☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

רויטע וואנצעס » מאנטאג אפריל 11, 2016 5:17 pm

· #328757
הרב (בנימין) בן (אליהו) סאנדערס איז נאך אוועליבעל פאר סידור קידושין די וואך נאך שבועות?

ליפא » מאנטאג אפריל 11, 2016 10:52 pm

· #328801
Sandars supporters blind to reality of socialism
http://thehill.com/opinion/judd-gregg/b ... -socialism

ישראל גלויבער » מאנטאג אפריל 11, 2016 11:44 pm

· #328808
https://www.youtube.com/watch?v=wn77LJu ... e=youtu.be

ס'יום טוב אין אלבאני!!!!!!!!

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:00 am

· #328815
באוויסטע נאובעל פרייז געווינער ,וועלטליכע עקאנאמיסט, געוועזענע וויצע פרעזידענט פון
World Bank Chief Economist
פראפעסאר אין יעיל, סטענפארד,אקספארד, פרינסטאן, קאלאמביע,
אדווייזערס פאר פרעזידענט ביל קלינטאן און באראק אבאמא.
Joseph Stiglitz
זאגט אז בערני סענדארס איז גערעכט און ער ענדאורסט אים פאר פרעזידענט
Stiglitz: sanders is right everybody has the right to healthcare, sick days,family
leave
http://youtu.be/gIm7yFYEnFI

דזאשסעף שטיגליץ וויקעפידיע בלאט
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Joseph_Stiglitz

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:20 am

· #328816
פראנצויזישער וועלטליכע פראפעסאר עקאנאמיסט
Thomas Piketty
בעסט סעילינג אוטהער (שרייבער)
זאגט:

Bernie Sanders is the great hope for America’s economic future

In his latest weekly column,
Piketty wrote that the Vermont senator’s campaign represents a turning point in the country. “[W]e are witnessing the end of the politico-ideological cycle opened by the victory of Ronald Reagan at the 1980 elections,

http://m.huffpost.com/us/entry/thomas-p ... c55052cbc9

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:44 am

· #328817
וועלטליכע עקענאומיסט ראבערט רייך, פראפעסאר אין בערקעלי און געוועזענע פראפעסאר פון הארווארד און נאך אסאך יונעווערסטי׳ס, שרייבער פון עטליכע בעסט-סעללער ביכער, האט געדינט אלץ סעקעראטערי אף לעיבאר אינטער פרעיזידענט קלינטאן, און האט געדינט אין די אדמינסטראציע׳ס פון פרעזידענט, פארד, קארטער, אבאמא, איז גאר א שטארקע שטיצער פון בערני סענדארס און זאגט אז בערני איז די מערסטע קוואליפיצירט צו זיין פרעזידענט און ער שטיצט שטארק זיינע עקענאמישע פאליסיס, ער האט פול מיט ווידעאס און באשרייבונגען פארוואס ער האלט אז בערני איז גערעכט, לעצטענס איז ער ארויסגעקומען און געזאגט אז ער קען שוין די קלינטאונס פאר פופציג יאהר, ער איז געוועהן א קלעיסמעיד מיט הילערי און ביל און ער האט געארבעט פאר זיי פאר פיר יאהר און דאך האלט ער אז בערני איז אסאך א בעסערע קאנדידאט פאר אמעריקע און איר עקענאמיע.

I’ve known Hillary Clinton since she was 19 years old, and have nothing but respect for her. In my view, she’s the most qualified candidate for president of the political system we now have,” Reich said. “But Bernie Sanders is the most qualified candidate to create the political system we should have, because he’s leading a political movement for change.”
Reich: I’ve Known Hillary Since She Was 19. Bernie Sanders is the Most Qualified Candidate
http://usuncut.com/politics/robert-reic ... candidate/

Robert Reich on Bernie sanders endorsement
http://youtu.be/9RSpMz6Snwk

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:53 am

· #328818
ס׳איז דא פול מיט נאך גרויסע עקענאמיסטן וואס שטיצן שטארק סאנדערס פלענער חוץ די לעצטע דריי וואס איך האב אראפגעברענגט (די לעצטע דריי תגובות) און איך וועל נאך אי״ה ארויפלייגן נאך, אבער פאר איר קריטיקירט סענדארס אלץ א בעל החלמות און א פאנטאזירער און אז מ׳קען נישט אויספירן זיינע פלענער ״ווייל ס׳איז אוממעגליך״ זאלט איר וויסן אז די גרעסטע עקענאמיסטן אויף די וועלט זענען מחולק מיט אייך...

ברוך בער » דינסטאג אפריל 12, 2016 10:20 am

· #328823
בערני סאַנדערס – אַ ייִד מיט שׂכלדיקע מיינונגען
Bernie Sanders – a Jew With Common Sense
פֿון בן זומא

כ׳האב דורכאויס דער לעצטער וואך זיך אביסל „באקענט‟ מיט דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, בערני סאנדערס, און – ער געפעלט מיר. די קלארקייט פון זיין אידאלאגיע, דער זיכערער טאן מיט וועלכן ער רעדט וועגן זיינע פלענער, און דער פאקט וואס ער רעדט קלארע דיבורים איבער זיינע מיינונגען און וואס ער האט בדעה צו טאן אויב וועט ער געווינען די וואלן האבן ביי מיר זייער אויסגענומען.

