☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 7:06 am

· #323749
אין מישיגיען קען יעדער וואוטן ביי די פריימעריס פאר סיי וועלכע פארטיי זיי ווילן און סאיז נישט קיין חילוק אין וועלכע פארטיי מ׳איז רעגרעסטירט, דאס הייסט אז א דעמקראט קען וויילן פאר טראמפ און א ריפובליקען פאר סענדארס, בעסיקלי יעדער קען וועלן פאר וועם זיי ווילן אפילו אין די פריימעריס. און די רעזולטס פון אלע קאנדידאטן אויף ביידע זייטן האט רבי סענדארס באקומען אין מישיגיען די מערסטע וואוטס פון סיי וועלכע קאנדידאט! ער האט איבערגעשטיגן טראמפ מיט 110,000 וואוטס און קרוז מיט 263,000 וואוטס!

די עסטעבלישמענט מידיע ווייסן נישט וויאזוי עס צו אראפשלינגען! אבער בערני איז די מערסטע עלעקטעיבעל ספעציעל ביי די יונגענט, בערני האט באקומען העכער אכציג פראצענט פון די יונגע דעמקראטישע וואוטס אין מישיגיען!!!

און יעצט קומט אסאך לינקע שטעט ווי למשל אילינוי און אהייא און נאך ווי בערני קען אריינכאפן אסאך דעלעגעטס.

גר ותושב » מיטוואך מערץ 9, 2016 7:10 am

· #323751
📎 uploadfromtaptalk1457525442399.jpg📎 uploadfromtaptalk1457525433636.jpg

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 7:18 am

· #323753
גר ותושב, די שווערסטע סטעיטס פאר סאנדערס צו געווינען איז געוועהן אין די סאוט, יעדער האט פארויסגעזאגט אז הילערי גייט געוואונען טעקסעס, מיסיסיפי, סאוט קארליינע, אבער יעצט קומט אנדערע סטעיטס ווי למשל אהייא, פלארידע, ניו זשערזי, ניו יארק, קאנעדיקוט, מערילאנד, דעלעווער, ראוד איילענד, פענסעלוועניע, ארעגאן, וואשינגטאן, קארליפאניע, אריזאנע, וועסט ווירדשיניע, יוטה, מיזורי,ווי סענדארס איז זייער פאפיולער און האט סאך בעסערע טשענסעס צו געוואונען ווי אין די סאוט און נאך אזא געווינס אין מישיגיען וועט ער צובאקומען אסאך מאמענטום און מענטשען וועלן איינזעהן אז ער איז למעשה יא עלעקטעיבעל! במילא די אלע דעלעגעטס וועלן זיך שנעל טוישן!

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 7:27 am

· #323754

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 9, 2016 8:10 am

· #323758
שבת אחים
פרייוויליג
זיידי סענדערס גייט לכאו׳ מאכן מישיגען.

צוויי טעג צוריק האסטו געזאגט אז כמעט קיין איין עקספערט געט נישט פאר בערני קיין טשענס צוגעוואונען די נאמינאציע, און די האסט מיך ממש אויסגעלאכט! וויל איך דיר זאגן אז כמעט קיין איין פאול און כמעט קיין איין עקספערט האט נישט פארויס געזאגט אז בערני גייט געוואונען מישיגיען זיי האבן אלע געזאגט אז ער איז 10-30 פוינטס ביהיינד קלינטאן! דערווייל קוקט אויס ווי ער איז דער געוואונער אין מישיגיען, מיט 70 פראצענט ריפארטעט. הער וואס איך זאג דיר יעצט און געדענק גיט, בערני סענדארס איז די נעקסטע פרעזידענט פון די יוניטייד סטעיטס! נישט קיין חילוק וואס די עקספערטס זאגן! ער האט די מאמענטום און די יונגע אמעריקאנע ענערדזשי.

