטורעמישע וואסערן גייען ווייטער אן. נאך וואס די טאלל פרייזן איז אין פלאן ווידער צו שטייגן נאך וואס די פארט-אוטארעטי נויטיגט זיך אין גרויסע געלטער צו פארענדיגן דעם פרידאם-טאוער. איטליכע ארגענעזאציעס זענען אין קאמף דערקעגן זאגנדיג אז ס'איז אום-מענטשליך און אום-געזעצליך. די מעגליכקייטן אז די העכערונג קומט צוליב וואס די וואסער באקומט מער ווערד אין די תשליך טעג, איז אפגעווארפן געווארן.

די ליסט פון די פיר-הונדערט רייכסטע מענטשן אין אמעריקא איז היינט ארויסגעקומען. פון די פיר-הונדערט אויף די ליסט, זענען דא הונדערט-צוואנציג ניו יארקע, און דערפון זענען דריי-און-פופציג פון מענהעטען. די הויפט נייעס פון די ליסט היי-יאר, אז אונזער בירגערמייסטער בלומבערג איז נומער צעהן אויפן ליסט. די קומענדיגע נומער צעהן פון נעקסטע יאר האט זיך שוין געלאזט הערן, אז ער וועט דאס אפזאגן נאכן נישט וועלן איבערנעמען א שמוציג פלאץ.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: קענט עוו. תשליך סענטער. מיט אונזער איזי-פעס וועט די תשליך אפצאל נישט ארויפגיין.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:06 pm

· #47238
שעפטל
האט איר שוין געהערט אמאל דעם אויסדרוק "ווארט מיר ביים קארנער מיט א בענקל און א שירעם"?! די נייע 'איי-פאון 5' איז ערווארטעט צו זיין פרייטאג אין די געשעפטן. אבער ביים עפל געשעפט אין מאנהעטען זעהען זיך שוין אהן צעהנדליגע אייפאון אנהענגער, מיטשלעפנדיג א בענקל, שירעם, און א קישן זיצן זיי שוין דארט זינט אנהויב וואך. גיי זאג זיי אז די בעק טיר איז אפן.


פאררוקטע פערדן.
א חרפה און א בושה. אין אמעריקע זאלן מענטשן טון אזוינע משוגעת'ן.
ערגער ווי עבודה זרה.
וועלכע גליק מיינען זיי ווארט זיי אפ דארט???

קאמפליטלי אומפארשטענדליך פאר יעדן בעל שכל.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:31 pm

· #47258
יא אזוי קוקט אויס א גוי! (און א סלאו איד)

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:40 pm

· #47262
א גוי?
ס'איז נאר אפאר פאררוקטע גויים.
נישט קיין נארמאלע גויים.

אילו איך העט געווען א הייסע עפל פען (כ'מיין אז אויב א עפל איז הייס וואלט איך געלייגט א פען צו בלאזן...) וואלט איך צוגעווארט א וואך!
בין איך עפעס גליקליכער עס צו האבן א וואך פריער?
און אפילו ס'האט יא עפעס א עדווענטעזש, וועגט עס איבער א וואך זיין אינדערהיים? זיצן אינדרויסן ווי א האומלעס פאר עטליכע טעג!

שוין איך וויל נישט אוועקקריכן פון די נייעסלעך, כ'האב נאר מעורר געווען אז מיר זאלן נישט נאכגיין די דרכי הגויים ח"ו....

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:17 pm

· #47711
א עלטערע פרוי פון לאנג איילענד איז היינט אנגעקלאגט געווארן פארן דרייווען שיכור'הייט מיט צוויי אייניקלעך אין קאר. ווען די פאליציי האבן איר אפגעשטעלט האט איין פאדערשטע רעדל שוין געפעהלט, און די אייניקלעך האבן פרובירט צו רופן פאר הילף נאכן זעהן אז זייער באבע האט נישט קיין דזשי-פי-עס.. און זיכער נישט אין פלאן צו גיין קויפן א רעדל בעפארן ענדיגן זייער רייזע..