ס׳האט גענומען צייט ביז איך האב ביי זיך גע׳פועל׳ט בכלל זיך צו באקענען מיט סאנדערס. ער קומט פאר ווי א סאציאליסט פונעם לינק־ליבעראלן חדר, מיט וועלכן כ׳בין בכלל היפש אומבאקוועם. כ׳האב נישט ליב די ליבעראלן; כ׳זע אין זיי נאאיווע אידעאליסטן וואס טראכטן אין אבסטראקט און האנדלען מיט דער וועלט „ווי זי וואלט געדארפט זיין‟ אנשטאט „ווי זי איז טאקע‟. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן, באשטייט דער ליבעראלער פליגל פונעם פאליטישן ספעקטרום פון א שיינעם סכום היפאקריטסווע — מענטשן וואס טראגן זיך ארום כלפי אנדערע מיט מער פאראורטיילן און אפילו שנאה ווי די וועמענס „ראסיזם‟ זיי זענען דעם גאנצן ליבן טאג פארנומען מיט פארשרייען.

כ׳האב אבער באשלאסן פארט אויסצוהערן וואס דער איד בערני האט צו פארקויפן. כ׳האב געלייענט וואס ער שרייבט, געהערט וואס ער זאגט, און געקומען צו דער החלטה אז סאנדערס רעדט פארט זייער צו דער זאך. ער אדרעסירט אמת׳ע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד און געזעלשאפט און ברענגט צום טיש אמת׳ע לעזונגען. מען מוז נישט מסכים זיין מיט סאנדערס׳ מסקנות; איז אבער שווער צו איגנארירן זיין עצם אדרעסירן די ענינים און די שטאנדהאפטיגקייט און קלארקייט פון זיינע ענטפערס צו די פראבלעמען ארום סאציאלער גלייכבארעכטיגקייט, דעם קרומען קאפיטאליזם פון דער עקאנאמיע, דעם נוסח־סדום יוסטיץ סיסטעם וואס האט מיט יוסטיץ צו טאן בערך אזוי פיל ווי וואשינגטאן מיט אומפארטייאישקייט.

קיין עקספערט אויף קיינעם פון די ברענענדע ענינים בין איך נישט און איך ווייס זיכער נישט צי זיינע לעזונגען זענען רעאליסטיש. איך פארשטיי נישט די זאכן און ווייס אז יעדע „רעוואלוציע‟ ברענגט אומפאראויסגעזעענע תוצאות, נישט אלע פון וועלכע זענען דוקא פאזיטיוו. בערני סאנדערס׳ וויזיע פאר א סך יסודות׳דיגע זאכן אין דער לאנד׳ס ארדענונג שמעקן רעוואלוציאנעריש און וועלן בהחלט פאדערן אן ערנסטע אפשאקלונג אין דעם סטאטוס קווא. א געזונטער שאקל קען פירן צו כאאס, און כאאס איז קיינמאל נישט געזונט, בפרט אין דעם אומזיכערן מצב אין וועלכן די וועלט שטייט יעצט. מיט דעם אלעם פילט זיך עפעס אויטענטיש אין זיינע ווערטער. זיינע לעזונגען שמעקן גוט און הערן זיך שכל׳דיג. דאס איז שוין מחוץ דעם וואס ער, מער ווי אלע אנדערע קאנדידאטן, ווייסט גענוי וואס ער וויל, איז באקוועם ביז גאר מיט זיינע שיטות, און באהאלט זיי נישט אונטער לופטיגע, שיין־קלינגענדע פראזן.

ס׳איז יא פאראן איין אספעקט פון סאנדערס, מיט וועלכן איך בין נישט אזוי באקוועם: זיין צוגאנג צו אויסערן פאליטיק, דעם איסלאמישן טעראר, און זיין אויסקוק אויף די באציאונגען מיט ארץ ישראל. ער זעלבסט רעדט וועגן דעם טעראר אויף א ברייטן, אלגעמיינעם אופן און כ׳בין נישט זיכער צי ער האט שוין ווען ס׳איז ארויסגעלייגט א קלארן, ארומנעמיגן פלאן וויאזוי ער וועט מיט דער פלאג זיך אפגעבן. פון דער אנדערער זייט, איז מסתמא נישט פאראן קיין קלארער, זיכערער מהלך וויאזוי די דאזיגע אנשיקעניש אויסצוראטן. ער קומט אבער פאר ווי א פראגמאטישער מענטש און אויב וועט סאנדערס בלייבן געטריי צו זיין לאגיק, גלייב איך אז ער וועט אויך דעם ענין פון איסלאמישן טעראר באהאנדלען מיט יושר און שכל.