איך בין נאכאלס ביי די מיינונג אז סענדערס שאנסן צו געווינען די נאמענאציע זענען זערא. מיט דעם ביסטו גערעכט אז פאנדיטס די יאר בלאנדזשענען ארום:
📎 image.jpeg

mevakesh » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:33 am

· #323764
שבת עס איז וויכטיג צו אנמערקען אז קלינטאן האט געווינען מער דעלעגאטן פון סאנדערס
און קומענדע דינסטאג וועט זי געווינען פלארידא און נארט קאראליינע און אפילו לאמיר זאגן אז סאנדערס געווינט אהיא און אילינאוי וועט זי סך הכל האבן היבש מער דעלעגאטן פונעם נאכט

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 3:16 pm

· #323813
mevakesh
שבת עס איז וויכטיג צו אנמערקען אז קלינטאן האט געווינען מער דעלעגאטן פון סאנדערס
און קומענדע דינסטאג וועט זי געווינען פלארידא און נארט קאראליינע און אפילו לאמיר זאגן אז סאנדערס געווינט אהיא און אילינאוי וועט זי סך הכל האבן היבש מער דעלעגאטן פונעם נאכט

ווער זאגט זי גייט געוואונען פלארידא און נארט קארליינע? איך גלייב שוין נישט קיין פאולס. ער האט אסאך א גרעסערע טשענס צו געוואונען נארט קארליינע ווי ער האט געהאט א טשענס צו געוואונען מישיגיען, ער איז אינגאנצן אפאר פוינטס אוועק פון איר אין נארט קארליינע. מ׳קען שוין גארנישט וויסן. קיין איינער האט נישט געהאלטן פאר אפאר וואכן צירוק אז ער גייט געוואונען אזוי שטארק. מ׳קען נישט וויסן at this point ווער ס׳גייט געוואונען ווייל בערני׳ס מאמענטום וואקסט פון מינוט צו מינוט. די פאונדיטס ווילן עס אראפ לייגן כאילו ער איז פארטיג, אבער זעהסט דאך אז זיי זענען נישט גערעכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 9, 2016 4:15 pm

· #323817
א. היללערי איז א געפרליכע פארשוין. טאמער איינער פון די סופערדעלעגעיט"ס טוישט נאכאמאל זיין מיינונג אויף סאנדער'ס, וועט זי נוקם זיין.
ב. בערני דארף יעצט ברענגען פינף הונדרעט געהעריגע דעלעגעיט"ס צום טיש. ס'איז נישט גענוג צו געוואונען, ער דארף אן 'ערד-גליטש'.
ג. ווען בערני האט געוואונען, איז עס עפ"י רוב מיט א ריזיגע סומע, אבער זי האט נאך אלס פיל פיל מער דעלעגעיט'ס.
נישט אלס פאול'ס האב איך מורא, נאר ווייל ס'איז אזוי שווער פאר איהם צו געווינען.

איין זאך איז שוין א געווינס. ווען ער קען אויפווייזען אזוי קלאר וואס די אמעריקאנער באפעלקערונג פאדערט, האט ער אריינגעברענגט פרישע מושגים אינ'ם פאליטישע שמועס. אמאל האט מען געמיינט אז א העלט"ה קראפט ווי אין יוראפ איז צו אומפאפולער פאר אמעריקא. יעצט זעט מען להד"ם. דער עולם לעכצט זיך נאך דעם.
האפעדיג וועט מען דערפון געניסען אפגעזען ווער ס'איז פרעזידענט למעשה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:31 pm

· #323850
‏ apparently it looks like some in the Wall Street bubble are feeling the bern
!Wall Street's wisest: Bernie Sanders is best candidate for the economy

Asher Edelman, founder of Edelman Artz and former CEO and Trustee, shares his political views and support for Bernie Sanders.
http://news.yahoo.com/video/wall-street ... 00174.html

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:34 pm

· #323851
עפעל קא-גרינדער וואס איז ווערט 100 מיליאן דאללער אגריט און שטיצט בערני סענדארס!
Apple Co-Founder Steve Wozniak Tweets Support For Bernie Sanders
http://m.huffpost.com/us/entry/steve-wo ... 18f61904de

mevakesh » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:36 pm

· #323852
שבת אחים
!Wall Street's wisest: Bernie Sanders is best candidate for the economy

Asher Edelman, founder of Edelman Artz and former CEO and Trustee, shares his political views and support for Bernie Sanders.
http://news.yahoo.com/video/wall-street ... 00174.html

If Wall street people are for Bernie then something is not right here...

