☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

החוקר » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:51 am

· #354613
איך האב נישט קיין סאך צייט יעצט, וועלעך פרובירן צו מאכן די קורצטע מעגליך, ועוד חזון.
ראשית, די זאגסט "מענטשן זענען באזארגט, און מיט רעכט", זארג איז א פילינג, נישט שייך מיט רעכט אדער אן, אויב בין איך קלאסטער פאוביק, קען איינער זאגן איך בין נישט בארעכטיגט? אבער מעשים דארפן שוין קענען ווערן בארעכטיגט מיט לאגיק, זארג, בארעכטיגט נישט קיין אומבאגרינדעטע מעשים.
לגבי די פליטים קריזיס, מען דארף קוקן אויף דריי נקודות. 1) איז די מציאות אזויווי ער שטעלט עס אהער. 2) וואס איז די פרייז וואס איך קען מיר ערלויבן. 3) גייט די פלאן טאקע ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן.
ווי ווייט איך זע איז די תירוץ אויף אלע דריי, נעגאטיוו.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:37 am

· #354618
בענדשי ידידי דו ביסט דאך אויף אונזערע הונדערטערס,ווייסטו געוויס אז מיר אידן קאנטראלירן טאקע די בענק און די מידיע וכו.

mevakesh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:29 am

· #354621
[ציטאט אראפגענומען]

דאס אז די יידן נעמן איבער קאנטראל אין אמעריקא איז א פאקט
אין אמעריקע זענען יידן ווייניגער ווי צוויי פראצענט און אינעם סופרים קורט זענען זיי 30 פראצענט אין סענאט און קאנגרעס זענען זיי איבער 10 פראצענט
חיים סבן שלדון אדלסון און גורג סורוס צוזאמען קאנטראלירן א ריזיגע חלק פון די מידיע
דאס אלעס זענען טריקענע פאקטן
עס איז קלאר אז איפאק האט די שטערקסטע לאביאונג מאכט אין אמעריקא פון פרעמדע לאנד און זיי קאנטראלירן די אמעריקאנע פאליטיק אקעגן אירע אינטערעסן אויב דאס איז גוט פאר מדינת ישראל (הגם אונטער אבאמא איז זייער איינפלוס היבש געפאלן)
מען קען אויסרעכענען נאך פיהל פאקטן אין דעם נושא

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 10:03 am

· #354625
שטאפענע קאפעליטש
מיר א חידוש ווי אזוי טראמפ וואינט מיט א פרוי מיט אזא שווערע עקסענט,
שווער צו פארשטיין פארוואס א סוקסעספעל מענטש ווי עיהם האט געדארפט אנקומען צו זי

מיר איז דאס נישט קיין חידוש, דאס דערציילט אלעס איבער וואס ער איז. ער האט איר איינמאל באגעגענד און ער איז געווארן צוגעצויגן צו איר צוליב איר שיינקייט. נישט צוליב איר טאלאנט. אזוי ווי טראמפ זאגט דאך אליין עדות אין זיין טעיפ אויף די באס..
ער האט געדראפט 2 געלונגענע ווייבער (אדער האבן זיי אים געדראפט) און ער איז געגאנגען חתונה האבן מיט איינעם, וואס רעדט נישט ווי אים, און טראכט נישט ווי אים. אים איז גענוג חשוב אז ער וואוינט מיט א יפת תואר, ווי צו האבן א נארמאלע ווייב.

געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 11:58 am

· #354635
די גאנצער פראצעדור וואס דו לייגסט אזוי שיין אראפ איז נאר לכתחילה אבער די האומלענד סעקיוריטי האט אליין מודה געווען אז לגבי די סיריער פליטים האבן זיי נישט קיין שום וועג צו ווערעפייען דעם אמת, היות עס איז נישטא קיין ערנסטע רעגירונג אין סיריע.

mevakesh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 11:59 am

· #354636
[ציטאט אראפגענומען]

איך וויל פארשטיין
די פראבלעם מיט נאציזם איז נאר וועגן עס איז א פאלשע אידיאלאגיא אויב איך ווייז אויף אז עס איז נישט לופט און יש דברים בגוי איז נישט דא קיין פראבלעם؟

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:13 pm

· #354639
[ציטאט אראפגענומען]

און וויפיל האסטו שוין צושטייער געגעבן?

