אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
590 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
תרומהכ'האב יארן צוריק געהערט א ניגון א ווארימע פונעם זינגער 'מענדי וואלד', אויף די הריגה פון רבי חנינא בן תרדיון זצוק''ל ווי מ'פירט עהם צום פייער. ממש א הארציגע ליד.
און דא מאך איך ריסורדזש אויף א ענליכע ניגון וואס כ'האב געפונען, נישט עפעס אנדערש ווי דאס זעלבע מעלאדיע, זינגט עס 'לוזיע ספירידאן' אין א קירכע, מיט'ן נאמען 'די יסורים וועג פון יאשקע' וואס שילדערט ווי מ'פירט עהם צום תלי'...
כ'ווייס נישט צו לאכן צו .....
https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0Eg ... hd6_a0QLrU
נאך א זוך, און אט איז די אפציעלע קליפ פונעם ליד. https://www.youtube.com/watch?v=VYbJINxRz6o
[ווער האט עס גענומען פון וועמען? די קריסטן פון מענדי וואלד? חחחח]
@תרומה, דא איז מען שוין מעורר דערוועגן
https://www.theyeshivaworld.com/coffeer ... m-aleichem
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
ווייסט אפשר איינער דעם מקור צום פאפאלערן 'סימן טוב ומזל טוב'??
https://m.youtube.com/watch?v=yhIlVLyjEhQ
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: ס'איז זייער שווער אנצווייזן אויף סיי וועלכן ספעציפישן ניגון פון וואו ס'שטאמט. און ווער ס'האט עס גענומען פון וועם. אבער בכלליות קענמען זאגן אז זייער א סאך אידישע, לעבעדיגע ניגונים זענען זייער שטארק ענליך צו דעם זשאנער וואס רופט זיך ..."ציגיינער מוזיק"... געזונגען דורך די רומענישע און אונגארישע ציגיינער. נאר מ'קען נישט וויסן. אין פארלויף פון הונדערטער יארן ווער ס'האט עס גענומען פון וועם. ס'גייט ביידע וועגן. למשל היינט זענען דא גויים וועלכע האבן זיך אויסגעלערנט צו זינגען פאפולערע אידישע ניגונים. זיי זינגען עס זייער גוט. אפילו קאך ארבעטערס פון ספאנישן און קאריבעאנער אדער אפריקנער אפשטאם. ווייל זיי הערן אט די ניגונים אזויפיהל מאל האבן זיך גוט אויסגעלערנט. ווען זיי זאללן וועללן שפילן אין אן ארקעסטרא וואלט מען געקענט זאגן אז דאס זענען גוי'אישע ניגונים. אבער אין פאקט האבן זיי דאס גענומען פון אידן...!
ביי אונז אידן איז דא א חולשה (קאמפלעקס) אז אלע אונזערע ניגונים זענען געגנב'עט פון די גויים. און אלע קלוגע מאמרים. אפילו פון חז"ל אדער תורה שבכתב איז געגנב'עט פון די גויים. פארוואס זאלל דאס אזוי זיין...?!
דער באקאנטער שבת׳דיגער ניגון ״
שבענו מטובך״ וואס איז מיוחס צו ר׳ נחמן מברסלב, פארמאגט א שיינע תנועה אן ווערטער וואס מען זינגט איידער די הויעכע פאל פון ״והנחילינו ד׳ אלוקיך״, אט די תנועה ערשיינט כמעט אקוראט אויף אן אלטען אידיש לידל מיט׳ן נאמען ״
קינדערלעך געווען״.
עס איז שטארק מעגליך אז דער שבענו ניגון איז געווען פאפולער און ווייט פארשפרייט, ממילא ערשיינט עס אויפ׳ן אידישען לידל אלץ נאסטאלאגיע, עס קען אויך זיין פארקערט.
אפשר קענען די מוזיק היסטאריקער בתוככי קאווע שטיבל, פותר זיין די שאלה.
ס'איז דא צווייטע זאך וואס באדערט מיך.
