☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
590 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
יואליש » פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 2:45 pm
· #240658
כ'האב אמאל געהערט א גאר אלטע רעקארדינג פון דעם ניגון און מעגליך דער מקור. ס'איז געשפילט אויף א גיטאר מיט א שנעלע טעמפא.
איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:52 pm
· #240705
אין ירושלים עיה''ק האט די גריכישע קירכע א אחיזה שוין פאר יארן לאנג.
ווער עס האט דארט געלערנט האט זיכער אמאל אנגעטראפן א גריכישע איש דת.
berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 11:14 pm
· #240712
כעלעמער מגיד: די ליריקס סאונד ווי ער זינגט אויף אונגאריש...!
בכל אופן. איך באקום א התעוררות פון אט דעם ניגון סיי וואספארא שורשים ס'האט. צו קרעטשניף. גריכיש. אראביש אדער אונגאריש/ציגיינעריש...!
berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 11:32 pm
· #240717
[ציטאט אראפגענומען]
שקויעך. זייער שיין... 😂
יואליש » מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 10:32 pm
· #242084
נישט קיין "פארשפרייטע" ניגון, אבער כ'לייגן עס פארט אין דעם אשכול. בעני פריעדמאן זינגט Light One Candle פון Peter, Paul and Mary.
זייער א שיינע חנוכה ניגון.
צלפחד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:26 am
· #243983
סקולען הבדלה
און מיט די ניגון פארגלייזט מען זיך די אויגן אין סקולען פאר הבדלה....
א גוטע וואך
אויך ענדליך איז די ניגון וואס עס איז דא וואס זינגען ביי די חנוכה ליכט :
אנא, אנא, אנא, אנא,אנא, אנא, אנא
בכח, בכח, בכח, בכח, בכח,בכח, בכח
צלפחד » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 9:38 am
· #243988
[ציטאט אראפגענומען]
Same artist - Different recording
ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:17 pm
· #248781
כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 18, 2015 11:25 pm
· #248783
ישמעאל, די מקור איז אראביש/פראנצויזיש:
http://www.youtube.com/watch?v=H7rhMqTQ4WI
יואליש » זונטאג פעברואר 8, 2015 4:49 pm
· #252333
ירושלים של זהב
ערגעץ אנדערש האט זיך געמאכט א שמועס איבער דעם ניגון "ירושלים של זהב" פארפאסט דורך נעמי שמר. כ'האב אבער נישט געזעהן שרייבן איבער די פלגיאט קאנטראווערסיע. פארן שטארבן האט שמר אנגעבליך מודה געווען אז זי האט גענימען דאס ערשטע פאל פון א ניגון וואס זי האט געהערט פון א זינגער, Paco Ibáñez''' זינגענדיג אן אור אלטע באסק ניגון Pello Joxepo.
די איזרעילי קאמעדיע סעריע "היהודים באים", וועלכע טרייבט שפייס פון א רונדע אידישע פערזענליכקייטן, האט אן עפיזאד אויף שמר:
און נאך דא:
צלפחד » דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:40 am
· #254211
[ציטאט אראפגענומען]
נישט אינגאנצן אזוי, נעמי שמר אליינס האט געהאלטן אז ס'איז נישט אייגענעם אז איר זכרון האט איינעם בא'גנב'עט
"Some of the song's melody is based on a Basque lullaby, Pello Joxepe (Pello is a typical basque name, but it can also mean Foolish Joseph), composed by Juan Francisco Petriarena 'Xenpelar' (1835–1869). Shemer heard a rendition by singer/songwriter Paco Ibáñez, who visited Israel in 1962 and performed the song to a group that included Shemer and Nehama Hendel. She later acknowledged hearing Hendel perform Pello Joxepe in the mid-1960s, and that she had unconsciously based some of the melody on the lullaby. Shemer felt very bad when she found that it was similar to Pello Joxepe, however when Ibáñez was asked how he felt about the issue, he replied he was "glad it helped in some way", and that he was neither angry nor did he perceive it as plagiarism.
