רביה''ק זי''ע איינער דא קען
די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.
וואס איז די קאמפליקאציע? זעט אויס ווי א פשוט'ער ניגון פון צוויי פעלער וואס גייט איבער און איבער, נאר די שיינקייט איז אז א יעדעס מאל גייט עס אביסעל שנעלער און שנעלער, עפעס אזוי ווי האפ קאזאק.
אריגינעלע מקור פון פארשפרייטע גוי'אישע ניגון.
די אריגינעלע רוסישע ווערסיע פון Boris Fomin און Konstantin Podrevsky
רעקארדירט אין 1925 און
1926 .
די ענלישע ווערסיע פון Gene Raskin געזונגען דורך Mary Hopkins רעקארדירט אין 1968.
און היינט צוטאגס אין רוסלאנד זינגט מען שוין נאך
די ענגלישע ווערסיע .
דורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:51 am צלפחד האט געשריבן: די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ... https://youtu.be/OceaHqks3HA בנוסח אחרת אן קול אשה. די ניגון אזויווי מ'זינגט עס אין וויזניץ. די דריטע צו די לעצטע ניגון, 19-ניגון עתיק-ויזניץ
ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.
צפור בודד ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.
אפשר איז
דאס בעסער? אין וויזניץ פאנגט מען אן מיט די צווייטע פאל.
רביה''ק זי''ע ביידע ווערסיעס פון ניגון זענען הערליך שיין. די וואונדער איז ביי די רוסישע פארט. ווי די גאנצע ארקעסטרא שפיעלט מיט אזא הארמאניע...! די רוסן קענען...!
זעהצעך אויס אז דער פאסטוך האט עס נישט אינגאנצן פארגעסן... https://youtu.be/84UuXEoZ7Zo
[ציטאט אראפגענומען]
אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.
תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU
נאך א חילוק: ביי אונז שאקלען זיך די חסידים, ביי זיי די חסידיסטעס.
שמערל אינטערסאנט, ס'דא א לאנגע היסטארישע דעסקריפשאן, און גארנישט וועגען נגינה ארקעסטרע....
כ'געדענק ווי דער שפילער פלעגט זיך אונטערלאכן ווען עפעס א רעבעזעכוסויגןעלינו איד פלעגט אים דערמאנען, 'העי, האסט נישט געמאכט די הקדמה. מאך עס!' 'יא? האסט עס ליב די אינטרוי? ס'איז שיין איא? וויאזוי גלייכסט עס, אזוי?' 😂
דאסמאל א פארקערטע מעשה,
א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין
איטאליעניש און נאכהער אין
נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט .
הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר
דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.
רביה"ק זי"ע: דער ניגון רירט אן די סטרונעס פון די נשמה. סיי ביי אידן און סיי ביי גויים...! ס'איז נישט אדער, אדער...!
רביה''ק זי''ע דאסמאל א פארקערטע מעשה,
א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין
איטאליעניש און נאכהער אין
נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט .
הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר
דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.
בלויז ממש די ערשטע תנועה איז ענליך צו די ערשטע תנועה פון בעילא טשאו. נישט דער שרייבער מאכט די צושטעל. ער שרייבט די פראטעסטירער האבן אנגעגעבן די מקור.
די קלעזמער ניגון איז זייער באקאנט. כ'האב עס געהערט שפילן ביי היימישע שמחות.
די בעילא טשאו איז ווייטער באקאנט געווארן דורך א פאפולערער דעינישער די זשעי,
וועלכער האט עס פארהיינטיגט ביי א פעסטיוואל . נאכדעם האבן עס
היימישע מוזיקאנטן מעלה געווען . נאכדעם האבן שעפערישע בחורים עס נאכגעזינגן ביי א חתונה אונטערן נאמען "
ארויס פון בב ל", ע"ש די געשריי אין גוואטאמאלא.
דָּוִד רבי נחמן נחמן מאומן the popular song comes from a Romanian song called numa numa (just google it) which apparently was inspired by someone who felt numa numa sounded like uman uman
נאך א רבי נחמן
https://youtu.be/Rfr9bhSmfXc
The homesickness march ויקרא שמו בישראל '
מארש מנוחה ושמחה '
ווי האט נאר ר' יוחנן סטאלינער געזאגט: "אלע אונזערע ניגונים האבן א מקור אין קדושה..." ומי יעמוד בסוד קדושים...
https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls דערמאנט מיר גאר שטארק עפעס
ווי פונקטליך קומט דאס אהער?
רביה''ק זי''ע ווי פונקטליך קומט דאס אהער?