שבת אחים » מיטוואך מערץ 9, 2016 9:41 pm

· #323854
זעהט זיך אויס אז צווישן אזויפיל מענטשען אין די וואל סטריט באבל איז נאך דא מענטשען וואס זענען נישט אינגאנצן קאראפטירט און האבן א הארץ פאר אנדערע מענטשען און פארשטיין אז ס׳טויג נישט אזוי-ווען אזוי ווייניג מענטשען אין אמעריקע האבן אזוי סאך און אזוי סאך מענשטען אין אמעריקע האבן אזוי ווייניג! ס׳וועט אייביג זיין אפאר אמת׳ע מענטשען אין יעדע קארפטירטע פלאץ א שאד נאר אז זיי זענען נאר א קליינע מינאריטי...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 9, 2016 10:26 pm

· #323855
דאס האט נישט מיט הארץ. אנחזר'ן און באגנב'ן די מענטשהייט לאזט נישט קיין צוקונפט אויף ווייטער צו קענען מאכען געלט. דאס איז די פארקערטע צד פון a rising tide raises all ships

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פרייוויליג » מיטוואך מערץ 9, 2016 10:30 pm

· #323856
פאר די ענטפער אליין וואלט איך געוואוט פאר בערני. איך ווער משוגע פון זיין פאזיטיווער כאראקטער.

מען קען דאס קלאר זען ביי די וואלן. טראץ זיינע עקסטרעמע שטעלונגען וואוטען מענטשן נאכאלס פאר אים, ווייל ער איז א זיסער אמת׳ער מענטש.
📎 image.jpeg

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:40 am

· #323872
Miami just Gave Bernie Sanders a Standing Ovation. Hillary Laughs Nervously (VIDEO
http://usuncut.com/politics/bernie-sand ... g-ovation/

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:42 am

· #323873
!Hillary vs Bernie is kind off like profit vs prophet

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 2:27 am

· #323881
היילייטס פון די היינט נאכטיגע דעמקראטישע דיבאטע און די בעסטע ליינס פון בערני סענדארס.
http://youtu.be/Gex0bIS-xFU
ער פליקט שטיקער פון איר!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:02 am

· #323888
א ריספאונס צו דע 16 וואשינגטאן פאסט ארטיקלן וואס האט אטאקירט בערני סענדארס אין ווייניגער ווי 24 שעה האט די וואשינגטאן פאוסט געהאט 16 נעגיטיווע ארטיקלן, און דעס איז א ריספאונס פון א אמעטשטור פון fair.org

http://www.filmsforaction.org/articles/ ... -16-hours/

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:38 am

· #323889
די טיטאניק יונגעלע האט ליב בערני!

Leonardo DiCaprio: Bernie Sanders is 'pretty inspiring'

http://www.washingtonexaminer.com/leona ... le/2578423

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 5:53 am

· #323890
קוקטס וואס דו פארבס מאגאזין שרייבט:
Sanders Has A Much More Practical Plan Than Clinton To Raise Taxes On Rich

http://www.forbes.com/sites/beltway/201 ... 825436c9c6
געוואלדיג!!!

בן אדם » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:54 am

· #323894
mevakesh
שבת אחים
!Wall Street's wisest: Bernie Sanders is best candidate for the economy

Asher Edelman, founder of Edelman Artz and former CEO and Trustee, shares his political views and support for Bernie Sanders.
http://news.yahoo.com/video/wall-street ... 00174.html

If Wall street people are for Bernie then something is not right here...

ווייל מ'דארף דאך קענען זאגן אז (אפגעזען די פאליטיק), אייביג קאנטראלירן די אידן וואל סטריט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:17 am

· #323909
שבת'ל, איך ווייס אז דו ביסט שטארק ביי די מיינונג אז ר' בערניו גייט מאכן די נאמעני אויסער יעדן צווייפל; אבער ביי רוב פאלק איז עס נאך נישט אזוי זיכער, כאטש ס'איז אויך נישט זיכער אז נישט. ער איז צו עקסטרעם, ראדיקאל מיט זיינע (גאנץ גוטע) פלענער.
אבער איין זאך, וואס איינער האט פריער דערמאנט (כ'מיין ליטוואק) האב איך געזען אין עטליכע אפשאצונגען, אז אפילו בערני וועט עס סוכ"ס נישט מאכן, וועט ער אבער איבערלאזן שטארקע פינגער אפדרוקן, ער וועט שניידן א חלק פירות פון זיין הארעוואניע, ווייל נאך אלעם האט ער געברענגט awareness ביים פאלק, און אפילו ביי אסאך רייכע ווי דו האסט שוין פריער צוגעברענגט, אפילו מרת קלינטאן האט זיך געמוזט רעכענען מיט זיינע טענות און געטוישט איר מהלך לויט דעם, עכ"פ למחצה ולשליש.

