☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

פליקער » זונטאג יולי 17, 2016 10:48 pm

· #342607
עס איז א דבר פשוט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס רעבעצן פעס'ס פנים ווערט נישט געזען אין שפיגל, אויך מר. פענס גאנצע פנים זעיט מען נישט, די אויער וואס איר זעט איז זיין רעכטע אויער נישט זיין לינקע, אויפן עכטען בילד זעט מען נאר זיין לינקע אויער, זיין רעכטע איז נאר זעיבאר אינעם שפיגל, און עס איז איבערגעדרייט קוקט עס אויס אז די שפיגל צייגט אויך א לינקע אויער, אבער דערווייל איז עס די רעכטע אויער, השתא דאתית להכי די טאכטער ווערט דעריבער פארשווינדען פונעם שפיגל, ווייל ער פארשטעלט איר, ודוק כי פעש היא

Sent from my VS987 using Tapatalk

פרייוויליג » זונטאג יולי 17, 2016 11:05 pm

· #342610
עס איז די זעלבע חידה פון: אויב פארסטו אויף אכציג מייל א שעה, דאן ווילאנג גייט דיך נעמען צו פארן אכציג מייל?..

איך אויך » מאנטאג יולי 18, 2016 7:51 am

· #342650
זיין ווייב איז א חסידישע לעידי?

קאמענטירער » מאנטאג יולי 18, 2016 12:43 pm

· #342662
קול העולם-אידיש, [18.07.16 09:29]
#פרעזידענט_קאמפיין_2016:
היינט נאכט הייבט זיך אפיציעל אן די רעפובליקאנער קאנווענשאן. די רעדעס היינט וועלן זיך באציען אויף די טעמע פון ״מאכן אמעריקע פארזיכערט נאכאמאל״. די הויפט רעדנער היינט זענען ווי פאלגענד: טראמפ׳ס פרוי מילאניא טראמפ; ליוטענאנט גענעראל מייקל פלין (וועמען טראמפ האט געטראכט צו נעמען פאר וויצע פרעזידענט); אייאווע סענאטארשע דזשאוני ערנעסט (אויך געווען אויף טראמפ׳ס וויצע פרעזידענטן ליסטע; דזשעיסאן ברעדלי (א ראטגעבער פאר ״באזארגטע וועטעראנען פון אמעריקע״ גרופע) און קאנגרעסמאן רייען זינק פון מאנטענא.

ספאנגט מיר אן אויס צוקוקען אז די וואס טענה'ען- אז טראמפ האט געהייזשעקט די די רעפובליקען פארטי- האבען עפעס א נקודה יעדע רעדנער מוז האבען עפעס א שייכות מיטען טראמפ..

גאנצל » מאנטאג יולי 18, 2016 12:52 pm

· #342666
ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט

קאמענטירער » מאנטאג יולי 18, 2016 12:59 pm

· #342669
גאנצל
ווייל איינער וואס האט נישט שייכות מיט טראמפ וויל נישט רעדן דארט

סאיז טאקע אין די נייעס אז עטליכע רעפובליקענס וואס שטייען אויס שווערע ווידעוויילונג פארמעסטען וועלן זיך נישט באטייליגען אינעם קאנווענשאן...

פרייוויליג » מאנטאג יולי 18, 2016 2:24 pm

· #342681
די נייעס איבער די קאנווענשען גייט זיין "ווער עס איז נישט דארט געווען". צענדליגער הויכעראנגיקער GOP פיגורס גייען זיך נישט באטיילונגען. צווישן זיי זענען, ביידע פרעזידענט בוש'ס, דזשאן מעקיען, מיט ראמני, און נאך. די היילייט פון די נישט באטייליגטע איז, דזשאן קעיסיק, וואס ער איז די גאווערנער אין אהייא וואו דארט קומט פאר די קאנוועשען. די רעדנערס ביי די רעפובליקענס זענען גאר שוואכע אין קאנטראסט צו די רעדנערס פון דעמאקראטישע קאנוועשען וואס קומט פאר נעקסטע וואך. גלייכצטייג וועלן זיך אויך דארט באטיילונגען פריערדיגע פרעזידענטן, צווישן אנדערע: פרעזידענט קארטער, פרעזידענט קלינטאן, און פרעזידענט אבאמא.

