☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

גר ותושב » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 12:47 pm

· #305788
FLORIDA: Jeb Bush, once frontrunner for GOP presidential nomination, is implementing an across-the-board pay cut for his struggling campaign

שבת אחים » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:48 pm

· #305807
!Bernie Sanders is Electable

COMPLETE INTERVIEW: Jimmy Kimmel Interviewes Senator Bernie Sanders "Jimmy Kimmel Live" 10/22/2015

https://www.youtube.com/watch?v=j2FtYZkPBTg

?? Do you believe in God
1:25

https://www.youtube.com/watch?v=Q1g1j8yq-qE

רימון » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:23 pm

· #305819
און ער האט געוויס נישט געענטפערט...

Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:57 am

· #305946
די אמעריקענע חלום! פארוואס איך שטיצט בערני סענדארס, געוואלדיגע אמתע דיבורים פון מיין פעוועריט קאמידיען די רבי פון אלע רבי׳ס דזארדש קארלין איך גלייב ווען ער וואלט היינט געלעבט וואלט ער אים אויך געשטיצט!

ס׳לוינט זיך אויסצוהערן די דריי מינוט קליפּ
https://www.youtube.com/watch?v=acLW1vFO-2Q

אויף די ביל מאהר שוי אין 2005
0:50
https://www.youtube.com/watch?v=X9f4wSYATh0

George Carlin Doesn't vote
https://www.youtube.com/watch?v=xIraCchPDhk

mevakesh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:02 am

· #305948
גורג קארלין וואלט איהם נישט געשטיצט ווייל ער האט קיינמאל נישט געשטיצט א פאליטישען פאר קיין געלט

שבת אחים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:12 am

· #305952
mevakesh
גורג קארלין וואלט איהם נישט געשטיצט ווייל ער האט קיינמאל נישט געשטיצט א פאליטישען פאר קיין געלט

קען זיין, בערני סענדארס מיט קארלינס פילאסאפי איז גאנץ ענליך.

ראוונע » זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:54 pm

· #306143
די סטעידזש אויסשטעל ביי די קומענדיגע רעפובליקאנער דעבאטע דעי מיטוואך נאכט
📎 image.jpg

chusid » זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:14 pm

· #306147
פארוואס די גיהונום שטיצן מענטשן בען קארסען?? כאב געהערט א גוט ווארט אז קארסען איז פאר דע מענטשן וואס האבן ליב די צודרייטע סטעיטמענטס פון טראמפ אבער נישט זיין כאריזמאטישקייט

mevakesh » זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:56 pm

· #306148
@chusid נאדיר א לינק אפשר וועסטו פארשטיין https://www.washingtonpost.com/news/the-fix/wp/2015/09/02/ben-carson-is-the-smartest-man-i-have-ever-met/

ראוונע » זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:56 pm

· #306149
chusid
פארוואס די גיהונום שטיצן מענטשן בען קארסען?? כאב געהערט א גוט ווארט אז קארסען איז פאר דע מענטשן וואס האבן ליב די צודרייטע סטעיטמענטס פון טראמפ אבער נישט זיין כאריזמאטישקייט

קארסאן׳ס שליחות יעצט אויפען מינוט איז אראפצוברענגען טראמפ. איינמאל ער ערפולט זיין שליחות וועט ער לכאורה אויך אנהייבען טראסקענען

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:03 am

· #306170

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:08 am

· #306171

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 7:27 am

· #306173
שבת די לעצטע צוויי מעסעדזשעס מאכען פשוט נישט קיין סענס במחילת כבודך הרמה

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 9:02 am

· #306176
https://m.youtube.com/watch?v=grFky5Kqb_Y

גר ותושב » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 9:20 am

· #306177
שבת אחים

עס דערמאנט מיר פון דער occupy wall street באוועיגאנג פוי

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:03 am

· #306181
יא שבת איז לכאורה געווען פון די occupy Wall Street חברה
שבת טייערע. סאיז נישט קיין חסרון צו זיין רייך אין אמעריקע ווייל אמעריקע איז א פרייע דעמאקראטישע לאנד. אין קאמוניסטישע רוסלאנד אדער אין נארט קארעא איז א עבירה צו זיין רייך ווייל נאר די עליטע 1% וואס שטייען אין שפיץ פון די רעגירונג נאר זיי מעגן זיין רייך די איבריגע חלק פון פאלק זאל אויסגיין פאר הונגער
רוב פון די רייכע מענטשען אין אמעריקע האבען געארבייט ביטער שווער פאר זייער געלט