וואס שייך ארץ ישראל, איז זיין רעטאריק זייער נישט צום הארצן. זיין פארגלייכן די „צוויי צדדים‟ אינעם קאנפליקט האט יענעם נישט־אפעטיטליכן נאך׳טעם פון דעם פאלשן ליבעראלן פאציפיזם. די קריטיק מיט די ווילד־אויפגעבלאזענע ציפערן כלפי דער מיליטערישער אפעראציע אין עזה מיט עטליכע יאר צוריק, האט געשטינקען פון ליבעראלן צבוע׳איזם. פארט וויל זיך האפן, אז ווען ער וועט פאקטיש זיין אויפ׳ן בענקל און זיך נאענטער באקענען מיט די פאקטן, וועט ער עס אויפנעמען מיט אן אפענעם קאפ און צופאסן פאליסי צו מציאות, איידער מציאות צו פאנאטיזם און אידאלאגיע.

צווישן אונז גערעדט, לאזט זיך שפעקולירן צי אפשר איז טאקע בעסער אז ארץ ישראל זאל זיך יא אנהייבן צוגעוואוינען צו זיין עטוואס מער אומאפהענגיג פון די פאראייניגטע שטאטן און דערלויבן די פריינטשאפט אנצונעמען א פארמאט פון לענדער מיט קעגנזייטיגן ידידות און געמיינזאמע אינטערעסן איידער ווי בלינדע ליבשאפט וואס קומט מיט כל׳מיני צוגעהערן, טייל פון וועלכע דינען נישט דוקא די אינטערעסן פון ביידן.

ווי עס איז, וואקלט מיין שטימע זיך צווישן – לאכט נישט – טעד קרוז און בערני סאנדערס.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z45ccoeP5f

גר ותושב » דינסטאג אפריל 12, 2016 2:21 pm

· #328858
John kasich in boro park
📎 uploadfromtaptalk1460485260918.jpg📎 uploadfromtaptalk1460485253480.jpg

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:01 pm

· #328887
א אידישע פרוי פון די סענדארס קאמפיין האט מיך גערופן און געפרעגט צו איך קען זיי העלפן מיט די קאמפיין אינערהאלב די חרדישע געמיינדע אין ניו יארק, און זי האט געוואלט וויסן וועלכע צייטונגען און מאגאזינען איז די מערסטע פאפיולער, איך האב איר געגעבן א נומבער פון א באוויסטע היימישע עסקן און שרייבער און ער האט אנגענומען די זשאב, אבער לדעתי איז עס נישט צו שפעט יעצט הערשט זיך צונעמען ארבעטן אויף עדס און ארטיקלן אין די היימישע אויסגאבעס? , זי האט מיך געפרעגט אויב די צייטונג איז די מערסטע פאפיולערע אידישע צייטונג 🙄, איך האב איר געזאגט אז זיי זאלן אריינלייגן אין די עמי, משפחה, בינה , המודיע, יתד, איד, בלאט, קול מבשר. וואס האלט איר סלוינט זיך בכלל אויסצוגעבן געלט נאכדערצו אזוי נאנט צום דעדליין? און אין וועלכע פאפירן וואלט איר רעקאמענדירט אריינצולייגן עדס אויב עפעס.

ס׳נישט קיין וויץ, דאס מאל מיין איך עס ערענסט, ביטע נישט ענטפערן אז מ׳זאל אריינלייגן אין די עלים לתרופה און דבר יום ביומו די וויץ וועפט שוין.
ערנסט גערעדט, א איר האט עפעס עצות אדער מיינונגען קענט איר מיר שיקן א אישי אדער ענטפערן דא בשער בת רבים.

יישר כח

בן אדם » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:07 pm

· #328890
אויסלייגן ווארענונג צעטלעך אין ביהמ"ד

#בדוק_ומנוסה

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:20 pm

· #328899
בן אדם
אויסלייגן ווארענונג צעטלעך אין ביהמ"ד

#בדוק_ומנוסה

😂, אפשר זאל מען באצאלן פאר צימערמאן און שרגא פליישמאן (כמיין פרידמאן)זיי זאלן מאכן א פארטעסט בו ביום פון די וואלן 😃

אדער זאל ליפא מאכן א שני ושביעי קליפ און אויספאקן זיינע קאלאמביע ידיעות פארוואס אונז דארפן סענדארס, דעס קען אפשר העלפן אל אלע cool יואלי׳ס מיט די סקווער-בעק׳ס און די שיינע געקראזעלטע טונא בייגל פיאות וועלן שטיצן דעם אותו זקן. 😛

ברוך בער » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:22 pm

· #328900
זיכער לוינט. אונזער עולם איז שוין זאט ביז גסיסה מיט וואוטן פאר קאנדידאטן וואס נידערמאן מיט מענצער האבן אויסגעבעט א קנוניא צו דעליווערן גרעיפ זשוס צי וואן סטאפ צו אנדערע לאקשן. ווען דער עולם וועט זעט אן אויסוואל וועט מען אליינס באשלוסן.

וויכטיגער פון אלעם איז געדונגענע בחורים אויף די שעה צו שטיין ביי די קארנערס אלעקשאן דעי און געבן אינטסראקשאן קארטלעך. א חלק עולם וואוט נאר פארן קארטל וואס מען גיבט אינדרויסן.

