☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

— » מיטוואך מערץ 25, 2015 2:24 pm

· #261694

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

גאנצל » מיטוואך מערץ 25, 2015 2:56 pm

· #261705
וואס הערט זיך מיט פאטאקי פארמער גאווערנער נוי יארק ?

מנשה לוסטיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 6:59 pm

· #261769
זאל לויפן ווער ס'וויל אבער דער שחור זאל שוין גיין ווי ער איז געבוירן..

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 25, 2015 10:14 pm

· #261856
מנשה לוסטיג
זאל לויפן ווער ס'וויל אבער דער שחור זאל שוין גיין ווי ער איז געבוירן..

וועסט נאך אמאל וואוינען אויף 'אבאמא לעין' אין הייליגן שטעטל! 😈

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:06 pm

· #261869
הערת ר' בערל: אין "העיליגן"..

אקעי, וואס נאך איז נייעס אין פאליטיקס?

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:48 pm

· #261885
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט אויב ער האט מורא (וואס קען ער דען טון, טוישן זיין נאמען?) איך האב זיכער מורא פון נאך א בוש כאטש ער איז דריי מאל קלוגער פון זיין עלטערן ברודער.

בעצם האלט אך אז ער האט נישט קיין שאנס פאר די נאמינאציע, און זיכער נישט פאר די פרעזידענטשאפט. קרוז האט אויך נישט קיין שאנס פאר די נאמינאציע, וואקער, קריסטי, אפילו ריק פערי האבן בעסערע שאנסן.

יואב » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:11 am

· #261895
פערי איז גארנישט קיין היץ קאפ, א געפרוירן מח, האט נישט קיין פעני שכל. עמען ברויך מען גיבן אביסל קיען, רענדשערס, יאשקע מיט א גאן און ער וועט זיין צופרידן.

די קשיא כלפי דשעב פארשטיי איך נישט. לכאורה שמעקט אים טאקע נישט דעם בוש נאמען, און קיין סך גוטס וועט ער פון דעם מסתם נישט געניסן. אלזא איז וואס? זאל ער נאר לויפן אויב געלונגט פאר עמען צו טוישן נאמען?

דער איינציגסטער מענטש אויף דער רעפאבליקאנער זייט פאר וועמען איך פערסאנאל וואלט געשטימט איז רענד פאול. סקאט וואקער און רוביא זענען גראדע גאנץ סטאביל און נארמאל, איך וואלט אבער נישט געשטימט פאר זיי צוליב זייערע שטעלונגען אויף סאציאלע און אויסערן אנגעלעגנהייטן.

הילערי איז סתם אן אויסגעוועפטע באבע מיט א טוץ סקאנדאלן. אומאלי קוקט אויס צו דער זאך.( פון א ליבעראלער פערספעקטיוו)

וכדומה.. » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:15 am

· #261898
הער איך זאגען אז דאנעלד טראמפ טראכט פון לויפן

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:16 am

· #261900
[ציטאט אראפגענומען]


האט פערי דען געפירט טעקסאס איין טראפ שוואכער ווי בוש פלארידע? פערי, כאטש איך בין ווייט פון א חסיד זיינער איז א טעקסען און ער רעדט ווי איינס, לאו דווקא אז ער איז אזא ווילדער אין רעאליטעט. די בוש קלען איז טיף אין די נעאקאנסערוואטיווער לאגער.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:19 am

· #261901
וכדומה..
הער איך זאגען אז דאנעלד טראמפ טראכט פון לויפן

ווער איז דער טראמפ? זאל ער זיך גייט אן דער אדמה. ווייל ער זוכט אביסל אויפמערקזאמקייט דארף איך הערן פון אים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג? (ספעציעל ווען ער גייט נישט לויפן). דאס זעלבע מיט מיט ראמני, ביזט געלאפן האסט פארלוירן, זיי שטיל, דריי נישט קיין קאפ דו פלאנסט נישט אין חלום צו לויפן נאכאמאל.

