☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

590 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

פייפער » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:48 pm

· #181109
די הייליגע זיסע ניגון Let her go פון passenger, איז געניצט געווארן היינט נאכט אין די בודווייזער קאממערשיעל.
Only miss the sun when it starts to snow,
Only know you've been high, when you're feeling low
Only know you love her when you let her go.....and...you let her go
... געוואלדיג.

משמע לי אז ר' יוסל גרין האט אויך שטארק ליב דעם ניגון. וועגן דעם האט ער אביסל געגנב'ט פון דעם ניגון, און געגעבן אביסל דערפון פאר שלומי גערטנער'ס הקדמה אויף זיין ניגון imagine.

טעפל » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:38 am

· #181149

צלפחד » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 8:21 pm

· #182136
[ציטאט אראפגענומען]

Apply the same standards of proof will you? 🙂 Good observation

But Abie Rottenberg did get this HASC song from Dylan I bet.

There’s a small piece of heaven in everyone’s heart

a glorious gift from above

it will sparkle and shine if we each do our part

to reach out and touch it with love

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 8:55 pm

· #182144
[ציטאט אראפגענומען]

אז מ'רעדט שוין פון Blowing in the wind, דא האט איר ר' קטלא'ס אידישע איבערזעצונג.

משיב הרוח

בלאָויאינג איז דער ווינד, פון שבתי זיסל צימערמאַן (א.ב.וו. בּאָבּ דילען)
אַן איבערזעצונג

וויפל שטראָזן מוז שפּאַצירן אַ מאַן
איידער ער גייט אויף אַ גאַנג?
יאָ און וויפל ימים מוז אַ ווייסע טויב פליען
איידער זי שלאָפט אין דער זאַמד?
יאָ, און וויפל מאָל מוזן קאַנאָן באַלן פליען
צו פאַרבאָטן אויף אַן אייביקער זמן?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

וויפל יאָרן קען אַ באַרג עקזיסטירן
פאַר ס'שווענקט זיך אין ים אויסגעשפּרייט?
יאָ, און וויפל יאָרן קען אַ פאָלק עקזיסטירן
פאַר מ'ערלויבט זיי צו ווערן באַפרייט?
יאָ, און וויפל מאָל קען אַ מענטש באַגראָבן זיין קאָפּ
ווי ער זעט נישט אויף נאָנט און אויף ווייט?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

וויפל מאָל מוז אַ מענטש קוקן אַרויף
איידער ער זעט פון דעם הימל דער שיין?
יאָ, און וויפל אוירן מוז איין מענטש פאַרמאָגן
איידער ער דערהערט אַ געוויין?
יאָ, און וויפל טויטע ביז ווי לאַנג אַז ער ווייסט
אַז צו פיל אויפהערן צו זיין?
די ענטפער מיין פריינד עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט
די ענטפער עס בלאָזט זיך אין דעם ווינט.

(לכבוד שבת ראש חודש אדר א' תשע"ד)

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 11:32 pm

· #182163
כהאב מיר געמיטשעט צי פארשטיין די ענטפער, האב איך געטראפן וויקיפידיע
The refrain "The answer, my friend, is blowin' in the wind" has been described as "impenetrably ambiguous: either the answer is so obvious it is right in your face, or the answer is as intangible as the wind".[2]

petergrifin » פרייטאג פעברואר 7, 2014 12:46 am

· #182174
[ציטאט אראפגענומען]

שוין מ׳גײט זיך לײגן שלאפן און אברעמל זינגט מיר ארײן אין די אויערן... א מחיה 👍

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 7, 2014 1:30 am

· #182183
אדער קען מען לייגן א קאמע נאך 'is' כזה: The answer, my friend, is, blowin' in the wind, און blowin' in the wind גופא איז דער ענטפער...

און אין דעם קען מען שוין זאגן כמה מהלכים, צו אז א מענטש בלאזט אין די ווינט בבחינת שרגא בטיהרא, ואומר קוק ווי שטארק איך בלאז, אדער רעדט מען גאר אז ער פראבירט צו בלאזן קעגן די ווינט...