שבת אחים » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:26 pm

· #328905
ברוך בער
זיכער לוינט. אונזער עולם איז שוין זאט ביז גסיסה מיט וואוטן פאר קאנדידאטן וואס נידערמאן מיט מענצער האבן אויסגעבעט א קנוניא צו דעליווערן גרעיפ זשוס צי וואן סטאפ צו אנדערע לאקשן. ווען דער עולם וועט זעט אן אויסוואל וועט מען אליינס באשלוסן.

וויכטיגער פון אלעם איז געדונגענע בחורים אויף די שעה צו שטיין ביי די קארנערס אלעקשאן דעי און געבן אינטסראקשאן קארטלעך. א חלק עולם וואוט נאר פארן קארטל וואס מען גיבט אינדרויסן.

און אז ס׳שטייט איין זייט א יואלי וואס שטיצט קלינטאן און פון די אנדערע זייט א חיים מאיר אדער א הערש מיילעך מיט א אנדערע קארטל פאר סענדארס פארוועם וועט דעמאלסט די טיפיקל ראדני איד ווי יענקל ברוך טירנויער מיט זלמן לייב פאלקאוויטש וועלן? די רבנים האבן נישט ענדאורסט קיינעם?

ברוך בער » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:31 pm

· #328907
שבת אחים
ברוך בער
זיכער לוינט. אונזער עולם איז שוין זאט ביז גסיסה מיט וואוטן פאר קאנדידאטן וואס נידערמאן מיט מענצער האבן אויסגעבעט א קנוניא צו דעליווערן גרעיפ זשוס צי וואן סטאפ צו אנדערע לאקשן. ווען דער עולם וועט זעט אן אויסוואל וועט מען אליינס באשלוסן.

וויכטיגער פון אלעם איז געדונגענע בחורים אויף די שעה צו שטיין ביי די קארנערס אלעקשאן דעי און געבן אינטסראקשאן קארטלעך. א חלק עולם וואוט נאר פארן קארטל וואס מען גיבט אינדרויסן.

און אז ס׳שטייט איין זייט א יואלי וואס שטיצט קלינטאן און פון די אנדערע זייט א חיים מאיר אדער א הערש מיילעך מיט א אנדערע קארטל פאר סענדארס פארוועם וועט דעמאלסט די טיפיקל ראדני איד ווי יענקל ברוך טירנויער מיט זלמן לייב פאלקאוויטש וועלן? די רבנים האבן נישט ענדאורסט קיינעם?

כבר היה לעולמים. די וועלן כיטרע ארויסשמעקן ווער האט דער יואלי'ן געשיקט, הלנו אם לצרינו. עלטערע אידן וועלן פשוט וועלן פארן ערשטן קארטלף זאגן פארן צווייטן כ'האב שוין. דער קונץ איז צו שטיין ביי אלע קארנערס און שנעלער קעגן גיין יעדן עובר ושב אריינשאוון אינסטראקשנס פארוועם צו וואוטן.

בן אדם » דינסטאג אפריל 12, 2016 5:32 pm

· #328908
שבת אחים
די רבנים האבן נישט ענדאורסט קיינעם?

אוודאי, די וויזניצער רב/רבי/דיין אין סטעטן איילענד האט שטארק אויפגעפאדערט אז מ'זאל וואוטן נאר פאר סענדערס

ליפא » דינסטאג אפריל 12, 2016 6:08 pm

· #328917
דאס זיכער יענער וועט מאכן געלט ער וועט איינרעדן אז א עד אין צייטונג קאסט צען טויזענט דאלער

ליפא » דינסטאג אפריל 12, 2016 7:29 pm

· #328925
📎 IMG_20160412_192902.jpg

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:37 am

· #328953
Sanders supporters say he embodies their Jewish values
http://www.jta.org/2016/04/12/news-opin ... gn=jtafeed

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:37 am

· #328954
אין מרת אבאמא׳ס נייע בוך ווערט מען געוואויר אז זי האט נישט ליב הילערי און די קלינטאונס. זי האט געהאפט און געשטיצט אז וויצע פרעזידענט ביידען וועט לויפן, און זי וויל נישט הילערי פאר פרעזידענט.

#איך בין מיט איר
http://nypost.com/2016/04/11/michelle-o ... 1452701301

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:47 am

· #328955
New York Times Op Ed
?Why I’m Supporting Bernie Sanders
I'm the first senator to support Bernie Sanders
http://www.nytimes.com/2016/04/13/opini ... nders.html

בן אדם » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:18 am

· #328970
ק/פ
די קאמפיין קומט ארויס נעקסטע וואך מיט ווידיאו ״אידן פאר בערני״ זיי האבן געבעטן אויב מיר קענען טרעפן חסידים וואס זאלן אנטייל נעמען. אויב קענט איר אוועקגעבן אפאר מינוט און מאכן א קידוש השם שיקט א מעסעדש צו @E_Wolf

שבת אחים, דו האסט נאך דיין גארטל און שווארצע ברילן?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 2:42 pm

· #329011
בן אדם
ווער שטייט אינטער דעם? ווער איז אינוואלוועט?

