http://tzimukym.blogspot.com/2013/02/bl ... _4778.html
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
590 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
דָּוִדhttp://tzimukym.blogspot.com/2013/02/blog-post_4778.html
זיינע זיידעס האבן עס געזינגן ביי די ארבעט.
א ידיד מיינער וויל מיר זאגן אז די דאזיגע טראדיציאנאלע ניגון (בולבעס, אדער זונטאג בולבע) איז מעגליך די אינספיראציע פאר יו"ט עהרליך'ס "שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש."
וואס דענקט דער עולם?
וואס דענקט דער עולם?
אני מאמין - יו"ט עהרליך
די מקור פארן אני מאמין פון יו"ט עהרליך, ווערט אויך נאכגעזינגן ביי אברהם פריעד אויף דאס ערשטע אידיש אוצרות.
דער גענעראל יו"ט עהרליך
דאוויד הארידאק - יו"ט עהרליך
אלס א עהרליך אנהענגער, האב איך אלס געהאלטן אז זיין "דאוויד הארידאק" איז פון זיינע געלונגענסטע מוזיקאלישע קאמפאזיציאס. דאס ניגון איז א מציבה און געדענקמאל אויף זיין שטאט ווי עהרליך איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן (זיין פאטער איז געווען אין מיליטער). די ניגון שפילט אויף די חבלי משיח רעקארדירונג.
נאדיר פון ווי עהרליך האט גענימען דאס ערשטע פאל. ס'איז באגראבן אינעם ניגון דאס ערשטע מאל דא און נאכאמאל אינעם פולן פראכט פונעם סטרינג אפטיילונג דא.
נאדיר פון ווי עהרליך האט גענימען דאס ערשטע פאל. ס'איז באגראבן אינעם ניגון דאס ערשטע מאל דא און נאכאמאל אינעם פולן פראכט פונעם סטרינג אפטיילונג דא.
יאיר
נאדיר פיל שענער נאך פאר עהרליך
http://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQ ... ata_player
יאפס, גערעכט. יואליש, פון וואו קראצטו אפיר די אלע סחורה?
יאיריאפס, גערעכט. יואליש, פון וואו קראצטו אפיר די אלע סחורה?
יו"ט עהרליך איז מיין פעט פיוו. און כ'האב חבירים וואס שטודירן מוזיקאלאגיע און שיקן מיר געפינסן פון צייט צו צייט.
האט זיך ר' יו"ט ערליך אפציעל אויפגעטוהן אז ער האט אליין פארפאסט די ניגונים? אדער איז דאס געווען קאמאן נאלעדז' אז ער נאשט נאר ס'איז פארגעסן געווארן?
אויף די מארש 'פוילן, פוילן' האב איך אלץ געוואוסט אז ס'איז א גע'גנב'עטער.
נישט דו, איך וויל וויסן אויב ער האט פארקויפט די סחורה אלס אייגענס.
יואלישיאיר
נאדיר פיל שענער נאך פאר עהרליך
http://www.youtube.com/watch?v=GmVKv9xQ ... ata_player
יאנקל האט עס שוין צוגעברענגט אויפן ערשטען פעידש דא..
יואליש
און דאס שרייבט דוד אסף דארט:
שיר שחיבר החסיד יום טוב עהרליך על בסיס המנגינה הרוסית 'על פסגות מנצ'וריה' שהלחין איליה שטרוב.
געפילטע פישהאט זיך ר' יו"ט ערליך אפציעל אויפגעטוהן אז ער האט אליין פארפאסט די ניגונים? אדער איז דאס געווען קאמאן נאלעדז' אז ער נאשט נאר ס'איז פארגעסן געווארן?
כ'גלייב אז ער האט נישט געמאכט קיין קלעים אז די ניגונים זענען זיינס. קומענדיג פון רוסלאנד און זייענדיג אויסגעקאכט אין ארקעסטראל און קלאסישע אייראפע'ער מוזיק האט ער נאטירליך צוגעפאסט זיינע לידער צו די ניגונים וואס זענען אים געווען באקאנט און זענען אים געפאלן, א שטייגער ווי יונותן שווארץ'ס סעריע פון רעקארדירונגן ( א גיטע וואך, א גיט שבת, א גיטע, איד, וכו') ווי ער האט גענומען פאלקס אדער קאנטעמפרערי ניגונים און צוזאמגעפארט מיט זיינע גראמען.
