אנשטאט צי אויפהערען צי שפיאנירען אומלעגאל, האט גאר די פעדעראלע גאווערמענט באשולדיגט סנאודען אין זיין א פאררעטער, אין זיי זאגען מיט פאטאס אז זיי וועלען אים ברענגען צי "גערעכטיגקייט",
די לעצטע נייעס איז אזוי:
אמעריקע האט פארלאנגט פין כינע אז זיי זאלען ארויס געבען סנאודען צי אמעריקע,
כינע האט גענפערט אז די אפליקאציע איז נישט געווען גוט אויסגעשטעלט ממילא האבען זיי עס נישט אנגענומען,
בכלל זענען די באציאונגען צווישען רוסלאנד אין אמעריקע יעצט זייער אנגעצויגען, אין פוטין פריידט זיך זיכער צי קענען געבען א גוטען שנעלקע פאר די אבאמא אדמיניסטראציע אזוי אז זיי זאלען שפרינגען,
בכלל ווייס איך נישט ווער ס'איז היינט מער קאמאניסטיש אמעריקע צי רוסלאנד, אמעריקע שפיאנירט היינט אויף אירע בירגער מער פין וואס די קאמאניסטען האבען געקענט חלומען,
ווי עס זעהט אויס לויט באריכטען איז סנאודען פארשווינדען געווארען אין רוסלאנד, רוסלאנד טענה'ט אז ער איז קיינמאל נישט אפיציעל אריבער די גרעניץ ממילא קען מען פין זיי גארנישט פארלאנגען, ס'דא וואס באריכטען פין אז ער האט שוין פארלאזט רוסלאנד,
בקיצור ער איז לכאורה פוטין'ס אויפגעלייגטע גאסט אין די צייט וואס רוסלאנד טענה'ט אז זיי האבען נישט קיין השגה צי ער איז בכלל אין לאנד, נו אבאמא, האסט געמיינט אז נאר די קענסט לייקענען שטיין אין ביין אן רויט ווערען ?, די רוסען האבען עס שוין געטוהן פאר די ביסט געבוירען,
Putin is the best!!!!! Did anyone see the story of the owner of the NEW England Patriots , Robert Kraft? Kraft showed Putin his Superbowl ring. Putin put it in his pocket and walked away.
I don't think Russia wants the headache. They’ll probably send him to another country. Like this they accomplish 2 goals. They stick it to the USA, and they don’t have the headache.
די דעילי ביעסט ריפארטעד אז סנאודען האט געגעבען קאודעד סיקרעט פיילס פין די פיילס וואס ער האט פין די "די ען עס" פאר א פאר מענטשען, אין טאמער עפעס געשעהט צי סנאודען וועלען זיי באקומען עקסעס צי די פיילס, אזוי אז ס'וועט נישט העלפען טאמער די אמעריקאנע טעראריסטען וועלען אים הארגענען אדער ארעסטירען,
א געוועזענע קאנטער אינטעליזשענס אפיציר זאגט: אז זיי טראכטען אז סנאודען האט עס לאנג אויסגעפלאנט אין אז ער האט געלייגט קאפיס אל אווער די אינטערנעט, אין זיי קענען ווייניג טאהן דערוועגען,
דערווייל איז די ווייט האוז אנגעבלאזען אויף רוסלאנד אין אויף כינע, אין ווער ווייסט ואסערע נאך סקאנדאלען וועט ארויס קומען ווען ס'וועט ארויס קומען נאך אינפארמאציע וואס די פעדעראלע טעראריסטען האבען געטוהן אינטער שלאס אין ריגעל,
- די רוסען זאגען אפיציעל אז ער איז אין די טראנזיט זאנע אין מאסקווע'ס עירפארט, אבער באריכטען געבען איבער אז ער ווערט נישט דארט געזעהן, אין דאס פארשטארקעט די פארדאכט אז ער ווערט אויסבאהאלטען דורעך די רוסען,
- עקוואדאר האט געלאזט הערען אז ס'וועט זיי לכאורה דויערען חדשים צי קומען צי א באשלוס איבער געבען פאליטישע אזיל רעכט פאר סנאודען, ווארשיינליך זענען זיי אינטער היבשע דרוק פין די וואשינגטאן טעראריסטען,
- לדעתי איז סנאודען אסאך מער זיכער אין רוסלאנד ווי אין עקוואדאר וואס איז א דריטע וועלט לאנד ווי די סי איי עי טוט דארט אפ כל מיני שטיק, משא"כ רוסלאנד לאזט זיך נישט טעגליך שפייען אין די קאשע, אין זיי האבען זייערע אייגענע געהעריגע זיכערהייט אינסטוטוציעס,
בעצם האט אמעריקא געמאכט א גרויסע טעות ווען זיי האבן אין די קלאגעס אריין געלייגט שפיאן קלאגעס.