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:04 pm

· #354645
איך מיין מ'זאל ארויסלאזן די אידן אישו פון דא דעס איז בס"ה א גוטע שטאפער צו פארשטילן די בעביס געוויין די פאקט איז אז מענטשן האבן מורא פון צופיל פליטים טון א וודאי פון לויזע רעגולאציעס זיי אריין צו ברענגען דאס האט געשאפן דעם גאנצן ברעקזיט באוועגוגנג דאס באזארגט די פראנצויזן און דעריבער מאכט יעדע לאנד א פראבלעים זיי אריין צו ברענגען אנדערש ווי ביי אלע אנדערע רעפיוזשיס

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:31 pm

· #354650
זייער א שיינע שמועס זיך אנטוויקלט דא.
אפשר איז כדאי אפצוטיילן דעם שמועס פון דעם פרעזידענט.

mevakesh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 2:51 pm

· #354654
[ציטאט אראפגענומען]

ווי איך זעה דא איז נישט יעדער איינשטימיג מיט דיין באהויפטונג ווי איך פארשטיי וועט ריכטיג נישט האבן קיין פראבלעם מיט הרגענען אנשים נשים וטף אויב זייער אידיאלאגיע איז ריכטיג און די יידן פארדארבען די וועלט

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 4:51 pm

· #354660
נו חברה, ווי מופט מען יעצט? ס'שוין דא צוויי משוגעים אינ'ם ווייסן הויז...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 9:09 pm

· #354688
ריכטיג: אבער לפי שיטתך, אז דער אמת (ס'ווענט זיך וועמענ'ס אמת.) שטייט העכער פון הומעניזם קען אויסקומען אמאל אז א איד וועלכער האט אייביג געקעמפט פאר'ן אוניווערסאלל'ן אמת. און האטציך אייביג אנגענומען פאר די אונטערדריקטע, זאלל ח"ו אמאל שטיין אין די זעלבע ליין צו די געז טשעמבערס צוזאמען מיט דעם געמיינעם קאפיטאליסט, דעם שלעכטן לענדלארד און אונטערדריקענדן בעל הבית פון דעם ארבעטספלאץ. פאר איין סיבה. ווייל ביידע זענען אידן.

אט דאס האביך אמאל געזאגט פאר דעם חשוב'ן הערר'ן נארמאן סיגל. גרינדער און געוועזענער אנפיהרער פון די נ.י. סיוויל ליבערטיעס יוניאן. ווען כ'האב מיך געטראפן מיט איהם ביי א דעמאנסטרעישן/פראטעסט וואס ער האט אנגעפיהרט לטובת די באקריוודעטע אפרא-אמעריקאנער קרימינאלן...!

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 10:34 pm

· #354690
מיין נאמען איז דא בטעות אריינגעקומען, ווייל איך האב בכלל נישט גערעדט פון די נושא..

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 2:07 pm

· #354740
במחילת כבוד ר' אנאנים, אבער מ'זעט אז דו האלסט אז רעליגיע (אידישקייט) איז א סתירה צו הומעניזם, און דו בוזט גרייט מטיל ספק צו זיין אין אמונה כדי צו דיפענדן שיטת הומעניזם... 🙄

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 2:16 pm

· #354741
גראדע מעכעלע, דבר גדול אמרת, אמונה בה' נדחה בפני הומאניזם?
ווער זאגט אז ס'ריכטיג דיר נישט צו טשעפען?

mevakesh » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:13 pm

· #354749
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז א גרויסע עולם שפיערט אזוי ווי אייך אבער ווייניג זענען דרייסט גענוג עס צו מודה זיין אפילו צו זיך

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:42 pm

· #354752
זענען זיי אויך מודה אז זיי זענען (כאטש האלבע) אפיקורסים?

mevakesh » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:11 pm

· #354757
בן אדם
זענען זיי אויך מודה אז זיי זענען (כאטש האלבע) אפיקורסים?