שבת אחים » מיטוואך אפריל 13, 2016 3:21 pm

· #329014
בן אדם
ק/פ
די קאמפיין קומט ארויס נעקסטע וואך מיט ווידיאו ״אידן פאר בערני״ זיי האבן געבעטן אויב מיר קענען טרעפן חסידים וואס זאלן אנטייל נעמען. אויב קענט איר אוועקגעבן אפאר מינוט און מאכן א קידוש השם שיקט א מעסעדש צו @E_Wolf

שבת אחים, דו האסט נאך דיין גארטל און שווארצע ברילן?

וודאי, וואס א שאלה??? איך גיי דאך היינטיגע טעג מיט שיפע טאשן און געזאלצענע הויזן כהאב דאך מיך דערקלערט אלץ אדמור מוויזניץ סטעטן איילענד, קיינער האט נישט דערווייל מערער געוועהן דערויף איך ווארט אז די וויזשניצע רביים זאלן מיך רופן צו אברהם ברוך אין דיו תורה אריין, איך קוק איבער מיין פאסט קעסטל יעדען טאג און אין קול ואין עונה, קיינער מאכט זיך נישט צוטהן פון מיר, חוץ ביללעס און קרעדיט קארט אפפערס קומט מיר גארנישט אן, קיין איין הזמנה האב איך נאכנישט ערהאלטן! ר׳ מאטעלע האט נישט מוחה געוועהן קעגן מיר , אלא מאי וועט מען מוזן איינזעצן אז פון דעם איז געדרינגען אז איך בין טאקע דער וויזשניצער רבי פון סטעטן איילענד מיט רעכט בן אחר בן פונעם ערשטער סטעטן איילענדער. טשערי לייטס האב איך טאקע נאכנישט אבער ס׳איז אין פולע פראסעס! מ׳האפט ביז א שטיק צייט וועט דיבלאזיא ערלעדיגן דעס אויך צוזאמען מיט די אפישעאל פלעיטס וואס איז איינע פון די הויפט requirements צו זיין א פולשטענדיגע אדמור אין די היינטיגע צייטן.

נ״ב איך האב יעצט באשטעלט פון איטאליע א הערליכע נייע טיליאפ, אזאנס וואס מ׳האט נאך נישט געזעהן פאר 200 יאהר זייט די רוזשינער׳ס צייטן דאס וועט פארשעמען אלע רבנים איינעם, איך גלייב ווען ס׳וועט אנקומען וועלן מיך די מענדליסטן גלייך רופן אין דין תורה אריין (כמיין אין קאורט). הכינו!

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 13, 2016 3:36 pm

· #329017

📎 LOL_045.jpg

ישראל גלויבער » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:08 pm

· #329021
https://www.facebook.com/15513314918320 ... 151830923/

ladies and gentlemen! The beautiful day, there it is

ליפא » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:11 pm

· #329090
📎 IMG_20160413_213718.jpg

פרייוויליג » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:46 pm

· #329092
איך ווייס נישט פארוואס די דעלי ניוס זוכט זיך צו טשעפענען מיט שבת אחים.

נורמאלי » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:00 am

· #329093
דעילי ניוס, מעגסט זיין ווי גרויס(?) דו ביסט, אבער היינט איז געוועהן א ראלי אין מאנהעטען , איבער 27,000 באטייליגטע וואס האבן געשפירט די פלאם.

אין די זעלבע צייט האט די חוזק'טע הילערי געהאט א מאסיווע צוזאמקום פון ארימע 1300 מענטשן.

הילעריס שטיצער זענען מער ווייניגער די פאלגנדע: אפריקן אמעריקאנע, אפגעברענטע באטשיס, אדער מענטשן וואס שטיפן עסטעבלישמעט קאנדיאדעטן, ודעילי ניוס בתוכם.

פלאצן זאלט עטס, דעילי ניוס באורד!

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:14 am

· #329095
לעווין רייסט אריין אין בערני

https://vimeo.com/162785681

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 12:20 am

· #329096
זעהט אויס ממש ווי זיין רעקל ברענט.
קען נישט אויסלעשען די פייער פלעיס בשעת ער רעדט?

מור וקציעה » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 2:59 am

· #329104
שבת אחים - איך בין א גרויסע שטיצער פון בערני'ס דאמעסטיק פאליסיס אבער איך בין זייער באזארגט אז טראצדעם וואס בערני איז נישט קיין אנטעסעמיט וועט ער אבער האבען ראדיקאלע לינקע עלעמענטען אין זיין אדמיניסטראציע וואס וועלן דימענייזען מדינת ישראל, און די בי-די-עס חברה ודומיהם וועלען זיך הייבען די קעפ אין אלע זייטען מיט פאסיווע שטיצע פון בעאמטע אין די אדמיניסטראציע

https://www.frontpagemag.com/point/2624 ... greenfield

SIMONE ZIMMERMAN, BERNIE SANDERS' PRO-BDS "JEWISH OUTREACH DIRECTOR", WON'T TALK TO JEWS

April 13, 2016 Daniel Greenfield

The Bernie Sanders campaign is doing really well with hipsters who hate Israel. But there are two groups it just can't seem to crack. Black people and Jews

