mevakesh
אויפן דעקל שטייט אלע ניגונים און וועמענס דאס איז
אבער אויב חלילה די מחברים גייען נישט ממש מיט א שטאפענע היט פארגעסט מען ווער עס האט געמאכט דעם ניגון
Sent from my XT1060 using Tapatalk
אייזען!!
mevakesh
אויפן דעקל שטייט אלע ניגונים און וועמענס דאס איז
אבער אויב חלילה די מחברים גייען נישט ממש מיט א שטאפענע היט פארגעסט מען ווער עס האט געמאכט דעם ניגון
Sent from my XT1060 using Tapatalk
mevakeshעס באלאנגט נישט אין דעם אשכול אבער איך ווייס נישט ווי יא לייג איך עס דא
Sent from my XT1060 using Tapatalk
אידישע מידיאדי נייע סיריע #מקור_פון_אידישע_מוזיק דורך אידישע מידיא, וועט אויסלייגן די מקור הראשון פון א.ג. אידישע מוזיק.
עס שטעלט זיך ארויס, אז א גרויסע טייל פון די היימישע אידישע מוזיק, אריינגערעכנט א.ג. ווארעמע חסיד'ישע ניגונים, זענען גענומען געווארן אזוי-ווי-עס-שטייט-און-גייט (as is), אדער אביסל ארומגעפיצט פון א גוי'אישע ליד. פאר מיר שמועסן אויס די דעטאלן וואס ווערן בארירט מיט דעם, וועלן מיר ערשט זיך באציען צו די צוויי הויפט זארגן.
עס זענען פארהאן צוויי סארטן פאליטיק אין די אידישע מוזיק אינדוסטריע:
1️⃣ איינס איז דאס קאפירן מוזיק אומבאצאלט, אויף וואס די ארטיסטן פארפירן אז עס איז מיט אומרעכט און אומאיינשטימונג מיט די אידישע הלכה.
2️⃣ די צווייטע איז די א.ג. פאר'גוי'אישקייט פון אונזער מוזיק.
יעצט לאמיר זעהן וויאזוי די צוויי טעמעס האבן באציאונגען מיט גוי'אישע מוזיק.
1️⃣ קאפירטע מוזיק
דאס נעמען גוי'אישע לידער, ווערט געטוהן אהן דערלויבעניש און אהן קרעדיט, און אונז ווערן גאר איינגערעדט אז עס איז ארגינאל, פון הרב פלוני קאמפאזיטאר. מיר ווילן נישט נעמען א שטעלונג איבער די רעכט אדער הלכה פון קאפירן יענעמ'ס האראוואניע, אפילו אויב דער ארטיסט האט עס גע'גנב'ט פון א צווייטן. מיר ווילן נאר בארירן די עטישע פארלאנג פון די זינגערס וואס פארפירן אז עס איז נישט "עטיש". אז מער רעדט פון עטישקייט, דארף עס גיין ביידע וועגן, אז נישט איז עס היפאקריטיש.
2️⃣ פאר'גוי'אישטע מוזיק
ווען עס שטעלט זיך ארויס אז אור-אלטע אידישע לידער זענען גענומען געווארן פון גוי'אישע ארטיסטן און פאלק'ס-לידער, פרעגט יעדער, פארוואס האקט מען אויף געוויסע זינגער אדער ניגונים, ווען אנדערע ווערן גע'כשר'ט כאטש וואס ביידע קומען בערך פון די זעלבע פלאץ?
די לידער וואס מיר וועלן דא ארויסשטעלן מיט זייערע ריכטיגע מקורות, זענען נישט עפעס אזעלכע וואס האט אייביג געהייסן "שוואכערע סחורה", נאר גאר פון די סמעטענע נשמה נגינום, איבער וואס גאנצע קהילות ברעטשענען ביי פרייטיג-צונאכטס טישן, און איבער וועלכע מאנכע מבינים האבן גאזאגט אז אט דאס הייסט א ריכטיגע ווארעמע ניגון מיט א קראנטע מקור.
געוויסע מקורות האבן שוין ארויסגערינען א וויילע צוריק, און זענען פארענטפערט געווארן מיט האלב-פארטאזירטע תירוצים (און גאנצע בלאפעריי...) איינס אז די גוי האט עס גאר גענומען פונעם איד, און צווייטענס אז דאס געטוהן דורך א געוויסע גדול וואס האט עס אויסגעלויטערט און ארויסגענומען די גוי'אישע טיילן. דאס ווערט געזאגן אהן קיין מקור איבער די צירוץ, אדער בכלל אז א ניגון דארף ע"פ הלכה אדער ע"פ השקפה ווערן געלויטערט.
מען קען - און מען דארף - אריינגיין טיפערס אין די טיפעניש פון די קאמפיין קעגן די קונסט פון מוזיק, און איבער די ברייטערע טעמע פון מאניפולירן אלע אידן צו פירן א לעבנסשטייגער צו די געשמאק פון עטליכע ענגע מיינונגען, אבער פאר די צוועעק צו קענען אנהייבן די שווערע עקספאוזור ארבעט, וועלן מיר זיך שטעלן דא, און צוריקקומען שפעטער און עס מער אויסשמועסן.
מיר פארמאגן א הויפן פון כמעט 100 לידער וואס מיר האבן שוין פעסטגעשטעלט זייער גוי'אישע מקור, אבער מיר זיכען וואס מער. דעפאר, אויב איר ווייסט פון א ביישפיל, ביטע שיקט עס אריין צו @YiddisheNewsBot, און לאזט אונז וויסן אויב איר ווילט באקומען קרעדיט
.