אסאך פרייע מדינות, אפילו זיי האבן עקסטראדיציע אפמאכען מיט אמעריקא, טוט עס אויסשליסען פאליטישע פארלעצונגען.
ממילא קען בעצם מר סנאדען גיין צו סיי וועלכע מדינה, און דארט טרעפען א מנוחה.
זיין גיין צו האנ קאנג איז געוועהן גאר א קלוגער שריט, אפילו די אמעריקאנער האבען געזאגט אז ער האט פשוט פארזעהן אז זיי האבן אפמאכעןמיט אאמעריקא, ווייל פאר פאליטישער פארלעצונגען האבן זיי נישט קיין חיוב אים איבער צוגעבען.
עם כל זה האט האנג קאנג ליבערשט געקענט באשטיין נישט צו דערצערענען אמעריקא, האבן זיי אים געזאגט הייב פיס פין דא וואס שנעלער.
זיין פארען קיין רוסלאנד איז לכאורה די גרעסטע טעות וואס ערר האט דערווייל געמאכט. לכאורה איז ער נאך דארט. ווען ער איז אין ווענעזוועלא אדער אקוואדער, וואלט ער שוין ארויסקומען.
און פארוואס איז ער אין רוסלאנד?
מן הסתם ווילען די חברה אלעס וואס ערר האט אין ווייסט, און מען לאזט אים נישט גיין.
ער האט געטרייט צו מינימעזירען די וויכטיקייט פון סנאודען. ער האט אים בטעות - לכאורה - גערופען א "העקער", זאגענדיג "כ'פלאן נישט אריינצושיקן F-16 צו כאפן א 29 יאר אלט העקער" (אגב ער איז שוין 30), און נאך האט אבאמא געזאגט, אז ער האט נישט גערעדט צו פוטין, "מען דארף לאזען די יוסטיץ דעפארמענט, האנדלען מיט פארברעכער".
--------
אזוי ווי צו פיילן פאר אסיילעם דארף סנואדאן גיין קיין עקוועדור, און קיין פאס האט ער נישט, די עקוועדאור אמבעסאדער אין לאנדען, האט ארויסגעגעבן א צעטל, וואס געט אים די מעגלעכקייט צו פארן קיין עקוועדואר אויף פאפירן פון עקוואדור, אבער נאר פאר די צוועק פון קומען בעטן אזיל רעכט.
די רעגירונג פון עקוואדור האט אבער געזאגט, אז כאטש עס איז אוטענטישע פאפירן, האבן זיי נישט געגעבן קיין רעכט עס צו געבן, און ממילא האט עס נשיט קיין האפט.
--------
נעכטען האט ראבערט מאנענדעז - די טשערמאן פון די "אויסערען רילעשענס" קאמיטע געסטראשעט עקוואדור, אז איר "טרעיד אגרימענט" מיט אמעריקע איז אין געפאר, אויב זיי נעמען אן סנאודאן.