The train didn't start going all the way off the rails until the campaign arrived in New York where it was embraced by the Hate Israel crowd and rejected by actual Jewish communities. After Bernie Sanders lied and accused Israel of killing 10,000 "innocent people", even his Jewish supporters headed for the exits

It certainly didn't help that Jews for Bernie was run by Daniel Sieradski, an anti-Israel activist who distributed a memo during the last war with Hamas which claimed that "That's why Palestinians are fighting back." Or who claimed that, "Great insight is to be gained from the remarks of Hamas’ founder, Sheikh Ahmed Yassin, himself, which are much more down-to-earth and pragmatic than any portrayal of Hamas in the right-wing oriented media"

Instead of distancing himself from Daniel Sieradski. Bernie Sanders met with him

And then the Bernie Sanders campaign decided to bring on board Simone Zimmerman, a BDS supporter and anti-Israel activist in If Not Now, a J Street front group harassing Jewish charities who help people in Israel, as its Jewish Outreach Director

Simone Zimmerman appears to have gotten in bed with JVP, a militantly anti-Semitic organization which views the Jewish community as "the enemy" and has defended terrorism against Jews. Simone Zimmerman has joined the JVP hate group in condemning attempts to fight campus anti-Semitism. In response to Hamas attacks on Israel, Simone Zimmerman said, “We think it’s important to understand the context of occupation". And declared that she opposed the campaign against Hamas that began after the brutal murder of three Jewish teens by Hamas terrorists

The results of putting Simone Zimmerman in charge of Jewish outreach were predictably disastrous. Anti-Israel bigots like Zimmerman exist outside the Jewish community. And are hostile to it

Meanwhile, across the room, an activist exchanged vitriol with the campaign’s newly hired national Jewish outreach coordinator, Simone Zimmerman, after demanding accountability for the campaign’s failures on the Jewish front.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 4:02 am

· #329105
הרב מור וקציעה איך האב נישט אפגעליינט דיין לינק וואס די ברענגסט אראפ איך האב געהאט צו א שווערע טאג היינט. אבער מיט די קאנצעפט וואס דו שרייבסט אז בערני גייט זיך ארומנעמען מיט די פון די גאר לינקע חדר וואס זענען אנטי ישראל בין איך מיט דיר אלל די וועי, און כהאף/כ׳האלט אז ס׳גייט נישט למעשה געשעהן. איך האב פונקט היינט גערעדט מיט איינע וואס ארבעט פאר די בערני קאמפיין און זי איז אויך א שטיקל אידישע ציוניסט,און זי זאגט אז בערני איז אין אמתן א גרעסערע ציוניסט ווי ער שטעלט זיך פאר, בערני האט א הארץ פאר ארץ ישראל ווייל זיין משפחה איז געהארגט אין די האליקאוסט און ער איז אויפגעוואקסן אין ברוקלין אין די צייטן ווען אלע אידן האבן שטארק געשטיצט מדינת ישראל, זי זאגט אז ער האט אלעמאל דיפענדעט מדינת ישראל אבער ער פארשטייט אויך אז די מענשטען וואס ווערן היינט געבוירן אין פאלעסטעניע און האבן נישט קיין נארמאלע לעבן און ערציוינג וועגן די מדינת בלאקעיד לאמיר אפילו זאגן מיט רעכט איז למעשה זיי זענען גארנישט שולדיג אז מהארגעט זיך שוין דארט זעכציג יאהר, זיי באקומען למעשה נישט קיין פעיר טשעינס אין לייף. קוק אהער איך פארשטיי ביידע זייטן איך בין זייער א שטארקע פאטריאט פאר די מדינה, אנטשולדיגט ישראל קאפקע 🙂, איך האב אויסגעהערט אסאך כאמאסקי און אלע זיינע קריטיק אויף די מדינה און אפילו איך דערוואג מיך נישט צורעדן קיין ווארט אויף פראפעסאר כאמאסקי ווייל כבודו במקומו מונח ער איז א גאון אדיר און די עכטע דעפינישאן פון א genius וואס איז מסמא נישטא נאך אזא knowledgeable מענטש אויף דער וועלט ווי אים, (ער ליינט אפאר הונדרעט newspapers יעדען טאג אויף אפאר שפראכן!) מיט דעם אלעם האלט איך אז ער האט א בליינד ספאט צו ארץ ישראל ווייל ער טעהנט אז די מדינה טוט חי שע זאכן פאר דע פאליסטינער וואס איז נישט acceptable , ער איז למעשה גערעכט אבער ווייזט וואס ווען מ׳האט צו טוהן מיט א חי׳ וואס וויל דיך הארגענען און ווייל פארסמ׳ן דיינע וואסערן און זייער גאנצער שטרעבן די לעצטע זעכציג יאהר איז געוועהן צו אטאקירן די מדינה נאכאמאל און נאכאמאל דעמאלסט דארפסטו אויך ווערן א חי! ווען מהאט צוטהן מיט א באנדיט דארפסטו רעדן זיין שפראך און אלע ראולס טוישן זיך. כאמאסקי כאפט דעס נישט, ס׳איז זייער פשוט איך פראביר זיך אויפצופירן זייער שיין צו מיינע שכנים אפילו איך קען זיי בכלל נישט, אבער ווען מען שכן האט מיר געבעטן איינמאל א טובה אינמיטן די נאכט האב איך עס גערן געטוהן ווייל איך וויל אז ווען איך וועל דארפן אמאל די זעלבע טובה זאל ער עס מיר צוריק טוהן, יעצט ווען איך זאל ווען האבן א שכן וואס וואוינט לעבן מיר פאר 10 יאהר און טעראריזרט מיך 24 שעה א טאג און וויל מיך הארגענען מיט מיין משפחה ח״ו דאן טוישט זיך די גאנצע פיקטשער און אמאל מוז מען טאקע טוהן זאכן וואס אין נארמאלע אומשטנדען וואלט מען קיינמאל נישט געטוהן אזעליכע זאכן אבער זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