קלינטאן האט געלאנטשט א מאסיווע בליץ וואוט-רעגיסטראציע, וואס גייט לויפן די וואך אין לויף פון די GOP קאנווענשען, קלינטאנ'ס קאמפיין פלאנירט צו רעגיסטרירן 3 מיליאן מענטשן וואס גייען אויך גאראנטירן זייער קלינטאן שטימע.

איין רעדע וואס איך קוק ארויס, איז די רעדע פון פרעזידענט ביל קלינטאן קומענדע וואך. מאנכע האלטן אז זיין דרשה פון באלד 4 יאר צוריק ביים דעמאקראטישע קאנווענשען, האט דערלאנגט פאר אבאמא זיין ווידערוויילונג זיג. דער קלינטאן איז א ממזר פון א רעדנער. ווען ער רעדט קען זיך דאכטן אז עס איז נישטא קיין צווייטער צד. ביל קלינטאן האט נעקסטע וואך אן איינמאליגע געלעגענהייט זיך נוקם צו זיין אין טראמפ פאר זיינע מיאוס'ע אטאקעס אין לויף פון די לעצטע יאר. און האט א געלעגענהייט צו צומאלן טראמפ אויף ברעקלעך. איך קוק שטארק ארויס דערויף.

שושן פורים » זונטאג יולי 24, 2016 4:48 pm

· #343326
די פאליטישע וועלט קאכט און קאווע שטיבל שלאפט!!!

די דעמאקראטישע פארטיי קאכט און זידט נאכדעם וואס וויקיליעקס האט פארעפענטליכט טויזענטע אימעילס פון די "דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע" באקאנט אלטס די DNC וועלכע ווייזן קלאר אז די סאמע שישקעס האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען בערני סענדערס, צווישן אנדערע איז אפירגעקומען א אימעיל פון די DNC. טשעירמאן פרוי דעבי וואסערמאן-שולץ ווי זי שלאגט פאר צו נוצן בערני'ס פערזענליכע גלויבן סטאטוס אלץ אידישע אטעאיסט איהם צו באשמוצן אין די אויגן פון גלויביגע דעמאקראטן.

בערני אין א סטעיטמענט האט געזאגט אז עס איז אנטוישנד אבער בכלל נישט איבעראשנד, עס ווייזט נאר אז וואס ער האט געזאגט חדשים צוריק שטעלט זיך ארויס אלץ פאקט, ער האט דערביי גערופן פאר שולץ'נס רעזיגנאציע נאך וועלכע זי האט טאקע היינט געמאלדן אז זי רעזיגנירט פון איר אמט.

עס איז נישט קלאר וואס וועט נאכפאלגן און וויאזוי דאס וועט אפעקטירן די קומענדיגע נאוועמבער וואלן בעיקר צו סאנדערס שטיצער'ס שטיצע פאר הילערי קלינטאן.

ליפא » זונטאג יולי 24, 2016 4:50 pm

· #343328
וואסערמאן האט שוין געמאלדן אז זי גייט רעזיגירן

שלום על ישראל » זונטאג יולי 24, 2016 5:18 pm

· #343329
ליפא
וואסערמאן האט שוין געמאלדן אז זי גייט רעזיגירן

און אין די זעלבע אטעם אויפגענומען געווארן דורך רעבעצין קלינטאן אלס יושר ראש הכבוד פאר איר קאמפיין. (דע דזשא ווא פון עזריאל גליק און שלמה שמש...)

ליפא » מאנטאג יולי 25, 2016 12:22 pm

· #343424
📎 803729358_24382.jpg

לך לך » מאנטאג יולי 25, 2016 12:45 pm

· #343427
די סענדער'יסטן זענען געפערליך גערעגט
אויב זיי בלייבן אזוי פאר די נעקסטע פאר חדשים גייען זיי נישט וואטען פאר הילערי און טראמפ האט פיינע טשאנסען

לך לך » מאנטאג יולי 25, 2016 12:46 pm

· #343428
ווי קען מען זעהן די געליקט'ע אימעילס?
עני איידיע?

געוואלדיג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:09 pm

· #343452
לך לך
ווי קען מען זעהן די געליקט'ע אימעילס?
עני איידיע?


