☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 3:44 am

· #328099
#העשטעג_מלחמות
הילערי שטיצער פארגעסן מיט וועמען זיי האבן צוטוהן דא, די יונגע סענדארס שטיצער קאנטראלירן סאושעל מידיעא.
Hillary Clinton Supporters Just Got Their Hashtag Hijacked and It Is Hilarious
<a class="postlink" href="http://usuncut.com/politics/hillary-clinton-supporters-just-got-their-hashtag-hijacked-and-it-is-hilarious/">http://usuncut.com/politics/hillary-cli ... hilarious/</a>

נורמאלי » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 7:53 am

· #328112
חייקן,
טוויטער אקאונטס איז שוין דא, @hasidim4bernie, דארט באמערקט איך אפאר אפענע חסידישע שטיצערס, יעצט דארף מען טוען שטאפל נומער 2, האבן עסקנים וואס זאלן זיין גרייט זיך צו טרעפן מיט בערני ביי זיינע ראליס, איך גלייב דאס מאכט אסאך מער אויס ווי קאווע שטיבל שרייבערייען,

ברוך בער » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 9:11 am

· #328120
עס איז דא אן אקטיווע טעלעגראם גרופע חסידים פאר בערני וואס זעט אויס מען איז גרייט צו טוהן למעשה. כ'מיין עס איז שיין צו זעהן היימישע אינגעלייט נעמען זעלבסטשטענדיגע שטעלונגען און פרובירן לאזן הערן. פון עסטאבלישמענט פאליטיקיס וואו מען זאגט אונז יעדעס מאל ווי קינדער פאר וועם צו שטימען דורך די וואס קעשן עס איין האב מיר גענוג געהאט. שרייבט אייך אויף:

<a class="postlink" href="https://telegram.me/chasidimforbernie/5">https://telegram.me/chasidimforbernie/5</a>

לך לך » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 1:03 pm

· #328188
פיל די היץ
📎 bern.jpg

גר ותושב » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 4:53 pm

· #328239
📎 uploadfromtaptalk1460062385228.jpg📎 uploadfromtaptalk1460062377168.jpg

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 6:44 pm

· #328251
רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט

#פוי

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 6:58 pm

· #328254
הערט'ס אויף מיט רעכטע שטותים. זאל ער האקען זונות רעכט'ס און לינק'ס. מ'זוכט נישט קיין רבי פאר וויזניצער חסידות, מ'זוכט א פלאמבער, א מעקאניק און א פרעזידענט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 7:00 pm

· #328255

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 7:33 pm

· #328259
איינער זאגט אז דער קריסט קרוז איז זיך אליין געקומען איבערצייגן אז מ'לייגט נישט אריין קיין בלוט אין די מצות.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:00 pm

· #328261
ליטוואק פון בודאפעסט
הערט'ס אויף מיט רעכטע שטותים. זאל ער האקען זונות רעכט'ס און לינק'ס. מ'זוכט נישט קיין רבי פאר וויזניצער חסידות, מ'זוכט א פלאמבער, א מעקאניק און א פרעזידענט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


זאל ער טאקע האקן זונות וויפל ער וויל, אבער נאכדעם זיי נישט קיין היפקאריט און זאג יענעם וויאזוי ער זאל זיך אויפירן אין זיין בעדרום און זיך נעמען רעדן פון זיינע קריסלטליכע וועליוס. פאר זיך האקט ער זונות און פון די ארימע וויל ער צונעמען פוד סטעמפס און מעדיקעיר! א שיינע מעשה! נאכדעם שטעלט ער זיך אויף אין פובליק און אטאקירט אבאמא און די לינקע אז זיי זענען די שטן!

ער איז א גרויסער היפאקריט אזש אז מ׳קען טאפן זיין היפקארסי אין די לופט! מ׳דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין אז ער איז נישט קוואליפיצירט צו זיין די קאמענדער אין טשיף פון די פרייע וועלט, א פלומבער א מעקעניק? אפשר יא!