עני וועי איך האב אנדערע דאגות יעצט איך בין נישט אינטערסירט צורעדן פון ארץ ישראל ווייל כהאב נישט אזוי ליב די טאפיק און איך האלט נישט מיט זייערע דעילי פאלטיקיס, איך האלט אז בערני וועט זיין א גיטע פרעזידענט פאר ארץ ישראל און גייט זיך בכלל נישט אריינמישן אין זייער פאליטיקס נאר די מינימיום וואס ער מוז.

איך האב שוין נישט קיין כח מעהר צו די עלעיקשאונס איך האב עס גענומען אביסל צו פערעסענאל און איך האב א ביזנעס צו פירן, איי העיוו טו טעיק א ברעיק. און אויך א שטיקל ברעיק פון קאווע שטיבל און אנדערע סאושעל מידיעא פאר עטליסט א וואך אדער מעהר, און מאכן מעהר מעדידטאציע און בארוהיגן מיין געוויסן און קעיר נעמען פון מיינע אייגען לעבן און פון מיין משפחה.
איז טאמער איך בין נישטא זאלט איר וויסן אז איך בין בכלל נישט ברוגז אויך אייך, ס׳איז פשוט פאר מיין גוטס. יעצט דארף מען צוריקגיין אין חדר אריין, בערני האף איך גייט געוואונען אן מיר אויך.
געדענקט וואס די רבי ז״ל האט געזאגט גאנץ וואשינגטאן און אלע פאליטשאונס אינעהאלב דעם סיסטעם צוזאמען מיט די מידיעא אינאיינעם זענען נישט מעהר נישט ווייניגער ווי עקטערס אויף א פלעי! זיי שפילן א געים! גאנץ וואשינגטאן איז איין שטיק ״סליחות נאכט אין קיעוו״ גארנישט מעהר און גארנישט ווייניגער, טאמער האט איר עס נאכנישט געכאפט יעצט זאג איך אייך צי אז אויב וועט איר מיטהאלטן פאליטיקס פון די נאנט פאר א שטיק צייט וועט איר אויך קומען צו די זעלבע conclusion גאראנטירט! טראכט מיט וועמען איר האט דא צוטהן, די זעלבע פאליטשאונס אין וואשינגטאן וואס זענען אנטעקן העכערען די מינימום וועידזש פאר פון אכט דאללער א שעה וואס א נארמאלע מענטש קען נישט לעבן דערפון, אבער ווען ס׳איז געקומען העכערע זייערע וועידזשעיס זענען זיי אלע געוועהן פערפעקטלי אין פעיוואר פון דעם און זיך געהעכערט זייערע אייגענע וועידזשעיס אפאר מאל אין די לעצטע פאר יאהר! אויף די חשבון פון די ארימע שטייערצאלער בשעת ווען די אמעריקאנע גאווערמענט איז חובות פון הויכע טריליאנען...און רוב פון זייערע עכטע בעלי בתים- די אמעריקענע וויילער אפראוועט זיי נאר 13 פראצענט, אויב דעס איז נישט קארפאציע דאן ווייס איך אייך נישט וואס צוזאגו...
אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, בערני סענדארס איז א רוח שאינו מוציע! און טאמער ווילט איר האבן א נארמאלע גאווערמענט וואס רעפעזעזנט אלע מענטשען גייטס וואוטן פאר אים, איר גייט גארנישט באקומען פון הילערי אדער טראמפ זיי זענען פראפעישענאל עקטערס וואס שפילן מיט אייך.

זייטס מיר אלע געזונט.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 5:29 am

· #329106
די דעילי ניוס האט א פערזענליכע אינטערס אין הילערי אזויווי מ׳איז געואיר געווארן אין 08 אז זייער דעמאלסטדיגע בעה״ב דער ביליאנער רופארט מורדאק איז געוועהן אין בעט מיט הילערי (נישט ממש) נאר זיי האבן זיך געטוהן טובות איינער פארן צווייטן, און אנדערע ווערטער ביזנעס עס יושעאל אין אמעריקא! איין האנט וואשט די אנדערע! ס׳איז איין לאנגע קייט פון קארפאציע אינטער די נאז פון רוב אמעריקאנער וואס האלטן נישט מיט קיין פאליטיקס בכלל און אפילו יא האלטן זיי אז זיי קענען עס במילא נישט טוישן ווייל זיי האבן נישט די פאוער.

