☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 4:37 am

· #325250
צווישן די אלע סטעיטס וואס איז נעכטן געוועהן די וואלן (פלארידא, נארט קארליינע, אילינוי, אהייא, מיזורי,) איז דעס די רעזולטס לויט די וואוטס, דעלעגעט קאונט איז נאכנישט דא קיין געהעריגע רעזולטס דערווייל ספעציעל אין מיזורי ווי עס נאנט צו א טיי
3,700,631 קלינטאן
2,814,047 סענדארס

בערך 56% קלינטאן און 44 % סענדארס

איך האב עס אליינס אויסגערעכענט שנעלערהייט און ס׳קען זיין אז איך מאך ערגעץ א קליינע טעות אבער דעס זענען די נומבערס בערך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 16, 2016 6:14 am

· #325252
לדעתי - א ריזיגע סכום מענטשען אין אמעריקא זענען גענצליך אנטוישט פונ'ם סיסטעם. מ'האט שוין אויפגעגעבען מיט די פאליטיקאנטען, מ'קען שוין גארנישט האפען פון זיי, און מ'גייט שלאפען.
קומט צו גייען א קאנדידאט וואס מ'האלט ס'וועט מעגליך זיין אנדעריש, אולי יחוס אפשר מיינט דער אלס ערנסט, אפשר האט מען יעצט יא א האפענונג. אן אנדערע מחשבה לויפט אדורך "מעה, וואס מאכסטו זיך אזוי נעריש? גארנישט טוישט זיך נישט".
ווען מ'נעמט אן די ערשטע צד און מ'דערשטיקט די צווייטען, טוט עס שטארק וויי ווען די צווייטע קריכט ארויס און שטייט הויך זאגענדיג "איך בין אלס גערעכט! גיי צוריק שלאפען!"

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:38 am

· #325256
שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.

Big Boy » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:47 am

· #325257
פליקער
שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.



Trump can still have enough delegates. Let's see how well he does in the Northeast. I think Cruz will do terrible in the Northeast.

פליקער » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:16 am

· #325258
גאר גאר שווער דאס צי באווייזן, כמעט נעקסט צי די אימעיגלעך.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 7:55 pm

· #325331
פליקער
שבת אחים, ווען נעמסטו אויף ניחום אבלים, א פיל ווערי סארי פאר דיר, דו האסטאך אזוי פיל כוחות און מי אריין געלייגט און בעריש'ן, וואס איז נעקסט, גריידע טראמפ האט אויך געכאפט א מעכטיגן פליק, טראץ זיינע גרויסע געווינצען קען ער פארגעסן פון זעקלען זיינע נויטיגע דעלעקאטן, על כן וועט זיין חגא ביי אלעמען.


נאך ווייט פון ניחום אבלים, איך געב נישט אויף, אונז גייען האפענטליך געווינען קאליפארניע, אריזאנא, אראגען, וואשינגטאן, אלעסקע, ניו יארק, ניו זשערזי, קאנעדיקוט, וכו׳

און טאמער נישט האף איך אז בערני וועט לויפן אין די דזשענעראל עלעקשאון אלץ א אינדערפענדענט. מ׳טאר קיינמאל נישט אויפגעבן!

אבאמא אין 08׳ האט הערשט געקלינטשט די נאמעניעשאון אין June און ער האט אויך פארלוירן בערך די זעלבע סטעיטס ווי בערני און האט דאך געוואונען אין די ענדע

דעת תורה » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:42 pm

· #325342
איין 'קליינע' דיפערענץ, ער האט געווינען די סאוט...

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 8:43 pm

· #325343
דעת תורה
איין 'קליינע' דיפערענץ, ער האט געווינען די סאוט...


אמת, אבער ער האט אויך פארלוירן פלארידא און אהייא. ער איז נישט געשטאנען צופיל בעסער ווי בערני שטייט יעצט

shem-tov » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:12 pm

· #325354
שבת אחים
shem-tov
שבת דיין סיגנעטשער איז די סיבה פארוואס א יוד טאר נישט לויפן און פארוואס אמעריקע איז פעדאפ מיט מיינאריטס. ווי קומט דא אריין די יוד אישו און בכלל זענען רוב רובו בערני שרצים שטיצער פון פארברענטע אנטי יודישע גרופעס


קודם כל איז עס נאר א וויץ. איך וואלט אפשר געדארפט צולייגן א סמיילי, איך האב פארגעסן פון Poe's law.
צווייטענס זיי מוחל און זאג וועלכע אנטי אידישע גרופעס שטיצן סענדארס? אבי גערעדט! אבי געפלאטשקעט מקוה וואסער! כהאב באמערקט שוין אסאך מאהל אז דו זאגסט סטעטמענטס וואס האט גארנישט צוטהן מיט פאקטן! איך קען דיר יעצט אויסרעכענען אן א שיעור זאכן וואס דו האסט געשריבן אויף ק״ש זייט איך בין דא און די האסט עס סתם ארויסגעקראצט פון מצה אויוויען! שרייבסט זאכן אויף א אינטערנעט פארום לויט דיינע געפילן.