אטורני'ס אין ניו גערסי האבן היינט ארויסגעלייגט זיבן-און-צוואנציג צוגעלייגטע ערטער וואו איינוואונער וועלן קענען אריינווארפן אלטע-אפגעלאפענע מעדיקעישאנס. לעצטע נאוועמבער האט זיך געגרינדעד די ארגענעזאציע און אראפגעשטעלט אזעלכע שאכטלעך אויף די גאסן. "זיבעציג פראצענט מענטשן וואס שטארבן דורכן זיך אנשטאפן מיט מעדיקעישאן, טוהן דאס מיט אלטע מאטריאל" זאגט די אטורני.

א גוטע יאר האט זיך אנגעהויבן פאר געוויסע מעידאף באטראפענדע, נאך וואס די קאמיטע וואס גיבט זיך אפ צוריק צו צאלן פאר ביזנעסער וואס האבן פארלוירן אסאך געלט פונעם פאנזי בוטשער, האט היינט ארויסגעשיקט צוויי-אהאלב-ביליאון אין טשעקלעך. א האום-לעס אויף מארסי זיכט די קאמיטע וואס גיבט זיך אפ צו ווערן א באטראפענדער..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ראפאו-טייערס'. מיט אונזערע רעדלעך ברויכן נישט אייערע אייניקלעך ריפן פאר הילף.

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:35 am

· #48063
א גוטע וואך.

זעקס מענטשן זענען ארויסגעשווימען פון די ראקאוועי-ביעטש וואסערן נאך וואס זייער שיף האט זיך איבערגעדרייט אינמיטן רייזע. די ניו יארק קאוסט גארדס זענען גערופן געווארן, אבער אנגעקומען שוין נאכן זעהן אלע זעקס ביים ברעג. איינער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט לייכטע וואונדן.

סטיוו סוויני- די דעמאקראטישע סענאט פון ניו גערסי האט היינט ארויסגעגעבן א פלאן צו העכערן די מינימום וועידש מיט א דאללער, ארויף פון 7.25 צו 8.25. דערווייל איז ער נאך אין א ווערטער אויסטויש געשלעג מיט אנדערע פאלאטישאנס, דער שווערסטער איז דער גרויסער קריס קריסטי וואס פארפירט דערקעגן, און זאגט אז ער וועט נישט אונטערשרייבן דערפאר. אבער נאך די מעסעדש דעם שבת אז יעדע שטימע ציילט.. זאגט סוויני אז ער וועט טוהן אלעס דאס דורכצופירן בעפאר די קומענדיגע וואלן.

סטעטען איילענד איינוואונער ברויזן נאך וואס די מעטראפאליטען טראנספארטאציע ווילן ארויפריקן די טאלל אפצאל ביים וועריזאנאו בריק צו פופצן דאללער. איצט גייט זיך אנהייבן דיבאטעס וואו ס'איז ביליגער צו וואונען, אין ברוקלין מיט די טייערע רענט, אדער סטעטען איילענד מיט הויעכע טאלל. פון די באערדע אין ברוקלין הערן זיך שוין נאכווייען פון אן איבערפלוס פרישע איינוואונער..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די פיש פון די 'ראקאוועי-ביעטש וואסערן'. זייט טאקע פארנומען ארויסשלעפן נאר מענטשן פון אונזער וואסער. פיש שלעפט פון ערגעצוואו אנדערש.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:06 pm

· #48339
דראדזש האט איצט א לינק צום דעם אלגעמיינער באריכט

<a class="postlink" href="http://www.algemeiner.com/2012/09/23/both-president-obama-and-ahmadinejad-liken-israeli-concerns-over-nuclear-iran-to-noise/">http://www.algemeiner.com/2012/09/23/bo ... -to-noise/</a>

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:16 am

· #48356
איינער ווייסט מער פרטים איבער א שיסעריי אין ווילי יעצט?

אוי טאטי » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:13 am

· #48372
נולד מאוחר
איינער ווייסט מער פרטים איבער א שיסעריי אין ווילי יעצט?