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:30 pm

· #306186
אין א פרישע לאורענס קאלעדזש אנקעטע פון ווארשיינליכע אייאווע קאוקוס גייער ווייזט ווי פאלגענד
קארסאן 31%
טראמפ 19%
רוביא 10%
בוש 7%
קרוז 6%
דזשינדאל 5%

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:32 pm

· #306187
אין א פרישע מאנמאוט אנקעטע פון אייאווע וויילער ווייזט ווי פאלגענד
קארסאן 32%
טראמפ 18%
רוביא 10%
קרוז 10%
בוש 8%

פרייוויליג » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 3:54 pm

· #306228
כירורג בען קארסען דערציילט אז ער האט געוואלט שטעכן איינעם ווען ער איז געווען 14 יאר אלט, אבער ער פארשפרעכט אז ער איז היינט א אנדערע מענטש .

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:01 pm

· #306231
ראוונע
יא שבת איז לכאורה געווען פון די occupy Wall Street חברה
שבת טייערע. סאיז נישט קיין חסרון צו זיין רייך אין אמעריקע ווייל אמעריקע איז א פרייע דעמאקראטישע לאנד. אין קאמוניסטישע רוסלאנד אדער אין נארט קארעא איז א עבירה צו זיין רייך ווייל נאר די עליטע 1% וואס שטייען אין שפיץ פון די רעגירונג נאר זיי מעגן זיין רייך די איבריגע חלק פון פאלק זאל אויסגיין פאר הונגער
רוב פון די רייכע מענטשען אין אמעריקע האבען געארבייט ביטער שווער פאר זייער געלט

שטייטעלעך מיין פריינד! קודם כל ווער האט געזאגט אז ס'איז א חסרון צו זיין רייך? צווייטענס ווי קומט דא אריין קאמיוניסטישע רוסלאנד אדער נארט קארעא רבש"ע? דו לייקענסט די פאקט אז דער עוורידזש פאליטישאן אין אמעריקע קימערט זיך בכלל נישט מיט די בירגער ווי איידער געבן א גאנצע צייט טעקס ברעיקס פאר די רייכע? ווען אייזענהאוער איז געוועהן פרעזידענט האבן די עליטע און רייכע געצאלט 70 פראצענט אינקאם טעקס און אמעריקא איז געשטאנען גאר גוט, היינט צאלן די העדזש פאונד מיליאנערן אסאך ווייניגער פראצענט אינקאם טעקס ווי זייערע סעקרעטעריס וואס מאכן 500 מאהל ווייניגער אין געהאלט, אבער פראצענטואל צאלן זיי דאבל די טעקס פון זייערע רייכע בעל בתים. איך האב נישט קיין נערווען מאריך צו זיין אין דעם, אבער קוק וואס גייט פאר אין אמעריקע, אדער איז מען רייך ווי קרח און מ'באלאנגט צו די עליטע איין פראצענט וואס זיי בעיסיקלי קאולן די שאטס, אדער איז מען האומלעס און קיינעם גייט עס נישט אן, ס'איז נישטא קיין איקוואל אפערטאנעטי אין אמעריקא בכלל, ס'ווענדט זיך פון ווי דו קומסט און צו דו האסט קאנעקשאנס, פאר מעהר וואטש די דאקומענטרי Park Ave אויף יוטוב.
https://www.youtube.com/watch?v=iTnngAwk_XI