די זעלבע מעשה איז געוועהן ווען איך האב געשריבן אז ווען ר׳ משהלע וויזניצער ז״ל איז געקומען צו ר׳ יואליש ז״ל אויף א באזוך און ווען סאקמערער רב האט אים געפרעגט וואס איז נייעס אין ארץ ישראל האט ער געזאגט איך ליין נישט קיין צייטונגען, האסטו דעמאלסט געשריבן אז די מעשה איז קיינמאל נישט אמת און אז ר׳ משהלע׳ס ציין האבן געציטערט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים! יעדער ווייסט אז די מעשה וואס איך פארצייל איז הונדרעט פראצענט אמת. איך האב עס געהערט פון צענדליגער מקורות בתוכם פון א מקור ראשון איינער וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה דער גבאי ואיש נאמן פונעם אמרי חיים זצ״ל הרה״ח רי איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל בעמ״ס ימים מקדם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין בארא פארק און ער האט געדאווענט אין די מאנסי וויזניצער שול אויף 53 סטריט און איך פלעג אסאך שמועסן און פארברענגן מיט אים יענע צייטן. איך האב עס אויך געהערט פון מיין טאטען זז״ג ווען איך בין נאך געוועהן א קליין בחורל און איך האב עס געהערט פון סאטמערע חסידים אויך.

דעס איז נאר איין משל ווי דו האסט נישט קיין שום פראבלעם אויפצומאכן א מעשה אן קיין שום דעקונג און לייקענן פאקטן און היסטאריע.
יעצט זיי מוחל זאג מיר איין גרופע וואס זענען אנטי-אידן וואס שטיצן סענדארס? האסט נאך די חוצפה צו זאגן אז ״רוב זיינע שטיצערס זענען אנטי אידן״ ! ממש רוב ?אפשר פארמישסט דו דיך מיט דאנאלד טראמפ וואס די KKK שטיצט אים! ווען סענדארס זאל הערן אז א אנטי-אידישע גרופע שטיצט אים אדער אנטי עני אנדערע מינארטי וואלט ער זיי געזאגט אז ער דארף נישט זייערע שטיצע, ס׳דערקענט זיך אז דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני סענדארס איז, נאר וואס דען ס׳געפעלט דיר נישט אז א פרייע איד לויפט פאר פרעזידענט איינער וואס שטיצט שטארק די ענווייערמענט און איז שטארק פאר געי רעכטען און איז צו לינק פאר דיר מאכסטו אויף מעשיות אויסגעזויגן פון פינגער, אפשר דארף איך דיר דן זיין לכף זכות עפטער אלל ביסטאך א קרית יואל׳ער -דעס איז די חינוך וואס דו האסט באקומען ליידער


וועל איך דיר נאר ענטפערן בקיצור.
לייג טאקע צו א סמיילי צו דיי סיגנעטשור ווייל סאיז צי אן ערענסטע נושא צו מאכן דשאוקס דערפון.

לגבי דיין מעשה מיט רבי משהלע ע"ה (איך ווייס נישט ווי סקומט דא אריין) האב איך דיר שוין אמאל מסביר געווען אז סאיז א פשוטע וויזשניצע פאנטאזיע וואס האט קיינמאל נישט פאסירט. רבי משהלע האט גאר שטארק איינגעפאקט אין די ד' אמות פונעם רבין ז"ל כידוע.

און וועגן בערניס חסידים איז א דבר ידוע אז ער האט ארום זיך די אלע אנטי אנטי אנטי אנטי און אויך אנגעשוואלענע אנטי סעמיטיזם ארום זיך אזש די הויפט שלש סעודות ניגון אין בערניס הויף איז א שרעקליכע ראסיסטישע ניגון. (וואס כוועל דיר באלד ארויפשטעלן) און אויב פארשטייסטו דאס נישט זייט אייך אביסל מער מתבונן אין זייערע מעסעדשעס.