#עקעלהאפטיג

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:10 pm

· #328262
זאל ער זיין א היפאקריט! וועמען גייט עס אן? דיין דאקטאר איז אן ארנטליכע אין זיין שטייערען? ס'גייט דיר אן?

שניידען פ"ס פון די אידען וואס גייען ערליכעהייט אינ'ם שיה"ק איז א שלעכט'ס, אבער זיין היפאקריסי איז אומוויכטיג.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 8:44 pm

· #328269
דער דאקטער און דער פלומבער איז נישט אינוואלוועט אין פובליק פאליסי, ער טיילט נישט איין יענעם וואס צוטוהן, אבער ער לויפט דאך פאר פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן, הער אויס איך האב גארנישט קעגן קיינעם וואס וויל לעבן זיין לעבן ווילאנג ער טיילט נישט אן יענעמם וואס צוטהן, ער איז דאך ביזי 24 שעה איינטיילן יענעם וואס צוטוהן געבעיסט אויף די קריסטליכע רעליגע, עס וואלט געוועהן א דיזעסטער פאר די אמעריקענע פאלק אויב ער געווינט.

געוואלדיג » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 9:26 pm

· #328276
שבת אחים
רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט

#פוי


נישט געזארגט אויב בערני וואלט אויך געקומען אין מצה בעקעריי וואלט מען איהם פונקט אזוי אויפגענומען, אלס התגרות באומות האט מען איהם אויפגענומען שיין

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:27 pm

· #328286
געוואלדיג
שבת אחים
רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט

#פוי


נישט געזארגט אויב בערני וואלט אויך געקומען אין מצה בעקעריי וואלט מען איהם פונקט אזוי אויפגענומען, אלס התגרות באומות האט מען איהם אויפגענומען שיין


להבדיל אלף הבדלות 😂 ווי קענסטו אריינלייגן אין די זעלבע זאץ א היימיש אידיש קינד צוזאמען מיט דעם גרויליגע קריסט וואס זיינע זיידעס האבן געטרונקען אידיש בלוט, בערני עסט מצה פסח! ער איז אונזערעס א מענטש, יענער איז דאך א גרויל...

מאטי » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:42 pm

· #328287
שבת אחים
ישראל קאפקע
סאנדערס: צען טויזנט ציווילע טויטע אין מדנ"י עזה קאנפליקט...?


סיריעסלי? ישראל? כהאב געמיינט דו פארשטייסט דעס יא, איך וועל עס מאכן בקיצור,

1)
יא?


ס'נאך קיין צען טויזענט פאלעסטינער געשטארבן זייט '67.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:45 pm

· #328288
ווען האט דעס בערני טאקע געזאגט? אויב ער האט עס געזאגט, ס׳איז דא א קליפ פון דעם? איך האב האב עס קיינמאל נישט געהערט, כבין נייגעריג צו זעהן א קליפ פון דעם.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 10:48 pm

· #328289
מאטי מ׳האט נישט גערעדט פון די עצם זאך צו ער איז גערעכט מיט דעם אדער נישט, קען זיין אז נישט. מ׳האט דן געוועהן צי ווייל ער איז נישט פרא-ישראל(לאמיר זאגן אז ער איז נישט)צי דעס אליינס מאכט אים א סעילף העיטינג דזשאו.

מאטי » דאנערשטאג אפריל 7, 2016 11:11 pm

· #328292
אמת

נורמאלי » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:34 am

· #328299
עולם הפוך,

שבתל ודומה און אלע ליבעראלע אידן וואס זייערע זיידעס האבן געשפיגן בלוט פארן לאנד, זיי עקלן זיך היינט פון די מדינה מיט אירע פאליסיס, בערני האט געפאכעט און געמוזלט פארן לאנד, אבער היינט גרוילט ער זיך פון איר מיט אירע פירער, היינטיגע אידישע אינגווארג ווילן נישט וויסן פונעם לאנד, לאטס מיך אפ מיט דעם לאנד וואס באגייט יומען רייטס פארברעכן אין א סיסטעמאטישע פארנעם.