צלפחדדי רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/OceaHqks3HA">https://youtu.be/OceaHqks3HA</a>
ונבנתה העירכ'ווייס נישט וועלכע נייע טעיפ כ'האב יעצט געהערט אין ספרים געשעפט, ער האט תנועות פון 'וואט עי וואנדערפול ווארלד'.
דאכצעכמערפארוואס קען איך בשום אופן נישט טרעפן די אנגעבליכע "נאפויליאן'ס מארש" וואס ווערט געזינגן דורך ליובאוויטש אלס די מארש וואס דער אלטע רבי האט געהערט ווען נאפויליאן איז אריבער זיין שטאט ליאדי
ווייסט איינער פארוואס ווען איך זיך נאפויליאנס מארש קומט ארויף אלעס אבער נישט דאס
אדרבה לא ראינו אינו ראי' אויב איינער קען מיר עס ברענגן
קאך_לעפלדאכצעכמערפארוואס קען איך בשום אופן נישט טרעפן די אנגעבליכע "נאפויליאן'ס מארש" וואס ווערט געזינגן דורך ליובאוויטש אלס די מארש וואס דער אלטע רבי האט געהערט ווען נאפויליאן איז אריבער זיין שטאט ליאדי
ווייסט איינער פארוואס ווען איך זיך נאפויליאנס מארש קומט ארויף אלעס אבער נישט דאס
אדרבה לא ראינו אינו ראי' אויב איינער קען מיר עס ברענגן
דאס איז טאקע נישט נאפאלעאנ'ס מארש, ס'איז די לאַ מאַרסעילאַיע. א ניגון וואס ס'איז פארפאסט געווארן דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע. די ווערטער זענען פול מיט רציחה און בלוט דורשטיקייט, און ס'דינט נאך באשיינפערליך אלס די אפיציעלע פראנצויזישער הומנא ביז צום היינטיגען טאג. מ'זינגט דאס איז חב''ד מיטן גרעסטן מאס חסידישער התלהבות, ווי איר קענט זיך פילייכט איבערצייגן אין דעם בייגעלייגטען קליפ.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=HU5j5QApn3Q">https://www.youtube.com/watch?v=HU5j5QApn3Q</a>
berlbalagulehקאך לעפל: אבער וואס דרינגען מיר ארויס פון דעם...?! ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסאן ברענגט נאר א אראפ דעם פאקט אז די רבי האט געזינגען דעם ניגון אין מיטן די הקפות. אבער ער איז נישט מסביר. און זאגט נישט א טעם פארוואס. ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו הערן א תשובה אויף דעים...!
berlbalagulehאור נוגה: פרעגט די גמ'...מאי קא משמע לן...?! וואס לאזט ער מיך הערן. ס'איז א טיפיקל קאנטרי סאנג. איינער פון די אידישע זינגערס האט עס נאכנישט איבערגעזעצט אויף אידיש...פי' עס אריינגעטייטשט אין א פסוק אדער מאמר חז"ל (רחמנא ליצלן מהאי דעתא.)...!
רביה''ק זי''ע
עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.
מוסא ברלין שפילט דעם ליד, אביסל צו שטייט פאר מיין טעיסט, אבער מן הסתם מער אריגינעל.
נ.ב. יעצט קוקנדיג אינעם דעסקריפשן זעה איך ווי יענער פארציילט די זעלבע מעשה. 😂 😂 😂 .
צלפחדדי רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
<a class="postlink" href="https://youtu.be/OceaHqks3HA">https://youtu.be/OceaHqks3HA</a>
רביה''ק זי''ע
רביה''ק זי''ע
עכ"פ. אין וויזניץ זינגט מען זייער אן ענליך ליד, ליידער געדענק איך נאר דעם ערשטן פאל. און איך בין זיכער אז אין ראמעניע זינגט מען נאך עפעס א ווערסיע פון דעם ליד. והמלנקקים ילנקקו, ולמצוה גדולה יחשב.
ראובן קסל שפילט דעם ליד, אביסל צו שטייט פאר מיין טעיסט, אבער מן הסתם מער אריגינעל.
יעקב מענטשווי באקאנט איז דער ניגון וואס איז פארשפרייט אויף י-ה אכסוף נישט די ארגינעלע ניגון וואס רבי אהרון הגדול האט געזינגען.
האט איינער דעם ארגינעלען?
רביה''ק זי''עווער האט גענומען פון וועם ?בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
רביה''ק זי''עבוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
נקודת-אמתרביה''ק זי''עבוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
בוקר-בא:
דא האט איהר ווי די לצים פון הגשש החיור מאכן א צוזאם-זונג (מקהלה) און מכלומר'שטע קאנדאקטאר וכו'
#אזהרה_שירת_נשים
אודה-לקל:
און דא פון ליובאוויטשפעדיע, מיט וועטער אויף יידיש אויכעט.
און דא איז מעהר מיט א בראסלעווע קרעכץ.
קיין ויז'ניצע ניגון איז דאס ניט, ס'איז א וועלט'ס ניגון, קען זיין אז אין ויז'ניץ זינגט מען דאס אויכעט.
אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער 'אודה-לקל' עלטער ווי דעם 'בוקר,בוקר-בא'.
ארי נוהםדי חלוצי הציונים האבן גענומען באקאנטע ניגונים און דאס גענוצט מיט נייע ווערטער (וכפי שעשו בניגון הק' התקוה, ובניגון שמחה הידוע בשם 'שלום עליכם', ועוד).
רביה''ק זי''עאיך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר די ניגון, מ'דארף עס אריינברענגען ביי אונזער עולם.