עס איז יעצט געווען א שיסעריי בעדפארד קארנער טעילאר, מען האט געשאסן א שווארצן, אויפן צענע האבעך געהערט צוויי נוסחאות, איינער זאגט פון פענטסטער האט מען געשאסן, איינער זאגט פון די גאס.
סיבה פארוואס מען האט געשאסן, איז אומקלאר פאר מיך.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:17 am

· #48373
אוי טאטי
נולד מאוחר
איינער ווייסט מער פרטים איבער א שיסעריי אין ווילי יעצט?

עס איז יעצט געווען א שיסעריי בעדפארד קארנער טעילאר, מען האט געשאסן א שווארצן, אויפן צענע האבעך געהערט צוויי נוסחאות, איינער זאגט פון פענטסטער האט מען געשאסן, איינער זאגט פון די גאס.
סיבה פארוואס מען האט געשאסן, איז אומקלאר פאר מיך.

שכח

dabucher » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:00 am

· #48385
א שיסעריי איז פארגעקימען אין די יעצטיגע מיניטען אין וויליאמסבורג אויף טעילאר סטריט בײה עס איז גווען א גוי אבער די געגענט איז געווארן זייער שרעקדיג צי וואוינען עס קימען פאר טעגליך אנדערע מעשיות

dabucher » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:05 am

· #48387
נולד מאוחר
אוי טאטי
נולד מאוחר
איינער ווייסט מער פרטים איבער א שיסעריי אין ווילי יעצט?

עס איז יעצט געווען א שיסעריי בעדפארד קארנער טעילאר, מען האט געשאסן א שווארצן, אויפן צענע האבעך געהערט צוויי נוסחאות, איינער זאגט פון פענטסטער האט מען געשאסן, איינער זאגט פון די גאס.
סיבה פארוואס מען האט געשאסן, איז אומקלאר פאר מיך.

שכח

עס איז זיכער געווען פין די גאס. אין א קאר דערנעבען איז געגאנגען הויעכע מויזיק וואס קיינער האט נישט צי גערירט

dabucher » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:44 am

· #48389
עס איז נישט ווערד צי וואוינען אין די פרטדשעקט פאר קיין שים געלט אין די וועלט. איך וואוין דארט מען לעבט נישט רואיג. אפגערעט פין ידישקייט איז עס די שמיטציגסטע פלאטץ אין וויליאמסבורג רוב מייטס קימען פין די פרטדשעקטס. דרוגס,קאטענען אין די סטעפס,א יעדע צווייטע וואך איז די עלעוועטער ציבראכען אדער פינקט ערב יום טוב אדער ווען מען פארט אין קאנטרי אין מען האט אסאך באקסעס, איעדע ווארט וואס די רעדסט אביסל צי הויעך הערען אלע שכנים אז די דארפסט אמאל אנקימען צי א גארד מאכט ער דיך די גהנום. אין דיין דירה איז קלענער פין א דירא אין ירושלים געבסט דיך איין גליטש אויס אין די ביסט אינדערויסן פין די בילדינג מען באמט אריין אין אין דיין משפחה יעדע מינוט עס איז נישט דא קיין מניחת הנפש.אין לגבי ידישקייט וואס מען זעט דא אין די זימער זעט מען נישט אין מאנהעטען אדער אין תל אביב. איך בין גרייט צי צאלען 2500 א חודש אז איך זאל לעבען רואיג אין נישט זעהן קיין גוים אין האבען פלאטץ אין מיין הויז. אין זיך נישט דארפען זארגען דא פאר א קאר וואס בעקט אדער א גוי וואס שיסט אין איין בולעט זאל ח״ו נישט טרעפען דעם גוי ביימיסטעק.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:56 am

· #48395
נא? איינער צווינגט דיר צו בלייבן דארט?

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 2:29 am

· #48564
זינטאג (אנטשולדיג פארן נישט לייגן דא)

פינאט-באדער איז אין די אראפ פון די געשעפטן פאליצעס אין מענהעטען נאך וואס מ'האט ביי ניין-און-צוואנציג מענטשן געפינען א קרענק. די אלע האבן געגעסן דעם געוויסן סארט פינאט-באדער אין 'טרעידער-דשוי'ס' געשעפט. די העלטה דעפארטמענט זאגן אז מערסטענס פון די אנגעשטעקטע זענען יונגע קינדער. און זייערע בוכשטאבן אויף די טירן זענען נאך די שטרענגסטע השגחה.