דא קענסטו זעהן

פרייוויליג » מאנטאג יולי 25, 2016 3:22 pm

· #343455
היינט הייבט זיך אן די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשען. א בליק איבער די פרעזידענטליכע פלאטפארמע, וואו מען גייט קרוינען הילערי קלינטאן אלס די מעדזשער פארטי'ס נאמעני פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

ליפא » מאנטאג יולי 25, 2016 3:33 pm

· #343459
ס'הערשט כאאס דארט. סענדערס און וואסערמאן ווערן געבאאאאט. סאנדערס איז געווארן פארשריגן ווען ער האט געזאגט אז מ'זאל וואטען פאר הילערי

ליפא » מאנטאג יולי 25, 2016 8:59 pm

· #343514
📎 IMG-20160725-WA0091.jpg
Fake

קאצקע ציקער » מאנטאג יולי 25, 2016 9:04 pm

· #343516
ווען גייט ביל רעדן?

פרייוויליג » דינסטאג יולי 26, 2016 10:06 am

· #343550
דינסטאג נאכט: ביל קלינטאן.

מיטוואך נאכט: פרעזידענט אבאמא, וויצע פרעזידענט ביידען, מייקל בלומבערג, און וויצע פרעזידענט נאמעני טים קעין.

דאנערשטאג נאכט: הילערי קלינטאן.

סמבטיון » מיטוואך יולי 27, 2016 11:25 pm

· #343794
קיינער האלט דא נישט מיט אבאמאס דרשה?

בן אדם » מיטוואך יולי 27, 2016 11:59 pm

· #343798
.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:04 am

· #343803
[ציטאט אראפגענומען]

אלטע פראבלעם... קאווע שטיבל איז עכט געמאכט צו בעשן די סיסטעם... Just kidding

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:05 am

· #343804
נישט סתם, לחלוחית? נישטא דא קיין שמעק פון נייעס, די וועלט איז אויף, מיליאנע מענטשן האלטן מיט לייוו די קאנווענטשן, ביל האט גערעד נעכטן, קיין ווארט האט מען נישט געהערט דא, ביידן און אבאמא האבן גערעד אפאר שעה צוריק, און דער עולם איז דן וועלעכע סנוד איז מותר און וואס איז אסור.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:09 am

· #343805
וואס ווילסטו הערן, מעלה גרה גרעפסעס פון די לופטיגע בלאפעדיגע דרשות??

מיר כאפט התפעלות פון די כוחות, בחינת אנא נפשי כתבית יהבית, מ'זעהט די ברען און פלאם פון די רעדנערס אין עלטער פון 50, 60, 70, א זאך וואס מ'זעהט נישט ביי אונז.

בן אדם » דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:36 am

· #343809
היינט האט מען דארט פאברענט אן אמעריקאנער און א מדינת ישראל פאן ר"ל

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 28, 2016 11:42 pm

· #343912
זיס געווען ווי הילערי וסיעתה ווערן דערטראנקן אין באלאנען. ביל האט ווי א זיס יונגל געשפילט מיט די באלאנען. פאר די וואס ווייסן נישט, די באלאנען ביי פאליטישע קאנווענשענס זענען לרמז אז אלע פאליטישע הבטחות זענען פול מיט לופט.

קנאקעדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 12:09 am

· #343914
📎 IMG_20160729_000901.jpg

בן אדם » פרייטאג יולי 29, 2016 12:28 am

· #343916
נו יעצט אז ביידע קאנדידאטן האבן שוין גערעדט, ווער איז א גרעסערע ליגנער טראמפ אדער קלינטאן?