ווארשיינליך זענען רוב פון עהרליך'ס קונדען געווען חסידישע און וויליאמסבורג'ע אונגארישע אפשטאמיגע (קריג איבערלעבער און זייערע קינדער) וועלכע האבן געוויס נישט געהאט די ידיעות און קלאסישע מוזיק און האבן זיך אויף די אייגענע האנט זיך פארגעשטעלט אז דאס איז אלעס עהרליך'ס אייגענע קאמפאזיציעס. כנלע"ד.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'וועל מיט ציטערדיגע איברים קניען צו זיין בארוועסע ציכטיגע פערשט, מייט מיינע ברייט-אפענע בלויע אויגן קוקענדיג ארויף צו זיין לעכטיגע צורה, וועל איך מיט א פלאטערדיגע שטימע פרעגן מיט פחד און ווינדער, "מורי ורבי, איר האט טאקע געגלייבט אין יוא. עף. או. בול שיט?"
און ער וועט ארויס-בימען פון א שוועבעדיג באלאכטענע טעלערל, און זאגן קום מיין קינד, לאז מיר נאר נעמען א סעמפעל פון דיין האר.
געפילטע פישאון ער וועט ארויס-בימען פון א שוועבעדיג באלאכטענע טעלערל, און זאגן קום מיין קינד, לאז מיר נאר נעמען א סעמפעל פון דיין האר.
און איך וועל אינסטיקטיוו אויסשרייען מיין צומישעניש געמישט מיט רוגזה, "קודם אהער מיט א ראשי תיבות אדער גימטריא!!!!!"
מיינע צוויי סענט...
אפגעזען צו יא געגנב׳ט צו נישט, איז דאס וויסן וואס צו גנבנ׳ן נישט זעלבסט א קונסט? אדרבה איך זיך נאך אפאר אזעלכע גנבים וואס האבן געגנב׳ט אזא הערליכע סעלעקציע פון אבנארמאלע נגונים און תנועות! נגונים קונסטליך און מלא חידושים!
נאכער, די חלק הגראמען איז דאך אפגערעדט אז ער איז געווען ממש א יחיד, נישט נאר בדורו, ווי מאכט מען היינט אזעלכע גראמען? פונקט געהערט פריער דעם ניגון ווי ער לייגט אראפ וויאזוי טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, טרעפן זיך בביאת גואלינו אויפן באן, קודם דער ניגון זעלבסט עפעס הפלא ופלא! דערנאך די גראמען און די געדאנק בכלל עפעס נורא נוראות! ווי אויך דער זיסקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, איז דאס זעלבסט נישט א אויסערגווענדליכע קונסט וואס ברויך עקסטערע אנערקענונג?!
מיין מיינונג, דריי ווערטער; חבל על דאבדין...
משה געצילמיינע צוויי סענט...
כ'משה געציל ועוד לקרא כ'האב אויך אזוי געטראכט ער האט געוואסט וואס צו נעמען איין ניגון בעסער פארן צווייטען..
א ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.
יואלישא ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.
ס'איז נישט פשוט די מצב!! די קעפל דארט איז "SONG NOT SO ERLICH"
[ציטאט אראפגענומען]
די ערשטע תנועה. יוא קענט מיס איט. און זינט בולבעס איז א קלאסיק, איז גלייך אנצונעמען אז ס'איז נישט קיין פערצופאל, קיין מן הסתם.
טעפליואלישא ידיד מיינער גרינדעט א בלאג צו פאראייביגן די עהרליך ניגונים מקורות.
ס'איז נישט פשוט די מצב!! די קעפל דארט איז "SONG NOT SO ERLICH"
הא! כ'האב נישט באמערקט. שיינע ווערטער-שפיל.
[ציטאט אראפגענומען]
לויט ווי איך זעה ניצט ער א קאליר סיסטעם און איז זייער קלאר וועלכע ער האט (אויך?) געפינען, וועלכע זיין ברודער און זוהן האבן אים צוגעצייגט. ס'אנדערע גיט ער אן פאר אסף. אמת ער וואלט ווען געברויכט לינקן צו אסף'ס עונג שבת בלאג, און כ'האף ער וועט דאס נאך מתקן זיין, אבער ער לינקט צו אונזער אשכול דא ווי דאס אלעס ווערט דיסקוסירט מיט לינקס, אריינגערעכענט אסף.