עכ"פ עס איז זיכער אז ער גייט פאראורזאכן א מהפכה אין לאנד - אדער האט ער שוין פאראורזאכט, ווייל דער עולם וועקט זיך אויף און הייבט אן צו זעהן אז די קאפיטאליסטישער וועג ארבעט נישט פאר רוב פאלק, און מען דארף א טויש.
כ'בין אויך זיכער אז דו ביסט מודה אז טאמער מאכט ער יא דעם ווייסן הויז, וועט ער נישט קענען אויספירן אלע זיינע פאנטאזיעס אזוי גרינג, ער וועט האבן אויפן וועג ריזיגע באמפס אויפן ראוד איבערצוקומען. ווייסטאך, דער מענטש טראכט און קאנגרעס לאכט. ער איז נישט דער ערשטער וואס האט געוואלט אריינקומען מיט א שארפקייט אין אוועל אפיס און קער נעמען פון פראבלעמען, און איז צום סוף געבליבן מיט די צונג אינדרויסן. א טשעינדזש קען נישט זיין צו דראסטיש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:09 pm

· #323934
דער היללערי האט אזויפיל פיינט, אזש טאמער די אומגעראכטען פאסירט און זי געווינט, 'עלען די רעפובליקאנער זיך פיהרען מיט איהר ווי מיט אבאמא. ער זאגט ווייס זאגען זיי שווארץ. זי איז א צוציאונגס קראפט פאר עקסטרעמיזם פון די רעכטע. משא"כ בערני, הגם ער איז טאקע אביסל א לינקע, מ"מ ערוועקט ער נישט אזעלכע עקסטרעמע רע'אגירונגען פון די רעכטע, און מ'עט מעגליך קענען טרעפען א וועג דורכצופיהרען געוויסע זאכען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 7:31 pm

· #324038
שמעקעדיג! טויש ספעציעל אין אמעריקע גייט נישט פון איין טאג צום צווייטן, לאמיר נעמען א משל פון פינלאנד, מיט אפאר יאהר צוריק האבן הונדרעטער טויזענטער מענטשען פראטסירט אין די גאסן אז זיי ווילן פרייע-קאלעדזש, די גאווערמענט האט געזאגט לא מיט א אלף אבער זיי האבן נישט אויפגעגעבן די המון עם האט פארפירט איבער א יאהר און זיי האבן אזוי לאנג פארפירט ביז ווילאנג מ׳האט עס אויסגעפירט און די גאווערמענט האט זיך אינטערגעגעבן! אויב בערני קומט אריין וועט ער קענען אסאך זאכן טוישן, און די אמעריקענע מענטשען וואס האבן שוין לאנג אויפגעגעבן אויף די גאווערמענט וועלן אזוי לאנג פארפירן ביז מ׳וועט אנקומען ערגעץ,פון גארנישט טוהן וועט גארנישט ווערן געטוהן, איך בין די לעצטע פאר חדשים ארומגעפארן לארכה ולרחבה פון אמעריקע, איך בין געוועהן אין מעהר ווי 25 באזונדערע סטעיטס. איך קען דיר נישט אנפאנגן צו זאגן ווי ארים און אויסגעשפילט רוב אמעריקענער זענען. אין ניו יארק זעהט זיך עס נישט אזוי שטארק אן ווייל ניו יארק הייסט א רייכע שטאט אבער אין רוב פלעצער אין אמעריקע איז דא ליידער נארמאלע מענטשען וואס זענען ״היימלאז״! איך האב געכאפט א שמועס מיט אסאך פון זיי- רוב פון זיי זענען נארמאלע מענטשען וואס האבן נישט קיין משפחה אדער קיינער וואס זאל זיך אומקוקן אויף זיי! איך האב אליינס נישט געגלייבט וויפל נארמאלע מענשטען האבן נישט קיין טאפ ווי אריינצופישן, זיי האבן נישט קיין לחם לאכול זיי וואוינען אין ווענס און אין טרעילארס און אויף די גאסן. כהאב געטראפן א מיטעליעריגע ארימע פרוי אן קיין ציין און כהאב געכאפט א שמועס מיט איר און זי האט גערעדט ווי א נארמאלע מענטש, כהאב איר געגעבן 20 דאללער און זי האט געוויינט פאר פרייד! זי האט מיר געזאגט שוין יאהרן וואס א פרעמעדער מענטש געט מיר נישט מעהר ווי א דאללער אדער פופציג סענט איז שוין אסאך. איך פלאן צו שרייבן אפשר א גאנצע באשרייבונג פון מיין נסיעה! איין זאך קען איך אייך זאגן- רוב אמעריקאנער זענען טיף אין ת..ת און קיין איין פאליטישאן געט נישט קיין קרעפ פאר די ארימע און עווערידזש אמעריקאנער! אמעריקע האט פארקויפט זייער נשמה צו קעפטיליזים און געלט און power! אונז זעמיר די רייכסטע לאנד אין די היסטאריע אבער רוב מענטשען פילן עס בכלל נישט! בערני סענדארס זאגט דעם אמת אין פנים אריין! בערני איז ממש דער איינציגסטער וואס פייט פאר אלע אמעריקאנע צוגלייך! ער האט גרויסע שאנסן אויב אלע אמעריקענע וועלן זיך אויפוועקן!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 9:36 pm