ונבנתה העיר » פרייטאג פעברואר 7, 2014 1:57 am

· #182187
ווער האט איהם געפרעגט... 😃

הוגה » פרייטאג פעברואר 7, 2014 2:08 am

· #182190
כ'האב לעצטענס געזעהן א לאנגע דאקומענטרי איבער דילאנ'ס קאריער, ער ווערט געפרעגט אסאך שאלות איבער זיינע ניגונים און פאליטישע נייגונגען פון יענע צייטן אבער ער גיבט נישט קיין קלארע תשובות, און ווען יא שטומט עס נישט מיט די פאקטן. מיין טעאריע איז אז יענע יארן איז פארנעפלט אין זיין זיכרון. אדער צוליב דעם וואס ער איז געפלויגן גאר הויך, אדער ווייל זיין unexpected overnight rise to stardom האט אים אזוי פארשיכורט.

זיינע ניגונים קענען גרינג פארטייטשט ווערן ווען מען זעהט עס אין קאנטעקסט פון די סאציאלע טוישונגען פון יענע צייטן. א יעדע צוואנציג יעריגע שמויגער אין די זעכציגער יארן האט גוט פארשטאנען איבער וואס ער זינגט, אבער ער מאכט זיך ווי ער ווייסט פון גארנישט, ער איז געשטאנען פאר גארנישט, און געשטיצט גארנישט. My foot!

נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 11, 2014 12:13 am

· #182897
די באקאנטע שלום עליכם וואס ווערט געזונגען אין די אלגעמיינע אידישע וועלט האט פארפאסט א קאנסערוואטיווער ראביי מיטן נאמען הרב ישראל גולדפארב אין א פרייטאג נאכמיטאג אין יאר 1926 זיצענדיג אויף די טרעפ פון קאלאמביע יוניווערסיטי.

צלפחד » דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:43 am

· #182918
עס געפעלט מיר ווי מיכאל שניצלער ניצט 'אה פארטיונא' אין זיין מענדי-קענדי-סענדי ניגון - "יארן שפעטער,א בריוול זעהט ער פון א איד פון ירושלים" - להגדיל הטראסק

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 9:14 pm

· #189236
הוגה
כ'האב לעצטענס געזעהן א לאנגע דאקומענטרי איבער דילאנ'ס קאריער, ער ווערט געפרעגט אסאך שאלות איבער זיינע ניגונים און פאליטישע נייגונגען פון יענע צייטן אבער ער גיבט נישט קיין קלארע תשובות, און ווען יא שטומט עס נישט מיט די פאקטן. מיין טעאריע איז אז יענע יארן איז פארנעפלט אין זיין זיכרון. אדער צוליב דעם וואס ער איז געפלויגן גאר הויך, אדער ווייל זיין unexpected overnight rise to stardom האט אים אזוי פארשיכורט.

זיינע ניגונים קענען גרינג פארטייטשט ווערן ווען מען זעהט עס אין קאנטעקסט פון די סאציאלע טוישונגען פון יענע צייטן. א יעדע צוואנציג יעריגע שמויגער אין די זעכציגער יארן האט גוט פארשטאנען איבער וואס ער זינגט, אבער ער מאכט זיך ווי ער ווייסט פון גארנישט, ער איז געשטאנען פאר גארנישט, און געשטיצט גארנישט. My foot!

