☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר

וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5682
בלאט: 1 2

hotel » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:39 pm

· #176323
וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר
לעצטענס שפיר איך אז דער אויבערשטער איז נישט צופרידן מיט מיר זאכן האבן זיך מיר גענומען גיין מיטן פיטום אראפ אנגעהויבן ביי פרנסה און געענדיגט ביי כל מיני צופאלן וואס איך שפיר אוואו איינער פון אויבן זאל מיר פרובירן צו מרמז זיין אויףעפעס נישט גוט און מיין התנהגות יעצט איך זאג נישט אז איך בין דער גרויסער צ אבער פארט קען איך נישט טרעפן עפעס א מוראדיגער מאוו לרעה וואס איך זאל האבן געמאכט לעטלי {חוץ מיין ארויפגיין אויף קאווע} יעצט איז מיין שאלה איז דא עפעס א וועג עפי דרך הטבע.סגולה,קבלה ,צו געוואר ווערן ? אן להוי ידוע איך האב נישט קיין שום שייכות מיט עני גראבונגען\גיוס אדער סיי וואס פון די לעצטיגע פירצות

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 4:51 pm

· #176331
עס איז גאנץ קלאר וואס גאט וויל פון דיר. גאט וויל אז ס'זאל דיר גיין שווער וזהו. די וועלט זאגט אז God has a sick sense of humor. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער פארוואס מיינסטו אז ער שוקט דיר מעסידזשעס אז דו דארפסט דיך פארבעסערן? מיינסט אז ווען ער וויל דיר ווען שוקן א מעסעדזש האט ער נישט בעסערע וועגן עס צו שוקן? למשל אין פאסט, אדער דורכן דיר געבן א מיליאן דאלער. בקיצור, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט זעהן אין דיין מצב מער ווי א שווערע דורכגאנג (רוף עס נסיון) און נישט מער.

איך ווינטש דיר אז זאכן זאלן גיין צום גוטן ווי אמשנעלסטן.


.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:03 pm

· #176333
אפשר איז פשוט באשערט פרנסה פאר דיין רבי אדער פאר קופת העיר

הבא ללמד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:30 pm

· #176341
דער טאטע און הימל וויל דיין גיט'ס , דע קשיא וואס די פרעגיסט פארוואס פינק יעצט איז קיין קשיא נישט (אפילו יא אינטערסירט מער אויך נישט ווייל הצור תמים פעלו)ווייל עס קען פשוט זיין אז ער ווארט שוין א לאנגע צייט אויף דיין פארבעסערונג פשוט ווייל ער איז א ארך אפים,נאר ער זיעט אז טיסט זיך נישט פארבעסערן כאטש ער געט דיר אזוי פיל גיטס, טרייט יעצט אויף דע מהלך

קענסט דע ניגון פין יונתן שווארץ מיט דיעם וואס ער אראפ געשאסען געלט און מען האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, האט געמיזט ווארפען שטיינער אז מען זאל כאפען אז ווארט אויף אים

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:35 pm

· #176343
hotel
וואס וויל דער אויבערשטער פון מיר

פרעג אים אליין.
כאפ א שמועס מיטן רבש"ע, דערצייל אים די גאנצע מעשה, זאג אים דעם אמת אז דו ווילסטיך פארבעסערן אבער דו ווייסט נישט וואס דו טוסט ראנג, און בעהט אים אז ער זאל דיך פירן אויפן ריכטיגן וועג, ער זאל דיר אנווייזן וואס דו האסט צו טוהן.
אילמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:39 pm

· #176344
עס איז מסתמא פשוט צדיק ורע לו! אבער אה, זאגסטעך אז ביסט נישט דער גרויסע צ', סאו ווייסעך נישט....

לאמיתו של דבר, לב יודע מרת נפשו. קיינער וועט נישט וויסן דעם תירוץ בעסער ווי דער מענטש זעלבסט.

נאר ווי הוגה שרייבט שוין (אפשר אביסל צו ברייט לויט מיינע פשוט'ע השגות), זאכן זענען נישט אזוי בלעק-און-ווייט, עס מיינט נישט אז אויב וועסטו זיך פארבעסערן מיט א געוויסע זאך גייט דיר אויטאמאטיש זאפארט בעסער ווערן, זאכן האבן טיפערע חשבונות ווי פשוט'ע שכר ועונש אויף דער וועלט, הגם מען קען נישט מחלק זיין מיט מדה כנגד מדה, ובמדה שאדם מודד מודדין לו וכו', אבער עס איז נישט קיין ספק אז הרבה עשו כרשב"י ולא עלתה להם, נישט יעדער באקומט א בינטל מטבעות פאר יעדע מצוה, אין פאקט כמעט קיינער נישט.