· #324142
לעבעדיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
Why Some Hasidic Jews Are Loving Donald Trump's Campaign
https://news.vice.com/article/why-some- ... s-campaign

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 10, 2016 10:01 pm

· #324155
הרב שמעקעדיג, דו זאגסט אז בערני׳ס פלענער זענען גיטע פלענער אבער זיי זענען ראדיקאל! איך בין שטארק מחולק מיט דיר אז קיין איינער פון זיינע אישוס וואס ער האט קאמפיינט די לעצטע דרייסיג יאהר איז נישט ראדיקאל בכלל!, נישט לאנג צוריק איז געוועהן א פאול אין ענגלאנד און אין אסטראליע און אסאך אנדערע לענדער אויב הילערי וואלט געלויפן קעגן בערני אין זייער לאנד, בערני האט באקומען כמעט 100 פראצענט! אין ענגלאנד און אין קאנאדא איז דא ראלליס פאר בערני יעדע צווייטע טאג! איינע פון די אייראפישע צייטונגען האט געשריבן אז אין אייראפע וואלט בערני פארעכענט געווארן אלץ א moderate! ס׳איז הונדרעט פראצענט אמת!

אין אמעריקע אז איינער וויל העלפן א צווייטן ״בחנם״ איז עס עקסטרעם! בחנם אין כסף? אוועקגעבן געלט פאר א צווייטע בירגער? לאזן די המון עם האבן געהריגע אינשאורינס און נישט יעדער צווייטער זאל גיין מיט אויסגעהאקטע ציין איז ראדיקאל אין אמעריקע, אין אייראפע איז די גאנצע לאנד איין גרויסע משפחה און יעדער וואס ארבעט 40 50 שעה א וואך קען לעבן בכבוד! דא אין אמעריקע איז אבער אנדערש די מעשה, א עוורידזש מענטש קען נישט באקומען א נארמאלע עדזשוקעישאן און א נארמאלע דזשאב! אויב האסטו נישט קיין משפחה אדער קאמיונטי וואס זאל דיך העלפן ביסטו אויף געהאקטע צרות! אבער אין די קליינע ארימע לאנד אין סאוט אמעריקע -טשילי און נאך אנדערע הונדרעטער לענדער קענען סאום האו יא די גאווערמענט קעיר נעמען פון זייערע בירגער.

זאג מיר איין זאך וואס בערני זאגט און ס׳איז ראדיקאל אין דייטשלאנד,ענגלאנד, פראנקרייך, איטאליע, שווייץ, האלאנד, שוועדן,בעלגיע, אייסלאנד, פינלאנד, דענמארק, נארוועגיע, יאפאן, סאוט קאריעא, אסטראליע, ניו זילאנד, קאנאדא, וכו׳ וכו'

אמעריקא האט מעהר געלט ווי די אלע לענדער צוזאמען אבער זיי האלטן עס נישט ביים שעירן מיט די אמעריקאנע פאלק! דאס יא! אויב וואל סטריט וועט זיין אין צרות וועט די גאווערמענט פלוצלינג האבן געלט זיי ארויס צו בעילן! אבער פאר די המון עם און פאר די ארימע מאן דכאר שמי׳!