שוואכע פלאגאריזים. (אדער בין איך משוחד ווייל ער האט מיך ציטירט?)
וועם מיינסטו מיט "אנדערע" וועם ער דערמיינט לגמרי נישט?
וועם'ס קרעדיט איז עס טאקע, די צוויי?
כ'זעה טאקע אז דא האסטו עס געברענגט. איז דאס טאקע דיין געפינס? האסטו דאך טאקע א גערעכטע טענה.
כ'זעה דער בלאגער ליינט דא. ער האט געקרעדיט כעלעמער מגיד פאר "קינדערלעך". ער טענה'ט מיר פריוואט אז אסף באקלאגט זיך אז קאווע שטיבעל נעמט קרעדיט פאר "זיינע" געפינסן. סאו מיר זענען און טערעטאריע ווי ס'איז זייער אומקלאר, און נישט ווי איינער וויל חלילה צוריקהאלטן קרעדיט.
[ציטאט אראפגענומען]
דארט אויף די בורשטיין פאמיליע אלבום, שרייען זיי "ווי די שיקסעס און שקצים פלעגן זינגן ביים פענסטער" פאר דאס ניגון טשופטשיק.
דער בלאגער שרייבט :
Big hat tip to אנאנים for pointing out a Yiddish song -דאָס לעבן פֿון אַ מאָל - by Isadore Lillian as sung by Peysekhke Burstein using Čubčik too. And to יואליש for providing the Burstein recording. This Yiddish song makes it clear that Čubčik is a common folk song that the "Goyim" sung.
I found the original through a Google voice search in Russian..
https://www.youtube.com/watch?feature=p ... c6x9dyWPDk
נאך
http://www.youtube.com/watch?v=hQOypw1mcdE
און דא טשופטשיק אין אן אנדערע רוסישע וואריאציע. (א דאנק פארן בלאגער פארן עס שיקן פריוואט).
https://www.youtube.com/watch?v=IZbz2lF ... ata_player
איך פאר אהיים - עהרליך
אויפן חבלי משיח #2 אלבוים פון יו"ט עהרליך זינגט ער א ניגון "איך פאר אהיים," מעגליך מער באקאנט אלס "פוילן, פוילן, פוילן... טשעכן, טשעכן, טשעכן..."
די ניגון איז קלאר די פאפולערע קלאסישע Funiculì, Funiculà ניגון.
נאדיר א לינק צו יוא טוב ווי די איטאליענישע ניגון איז אראפגעזינגן.
ס'איז מעגליך אז דער רוסישער עהרליך האט עס געקענט צוליב דאס וואס א רוסישע קאמפאזיטאר Nikolay Rimsky-Korsakov האט עס "געבארגט" פאר זיין אייגענע ווערק.
נ.ב כ'ווייס נישט אויס די צוזאמשטעל איז שוין אמאל ערגעץ אויסגעשמועסט געווארן. אבער אויב יא, איז ברוך שכוונתי.
כ'האט געהאלטן ס'איז זייער ענליך און אן קיין ספק גענומען פון דארט. אין דיין מיינונג איז די ענליכקייטן א פערצופאל?
א ניגון וואס עהנדלט שטארק צום צווייטן פאל פון קארבלאך'ס אשא עיני אל ההרים
איך האב אנגעמערקט אין פינקי, אן אריגינעל! אשכול אז דער פידל אינטרא אויף מיכאלס לעכטעלע ניגון איז גע'לקח'נט פון שינדלערס ליסט.
מאראנצןזאפטאיך האב אנגעמערקט אין פינקי, אן אריגינעל! אשכול אז דער פידל אינטרא אויף מיכאלס לעכטעלע ניגון איז גע'לקח'נט פון שינדלערס ליסט.
איך ווייס נישט אויב זיי האבן געמיינט צו לקח'נען באהאלטענערהייט.
די ארענדזשער האט מן הסתם געהאלטן פאר פאסיג צו לייגן אן הקדמה צו א האלאקאוסט ניגון די THEME פון שינדלערס ליסט מאווי.
גע'לקח'נט מיינט גענומען.
ביי אונז גנב'ט מען נישט מען נעמט נאר.