דער מענטש דארף זעהן צו טון זיינס, מיט חשק און ענטוזיאזם. פרובירן מקבל זיין בשמחה זיין גורל, און טון דאס בעסטע אונטער די אומשטענדן (איך רעד יעצט צו מיר אליין. @שמעקעדיג, דו הערסט? אדער איך ציה דיר ביי די אויערן!), יעדער נברא גייט אדורך שוועריגקייטן און מען דארף זיך לערנען צו מתמודד זיין דערמיט, נישט חלומ'ען און פאנטאזירן פון פטור ווערן און אנטלויפן פונעם פראבלעם און דערווייל נישט טון וואס מען קען לפי המצב.

--
ברסלבר האקט

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:42 pm

· #176345
ער האט דיר זייער ליב!

את אשר יאהב השם יוכיח


.

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:50 pm

· #176347
דער (פינטעל) איד
ער האט דיר זייער ליב!

את אשר יאהב השם יוכיח


.


וויאזוי לייקט מען א האלבע תגובה?

ער האט דיר ליב! גוט געזאגט.

את אשר יאהב השם יוכיח, גוט נאכגעזאגט א פסוק. אבער וואס מיינט דאס? דאס הייסט אז איך דארף גיין אין גאס און קוקן זעהן דער וואס ס'גייט אים גוט האט אים גאט פיינט און דער וואס ס'גייט אים שלעכט האט גאט ליב?

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:54 pm

· #176349
און טאמער כ'וועל דיר זאגן אז את אשר ישנא ה' יוכיח מיינט דאס שוין אז דו קענסט גיין אין גאס און זען אז יעדער וואס האט צרות האט אים גאט פיינט?
די פוינט איז אז ס'איז דא אמאל וואס יסורים קענען קומען מחמת אהבה, וויילט גאט וויל מ'זאל פאררעכטן די מעשים אדער אפקומען אויף די וועלט פאר די הארבע חטאת נעורים. בקיצור ס'איז א win/win strategy. אויב איז דער בעל יסורים א צדיק איז עס יסורים של אהבה, אויב איז ער א בעל עבירה, איז עס א ביטערע עונש. אזוי ארבעט אייביג די לאגיק פון רעליגיע.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:54 pm

· #176350
דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן


.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:57 pm

· #176352
דער (פינטעל) איד
דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן


.

בקיצור, צרות ווייזן אויף גארנישט. נישט ביי א יחיד און נישט ביי א רבים.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:00 pm

· #176353
זיכער נישט. דער צדיק ורע לו איז דע שווערסטע אבסטעקיל פאר אונזער אמונה


.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:02 pm

· #176354
דער מופת חותך צו וויסן אויב עס קומט טאקע נאר מחמת אהבה איז, אז די יסורין של אהבה געליטענע האבן א טשויס צו זאגן "לא הן ולא שכרן"...
פרוביר עס אויס: ארבעט עס, איז א סימן אז ס'איז פון אהבה; אויב נישט, דאן you do the math 😛

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:04 pm

· #176357
דער (פינטעל) איד
איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן.


איך יא! just being honest.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:08 pm

· #176358
איך מיין אז די וויכטיגסטע זאך איז צו זיין זייער אויפריכטיג מיט זיך אליין, עס איז אמאל זייער באקוועם אנצולייגן זאכן אויפ'ן אייבערשטען, אבער מען דארף זיך זייער זייער שטארק מתבונן זיין צו איז די זאכן נישט א סימן אז עפעס איז מיט אייך נישט אין ארדענונג, [איר ווייסט אוודאי וואס יענער האט געזאגט מה עשה הקב"ה, כ'האב אים אראפגעלאזט א פאטש]
ווען א מענטש זעהט אז פארשידענע זאכן גייען אין די נישט גוטע ריכטונג דארף מען קודם זיך אליין באטראכטן, אפשר איז אייער מאטיוואציע געפאלן? אדער זענט איר ווייניגער קאנצעטרירט אין אייערע פריאריטעטן? [איר שרייבט אז איר זענט ארויף אויף קאווע שטיבל 😃 ]
אוודאי גלייבן מיר אז אלעס איז מן השמים אבער דאס מיינט נישט אז מיר מעגן מיט א האר אוועקקוקען פון אונזער אייגענע אחריות אויף אונזער גורל.

