☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #8533

אשכול אן א טיטל #8533

1990 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8533
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40

דעת תורה » מוצ"ש אפריל 9, 2016 10:29 pm

· #328433
פרייוויליג
בערני איז א בהמה פארן מאכן אזא סטעיטמענט לכתחילה.

נישט געווען קיין סטעיטמענט בכלל. געווען א שמועס מיט אפאר צייטונג שרייבער, און ער האט ערווענט מדינת ישראל'ס 'איבערגעטריבענע' רעאקציע וואס האט געפירט צו טויזנטער פאלעסטינער פארלוסטן. ער האט נישט געוויסט קיין נומבער נאר געפרעגט / גע'געסט פון זיינע מיטשמועסער. און זיי האבן אים אויסגעבעסערט.

#שטורעםאיןגלעזלוואסער

פרייוויליג » מוצ"ש אפריל 9, 2016 10:34 pm

· #328435
איבערגעטריבענע רעאקציע, אויך נישט א פריינטליכע סטעיטמענט.

ישראל קאפקע » מוצ"ש אפריל 9, 2016 10:40 pm

· #328437
ליפא
פרייוויליג
קלינטאן האט די פאפולערע וואוט

Not to compare
קלינטאן האט זיך צוטיילט שטימען נאר מיט איינעם. טראמפ מיט 10 אנדערע

ביי די רעפובליקאנער איז עס א פיר שפיצן פארמעסט פון נעוואדע און ווייטער, נישט צען.

ליפא » מוצ"ש אפריל 9, 2016 10:46 pm

· #328439
אקעי פיר איז אויך גענוג נישט עס צו פארגלייכן צו קלינטאן מיט סענדערס .

יעלה ויבא » מוצ"ש אפריל 9, 2016 10:56 pm

· #328442

petergrifin » מוצ"ש אפריל 9, 2016 11:13 pm

· #328444
Trump, Kasich box out Cruz in Michigan delegation
http://www.cnn.com/2016/04/09/politics/ ... hn-kasich/

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:02 am

· #328488
בערני האט היינט געווינען נאך א קליינע סטעיט ווייאמינג, ער האט יעצט געווינען אכט פון די לעצטע ניין פארמעסטן, ס׳העלפט אים נישט קיין סאך אין דעלגעיט קאונט אבער ס׳געט אים צו מאמענטום.

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:06 am

· #328489
דער פויפסט פילט די ברען! ער האט איינגעלאדענט בערני סענדארס צו די וואטיקאן, בערני האט אנגענומען די אינוועטשאון און פלאנט יעצט א בליץ באזוך צום פויפסט. הילערי האט פראבירט צובאקומען א אינוועטשאון און דער פויפסט האט געזאגט אז ער פירט זיך אזויווי ר׳ מאטעלע זז״ג -ער נעמט נישט אויף קיין פרויען, (להבדיל) נאכדערצו א קרימינאל... 😂

#גיטע נייעס פאר בערני

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:15 am

· #328490
:BBC
US election: Bernie Sanders invited to Vatican by Pope

http://www.bbc.com/news/election-us-2016-35999269

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:17 am

· #328491
וויאזוי זאגט ביל מאהר; כהאב נישט געגלייבט אז ס׳וועט קומען א טאג ווי איך ביל מאהר וועט ליב האבן דעם פויבסט און מעל גיבסאון וועט אים פיינט האבן!

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:22 am

· #328492
ווידעא: ווי בערני רעדט פרייטיג אויף די Morning Joe טיווי שוי וועגן די איינלאדונונג צום פויפסט.
http://youtu.be/ECK9_Bk9IIs

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 3:59 am

· #328495
Reuters:
Vatican trip could boost Sanders' fight against Clinton

http://reuters.com/article/idUSKCN0X51Q6

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 10, 2016 5:03 am

· #328498
אויף אויסלאנדישע באציאונגען האב איך טאקע ווייניג געהערט פון בערני. ער טויג טאקע דארט? וואס עפעס? נישט אז דאס איז דער עיקר, לדעתי איז אינערליכע טעטיגקייטען אינ'ם אייגענע מדינה פיל וויכטיגער.
ער קען נעמען היללערי אלס אויסמיניסטער. זי האט דאך שטארק געטויגט אין די אמט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 5:21 am

· #328500
דא האט איר נאכאמאל א לעצטיגע קליפ ווי א פראטעסטער זאגט פאר בערני אז אידן פירן די וועלט און זענען שטארק מאכטפול, און ווי בערני ענטפערט:
!!!I'm proud to be Jewish

I'm a strong defender of Israel, but I also believe that we need to pay attention to the needs of the Palestinian people

