הער א מעשה.
איך האב געוויזען פאר א חבר דיין באמערקונג דא וועגן אושא'ס ניגון און אט הערט און שטוינט. מיין חבר האט געכאפט אז דער ניגון פון אושא וואס איז איינע פון די חשובסטע ניגונים ביי אושא, אזאש אז מען האט דאס געזונגען ביין זיין לויה בשעת שריפת גופו, האט א גרויס חלק צו פארדאנקען א ארטאדקסישען יאנג איזראעל רב פון הונדרעט יאר צוריק.
עס איז כדאי אנצומערקן אז אושא איז מסתמא די סאמע גרעסטע גורו (משפיע) אין די מאדערענע עפאכע. זיין מאוומענט האט מיליאנען אנהענגערס.
מיין חבר האט זיך נישט געפוילט און האט היינט אפגעשריבן אן אימעיל צו זיין אייניקל. בייגעלייגט האט איר א קאפיע פון דעם אימעיל.
עס שטעלט זיך אויס אז דער בעל מחבר פון דעם וועלטס באקאנטען שלום עליכם ניגון, האט אויך געמאכט א גאר באקאנטע פורים ניגון און די צוזונג (chorus) פון דעם ניגון איז די מקור פון דעם ערשטען פאל פון אושא'ס ניגון.
אגב, די השתלשלות פון דעם "שלום עליכם" ניגון איז הערליך באשריבען אויף דעם וועבזייטל אין די לעצטע פאר בלעטער דארט. זיי ברענגען אז דער קאמפאזער זעלבסט האט געשריבען מיט באוואונדערונג אז זיין 'שלום עליכם' מעלאדי איז אנגעקומען צו א איד אין אינדיע. ווי ערשטוינט וואלט ער געווען ווען ער דערלעבט צו זעהן אז זיין "Oh, once there was a wicked, wicked man" איז אנגעקומען צו זיין פון די חשובסטע ניגינום ביים גרעסטען אינדיאנער גורו.
קענסט אויב אזוי שלאפן רואיג אז די תורה צוה ניגון וואס דיין טאכטער האט געזינגען שבועות ביים טיש, איז נישט במקורו א ניגון פון אן אינדיאנער גורו, נאר פונקט פארקערט גאר, די גורו האט דאס גענומען פון אונז. לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיין חבר האט דא צוגעטראפען א הויפט-טרעף.
נ.ב.
קוקט אויך אין דעם בייגעלייגטן אימעיל פאר נאך אינטערסאנטע נקודות. איך קען עס נישט קאפיען און פעיסטן, עס פארלירט אלע לינקס. ווער עס קען דאס טוהן, תבא עליו ברכה.
ביי דעם געלעגענהייט וויל איך באדאנקען יואליש פאר אלע זיינע תגובות דא.