גר ותושבווער האט געווינען די דיבעיט
Sent from my XT1056 using Tapatalk
נישט שייך צו זאגן, קיין קלארע געווינער זענען דא נישט געווען.
מיין מיינונג:
Trump זייענדיג די העכסטע אין די פאולס האט נאר געקענט פארלירן און ער האט, ער קען נאר גיין מטה
Bush האט דא געהאט די ערשטע געלעגנהייט צו ווייזן פארוואס ער איז די מערסטע ראוי אבער ער האט עס שוואך באוויזן, נישט אזוי שטארק
Huckabee איז א מייסטער רעדנער, געווען פון די בעסטע ביים היינטיגן דיבעיט
Carson האט פיין אויסגענומען מיט דאס ביסל שאלות וואס ער האט באקומען, ער האט געמאכט דעם עולם שמייכלן אבער שטעלט נישט פאר א שטארקע קאנדידאט
Paul איז געווען אגרעסיוו אזויווי אלעמאל, שווער צו גלייבן ער האט זיך איינגעקויפט נייע חסידים
Christie איז געווען גאנץ אקעי, ער רעדט צום זאך און האט לכאורה נאר פארדינט פונעם דיבעיט
Walker האט געענטפערט יוצא זיין על פי רוב, טיפיקעל פאליטיקעל ענטפערס
Rubio איז געווען פון די שוואכסטע, שטייט נישט ארויס אויף קיין שום ערנסטע וועג
Cruz רעדט מיט שטארקייט אבער זיינע פוינט׳ס זענען אויסגעדראשן, אלעס וועט ער טון פארקערט ווי אבאמא, נאכאמאל און נאכאמאל
Kasich איז מיין געווינער, זיין בעיקגראונד איז שטארק און זיינע געדאנקן זענען געמאסטן מיט פארשטאנד, ער איז פרעזידענט מאטריאל
סך הכל, איז דא נישט געווען קיין מרפסין איגרא און רוב אויפן סטעידזש זענען שוואכע קאנדידאטן, א שאד אז Carly Fiorina איז נישט געווען צווישן זיי.