א יעדער איז באקאנט מיט דעם זיסן, באחנ'טן ניגון...." א סוכהלע א קליינע, פון ברעטעלעך געמיינע...האביך מיר א סוכהל'ע געמאכט"...!
זענען געקומען מענטשן, וועלכע זענען פראדוקטן פון דעם היינטיגן חינוך הקלוקל. אשר לא קראו ולא שנו. און זיי וויללן זיין ..."פאליטיקלי קארעקט"... לויט די היינטיגע פארדרייטע אזויגערופענע חסיד'ישע אדער חרד'ישע סטענדערדס. און זיי האבן עס געוואלט ..."אויסרייניגן"... האבן זיי אויפגעטוישט דאס ווארט ..."געמיינע"...מיט דעם ווארט..."שיינע"...!
אלס רעזולטאט האט דער זיסער, באחנ'טער, נאסטאלגישער לידל פארלוירן 90% פון זיין חן...! זיי. די איגנאראנטן הייבן נישט אן צו וויסן וואס די מיינונג אין אמאליגן פוילן און רוסלאנד איז געווען פון דעם ווארט ..."געמיין" . זיי מיינען אז דאס האט א נעגאטיווע מיין. און זיי וויללן נישט אז די קינדער זאללן (ח"ו) זיך אויסלערנען א נישט איידל ווארט...!
זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין דעם זיסן חן וואס ליגט אין דעם ווארט. אז א איד אן ארעמאן וועלכער האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן טייערע ברעטער האט זיך צוזאמגעקלאפט א סוכה'לע פון ברעטער וואס אנדערע האבן אוועקגעווארפן...!
רעב בערל ברוך שכוונת! האסט צוגעטראפן צו אן ארטיקל אין איינע פון די לעצטיגע וועקערס, וואס ברענגט זייער שטארק ארויס די נקודה וואס דו שרייבסט דא.
דער הייליגער בעלזער רב ז''ל פלעגט כסדר זאגן פאר בעלי שמחה מען זאל זעהן צו ליידענען 'געמיינע אידן' ,אין גאליציע האט דאס געמיינט ארימעלייט.
איך אויך: יא. דאס איז געווען דער אויסדרוק וואס מ'האט גענוצט אמאל. אזוי ווי סוחרים אמאל פלעגן זאגן..."דאס איז געמיינע סחורה"...! האט געמיינט אז דאס איז ביליגע סחורה...!
רביה''ק זי''עThe homesickness marchויקרא שמו בישראל '
מארש מנוחה ושמחה'
ווי האט נאר ר' יוחנן סטאלינער געזאגט: "אלע אונזערע ניגונים האבן א מקור אין קדושה..." ומי יעמוד בסוד קדושים...
אין די דיסקריפשאן פון די ניגון איז דא א לינק וואס באשרייבט די ניגון. עס איז אין רוסיש מען קען מיט גוגל טרענסלעיט דאס לייענען. זיי שרייבען אז זיי וויסען נישט ווער דער קאמפאזיטער פון דעם מארש איז. די סטולינר ווייסען יא
דאס וואס די סטאלינע טענה׳ן אז זיי ״ווייסן״ ווער ס׳האט פארפאסט דעם מארש איז נישט קיין ראיה, כ׳מיין אז אויף די חבד׳סקע יעלה ״ווייסן״ סיי די חבד׳סקע און סיי די סטאלינע ווער ס׳האט עס פארפאסט מ׳דינגט זיך נאר ווער ס׳איז, על כרחך אז איינער חלומ׳ט, אדער חלומ׳ען ביידע.
רביה''ק זי''עדאס וואס די סטאלינע טענה׳ן אז זיי ״ווייסן״ ווער ס׳האט פארפאסט דעם מארש איז נישט קיין ראיה, כ׳מיין אז אויף די חבד׳סקע יעלה ״ווייסן״ סיי די חבד׳סקע און סיי די סטאלינע ווער ס׳האט עס פארפאסט מ׳דינגט זיך נאר ווער ס׳איז, על כרחך אז איינער חלומ׳ט, אדער חלומ׳ען ביידע.