לשיטתך
אבער אסאך וועלן האלטן אז די רצון השם איז טרעפן די געמיינזאמהייט צווישען תורה און מאראל און נישט אוועקמאכן מאראל צוליעב די תורה

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:40 pm

· #354769
mevakesh
בן אדם
זענען זיי אויך מודה אז זיי זענען (כאטש האלבע) אפיקורסים?

לשיטתך
אבער אסאך וועלן האלטן אז די רצון השם איז טרעפן די געמיינזאמהייט צווישען תורה און מאראל און נישט אוועקמאכן מאראל צוליעב די תורה

דאס איז מיין שיטה, אבער דו האלסט דאך אז ס'גייט נישט צוזאמען, איז מי נדחה מפני מי?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:05 pm

· #354780
בן אדם
mevakesh
בן אדם
זענען זיי אויך מודה אז זיי זענען (כאטש האלבע) אפיקורסים?

לשיטתך
אבער אסאך וועלן האלטן אז די רצון השם איז טרעפן די געמיינזאמהייט צווישען תורה און מאראל און נישט אוועקמאכן מאראל צוליעב די תורה

דאס איז מיין שיטה, אבער דו האלסט דאך אז ס'גייט נישט צוזאמען, איז מי נדחה מפני מי?


לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:19 pm

· #354782
וואלווי
ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה

נישטא אזא זאך חסרון ידיעה אין די תורה

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:33 pm

· #354788
בן אדם
וואלווי
ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה

נישטא אזא זאך חסרון ידיעה אין די תורה


עכ"פ, אין אונזער פארשטאנד אין די תורה איז יא דא. ס'וועט אייביג בלייבן זאכן וואס מ'פארשטייט נישט און דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין קלארע תירוץ אויף דעם. וואס כ'מיין צו זאגען איז אפילו אז עפעס זעט אויס ראדיקאל מוז נישט זיין אז ס'פרעגט אפ די געדאנק אז מאראל שטימט מיט די תורה.

די סתורה פון ידועה און בחירה פארשטייסטו יא? צווישען די אלע תירוצים וואס זענען דא איז נישט קיין איין תירוץ וואס ענפערט עס באמת אז ס'זאל ווערען אויס קשיא אינגאנצען. אדרבה, דער בני יששכר שרייבט אז כך גזרה חכמתו יתברך און ס'איז איינע פון די חסדי המקום אז כעת זאל מען דאס נישט פארשטיין.

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:37 pm

· #354790
וואלווי


לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.


פיין. אבער לו יצוייר אז נישט, מי נדחה מפני מי?

דער פראבלעם מיט הומאניזם איז, ווען מען זעט עס אלס אן אמת העכער, צי עכ"פ אומאפהענגיק, פון גאט.
הומאניזם טאמער שטאמט עס נישט פון גאט, איז א פאלשע אפגאט ווי אלע אפגעטער.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:49 pm

· #354796
מפוזרי
וואלווי


לאמיר לייגען אין א זייט אפיקורסים וואס קלעבען אין הומעניזם אלס א שיטה צום עקסטרעם אז זיי אנטלויפן פון spirituality , גייט די תורה נאך גאנץ גוט צוזאמען מיט הומעניזם, אפילו מיט די ראדיקאלע מצוות וואס מען פארשטייט נישט, ווייל דאס איז לכאורה אונזער חסרון ידועה און ס'פרעגט נישט אפ הומעניזם אלס אן אמת לאמיתו וואס גיייט קען גיין האנט ביי האנט מיט די תורה. הומעניזם שטימט מיט די תורה נישט אלס גזירת הכתוב אדער חוקה (יא, איך ווייס וואס שטייט געשריבען איבעראל אז מ'דארף טוהן מצוות שכליות ווייל אזוי האט דער אייבערשטער געהייססען, אבער זיי מוחל לייג כוונת המצוות אין א זייט און לאז פלאץ פאר די מהות פון די מצות..) נאר ווייל מאראל אלס מאראל איז א חלק פון די תורה.