דעס וואס דו זאגסט אז רוב מענטשן וואס זענען רייך ארבעטן שווער קען מען זיך שטארק דינגען אויף דעם (כאילו זיי זענען די איינציגסטע מענטשן וואס ארבעטן שווער אין אמעריקא, מיט זייערע שאופערס העליקאפטארס און פרייוואט דזשעטס VS די ארימע וואס דארפן שטיין פארטאגס אין די היצן און די קעלט ווארטן אז די סיטי באס/טרעין זאל ענדליך אנקומען אז זיי זאלן זיך קענען אריינקוועטשען אין צוקוועטשע וואגאן ווי מ'קען קוים אטעמען און לויפן פון איין פלאץ צום צווייטען צו ארבעטן אויף דריי דזשאבס נאר צו קענען דורך שטופן דעם חודש), אבער ס'איז נישט למעשה נוגע ווייל קיינער נעמט נישט צו זייער רייכטום, מ'בעט נאר זיי זאלן צאלן זייער שעיר אין טעקסעס און נישט זיך ארויסדרייען, זיי זענען די איינציגסטע וואס קענען עס אפפאדערן און ס'וועט זיי נישט מאכן קיין לאך אין די הויזן, דער פאקט איז אז אין יעדע אינסטוטציע מוזן די רייכע דעקן די לאך פאר די ארימע, יעדע קירכע און להבדיל אונזערע מוסדות'ן האט זיך נאר געבויעט אויף די קליינע פראצענט רייכע וואס איז דא אין יענע סירקול, ר' אהרן און רז"ל און קיין שום אנדערע חסידות'ן וואלטן קיינמאל נישט געהאט די עמפייערס און בנינים ווען נישט די קליינע פראצענט רייכע, וואס ווילסטו אז איינער וואס מאכט 500 פארשטינקענע דאללער א וואך און ער קען קוים אויסלעבן ער זאל באצאלן פאר די מלחמה אין איראק אדער פאר אמעריקע'ס אנדערע שפענדערייען אין די וועלט אריין צו בויען די שטערקסטע מיליטער אין די היסטאריע אויף דער וועלט, פראדוצירן אמיונאציע פאר די מיליטער אין די טריליאנען בלי גוזמא וואס מ'וועט קיינמאל נישט נוצן??? אבער פאר זייערע בירגער געבן זיי אסאך אסאך ווייניגער ווי עני נארמאלע פארגעשריטנע לאנד? פארוואס? פארוואס קען די רייכע אמעריקע נישט העלפן זייערע בירגער אזויווי אנדערע נארמאלע לענדער, אונז האבן אסאך מעהר געלט ווי זיי? פארוואס דארף אמעריקא יעדע וואך געבן 2 מיליאן דאללער קעש לא יחרץ געלט פאר קארזאווי די פרעזידענט פון אפגאניסטאן און ווען ס'פעלט דיר א אמעריקאנע געבוירענע בירגער איין נארישע דאקומענט אדער א אאנטערשריפט ביי סיי וועלכע גאווערמענט עידזשענסי שיקט מען אייך אהיים אן קיין פוד סטעמפס?

צווישן נארט קארעא און בעטן אז די פאליטשאנס זאלן זיך רעכענען מיט די שריניקינג מיטעל קלאס אין אמעריקא איז דא א ווייטע מהלך. נישט אזוי?

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:37 pm

· #306236
שבת'ל איך בין מיט דיר בדעה אחת אויף כמעט יעדע ווארט!

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:46 pm

· #306239
שבת טייערע איך האב מיך בעיקר באצויגען צו די occupy Wall Street מאוומענט

צווייטענס פארלאנגען זיי זאלען צאלען גלייך ווי יעדעם איינעם (למשל לאמיר זאגען אז מלייגט ארויף א equal 30% אינקאם טעקס אויף יעדעם איינעם אין אוטאמאטיש וויבאלד זיי מאכען מער געלט קומט אויס אז זייער 30% איז מער ווי מיין 30%) איז איין זאך אבער לכתחילה הייבען זייער פערסענטעדזש אין טעקסעס איז נישט קיין יושר
אין די צייטען פון occupy Wall Street איז געווען א בושה צו זיין רייך מיט ראמני האט כסדר געדארפט באהאלטען זיין רייכקייט
ווי כאילו מיט דעם וואס איך בין רייך האב איך עפעס צוגענומען פון דיר

און יא, רוב מענטשען וואס זענען רייך ("רוב", נישט אלע) ארבייטען שווער פאר זייער געלט. האבען א שאופער אין א שיינע באקוועמער קאר מיינט נישט אז זיי ארבייטען נישט שווער נאר סאיז א תוצאה ווייל ער האט געארבייט שווער האט ער געמאכט גענוג געלט צו קענען עפפארדען א שאופער מיט א באקוועמער קאר

אין די משל וואס די ברענגסט פון די מוסדות איז wrong ווייל די עושר'ס שכר לימוד ביל איז נישט מער ווי די עוורידזש אינגערמאן (ביי ארימע איז דא אזא זאך ווי מען מאכט עס ביליגער אבער מען מאכט נישט די עושר'ס טייערער) נאר אז די עושר וויל געבט ער א שיינע נדבה צום דינער אדער איז מנדב א בנין פאר די מוסדות. די זעלבע זאך אין אמעריקע אויב א עושר א שטייגער ווי ווארען באפעט פילט אז ער וויל געבן מער אין טעקסעס צו קענען אויסהאלטען די ארימע כל הכבוד אבער קענסט נישט מחייב זיין דעם עושר צו געבן מער