ווידעראום די היימישע סאטמארע אידן זענען "פאליטיש גערעדט" פארברענטע ציונים, פרעג עני אינגערמאנטשיקל וואס ער זאגט אויף ביבי, הו הא, דער איז א געריבענע פאליטישאן, פארשטייט זיך דער אינגערמאן וועט צוענדיגן "פאליטיש גערעדט" איז דאך ביבי גערעכט, איי אלע פארברעכנס אקעגן די פאלעסטינע, די אראבער? זיי זענען רוצחים! מ'מוז זיי אלע אויסהרגנן! די רבי האט נישט געוואלט גיין צו די אראבער! איר קענט דעם שפראך? און אוודאי אלע שנה ראשונה אינגעלייטליך טאנצן פאר קרוז, ער איז דאך א שטארקע אידן ליעב האבער, ער איז שטארק פאר די מדינה, וויאזוע גייט די נוסח, לאמיר זיך נישט נערן א יעדע גוי וואס האט נישט ליעב מדנ"י מיט אירע פאלעסיס, איז א אנטיסעמיט, אבאמא איז א אנטיסעמיט.

איי רעדט צו קרוז צוויי מינוט וועט ער פונקטליך זאגן פארוואס ער וויל אידיש לאנד, זיין מסורה זאגט אז יוזל וועט טויפן אלע אידן אויף איינמאל , און כדי גרינגער צומאכן פארן אפגאט דארפן מיר ארויף.

הער מיך אויס קרוז, איך האלט נישט דערביי! און איך האלט נישט דערביי צו ווערן א קריסט! מיר איז גוט צו בלייבן אין אמעריקע, אוו מיר איז גוט צו בלייבן א איד! טענקס קרוז, באט איים פיין.

דעת תורה » פרייטאג אפריל 8, 2016 1:09 am

· #328304
ליבעראלן זענען קיינמאל נישט געווען צו שטארק אנטציקט פון דעם רעיון הציוני, נאר נאך וואס עס האט פאקטיש מצליח געווען, און בעיקר נאך די זעקס טאגיגע מלחמה און די קאשמארן פון א מעגליכע האלאקאוסט איבערשפיל רח"ל האבן זיי איינגעקלאפט מיט די מדינה. מיט די צייט אבער איז עס געווארן אועסגעקילט.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 1:42 am

· #328305
איך וועל דיר באלד מסביר זיין פונקטליך וואס איך האלט און מיינע געפילן זענען פאר די מדינה, מאכסט א טעות איך בין א שטארקע שטיצער פון די מדינה און זייער פרא-ישראל און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. איך קען נישט אויף די מינוט.

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 8, 2016 1:50 am

· #328306
שבת אחים
ווען האט דעס בערני טאקע געזאגט? אויב ער האט עס געזאגט, ס׳איז דא א קליפ פון דעם? איך האב האב עס קיינמאל נישט געהערט, כבין נייגעריג צו זעהן א קליפ פון דעם.

ער האט דאס געזאגט/גע'געסט' ביי א אינטערוויו מיט די דעילי ניוז דאכט זיך.
ער האט פארדעם קלאר געזאגט אז ער געדענקט נישט די ציפער, און דערנאך געפרעגט אויב די 10,000 ציפער איז ריכטיג.

איך בין אזוי ווייט פון א ציוניסט ווי עס איז נאר מעגליך, און איך בין פארשטייט זיך איינשטימיג מיט דיינע פונקטן איבער 'סעלפ העיטינג', איזראעל, וגו'. עס איז פשוט אינטערעסאנט אז ער האט געמאכט אזא גראבע טעות. ער וואלט דאס געדארפט וויסן.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 5:52 am