ראש הישיבה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:21 pm

· #176361
איך האב אויך אסאך מאהל אזעלעכע תקופות. איך וועל שרייבן מיין פערזענליכע צוגאנג. דאס איז פשוט אויב ווייס איך פון זאכן וואס דארפן תיקון, דארף איך טוהן כל מה שביכלתי לתקן אותו. דאס איז נישט אפהענגיג און דעם צו עס גייט מיר גוט אדער להיפך. ווידער בנוגע ווען עס גייט נישט גוט, קודם דארף איך זעהן צו איך האב נישט פארנאכלעסיגט געוויסע זאכן בגשמיות, וואס דאס איז גורם אז עס גייט נישט גוט. איך וועל קיינמאהל נישט מתקן זיין א זאך נאר ווייל די רבש"ע האט מיר געפליקט, ווייל אויב ער וויל זאל ער רעדן צו מיר שיין. אויב איך פיל א דרוק צו מתקן זיין עפעס, ווייל איך פיל אן התעוררות, וועל איך זיכער מאכן אז איך נעם נישט קיין גרויסער סטעפס. איך פיר מיר צו זאגן פארן רבש"ע די ווערטער פון די רבי ר' זושא, 'אז ווען מען איז אין די בלאטע קען מען נישט זיך רייניגן, ווען דו וועסט מיר ארויס נעמן פון די קלעם וועל איך זעהן וואס איך קען טוהן'. והעיקר, איך מאך זיכער צו האלטן די מוט אויף די העכסטע וואס איז שייך, ווייל אויב מען איז דאון, קען מען זיך נישט ריקן פאראויס.

אפטעמיסט » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:28 pm

· #176363
איך האב א צווייטע שאלה. פארוואס גייט מיר דאס לעבן אזוי גוט?
כ'בין נישט דער גרויסער צדיק אז כ'זאל ס'קענען תולה זיין אין דעם, און כ'בין אויך נישט אזא רשע אז מ'זאל זאגן רשע וטוב לו.
די לעבן גייט ב"ה בעסער ווי געפלאנט, פארוואס טאקע?

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:51 pm

· #176366
אפשר ווייל דו ביסט אן אפטימיסט?

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:52 pm

· #176367
יעצט באקומען א פריוואטער מעסעדזש. ער וויל איר זאלט שוין תיכף ומיד ארויסגיין פון שטוב נאר מיט אן אונטערהעמד און טאנצען א קאזאטשקע אין די גאס פראנט פון דיין הויז. טאמער טוסטו דאס נישט יעצט סטראשעט ער ער האט נאך פראבלעמען צו שיקען.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:53 pm

· #176369
אוי געוואלד, גאט האט זיך געעפנט א ניק אויף קאווע שטיבל! וואס טוט מען דא ווייטער?

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 6:58 pm

· #176371
יאיר
אוי געוואלד, גאט האט זיך געעפנט א ניק אויף קאווע שטיבל! וואס טוט מען דא ווייטער?


מלא כל הארץ כבודו, כי הוא יחיד ואין יחידות כמוהו, ס'נישט דא עפעס אויסער גאט. ס'נישט דא קיין לעיקוואד, יאיר אדער א קאווע שטיבל, ס'נאר דא גאט. אזוי האט אונז די בעש"ט געלערנט.

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:00 pm

· #176373
הוגה, איך בין דאך גאט אליין לויט'ן בעל שם טוב, ממילא ווייס איך גאנץ גוט אז דו רעדסט נארישקייטן.

הוגה » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:03 pm

· #176376
יאיר
הוגה, איך בין דאך גאט אליין לויט'ן בעל שם טוב, ממילא ווייס איך גאנץ גוט אז דו רעדסט נארישקייטן.


לאמיר נישט פארפירן די שמועס אין העמק דבר אריין ווייל האטעל האט דא אן ערענסטע נושא אויפן טיש. אבער למען השלמת הענין, ווי קאמיש איז צו זעהן ווי גאט זאגט פאר גאט אז ער רעדט נערישקייטן.