און ווייסט וויפל געלט גייט אוועק פאר די פארשטינקע אמעריקאנע ארמיי? מיט אונזערע טייערע סאפסטיקירטע אמיונאציע קענען אונז חרוב מאכן 300 מאהל די סייז פון די וועלט! אבער פאר די וועטערנס פון די ארמיי קענען אונז נישט צושטעלן קיין געהריגע העלט קעיר! אונז קענען נישט קעיר נעמען פון די אלטע און ריטייערט אונז זענען ביהיינד אין עדזשוקעישאן פון כמעט אלע ציוויליזרטע לענדער! אונז צאלן 10 מאהל אזוי זאך פאר העלט קעיר ווי אין אלע אנדערע קאונטריס! אונז האבן 50 מיליאן ארימע מענטשען וואס האבן נישט וואס צו עסען! אבער איין זאך קענען מיר גיט באמבעדירן יעדע לאנד וואס דיק טשעני און אנדערע ריפבליקאנער האבן אויסגטראכט אז זיי זענען ממש א סכנה פאר אמעריקע! פאר פלינט מישיגיען האבן זיי נישט קיין געלט? נאר אויפצובויען און חרוב מאכן אנדערע לענדער איז דא וויפל געלט מוויל נאר? טריליאנען! אבער אמעריקאנע זאלן ווערן פארסמט פון די וואסער? ס׳איז נישטא ווער ס׳זאל וויינען!

ווארט נאך אביסל גייען די אמעריקאנע קעפטיליסטן אנפאנגן צו טשארטשען דעם עולם פאר אקסידזשיען! דעס איז נאך די איינציגסטע זאך וואס אמעריקע שטעלט צו פאר אירע בירגער בחנם!

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 2:17 am

· #324241
בערני סענדארס נייע טיווי עד אין אילינוי- געוואלדיג!
http://youtu.be/VIVypM6zcKQ

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:09 am

· #324252
נאך א נייע טיווי עד פון בערני סענדארס- בריליאנט!

Bernie Sanders the work of his life
http://youtu.be/uvPvZWnpMPA

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:18 am

· #324253
אויב ווילט איר וויסן ווער בערני סענדארס איז און וואס ער שטייט פאר ביטע וואטשסט די פיר מינוטיגע קליפ, די לעצטע קליפ פאר מפארמאכט די שטיבל רחמנא לשיזבן 😕

איך בעט אייך ברחמים וואטש די קליפ, דאנק פון פארויס
http://youtu.be/C7L9V7oGRv8

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 7:36 am

· #324264
פאר די אלע חברה וואס זאגן אז בערני סענדארס איז צו אלט, קוקט ווי שווער ער ארבעט, ער האט היינט צופרי א ראללי אין נארט קארליינע נאכמיטאג אין אהייא ביינאכט אין אילנוי. נאך אפאר ראלליס די וואך אין פלארדיע און נאך א דיבעיט מיט הילערי. און ער דארף נאך יעדען טאג זיצן ביי מיטונגען מיט זיין סטעיף אדורכגיין צענדליגער זאכן און דיסשאונס, ער איז נאכאלץ די סענעטאר פון ווערמאנט און ער האט די וואך געפיילט א A lawsuit קעגן די סטעט דיפארטמענט וועגן נישט לאזן 17 יעריגע וואס ווערן די יאהר אכצן וואוטן אין אהייא אזויווי עס איז געוועהן דארט ביז היינט. ער איז א מאשין! הילערי קומט נישט צו צי זיין שפיץ פינגער פון די פוס! אבאמא די מעכטיגער קאמפיינער און איינע פון די בעסטע קאמפיינער אין אמעריקאנע היסטאריע קען זיך פארשטעקן פאר אים, ער האט גערעיזעט מעהר געלט ווי סיי וועלכער קאנדידאט אין די היסטאריע! ער האט ארויסגעברענגט מעהר מענטשען צו ראלליס ווי עני אנדערע קאנדידאט אין די היסטאריע! C'mon people you got to give it to him
די עלצטער קאנדידאט וואס ארבעט די שווערסטע! די איינציגסטע פאליטשאון אין גאנץ אמעריקא פון ביידע פארטייען וואס האט די העכסטע עפראוועל רעיטינג פון זיינע וויילער, ער האט 90 פראצענט אפראוועל רעיטינג אין ווערמאנט! און פארדעם האט ער אזוי שטארק געווינען אין ווערמאנט. נישטא קיין איין קאנגרעסמאן, סענעטאר, מעיאר, גאווענער, וואס האט אזא הויכע עפראוועל רעיטינג! די קאנגרעס עוורידזש עפראוועל רעיטינג איז 13%! - בערני איז א מאשין! ס׳איז לעצטענס ארויסגעקומען א ריפארט אז בערני סענדארס האט געארבעט די מערסטע פאר זיין היימשטאט און פאר זיין יעצטיגע דזשאב לויפענדיג אלץ פרעזידענט פון עני אנדערע קאנדידאט וואס איז געלויפן פאר פרעזידענט אין די היסטאריע!