באמת אבער זענען סיי טראמפס מענטשן און סיי בערניס מענטשן א שטיק אנטי אלעס ובתוכם אנטי יודן ליידער, די חילוק איז נאר אז טראמפס מענטשן האבן כאטשיק ליב די יונייטעד סטעיטס און בערניס חברה האבן דאס אויך פיינט

shem-tov » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:21 pm

· #325356
דא האסטו די סאנג וואס דשיל סאבול, א געוועזענע פאפ סטאר און פון די פארברענטסטע בערני שטיצער האט געמאכט און זי זינגט דאס סטעדי ביי זיינע ראליס ימ"ש



Remember the Garden of Eden
Before Eve hung out with that snake?
You could walk down the street
And not worry about thieves
All the kids could go trick or treating
Then those foreigners started comin’ in
Like those Germans in 1790
Then the Irish arrived, the potato blight
The neighborhood started changing
Life was better
We lived right
Life had a paler shade of white
When they say we want our America back
We want our America back
Well what the f*** do they mean?
Before there was Ellis Island
And that statue we got from the French
And that’s whore’s still alerting
The strangers she’s flirting
Inviting them into our beds
The Guineas, the coolies, the wetbacks, the Jews
The gays and the terrorists
And who let in that woman looks after my kids
And the one who is cleaning my nest
Life was righteous
Life was clean
Send them back including me
When they say they want our America back
What the f*** do they mean….

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:46 pm

· #325360
לגבי דער רעוואלוציע פון בערני סאנדערס.
אפילו ווען היל"ת ס'געלונגט איהם נישט, מ"מ דארף מען ארבעטען אויף זיין יסודות.
דער קארופציע פון קארפארטיס"ם איז אומעטום, און מ'קען און מ'דארף עס באקעמפען לאקאל אין יעדער שטאט, דארף און געגענט אין אמעריקא. ווען וואלמארט קומט צו א שטאט און מ'גיבט זיי הנחות אויף שטייערן ווייל אויב נישט גייען זיי צום נעקסט'ן שטאט, מ'בויט זיי געסער אומזיסט, געבויט אויף א כלומר'שט בענעפיט פון האבען אזא געשעפט אין געגענט אויסצוליידיגען אלע אנדערע געשעפטען, דארף מען עס לאקאל באקעמפען.
דער קאמפיין זיינער זאל זיך עוואלווע"ן אויף אן אנטי-קארפאראטיזם באוועגונג און פארטיי.
ולה' הישועה!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ישראל קאפקע » מיטוואך מערץ 16, 2016 9:53 pm

· #325363
shem-tov
דא האסטו די סאנג וואס דשיל סאבול, א געוועזענע פאפ סטאר און פון די פארברענטסטע בערני שטיצער האט געמאכט און זי זינגט דאס סטעדי ביי זיינע ראליס ימ"ש



Remember the Garden of Eden
Before Eve hung out with that snake?
You could walk down the street
And not worry about thieves
All the kids could go trick or treating
Then those foreigners started comin’ in
Like those Germans in 1790
Then the Irish arrived, the potato blight
The neighborhood started changing
Life was better
We lived right
Life had a paler shade of white
When they say we want our America back
We want our America back
Well what the f*** do they mean?
Before there was Ellis Island
And that statue we got from the French
And that’s whore’s still alerting
The strangers she’s flirting
Inviting them into our beds
The Guineas, the coolies, the wetbacks, the Jews
The gays and the terrorists
And who let in that woman looks after my kids
And the one who is cleaning my nest
Life was righteous
Life was clean
Send them back including me
When they say they want our America back
What the f*** do they mean….

איר קענט טאקע נישט כאפן דעם דיפערענץ ציווישן דער ראסיסט און דער אנטי-ראסיסט?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:42 pm

· #325375
פון ווייסטו אז די מעשה מיט ר׳ משהלע איז נישט אמת? ביסט דארט געוועהן?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 10:43 pm

· #325376
שם טוב
האסט געזאגט רוב בערני שטיצער זענען אנטי אידישע גרופעס, איך ווארט נאך אלץ זאלסט מיר אנווייזן איין גרופע??? איינס? דו זאגסט רוב איך בעט איינס?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 16, 2016 11:02 pm

· #325381
ס׳געפעלט מיר ווי די שרייבסט ימ״ש אויף בערני סענדארס, נעבעך! אדער ביסטו סתם א טראל אדער ביסטו זייער אומוויסנד! דו הייבסט נישט אן צו וויסן ווער בערני סענדארס איז! אפילו די גאר רעכטע קאנסערוועטיוון אין וואשינגטאן וואס אגריען נישט מיט אים הייבן אויף די היטל פאר אים! איך גיי מיך נישט טעהנן אהין און צוריק מיט דיר ווען די שרייבסט זאכן געבעיסט אויף לופט... און לייקעננסט אפענע פאקטן, ר׳ משהלע האט יא געזאגט פאר סאטמארע רב איך לייען נישט קיין צייטונגען! ווילסט לייענען פאקטן go ahead! אבער נישט אויף מיין פיקל, זיי געזונט. גלייב וואס דו ווילסט, און שריי ״פוי״! ״ימח שמו וזכרו״!!! ווילאנג דו ווערסט הייזעריג! דעס האט מען דיך ליידער אויסגעלערנט אין סאקמער צו לייקענען פאקטן און שרייען פוי!