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 4:49 pm

· #306241
דעס וואס די זאגסט וועגן foreign aid ביזטו גערעכט אין אין 2012 איז טאקע געווען א מדובר צו סטאפען אלע foreign aid פאר אלע לענדער אינקלאדינג איזראעל אין פריש צו אפשאצען פארוועם יא צו געבן אין פארוועם נישט צו געבן

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 5:11 pm

· #306244
האסט נאך אלץ נישט גענטפערט פארוואס ווען מ׳רעדט פון סאושליזים מיינט עס ביי דיר רויסישע קאמיוניסטן פאשיסטן נאציס נארט קארעא, וואס איז שלעכט מיט סאושליזים? ס׳איז א מיאוסע ווארט אין אמעריקא זיי מסביר פארוואס קודם, פאקטן ווייזן אז רוב סאושליסט קאונטריס זענען די בירגער אסאך מעהר צופרידן ווי אין אמעריקא און ס׳איז דא אסאך מעהר פראספערטי ווי אין אמעריקא!

״איך בין א שטאלצע סאושליסט!״ איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט דעם, איך בין זייער נישט אנציקט פון אמעריקאנע קאפיטיליזם ווי ס׳שטעלט זיך ארויס אז די מיטעל קלאס טוט די מערסטע ארבעט באצאלן די מערסטע טעקס אן קיין חכמות פון שיקן די געלט אין די קעימאן איילענדס צו אנדערע רוחות, און באקומען די ווייניגסטע פון די גאווערמענט, אמעריקאנע קאפיטאליזים איז א מיאוסע דורכפאל אין מיינע אויגן און ס׳איז נישט קיין גאווערמענט פאר אלע מענטשען נאר אפאר ביליאנערן ווי אזעלכע מענטשען ווי די קאוק ברידער און שעלדאן עדעלסאן וואס האבן די פאליטשיענס אין זייער בעיק פאקעט...

מ׳קען אסאך רעדן דערוועגן איך האב אבער נישט קיין נערווען צו איבערקייען יעדע זאך, מאך אליינס ריסורדזש, גלייב נישט מיך הייב אן צו גוגלן און קוק די פאקטן וואס איז געשעהן מיט די מיטעל קלאס אין אמעריקע די לעצטע פערציג יאר און אין די זעלבע צייט זענען די רייכע געווארן רייכער און רייכער און די ארימע זענען געווארן ארימער און ארימער, קוק קודם די פאקטן אויף די אנדערע סאושליסט לענדער ווי גיט זיי שטייען אנטקעגן די גאלדענע אמעריקאנע קאפיטיליסטן

@ישראל קאפקע אפשר קענסטו איבערנעמען ביטע די שמועס דו ביסט דאך אסאך בעסער און קלוגער ווי מיר איך האב שוואכע נערווען 😢

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 5:40 pm

· #306248
ראוונע הער וויאזוי דזשארזש קארלין לייגט אראפ די עקענאמיק קלאס אין אמעריטשקע, גאר אמת!

George Carlin describes the economic and social class in America
http://youtu.be/Ko35qhKnRXs

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 6:03 pm

· #306249
איך האב נישט געזאגט אז זיין א סאושעליסט מיינט רוסישע אדער נארט קארעא קאמוניסטען. דו האסט גערעדט פון 1% רייכע האב איך דיר געזאגט אז אין די לענדער איז אויך נאר דא איין פראצענט רייכע ווייל די איבריגע זענען נישט ערלויבט צו מאכען געלט ווייל זיי באלאנגען נישט צו די עליטע,
צווייטענס איך האב דיר שוין פריער געזאגט אז מקען רעדען פון מאכען א flat rate פאר יעדעם איינעם אן קיין עקסעפשאנס,

דעס אז ס'איז דא לופהאלס ווייסט יעדער איינער. מ'דארף נישט זיין בערני סענדערס פאר דעם און ער איז נישט דער איינציגסטער וואס וויל עס אפשאפען.

א חלק פון די פראבלעם פון דיין פלאן צו העכערען טעקסעס אויף די רייכע איז. אז עס דארף זיין א ווילען צו אנהייבען א ביזנעס אין מאכען געלט אויב גראד ווען עס הייבט מיר אן צו גיין גוט קומט די גאווערמענט אין הייבט אן נעמען גרויסע מוציא'ס וועט עס אוועקנעמען פון די חשק פון מענטשען צו ווילען בכלל אנהייבען חוץ פון וואס עס וועט פארגרעסערען די פראצענט פון מענטשען וואס זוכען אויסצושפילען די סיסטעם און שיקען דאס געלט צו פלעצער ווי מקען עס פארשפארן.