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:24 am

· #261903
איך פלאן אי"ה צו לויפן נאך פסח.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:26 am

· #261905
וואו אהין?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:29 am

· #261907
קיין דינערסוויל.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 12:39 am

· #261910
יואב
פערי איז גארנישט קיין היץ קאפ, א געפרוירן מח, האט נישט קיין פעני שכל. עמען ברויך מען גיבן אביסל קיען, רענדשערס, יאשקע מיט א גאן און ער וועט זיין צופרידן.

די קשיא כלפי דשעב פארשטיי איך נישט. לכאורה שמעקט אים טאקע נישט דעם בוש נאמען, און קיין סך גוטס וועט ער פון דעם מסתם נישט געניסן. אלזא איז וואס? זאל ער נאר לויפן אויב געלונגט פאר עמען צו טוישן נאמען?

דער איינציגסטער מענטש אויף דער רעפאבליקאנער זייט פאר וועמען איך פערסאנאל וואלט געשטימט איז רענד פאול. סקאט וואקער און רוביא זענען גראדע גאנץ סטאביל און נארמאל, איך וואלט אבער נישט געשטימט פאר זיי צוליב זייערע שטעלונגען אויף סאציאלע און אויסערן אנגעלעגנהייטן.

הילערי איז סתם אן אויסגעוועפטע באבע מיט א טוץ סקאנדאלן. אומאלי קוקט אויס צו דער זאך.( פון א ליבעראלער פערספעקטיוו)

העלאו פעלאו ליבערטעריען. (זיין ליבערטעריעניזם איז נוגע מער ווי בלויז זיין אויסערנפאליטיק, עס איז אויך נוגע די לינקע (פאטענציאלע) ארויפצווינגען אויף רעליגיעזע מינאריטעטן צו באדינען אלע סארטן תועבה/סאציאלע אישוס.

אויך די פאליס סטעיט, און שפיאנאזש אויף אמעריקאנע בירגער.

איך וואלט געשטימט אויף די רעפובליקאנער זייט, אדער פאר פאול, אדער פאר דזשאן האנטסמאן (אבאמא'ס אמבאסאדאר צו כינע) אויב באשלוסט ער צו לויפן נאכאמאל. אויף די דעמאקראטישע זייט וואלט איך געוואוט נאר פאר עליזאבעט ווארען, (קיין אנדערע קאנדידאטן זענען נישט דא דערווייל).

איבער קלינטאן קען איך נישט זיין מער איינשטימיג. חוץ וואס זי איז א היפשע שפארבער אויף אויסערנפאליטיק איז אבער מיין עיקר פראבלעם מיט איר אז זי איז אן אלטע אויסגעוועטשטע כאריזמע-לאזע באבושקע וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס/וואו זי האלט.

איך האט אז זיי גייט אזוי שנעל אויסברענען אז עס גייט נישט זיין פאני. זי גייט איינפאלן ווי א קרעיפ-פעיפער דאלי אין א גאס רעגן.

בכלל וואס איז דא געשען מיט אמעריקע, האבן מיר צוויי קעניגליכע דינאסטיעס וואס זענען אין א משפחה געשלעג? בוש קלינטאן בוש בוש/קלינטאן? וואס איז דאס האבן מיר זיך אנגעגליסט אין א מאנארכיע וואו מען ירשנט די טראהן? האבן מיר טאקע נישט קיין אנדערע טאלאנטפולע מענטשן אין אמעריקע? עס איז א בושה!

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:19 am

· #261921
ווער ס'קוקט טיף אינעם אמת, נישט אין פאליטישע חשבונות, איז דער צווייטער בוש נישט געווען אזוי שלעכט, פשוט די מזל האט עהם שווער געשפילט, פון אנהייב ביזן סוף.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:28 am

· #261925
צו זיין שלעכט מזל האט ער זיך אויפגעוועקט פון א שבת נאכמיטאג דרימל און זיך געטראפן צו זיין שלעכט מזל אין איראק.
אויך איז עפעס נאך זעקס יאר זיין אין אמט די עקאנאמיע מיסטעריש אריינגעפאלן אין די טיפסטע רעסעסיע זינט די גרויסע דעפרעסיע.