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 12:37 am

· #325408
שבת אחים
פון ווייסטו אז די מעשה מיט ר׳ משהלע איז נישט אמת? ביסט דארט געוועהן?


נאכן ליינען איבער דיינע פערזענליכע צרות אין אן אנדער אשכול האלט איך דיך באמת פאר א צדיק און גיי מיך בל"נ מיט דיר מער נישט קריגן און אוודאי נישט וויי טאן איך האלט די בוסט גאר א פיינער מענטש און א בר שכל, אבער מארגן וועל איך דיר פרובירן מסביר זיין עטליכע נקודות איבער סענדערס, בעיקר אז ער איז בלויז געשטיגן צוליב די שרעקליכע שנאה וואס אלע האבן קעגן די אומבאלומפערטע הילערי

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:43 am

· #325420
די יונג טורקס געבן נישט אויף! יעיס בעבי! בערני גייט צום סוף געווינען! די אמעריקענע פאלק זענען נישט אזוי נעריש! (האפענטליך 🙄 )
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/TheYoungTurks/videos/10153489764349205/">https://www.facebook.com/TheYoungTurks/ ... 764349205/</a>

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 4:22 am

· #325421
שם טוב, אין אמתן אריין פארוואס ווערסטו אזוי פערזענליך אפפענדעט און באליידיגט פון די מעשה פון ר׳ משהלע מיט סאטמערער רב ז״ל? לאמיר פארגעסן צי ס׳איז יא אמת צי נישט, ר׳ משהלע ז״ל כבודו במקומו מונח האט בכלל נישט געמיינט דא זיך צו מתחצף זיין צו סאטמערער רב, ער האט עס געזאגט מרוב תמימות! ער האט אין זיין לעבן נישט געלייענט קיין צייטונגען ער האט גארנישט געוואוסט חוץ לערנען! באמת! איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון אים אבער מיין טאטע האט געוואוינט אין שיכון ויז'ניץ און מיין טאטע איז געוועהן זיין הויז בחור פאר א שטיקל צייט, און ער האט מיר פארציילט מעשיות פון זיין תמימות אז דו וועסט זיך קוילרען פאר געלעכטער. באמת! ער איז תמים! ס׳איז נאר פונקט גיט אויסגעקומען ווייל ווען סאטמערער רב ז״ל פלעגט פרעגן א רב וואס שטיצט אגודה וואס איז נייעס אין ארץ ישראל האט עס געווענטליך געמיינט אז יעצט גייט מען רעדן וועגן ציונית און ר׳ משהלע חוץ גמרא האסטו ממש גארנישט געקענט רעדן מיט אים האט ער גענטפערט ברוב טיפ**תו איך ליין נישט קיין צייטונגען.די ענטפער וואלט מעהר געפאסט פאר זיין איידעם דער היינטיגער בעלזער רב זז״ג און באמת סמאכט נישט דיין רבין קלענער אדער גרעסער אפילו ווען ר׳ משהלע למשל וואלט זיך דירעקט מתחצף געוועהן צו אים! כבודו בממקומו מונח! פארשטייסט מיין שאלה?

איך געדענק ווען איך בין געוועהן א קינד און מיין טאטע איז געוועהן אין א קאנטרי מיט פול סאטמורים און איינמאל האט עפעס איינער ביים לייענען זיך אנגערופן צו מיין טאטען דיין רבי ר׳ חיים מאירל זצ״ל איז דאך געוועהן א ציוני! מיין טאטע איז געווארן רויט און אועפגערעגט עד לב השמים, ער האט אים כמעט נישט גענטפערט אבער ער איז געוועהן אזוי אועפגערעגט און ברוגז אז מ׳האט געזאגט א ווארט אויפן העליגען אמרי חיים זצ״ל! ממש ווי איינער וואלט גערעדט אויף גאט אליינס! פארוואס ? ווייל עפעס א שמויגער האט געזאגט אז ער איז א ציוני? פארדעם בלאזטו צוויי שעה? און לאמיר זאגן אז ער איז יא א שטיקל ציוני איז וואס? ער מעג נישט האבן קיין אנדערע שיטה ווי דער סאטמערער רב ? ער האט נישט די זעלבע לייסענס צו זאגן זיין שיטה און זיין מיינונג אין אידישקייט פאר זיינע חסידים?