Bernie Sanders Responds to Protester At Apollo Theater
http://usascans.com/bernie-sanders-resp ... uestioner/

נורמאלי » זונטאג אפריל 10, 2016 9:04 am

· #328506
הער אויס וואס דער אנטיסעמיט טענה'ט:

* אידן פירן וואל סטריט
* אידן פירן פעדעראל רעזערוו
* אידן קופן אויס הארלעם ( ער מיינט די ווילי יואליס? 😂 )

פרייוויליג » זונטאג אפריל 10, 2016 10:51 am

· #328515
יעדעס מאל איך הער בערני רעדן וועגן ארץ ישראל רעגט ער מיך מער אויף. אין צוגאב צו אראפנעמען זיינע אויערן און אים אפשערן, ברויך מען אים יעצט אנשמירן די פנים מיט שווארצע פעינט. וואספארא חוצפה איז דאס צו זאגן אס איז דא שלעכטע מענטשן אויף ביידע זייטן? בלויז ווייל ער וויל גוט געפעלן פאר די גאר לינקע! ער איז אן עקלדיגער זקן.

ליפא » זונטאג אפריל 10, 2016 11:03 am

· #328517
פרייוויליג
יעדעס מאל איך הער בערני רעדן וועגן ארץ ישראל רעגט ער מיך מער אויף. אין צוגאב צו אראפנעמען זיינע אויערן און אים אפשערן, ברויך מען אים יעצט אנשמירן די פנים מיט שווארצע פעינט. וואספארא חוצפה איז דאס צו זאגן אס איז דא שלעכטע מענטשן אויף ביידע זייטן? בלויז ווייל ער וויל גוט געפעלן פאר די גאר לינקע! ער איז אן עקלדיגער זקן.

יא יא. דאס איז דער אידישער קאמפלעקס וואס פירט אים אראפ. און דער האט די luxury פון זאגן וואס ער וויל ווייל מ'קען אים דאך נישט באשולדיגן אין אנטיסעמיטיזים

דעת תורה » זונטאג אפריל 10, 2016 11:04 am

· #328519
ער וויל 'געפעלן' פאר די לינקע? ער זאגט וואס ער - און יעדער נארמאלער מענטש - האלט. דוקא אלס איד שטערט אים דאס וואס אידן טוען, נאכמער ווי עס שטערט אים וואס די פאלעסטינער טוען. אידן ברויכן זיין בעסער פון יעדן. אנהאלטן די אקופאציע און פארביטערן דאס לעבן פאר 5 צי 8 מיליאן מענטשן איז ווייט נישט מענטשליך און זיכער נישט אידישליך. אוודאי קען מען ארגומענטירן - אזוי ווי דער עבר האט געוויזן - אז איינזייטיגע ריקצוג פון שטחים וועט קיין שלום נישט ברענגען, כאטש ס'איז בכלל נישט מוכרח. אבער די פוינט איז אז אלס מענטשן, און נאך אידן דערצו ליגט אויף אונז די פליכט צו טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם. און דאס איז וואס אבאמא, קערי און איצט בערני רעדן כסדר פון.

ישראל קאפקע » זונטאג אפריל 10, 2016 11:26 am

· #328522
פרייוויליג
יעדעס מאל איך הער בערני רעדן וועגן ארץ ישראל רעגט ער מיך מער אויף. אין צוגאב צו אראפנעמען זיינע אויערן און אים אפשערן, ברויך מען אים יעצט אנשמירן די פנים מיט שווארצע פעינט. וואספארא חוצפה איז דאס צו זאגן אס איז דא שלעכטע מענטשן אויף ביידע זייטן? בלויז ווייל ער וויל גוט געפעלן פאר די גאר לינקע! ער איז אן עקלדיגער זקן.

דו רעדסט דאך ווי אן אומציוויליזירטער פארשוין.
ער האלט זיך פאר א לעבנסלענגליכע ציוניסט, אבער האט זיך דערוואגט צו קריטיקירן וויאזוי מדנ"י פירט דורך אירע מיליטערישע קאנפליקטן. דערפאר קומט זיך אים ד' מיתות בית דין?
קאם אן, אסאך ווערן אנגעהיצט ווען איינער זאגט א ווארט, אבער דו דארפסט נאכנישט ארויספליען פון די כלים ווי א פרימיטיוו, א פאנאטיקער.

פרייוויליג » זונטאג אפריל 10, 2016 11:44 am

· #328525
איך ליין פארנאטיקער עמיצער וואס ווידמעט זיין גאנצע לעבן מיט העץ רייד קעגן ארץ ישראל.. פונקט ווי די נטורי קרתא און אנדערע גרופעס הידועים לשומצה..