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:05 pm

· #176378
אזוי ווי איש עברי האט געשריבן ועוד.
צו גיין אויסחשבונען פארוואס פונקטליך גאט שיקט דיר יעצט א שווערע צייט, און צו איז עס טאקע ער וואס שיקט דיר עס, איז דאך נישט מעגליך, ביסטאך נישט אין הימל יעצט. און דאס איז קלאר אז קיין מענטש איז קיינמאל נישט ריין פון עבירות, דאס זעלבע ווי קיינער איז נישט ריין פון מצות. סך הכול וואס דו קענסט איז קוקן אויפ'ן מציאות, אויב איז עס עפעס וואס איז מחמת א שלעכטע טשויס וואס דו האסט געמאכט און ס'ליגט בידך צו פאררעכטן, דאן קענסטו טוהן וויפיהל ס'איז בידך צו פאררעכטן און דאס איבריגע איז דאך שוין ווייטער אינעם באשעפער'ס האנט און זיך עסן דערויף וועט נאר פירן צו א גלגל החוזר פון צער און עגמת נפש אויף זאכן וואס זענען מילא נישט אין דיינע הענט. ווידעראום אויב איז עס מתחילה אהן נישט צוליב דיינע טאהטן, און ס'איז נישט אין דיין כח צו טוישן, איז כאטש ווער נישט געפאלן ביי דיר, און פארשטיי אז די וועלט איז פאר קיינעם נישט א יושר'דיגן פלאץ.
ענדישער קאנצערטריר דיך אויף די גוטע חלקים וואס דו האסט מער פון אנדערע. לכל היותר נעם פון דעם א לימוד נישט גורם צו זיין מיט דיינע מעשים אז אנדערע זאלן דאס דארפן דורכגיין און אז ווען דו זעסט אנדערע מאכן מיט אזאנס זאלסטו זיי נישט תיכף דן זיין אז זיכער ווערן זיי באשטראפט אצינד, אדער פארקערט, זיי זענען אזעלכע צדיקים אז יעדע חוט השערה וועט ביי זיי - באזונדער ארויסגעשלעפט ווערן.

shem-tov » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:10 pm

· #176381
הוגה
עס איז גאנץ קלאר וואס גאט וויל פון דיר. גאט וויל אז ס'זאל דיר גיין שווער וזהו. די וועלט זאגט אז God has a sick sense of humor. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער פארוואס מיינסטו אז ער שוקט דיר מעסידזשעס אז דו דארפסט דיך פארבעסערן? מיינסט אז ווען ער וויל דיר ווען שוקן א מעסעדזש האט ער נישט בעסערע וועגן עס צו שוקן? למשל אין פאסט, אדער דורכן דיר געבן א מיליאן דאלער. בקיצור, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט זעהן אין דיין מצב מער ווי א שווערע דורכגאנג (רוף עס נסיון) און נישט מער.

איך ווינטש דיר אז זאכן זאלן גיין צום גוטן ווי אמשנעלסטן.


.


איך האב זייער נישט ליב צו קריטיקירן. אבער אפשר וואלט איר פאראכטן אייער ענגלישער סטעיסמענט ווייל סאיז כפירה און ליצנות אויף א שרעקליכער פארנעם. והוא רחום יכפר עון

יאיר » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:13 pm

· #176383
הוגה
יאיר
הוגה, איך בין דאך גאט אליין לויט'ן בעל שם טוב, ממילא ווייס איך גאנץ גוט אז דו רעדסט נארישקייטן.


לאמיר נישט פארפירן די שמועס אין העמק דבר אריין ווייל האטעל האט דא אן ערענסטע נושא אויפן טיש. אבער למען השלמת הענין, ווי קאמיש איז צו זעהן ווי גאט זאגט פאר גאט אז ער רעדט נערישקייטן.

לאמיר אויך נישט פארפארן, אבער עס איז גארנישט קאמיש. האסט זיך נאך קיינמאל נישט אליין אנגעשריגן אין מוח "הוגה! וואס רעדסטו אזעלכע נארישקייטן!"

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:14 pm

· #176386
זעט אויס האסט לעצטענס תשובה געטוהן, און דער באשעפער וויל דיר נישט פורע זיין דיין שכר בעולם הזה, נאר אזויווי פאר צדיקים, עס אוועקלייגן לעתיד לבוא. וואס דו קענסט יא טוהן איז גיין לאנגע הכנות, ווייל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער די הכנה צום מצוה געט מען יא שכר...
(באלד וועסטו מיר זאגן אז לאנגע הכנות איז טאקע איינער פון דיינע פראבלעמען, ביסט קאנסטעפעיטעד, שוין, כ'צוה צוריק)

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:15 pm

· #176387
shem-tov
הוגה
עס איז גאנץ קלאר וואס גאט וויל פון דיר. גאט וויל אז ס'זאל דיר גיין שווער וזהו. די וועלט זאגט אז God has a sick sense of humor. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת, אבער פארוואס מיינסטו אז ער שוקט דיר מעסידזשעס אז דו דארפסט דיך פארבעסערן? מיינסט אז ווען ער וויל דיר ווען שוקן א מעסעדזש האט ער נישט בעסערע וועגן עס צו שוקן? למשל אין פאסט, אדער דורכן דיר געבן א מיליאן דאלער. בקיצור, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט זעהן אין דיין מצב מער ווי א שווערע דורכגאנג (רוף עס נסיון) און נישט מער.