לסכם. אז באב דילאן איז נישט געווען דער גרויסער פאעט וועלכער האט פארפאסט הארציגע שירים, נאר ר'האט גוט געהאלטן א גיטאר און געהאט א רייסנד'ן קול. דאס איז געווען דער סוד פון זיין פאפולאריטעט. 😕 😂 😠 😛 😳 😢 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 6, 2014 9:22 pm

· #189237
[ציטאט אראפגענומען]

כעלם'ער מגיד':טראץ דיין קריטיק, דארט אין אנדער'ן אשכול פון "תורה ומחשבה" אויף די גראמאטיק פונ'ם "חד גדיא" שיר, מוזסטו מודה זיין אז ס'איז א הארציג ליד'ל און ערוועקט מיסטעריעזע מחשבות. 🙄 😕 😎 😂 😠 😳 😢 😮

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:08 pm

· #190372
מישע מישע מישע נכנס אדר

http://en.wikipedia.org/wiki/Pick_a_Bale_of_Cotton

יואליש » מיטוואך מערץ 12, 2014 9:04 pm

· #190379
אךשמח
חייב איניש לבסומי, לבסומי בפורי

לעבעדיג הייבט אייך....

ווארענונג: עס זענען דא נשים אויף דעם קליפ.

http://www.youtube.com/watch?desktop_ur ... sFLY&gl=US

ווער האט גענומען דעם ניגון פון וועם???

צוויי יאר נאך די רומענישע עד דלא ידע פלאגאריזים קאנטרעווערסיע צווישן דוד אסף און קאווע שטיבל, איז די אריגינעלע לעבעל מער נישט בנמצא אויף יואטוב, ווארשיינליך אויפן פארלאנג פון די קאפירייט האלטער.

דא איז אסף'ס בלאג פאוסט, און נאדיר א יואטוב קליפ פון די רומענישע רעקארדירונג, נאר אן די אריגינעלע מוזיק ווידיאו.

די נאמען ון די ניגון אין רומעניע איז Dama Mama Dupa Ghiuri. עד דלא ידע בין Dama mama dupa ghiuri לעד דלא ידע.

shefele » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:54 am

· #190428
ב"ה געטראפען דעם אריגינאלען קליפ

https://www.youtube.com/watch?v=3iGJq0OwdaA

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:36 pm

· #223277
אידיש אדער גויאיש ניגונים סאנגס
עס איז געווארען א סטייל אז אידישע זינגערס זינגען גויאישע סאנגס מיט אביסעל פאלשע ווארימקייט און מען מיינט אז עס איז אידיש. מרדכי בן דוד איז איינער וואס האט גראדע אסאך גויאישע. וואס מען מיינט אז עס איז אידיש. איינס פון די איז Daddy Dear

Watch "MBD - YM GERSTNER - DADDY DEAR - CHABAD TELETHON …" on YouTube
MBD - YM GERSTNER - DADDY DEAR - CHABAD TELETHON …: http://youtu.be/KMxRr6K0qVM

דאס איז א גויאיש סאנג פון 1956

Watch "Danny & Dena Kaye - Little Child (Daddy Dear ) 19…" on YouTube
Danny & Dena Kaye - Little Child (Daddy Dear ) 19…: http://youtu.be/lyOwDcXL6wo

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:48 pm

· #223282
ווי אויך די אלעם באקאנטער ניגון "אידן" איז א דייטשע סאנג
Watch "Eurovision 1979 Germany Dschinghis Khan Dsc…" on YouTube
Eurovision 1979 Germany Dschinghis Khan Dsc…: http://youtu.be/eAEUrp2V4ss

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:52 pm

· #223286
אוי איך האב פארגעסען צו זאגען מען זאהל דעס נישט פארציילען פאר "דער פון מאנרא" וואס איעדע זאך וואס קומט ארויס לעצטענס זאגט ער קומט פון די דייטשען... אזוי ווי אפי בהסתרה און די פענגווין טאנץ און די אייס באקעט.
וואס וועט ער זאגען אויף דעם וואס קומט טאקע פון דארט?

יואליש » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:11 pm

· #226284
געוואלדיג, מגיד!

צלפחד » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:24 pm

· #226292
Wow, just wow. Thank you Magid.

נהורא נפישא » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:13 pm

· #234133
צור משלו אכלנו, וואס מזינגט אין וויזניץ
אגב האב איך אמאל געזעצן ערגעץ, כ'ווייס נישט צו ס'איז קראנט אז דער פיוט האט מחבר געווען א קריסטליכער העבראיסט

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:18 am

· #234152
Wow
דאס איז דאך א וועלט ניגון, מ'זינגט עס איבעראל אין היימישע דירות. וואס איז טאקע פשט?