אפשר מיינט ער צו זאגען, אז דוד המלך האט גענומען די הללויה'ס פון לענארד כהן...
אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל
berlbalaguleh אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל
און די אנדערע העלפט פון hasidic זינגערס...
איך ווייס שוין דאס שיינע שטיקל https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls איז געווארן אן ערנסטע חופה ניגון https://www.youtube.com/watch?v=haCvrUf8oYc
איך ווייס נישט צו דאס קומט אריין אהער, די נאציאנאלע הימנעס פון די
UK און פון
ליכטענשטיין , און די קעניכליכע הימנע פון
נארוועגיע , זענען די זעלבע מעלאדיע.
ביבער אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.
תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!
ביבער:כ'האב יעצט געהערט די זינגערין וואס דו ברענגסט אין לינק. זי זינגט עס גוט. אבער די מערסטע נישט אידישע. און אפילו אידישע זינגערינס וועלכע ווייסן נישט וואס די ליריקס מיינען, זינגען עס פעלער'דיג. כמו שאמרתי למעלה...!
berlbalaguleh ביבער https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!
יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)
זאפטיג: ווייל זיי ליינען פון א סקריפט. כמו שאמרתי. אז זיי פארשטייען נישט די ווערטער. משא"כ א יוד וועלכער פארשטייט אויכעט אונגאריש, ליינט עס ריכטיג. דער קאליווער רבי זצ"ל האט עס נאך געזינגען די בעסטע פון א יעדעם...!
jingle bells
בינעך געווען ביי א חתונה, און דער זיידע האט געטאנצען מצוה טאנץ אויפ'ן ניגון פון jingle bells !!!!! צו מיין פארוואונדערינג האבן מיר די אייניקלעך געזאגט אז דער ניגון שטאמט נאך פון דערהיים און מען פלעגט נוצן דעם ניגון אויף "קדיש תתקבל" ראש השנה ביים דאווענען... האט איינער מער אימפארמאציע דערפון איך בין זייער נייגעריג ווי איז די מקור פון דעם ניגון ? טענקס אין עדווענס
גראדע די ניגון האט בעצם גארנישט קיין שייכות צום חג המולד, די ווערטער זענען איבער די גלעקלעך פונעם שליטן און ווי געשמאק ס'איז צו גליטשן אויפ'ן שניי, נאר וויבאלד קראצמאך געפאלט אויס אינעם ווינטער איז עס געווארן א קראצמאך ניגון, אזויווי נאך אסאך ווינטער ניגונים. איך געדענק נאך ווען אלץ קינד ווען אונזער קיבאורד-פיאנא האט געהאט דעם ניגון, האב איך שוין דעמאלטס געטראכט אז ס'וואלט געפאסט פאר א חסידישע ניגון, ס'האט אזעלכע הימלישע טענער גראד פון גן עדן ארויס, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען די ניגון דארט אויבן.
רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!
זאפטיג berlbalaguleh ביבער https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!
יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)
זאפטיג: נישט ריכטיג. די הברה הונגרית פון תמלא (איי) איז ..."טעמא-לעיי". נאר זי איז שטארק מדגיש דעם צעי-רעי. אזוי ווי אלע אונגארישע...! אבער זי זאגט נישט טע-מא-לי...!
דאס גענוי האב איך געמיינט ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון
רביה''ק זי''ע די דריטע פאל פון
דעם מארש איז קלאר גענומען פון
דעם רוסישן פאלקס ליד .
גראדע די ניגון זינגט אויך יום טוב עהרליך https://youtu.be/l-_AYHyGpoM
מן הסתם א גונב מן הגנב...