צלפחד » מוצ"ש מערץ 7, 2015 10:17 pm
· #257339
צימבלען פון יו'ט עהרליך
Composer: Tanzman Sung by H. Corenfeld - 1905
http://youtu.be/bf7dcwEnG08
צלפחד » דינסטאג מערץ 31, 2015 11:40 am
· #263160
דער נאטשאלניק פון ענקעוועדע פון עהרליך'ס "שלא עשני גוי" אלבוים (תשל"ה.)
יואליש » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:30 pm
· #263175
כ'האב געווארט איבער א וואך אויף דיר אדער כעלעם'ער, זייענדיג זיכער אז ס'מקור וועט זיך פלוצים באווייזן אוואו די נאטשאלניק'ס פרוי אין מצה בעקעריי. האסט נישט אנטוישט.
צלפחד » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 7:26 am
· #265059
דאס בלעטעלע - יו"ט עהרליך
אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 10:24 am
· #265072
מורא'דיג! פון וואו גרובסטו ארויס די אלע ניגונים?
פליקער » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 10:25 am
· #265073
פשיהא, אזא זעלטענע שטימע ווי דער האט איז גאר זעלטן.
יואליש » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:30 pm
· #265115
אפטעמיסט
מורא'דיג! פון וואו גרובסטו ארויס די אלע ניגונים?
ס'איז זיכער גאר שווערע ארבייט, אבער די פאוקוס פון זיכען ברויך זיין אין רוסישע מוזיק.
צלפחד » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 2:42 pm
· #265163
יואליש
אפטעמיסט
מורא'דיג! פון וואו גרובסטו ארויס די אלע ניגונים?
ס'איז זיכער גאר שווערע ארבייט, אבער די פאוקוס פון זיכען ברויך זיין אין רוסישע מוזיק.
רוסישע מיליטערישע מוזיק פון די 1920 יארן.. און אויך אלטע יידישיסטישע כלזמר פון די זעלבע תקופה. איך וואלט געוואלט טרעפן 'דאוויד הארידק'.. מיט די צייט אפשר וועט דאס אנדעקט ווערן.. ס'איז זיכער נישט זיינ'ס
יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:45 am
· #266550
[ציטאט אראפגענומען]
שטעלט זיך ארויס אז עהרליך האט גענימען זיין "קינדערלאך" פון "וואו איז דאס געסעלע". אבער דאס זעלבסט איז גענימען, לכאורה, פון א רוסישע ניגון. דער פארפאסער פון די ניגון צו "וואו איז דאס געסעלע" איז דער אידישער קאמפאזער SHOLOM SECUNDA. (אזוי קרעדיטן זיי אויף דעם אויבענדערמאנטן יואטוב קליפ.). שלמה איז א רוסישער אפשטאמיגער און האט עמיגרירט אים 1907. ווי איז דאס געסעלע איז פארפאסט געווארן אים 1926.
אבער פינעם רוסישן בירגער קריג (1917 -1920) נאך די באלשעוויק רעוועלוציע איז פארבליבן דריי ניגונים: איינס פון זיי הייסט BEYOND THE RIVER. פון אנדערע מקומות אויף די אינטערנעט איז משמע אז דאס איז א רוסישע פאלקס ניגון BEYOND THE DON RIVER הערט אייך איין:
און נאכאיינס:
עס דערמאנט אויך פון די אידישע ניגון "....... און תשובה צו טוהן אויפן אלטן....." כ'געדענק נישט די ווערטער.
ישראל קאפקע » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:54 am
· #266566
וואו איז דאס געסאלע (אויך באקאנט אלס Kafka in Love) איז ענליכער צו יואליש'ס ליד.
@כעלמער מגיד, עהרליך'ס געסאלאך איז טאקע מער ענליך צו דיינס, ספעציעל די ריטעם, וואס איז בכלל נישט ענליך צו וואו איז דאס געסאלע.