די וואך גייט פארקומען די 'יוניידעט-נעישאנס-גענעראל-אסעמבלי' אין מענהעטען ביי די 'יו-ען' בילדינג, וואו די וועלטס פירער וועלן זיך צוזאמקומען. פרעזידענט אבאמא איז אויך ערווארטעט איבערצולאזן דעם ווייסן הויז פון זיין באזוך דארט וואס ער שטאט אפ צווישן זיינע וועכענטליכע מענהעטען ערשיינונגס. ס'איז ערווארטעט א שווערע טרעפיק אויף די שאסייען און גאסן א גאנצע וואך.

ניו יארק סענעטאר שומער האט היינט געריפן פאר שטרענגערע שטראפן פאר ביזנעסער וואס וועלן פארלעצן דעם 'דא-נאט-קאלל-ליסט'. "די קאמפעני'ס האבן זיך ביז היינט נישט צוטוהן געמאכט פון די געלט שטראפן, צוליב וואס פון זייערע קאללס פארדינען זיי מער וויפיל די שטראף איז געווען. אונז וועלן פארזיכערן אז זיי וועלן מיזן מאכן בעסערע חשבונות" זאגט שומער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: ליבערס-פינאט-באדער. לויפט און קויפט בעפאר מ'טרעפט ווערעם אדער קרענק אין אונזער עסן.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 2:32 am

· #48565
א אינוועסטאגעשאן האט זיך אנגעהויבן ביים קענעדי-לופטפעלד, נאך וואס לעצטע וואך זענען צוויי פליגער צוריקגערופן געווארן, נאך פארדאכטן אז טעראריסטן געפונען זיך אויף די פליגערס, און די פליגערס האבן זיך צוריק געדרייט צום טערמאנאל, אנשטאט גיין צו א ספעציעלע טעראר געיט. איינע פון די עצות וואס די 'טי-עס-עי' נעמט אין באטראכט, אז די טעראריסטן זאלן איינמעלדן בעפאר אויפשטייגן, אזוי צו פארמאדן צוריקצודרייען דעם גאנצן פליגער..

צוויי שטאטישע 'סיטי-באס' דרייווער זענען אטאקירט געווארן אין צוויי באזינדערע פעלער. ביי איין פאל איז דער דרייווער געשטאכן געווארן, און איז אין שפיטאל פאר היילונגס. דער שטעכער איז אנטלאפן. די סיבה צום שטעכעריי איז דערווייל נאכנישט דא. ביים אנדערן פאל האט א פאסאנדזשיר אראפגעשטיפט דעם דרייווער, וואס האט געהאלטן אינמיטן אראפטראגן א 'וויל-טשעיר' פונעם טיר. די דרייווער איז אפגעקומען מיט מילדע וואונדן.

מעיאר בלומבערג גייט א שטאפעל ווייטער מיט זיין מיסיע צו מאכן ניו יארק פאר א געזונטע שטאט. אנגעהויבן האט ער מיט די זעכצן-אונסיגע קאלער סאודע. אבער זעהנדיג אז מענטשן ווערן נאך ווייטער געשאסן אין די סיטי. האט ער היינט באשלאסן צו פארבאטן שפיטעלער צו פארקויפן געצוקערטע עסנווארג אין זייערע 'ווענדינג-מאשינען'. אפשר אזוי וועלן מענטשן נישט וועלן ווערן געשאסן, און אנקומען אין האספיטעל. וויסענדיג אז זיי פארמאגן שוין נישט קיין זיסע עסן..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די וויליאמסבורג טראלי. אונזערע דרייווער טראגן נישט אראפ ווילטשעירס, כדי פארמאדן דאס אראפגעשטיפט צו ווערן.

א גמר חתימה טובה פאר יעדן!