און צו בערני: ער איז נישט קיין פריינד פון ארץ ישראל. פונקט ווי זיין צורידערטע סאשיליזעם שטעלונגען, נעמט ער עקלדיגע שטעלונגען קעגן אחינו בית ישראל.

פרייוויליג » זונטאג אפריל 10, 2016 12:16 pm

· #328526
היינטיגע פאול
📎 image.jpeg

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 2:11 pm

· #328543
פרייוויליג
היינטיגע פאול

וואס נאך זאגט פאקס ניוס? כבין זייער נייגעריג? און וואס זאגט שאולזאהן?

ליפא » זונטאג אפריל 10, 2016 2:13 pm

· #328545
שבת אחים
פרייוויליג
היינטיגע פאול

וואס נאך זאגט פאקס ניוס? כבין זייער נייגעריג? און וואס זאגט שאולזאהן?

(You're freakin hilarious... (not to confuse with Hillary ...

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 2:15 pm

· #328546
פרייוויליג
איך ליין פארנאטיקער עמיצער וואס ווידמעט זיין גאנצע לעבן מיט העץ רייד קעגן ארץ ישראל.. פונקט ווי די נטורי קרתא און אנדערע גרופעס הידועים לשומצה..

און צו בערני: ער איז נישט קיין פריינד פון ארץ ישראל. פונקט ווי זיין צורידערטע סאשיליזעם שטעלונגען, נעמט ער עקלדיגע שטעלונגען קעגן אחינו בית ישראל.

צורידערטע סאושליזים? דו זיי מסביר פארוואס סאושליזים איז צורידערט און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס קעפיטיליזם איז צורידערט! דיעל?
כהאב טאקע באמערקט אז אלע סאושליסט קאונטריס זענען די מענטשען ממש צורידערט!

ליפא » זונטאג אפריל 10, 2016 2:24 pm

· #328548
פון ניויארקטיימס

Rabbi David Niederman, president of the United Jewish Organizations of Williamsburg and North Brooklyn, said that late last year a friend called him asking him to support Mr. Sanders. He responded that he wanted to learn more; he had supported Mrs. Clinton in the 2008 Democratic primary. Rabbi Niederman said he had never heard from the Sanders campaign directly and eventually decided to vote for Mrs. Clinton again after speaking with her twice.

“At this point, I have a candidate whom I know, who has worked very well, who understands the general needs of the country, who understands and respects the Jewish communities and other communities’ religions and rights,” he said. “And that is somebody that I am on a personal level going to support.”

Rabbi Niederman was one of several Jews interviewed for this article who expressed disappointment that Mr. Sanders wasplaying down his Jewish heritage.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 10, 2016 2:25 pm

· #328549
ראמענישע בהמה! וואס בארעדסטו אזא מעכטיגע מענטש בשם א ציבור אידען!? און אויף נערישקייטען ווי זיין אידישקייט?!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 2:26 pm

· #328550
פרייוויליג
יעדעס מאל איך הער בערני רעדן וועגן ארץ ישראל רעגט ער מיך מער אויף. אין צוגאב צו אראפנעמען זיינע אויערן און אים אפשערן, ברויך מען אים יעצט אנשמירן די פנים מיט שווארצע פעינט. וואספארא חוצפה איז דאס צו זאגן אס איז דא שלעכטע מענטשן אויף ביידע זייטן? בלויז ווייל ער וויל גוט געפעלן פאר די גאר לינקע! ער איז אן עקלדיגער זקן.

א עקלדיגע זקן!? אזוי??? זיין לייקעבליטי אין אמעריקע שטייגט איבער יעדעם פון די אנדערע קאנדידאטן אריינגערעכענט הילערי קלינטאן! כ׳ווייס נישט צו ס׳איז שוין געוועהן אמאל אין היסטאריע א קאנדידאט וואס רוב אמעריקאנע דעמקראטן האבן געהאט אזוי סאך רעספעקט, אפילו א ריזיגע חלק פון הילערי שטיצער וואס ווילן א פרוי זאל ווערן פרעזידענט נעמען אראפ דאס היטל פאר בערני, איך האב נעכטן גערעדט צו דריי פרויען וואס שטיצן הילערי זיי אלע זאגן אז זיי ווילן הילערי אבער זיי האבן רעספעקט פאר בערני, אפילו א ריזיגע חלק פון ריפובליקאנער וואס איך האב גערעדט במשך מיינע טריפס צו קאמפיינען פאר בערני- ס׳איז נאכנישט געוועהן אין די היסטאריע אז אזא ליבעראלע קאנדידאט וואס אפילו די רעכטע חדר פארשטייט אז ער מיינט עס אמת׳דיג און רעדט פון הארץ!