היינט ווען איך קוק צוריק אויף דעם טראכט איך וודפ? איך האלט שטארק פון דעם אהבת ישראל זצוק״ל קענסט זאגן וואס דו ווילסט אויף אים איך געב נישט קיין שי״ן ווייל איך ווייס אז ער האט ליב געהאט יעדע איד מעהר ווי זיך אליינס!!! און בד״וו דיין רבי דער סאטמארער רב ז״ל האט אויך געהאלטן פונעם אהבת ישראל זצוק״ל ער איז אפילו יונגערהייט געקומען צו אים אויף א שבת, ווייסט דערפון? אזוי האב איך געהערט פון ר׳ מאטעלע זז״ג, ווער האט נישט געהאלטן פונעם אהבת ישראל ? א חכם מחוכם וואס האט זיך אויסגעארבעט יעדע מידה און זיך מכניע געוועהן פאר יעדע קליינע קינד, איין שטיק הארץ געמישט מיט הומאר און חכמה! די אלטע סקלענע רבי זצ״ל פלעגט זיך אויפשטעלן ווען ער האט גערעדט אויפן טעלעפאן מיט ר׳ מאטעלע זז״ג, מ׳האט אים אמאל געפרעגט פארוואס האט ער געזאגט ״ פארדעם אלעינס ווייל ער איז א עיניקל פון ר׳ ישראלטשע און ער געיט אין זיינע וועגן״.

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מערץ 17, 2016 8:58 pm

· #325547
די פארמעסט אויך די רעפובליקאנער זייט
📎 IMG_20160317_204359.jpg
און אויף די דעמאקראטישע זייט.
📎 IMG_20160317_205012.jpg

שבת אחים » פרייטאג מערץ 18, 2016 5:19 am

· #325593
סטוט זיך א געסטאראשעריי פון אייסעס אנטעקן עטליכע צוואנציג פאליס לייט אין מיניסודא זיי האבן ארויסגעגעבן עפעס א ליסטע פון זייערע נעמען אז זיי זאלן זיך היטן די ביינער. אין אנדערע נייעס טראמפ׳ס זון האט באקומען סטראשנונג בריון מיט ווייסע פאודער אין זיין אפארטמענט אין מאנהעטן, מ׳פארשט יעצט צו ס׳איז פון די שעדליכע סחורה אדער ס׳איז סתם חרוסות מיט זאלץ וואסער. זיי באשולדיגן די מיסטעריזע גרופע "Anonymous" וואס ווערט געפירט מסתמא דורך אפאר ראציגע היפיסטער קאמפיוטער העקערס( און מסתמא אידן לדעתי).

בקיצור די וועלט ווערט מעהר און מעהר משוגע! עלקעקטס בערני סענדארס פאר ס׳איז צושפעט, געדענקט איך האב אייך געווארענט!

<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/12046183/Anonymous-releases-videos-attacking-Donald-Trump-as-part-of-OpTrump.html">http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/ ... Trump.html</a>

יעלה ויבא » פרייטאג מערץ 18, 2016 3:52 pm

· #325646


Sent from my LGLS990 using Tapatalk

פרייוויליג » פרייטאג מערץ 18, 2016 5:06 pm

· #325653
שבת אחים
סטוט זיך א געסטאראשעריי פון אייסעס אנטעקן עטליכע צוואנציג פאליס לייט אין מיניסודא זיי האבן ארויסגעגעבן עפעס א ליסטע פון זייערע נעמען אז זיי זאלן זיך היטן די ביינער. אין אנדערע נייעס טראמפ׳ס זון האט באקומען סטראשנונג בריון מיט ווייסע פאודער אין זיין אפארטמענט אין מאנהעטן, מ׳פארשט יעצט צו ס׳איז פון די שעדליכע סחורה אדער ס׳איז סתם חרוסות מיט זאלץ וואסער. זיי באשולדיגן די מיסטעריזע גרופע "Anonymous" וואס ווערט געפירט מסתמא דורך אפאר ראציגע היפיסטער קאמפיוטער העקערס( און מסתמא אידן לדעתי).

בקיצור די וועלט ווערט מעהר און מעהר משוגע! עלקעקטס בערני סענדארס פאר ס׳איז צושפעט, געדענקט איך האב אייך געווארענט!

<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/12046183/Anonymous-releases-videos-attacking-Donald-Trump-as-part-of-OpTrump.html">http://www.telegraph.co.uk/news/uknews/ ... Trump.html</a>

וואס עפעס אידן? אלעס באשולדיגסטע אידן? 😂 און די גרופע איז שוין גארנישט אזוי ראציג, זיי האבן שוין אנגעמאכט חרבנות רבות, און טראמפ׳ס סעלפאון נומער פיגירירט שוין. סענדערס שאנסן אנצוקומען צום קאנווענשען מיט די באשטומטע צאל דעלעגאטן זענען זערא. ראו הזהרתיך.