איר מיינט דעם ניגון אויף וועלכן אברהמל פריד האָט צוגעפּאַסט די ווערטער טאַטעניו? דוכט זיך אַז אין חב״ד ווייס מען ניט אָנצואווײזן אויף קיין מחבר.
ס׳איז דאָ נאָך איין ניגון יעלה באַ אונז, וואָס איז כמעט אינגאַנצן אומבאַקאַנט אפילו אין חב״ד (געוויסע פאַלן פון דעם ניגון איז יע באַקאַנט – אָבער געענדערט בבחינת פנים חדשות באו לכאן, והעיקר
קיינער קען עס ניט אַלס „יעלה”) – דער מחבר פון דעם ניגון איז אָבער גוט באַקאַנט און פעסטגעשטעלט – דאָס איז אַ חאַריטאָנאָוו ניגון.
אָדער אפשר מיינט איר גאָר אַ דריטן ניגון?
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
https://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
טאמבל סאסhttps://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך הער עס נישט. ס'איז מער קארדס ווי א מעלאדיע. משא"כ crack of dawn
קארדס איז אסאך גרינגער צו טייטלען פינגער, ווייל א קארד פראגרעשן נעמט על פי רוב אריין פיל ווייניגער אינדיווידואלע קארדס אין א ניגון ווי נאוטס. אדער בעסער געזאגט א succession of notes לדעתי דארף מען צוטיילן קארדס פון מעלאדיע לגבי ענליכע צו גע'גנב'עט תנועות אז מ'וועט גיין דארט האט עס ממש נישט קיין שיעור... קענסט שוין אוועקפס'לען אלע אידישע פולע מיינער ניגונים נאך פאר מ'רעדט א ווארט... ווייל ס'איז בערך זעלבע 4-5 קארדס, און האט נישט עפעס א פארווארפענע דזשעז קארד וואס מ'דארף שפילן מיט 6 אהאלב פינגערס...
כ'בין אריינגעפארן אין טעאריע. איז דא א באזונדערע אשכול פאר דעם? דאס וואלט ווארשיינליך געווען אינהאלטסרייך דורכצובלעטערן
סאנטיאגאטאמבל סאסhttps://youtu.be/G9toO1UExP0
די theme אין מרדכי בן דוד'ס crack of dawn אין משיח קוקט אויס גגנבט פון הענדל'ס האניבאל.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך הער עס נישט. ס'איז מער קארדס ווי א מעלאדיע. משא"כ crack of dawn
קארדס איז אסאך גרינגער צו טייטלען פינגער, ווייל א קארד פראגרעשן נעמט על פי רוב אריין פיל ווייניגער אינדיווידואלע קארדס אין א ניגון ווי נאוטס. אדער בעסער געזאגט א succession of notes לדעתי דארף מען צוטיילן קארדס פון מעלאדיע לגבי ענליכע צו גע'גנב'עט תנועות אז מ'וועט גיין דארט האט עס ממש נישט קיין שיעור... קענסט שוין אוועקפס'לען אלע אידישע פולע מיינער ניגונים נאך פאר מ'רעדט א ווארט... ווייל ס'איז בערך זעלבע 4-5 קארדס, און האט נישט עפעס א פארווארפענע דזשעז קארד וואס מ'דארף שפילן מיט 6 אהאלב פינגערס...
סאנטיאגא: דו האסט שוין געהערט אמאל (ס'איז רעטאריש) קאנטרי, אדער אפאלאטשיאן מוזיק געשפילט אויף גיטארס און פידלען...?! ס'איז דאך אזוי מתיקות'דיג (די מערסטע פון זיי.) געזינגען פון הארץ.
אבער פארוואס זאלסטו האלטן אז אונז (אידן) זעמיר אזוי באגרעניצט. און דאס ביסל האמיר אויך געגנב'עט פון אנדערע.
ס'איז אויך דא א גאנצע רעפערטואר פון ..."ציגיינער מיוזיק"... וואס איז שטארק ענליך צו אונזערע ניגונים. געזינגען דורך עכטע ציגיינער, וואס געט מיר גרויס הנאה. נאר דארט ביניך זיכער אז אונז האמיר עס געלקחנ'ט פון זיי...!
אפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
Mamko Moja משלוח מנות פון סלאוואקיי
רבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
הער:
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
ליין:
https://en.wikipedia.org/wiki/Mamko_Moja
ישעיהאפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
כ'האב אויך אזוי אלעמאל געקלערט. אפשר 'קול נדרי' פון פינקי וועלכע שניצלער זאגט אויף נשמה פלאם 2?
@ישעיהhttps://youtu.be/Ikn0SoZtH7U?t=150
יואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
וויאזוי טרעפט מען אזעלכע זאכן? איז דא איינער וואס זיצט און הארכט אויס יעדעס איינציגסטן מערב-אייראפעאיש פאלקסליד?
רביה''ק זי''עיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אני הקטן האב עס יעצט געטראפן אויסהערענדיג קארפאטען פאלקס לידער אין די הונטערגרונד בשעת ארבייטן. מזרח איירופע פאלקס מוזיק איז מער געאייגענט פאר דעם.
מ'קען הערן מוזיק פאר שעות אבער... לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר חז"ל: משל למרגלית שנפלה בין החול אדם ממשמש בחול וכוברו בכברה עד שמוצא את המרגלית ומשמצאה הוא משליך את הצרורות מידו ונוטל המרגלית.
פיינע נייעס דאס, כ׳דארף אמאל מאכן א געהעריגע אינטערוויו מיט דיר, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, בערך וויפיל לידער האסטו שוין אויסגעהערט ביז דו האסט דאס געטראפן? כ׳מיין צו פרעגן בערך וויפיל איז דיין סוקסעס ראטע אינעם לידער געגראבאכץ, איינס פון הונדערט? איינס פון טויזענט? (פארוואס פרעג איך? ווייל איך פלעג אויך אמאל זיין אינעם ליין אבער כ׳האב ליידער גארנישט אינטערעסאנטס געפינען. 😳 )
רביה''ק זי''עפיינע נייעס דאס, כ׳דארף אמאל מאכן א געהעריגע אינטערוויו מיט דיר, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, בערך וויפיל לידער האסטו שוין אויסגעהערט ביז דו האסט דאס געטראפן? כ׳מיין צו פרעגן בערך וויפיל איז דיין סוקסעס ראטע אינעם לידער געגראבאכץ, איינס פון הונדערט? איינס פון טויזענט?
כ'האב אן עקלעקטיק טעיסט.כ'הער נישט בכוונה צו טרעפן חידושים. מיין גיסטע דיקטירט וועלכע ווינקעל פון דעם כדור הארץ און וועלכע עפאכע וועט היינט שפילן. מזרח איירופע פאלקס ניגונים איז איין זשאנרא צו וועלכע איך קער זיך צוריק היבש.
לאמיר דאנקן די אלע וועלכע האבן ערמעגליכט אזא פארגעניגן. ווען איך לעב בימי חז"ל וועלט איך ערפינדן א ברכה מיטן מטבע שטבעו חכמים פאר די יצירה פון יוטאוב.
דער אמת איז אז אויב כ'וויל דוקא קען איך ברענגן א ים מיט ניגונים וועלכע ענדלן אין היימישע טראדיצאנאלע ניגונים אבער בלויז מיט תנועות, און מ'קען זיך דינגן אויב דאס איז א דיכט פון א דיינעסאר אדער נישט. א ריכטיגע געפינס איז ווען מ'טרעפט א גאנצע פרעזערווירטע סקעלעטן.
יואלישרביה''ק זי''עפיינע נייעס דאס, כ׳דארף אמאל מאכן א געהעריגע אינטערוויו מיט דיר, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, בערך וויפיל לידער האסטו שוין אויסגעהערט ביז דו האסט דאס געטראפן? כ׳מיין צו פרעגן בערך וויפיל איז דיין סוקסעס ראטע אינעם לידער געגראבאכץ, איינס פון הונדערט? איינס פון טויזענט?