· #328307
די הויפט סיבה איך שטיץ דאס אידיש לאנד איז נישט ווייל ס׳איז א אידיש לאנד אפילו ס׳וואלט דארט געוועהן א אראבישע לאנד און ס׳וואלט געוועהן א דעמאקרעסי וואלט איך עס אויך געשטיצט, דו פרויען דארפן נישט אין מדינת ישראל ארויסקוקן פון צוויי קליינע שווארצע לעכער, זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילן, אין פאלעסטינע אויב רייכערסטו מאריוואנא באקומסטו איין יאהר תפיסה און דערנאך הענגט מען דיך צום טויט! א פרוי וואס ווערט גערעיפט און ווערט טראגעדיג גייט אין תפיסה צוזאמען מיט איר פיצל קינד פאר זיבן יאהר! ווי קען איך שטיצן אזא צוריקגעשטאנענע לאנד מיט שאירא געזעצן? ווידער מדינת ישראל איז די איינציגסטע דעמקראטישע לאנד אין יענע ראיאן וואס אפילו מיט זייערע אלע פראבלעמען מיט זייערע שכינים בליען זיי זייער שטארק אין סייענס און מעדיציען און אין טעכנעלאגיע.

אוואדי וואלט געוועהן טוב שלא נברא, עס איז געוועהן א גרויסע טעות פארן בעצם מאכן א לאנד אין די מיטעל איסט ארומגענומען מיט חיות רעות אבער עכשיו שנברא און עס איז שוין דא אזויפיל יאהרן מיט א נייע דור וואס איז דארט געבוירן דארף מען עס סופארטן אלץ א דעמקראטישע לאנד וואס געט איקוואל רייטס פאר יעדעם איינעם.

איך האב אסאך משפחה דארט, איך האב דארט געוואוינט א שטיקל צייט און איך האב אלץ בחור געלערנט דארט, מיין טאטע איז דארט געבוירן,מיין באבע וואוינט דארט עד היום הזה, מיין מאמע׳ס צוויי ברודערס זענען געוועהן אין די צבא, און זייערע זוהן און טעכטער האבן אלע געדינט אין מיליטער, איך האב יעצט אפאר פירסט קאזינס וואס דינען אין צבא, אבער ווילסט וויסן דעם אמת איך גרויל מיך פון ישראל, פון זייער שפראך זייער אקסענט, זייערע ביהעווער, זייער האט טעמפער, זייער attitude, זייערע עסען, זייערע קולטור, איך פערזענליך גלייך זיי נישט, די סעקונדע איך קום אן קיין לוד און די ווילסט כאפן א מונית הייבט זיך אן קולות וברקים, יעדער שרייט אויפן צווייטן ‏מה איתך? ‏השתגע אתה?, איך פאר נאר קיין ישראל אז איך מוז, כבין שוין געוועהן אין די גאנצע לאנד אין אלע ווינקלען, און ס׳איז געוועהן זייער אינטערסאנט יעצט וויל איך גיין באזוכן אנדערע לענדער ווי איך בין נאכנישט געוועהן, אפשר טאיוואן ,יאפאן, אינדיע, קאנגאו, אוסטרליע, קאלאמביע, בראזיל, אבער מדינת ישראל איז נישט אינטערסאנט איך שטיץ זיי פונדערווייטענס און כהאף אז איין טאג וועט דארט זיין שלום, די טשענסעס אז ס׳גייט אמאל הערשן א שלום דארט איז בערך אזויווי די טשענסעס אז ביל געיטס גייט מיך אדאפטן.

דעס איז וואס איך פערזענליך פיל, אבער איך פארשטיי פארוואס אנדערע אידן גלייכן ארץ ישראל מעהר ווי מיר, מיין טאטע ווערט אביסל באליידיגט און ער גלייכט נישט ווען איך זאג אים אז איך האב נישט אזוי שטארק ליב די איזריעאליס, ער זאגט איך בין דאך א איזריעאלי? איך גלייך אמעריקע און וועסטערן אייראפע.