איינער וואס וואוט פאר הילערי אנשטאט בערני איז אזוי ווי אוועק ווארפן א גרויסע דימאנט ווייל ער האט פלוצלינג באמערקט אפאר ניקלס אויף דער ערד!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 8:29 am

· #324268
וואס איז די חכמה פון מאכען א שווארץ ווייסע ווידיאו? ער מאכט זיך אויסקוקען אלט. למעשה איז ער בלויז פינף יאר עלטער ווי טראמפ און זעקס יאר עלטער ווי היללערי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 9:07 am

· #324274
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז די חכמה פון מאכען א שווארץ ווייסע ווידיאו? ער מאכט זיך אויסקוקען אלט. למעשה איז ער בלויז פינף יאר עלטער ווי טראמפ און זעקס יאר עלטער ווי היללערי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קען זיין, אבער בלעיק אין ווייט איז נאר ווען מווייזט די אלטע צייטן. עני וועי היינטיגע זיביציגערס איז אזויווי די אמאליגע זעכציגערס מענטשען לעבן היינט אסאך לענגער, קיינעם פון די בערני ספארטערס גייט נישט אן ווי אלט ער איז! פארקערט דעס מאכט אים נאך מעהר מלא חן! זיין ברודער אין ענגלאנד איז זעקס יאהר עלטער ווי אים און ער לויפט נאך דארט אין ענגלאנד פאר די גרין פארטי און איז א געזונטער אקטיוו מענטש!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:05 am

· #324288
רוביא האט געזאגט אז טראמפ'ס האס קעגען מוזלעמענער שטערט די וויכטיגע ארבעט פון מיסיאנערען צו שמד'ן מוזלעמענער!
You can't make this stuff up!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:14 am

· #324292

mevakesh » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:16 am

· #324293
Sorry you are taking it out of context he wasn't making the point that it is bad for missionary but to say that friendly Muslims who use to protect American Christians who are missionary are having problems

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:30 am

· #324297
דאס אויך. ער האט ביידע געזאגט.
סתם אזוי, ער איז א פה מפיק מרגליות פון פאצעריי, א מומחה אין מאראניק'ס. איך הער יעצט קליפ'ס אויף npr וואס ער קען צוזאמשטעלען האט ער נישט וואס זיך צו שעמען פון סיי וועלכע משגיח צו טייטעלבוים/האלבערשטאם. זיך סותר אין די זעלבע ווארט מן הקצה אל הקצה.
א פאסיגע קטנדידאט פאר די רעפאבליקאנער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

mevakesh » פרייטאג מערץ 11, 2016 10:43 am

· #324302
ליטוואק ברענג אראפ די קוואט פון וואס דו רעדסט און לאמיר זעהן

כלבאשבוע » פרייטאג מערץ 11, 2016 11:18 am

· #324319
שבת אחים
Eminem האט ענדאורסט בערני און געמאכט א song לכבוד דעם!
http://youtu.be/rKPrWtvJA3s

פארקערט, בערני ענדאורסט עמינעם:
http://www.youtube.com/watch?v=LJUKl8c5YUQ

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:44 pm

· #324417
כלבאשבוע
שבת אחים
Eminem האט ענדאורסט בערני און געמאכט א song לכבוד דעם!
http://youtu.be/rKPrWtvJA3s

פארקערט, בערני ענדאורסט עמינעם:
http://www.youtube.com/watch?v=LJUKl8c5YUQ

ס׳איז געוועהן אזא שמועה אויף די אינטערנעט און אויף פעיסבוק. אבער ס׳איז נישט אמת.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 11, 2016 5:50 pm

· #324419
בערני האט געוואונען די לאוסאוט א ריכטער אין אהייא האט געפסקנט אז 17 יעריגע וואס ווערן אכצן אין די זשענעראל עלעיקשאון מעגן יא וואוטן אין די פריימעריס, ווען מ׳פייט געווינט מען!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:11 pm

· #324448
mevakesh
ליטוואק ברענג אראפ די קוואט פון וואס דו רעדסט און לאמיר זעהן

just say anything they want. It has consequences — here and around the world.