<a class="postlink" href="http://reverbpress.com/features/surprise-that-document-bushcheney-used-to-justify-iraq-war-doesnt/">http://reverbpress.com/features/surpris ... ar-doesnt/</a>

chusid » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:51 am

· #261927
איך וואלט נישט געשטימט פאר קייו שום ריפאבליקאנער, קאפקע - דו יא? אדער דו מיינסט צו זאגן דוקא ווען סאיז נישט דא קיין דעמעקראט? איז דא א ריפאבליקאנער וועם דו וואלסט ענדערש געוועלט קעגן די באבע קלינטאן?

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:20 am

· #261930
chusid
איך וואלט נישט געשטימט פאר קייו שום ריפאבליקאנער, קאפקע - דו יא? אדער דו מיינסט צו זאגן דוקא ווען סאיז נישט דא קיין דעמעקראט? איז דא א ריפאבליקאנער וועם דו וואלסט ענדערש געוועלט קעגן די באבע קלינטאן?

אויף די דעמאקראטישע זייט איז ממש נישטא קיין קאנדידאטן יעצט. איך קען דיר נישט זאגן פאר וועם איך וואלט געשטימט אויף די דעמאקראטישע זייט.

אויף די רעפובליקאנער זייט וואלט איך גערן געשטימט פאר פאול אדער דזשאן האנסטמאן, זיכער קעגן קלינטאן. האנטסמאן איז געווען די קלוגסטער קאנדידאט אויפן רעפובליקאנער זייט אין לאנגע יארן. נאר איך גלייב נישט אז זיי האבן א גרויסע שאנס צו באקומען די נאמינאציע, אדער אפילו א שוואכע שאנס.

עס איז נאך בערך צען חדשים פרי צו רעדן ערנסט וועגן די 2016 עלעקשנס.

chusid » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:37 am

· #261943
אלץ א ליבעראלער וואלסטו נישט געגאנגען פאר נישט אזא קלוגע דעמעקראט ווס א קלוגער ריפאבליקאנע?

הוגה » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:46 pm

· #262036
ישראל קאפקע
וואס איז דא געשען מיט אמעריקע, האבן מיר צוויי קעניגליכע דינאסטיעס וואס זענען אין א משפחה געשלעג? בוש קלינטאן בוש בוש/קלינטאן? וואס איז דאס האבן מיר זיך אנגעגליסט אין א מאנארכיע וואו מען ירשנט די טראהן? האבן מיר טאקע נישט קיין אנדערע טאלאנטפולע מענטשן אין אמעריקע? עס איז א בושה!


היינט איז געלט וויכטיגער ווי טאלאנט וכדומה. קענסט זיין די מערסט טאלאנטפולע קאנדידאט, אויב אבער האט דיין אפאנאנט אסאך מער געלט וועט יענער געווענטליך געוואונען. צוליב דעם וועלן די פאליטישע פארטייען ענדערש זיין נוטה צו די בעסערע פאנדרעיזינג קאנדידאט, דער מיט די קאנעקשאנס.

אגב, איר קוקט אן קאנדידאטן פון זייערע פערזענליכע שטארקייטן און שוואכקייטן, און איר לאזט אויס די וויכטיגערע פאקטאר וואס איז די סביבה ארום אן אנגעבליכע קאנדידאט. זייער spouse, עלטערן, אדווייזערס, מעגליכע ראנינג מעיט און קאבינעט מיניסטארן. איך וואלט ענדערש געוואוט פאר א שוואכע קאנדידאט מיט א שטארקע סופארט טיעם.


.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:56 pm

· #262040
איך לויף אויך זיכער נישט!

בארא פארק עסקן » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:33 am

· #263076
וואס הערט זיך מיט סקאט וואקער??? און מיט האקעבי (מיט זיין פעיר טעקס) (איך בין א שטארקע שטיצער פון דעם געדאנק)???

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 1:34 am

· #263078
ביידע פלאנען צו לויפן.

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:09 am

· #263098
בארא פארק עסקן
וואס הערט זיך מיט סקאט וואקער??? און מיט האקעבי (מיט זיין פעיר טעקס) (איך בין א שטארקע שטיצער פון דעם געדאנק)???

ווהאט סאו פעיר וויטה פעיר טעקס?