יואליש » דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:34 am
· #266571
קיין פראגע כעלעמ'ר מגיד'ס אז דיין לינק איז היינו הך. די ווערסיע איז די גאנצע שטיק געזינגן דורך אלע אראפ ביז יו"ט עהרליך. און ווי ישראל זאגט, דיין לעצטע לינק איז ממש יו"ט עהרליך בשעת "ווי איז דאס געסעלע" איז א טראפקעל געדרייט. מיין חידוש איז אז די ניגון Beyond the River פארמאגט אקוראט די זעלבע ערשטע העלפט תנועה פאר גאנצע 8 measures, און די די שאלה איז וועלכע איז עלטער, צו מ'קען זאגן אז די פיינעל ווערסיע איז א גלגול.
צלפחד » מיטוואך מאי 20, 2015 8:36 am
· #277225
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HA
chaims » מיטוואך מאי 20, 2015 8:59 am
· #277228
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
צלפחד
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HA
פיינע נייעס
קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 20, 2015 9:07 am
· #277230
ווערטער לאז.
יואליש » מיטוואך מאי 20, 2015 12:59 pm
· #277299
Ioane, Ioane
צלפחד
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HA
כ'קען נישט די ניגון. זינגט מען דאס אין ווישזניץ? כ'הער די ניגון ביי מיר אין אפיס, און מיין סעקרעטארשע שפרינגט אויף. זי איז פון מאלדאווע און רעדט אויך רומעניש (נישט רוסיש און האט פיינט די רוסן). זי זאגט אז די זינגערין קומט פון טשערנאוויטץ (!) און איז זייער באקאנט אין רוסלאנד און אוקריינע. די ניגון איז אויך א נאציאנאלע פאלק ניגון, און אלע ארטיסטן קאווערן עס. די ווערטער פון זענען אין רומעניען, און די תוכן איז א מויד באזינגט א בחור (Ioane) פאר וועמען זי גארט.
הוגה » מיטוואך מאי 20, 2015 1:39 pm
· #277309
צלפחד » מיטוואך מאי 20, 2015 3:06 pm
· #277341
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
מען זינגט דאס אלץ א טאנץ ניגון אן קיין ווערטער אויב איך געדענק גוט.
גדעון » מיטוואך מאי 20, 2015 3:26 pm
· #277359
יואליש
צלפחד
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HA
כ'קען נישט די ניגון. זינגט מען דאס אין ווישזניץ? כ'הער די ניגון ביי מיר אין אפיס, און מיין סעקרעטארשע שפרינגט אויף. זי איז פון מאלדאווע און רעדט אויך רומעניש (נישט רוסיש און האט פיינט די רוסן). זי זאגט אז די זינגערין קומט פון טשערנאוויטץ (!) און איז זייער באקאנט אין רוסלאנד און אוקריינע. די ניגון איז אויך א נאציאנאלע פאלק ניגון, און אלע ארטיסטן קאווערן עס. די ווערטער פון זענען אין רומעניען, און די תוכן איז א מויד באזינגט א בחור (Ioane) פאר וועמען זי גארט.
אויפדעקונג! יואליש פליאגירט פון יו טובס קאמענטס...
📎 Screen Shot 2015-05-20 at 3.24.56 PM.png
יואליש » מיטוואך מאי 20, 2015 3:41 pm
· #277368
לאל. כ'ברויך נישט צוקומען צו יוא טוב קאמענטס. כ'שטעל זיך פאר אז אויף וויקיפידיע קען צען דאס אלעס טרעפן און מיט מער אקורעסי, ווייל זי רעדט בלויז פון זיכרון.