אזוי ווי דו זאגסט, ס'איז א ברייטע ענין און איך האב אויך נישט קיין נערווען אריינצוגיין באריכות

mevakesh » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:33 pm

· #306265
@שבת גראדע האלט איך פון בערניא אבער א פאליטישאן איז ער אזוי ווי אלע
ביז יעצט האט ער געהאלטען און איין זאגען אז ער גייט נישט נעגאטיוו אבער יעצט טוישט ער דעם ניגון
http://www.cnn.com/2015/10/26/politics/bernie-sanders-hillary-clinton-attacks/

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:35 pm

· #306268
Manhattan's rich and famous support Hillary Clinton at star-studded fundraiser hosted by Anna Wintour at designer Vera Wang's luxurious New York home

http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... -home.html

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:53 pm

· #306271
mevakesh
@שבת גראדע האלט איך פון בערניא אבער א פאליטישאן איז ער אזוי ווי אלע
ביז יעצט האט ער געהאלטען און איין זאגען אז ער גייט נישט נעגאטיוו אבער יעצט טוישט ער דעם ניגון
http://www.cnn.com/2015/10/26/politics/bernie-sanders-hillary-clinton-attacks/

דעס הייסט אז ער איז א פאליטשאן אזויווי אלע אנדערע?, כמעט אלע אנדערע זענען אפגעקויפטע פאליטשאנס פון די רייכע עליטע קלאס אין אמעריקא, בערני האט א גאלדענע דרייסיג יאהר רעקארד פון זיך אנעמען פאר א יעדעם גלייך און באקעמפען איקוואלטי און זיין קאנסיסטענט אויף זיינע אישוס,

צווייטענס, אן אריינגיין אין קינדערישע נערישקייטן אויב איך מאך נישט קיין טעות איז זי ארויס מיט א אטאקע אויף אים אז ער איז א סעקסיסט און ער האט אויף דעם איר גענטפערט, אבער זי איז געוועהן דער וואס האט אנגעפאנגן מיט די גארביטש, ער איז למעשה זייער א ארנטליכע און א אמתע מענטש ער וואלט איר געקענט קריטיקירן טויזנט מאל מעהר למשל וועגן אירע אימעילס און דערווייל איז ער געוועהן דער וואס האט עס אוועקגעמאכט ביי די דעקראטישע דעבאטע ווייל ער האלט אז דעס איז מינערוויכטיג און עפעקט נישט די עווערידזש אמעריקען און נישט דא דארף מען זיך אפשטעלן, למעשה קענסטו נאך איין פאליטשאן וואס נעמט נישט קיין שאַט אקעגן זיין אפּפּענאנט ווען ער האט אזא אפענע טיר???

און פון די קליפּ זעה איך נאך בכלל נישט ווי ער האט איר אטאקירט? וואס האט ער שוין געזאגט?

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:44 pm

· #306281
עפעס א געוויסע וועבזייטעל האט פארעפענטליך בילדער וויאזוי יעדער פון די קאנדידאטען וואלטען אויסגעזעהן נאכען סערוווירען אכט יאר אינעם ווייסען הויז
זעהט אין האט הנאה

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:44 pm

· #306282
בען קארסאן
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:45 pm

· #306283
בערני סענדערס
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:45 pm

· #306284
קארלי פיארינע
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:46 pm

· #306285
קריס קריסטי
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:47 pm

· #306286
דאנעלד טראמפ
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:47 pm

· #306287
הילערי קלינטאן
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:48 pm

· #306288
דזשעב בוש
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:48 pm

· #306289
דזשאו ביידען
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:49 pm

· #306290
דזשאן קעיסיק
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:50 pm

· #306291
מארקא רוביא
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:50 pm

· #306292
מייק האקעבי
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:51 pm

· #306293
ראנד פאול
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:51 pm

· #306294
סקאט וואלקער
📎 image.jpg

ראוונע » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:52 pm

· #306295
טעד קרוז
📎 image.jpg

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:38 pm

· #306301
BERNIE SANDERS ON THE RACHEL MADDOW SHOW 10/26/15

http://www.msnbc.com/rachel-maddow/watc ... 2439363798

mevakesh » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:51 pm

· #306302
@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

שבת אחים » מאנטאג אקטאבער 26, 2015 11:56 pm

· #306303
mevakesh
@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

ראוונע
עפעס א געוויסע וועבזייטעל האט פארעפענטליך בילדער וויאזוי יעדער פון די קאנדידאטען וואלטען אויסגעזעהן נאכען סערוווירען אכט יאר אינעם ווייסען הויז
זעהט אין האט הנאה

ראוונע » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:11 am

· #306307
mevakesh
@ראוונע פון וואו זענען די בילדער?
ס'איז עפעס נישט די ארגינעלע פענימער ניין?