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 21, 2016 3:53 pm

· #325906
אן אומאנגענעמע מאמענט איז פארגעקומען נעכטן ביי די איפ"ק צוזאמקום ווען נאך איהר רעדע האט הילערי קלינטאן ארום גענומען א פרומער מאן וואס איז צוגעקומען איהר באדאנקען.
📎 אאוטש.jpg

יואליש » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:20 pm

· #325919
הילערי קען גיט ק"י און ניו סקווער און חרידישע קולטור. ביזט זיכער אז דאס איז געווען א טעות?

געוואלדיג » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:24 pm

· #325921
ליין איבער מיינע ווערטער, איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א טעות.

פרייוויליג » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:37 pm

· #325926
די הייליגע ארגאנאזאציע AIPAC גייט יעצט אן אין פילן שוואנג. טראמפ גייט נעמען די מייק momentarily

יואליש » מאנטאג מערץ 21, 2016 5:47 pm

· #325927
געוואלדיג
ליין איבער מיינע ווערטער, איך האב נישט געשריבן אז עס איז געווען א טעות.


אומאנגענעם פאר וועם?

שצם_חנכל » מאנטאג מערץ 21, 2016 6:03 pm

· #325928
עס ווערט כסדר ארויסגעברענגט ווי גוט קלינטאן קען די חרדי'שע לעבענסשטייגער צוליב אירע יארן אלץ סענעטאר אין ניו יארק (אלבערט פריעדמאן וואלט זיך געשוואוירען אז זי געדענקט אים נאך אויפן פנים).

לויט מיין מיינונג לאזט זיך דעבאטירן וויפיל אייגענטליך זי געדענקט פון יענע יארן. מען דארף נעמען אין חשבון אז זי איז בכלל נישט געווען סופער אקטיוו אויף סטעיט אדער לאקאלע אישוס און זי איז קיינמאל נישט אויסגעשטאנען ערענסטע פארמעסטן זיך צו דארפען צופיל קימערן מיט די היימישע מוילמאכער און עסקנים. ווידעראום אין די יארן זינטן פארלאזן ניו יארק האט זי געפירט זייער א פובליק לעבן און זיך כסדר געטראפען מיט מענטשען איבער די גארער וועלט. זי איז דאך געווען פארנומען מיט א קאמפיין, אנגעפירט די סטעיט דיפארטמענט, זיך פארנומען מיט כל-ערליי אקטיוויזם, און איצט ווידער א קאמפיין. עס לאזט זיך גלייבען אז זי געדענקט נישט קיין סאך פון די פאר צוזאמטרעפן מיט היימישע אידן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 21, 2016 6:12 pm

· #325929
ווען מ'וואלט נאך געוואוסט ווער דער ארטאדאקסישער איד איז, וואלט געווען נאך אינטרעסאנטער. א גרויסע פארנעם אינ'ם ארטאדאקסישע וועלט, זאגאר די חרדישע.

mevakesh » מאנטאג מערץ 21, 2016 8:13 pm

· #325938
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ'וואלט נאך געוואוסט ווער דער ארטאדאקסישער איד איז, וואלט געווען נאך אינטרעסאנטער. א גרויסע פארנעם אינ'ם ארטאדאקסישע וועלט, זאגאר די חרדישע.

אויף בחדרי זאגן זיי אז עס איז מנחם גענאק פון די OU
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=99231

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 2:12 am

· #325974
איך האב געהאט די זכי׳ צו זיין ביי די נעכטיגע בערני ראללי אין Seattle וואשינגטאן! אשרי עין ראתה כל אלה! איך האב נאך אזאנס נישט געזעהן אין מיין לעבן! איך האף שפעטער צו באשרייבן פרטים וועגן די וועסט קאוסט און בערני! ער איז א rockstar און א גרויסער העלד דא אין דער שטאט!