פיין. אבער לו יצוייר אז נישט, מי נדחה מפני מי?


דער פראבלעם מיט הומאניזם איז, ווען מען זעט עס אלס אן אמת העכער, צי עכ"פ אומאפהענגיק, פון גאט.
הומאניזם טאמער שטאמט עס נישט פון גאט, איז א פאלשע אפגאט ווי אלע אפגעטער.


פרעגסט לו יצוייר? לכאורה איז דיין קשיא געבליבען בלויז פיליסאפיש. ווייל ביי אן אמת'ע זאך איז נישטא קיין מי נדחה מפני מי און אזוי ווי אנאנים שרייבט טאקע:

[ציטאט אראפגענומען]

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:57 pm

· #354797
אנאנים,

דער פראבלעם איז נישט שכל ווס, תורה, נאר מהיכי תיתי אז דאס איז שכל, ווען נישט די תורה.

דו זאגסט אז יושר איז א שטערקערע סברה, און הערט זיך מער אמת'דיג, ווי געטליכקייט זעלבסט.

פרעג איך דיר, ווען נישט געטליכקייט, וואס איז די באדייט פון יושר? ווען נישט גאט ב"ה, וואס ער איז יושר און ער פארלאנגט יושר, ווער דארף דאס?

מפוזרי » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:26 am

· #354846
מיט גאט, פארשטיי איך זייער גוט יושר'ס באדייט; ס'איז א געטליכע פונק, שפורן פון זיין אנוועזנהייט.

א אמת וואס שפירט זיך אין די ביינער, איז סברה'דיג גאנץ א שוואכע ראיה אויפן אמת'דיגקייט שבו. יעדנס הארץ שפירט אנדערש, דער באקריוודטער פארשטייט אז אויב ס'טוט מיר וויי מעג איך דיר אויך וויי טון. די שטארקייט פון אן אינערליכער אמת איז די הבנה אז ס'קומט פון די נשמה און דעריבער א צייכן פון גאט.

דאס אז מענטשן אוניווערסאל קענען האבן א דערהער פאר יושר, איז נישט קיין ראיה צו יושר, נאר צו גאט, וואס האט עס איינגעפלאנצט אין מענטשן, קעגן דער טבע'דיגער ראציאנאל.

אויב פארשטייט מען אז די גערעכטיגקייט פון יושר איז צוליב איר געטליכן אינהאלט, איז גרינג צו פארשטיין אז ישרות ווי אונז שפירן עס איז נישט אבסעלוט. גאטס ישרות'דיגער הנהגה איז נישט אזוי יושר'דיג למראה עינינו, ע"כ שגבהו דרכיו מדרכינו. ועכ"ז זענען מיר משוכנע אז ס'באמת יושר'דיג, און אז יושר דארף זיין די סטאנדארט.

איז אזוי, ווען מיר האבן א ספק וואס איז גאטס רצון, איז קלאר אז אונזער געפיל אין יושר קען זיין דער וועגווייזער לפשוט ספיקותינו.

עד כאן גלייב איך זענען מיר נישט מחולק.
אבער פון דיין צושטעל צום רמב"ם איז ניכר אז דו מיינסט נאכמער; אז אפילו במקום שעל פניו אין מקום להסתפק מה רצונו יתברך, איז דער אייגענער הבנה אין וואס איז יעצט יושר, גענוג א שטארקע מאן דאמר לעורר ספק און אפילו צו מכריע זיין, מכח זה לבד, אנדערש.

זאג איך אזוי: לעורר ספק און מאכן איבערקלערן צו מ'האט ריכטיג פארשטאנען, דאס יא.
אבער אזא מאראל וואס ציט איר סמכות פון געטליכקייט, מוז בסופו של דבר קענען בייגן די קאפ פאר גב"ה.