בערני איז די מערסטע באליבט ביי די אמעריקאנע פאלק פון עני אנדערע קאנדידאט וואס לויפט יעצט פאר פרעזידענט! סאו קריך אראפ פון דעי בוים און הייב אן אנצוזעהן ריעלעטי!

פרייוויליג » זונטאג אפריל 10, 2016 2:50 pm

· #328552
איך ווייס עפעס א חסידות (-----) וואס דערציילן די זעלבע געשיכטע אויף זייערע רבי.. הה״ד אהבה מקולקלת.

נישט אומזיסט האט ער פארלוירן א סך מער סטעיטס צו קלינטאן. איך גיי באמת שלעכט שפירן פאר דיך א טאג נאך וואס בערני פארלירט, מען וועט פארגעסן ווער עס איז געווען. איך האלט פון הילערי א סך ווייניגער ווי דו האלטס פון איר. יא קלינטאן האט מעגא סקאנדלאן, אבער די רעאליטי איז אז זי גייט זיין די דעמאקראטישע נאמעני.

יעצט אביסל סובסטענס - זיינע פאליסיס איז אוממעגליך אויסצופירן, ער וועט זינקן אמעריקע לייק נעוער בעפאר. עס איז אוממעגליך צו צושטעלן פרי העלט קעיר פאר יעדעם. און נאכדעם האט ער זייער ווייניג ערפארונגען אין פאריין פאליסי.

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 4:04 pm

· #328561
קודם פאר מיר גייען ווייטער, דיין ערשטע סטעטמענט איז נישט אמת בערני האט געוואונען מעהר סטעיטס ווי קלינטאן.

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 4:17 pm

· #328562
זיינע פאליסיס איז אוממעגליך אויסצופירן??? פון ווי ווייסטו? אין רוב נארמאלע לענדער אויף דער וועלט האט יעדער פרייע העלט קעיר, פארוואס אונז אמעריקע וואס זענען רייכער ווי די אלע לענדער קען נישט ??? לאמיך הערן א נארמאלע ארגעיומענט, סתם רעדן אין די וועלט אריין אן ברענגען פראקטישע פאקטן קען איך אויך! די עסטעבלישמענט וויל אז די מענשטען אין אמעריקע זאלן זיך איינרעדן אז מ׳קען נישט! זאג פארוואס נישט? טריליאנען פאר די ארמיי האבן זיי? ביליאנען אויסצובעילן די רייכע און וואל-סטריט האבן זיי יא געקענט?

#צו באמבעדירן ברוינע מענטשען אז דא א ענדלאזע קאסע פון געלט, אבער פאר מעידיקעיר און ריינע וואסער פאר זייערע אייגענע בירגער איז פלוצלינג נישטא קיין געלט

גר ותושב » זונטאג אפריל 10, 2016 4:55 pm

· #328566
אה יצחק קלאר האט א נייע אנאליז אויף קול מבשר בנוגע דער זקן וכסיל ער זאגט אז המשך יבוא איך קען קוים ווארטן

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 5:09 pm

· #328568
https://www.youtube.com/watch?v=vpfy6vh ... e=youtu.be

געבט א קוק וואס דער זאגט פאהר

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 5:11 pm

· #328570
יצחק קלאר און קול מבשר, וואס דארפן אונז מעהר פון דעם?

אז מרעדט שוין יא איז כדאי צוצולייגן אז אין די אידישע ליכט אין די באוויסטע קאלום פון ״די קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט״ איז באשריבן געווארן אז דער זקנה וכסיל׳טע גייט געוואונען די עלעקשאונס ווייל זי האט באקומען א ברכה פונעם סקווערן צאדיק.

ווידער אין ״דער איד״ אין די קאלום ״פון דא און דארט״ איז באשריבן געווארן אז דער זקן וכסיל סאנדערס האט זיך נאך קיינמאל נישט געטובלט אין מים אחרונים וואסער און ער ניצט דוקא נעגל וואסער אפילו אין יו״כ שחל ליהות בחול רח״ל!

הייקינד און קאללער האבן זיך פאראייניגט (נאכדעם וואס זיי האבן זיך גענעדיגט קריגן איינער מיטן צווייטן) אפצושאקלן פון די זקן וכסיל קליפה און זיי האבן געהייערט צימערמאן זאל ארויסטרייבן דעם המן פון שטאט! זיי פלאנען ערנסט צו פינאצירן א ברענד נייע קעריטש פארן לוחם מלחמת השם!