פרייוויליג » מוצ"ש אפריל 11, 2015 11:32 pm

· #265279
הילערי קלינטאן פלאנט מארגן צו מעדלן איר פרעזידענט קאנדידאטורשאפט. ניו יארק פאסט מאכט שפאס:
📎 image.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 12, 2015 8:13 pm

· #265460
די הילערי קאמפיינ'ס לאגא

📎 PNoyf0xz.png

יין שרף » זונטאג אפריל 12, 2015 8:58 pm

· #265477
נעמט א רעכטס צום נענסטן שפיטאל...

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 12, 2015 9:00 pm

· #265478
די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

מרדכי » דינסטאג אפריל 14, 2015 2:54 am

· #265860
ישמעאל הכהן
די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

זי שיקט די רעכטע צים האספיטעל..

בארא פארק עסקן » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:36 am

· #266169
ישמעאל הכהן
די עיטש איז פאר הילערי, עראוי איז פאר פראגרעס? דער לאגא ווערט נישט גוט אנגענומען, ס'דא וואס מאכן שוין חוזק אז ס'געבט דירעקשאנס צום האספיטאל, אנדערע זאגן אז סגגנבט פון פעדעקס, און אויך אז די עראו גייט רעכט אנשטאט לינק

מ'האקט

וויקיליעקס טענה׳ט עס איז גע׳גנב׳ט פון זייער סימבאל.
📎 image.jpg

בארא פארק עסקן » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:37 am

· #266170
שיין ארויסגעברענגט..
📎 image.jpg

בארא פארק עסקן » מיטוואך אפריל 15, 2015 2:21 am

· #266179
אגב קיינער האט נאכנישט גערעדט וועגן מארקא רוביא - ער האט היינט אנאנסירט זיין קאנדידאטור צו די רעפאבליקאנער פריימעריס !

מרדכי » דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:59 pm

· #269012

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 27, 2015 10:17 pm

· #270263

chusid » דינסטאג אפריל 28, 2015 7:19 pm

· #270676
היינט האט א ברוקלין געבוירענער איד מיטן נאמען בערני סענדערס אומאפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט אויפן דעמיקראטישן טיקעט- אויבן אויף געפעלט ער מיר.. כ'האס געמיינט אז עס איז די ערשטע מאל א איד לויפט פאר פרעזידענט אבער גוגל זאגט אנדירש אז אין 1964 איז שוין געלאפן א איד בערי גאלדוואסער וואס האט געווינען די נאמינאציע פונעם רעפאבליקאנער טיקעט

יעקב מענטש » מיטוואך אפריל 29, 2015 10:36 am

· #270846
אינטערסאנט ווי אזוי די צוויי מענטשען וואס די דערמאנסט זענען סיידע פון די צוויי פארקערטע זייטן פונעם פאליטיקעל ספעקטרום, אבער פארקערט!,

בערי גאלדוואסער איז געווען דער ליבלינג פון די קאנסערוואטיוון און 76' און געווינען די נאמינאציע אבער האט נאכדעם זייער מיאוס פארלוירן צו קארטער, און ביי די 2012 פארמעסט האט עד קאטש, וואס האט געהייסן א דעה זאגער ביי די דעמאקראטן, און איז געווען פון די מער קילערע קעפ (אויסער ביי סאציאלע ענינים) און גאנץ נאענט צום צענטער, האט זיך אויסגעדריקט נאכדעם וואס ראמני האט געקליבן פאול רייען פאר א מיטלויפער, אז דאס איז 'בערי גאלדוואסער אלל אווער עגעין', בקיצור, ער האט סימבאליזירט רעכט,

פון די אנדערע זייט איז בערני סאנדערס, לינק שבלינק, א עכטע ליבעראל מיט אלע מפרשים, און וואזוי ער איז מעיד אויף זיך אליינס 'עי פראוד סאציאליסט'

יעקב מענטש » דאנערשטאג אפריל 30, 2015 1:46 pm

· #271271
הילערי קליטאן פירט אביסל א קאמפליצירטע קאמפיין, פון איין זייט זוכט זי צו קאפיטאליזירן און רייטן אויף איר מאנס דערגרייכונגען, אבער פון די אנדערע זייט איז דא אסאך פאליסיס וואס איז געווען פאפולער אין יענע צייטן אבער איז הייסט היינט צו רעכט, דעמאלטס האבן די אלע זאכן געהאלפן בילל אריינפארן אין ווייטהאוז, אבער היינט איז עס א שטער פאר זיין ווייב צו מאכן פראגרעס אין איר קאמפיין,