משה רוקח » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:38 am

· #48703
וואס פעלט אויס אזא לאנגע נאמען פאר דעם אשכול (קורצע און לענגערע נייעס באריכטן)? קען עס נישט הייסן פשוט 'נייעס באריכטן'?

לעמיל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:50 am

· #48705
משה רוקח
וואס פעלט אויס אזא לאנגע נאמען פאר דעם אשכול (קורצע און לענגערע נייעס באריכטן)? קען עס נישט הייסן פשוט 'נייעס באריכטן'?

וואס גייט דיך אן וויאזוי עס הייסט???

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:59 pm

· #48882
אין ווייטערדיגע שריט צו אינפארסירן דעם קאלער סאודע געזעץ, האט היינט בלומבערג ארויסגעגעבן זיין פלאן פון אויפבויען אין סטעטן-איילענד דעם וועלטס גרעסטן 'פעריס-וויל'. די פעריס וויל וועט זיין 625 פיס הויעך, פונף-און זיבעציג פיס העכער פונעם 550 פיסיגן פעריס-וויל אין לאס-וועיגאס. ס'וועט פארמאגן זעקס און דרייסיג שטיבלעך, וואס יעדע וועט קענען ארויפנעמען אזויפיל ווי פערציג מענטשן. אנצייגנדיג אז ס'וועט ציען דרייסיג טויזענט וויזיטארס טעגליך, און פיר-אהאלב-מיליאון א יאר. און אזוי אפהאלטנדיג די אלע טוריסטן פון איבער די וועלט פון טרינקן קאלער סאודע אין די צייט ווען זיי זענען דאהי..

דער דרייווער פונעם באס וואס האט זיך איבערגעקערט און אריינגעשניטן דעם באס אין א לעקטער-פאול אין בראנקס לעצטע יאר, אומברענגענדיג פופצן פאסאנדזשירן, האט זיך היינט באוויזן אין געריכט, און איז ערווארטעט צו באקומען פופצן יאר טורמע.

טערמינאל פיר אין קענעדי לופטפעלד איז אויסגעליידיגט געווארן נאך וואס א ארבעטער האט באמערקט א אויפאלענדע אויסקוק ווי א גראנאט ביי א אראפשטייגענדע פאסאנדזשיר פון תל-אביב. לופטפעלט באאמטע ארבעטן איצט צוריקצושטעלן דעם טערמינאל צום באניץ. נתניה האט זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן דערויף ביי זיין רעדע היינט.. די אויסערן מיניסטאר האט זיך יא געלאזט הערן אז די נייעס איז נאכנישט געווען אינדרויסן דאן..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'די איצקאוויטש שטיבלאך' (א"י) אונזערע שטיבלאך פארנעמט נישט קיין קנאפע פערציג מענטשן, אבער דרייט זיך נאך עני-טיים ווי דעם גרעסטן פעריס-וויל.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:20 am

· #49585
שאוועז האט געווינען ריעלעקשאן אין ווענעזועלע 54% צו 45% פאר'ן קעגנער.
====
ראמני הייבט זיך אין אלע פאולס סיי נאציאנאל סיי אין סווינג סטעיטס.
===
סי בי עס האט אפגעקויפט 101.9 FM פון מערלין מידיע פאר 75 מעלאנעס. זיי גייען סיימולקעסטן זייער ספארטס פראגראמען פון 660 THE FAN אויף FM 101.9 . עווענטואלי וועט ספארטס בלייבן נאר אויף די FM סטאנציע.

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:23 pm

· #49914
די נייע 'איי-פאון' איז א גייענדע אייטעם אין געשעפטן. גאר לעצטענס איז דאס געווארן א גייענדיגע אייטעם ביי די גנבים אין קווינס. פאליציי זיכן פארדעכטיגטע פערשוינען נאך אכט 'איי-פאון' גניבות אין די לעצטע צוויי וואכן. מערסטענס ווערן די גניבות דורכגעפירט ביי די טרעין סטאנציעס און אויף פארנומענע גאסן. קעמרע'ס צייגן אן אז ס'איז דער זעלבער רויבער ביי איטליכע פאון-פיקינג גניבות.