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:36 am

· #234187
ביי אונז זינגט מען עס נישט אבער נישט מטעם דער קריסט? נאר וועגן א שאלה לגבי בענטשן.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:55 am

· #234203
יא, טייל פוסקים זעהן א פראבלעם דאס צו זינגן פאר ברכת המזון, ווייל די זמר איז מיוסד אנטקעגן די פיר ברכות פון ברמה"ז. און זיי זעהן א פראבלעם אז מעגליך אז מ'האט שוין יוצא געווען דערמיט די חיוב.
ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:17 am

· #234210
נהורא נפישא

ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.

ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,

אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?

איחוד פעלד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:50 am

· #234215
כאילו טאמער זאלסטו מוזען מודה זיין אז די ניגון קומט פין די ראמעינער איז עס א וועלטס פראבלעם..

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:18 am

· #234218
איחוד פעלד
כאילו טאמער זאלסטו מוזען מודה זיין אז די ניגון קומט פין די ראמעינער איז עס א וועלטס פראבלעם..

ניין וויזשניץ האט אסאך אונגארישע, ראמענישע, און ציגאנערישע ניגונים, אבער דער ניגון איז גראדע נישט פון א נישט אידישן מקור.

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:22 am

· #234220
ס'איז מסתבר אז ס'איז נישט אידיש ווייל די הארא'ס זענען פאלקס טענץ

נהורא נפישא » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:31 am

· #234223

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:41 am

· #234225

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:13 pm

· #234318
נהורא נפישא

נהורא נפישא: ייש"כ. הערליך שיין. וואונדערבאר. איך האב באקומען אן התעוורות צו קוקנדיג די שיינע סצענע
אבער לפי שיטת עטליכע הייליגע אידן אשר אני לא רוצה לפורטם בשמותיהם, טאר מען אויף דעים קליפ (ר"ל) נישט קוקן און נישט הערן.) ערשטנס דער טאטע און דער זון זינגען אויף די שפה הטמאה עברית, ר"ל מהאי דעתא. צווייטנס, דער זון איז דאך א מאדערנער. ער זעיט מיר אויס ווי א מזרחי'סט. און ער גייט זיכער (אדער איז געגאנגען) אין טמא'נעם מיליטער פון מדינת ישראל. צה"ל... 😈

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:25 pm

· #234320
ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:26 pm

· #234321
ישראל קאפקע

ישראל קאפקע: ייש"כ. איך קען זיצן שעות און הערן אזעלכע הערליכע ניגונים. אבער איך בין מסופק אויב דאס איז געווען ביים שאצער רבי'ן. ס'זעהט אויס א סטעידזש מיט די גאנצע קלאפערגעצייג. א סקרין און ספאטלייטס...!

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:19 pm

· #234339
ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.

און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.

Chasidishmashpia » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:40 pm

· #234349
נו? יש עוד חידושים?

ישראל קאפקע » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:56 pm

· #234351
איך אויך
ישראל און ר' בערל עטץ האטץ נישט פארשטאנן דעם קעפל . מוסה שפילט א ניגון וואס הייסט 'ביים שאצער רבין' זעה די דיסקריפשן דארט 'אויך באקאנט אלס א וויזניצע חסידישע ניגון אויף צור משלו אכלנו'.

און גוגל פארציילט אונז אז דער ניגון הייסט 'ביים שאצער רבין אויף שבת'. דארף מען אויסגעפונען צו עס האט געהאט אידישע ווערטער.

וועלכע מהדורה און וועלכע דף אין גוגל? איך האב עס נישט געפונען.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:15 pm

· #234352
ישראל קאפקע
נהורא נפישא

ישמעאל, וויזניץ האט אריינגעברענגט אין זייער רעפוטאר מערערע פאלקס מעלאדיעס.