סאיז וויאזוי זיי וואלטען אויסגעזעהן נאכען זיין פרעזידענט פאר אכט יאר

אלס ווייסער » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:28 am

· #306313
שבת, 100% גערעכט און איך מיין עס וואלט רעכט געווען אז איר זאלט נעמען אייער גאלדענעם פעדער (קיעבארד) און איינמאל פאר אלעמאל אראפלייגן די אריגינעלע סאשעליסט שיטה, נישט קאמוניזם.

ראוונע
שבת טייערע איך האב מיך בעיקר באצויגען צו די occupy Wall Street מאוומענט

צווייטענס פארלאנגען זיי זאלען צאלען גלייך ווי יעדעם איינעם (למשל לאמיר זאגען אז מלייגט ארויף א equal 30% אינקאם טעקס אויף יעדעם איינעם אין אוטאמאטיש וויבאלד זיי מאכען מער געלט קומט אויס אז זייער 30% איז מער ווי מיין 30%) איז איין זאך אבער לכתחילה הייבען זייער פערסענטעדזש אין טעקסעס איז נישט קיין יושר
אין די צייטען פון occupy Wall Street איז געווען א בושה צו זיין רייך מיט ראמני האט כסדר געדארפט באהאלטען זיין רייכקייט
ווי כאילו מיט דעם וואס איך בין רייך האב איך עפעס צוגענומען פון דיר

און יא, רוב מענטשען וואס זענען רייך ("רוב", נישט אלע) ארבייטען שווער פאר זייער געלט. האבען א שאופער אין א שיינע באקוועמער קאר מיינט נישט אז זיי ארבייטען נישט שווער נאר סאיז א תוצאה ווייל ער האט געארבייט שווער האט ער געמאכט גענוג געלט צו קענען עפפארדען א שאופער מיט א באקוועמער קאר

אין די משל וואס די ברענגסט פון די מוסדות איז wrong ווייל די עושר'ס שכר לימוד ביל איז נישט מער ווי די עוורידזש אינגערמאן (ביי ארימע איז דא אזא זאך ווי מען מאכט עס ביליגער אבער מען מאכט נישט די עושר'ס טייערער) נאר אז די עושר וויל געבט ער א שיינע נדבה צום דינער אדער איז מנדב א בנין פאר די מוסדות. די זעלבע זאך אין אמעריקע אויב א עושר א שטייגער ווי ווארען באפעט פילט אז ער וויל געבן מער אין טעקסעס צו קענען אויסהאלטען די ארימע כל הכבוד אבער קענסט נישט מחייב זיין דעם עושר צו געבן מער

נישט קיין חילוק וויאזוי דו קוקסט עס אן, למעשה איז אנגענומען אז אן עושר צאלט מער שכ"ל און אן ארימאן צאלט ווייניגער. הנחה ארויף הנחה אראפ, אויב ווילסטו אבער יא גיין אויף דעם מהלך קען מען אויך זאגן אז באמת דארף יעדער צאלן 45% טעקס אבער די ארימע/מיטל קלאס באקומען א הנחה פון 15-20-30%,
באמת האלט איך פון א נאציאנאלע סעילס טעקס (פעירטעקס) וואו מען צאלט אויף וואס מען קויפט, נישט לויט די אינקאם, איך גלייב אז עס איז שוין באשריבן ערגעץ דא אין שטיבל

גר ותושב » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:07 am

· #306319
ראוונע
א חלק פון די פראבלעם פון דיין פלאן צו העכערען טעקסעס אויף די רייכע איז. אז עס דארף זיין א ווילען צו אנהייבען א ביזנעס אין מאכען געלט אויב גראד ווען עס הייבט מיר אן צו גיין גוט קומט די גאווערמענט אין הייבט אן נעמען גרויסע מוציא'ס וועט עס אוועקנעמען פון די חשק פון מענטשען צו ווילען בכלל אנהייבען

https://youtu.be/mL5gid0zTvg
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40