כ'האב אן עקלעקטיק טעיסט.כ'הער נישט בכוונה צו טרעפן חידושים. מיין גיסטע דיקטירט וועלכע ווינקעל פון דעם כדור הארץ און וועלכע עפאכע וועט היינט שפילן. מזרח איירופע פאלקס ניגונים איז איין זשאנרא צו וועלכע איך קער זיך צוריק היבש.
איך קען מעיד זיין. אז מ'הערט אלעס קען מען טרעפן אסאאאך... אז מ'גייט מיט די כוונה פון טרעפן, טרעפט מען נישט...
יואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
אייביג געהאלטן אז ס'איז גויאיש. ס'האט עפעס א מין פאלקסישע דיפרעסיע. ס'איז אזוי אידיש ווי חייב אינש און אשת חיל וואס מ'זינגט ביי מצוה טענץ...
יואלישישעיהאפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
כ'האב אויך אזוי אלעמאל געקלערט. אפשר 'קול נדרי' פון פינקי וועלכע שניצלער זאגט אויף נשמה פלאם 2?
@ישעיהhttps://youtu.be/Ikn0SoZtH7U?t=150
דו האלסט טאקע אז פינקי הערט אויס די זאכן?
מזמרים האט עס אמאל געקאווערט לייוו און לענארדס מענדזשער האט אים געקאנטאקט אז ער זאל עס אראפנעמען פון יוטוב. און כך הווה. קען זייו פון דארט געדענקט עס
רעדנדיג פון א פינקי קאנספיראציע
אלעקס דזשאונס האט עס אז פינקי האט קלאר געוויסט פון די גניבה. הער די אינטרא. http://www.youtube.com/watch?v=d-DkPd1MRjU
http://www.youtube.com/watch?v=jlmAO-koYWA
כ'האב מיך דערמאנט... https://youtu.be/kvjKzQqUJaE
די באבע באבע באבעניו שטיקל איז קלאר גענומען פון dance me to the end of love
סאנטיאגאיואלישישעיהאפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
כ'האב אויך אזוי אלעמאל געקלערט. אפשר 'קול נדרי' פון פינקי וועלכע שניצלער זאגט אויף נשמה פלאם 2?
@ישעיהhttps://youtu.be/Ikn0SoZtH7U?t=150
דו האלסט טאקע אז פינקי הערט אויס די זאכן?
מזמרים האט עס אמאל געקאווערט לייוו און לענארדס מענדזשער האט אים געקאנטאקט אז ער זאל עס אראפנעמען פון יוטוב. און כך הווה. קען זייו פון דארט געדענקט עס
לענארד איז געווען מער פאר משוררים?
מ'קען זאגן דריי לאו דוקא'ס. נישט זיין מענעדזשער נאר לענארד זעלבסט, נישט דענס מי טו די ענד אוו לאוו נאר הללויה. און נישט געהייסן אראפנעמען נאר זיך באדאנקט.
טאפעלט
רביה''ק זי''עיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
וויאזוי טרעפט מען אזעלכע זאכן? איז דא איינער וואס זיצט און הארכט אויס יעדעס איינציגסטן מערב-אייראפעאיש פאלקסליד?
אויף Google איז דא אן Option אריינצוזינגען א ניגון און ער לינקט דיר ווידעאויס וואס האבן ענליכקייטן דערצו.
יואלישסאנטיאגאיואלישישעיהאפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
כ'האב אויך אזוי אלעמאל געקלערט. אפשר 'קול נדרי' פון פינקי וועלכע שניצלער זאגט אויף נשמה פלאם 2?
@ישעיהhttps://youtu.be/Ikn0SoZtH7U?t=150
דו האלסט טאקע אז פינקי הערט אויס די זאכן?
מזמרים האט עס אמאל געקאווערט לייוו און לענארדס מענדזשער האט אים געקאנטאקט אז ער זאל עס אראפנעמען פון יוטוב. און כך הווה. קען זייו פון דארט געדענקט עס
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 7%94%D7%9F
לענארד איז געווען מער פאר משוררים?
מ'קען זאגן דריי לאו דוקא'ס. נישט זיין מענעדזשער נאר לענארד זעלבסט, נישט דענס מי טו די ענד אוו לאוו נאר הללויה. און נישט געהייסן אראפנעמען נאר זיך באדאנקט.