חוץ מזה נישט אלע ליבעראלס זענען קעגן ארץ ישראל ס׳איז דא גענוג און נאך פרא-ישראל ליבעראלס, נאר וואס דען כאמאסקי און פינקלשטיין זענען ליבעראלס וואס זענען אויך אנטי ישראל ביגאטוס, מיינט נישט אז אלע ליבעראלן זענען נישט פרא ישראל, דאכצעך די ליבעראלע ביל מאהר ווערט באטילט אלץ א ציוניסט און מסמא סעם העריס און ריטשאורד דאוקינס שטיצן אויך ישראל, און פארגעס נישט די לינקע אטיעסט (א אטד רחל) עלען דערשראוויץ איז דאך א spokesman פאר ישראל און פון זייערע גרעסטע שטיצערס, איז פון ווי נעמט זיך טאקע די סטיגמא אז אלע ליבעראלס האבן נישט ליב די מדינה? ס׳איז יש ויש.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 8:26 am

· #328314
אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט אראפגעברענגט דא די מוראדיגע נייעס אז אונזער געוועזענע מעיאר פון די גאמבינא שבט האט גע׳דזשוינט די גרופע פון די נאציענאל קלאונס און ענדאורסט דעם אראגאטענג מאנקי פאר פרעזידענט.

#די לעצטע ביסל רעספעקט וואס כהאב געהאט פאר זשולניאני האב איך פארלוירן

אויליגער » פרייטאג אפריל 8, 2016 10:36 am

· #328318
שבת אחים
רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט

#פוי


כווייס נישט צו די ווייסט אז א גרויס חלק היימישע יודן מאכן קוים געניג צו לעבן און ארבעטען געהעריג לעגאל אויף די ביכער און קריגען נישט קיין פוד סטעמפס אדער די אכטער און די אלע אנדערע פראגראמען און אנשטאט צו באקומען פון די רעגירונג א טעקס ריטערן טשעקל דארפן זיי נאך צוצאלן אפאר אלפים,


שבת אויב די מאכסט א שיינע וועידזש נישט אויף די ביכער און באקומסט די אלע שטאטישע פראגראמען אלס א סייד אינקאם, טראכט פון דיינע ברודערס וואס זענען מקיים די דינא דמלכותא, און א פרעזידענט סאנדערס וועט פון זיי ארויסנעמען די אזוי שוין אויך קליינע אויסגעהארעוועטע פארדינסט.

נורמאלי » פרייטאג אפריל 8, 2016 11:49 am

· #328326
רבותי,

בערני קומט היינט קיין ווילי, ווער עס האט מוח בקדקדו און פארשטייט די נחיצות פון בערני פאר די ווייסע הויז, ווערט געבעטן צו קומן אנטייל נעמן, 3 אזייגער שארף אויף גרינפוינט עוועניו.

#כולנו צו פיעלן דעם פלאם!

דעת תורה » פרייטאג אפריל 8, 2016 12:51 pm

· #328346
#פילדיברען #פילדיברען

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 3:14 pm

· #328366
אויליגער
שבת אחים
רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט

#פוי


כווייס נישט צו די ווייסט אז א גרויס חלק היימישע יודן מאכן קוים געניג צו לעבן און ארבעטען געהעריג לעגאל אויף די ביכער און קריגען נישט קיין פוד סטעמפס אדער די אכטער און די אלע אנדערע פראגראמען און אנשטאט צו באקומען פון די רעגירונג א טעקס ריטערן טשעקל דארפן זיי נאך צוצאלן אפאר אלפים,


שבת אויב די מאכסט א שיינע וועידזש נישט אויף די ביכער און באקומסט די אלע שטאטישע פראגראמען אלס א סייד אינקאם, טראכט פון דיינע ברודערס וואס זענען מקיים די דינא דמלכותא, און א פרעזידענט סאנדערס וועט פון זיי ארויסנעמען די אזוי שוין אויך קליינע אויסגעהארעוועטע פארדינסט.


איך מאך ב״ה א שיינע וועידזש אלעס איז אויף די ביכער, און לויט סאנדערס פלאן גייט יעדער אין אמעריקא פארדינען פון דעם אויסער די גאר רייכע. לאמיך דיר געבן איין קליינע משל, איך צאל פאר העלט קעיר פאר מיין משפחה בערך 15 טויזענט דאללער א יאר. איך גיי נישט דארפן באצאלן אזוי סאך מעהר שטייערן אינטער סענדארס עס זאל מיר קאסטן עקסטרע 15 אלפים א יאהר. איך ווייס נישט אויף וואס דו בעיסט דיין ארגעיומענט.