פארשטייט גיט די היינטיגע בעלי בתים פון די דעילי ניוס מאכן זייער א גיטע חשבון, אויב סענדארס געווינט באקומען זיי פון אים גארנישט במילא, אויב. הילערי געווינט קענען אונז האבן קאנעיקשאונס צום ווייסן הויז און געניסן פון אסאך טובות, פאזיציעס, פראגראמען וכו׳ וכו׳, דעס איז נאר געזאגט געווארן אויב אונז שטרעקן יעצט אויס א האנט פאר הילערי בבחינת שלח לחמך על פני המים, יעצט וואס וואלט געוועהן ווען זיי און אנדערע מידיעא חיות וואס האבן נאר אינזינען זייער אייגענע אינטערעסען שטיצן סענדארס און אין די ענדע געווינט הילערי, זענען זיי חוזק! איז במילא ממה נפשך לוינט זיך זיי צו בעיטן אויף הילערי.

ליפא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:06 am

· #329107
רופארט מורדאק האט קיינמאל נישט געהאט דעם דעילי ניוז, עס באלאנגט פאר מארט זוקערמאן

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:20 am

· #329108
ליפא
רופארט מורדאק האט קיינמאל נישט געהאט דעם דעילי ניוז, עס באלאנגט פאר מארט זוקערמאן

גערעכט כהאב געמיינט די ניו יארק פאוסט.
נאכאמאל, די ניו יארק פאוסט האט געשיטצט הילערי אין 08 און שפעטער איז מען געוואר געווארן אז מורדאק האט פאר איר געמאכט א פריוואטע פאונדרעיזינג און עס איז געוועהן פאר זיינע פערזעזענליכע אינטערעסן, בבחינת זה איז די זעלבע מעשה מיט אלע פון די חברה איינס ביי איינס, נישט קיין חילוק צו זיי הייסן צוקערמאן אדער צוקערבערג אדער צוקערפעלד זיי זענען אלע דא אויסצושטרעקן זייער הענט פאר געלט און פאוער, זיי ווייסן גאנץ גיט אז הילערי זארגט זיך גאנץ ווייניג ביינאכט פאר די פערציג מיליאן אמעריקענע וואס הונגערן, זיי ווייסן פונקטליך אז הילערי איז נישטא קיינעם דא צו העלפן נאר זיך אליינס, זיי ווייסן אויך אז פאר זיי לוינט זיך די סטאטוס קווא, און מיט בערני זענען זיי נישט פארזיכערט.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:40 am

· #329111
ווען איך האב דעס געהערט די ערשטע מאהל האב איך געמיינט אז ער איז משוגע, נאך א שטיקל צייט בין איך געוואר געווארן אז איך בין משוגע און ער איז איינע פון די קלוגסטע מענטשען אויף דער וועלט.

זייטס מיר אלע געזונט און שטארק
http://youtu.be/aM_l7sjyUY4

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:24 am

· #329133
@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

לאשיצער » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:48 am

· #329140

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:01 pm

· #329162
גלען בעק פרעדיקט אז אויב טראמפ פארלירט גייט ער סערפאטן הילערי קלינטאן...

mevakesh » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:14 pm

· #329163
פרייוויליג
@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

Carlin is far from a plain comedian he is sort of a philosopher

ישראל גלויבער » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 3:21 pm

· #329169
https://www.facebook.com/aron.spielman/ ... =3&theater

https://www.facebook.com/aron.spielman/ ... =3&theater

https://www.facebook.com/aron.spielman/ ... =3&theater

https://www.facebook.com/aron.spielman/ ... =3&theater

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:01 pm

· #329185
פרייוויליג
@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !

בלויע רעקל » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:23 pm

· #329191
[ציטאט אראפגענומען]

כתלמיד לפני רבו

בלויע רעקל » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 6:25 pm

· #329192
[ציטאט אראפגענומען]

כתלמיד לפני רבו[/quote]

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:25 pm

· #329219
שבת אחים
פרייוויליג
@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..

ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !

און וואס טוסטו מיט זיינע הויעכע דאזע ניבול פה? אין צוגאב וואס ער האט געלייקנט אין ג-ט?

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:38 pm

· #329220
[ציטאט אראפגענומען]

אבי געהאקט אין קאפ, ער רעדט פון מיליאנערן און ביליאנערן וואס טוען טויזנט מאל ערגער ווי רובאשקין און דרייען זיך ארויס פון אלעם, ער רעדט נישט פון א מידל קלעס מענטש וואס גיט איין אין זיין באנק אפליקאציע אביסל א העכערע אמאונט.

רוסישער » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:27 pm

· #329233
האט היללערי יעצט געזאגט אז זי גיט ארויס די ספיטשעס אויב סענדערס גיט די טעקסעס? מיר האבן א דיעל?

ליפא » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 10:21 pm

· #329245
📎 IMG_20160414_222035.jpg

פרייוויליג » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 11:28 pm

· #329258

📎 image.jpeg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40