איך ווינטש דיר אז זאכן זאלן גיין צום גוטן ווי אמשנעלסטן.


.


איך האב זייער נישט ליב צו קריטיקירן. אבער אפשר וואלט איר פאראכטן אייער ענגלישער סטעיסמענט ווייל סאיז כפירה און ליצנות אויף א שרעקליכער פארנעם. והוא רחום יכפר עון

קען מען זאגן אז ס'איז מרומז ווייטער אין פסוק.
א מענטש האט חתונה געהאט מיט א גויטע און געהאט אפאר קינדער פון איר, דערנאך טוט ער תשובה. וואלט איך געוואלט מיינען אז דער סימן דאס גאט האט אים מוחל געווען איז נאר נאכדעם וואס זיינע קינדער פון די גויע שטארבן אפ.. דערפאר זאגט מיר דער פסוק ניין!
והוא רחום יכפר עון, אבער ולא ישחית!
מ'ברויך נישט אויסמעקן, כדי אים מכפר צו זיין.

טאמבל סאס » דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:16 pm

· #176388
געפילטע פיש
זעט אויס האסט לעצטענס תשובה געטוהן, און דער באשעפער וויל דיר נישט פורע זיין דיין שכר בעולם הזה, נאר אזויווי פאר צדיקים, עס אוועקלייגן לעתיד לבוא. וואס דו קענסט יא טוהן איז גיין לאנגע הכנות, ווייל שכר מצוה בהאי עלמא ליכא, אבער די הכנה צום מצוה געט מען יא שכר...
(באלד וועסטו מיר זאגן אז לאנגע הכנות איז טאקע איינער פון דיינע פראבלעמען, ביסט קאנסטעפעיטעד, שוין, כ'צוה צוריק)

הכנות אויכעט? אינטרעסאנט, מיין חתן טיטשער האט נאר גערעדט פון קטנים פארדעם.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:43 pm

· #176418
דער (פינטעל) איד
זיכער נישט. דער צדיק ורע לו איז דע שווערסטע אבסטעקיל פאר אונזער אמונה


.

אבער מ'מוז זיך מחזק זיין. דו זעהסט דאך אז די גמרא רעדט פון דעים. אמונה און ביטחון אין באשעפער איז נישט א זאך וואס מ'דארף זיך צווינגען צו האבן. מ'מוז עס שפירן. מ'מוז לעבן מיט דעים. אבער דאס מיינט נישט אז דער מענטש דארף נישט טון אלעס וואס ער קען זיך ארויסצודרייען פון דעם שווערן מצב אין וועלכן ער געפונט זיך. א קפיטל תהילים אדער צוויי העלפט אייביג צו פארלייכטערן דעם וועג וויאזוי מ'נעמט אויף דעם מצב. 😃 😃 😃 👍

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 14, 2014 8:51 pm

· #176423
הוגה
דער (פינטעל) איד
איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן.


איך יא! just being honest.

ס'איז נישט דא אזא מענטש. 🙄 . אלעס איז רעלאטיוו. איינער וועלכער ארבעט אין פאנדרעיזינג דעפארטמענט (פאר זיך אדער א צווייטן). אויב דער עושר, מולטי-מיליאנער האט היינט נישט געשמייכלט צו איהם, האלט ער אז ער האט געהאט א שווערן טאג. און א בית הכסא פיצער (ראטא-רוטער) וועלכער האט געהאט 6 דזשאבס, האלט אז ער האט געהאט זייער א גוטן טאג.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:21 pm

· #176438
אפטעמיסט
איך האב א צווייטע שאלה. פארוואס גייט מיר דאס לעבן אזוי גוט?
כ'בין נישט דער גרויסער צדיק אז כ'זאל ס'קענען תולה זיין אין דעם, און כ'בין אויך נישט אזא רשע אז מ'זאל זאגן רשע וטוב לו.
די לעבן גייט ב"ה בעסער ווי געפלאנט, פארוואס טאקע?