ס׳איז געוועהן אזויפיל טויזענטער מענשטען ארום די זאל אז מ׳האט געמאכט נאך א אומגעראכטענע ראללי ווי בערני האט גערעדט אויף די גאס פאר צענדליגער טויזענטער מענטשען

<a class="postlink" href="http://www.king5.com/videos/News/Local/Seattle/2016/03/21/thousands-in-seattle-for-bernie-sanders-rally/82065968/">http://www.king5.com/videos/News/Local/ ... /82065968/</a>
די ראללי אינדרויסן
<a class="postlink" href="http://youtu.be/5eQ2Tdnd7Vo">http://youtu.be/5eQ2Tdnd7Vo</a>

שבת אחים » דינסטאג מערץ 22, 2016 10:43 am

· #326024
בערני אין סיעטעל וואשינגטאן
<a class="postlink" href="http://youtu.be/nF4gOqAD1nY">http://youtu.be/nF4gOqAD1nY</a>

ברוך בער » מיטוואך מערץ 23, 2016 12:17 pm

· #326230
שבת אחים
בערני אין סיעטעל וואשינגטאן
<a class="postlink" href="http://youtu.be/nF4gOqAD1nY">http://youtu.be/nF4gOqAD1nY</a>


א גוטן ברודער שבת. קודם שכוח פאר דיינע באריכטן איבער בערני כ'האב שטארק הנאה. אלץ א בערני שטיצער וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט אונזער ניו יארק, פארוואס פילט זיך נישט ווי מען טוט דא גענוג? ווי עס פארט יעצט קען בערני געווינען אלע קומענדע פינף פארמעסטן וואלט געווען א שאנדע צו פארלירן זיין היימלאנד ניו יארק דערנאך. אויב בילערי פארלירט איר ניו יארק קען עס איר אראפרוקן עד הסוף קאליפארניע וכו'. ספעציעל אונזער ברוקלין דארף ער געוואונען ער'ז דאך א ברוקלין בוי.

איך מיין ער האט נעכטן געהאט א גוטע נאכט עפטער אלל. שבת גייט זיין א בלאואוט, און די מידיע גייט אנהייבן צירוק זינגען לבנימין אמר אז ער האט א שאנס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 26, 2016 10:24 pm

· #326379
<a class="postlink" href="http://m.huffpost.com/us/entry/20-reasons-sanders-voters-are-justifiably-angry_b_9544744.html">http://m.huffpost.com/us/entry/20-reaso ... 44744.html</a>
א געוואלדיגע מאמר. ליינט'ס און האט'ס הנאה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גיבור » זונטאג מערץ 27, 2016 5:40 pm

· #326470
סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 27, 2016 5:52 pm

· #326471
און שבת אחים איז שטיל...

ליפא » זונטאג מערץ 27, 2016 6:15 pm

· #326477
גיבור
סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.

עס טוישט גארנישט sadly

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 6:29 pm

· #326481
@ליפא - דיין אונטערשריפט איז אן עצה אויף צו ראטעווען די מצב.

ערנסט גערעדט, מ'קען נישט וויסען אין די זאכען. כמו שאמרתי למעלה, ס'קען אלס ווערען דערפון. טאמער בערני ניצט אויס זיין מענטשען גוט, איז אפילו ווען ער פארלירט קען ער ווייטער אנגייען. מ'קען אנהאלטען די ארגאניזאציע צו פארשאפען א נייעם פארטיי. מ'קען נוצען די ארגאניזאציא צו טוהן צו די דעמאקראטען וואס דער טיי אווענט האט געטוהן צו די רעבאליקאנער. שלעפען מער צוריק צום שרשים. ביי די רעכטע האט עס זיי געשלעפט צו די ראסיסטישע עבר פון די רעדנעק'ס. ביי די דעמאקראטען קען עס זיי שלעפען צו די אוניווערסאלע אחריות און מענטשליכקייט פון די אריגינעלע לינקע באוועגונג.

ליפא » זונטאג מערץ 27, 2016 6:44 pm

· #326482
אלעס גוט אבער כרעד פון געווינען די נאמינאציע וואס פאר דעם לויפט ער יעצט

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 27, 2016 6:46 pm

· #326483
דאס מאכען דער מענטש דער נושא איז דער שלעכט'ס פון טראמפ. נישט סאנדערס איז דער זאך, נאר דער רעוואלוציע. און פאר דעם איז נישט דוקא דאס געווינען דער נאמינאציע די זאך, וכנ"ל.

ראוונע » זונטאג מערץ 27, 2016 7:51 pm

· #326491
מזל טוב
איוואנקע טראמפ די טאכטער פון דאנעלד טראמפ האט יעצט געבוירען די גרעסטע אין די שענסטע אינגעל בעיבי

לך לך » מאנטאג מערץ 28, 2016 12:51 pm

· #326555
דאס אמאל זיכער אז דער אלטער סענדער האט איר דערלאנגט אזאנס און אזעלעככטס מיט געווינען 3 אויף אמאל

שבת אחים » מאנטאג מערץ 28, 2016 6:40 pm

· #326620
ברוך בער
שבת אחים
בערני אין סיעטעל וואשינגטאן
<a class="postlink" href="http://youtu.be/nF4gOqAD1nY">http://youtu.be/nF4gOqAD1nY</a>