במילא איז זייער אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי זי וועט שפאצירן אויך די דינע שטריק, און זיך פארשטעלן אלץ די ווייב פון א פרעזידענט וואס האט געהאלפן די ארימע ארויסקריכן פון פאווערטי, בשעת זי אדוואקירט פאר פאליסיס וואס זענען פארקערט פון איר מאנס דעמאלטסדיגע פאליסיס,

יעקב מענטש » זונטאג מאי 3, 2015 6:06 pm

· #272069
מארטין אמאלי די געוועזענע גאווערנער פון מערילענד, האט היינט געזאגט אויף nbc אז ער פלאנט צו מאכן באלטימאר און די אלע מהומות וואס איז לעצטענס פארגעקומען אין אנדערע שטעט, א צענטראלע אישו אין זיין קאמפיין, זאגנדיג אז די אוועקשיקן דזשאבס און פראפיט אויף אויסלאנד, און דאס נישט אינוועסטן אין די סיטיס האט צוגפירט צו די מצב וואס מ'זעהט היינט,

לאמיר פרעגן דעם גאווערענער, הייסט עס אז ס'האט נישט דוקא מיט פאליציי מיסטריעטמענט און ראסיזם ? נאר פאווערטי ? אקעי, לאמיר זעהן צו ער גייט פארשלאגן די זעלבע וועלפעיר געדאנקען וואס אלע דעמקראטן פריער האבן איינגעפירט אויסצוראטן ארימקייט, וואס -אבוויעסלי - האט עס גארנישט אויפגעטאן די לעצט פאר צענדליג יאר וואס דאס איז אין קראפט,

סטאפן צו שיקן דזשאבס, אווערסיס ? אקעי, לאמיר זעהן צו די וועסט מאכן אז ס'זאל זיך לויענען פאר ביזנעסער צו בלייבן דאהי, מיט נידערן שטייערען, אדער וועסטו פארשלאגן נאכאמאל א קראוני איידיע וואס איז העלפט פאר אפאר יחידים ?

ישראל קאפקע » זונטאג מאי 10, 2015 1:11 pm

· #273716
‏@porgel אויף טוויטער רעגט זיך,
"מועמד הרפובליקני לנשיאות ארה"ב סקוט ווקר ‎@ScottWalker עם כיפה שחורה כמו חרדי ולא עם כיפת סרוגה כמו דתי לאומי"
📎 IMG_20150510_130932.jpg

יעקב מענטש » זונטאג מאי 10, 2015 2:48 pm

· #273738
ס'שטייט אים גראדע גאנץ גוט די קאפעל, ער קוקט אויס ווי א היימישער,

ימי קדם » דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:07 am

· #278660
chusid
היינט האט א ברוקלין געבוירענער איד מיטן נאמען בערני סענדערס אומאפיציעל געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר פרעזידענט אויפן דעמיקראטישן טיקעט- אויבן אויף געפעלט ער מיר.. כ'האס געמיינט אז עס איז די ערשטע מאל א איד לויפט פאר פרעזידענט אבער גוגל זאגט אנדירש אז אין 1964 איז שוין געלאפן א איד בערי גאלדוואסער וואס האט געווינען די נאמינאציע פונעם רעפאבליקאנער טיקעט


אידן זענען שוין געלאפען כמה פעמים, און גאנץ לעצטענס דזשאו ליברמאן.
ליבערמאן איז אויך געווען די ערשטע איד צו זיין אויפן פיינעל שטים צעטל, אלס ווייס פרעזידענט קאנדידאט פאר די דעמקראטישע פארטיי אין 2000. אין מציאות האט די דעמקראטישע טיקעט אויך געווינען די פאפולערע שטימען. סך הכל האבן שוין רוב אמעריקאנע געשטימט אויף א פרעזידענטליכען טיקעט מיט א (אפענער ארטאדקסישער) איד דערויף!