And so let me give you one: Two days ago, I met this extraordinary couple who are on furlough because they are missionaries in Bangladesh. It’s a very tough place to be a missionary. It’s Muslim. And their safety and security very much relies upon friendly Muslims that live alongside them — that may not convert but protect them and certainly look out for them. And their mission field really are Muslims that are looking to convert to Christianity as well. And they tell me that today they have a very hostile environment in which to operate in because the news is coming out that in America leading political figures are saying that America doesn’t like Muslims.

So this is a real impact. There is no doubt that radical Islam is a danger in the world.

דאס איז די קוואוט
#Google_is_your_friend

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

mevakesh » מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:32 pm

· #324455
I saw this quote and that's what I commented earlier that he didn't said as you put it so I asked for a quote to see if I am talking about something else

גר ותושב » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:16 pm

· #324472
📎 uploadfromtaptalk1457839006380.jpg📎 uploadfromtaptalk1457838992763.jpg📎 uploadfromtaptalk1457838975980.jpg

שבת אחים » מוצ"ש מערץ 12, 2016 10:38 pm

· #324478
קיינער פארציילט/רעדט נישט וועגן טראמפ׳ס ראללי וואס איז געווארן געקענסעלט אין שיקאגוי פרייטיגס צו נאכטס צוליב די גרויסע פראטעסטען וואס איז פאר געקומען אינעווענדיג און אינדרויסן? קיינער האט דערווייל נישט געסטאפט טראמפ נאר די בערני יונגען אין שיקאגוי האבן אים געוויזן ווי ער וואוינט!
קודאס צו ענק בערני פענס פון שיקאגוי איר האט באוויזן א זאך וואס די מידיעא און די ריפובליקאנער עסטעבלישמענט און אסאך סעלעבערטיס האבן פראבירט און זענען דורכגעפאלען -איהר האט געווינען! איהר האט ארויסגעווארפן טראמפ פון שיקאגוי!

http://www.cbsnews.com/videos/chicago-p ... gop-rally/

שבת אחים » זונטאג מערץ 13, 2016 1:32 am

· #324525
דאנאלד טראמפ האט געבלעימעט בערני סענדארס פאר די נעכטיגע שלעגעריי אין שיקאגוי, דעס איז וואס בערני האט היינט גענטעפערט
http://www.cnn.com/2016/03/12/politics/ ... ndex.html#

שבת אחים » זונטאג מערץ 13, 2016 1:50 am

· #324531
Trump Rally Descends into Chaos as Police Drench Protesters with Pepper Spray (VIDEO)
http://usuncut.com/politics/trump
-rally-pepper-spray/

שבת אחים » זונטאג מערץ 13, 2016 1:53 am

· #324532
דאנאלד טראמפ׳ס ראלליס קוקט אויב פונקט ווי שמחת תורה אין ראדני...
https://www.facebook.com/fox5dc/videos/ ... 342472494/

שבת אחים » זונטאג מערץ 13, 2016 1:59 am

· #324533
א נחת צוקוקן ווי ווען מ׳מעלט אז די ראלי איז געקענסעלט ווי די דער עולם שרייעט ״בערני בערני״!!!! דאנאלד טראמפ די גרויסע מויל-מאכער וואס גייט אויסראטן אייסעס אבער ער דארף אנטלויפן פון שיקאגוי ווייל ער האט מורא פון אפאר יונגלעך? הע דאנאלד ווי איז דיין גרויסע שמאסער יעצט? מ׳האט דיך ארויסגעווארפן פון אמעריקע׳ס דריטע גרעסטע שטאט! 😂
http://youtu.be/Jt8RukKuNJo

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 13, 2016 3:03 am

· #324534
טראמפ איז דא גערעכט. ס'איז א חוצפה פון די סענדערס שטיצער איבערצודרייען א צווייטענס קאמפיין ראלי, וואס האט לכבוד זיי געפירט צו וויילענס. כ'האב נאר מורא אז די טראמפ חברה וועלן זיך בקרוב נוקם זיין ביי די נעקסטע סענדערס ראלי.

ליפא » זונטאג מערץ 13, 2016 3:07 am

· #324535
ס'קאכט זיך עפעס א ס*** סקאנדאל אויף טעד קרוז.
#ברעיקינג נייעס
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40