צלפחד » פרייטאג יוני 19, 2015 6:52 am
· #283752
Not conclusive, but :
ענדעלט צו
http://www.chabad.org/140793
צלפחד » פרייטאג יוני 19, 2015 6:58 am
· #283753
ויהי בימי אחשורוש - חב"ד
הקטן » פרייטאג יוני 19, 2015 9:42 am
· #283768
צלפחד
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...
https://youtu.be/OceaHqks3HA
וואס איז אנגענימען אין וויזניץ, פין וואו קימט דער ניגון?
ווייס פרעזידענט » פרייטאג יוני 19, 2015 11:19 am
· #283783
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
קול גדול
[ציטאט אראפגענומען]
איך זע אז התקווה אליין איז גענומען פון א רומענישע ליד:
http://www.youtube.com/watch?v=adTjy-TIW_Q
התקוה איז א לאנגע פיוט וואס איז זףשוין לאנג געווארען פארגעסען נאר די חלק פון וואס די מדינה נוצט ווייסט אבער סאיז דא איך וויס נישט ווי אזוי מלייגט א לינק צווייטענס די טאן האט מען שוין געזונגען אינדערהיים נאך פאר די מענטשען פון די איידיע פון הקמות המדינה געבורט
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
יהושע חיים » מאנטאג יוני 22, 2015 12:49 am
· #284175
שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידין צום שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש
אפשר קען מען בעטן פון מבינים ווי דער ניגון האט ר' יום טוב ערליך אויפגעפיקט און פון וועלכע פאסטיך האט ער עס אפגעקויט?
(אפשר און איינוועג אויך דער ניגון הערטס אויס ליבער אידן וואס איך וועל אייך דערציילן וכו' פון די שבת קאסעטע?)
הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 9:27 am
· #284193
אויב איך דארף ווען געסען וואלט איך ציגעטראפן א "דו גענעראל" אויך "דער גרויסער באשאפער ער האט דאך באשאפן" און נאך, זענען אויפגעפיקט געווארן פין ערגעץ אין דער פרעמד אבער דער ניגון שבת קודש שבת קודש האט א ידשער חן -
שבת שבת ... אוי וואס פארשטייט א גוי צי א אידישע הארץ
איך וועל זיין סאפרייסט אויב דאס קימט פין א פאסטעך
(אויסער די טיפע הארציגע גלות קנייטשען איז די ניגון נישט אזוי שיין אז ס'זאל זיך לוינען צי באצאלן פארן פאסטעך)
גדעון » מאנטאג יוני 22, 2015 9:30 am
· #284194
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
ווער איש די ״קאמפאזער״ פון די נודה ניגון פון פריעדמאן?
איך בין 99 פראצענט זיכער אז איך האב עס שוין געהערט אויף יו טוב פון א רוסישע זינגער אין איינע פון די טינקעלע נעכט.
יואליש » מאנטאג יוני 22, 2015 10:18 am
· #284203
יהושע חיים
שבת קודש שבת קודש גרייטן זיך אידין צום שבת קודש יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש
אפשר קען מען בעטן פון מבינים ווי דער ניגון האט ר' יום טוב ערליך אויפגעפיקט און פון וועלכע פאסטיך האט ער עס אפגעקויט?
(אפשר און איינוועג אויך דער ניגון הערטס אויס ליבער אידן וואס איך וועל אייך דערציילן וכו' פון די שבת קאסעטע?)
קוק'זשע דא. דער בלאגער טעהנ'ט ער/זי האט געטראפן א מקור, נישט קאפי ענד פעיסט ממש, און מעגליך א קאזין בלויז, ביידע אייניקלעך פון א דריטע עלטערע ניגון.
http://yomtovehrlich.blogspot.com/?m=1
הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 10:35 am
· #284208
יא, א אידישער פאסטאך
איך האב הנאה געהאט צי זען וואו דער "שבת שבת.." (די גאנצע העכערע פאל) איז בכלל נישט דארט - קוקט אויס אז דאס קימט פין אים זעלסבט
דאס אז אסך פין די ניגינים זענען ממש פינעם זעלבען תוכן וואו די ארגענעלע געבט מיר דעם איינדריק אז ער האט דאס נישט געזיכט צי באהלטן
יואליש » מאנטאג יוני 22, 2015 12:55 pm
· #284263
פשוט אזוי. ער איז נישט געווען קיין פראוד. ער האט פשוט געזינגן באקאנטע לידער און ער האט געוויסט די מקורות און ערווארטעט אז אנדערע ווייסן דאס אויך. אויב עפעס צייגט דאס ווי נאנט מ'פלעגט זיין מיטן host קולטור.