ריכטיג אבער איבער דעם ניגון ספעציפיש זע איך לגמרי נישט די בעיה,
עס איז דאך אין ערגסטן פאל א אידישע קלעזמער ליד, און נישט פון א גויאישן מקור,
עס קומט פון די ערשטע אלבום פון א קאנאדישע קלעזמער גרופע גערופן 'די פליענדע בולגארס' וואס איז געגרונדעט געווארן הערשט אין סוף ניינצן אכציגער, דער ניגון רופן זיי 'קאנדעל'ס הארא', אויף וואס איך קען נישט געפונען קיין שום אינפארמאציע אויפן נעט, חוץ אז עס איז גאנץ פאפולאר מיט פילע רעקארדירונגען,

אגב עס איז א שיינער ניגון, וואו קען איך הערן די וויזשניצער (ווי עס קוקט אויס אריגינאלע) ווערסיע?

דא פארציילט א פערפארמער אז די ניגון הייסט "קאנדעל'ס הארא" על שם הערי קאנדעל, א גרויסער קלעזמער מוזיקאנט, א איד, וועלכער האט פארפאסט דעם ניגון אים 1918. הערי איז געווארן פראפסיאנאלע טרענירט אין מוזיק אין אן אדעסא מוזיקאלישע שולע. געבוירן אים 1885 אין לעמבערג פון ווי ער האט עמיגרירט קיין אמעריקע און געווארן א קלעזמער שטערן. דא קענט איר געפינען געניג פון זיינע אריגענעלע רעקארדירונגן, אריינגערעכענט ניגונים מיטן נעמען ווי "בוקארעסטער בולגאר", "די חסידים פארן צום רבי'ן", "א אידישע חתונה", און "ברוגז טאנץ."

📎 Harry Kandel.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:23 pm

· #234362
ישמעאל הכהן
ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.

ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי... 😂

ישמעאל הכהן » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 10:44 pm

· #234365
berlbalaguleh
ישמעאל הכהן
ר' בערל במחילת כבודו גייט איר צו אן שטארקן עקסטרעים. זיי זענען נאכאלעם וואוילע אידן, און אפילו ס'איז אמת וואס דו רעכנסט אויס אז זיי זאלן האבן געטון זענען זיי דאך תינוקות שנשבו אויף וואס זיי זענען גארנישט שולדיג.

ר' ישמעאל: אנטשולדיג. אבער דו נעמסט נאך מיינע תגובות אין די עניינים "עט פעיס וועליו". דו כאפסט נישט די סארקאסטישע אונטערלאגע און דעם טאן פון מיין שרייבן... איך שרייב דאך "לויט געוויסע הייליגע אידן"...אין איך פאררעכן מיך זיכער נישט אלס איינער פון זיי... 😂

אה... זענען מיר דאך יא אויף איין בלאט 👍 😂

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:28 am

· #240126
עס איז מיר שוין לאנג באקאנט אז די ניגון מיינט בעלץ/בעלז שבבעסעראביא און נישט בעלזא שבגאליציע אבער דער פוילישן ווערסיע איז מיר א חידוש.

וואס איך פארשטיי נישט איז אז בעלץ איז דאך אין בעסעראביע ווי מען האט גערעדט ראמעניש (אפילו פאר די קריג) איז ווי קומט א פולישע ווערסיע דערויף?