שטאפענע קאפעליטש » פרייטאג אפריל 8, 2016 3:35 pm

· #328368
שבת׳ל לאז וויסן ווי אזוי סקאכט זיך אויס
📎 image.jpeg 📎 image.jpeg

ישראל קאפקע » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:03 pm

· #328371
@JakeTurx Trending
📎 IMG_20160408_160004.jpg

ליפא » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:16 pm

· #328373
קאלער גלייכט נישט בערני'ן

📎 IMG-20160408-WA0073.jpg

שמעון וואלף » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:21 pm

· #328374
ישראל קאפקע
@JakeTurx Trending


קאפקע, דער יונגערמאן אין דיין בילד דערמאנט מיך עפעס פון די למ"ד יארן. ווי טרעפט מען נאך היינט אזאנס?

ליפא » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:22 pm

· #328376
דער קאלער וואלט גראדע געקענט שפילן בערני אויף SNL

ירא שמים » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:26 pm

· #328377
שטאפענע קאפעליטש
שבת׳ל לאז וויסן ווי אזוי סקאכט זיך אויס

וואס טוט הייקינד דארט?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 8, 2016 4:28 pm

· #328380
דו זעסט נישט? ס'איז דא א קאמערא דארט? היינו טעמא דקאללער והיינו טעמא דהייקינד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

פרייוויליג » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:00 pm

· #328401
וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:02 pm

· #328402
הער אויס איך קען דעם צוריקטען קאללער, ער איז דאך א איידעם ביי הרה״ח הנגיד ר׳ יענקיל מאשקאוויטש ראה״ק וויזניץ ב״פ(יענקלס שיך סטאר אויף העווימייער אין ווימסב״ג) מיין ברודער מאכט גרויסע ביזנעס מיט אים און מיט זיין משפחה, ער האט א מזל איך בין נישט דארט געוועהן, איך בין אין קאליפארניע, איך וואלט אים פארמאכט זיין מיאוסע פיסק! ווייל די סיבה פארוואס קאללער וויל נישט בערני איז זייער פשוט, ווען בערני רעדט פון העכערן שטייערן מיינט ער אזא איינעם ווי אים! קאללער וויל האבן פאליטשאונס ווי עליטס און רייכע ווי אים האבן איינפלוס אויף די פאליטשאונס, ביי בערני איז יעדער גלייך צי די האסט א פופציג מיליאן דאללער אין די באנק צי דו האסט פופציג צענט אין די באנק, איז במילא ווערט ער א אויטמאטיש א אנטיסמיט. איך האב יעצט געזעהן די ווידעא אויף וואטסאפפ ווי ער צורייסט די בערני שילד און שרייט אז בערני איז א אנטיסמיט, איך ווייס נאר נישט וויאזוי צו לאדענען א ווידעא אויף ק״ש פון וואטסאפפ.

#צודרודעלעט אויף כח

פרייוויליג » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:11 pm

· #328404
פרייוויליג
וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

לויט ווי איך ליין וויאזוי בערני האט גערעדט מיאוס אויף ארץ ישראל, דארף מען אים אראפרייסן ביידע אויערן.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:16 pm

· #328406
הייקינד איז שוין פארטיג מיט טשאוק שומער? יעצט גייט ער זיך נעמען צו בערני, ער גייט אנקומען צי די זעלבע פלאץ ווי ער איז אנגעקומען מיט טשאוק שומער...

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:17 pm

· #328407
פרייוויליג
פרייוויליג
וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.

לויט ווי איך ליין וויאזוי בערני האט גערעדט מיאוס אויף ארץ ישראל, דארף מען אים אראפרייסן ביידע אויערן.


איין אויער לאז איבער פאר א אויערן אינפעקציע. איך בעט דיך!

פרייוויליג » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:21 pm

· #328409
גארנישט מיט הייקענד צוטון, בערני האט צופירט זיין פיסק, מען ברויך אים אויך אפשערן אינגאנצן.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:27 pm

· #328410
פרייוויליג
וואס קאכט זיך טאקע. בערני האט געלאזט פאלן בייסיגע ווערטער קעגן ארץ ישראל די וואך, צווישן אנדערע אז אמעריקע זאל אפהאקן די הילף אפעראט קיין ארץ ישראל.