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 29, 2016 12:29 am

· #343917
הילערי זאגט ליגענט, טראמפ זאגט פאנטאזיע. וואס איז ערגער?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 29, 2016 12:29 am

· #343918
איך האב געמיינט אז ס'איז כאטש דא איין אמת'דיגע קאנדידאט פאר פרעזידענט ירום הודה, וועלכע איז נישט פארכאפט אין ציוניזם, רח"ל מהאי דעתא. א ראיה אז זי האט אויפגענומען א ווייס פרעזידענט אן ערליכן, וואוילן גוי. אן אנטי-ציוני וועלכער האט פיינט דעם טיפש (קרעדיט הרב ש.ב. מרגליות.) בנימין נתן יהוא. נאר פלוצלינג האמיר געהערט אין מיטן איהר דרשה האט זי זיך גענומען רעדן אפיקורסות ודברי בלע. זי האט אזוי האלב אריינשלינגענדיג (מסתמא אז איהר נייער ווייס פרעזידענט זאלל נישט הערן) ארויסגעזאגט דעם באוואוסטן פסוק וואס די פארשאלטענע ציונים האבן איהר געהייסן זאגן...אז מ'מוז שטיצן מדינת ישראל, רח"ל מהאי דעתא.
אונז עהרליכע אידן די ברכיים אשר לו (ניין, ס'איז נישט קיין טעות אדער עם הארצות) כרעו לבעל הציוני וועללן שוין , פארשטייצעך נישט קענען גיין צו די בחירות הטמאות, וואס די רבי זי"ע האט נאך בשעתו געאסר'ט. הרב ישראל מ. סופר האטציך געדרייט ביים רבי'ן זכיסע יאגן אליינע אין שטוב. און ר'האט אליין געהערט ווי די רבי זי"ע האט געאסר'ט די טמא'נע בחירות. אין די זעלבע צייט וואס ער האט נישט געהערט אז די רבי זי"ע האט געזאגט אז מ'זאלל מאכן אן עירוב, רח"ל ...!

בן אדם » פרייטאג יולי 29, 2016 12:31 am

· #343919
אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....

ר' בערל האקט

רויטע וואנצעס » פרייטאג יולי 29, 2016 12:33 am

· #343920
👍 😂

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 29, 2016 12:35 am

· #343921
בן אדם
אויף דעם האבן שוין צדיקים געזאגט אז פאנטאזיע איז נישט קיין נעביירע, אבער צו וואס פאנטאזיע קען צוברענגען קען קיין שום עבירה נישט צוברענגען....

ר' בערל האקט

ס'הייסט, אז זי האט נישט געזאגט. דאמאלס ציה איך צוריק. בכוגון דא, האט הרב ישראל מ. און הרב ש.ש.ט. נישט געאסר'ט. מ'וועט מוזן אריינברענגען די ווידיא צום אפיס פון התאחדות. און דארט איבערהערן. אויב זי האט יא געזאגט, וועט מען נישט טארן גיין צו די בחירות הטמאות. און אויב נישט, מעג מען יא... 😂 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 29, 2016 12:38 am

· #343922
רויטע וואנצעס
הילערי זאגט ליגענט, טראמפ זאגט פאנטאזיע. וואס איז ערגער?

רויטע וואנצעס: אבער ביידע רעדן אפיקורסות. ראה תגובתי לעיל... 😂 😎

ביליג » זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am

· #343991

ביליג » זונטאג יולי 31, 2016 9:14 am

· #343992

יעלה ויבא » זונטאג יולי 31, 2016 10:18 am

· #343993

פרייוויליג » זונטאג יולי 31, 2016 1:34 pm

· #344006
#
📎 image.jpeg

ליפא » זונטאג יולי 31, 2016 1:46 pm

· #344007
📎 803717426_64686.jpg

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2016 5:52 pm

· #344042
פרייוויליג: איך בין זייער שטארק משתוקק דיר צו געבן א לייק. אבער איך פארשטיי נישט דעם חידוש וואס דער קארטון וויל דא זאגן...
ס'מאכט נישט אויס. כ'בין אן אונגערישער. כ'וועלל עס (מסתמא) כאפן ערשט אין 2 וואכן ארום. ס'נאך דא געניג צייט.
און דו זאגסט. מוחל טובות. איך דארף נישט דיין לייק. דו ביסט דאך גארנישט. דו ביסט דאך נישט מער ווי א בעל עגלה. וואס איז שוין דיין לייק ווערד...?! ווען איינער פון די חשובים און געלערנטע מענטשן דא זאלן געבן א קרעכטץ (בלשון נקיה) וועט שוין אנפאללן א מבול פון לייקס...אבער דער בעל עגלה. ער קען שרייבן תגובות. און אפילו אשכולות. און אונז אויפגעקלערטע מענטשן וועללן איהם ווייטער איגנארירן....ביז זיינע תגובות און א/שכולות וועללן פארשווינדן ווערן אין דעם ים פון מאמרים פון די וויכטיגע מענטשן...
You all know who you are... 😮

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:33 pm

· #344402
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?