א פראטעסט וועט היינט ארויסגייען פון ראדני קארנער דיוויזשען, הרב איצא גליק בעט קיינער זאל נישט ווארפן קיין אייער וואס איז מ׳האט נישט בודק געוועהן פארדעם צו סהאט א בליץ טראפ, אומגעואשענע אייער וואס מ׳האט נישט בודק געוועהן איז מותר לכתחילה לכל הדיעות.
#א מין אומדערהערטע חוצפה #כלנו למערכה

מאטי » זונטאג אפריל 10, 2016 5:26 pm

· #328573
מיין אפיניען איז, בערני שטיצט מד"י, ער פארשטייט וואס כאמאס איז, ער וויל זיך אבער נישט אמפערן מיט זיינע שטיצער "פענס" וועלכע זענען מיינסטענס אינגע "פרי פרי פאלעסטיין" ליבעראלן.

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 5:30 pm

· #328574
ברעיקינג נייעס: די ״עונג שבת״ האט ענדאורסט טראמפ פאר פרעזידענט, די ״עלים לתרופה״ האלט זיך דערווייל אפ פון ענדארסן א קאנדידאט פאר פרעזידענט אבער לויט ווי עס זעהט זיך אויס שטימען זיי צו מיטן ״דבר יום ביומו״ און שטיצן טעד קרוז פאר פסח׳דיגע חרוסות.

# ומי יעמוד בסוד קדושים

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 5:36 pm

· #328575
https://www.youtube.com/watch?v=uZrKOTs ... e=youtu.be

סענדערס איז גוט אפר היטן.. אבער פאר פרעזידענט????

הערטס דבריך היוצאים מן הלב פון א ריין שווארצע הארץ... טעמו וראו..

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 10, 2016 5:40 pm

· #328577
שבת אחים איך ווארף זיך פאר געלעכטער, ווען דו ביסט אין די כלים איז א מחי',
כ'בעט דיר נאך אלץ, איך פארשטיי דיר, אבער נעם נישט זאכן אזוי פערסאנאל...!!!! ס'נישט געזונט, און אויב בערני ווערט נישט פרעזידענט ווייס איך נישט צי דו וועסט קענען באצאלן די העלט אינשורענס ביללס, סאו געב אכט!

ישראל קאפקע » זונטאג אפריל 10, 2016 5:55 pm

· #328578
"Sanders' boyhood street, now ultra-Orthodox, feels the Bern" https://t.co/JXTN10EsMW

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 6:07 pm

· #328579
https://www.facebook.com/TimSelatySr

שבת אחים » זונטאג אפריל 10, 2016 6:47 pm

· #328584
הילערי׳ס פראפעגאנדע ליגענט אז זי האט באקומען צוויי מיליאן מעהר שטימען.
Hillary's Disingenuous Claim That She's Won 2.5 Million More Votes is Bogus. Here's why

http://www.opednews.com/populum/pagem.p ... 1-967.html

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 6:57 pm

· #328586
https://www.youtube.com/watch?v=uZrKOTs ... e=youtu.be

דברים כדרבונות

קאמפיאטער » זונטאג אפריל 10, 2016 8:05 pm

· #328596
וואס די מעשה מיט קאלעראדא?
איך זעה טראמפ שעלט.

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 8:30 pm

· #328605
https://www.youtube.com/watch?v=e0rtxRF4KnY

פרישע מענטשן גייען הייס פאר טראמפ

ישראל גלויבער » זונטאג אפריל 10, 2016 10:36 pm

· #328622
http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/tr ... itarianism

ישראל קאפקע » זונטאג אפריל 10, 2016 11:31 pm

· #328631
ישראל גלויבער
http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

ישראל גלויבער » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm

· #328729
ישראל קאפקע
ישראל גלויבער
http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע

ישראל גלויבער » מאנטאג אפריל 11, 2016 3:50 pm

· #328732
ישראל קאפקע
ישראל גלויבער
http://www.vox.com/2016/3/1/11127424/trump-authoritarianism

צי האסטו אויפגעגעבן אויף טראמפ, אדער ווייסטו נישט וואס authoritarianism מיינט?

כ'מיין אז כ'פארשטיי יא וואס ס'מיינט, און דאס האלט איך טאקע
אדרבה בעסער מיר אויס טאמער איך ווייס נישט גוט

ברוך בער » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:27 pm

· #328746

ברוך בער » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:31 pm

· #328747

ישראל גלויבער » מאנטאג אפריל 11, 2016 4:43 pm

· #328750
https://scontent-sjc2-1.xx.fbcdn.net/hp ... e=578425F4
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40