די פעדעראל אפישאלס האבן ארויסגעגעבן א ווארענונג קעגן נאכגעמאכטע 'עיר-בעגס' וואס ווערט געמאכט אין כינע און ווערן אריינגעלייגט אין קארס ביי 'קאר-ריפער'. פון זייערע אלע פראבעס האט נאר איין עיר-בעג אויפגעפלאצט. "ס'איז א שווינדל, און ס'לייגט אריין מענטשן אין א סכנה" האט זיך די קאמישענאר אויסגעדריקט. צוויי קאר-דילערס זענען שוין ארעסטירט געווארן פארן אריינברענגען דעם סארט עיר-בעג.

עברי מלמדים וועלן אראפגעשטעלט ווערן ביים גרויסן "סטאפ-ענד-שאפ" געשעפט נאך וואס די ווערטער האט זיך געליינט פאר א געוויסע פארברעכער די ווערטער אלס 'סטאפ-ענד-שאט'.. א עלטערע פרוי איז געשאסן געווארן ארויסקומענדיג פון געשעפט מיט אירע געפעק. פאליציי זאגט אז זיין פארזוך איז געווען איר צו בארויבן און אוועקפארן מיט איר קאר. ער ווערט יעצט געזיכט. די פרוי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די עפל פארעם. קומט 'עפל-פיקינג' אונזערע עפל פראדוקטן, צו פארשפארן עפל-פיקינג אנדערע עפל פראדוקטן.

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:04 pm

· #50454
א לאנג איילענד מאן איז ארעסטירט געווארן נאכן אריינוואקן אין די קאמיוניטי סענטער און צוגעגאנגען צום דעסק זאגנדיג אז ער האט א נוקלערע באמבע, און ער וועט אויפשיסן דעם בילדינג. ער ווערט אנגעקלאגט פארן אויפשיסן, אבער נישט קיין נוקלערע באמבע.. נאר פענסטערס פון איטליכע קארס בעפארן אריינגיין אינעם בילדינג.

אין די צייט וואס די סיטי פרובירן צו איינטוישן בילדינגס פאר ביימער, און איינפלאנצן וואס מער ביימער וואו אימער. זענען מענטשן פארנומען אז געוויסע ביימער גיבן ארויס א אומ-אנגענעמע שמעק. "די גערויך איז געפערליך, מ'קען ממש נישט וואונען נעבן די ביימער" האט זיך איינער אויסגעדרוקט. "דאס זענען ביימער וואס מ'האט איינגעפלאנצט דורך באמיסטיגן די פעלדער מיט אפפאל פון פארשימעלטע עסן, אנשטאט אפפאל פון גוטע עסן!" זאגט א אנדערע האומלעס. אונטער די ביימער איז ממש א שאד פאר די נאכט שלאף.

א מעקסיקאנער יונג ווערט יעצט געזיכט נאך וואס ער האט געשטאכט א מאן אין 'יוניאון-סקווער' לעצטע וויקענד, און דאן אפגעפלויגן קיין מעקסיקא. אבער נישט בעפארן איבערלאזן א 'אטנשולדיגונג-נאטיץ' אויפן טישל אין זיין היים. קאמישענער-קעלי האט היינט געזאגט אין א סטעיטמענט אז די אגענטור ארבעט שוין מיט די פאליציי אין מעקסיקא איבער זיין ארעסט. ער כאפט נישט אז אין מעקסיקא איז דער גאר פון די הויעכע פאליציי באערדע..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די עפל פארעם.. אפסס, שוין געווען נעכטן. יא, די ציגעלע פארעם! קומט וואונען נעבן אונז, וועט איר זיך דאן דערקוויקן מיט די ביימער שמעק.

פעדער » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 9:53 pm

· #50469
משה רוקח
וואס פעלט אויס אזא לאנגע נאמען פאר דעם אשכול (קורצע און לענגערע נייעס באריכטן)? קען עס נישט הייסן פשוט 'נייעס באריכטן'?