א גוטן ברודער שבת. קודם שכוח פאר דיינע באריכטן איבער בערני כ'האב שטארק הנאה. אלץ א בערני שטיצער וויל איך וויסן וואס טוט זיך מיט אונזער ניו יארק, פארוואס פילט זיך נישט ווי מען טוט דא גענוג? ווי עס פארט יעצט קען בערני געווינען אלע קומענדע פינף פארמעסטן וואלט געווען א שאנדע צו פארלירן זיין היימלאנד ניו יארק דערנאך. אויב בילערי פארלירט איר ניו יארק קען עס איר אראפרוקן עד הסוף קאליפארניע וכו'. ספעציעל אונזער ברוקלין דארף ער געוואונען ער'ז דאך א ברוקלין בוי.

איך מיין ער האט נעכטן געהאט א גוטע נאכט עפטער אלל. שבת גייט זיין א בלאואוט, און די מידיע גייט אנהייבן צירוק זינגען לבנימין אמר אז ער האט א שאנס.



יא יא! בערני סענדארס קאמפיין האט די וואך געפענט א קאמפיין העדקוואטערס אין ברוקלין. נייע פאולס ווייזן אז ער וואקסט שטארק אין ניו יארק און אז ער האט גאר גיטע שאנסן צו געווינען ניו יארק סטעיט.

Bernie Sanders Camp Explains Strategy to Win New York
<a class="postlink" href="http://observer.com/2016/03/bernie-sanders-camp-explains-strategy-to-win-new-york/">http://observer.com/2016/03/bernie-sand ... -new-york/</a>

שבת אחים » מאנטאג מערץ 28, 2016 6:43 pm

· #326621
ליפא
גיבור
סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.

עס טוישט גארנישט sadly

מהיכן דנתנו?

שבת אחים » מאנטאג מערץ 28, 2016 6:45 pm

· #326622
גיבור
סענדערס געווינען הילערי מיט נאך דריי סטעיטס
וואשינגטאן טעקסעס און האוואי.


מיינסט צוזאגן וואשינגטאן, אלעסקע, און האוואי. טעקסעס האט הילערי געוואונען שוין אפאר וואכן צירוק.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 28, 2016 7:59 pm

· #326634
Nate silver די מעסטער פרידיקטאר שרייבט יעצט גאנצע חשבונות אז בערני האט עס! לויט זיין לעצטעיגע פרידיקשאון גייט בערני צודריקן הילערי אין די קומענדיגע פארמעסטן ספעציעל אין די רייכע דעלגעיט סטעיט קאליפארניע און ער גייט צום סוף זיין די דעמקראטישע נאמעני.

געוויסע נייע פאולס אין קאליפארניע ווייזן אז בערני איז שטערקער ווי הילערי מיט פערצן פוינטס!
געוויסע נייע פאולס אין ניו יארק און וויסקאנסין ווייזן אז בערני סופארט האט זיך לעצטענס געהויבן גאר שטארק.

שושן פורים » מאנטאג מערץ 28, 2016 8:46 pm

· #326638
און וויאזוי פלאנט זיידי בערניו צו דילן מיט די סופער דעלעגעיטס?

דעת תורה » מאנטאג מערץ 28, 2016 9:57 pm

· #326648
שבת, לינק ביטע? און ער איז שוין גארנישט אזא מעסטער פרעדיקטער, כסדר האט ער אונטערגעשאצט בערני'ס נצחונות און מארזשין'ס.

שבת אחים » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:22 pm

· #326658
אודאי האט ער געמאכט געוויסע טעותים אין די פארגאנגענהייט, קיינער זאגט נישט אז ער איז עפעס א "אורים ותומים", אבער פון אלע עקספערטס איז ער נאכאלץ די בעסטע, ער נוצט סטאטיסיקס מיט סייענס, די לעצטע צוויי עלעקשאנס האט ער פונקטליך פראדיקטעט אלע סטעיטס די outcome (אין 2008 האט ער געמאכט איין טעות מיט איין סטעיט, נאכאלץ איז ער געוועהן 49 out off פופציג! וואס איז מורא'דיג) און נישט נאר אין פאליטיקס נאר אין ספארטס אויך, ס׳איז דא א סיבה פארוואס ESPN נעטווארק האט אפגעקויפט זיין ביזנעס פאר שווערע מיליאנען, און די ניו יארק טיימס האט געמאכט א פארטנערשיפ מיט אים.

דעת תורה » מאנטאג מערץ 28, 2016 10:30 pm

· #326662
נו, אז ס'איז יא אזוי, לאמיר שוין זען א לינק
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40