נו, דו הייסט דאך אפטעמיסט (לכה"פ אין קאווע שטיבל. ביי דיין ווייב הייסטו הער נאר, קוק נאר.). ס'דא א באקאנטע חסידישע מעשה ( להוציא מליבן של הליטוואקעס. הן ההיימישע והן הבודאפעסטער און אפשר לעיקוואוד אויכעט) אז א איד איז געקומען צו דעם מעזריטשער מגיד אז ער וויל פארשטיין פשט אין די גמרא אין מס' ברכות. "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" פרעגט ער דעם רעבין וויאזוי קען דאס זיין? האט איהם דער מגיד געשיקט ער זאל גיין אויפזוכן דעם רעבי ר' זושא (נאך איידער ר'איז נתגלה געווארן). הקיצור. קומענדיג אין שטאט פרעיגט ער זיך נאך אויף א ר' זושא. קיינער האט נישט געוואוסט צו זאגן ווער דאס איז. ביז איינער האטציך דערמאנט אז ער זוכט זושא דעם שמש. אריינקומענדיג אין זיין חרוב'ע, האלב איינגעפאלענע הייזקע זאגט דער איד. "מיין רבי דער מגיד האט מיך געשיקט צו אייך איהר זאלט מיר זאגן פשט אין די גמרא". האטצעיך ר' זושא אנגערופן . "איך ווייס נישט פארוואס דיין רבי האט דיך געשיקט צו מיר" פאר מיר גייט אלעס ב"ה זייער גוט. ... 😂 😃 😮 😉

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:37 pm

· #176468
יאיר
אוי געוואלד, גאט האט זיך געעפנט א ניק אויף קאווע שטיבל!

טאקע?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/17156">viewtopic.php?p=17156#p17156</a><!-- l -->

days » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:49 pm

· #176470
דער (פינטעל) איד
יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן


.

אמאל געהערט ווי א בעל דרשן ברענגט זייער שיין ארויס די נקידה: "אז איינער סעטעלט מיטן איבירשטען איז ער א כופר" דהיינו ווען מען בעט א טובה פון א בשר ודם טראכט מען, איך וויל נישט איבערציען דעם שטריק איך גיי נישט בעטן א וועלט נאר איין זאך וואס פעלט מיר וויכטיג אויס...
משא"כ דער רבוש"ע איז א כל יכול און ווען די דאווענסט בעט איהם אלעס געב נישט נאך גארנישט נאך מחוט ועד שרוך נעל וואס ער פעלט דיר פאר באקוועמליכקייט... גארנישט איז איהם נישט צו שווער...

יוסף מ » דינסטאג יאנואר 14, 2014 11:50 pm

· #176480
There are nicer apples and then there are les nice apples. Do you think that God has a message to the Apple that hecreated more ugly then his friends? Of course there is a reason for everything but not always its a direct message to the Apple. There might be a thousand other reasons to it. In your case maybe he just wanted the people around you to appreciate what they have.

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:09 am

· #176481
אפשר האט דער שטן געזאגט פאר גאט אז ער וויל אים אויספרובירן.

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:53 am

· #176496
אדער אפשר האט "האטעל" פונקט געהאט די אומגליקליכע מזל צו זיין אונטער די נאז אין די רגע וואס קל זועם בכל יום.

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 12:58 am

· #176497
די אינערליכע קאנפליקטן וואס די טיפערע מאמינים בה' גייען דורך, כניכר בדבריו המכאיבים של מלון היקר, איז נישט פשוט. אוי לי מיוצרי ואוי לי מיצרי, בהמות הייתי עמך, אלקים הבין דרכה.

מאטי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 2:07 am

· #176504
איך מיין אז האטעל האט זיך פארגעלייגט הויכע עקספעקטעשאנס און דאס האט גורם געווען אז ער האט געהאט א דורכפאל.
למשל איך עקספעקט צו לעבן עטליסט 250 יאר מאכן 10 מיליאן א יאר למעשה האב איך געלעבט נאר 99 יאר און געמאכט 10 טויזענט א חודש . וועט מען שרייבן אויף מיר אין צייטונג נקטף בחצי ימיו נעבעך נעבעך , פרנסה איז אלס געווען דראסטיש ווייניגער ווי זיין מינימאלע באדערפעניש, און ס׳וואלט געווען אמת.