דאס איז א די ווערטער פון א הערליכער מוסר-ליד, ווי א טאטע און זון ארגומענטן צווישן זיך. ק/פ: װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג זשע מיר: ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן… באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אויף דיר, אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן; ס׳איז נישט גענוג, דו װילסט נישט לערנען גאָר, דעם רבין, נעבעך, טוסט דערצערנען, שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר, און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען! – נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט – אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן! פֿאַר װאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט? – זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן! כ׳האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז, ער האָט מײַן חומשל צעריסן, – דערפֿאַר האָט אונדז דער רבי אױף זײַן שױס נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן. – װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל ענטפֿער ד׳רױף: די שכנים זאָגן – כ׳מוז זײ גלײבן! – דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן… צי איז דאָס שײן פֿאַר ײִדן, זאָג אַלײן, מיט טױבן זיך אַרומצויאָגן? האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן!… נישט אמת, טאַטע, ס׳איז נאָר קױם אַרױס אַ שטיקל שױב, מע קען עס צוקלעפּן… איך יאָג זיך נישט – איך קוק זיך צו נאָר בלױז, װי שײן די טײַבעלעך זיך שוועבן, װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף, װי שײן די קערענדלעך זײ פּיקן, װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף, װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן… – װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ׳פֿרעג דיך נאָר: אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע! װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר, געקענט װי װאַסער די גמרא. אַ ײִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד, נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען. אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט, װאָס קאָן גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען! – דער זײדע האָט אַ מאָל דערצײלט פֿון דיר: פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן… ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר, דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן… הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו – האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא: װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו, פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה. דער הערליכע ליד איז פארפאסט געווארן דורך דעם לעגאנדערער אידישער פּאָעט און דיכטער מרדכי געבירטיג ע''ה, וועלכע איז אומגעבראכט געווארן אינעם קראָקאָווער געטאָ דורך די פארשאלטענע נאציס ימ''ש. געבירטיג האט אייגענטליך אויך פארפאסט דעם הארץ-רירענדע מעלאדיע איבער דעם האליקאסט: אונזער שטעטעלע ברענט...
און פון וועם האט ער עס גע'גנב'ט?
berlbalaguleh רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!
באקאנטע זאך. ס'איז מעידזשער רוב אידישע ניגונים זענען מיינאר - אזוי מער קרעכצעדיג, א מקור האב איך נישט כ'האב נישט געזעהן דא אדרבא אויב איינער האט גלייב איך יעדער וואלט הנאה געהאט.
ס'קלינגט ווי אזא Christmas Carrol אז ס'איז א נחת
זאפטיג דאס גענוי האב איך געמיינט ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון
ס'קומט פון די באקאנטע מאווי (The Gadfather (1972 רעדט זיך פון די טרויעריג בארבארישע איטאליענע מאפיא. אונטערן איז באקאנט צו נאשן אסאך ווייל די 'היימישע' עולם ווייסט ממילא נישט קיין חילוק... גארנישט מיט אינדיע איינגעלייגט...
(לאמיר נישט אריינגיין אז יענע מעשה איז נישט געשעהן אין אינדיע נאר אין עפעס א פיקטיווער וואלד, און נישט מיט קיין מענטשליכע קעניג נאר מיט א לייב... The Lion King)
נאדיר דעם soundtrack פון די מאווי. אזא יצירה רופט זיך א film score
http://www.youtube.com/watch?v=HWqKPWO5T4o
און דאס איז א לייוו ווערסיע דורך א באקאנטער פידלער אנדרעי ריאו משוגע צו ווערן
http://www.youtube.com/watch?v=s_cH0xGWblM
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע
דגל מחנה אפרים, ריש פ' וירא.📎 IMG_5700.JPG קען אפשר אויך האבן א שייכות. ליקוטי מוהר״ן (ח״א סוף תורה כז).📎 IMG_5699.JPG
איז ממילא געדרינגען, אז טאמער וועט מען אים אלע חדרים זינגען עי בי סי די עי עף גי, מיט אלע קינדער אין קינדערגארטן, וועט די גזירת החינוך בטל ווערען.
ועיין ג״כ מזה לעיל בליקוטי מוהר״ן בתורה ג (בסופו). *** אז מ׳רעדט פון הרב עובדיה יוסף זצ״ל, אין די איזרעילי-אמעריקאנער מיניסיריס Our Boys, איבער די מארד פון מוחמד אבו ח׳דיר, ווייזן זיי ווי די אידישע מערדערס הערן א גוי׳שע ניגון אויף די ראדיו. זיי רעדן זיך אפ אז אפילו ניגונים גנב׳ענען די ערביים, והא ראיה אז הרב עובדיה זינגט דאס און היעלה על הדעת אז ער זאל זינגען א גוי׳שע ניגון?...
א-ל מסתתר
בשפריר חביון
השכל הנעלם
מכל רעיון
עילת העילות
מוכתר בכתר עליון
כתר יתנו לך ה'!!
VIDEO
https://youtu.be/sJsJYUpbhIs?t=14
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע
אידען, זינגט אלע צוזאמען. לעבעדיג...
VIDEO
* האב איך יעצט באמערקט אז ער איז נישט גוט ארויף. פאראכטן. ווער זינגט 'איך האב א פילינג אז היינט נאכט וועט זיין יו"ט'? אין די בעקראונד ביי 3:05, ליפא?
VIDEO
שמעו:
VIDEO
רביה''ק זי''ע שנעל זאג ווי דיין קאפ איז אלס געווען, נאכדעם וועט שוין אלעס קלאר ווערען...