זייער פשוט, ווייל אמאל זענען דא אזעלכע וואס מיינען אז וויבאלד זיי האבן שוין אפגעשריבן א צען ליניע'דיגע נייעסל מוזן זיי עפענען דערפאר א עקסטערע פרישע אשכול מיט זייערע הייסע נייעס, און נאכדעם ווערט סתם א אנווארפעניש מיט אשכולות, לאפוקי די אלע, האב איך מדייק געווען "קורצע און לענגערע" אז אלעס טרעפט זיך א פאסיגע ארט אהער. פארשטייען זי?

און שעפטל גיי ווייטער אן, ביסט אונז אלע מחיה. אקעי איך ווייס נישט אויף אלע אבער איך לייען זיכער מיט דורשט.

שעפטל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:08 am

· #50961
א גוטע וואך

די ניו יארק טראנזיט אדוואקאטן גרייטן זיך אויף א שווערע וואך, נאך וואס די מעטראפאליטאן טראנספארטאציע דעפארטמענט פלאנט זייער פערטע פרייז העכערונג אין בלויז די לעצטע פינעף יאר. לויט די פלענער איצטערט וועט די העכערונג אריינעמען די באנען, באסעס, און בריקן/טאנעלס. און וועט גיבן א אראפגעלאזטע פרייזן פאר די וואס וועלן קויפן די מעטרא-קארטלעך. "די עם-טי-עי איז צעבראכן, און דאס איז די איינציגסטע וועג אנצופילן די דעפעציט" זאגן די קאמישאנער. יאפ, מיט צעבראכענע באסעס, איז אלעס צעבראכן.

צוויי קווינס איינוואונער זענען היינט אפגעפינען געווארן לעבעדיג, נאכן ווערן פארלוירן פרובינדיג צו קריכן א הויכע בארג אין אפסטעיט. זייער רייזע האט זיך אנגעהויבן דאנארשטאג אינמיטן טאג, און נאכמיטאג האט שוין די פאליס דעפארטמענט באקומען א רוף פון זיי אז זיי זענען פארלוירן. די אנגעצויגנקייט איז געווען שפעט ביינאכט ווען אפסטעיט איז געווען אונטער "פריזינג-וואטש" און פאמיליע מיטגליד זענען געווען באזארגט.

א ניו יארק פאליציי אפעציר איז ארעסטירט געווארן נאכן דרייוון שיכור, און אוועקפארן פון א עקסידענט סצענע. ער איז ארעסטירט געווארן אין בושוויק געגענט, נאכן אפזאגן פון אויסגעטשעקט ווערן פון אלקאהל. די אפעציר איז דאן געווען אףף-דוטי און איז ערווארטעט אויסצושטיין געלט שטראפן. קאמישאנער קעלי האט זיך נאכנישט געלאזט הערן. אבער בלומבערג האט זיך בארואיגט נאכן הערן אז ס'איז נישט געווען קיין טרעפיק אגענט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: דזשענארעל-אלעקטאריק. אונזערע פריזערס זענען אלץ אונטער פריזינג-וואטש, און איר ברויכט נישט זיין באזארגט.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:18 am

· #50965
שעפטל
קאמישאנער קעלי האט זיך נאכנישט געלאזט הערן. אבער בלומבערג האט זיך בארואיגט נאכן הערן אז ס'איז נישט געווען קיין טרעפיק אגענט.


😂 😂 😂 😂 😂 😂
👍 👍

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:05 am

· #51444
די נייע "בארקלעיס-סענטער" אויף אטלענטיק עוו. אין ברוקלין האט באקומען געלט שטראפן נאכן דורכפאלן דעם העלט אינספעקשאן. אבער דאס אליינס מאכט שוין נישט קיין העדליינס דא אין ניו יארק נאך וואס ס'פארשפארן זיך טעגליך געשעפטן אדאנק די שטראפן. נאר די שטראפן אין דעם סטעדיום איז נישט אנדערש פון: ס'איז נישט געווען גענוג טוילעט פאפיר אין די ביה"ס'ס. די סטעדיום ארבעטער האבן עס ספעציעל ארויסגענומען, פרובינדיג צו מאכן דעם שווארצן אינספעקטאר פילן ווי ביי זיך אינדערהיים. זעהט אויס די ווייעלעישאן איז טאקע געוועזען אויף די ביסל פאפיר וואס איז יא געווען..