נו אפשר טאקע? פארוואס דארף אמעריקע אויסהאלטן ארץ ישראל? ס׳שטייט אזוי אין די קאנסטיאציע? זאג ווען די וואלסט געוועהן א ריזיגע בעל חוב און זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט דיינע פיינענשעלס וואלסטו געטיילט פאר אנדערע געלט??? זייט ווען איז אמעריקע פארקנעכטיגט פאר ישראל? האבן מיר נישט גענוג געהאלפן? האט אונז עס נישט געברענגט גענוג קאפוויי, אמאל זענען זיי געוועהן א נייע לאנד במילא, ס׳איז שוין צייט זיי זאלן זיך אויסלערנען אליינס זיך א עצה געבן און אויפהערן שנארן פון יענעם, אונז האבן פערציג מיליאן מענטשען וואס הונגערן... און אונז זענען זיי גארנישט שולדיג.

געוואלדיג » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:29 pm

· #328412
די טענה איז אויף די 10,000 ציווילע גע'הרג'עטע וואס ער האט באשאפן מיטן שאקל פון זיין ליפן.

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:37 pm

· #328414
געוואלדיג
די טענה איז אויף די 10,000 ציווילע גע'הרג'עטע וואס ער האט באשאפן מיטן שאקל פון זיין ליפן.


אויף דעם האלט איך טאקע אויך אז ער איז נישט גערעכט, האט ער געמאכט א טעות, יעדער מאכט א טעות, ווילסט איך זאל דיר אוסרעכענן וויפל טעותים הילערי האט געמאכט נאר די לעצטע דריי וואכן אליינס, וויפל טעותים ראנאלד רעיגאן האט געמאכט, הענרי קיסענדזעשר וכו׳ וכו׳. פארוואס ער האט דאס געזאגט ווייס איך נישט, און איך בין נישט מסכים מיט אים אויף די סטיטמענט, סנעמט נישט צי גארנישט פון אלע זיינע אנדערע צעהן טויזנט מעלות, איך האלט אז ער וואלט זיך געדארפט אנטשולדיגן פאר די סטעיטמענט, פאר די ציפער זיכער.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:48 pm

· #328418

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 6:49 pm

· #328419
ס׳איז אינטערסאנט ווי 99.99 פראצענט אטד׳יס שטיצן שטארק בערני. איך קוק יעצט איבער ווידיעא און איך זעה ווי מיין פריינד דער אטד זלמן לאבין וואס האט א yoga studio אין גרינפוינט פארפירט פאר סענדארס. אלע מיינע אט״ד פרענדס אויף סאושעל מידיעא זענען אויף מיט דעם איז בערני איז בתוכני אין ניו יארק און זיי שפירן דעם ברען!

#רוב אמעריקאנע אידן שטיצן סענדארס, די איינציגסטע וואס נישט זענען ליידער געוויסע ארטאדאקסן אויף פוד סטעמפס

#עכטע אידן זענען פאר בערני

😂

שבת אחים » פרייטאג אפריל 8, 2016 7:50 pm

· #328422
דא איז נאכנישט די זמן.
בד״וו בערני האט היינט געזאגט אז ער האט געמאכט א טעות מיט די נומבערס אין די פאליסטינע סטעיטמענט.

פרייוויליג » מוצ"ש אפריל 9, 2016 9:44 pm

· #328424
בערני איז א בהמה פארן מאכן אזא סטעיטמענט לכתחילה.

פרייוויליג » מוצ"ש אפריל 9, 2016 9:44 pm

· #328425
קלינטאן האט די פאפולערע וואוט
📎 image.jpeg

ליפא » מוצ"ש אפריל 9, 2016 9:53 pm

· #328426
פרייוויליג
קלינטאן האט די פאפולערע וואוט

Not to compare
קלינטאן האט זיך צוטיילט שטימען נאר מיט איינעם. טראמפ מיט 10 אנדערע
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40