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:21 pm

· #240177
כעלם'ער מגיד: ייש"כ פאר ערקלערן דעם חילוק. און אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך. ווייל א יעדער, ספעציעל חסיד'ישע אידן האבן אין זייער הינטערבאוואוסטזיין (סוב-קאנשיעס) אן אימעדזש, א בילד פון בעלזא, אלס שטארק חסיד'ישע שטאט, כדוגמת די בעלזער רביים.
איך האב אמאל געהערט אן אנדער'ן הסבר. אז די שטאט בעלזא, אין גאליציע איז עכט געווען א זייער מאדערנע שטאט. און דאס האט אויך צו טון מיט דעם פאקט אז די בעלזער רביים ווערן אנגערופן "רב" אנשטאטס "רבי". ווייל די מאדערנע און נישט זייער פרומע שטאט'ס מענטשן האבן געקענט באשטיין אז די בעלזער רביים זאלן פיהרן רביסט'ווע פאר זייערע חסידים, אבער נישט זיין שטאט'ס רב. זיי האבן ענדערש געוואלט א מאדערנעם מענטש פאר זייער רב. פארדעם האבן זיך געשטעלט די רוקח משפחה און זייערע אנהענגערס אז זיי זאללן דוקא יא זיין די רבנים אין שטאט.

אבער דיין הסבר, אז מ'רעדט דא פון צוויי באזונדערע שטעטלעך איז מער לאגיש, און גרינגער צו פארשטיין...!

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:46 pm

· #240188
ר' בערל ,במחילת כבודכם איז אייער השערה סתם הוידל בוידל.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:49 pm

· #240189
[ציטאט אראפגענומען]

כעלעם'ער מגיד: ייש"כ. דער לינק איז עפעס מורא'דיג. נאר איך האב יעצט נישט קיין צייט אדורכצובליקן אפילו א טייל פון דעם הערליכן בוך. איך מוז גיין פארענטפערן די קשיא וואס רש"י פרעגט אין פ' בחוקותי: "וא"ת מה נאכל"....איך האב עס אבער גע-בוק'מארק'ד...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:51 pm

· #240190
איך אויך
ר' בערל ,במחילת כבודכם איז אייער השערה סתם הוידל בוידל.

ר' איך אויך: וואס מיין השערה איז ווייס איך. יעצט ביטע זיי מסביר וואס מיינט "הוידל בוידל".... 😂

לית דין בר נש » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:26 pm

· #240199
אין גאנץ גאליציע האט מען גערופן רב נישט רבי
צאנז'ע רב שינאווע רב גארליץ'ע רב קרשאנוב רב באבוב'ע רב and you can just go on and on

לייב פאללאק » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:00 pm

· #240532
ווער קען דעי ניגון?
https://www.youtube.com/watch?v=S7CBfcECLoc
(וסימנך: קרעטשניף)

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 7:51 pm

· #240536
לייב פאללאק
ווער קען דעי ניגון?
https://www.youtube.com/watch?v=S7CBfcECLoc
(וסימנך: קרעטשניף)

נו, וואס איז דען שלעכט מיט דעם? די קרטשניפ'ער און אנדערע חסידים וועלכע זינגען דעם ניגון האבן עס מטהר געווען. פאר זיי קומען אויף אנדערע אימעדזשעס ווי דאס וואס פון יו.טוב. ביי זיי קומען אויף אימעדזשעס ווי די רבי עסט קוגל מיט פארמאכטע אויגן און מאכט תנועות מיט די הענט... 🙄

יושב אהל » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:31 pm

· #240583
לייב פאללאק
ווער קען דעי ניגון?
https://www.youtube.com/watch?v=S7CBfcECLoc
(וסימנך: קרעטשניף)

האסטו

לייב פאללאק » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 8:22 am

· #240608
berlbalaguleh
לייב פאללאק
ווער קען דעי ניגון?
https://www.youtube.com/watch?v=S7CBfcECLoc
(וסימנך: קרעטשניף)

נו, וואס איז דען שלעכט מיט דעם? 🙄

ווער האט געזאגט אז ס'איז עפעס שלעכט מיט דעם?

איך בין נאר נייגעריג ווען און פון וואו ס'איז אנגעקומען צו קרעטשניף
מסתבר איז פון די אראבער אין ירושלים ווי איידער פון די גריכן אדער יידישיסטן (סימאר רעכטצייט, משה אוישער און נאך זינגען עס) אבער מ'קען נישט וויסן

https://www.youtube.com/watch?v=cxBPA_nZ0y8
http://en.wikipedia.org/wiki/Misirlou
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12