א שאד דו האסט נישט געקענט צאמישן צוויי באזונדערע מעשיות אן פארדרייען אזויפיל פאקטן
סאנטיאגאיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
פארוואס מיינע אויערן כאפן אויף נישט מער ווי אביסל ענדלעכקייט, עפעס ראנג מיט מיר?
יואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
א דאנק!
איך האב ארומגעקוקט אויף יוטוב, האב איך געטראפן
די ווידיאו, עס הערט זיך נענטער צו אונזער היימישע ניגון (עט ליעסט אין מיינע אויערן).
למעשה קום איך אן צו די צווייטע ניגון אין די ווידיאו, און עס איז אויך א היימישע ניגון! איינער דא קען די ניגון?
איך האב א באמבע mbd's הנה לא ינום
יעקב מעקסוועל
למעשה קום איך אן צו די צווייטע ניגון אין די ווידיאו, און עס איז אויך א היימישע ניגון! איינער דא קען די ניגון?
די צווייטע פאל פון אשת חיל מצווה טאנץ. דאס דריטע ליד איז אויך גאנץ שיין, מ׳דארף דאס אויך אדאפטירן.
יעקב מעקסוועליואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
א דאנק!
איך האב ארומגעקוקט אויף יוטוב, האב איך געטראפן
די ווידיאו, עס הערט זיך נענטער צו אונזער היימישע ניגון (עט ליעסט אין מיינע אויערן).
למעשה קום איך אן צו די צווייטע ניגון אין די ווידיאו, און עס איז אויך א היימישע ניגון! איינער דא קען די ניגון?
האסט א גיטע אויער. מיר האבן דאס געפינס מפרסם געווען דא אינעם אשכול בערך זעקס יאר צוריק. די מנהלים האבן געהאלטן אז ס'איז א וועלט'ס חידוש און האבן עס דעריבער אפגעטייטלט אין א באזונדערע אשכול.
Shocking
https://youtu.be/2J85JjlAuo4
קאצקע ציקער: איך האב אייביג געפיהלט אז דאס איז א אידישער ניגון. אפילו ווען ס'איז געזינגען דורך גויים. אין עטליכע שפראכן. אריינגערעכנט פראנצויזיש...! אדער. להבדיל, די טמא'נע שפראך העברעאיש. (ניין. נישט פראנצויזיש איז א טמא'נע שפראך. לאל.)
קאצקע ציקערShocking
https://youtu.be/2J85JjlAuo4
וועלכע אידיש ניגון דארף דאס זיין?
מצפצףקאצקע ציקערShocking
https://youtu.be/2J85JjlAuo4
וועלכע אידיש ניגון דארף דאס זיין?
@קאצקע ציקער שרייבט דאך פריער, ״הנה לא ינום״ פון מב״ד.
https://jewishmusic.fm/artist/mordechai-ben-david/
זיי ברענגן א ליסט פון גויאישע ניגונים וואס מב״ד האט אדאפטירט, אינקלודינג דעם Mamy Blue ניגון.
moodyסאנטיאגאיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
פארוואס מיינע אויערן כאפן אויף נישט מער ווי אביסל ענדלעכקייט, עפעס ראנג מיט מיר?
ווי ס'אידישט זיך גויאישט זיך, יו"ט ערליך האט אויך צוגעפיצט און פארהיימישט צו סתם אראפגענומען אדער צוגעלייגט א תנועה דא און א תנועה דארט... און קען זיין דער קאלוב'ער צו ווער ס'האט דיזן ליד אריינגעבראכט איז נישט געווען דער מוזיקאלישער תנא קמא פונעם דעמאלטסדיגן יאר הונדערט. דאס איז א באזונדערע שמועס אז ניגונים ווערן צומאל פאדרייט געוואנדן אין די קולטור וואס זינגט עס איבער...