הוגה » מיטוואך יאנואר 15, 2014 5:11 pm

· #176685
hotel
לעצטענס שפיר איך אז דער אויבערשטער איז נישט צופרידן מיט מיר זאכן האבן זיך מיר גענומען גיין מיטן פיטום אראפ אנגעהויבן ביי פרנסה און געענדיגט ביי כל מיני צופאלן וואס איך שפיר אוואו איינער פון אויבן זאל מיר פרובירן צו מרמז זיין אויףעפעס נישט גוט און מיין התנהגות יעצט איך זאג נישט אז איך בין דער גרויסער צ אבער פארט קען איך נישט טרעפן עפעס א מוראדיגער מאוו לרעה וואס איך זאל האבן געמאכט לעטלי {חוץ מיין ארויפגיין אויף קאווע} יעצט איז מיין שאלה איז דא עפעס א וועג עפי דרך הטבע.סגולה,קבלה ,צו געוואר ווערן ? אן להוי ידוע איך האב נישט קיין שום שייכות מיט עני גראבונגען\גיוס אדער סיי וואס פון די לעצטיגע פירצות


אין דער אשכול האט די עולם געענטפערט מער ריטואליסטיש. כ'האב דיר אבער געוואלט זאגן אז איך פארשטיי גוט וויאזוי דו פילסט. איך בין שוין אליין דארט געווען עטליכע מאל, מען פילט ווי גארנישט גייט גוט. וואס מען רירט אן גייט פארקערט ווי מען וויל. Whatever can go wrong goes wrong. עס פילט ווי כאילו א האנט פון אויבן דרייט אלעס איבער. מען דאווענט בעט שטארק, אבער עס איז ווי מען רעדט צו א וואנט. מען פרובירט צו טון דאס און יענץ אבער עס ווערט נישט בעסער. מען נעמט זיך פאר פארבעסערונגען אבער אין קול ואין עונה. דאס ייאוש און איינזאמקייט שמייסט אין פנים. איך האב בעצם נישט וואס דיר צו זאגן אויסער אז דו זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט אליין אין דעם פעקל. אסאך גייען דאס אדורך און פילן אקוראט די זעלבע ווי דיר.

ווען איך בין אין אזא מצב פרוביר איך צו רעדן צו זיך אליינס און איך זאג מיר דאס פאלגענדע. דאס איז נאר א דורכגאנג, אפשר אפילו א לאנגע דורכגאנג. נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט און ווי שלעכט די מצב זאל נאר ווערן קען עס נאר טוישן די מצב אבער עס קען מיך נישט טוישן. איך בין א געשמאקע געלונגענע מענטש, א געטרייע מאן און טאטע, און א געריבענע טראסבארע ביזנעסמאן. דאס טוישט זיך נישט צוליב מיין יעצטיגע צושטאנד. מען ווערט נישט אויס גוטע ביזנעסמאן צוליב די שוואכע איינקונפט. איך בין גוט און מענטשן ווילן טון ביזנעס מיט מיר. איך דארף ווייטער פירן מיין ביזנעס אן קיין חשבונות וואס איך וועל באקומען דערפון. אויב קען איך ווייטער אנגיין וועט די געלט שוין אנקומען.

בנוגע גאט'ס חשבונות, קענען מיר דען וויסן וואס גאט טוט און וואס גאט וויל? קענען מיר בכלל ערקלערן וואס/ווער גאט איז? אויב גאט וואלט געוואלט אז מיר זאלן וויסן זיינע חשבונות וואלט ער עס אונז געזאגט און געלאזט וויסן. למעשה ערקלערט זיך גאט נישט פאר אונז ווייל דאס איז נישט אונזער ביזנעס. אונזער ביזנעס איז צו טון די דרך הטבע'דיגע פעולות כאילו יענץ איז וואס וועט אונז געבן פרנסה. רעדן צו גאט איז א געוואלדיגע זאך ווען מען האט די כוחות דערפאר, אבער ערווארט נישט קיין אנטווארט. מעגסט אפילו אנשרייען און פארהאלטן גאט, זיך אויס'טענה'ן פאר גאט, עס מאכט אמאל פילן בעסער, אבער זהו. נאכן שמועס איז צוריק צו רעגולער ביזנעס.

נאך אן עצה אויף נישט אראפ גיין פון זינען. אין די צייטן וואס דו קענסט גארנישט טון וועגן עפעס זאלסטו גענצליך מסיח דעת זיין דערפון. למשל, אויב איז פרנסה די פראבלעם זאלסטו נישט טראכטן דערפון ביינאכט אדער שבת ווען דו קענסט סייווי גארנישט טון. ווען די דאגות קומען ארויף אין קאפ אין אזעלכע צייטן זאלסטו שנעל בייטן די מחשבה און טראכטן פון גוטע צייטן, ווי דיין חתונה, א געשמאקע וועקאציע, אדער וואס דו גייסט טון מיט די געלט ווען זאכן וועלן צוריק ווערן גוט וכו'. און די זעלבע איז מיט יעדע סארט פראבלעם, ווען מען קען גארנישט טון זיי מסיח דעת דערפון, ווייל אז נישט קען מען אראפ גיין פון זינען.