הקטן » מאנטאג יוני 22, 2015 7:22 pm
· #284381
דו וועסט אויך מודה זיין אז די host קולטור איז געווען נאנטער צי אינז, מיט אירע ווירדען
berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2015 7:46 pm
· #284386
גדעון
ווער איש די ״קאמפאזער״ פון די נודה ניגון פון פריעדמאן?
איך בין 99 פראצענט זיכער אז איך האב עס שוין געהערט אויף יו טוב פון א רוסישע זינגער אין איינע פון די טינקעלע נעכט.
דו מיינסט צו זאגן אז אין קלאב (וואו דו ביסט געווען) איז געווען טונקל... 😂 🙄
פאפיטעס » דינסטאג יוני 23, 2015 2:26 am
· #284516
סאיז דא א באקאנטע בריטישע פאלקס ליד "you raised me up" וואס סליגט מיר אין קאפ אז כהאב געהערט עיבי ראטענבערג עס זינגען.
אויב איינער וואלט מיר געקענט ארויסהעלפן וועלכע ליד עס איז און ווען ער זינגט עס, איי וויל עפרישיעט איט
זעמיל מילכיגער » דינסטאג יולי 21, 2015 3:31 am
· #290526
ווען לולי תורתך זינגט מען ווען אזוי אין סקולען, וואלט איך ווען נישט אזוי צוקראכט געווארן ווען מיין שווער זינגט עס יעדע שיינע שבת.... און איך וואלט זיך ערענסט געווייקט ביי סקולענע טישען...
יואליש » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 3:49 pm
· #293614
אחכה לו, פאלקאוויטש
chaims » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 4:20 pm
· #293621
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
[ציטאט אראפגענומען]
מוז נישט זיין די מקור מעגליך אז וויזניץ איז די מקור
I can't believe I just said that...
יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 4:29 pm
· #293623
זי איז א רוסישע אפשטאמיגע שווער צו גלייבן אז זי האט דאס גענימן פון וויזניץ ראמעניע
אבער you can never know
יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 4:40 pm
· #293625
עס קען זיין ציזאך געשטעלט פון צוויי ניגונים עס איז דא א שטיקל חיליק און די סטייל פון די צוויי חלקים די ערשטער וואס מען זינגט דא איז א קלאסישע סטייל און דער צווייטער איז מער אזא וויינעדיגע (התעוררת)
נישט אז איך פארשטיי אזוי גוט צו מבחין זיין סטיילס
יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 5, 2015 12:37 pm
· #293888
ירח בן יומו » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 2:02 pm
· #303404
וויזניצער רבי איז מחזיר עטרה ליושנה, אויף די ברייטע וועלט ווען מ'וויל זיך אידענעטפירן מיט יודישע ניגונים איז הבה נגילה "די" יודישע ניגון. (איך געדענק אמאל איין די טיימס איז עס געווען באשריבן), ביי אונז ווייסט אפילו נישט די עולם פון אזא ניגון,
זאגט די וויזניצער רבי אז די ניגון שטאמט פון חסידים און מ'דארף צוריק כאפן די ניגון צו די קדושה און ער האט זיך ארויסגעלאזט און א פלאם פייערדיגע געזאנג פון הבה נגילה,
יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז איבער'ס יאר וועט מען עס שוין זינגן ביי די זעקסטע הקפה.
https://www.youtube.com/watch?t=16&v=I11GnSwLQ7A
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12