יוסי גרין און יצי ספינער האבן אמאל געהאט א שמועס דערוועגן. יעדע מינוט איז ווערט
קויפערמצפצףקאצקע ציקערShocking
https://youtu.be/2J85JjlAuo4
וועלכע אידיש ניגון דארף דאס זיין?
@קאצקע ציקער שרייבט דאך פריער, ״הנה לא ינום״ פון מב״ד.
https://jewishmusic.fm/artist/mordechai-ben-david/
זיי ברענגן א ליסט פון גויאישע ניגונים וואס מב״ד האט אדאפטירט, אינקלודינג דעם Mamy Blue ניגון.
לתועלת הציבור האמיר דאס אמאל אויך מזמין געווען לפונדק אחד:
https://youtube.com/playlist?list=PL8zE ... z0eRQpf4Ww
יואליש: ייש"כ. דאס איז זייער א גוטע זאך. אשרי העם שככה לו. אז אונז האמיר אזעלכע גרויסע מוזיקאלישע טאלאנטן ווי מרדכי בן דויד (וועלכער זעהט היינט אויס ווי דער גערער רבי אליינס.), און אברהם פריעד און ליפא שמעלצער, צווישן אנדערע. וועלכע קענען איבערזעצן אלגעמיינע פאפולערע ניגונים און זיי פאראידישן. אריינטייטשן אין פסוקים און שיינע מאמרים.
אט די ערשיינונג איז געווען אין אלע דורות. ס'זענען דא אלטע טראדיציאנאלע ניגונים און מארשן, ספעציעל ביי די תפילות פון די ימים נוראים, וועלכע זענען גענומען געווארן פון די רוסישע מיליטערישע ארקעסטרא. און די פראנצויזישע.אויך פון די ציגיינערישע מוזיק זענען דא א סאך ניגונים ביי אונז. ס'זענען אויך פארהאן פאפולערע ניגונים וועלכע האבן זיך אריינגעכאפט אין די אלגעמיינע, גויאישע מוזיק. גענומען געווארן פון די אידישע ניגונים...!
מענין לענין, פארגלייך די ערשטע קארדס פון דער אריינפיר צו דער לאנצוטער (אראנזירט פאר גער) אז ביום השביעי נחת צו די ערשטע קארדס פון ברוס ספרינגסטינ'ס Badlands
https://www.youtube.com/watch?v=OmKxheMDDjkיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
הער:
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
ליין:
https://en.wikipedia.org/wiki/Mamko_Moja
מיי גאד, וויפיל טרערן איך האב שוין צאמגעגאסען אויף דעם ניגונ׳דעל, כ׳פיקטשער ווי דער אייביגער איד זינגט עס אויפן בהמות באן קיין אוישוויץ ארומגענומען מיט זיין שטארבענדע משפחה…
you totally ruined it for me
moodyסאנטיאגאיואלישרבש"ע האב שוין אויף אונז רחמנות, שיק שוין משיח און לייז אונז אויס פון גלות, שומר ישראל האב שוין אויף אונז רחמנות...
אין די פאלקס ניגון פון סלאוואקיי, Mamko Moja "מיין מאמע," קלאגט טאכטער צו מאמע איז איר ליבע גייט צו די חופה מיט א צווייטן.
https://www.youtube.com/watch?v=KC4-wsdNwhc
פארוואס מיינע אויערן כאפן אויף נישט מער ווי אביסל ענדלעכקייט, עפעס ראנג מיט מיר?
תנוח דעתך. נאר א טראפ ענליך.
האט איינער אפשר מער אינפארמאציע איבער דעם ניגון? https://youtu.be/P4F-Aoxwfhk
מען זינגט עס אויך פורים לנו
ישעיהאפשר קען מיך איינער ארויסהעלפן,
די אנהייב פון לאונרד כהן'ס Dance Me to the End of Love ניגון - בין איך כמעט זיכער אז איינער פון די היימישע בעלי מנגנים האבן עס געבארגט ערגעץ וואו, אבער איך קען מיך נישט דערמאנען ווער און וואו?...
לינק צום ניגון הנ"ל
https://youtu.be/NGorjBVag0I
דו מיינסט אוודאי "מקדש מלך" אויף לחיים מתיקות 4