ביליג » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:49 pm

· #354905
ביליג
טראמפ איז נישט אסאד און אויך נישט היטלער.
סך הכל האט ער געזאגט וואס ער קען כדי צו געוואונען וויילער ער איז נישט קיין דיקטאטור און ער קען נישט זיין אין אמעריקא. און לגבי די סטאקס איז זיכער אז עס האט צוטוהן מיט טראמפ אלע נייעס אנגענטורן זאגן אזוי ובפרט די בלומבערג ביזנעסס נייעס


ליפא » מאנטאג יאנואר 2, 2017 9:15 pm

· #358630
Can't wait
📎 IMG-20170102-WA0139.jpg

ביליג » מאנטאג יאנואר 2, 2017 10:09 pm

· #358635

החוקר » מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:48 am

· #359503
<a class="postlink" href="https://youtu.be/U_dv5qAsJMU">https://youtu.be/U_dv5qAsJMU</a>

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 8:53 pm

· #359653
...

קאמענטירער » מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:38 pm

· #360099
קול העולם-אידיש, [18.01.17 16:32]
ברעיקינג! די מעקלאטשי נייעס אגענטור באריכטעט אז די עף-בי-איי און 5 אנדערע פעדעראלע אגענטורן פארשן שוין פאר עטליכע מאנאטן די מעגליכקייט אז דער קרעמלין האט געשיקט גרויסע געלטער צו העלפן דאנעלד טראמפ׳ס פרעזידענט קאמפיין.

ליפא » פרייטאג יאנואר 20, 2017 12:03 am

· #360216
📎 IMG-20170119-WA0171.jpg
📎 IMG-20170119-WA0170.jpg

ליפא » פרייטאג יאנואר 20, 2017 10:51 am

· #360250
מיטצוהאלטן לייוו

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/shared?ci=xwZpQ3ZT4_s">https://www.youtube.com/shared?ci=xwZpQ3ZT4_s</a>

אזהרה נישט אויף מיין אחריות. ס'נישט ראטזאם פאר הויך עדוקאטירטע צו מיטהאלטן מ'קען אלעס פארלירן.

א איד » פרייטאג יאנואר 20, 2017 1:27 pm

· #360254
וואס קען מען פארלירן?

ונבנתה העיר » זונטאג יאנואר 22, 2017 4:53 pm

· #360337
AUD-20170122-WA0004.mp3
📎 AUD-20170122-WA0004.mp3

החוקר » זונטאג יאנואר 22, 2017 9:28 pm

· #360372
איך פלאג מיר צו פארשטיין שאן ספייסער אין זיין פרעסע סטעיטמענט, ער באשילדיגט די מידיא אין באוואוסטזיניג מאכן די בילדער אויסזען ליידיג, או תוך כדי דיבור איז ער מסביר אז עס האט צו טון מיט די ווייסע גראז צודעק וואס איז נאך "קיינמאל" גענוצט געווארן, ער שפינט ווייטער אז הונדערטער טויזענטער פון טראמפ'ס איינשווערונג באטייליגע ,האבן צוליב די מעגנאטאמיטערס נישט געקענט אנקומען אינעווייניג, אבער ער ענדיגט אז די מערסטע מענטשן האבן מיטגעהאלטען, מער ווי סיי ווען.

קורקלענד » זונטאג יאנואר 22, 2017 10:06 pm

· #360374
א. כ'האב עס קיינמאל נישט געבארגט פון דיר. ב. כ'האב דיר עס צירוק געגעבן גאנצערהייט. ג. האסט מיר עס געבארגט צובראכענערהייט.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:48 pm

· #360521
The Netherlands welcomes Trump in his own words
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=j-xxis7hDOE">https://www.youtube.com/watch?v=j-xxis7hDOE</a>
😂 🙂 😃 😂 🙂 😃

קורקלענד » דינסטאג אקטאבער 24, 2017 8:44 pm

· #387484
ווערט איצט קאנפירימירט אין נישט שאקירנדע נייעס, אז הילערי קלינטאן אינאיינעם מיט די די.ען.סי. באנעזאם מיט רוסלאנד האבן באצאלט און אויסגעארבייט די שמוציגע באקאנטע טראמפ דאזזיער. א אמת'ע קאלוזשן צווישן די דעמאקראטישע קאנדידאטן און פארטיי מיט רוסלאנד.

יחי טראמפ!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40