און איך וויל דיר נאכאמאל זאגן אז אסאך מענטשן זענען יעצט אין דיינע שיך און טראכטן די זעלבע ווי דיר. זאלסטו שנעל אויפגעראכטן ווערן אין אלע הינזיכטן. דערווייל טרונק א לחיים אדער כאפ א ציגארעטל.

נ. ב. דאס איז מיין פערזענליכע צוגאנג, איך בין זיכער אז אנדערע וועלן האלטן אז כ'בין נישט גערעכט. Each to its own.


.

ממרום שלח אש » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:15 pm

· #176706
אין אזא מצב ווי הוגה איז, איז זייער פאסיג צו טון וואס יונה הנביא האט געטון, מען בעט גאט "וַיִּשְׁאַ֤ל אֶת־נַפְשֹׁו֙ לָמ֔וּת וַיֹּ֕אמֶר טֹ֥וב מֹותִ֖י מֵחַיָּֽי".

איינמאל מען איז אין אזא פרעים אף מיינד הערן אויף די קליינע זאכן צו באדערן.

בדוק ומנוסה.

(נישט געמאכט פאר יעדן, dont try this at home)

הוגה » מיטוואך יאנואר 15, 2014 6:23 pm

· #176708
ממרום, ס'ארבייט נישט. בדוק ומנוסה! 😂

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:02 pm

· #176716
הוגה, כעל בארגן א קאפירייט ווארט: שפתים קישאק!
אלס איינער וואס גייט אויך אדורך דעם זעלבן מצב אסאך מאל, קען איך נישט מער ווי זיין איינשטימיג מיט יעדן ווארט!
מען דארף זיך אליין מחזק זיין. און וויסן אז צרת רבים איז חצי נחמה.

לבי במזרח » מיטוואך יאנואר 15, 2014 10:56 pm

· #176769
הוגה, מורא׳דיג! און מגלגלין זכות ע״י זכאי!
This is exactly what I needed to hear now.
סא, ישר כח פאר דיר און שמעקי אויך.

יוסף מ » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:14 pm

· #176771
''There is a concept about God creating the world ''on desires (Taveh) you don't ask why.
If we accept this concept in regards to the beginning of creating the world, why can't we accept this concept on God's daily activity?

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:17 pm

· #176772
יאיר
דער (פינטעל) איד
דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן

בקיצור, צרות ווייזן אויף גארנישט. נישט ביי א יחיד און נישט ביי א רבים.

@יאיר
וואס טוסטו מיט די גמרא "אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש" וכו'.

מאטי » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:24 pm

· #176774
ס׳קען זיין אז די גמרא וויל סתם געבן אן עצה פאר א מענטש זיך צו מאכן א חשבון הנפש. סתם אזוי אינעם רוישיגן הו הא, האט דער מענטש נישט קיין קאפ זיך אפשטעלן טראכטן, אבער ווען ער באקומט יסורים, ער קען נישט גיין אין ארבייט, אלעס שטעלט זיך, דאן איז דאס בעסטע צייט זיך איבערצוקלערן מאכן ריקאנסיליעשאן וואו ער האלט אויפן וועלט.

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:36 pm

· #176778
פון די אלע יתלה׳ס איז משמע אז יסורים האט א משמעות.
אוודאי רעד איך נישט פון יסורים וואס די מענטש האט פון ,קנאה, עצבות,תאווה. וואס דאס איז די מענטשעס פראבלעם אזוי ווי די האסט שוין מסביר געווען.
אבער ריכטיגע יסורים זעעט אויס פון די גמרא אז סהאט א משמעות און א סיבה.

יאיר » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:40 pm

· #176779
איינגעמיירעט
יאיר
דער (פינטעל) איד
דער ענטפער איז אז קיינעם גייט נישט אלעס גוט. יעדער האט פראבלעמען. איך בין נישט מקנא דעם וועם ס'גייט גוט פון אלע זייטן


.

בקיצור, צרות ווייזן אויף גארנישט. נישט ביי א יחיד און נישט ביי א רבים.

@יאיר
וואס טוסטו מיט די גמרא ״אם רואה אדם שיסורין באין עליו יפשפש וכ״ו.

דער מהרש"א האט זיכער עפעס א שיין פשט. ס'איז דאך נישט שווערער ווי די אגדות דרבב"ח.

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 15, 2014 11:51 pm

· #176783
איך גראדע גלייב און תושבע״פ און איך גלייב און זייער מהלך אויף זאכען,אויב די גלייבסט נישט דעמאלס קען איך דיר טאקע נישט אפפרעגן פון א גמרא.
בלאט: 1 2