ס'איז גראדע טאקע זייער צוגעפאסט.
דער ארענזשער הייסט הערשי עפעס און ער וואוינט אין לאנדאן (א ברודער פאר'ן בעל ענני ענני).
די ארענזשמענטס אוף נשמה פלאם איז זייער שיין נאר אביסל נאקעט, ס'האט כמעט נאר בעיס (גיטאר, דראמס, און פיאנא).
נישט גינזבורג?
יא.
מיין רבי האט געלערענט: לא תגנוב, מ'טאר נישט נעמען.
שמעתי אתמול מידען גדול בנגינה, שהשיר 'שא! -בעס הייליגע שבת' שהטיש בוויזניץ מתחיל בו, הוא שיר חילוני לגמרי, ואף סגנונו מעיד עליו.
הוא גם דומה בנעימתו לשיר "how much is that doggie in the window"
הוא גם דומה בנעימתו לשיר "how much is that doggie in the window"
יואלישמיין רבי האט געלערענט: לא תגנוב, מ'טאר נישט נעמען.
מ'טאר נישט טרעפן, דוכט זיך.
אמאל געהערט פון דעם רבין אליין אויף אן אינטערוויו ווי ער זאגט אז ער האט קיינמאל נישט אויסגעהערט די Beatles אדער אנדערע גויאישע מוזיק.
וואס איז דער דין מיט דעם ניגון דא געזונגען ביי די באררי שוועסטערס? ווארענונג קול באשה.
הערט אויס גאנץ אנהייב און אויך ביי 1.43, זאגט מיר צו דאס איז ענדליך צו דעם רבי'נס נשמה דא ביי 1.45
איך האב בעל כרחו עונה געווען אמן, ווייל מיין טייערע ווייב האט מיר דאס אנגעמערקט. איר ווידעראום זענט פריי צו זאגן דעם אמת 😂
שוין דער "בעל כרחו" דא קאסט מיך שוין. ס'זאל זיין צו כפרת עוונת 😛
תורה ציוה וכו'.
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאס נישט די גאנצע הויכע פאל פון דעם ניגון?וועלעכע ניגון אויף תורה צוה? וועלעכע פון אושא'ס ניגונים? איז דאס the universe is singing along? איז שייך א לינק אויף יוטוב פאר ביידע ניגונים? וכשאזכה אבחין.
יאנקל אז דו רעדסט פון א תנועה'לע, וואלט איך דיר מציע געווען דאס פאלגענדע. זיי געווארענט, צו דעם דארף מען שוין אביסל דעם כח המדמה.
דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world. הער אויס ביי 0:20.
פארגלייך עס צום רבי'נס אתה בחרתנו די ערשטע פאל. מען דארף זינגען דעם אתה בחרתנו אביסל שטייטער ווי דער רבי זינגט עס.
אז מען רעדט שוין פון שטייט און שנעל קען מען נישט פארגעסן ווי דער רבי זינגט דעם זעלבן תנועה, איינמאל שטייט און איינמאל שנעל. אין דעם בקאנטען ניגון זיינעם שובה ה', ביי די ווערטער הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זינגט ער בדיוק די זעלבע מעלאדי ווי ביים ניגון עוד ישמע ביי די ווערטער קול ששון וקול שמחה 0:35. חושבנא דדין כחושבנא דדין. ולהשומע ינעם.
און וויזניץ איז דא אסאך ניגונים וואס קומען פון פראסטע לייט אדער רומעינער גויים
ווי אויך דער באוויסטער תנועה וואס מען זינגט פאר הבדלה און פאר ספירה
ווי אויך דער באוויסטער תנועה וואס מען זינגט פאר הבדלה און פאר ספירה
כח הפועל וכו'.
פייפער
דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world.
איך בין שאקירט!
איך האב געמיינט אז איך בין אויפגעוואקסן על טהרת הקודש!
איך האב געהערט אלץ קינד נאר טעיפס וואס מען האט געקויפט אין איינהארנ'ס ספרים געשעפט (אויך באקומען אפאר האקעס אין קאפ פון די אפען געבליבענע אייזענע ציצית לעדל)
די הויפט ניגון פון "לכל זמן" טעיפ - ס'איז דא א צייט צו דאווענען... קומט פון דיזני?