וויל קענען » דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:30 am

· #278709
אזויפיל חברה גייט מען לייגן אויפן סטעטש סוועט נישט זיין קיין נארמאלע דיבאטע
אויב איינער פון ק״שטיבעל וויל לויפן קען נאך

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:57 pm

· #278757
ברוך השם אז חכם סענטארום איז אריינגעשפרינגען אינעם פארמעסט. דער קארטאן נאז גייט ווייטער משאיב זיין ממעון חכמתו און איבערשרייבן די ווארט לוזער, אז עס מיינט נישט פארלירער, נאר א טיפישע בהמה וואס לויפט אין וואנט אריין. אן די מינדערסטע טשאנס אז ער קען אמאל זיין פרעזידענט. בו בזמן ווען אלע אנקעטעס ווייזן אים די אלס די סאמע שוואכסטע קאנדידאט. אבער, ער רעדט שוין פון זיין Day one אלס פרעזידענט.

יענער פויגעל » זונטאג מאי 31, 2015 1:31 am

· #279191
מארטין אמאלי דער געוועזענער מערילאנד גאווערנאר האט היינט שב״ק געמאלדען אז ער וועט לויפען פאר פרעזידענט אויף די דעמאקראטישע זייט

יענער פויגעל » מאנטאג יוני 1, 2015 10:38 am

· #279516
סענאטאר לינזי גרעהעם וועט אריינשפרונגען אינעם פארמעסט אויף די רעפובליקאנע זייט אין געציילטע מינוטען

יענער פויגעל » דאנערשטאג יוני 4, 2015 3:42 pm

· #280650
דזשעב בוש וועט מעלדען June 16 זיינע פלענער

יענער פויגעל » דאנערשטאג יוני 4, 2015 4:51 pm

· #280674
דאכצעך אז דאנעלד טראמפ האט אויך פלענער צו מעלדען ערגעץ יענע צייט

יענער פויגעל » פרייטאג יוני 5, 2015 10:15 am

· #280824
זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן

גאנצל » פרייטאג יוני 5, 2015 11:48 am

· #280845
יענער פויגעל
זאגען זאגט ער אז דעמאלטס גייט ער מעלדען זיין ענדגילטיגע באשלוס. אין האפענטליך גייט עס זיין אז ער האט באשלאסען זיך צו לייגען שלאפען אין זיין שטיל פאר די רעסט פון זיין לעבן


טאמער איז ער א שטארקער אוםבויגזדמער פירער ווי דער ברודער זאל ער נאר ווערן פרעזידענט און טון צו דער זאך טאמער איז ער א פחדן און ער גייט שטענדיג זיין פארנומען זיך צו דערשרעקן פון די פחדני מלחמה זאל ער טאקע באשליסן זיך צו צולייגן

גאלד » דינסטאג יוני 16, 2015 12:28 pm

· #283002
קיינער רעדט נישט דא פון די גרויסע נייעס פון דאנעלד טראמפ?

אין א באמבאסטישע אנאנסירונג,
האט היינט דאנעלד טראמפ אנאנסירט אז ער איז א זייער טרויעריגער מאן,
וואס האט גארנישט אויף וואס צו לעבן,
אויסער צו ציען אויפמערקזאמקייט צו זיך,
"איך בין א טרויעריגע אנגעזעצטע מענטש, און א טאטאלער לעבן אנברענגניש"
האט טראמפ געזאגט,
צולייגענדיג אז ער לעבט א ליידיגע לעבן
ער איז א דורפאל פאר א מאן, א טאטע, און א מענטש,
"איך בין דער שטיקל אפפאל דו האסט אריינגעטרויטן אויף דיין וועג צו די ארבעט.
איך בין די ברעכאכץ דו ברעכסט אויס פון דיין מויל ווען דו ביסט קראנק,
איך וויל זייער שטארק זיך הארגענען. א דאנק."
טראמפ האט דאן געשניטן זיין האלדז פון אויער צו אויער

מקור: <a class="postlink" href="http://www.theonion.com/article/trump-announces-hes-a-very-sad-man-30077">http://www.theonion.com/article/trump-a ... -man-30077</a>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40