אינטערסאנטער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:11 pm

· #344414
קאמענטירער
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?


דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:27 pm

· #344418
אינטערסאנטער
קאמענטירער
וואס האט טראמפ אזוי אריינגעזאגט אויף קאן קייזער אז יעדער מוז זיך אננעמען פאר אים? לויט וואס איך האב געהערט אז טראמפ האט געזאגט האב איך נישט געהערט אז ער זאל אים אראפרייסען\פארשעמען פרזענליך?


דאס טענה'ט יוסי געשטעטנער אז טראמפ האט באמת גארנישט שלעכט געזאגט, די מידיע האט דאס נאר אזוי אראפגעלייגט און יעדער טאנצט זיי נאך

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט

קאמענטירער » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:41 pm

· #344423
איך האב א זשענערל סברה פראבלעם מיט אונזער היימישען זשונארליסט יאסי,אז לויט וויאזוי ער איז מסביר איז די גאנצע וועלט בייעסד און קארפטורט,

סאיז מיר שווער צו גלייבען אז ער איז די איינציגסטער אפען מיינדעד און פארשטייער נישט ווייל איך בין לאו סעלף עסטים אז א חסידישע איד קען נישט פארשטיין עפעס, נאר ווייל סאיז דא גענוג טעראריעס צו גלייבען און אננעמען פאר איך פאנג אן צו גלייבען אז גאנץ אמעריקע קען זיך נישט אויס מיט ציפערן און אנקעטעס אדער מקען פארקויפן פאר יעדעם שטותים מיט לאקשען,

איי ער האט (אפשר) גוטע קשיות און ראיות? קודם מיר (ובדומה לי) קענסטו זייער גרינג איינרעדן וואס דו ווילסט צוליב די אפגעהאקטקייט און געצומקייט פון אינפארמאציע, שנית האסטיך שוין געמאטערט צו פארענטפערן אפשר שטימט עס יא? אפשר איז אזוי טאקע געווען? איידער ביזט צוגעקומען צו דיין מסקנא אז יעדער איז בייעסד?

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 8:56 pm

· #344476
קאמענטירער

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט


אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

פרייוויליג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 9:07 pm

· #344478
געוואלדיג
קאמענטירער

טענה איך אז סאיז אוממעגליך אויב זשאן מקעין האט געקענט אראפשלינגען זיין אייגענע פיל אבער נישט די אטאקעס קעגן קייזער און אז אפי' קריס קריסטי האט זיך געמוזט אפשאקלען פון די סטעיטמענט מוז זיין אז ער האט יא עפעס ערנסט געזאגט וואס יעדער איינער פארשטייט אז סאיז אן אטאקע אויף מיליטערלייט


אי משום הא אינו ראיה, עס איז גרינגער זיך צו אננעמען פאר יענעמס כבוד ווי פאר די אייגענע כבוד, עס איז מסתם אין די בחינה פון כאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

טראמפ האט גערעדט זייער נישט בכבוד׳יג פון קייזער. ער האט געזאגט אז קייזער האט אים רשעות׳דיג אטעקירט, און נאך אזעלכע באליידונגען, ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:48 am

· #344555
קען זיין אז טראמפ האט עפעס געזאגט נישט ריכטיג, אבער דאס איז זיכער אז די מידיע בלאזט דאס אויף מיליאן מאל מער, און אלע פאליטישענ'ס ווערן איבערגענומען.

קאמענטירער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 10:54 am

· #344557
איין מינוט פרייוויליג זאגט דאך עפעס
ער האט חוזק געמאכט פון זיין פרוי וכו׳

אלטס די ערשטע חלק האב איך נישט פארשטאנען מה כל הרעש אז ער אטקירט מעג ער זיך סעלף דיפענדן אבער סתם בוליען אין די וועלט אריין דאס איז שוין איינמאל אן עוולה

בלויע רעקל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 4:12 pm

· #344591

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2016 5:55 pm

· #344596
This one insults the entire nation.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40