(ווי שוין באשריבן אין אן אנדערע ארטיקל דא אין אין קאווע שטיבל - אידישע און אלגעמיינע נייעס) 'פעליקס בוימגערטנער' איז היינט ארויפגעפלויגן מיט א לופט באלון, העכער א פעלד אין ניו מעקסיקא, צו קענען אראפדייווען דריי-און-צוואנציג מייל -אכט-און-צוואנציג טויזענט פיס- העכער די ערד. ברעכענדיג די פריערדיגע רעקארד פון 'דזשאו קיטינגער' פון נאר ניינצן מייל העכער די ערד. קיטינגער איז געפאלן מיט א שנעלקייט פון זעקס-הונדערט-פערצן מייל-פער-שעה. אין די צייט וואס פעליקס איז געפאלן איבער אכט-הונדערט מייל-פער-שעה.

א שיסעריי האט אויסגעבראכן. און טויזענט דוללער פאר ווער ס'ברענגט אינפארמאציע צום שיסער. יאפ. אין לאנג איילענד האט דאס ווירקליך פאסירט. אבער נישט נאכן שיסן א מענטש. נאר געוויס, א קאטשקע! א מאסן זיכעריי נאכן שיסער גייט איצט אן ביי די ברעגס וואסערן אין די געגענט פון סאפפולק קאונטי. די פאזיטיווע זייט פון די נייעס איז, אז די קאטשקע איז אין א סטאבאלירטן מצב. און ס'איז ערווארטעט צו ערהוילט גאר שנעל צום פרייד פון אלע וואלאנטירן אויפן סורטש.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די מעקסיקאנע קאטשקעס. טראגטס אפ פון אונזער טעראטארי. ווען מענטשן האבן אנגעהויבן טאנצן אין אונזער לופט. האט מען אונז אוינגעהויבן שיסן אין ענקער לופט.

דעינעש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:39 am

· #51482
הא.. הא.. הא.. הא.
שעפטל, ביזט גוט\אייזן\זיס

טעפל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:40 am

· #51506
דעינעש
הא.. הא.. הא.. הא.
שעפטל, ביזט גוט\אייזן\זיס

איך דארף נאך עפעס צו לייגען?

a1b2 » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:56 am

· #51522
אלע נייעס אגענטורן זענען אויף מיט די ווידיאו וואו מ'זעהט צוויי פאליציי אפיצירן צושלאגען א בחור אין קראון הייטס.
עס ווערט באריכטעט אז די אינטערנעל עפערס קוקן אריין דעראין
<a class="postlink" href="http://t.co/Dspt1mH9">http://t.co/Dspt1mH9</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:08 pm

· #51539
טעפל
דעינעש
הא.. הא.. הא.. הא.
שעפטל, ביזט גוט\אייזן\זיס

איך דארף נאך עפעס צו לייגען?


יא, א ש'.
אז דו לייגסט צו א ש' צו "טעפל" איז עס שוין אותיות שעפט"ל.

אריין אינעם ווערטער שפיל אשכול...

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:29 pm

· #51555
a1b2
אלע נייעס אגענטורן זענען אויף מיט די ווידיאו וואו מ'זעהט צוויי פאליציי אפיצירן צושלאגען א בחור אין קראון הייטס.
עס ווערט באריכטעט אז די אינטערנעל עפערס קוקן אריין דעראין
<a class="postlink" href="http://t.co/Dspt1mH9">http://t.co/Dspt1mH9</a>

איז שוין דא מער פרטים אויף די מעשה?

קרעקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:55 pm

· #51714
לדעתי קימט זעך עם דע שלעק
וואס פייט ער פאליס אפיסערס? איז ער משוגע? סקען זיין אז זיי זענען נישט גערעכט אבער נישט דעס איז די וועג

פין די אנדערע זייט זענען די פאליס אפיסערס אןויך גיט משוגע, פארוואס זיי געבען אויס אזויפיל כוחות צו באקעמפען דע מענטש מיט מכות
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14