☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » איך זוך א אשכול

איך זוך א אשכול

274 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #697
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אלפא » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 8:14 pm

· #534652

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:47 pm

· #535047
סתם פאר נייגעריגקייט, איך זוך דעם אשכול/ ארטיקל/ תגובה, וועלכע האט זיך פארדינט די מערסטע לייקס. איז בכלל דא איינס וואו אלע שטערענדלעך זענען אנגעפילט?

חמלה גדולה » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2023 12:12 am

· #535107
אלפא
סתם פאר נייגעריגקייט, איך זוך דעם אשכול/ ארטיקל/ תגובה, וועלכע האט זיך פארדינט די מערסטע לייקס. איז בכלל דא איינס וואו אלע שטערענדלעך זענען אנגעפילט?
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=188687#p188687

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 12:24 am

· #535487
ס'דאכט זיך מיר אז כ'האב אמאל געשריבן א געדאנק אז מ'קען נישט מקנא זיין א צווייטן; הלואי וואלט איך געבוירן געווארן אלס יענער.

עס וואלט נישט געווען 'דו' וואס איז געווארן 'יענער'. 'דו' וואלסט קיינמאל געבוירן געווארן, און אנשטאט וואלט מען געמאכט יענעם.

אין אנדערע ווערטער: אפשר איז עס טאקע שוין געשען; דעם 'יענעם' וואס דו ביסט מקנא, איז טאקע עפעס א 'דו' וואס מ'האט אים נאכגעגעבן און געמאכט א 'יענעם'.

ווייסט איינער פון וואס איך רעד? האביך אמאל געשריבן דערוועגן?

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 2:06 pm

· #535527
Re: איך זוך א אשכול
איך געדענק נישט, אפשר וועט מי אני קענען צוצייכענען.
אדער אפשר איז יתכן אז דער אנדערער דו האט עס גאר געשריבן אויף אן אנדערער פארום...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 4:34 pm

· #535545
שוין, האביך נישט קיין נערוון יעצט צו שרייבן א גאנצע מאמר דערוועגן. סליחות פאלט היי יאר מוצ"ש און מ'דארף זיך שוין גרייטן.

כ'האב נאר געוואלט מוסיף זיין אן אסמכתא פון די גמ' קידושין פ"ב ע"ב:

אי אפשר לעולם בלא בסם ובלא בורסקי, אשרי מי שאומנותו בסם ואוי לו מי שאומנותו בורסקי. אי אפשר לעולם בלא זכרים ובלא נקבות, אשרי מי שבניו זכרים ואוי לו למי שבניו נקיבות.

חוץ די שאלה פארוואס זאגט ער אוי לו למי 'שבניו' נקיבות, זיינע 'זין' זענען נקבות, וואס היינט איז שוין פארענטפערט מיט די ווייטע בליק פון אונזערע הייליגע אידישע חכמים, איז אבער שווער אן אנדערע נקודה.

פארוואס ביי די אומנות פון בסם און בורסקי רעדט מען פון דעם מענטש אליין, אבער ביי זכרים ונקיבות הייבט ער פלוצלינג אן צו רעדן פונעם טאטן? פארוואס זאגט ער נישט אשרי מי שהוא זכר ואוי לה למי שהיא נקבה?

והתירוץ כמבואר לעיל. אן אומנות איז נישט דער עצם מענטש, ס'איז נאר א מקרה נוסף צו זיין עצם וועזן, קען מען זאגן וואויל איז דער וואס איז עוסק אין דעם, ואוי למי שאומנותו בורסקי.

אבער זכר ונקבה, דאס איז דאך דער מענטש אליין, קענסטו נישט זאגן פאר די נקבה אוי לך אז דו ביסט א נקבה, דו וואלסט ווען ענדערש געדארפט געבוירן ווערן א זכר, ווייל דאס וואלט געמיינט אז די נקבה פון יעצט איז געקענסלט, און 'אנשטאט' איר האט מען באשאפן אן אנדערער וואס איז א זכר. ודו"ק והבן וק"ל.

מי אני » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 9:08 pm

· #535575
דאס דערמאנט פון א חלק פון דר. דערעק פּאַרפיט׳ס נאַן-אידענטיטעט פראבלעם.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 10:44 pm

· #535602
און דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב געשריבן אין וועקער 7:
📎 20230907_222949.jpg 📎 20230907_222957.jpg

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:03 pm

· #535603
Re: איך זוך א אשכול
ונבנתה העיר
און דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב געשריבן אין וועקער 7:
📎 20230907_222949.jpg20230907_222949.jpg 📎 20230907_222957.jpg20230907_222957.jpg
אודה ולא אבוש, איך בין פון די צווייטע כת...

איך האב נישט אפגעלערנט פשט אין רש"י אז ער האט בכלל נישט געלאזט דורות, ער האט שוין אין פאקט געהאט אור אייניקלעך בשעת מיתתו, ער האט פשוט געזען אז פון זיינע אייניקלעך וועלן נישט זיין קיין גרים.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:17 pm

· #535605
ונבנתה העיר
חוץ די שאלה פארוואס זאגט ער אוי לו למי 'שבניו' נקיבות, זיינע 'זין' זענען נקבות, וואס היינט איז שוין פארענטפערט מיט די ווייטע בליק פון אונזערע הייליגע אידישע חכמים
😂 😂 😂 😂 😂

כרם זית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:19 pm

· #535607
אויב ער האט שוין געהאט אייניקלעך, וואס האט דאס צו טון מיט דעם אז מען טאר אים נישט הרג'נען אויב וועט ארויסקומען פון זיי גרים?

לפורקנך סברית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:39 pm

· #535609
איך האב געלערנט פשוט פשט אז מו''ר האט געזעהן אז דער גייט נאר האבן דורות פון גוים און נישט קיין גרים האט ער זיך געקענט ערפארדן צו אים הרג'נען און קענסלן די שיפמענט.
בבחינת צדיק גוזר...

כרם זית » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:51 pm

· #535615
וואס הייסט קענסלן די שיפמינט? אויב שטעלט זיך ארויס אז משה גייט אים הרג'נען דאן איז בכלל נישט אין פלאן א דעליווערי פאר אים.

קל וחומר » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 11:58 pm

· #535618
Re: איך זוך א אשכול
אבער משה האט נישט געוואוסט צו ער קען אים עפארדן צו הרגענען.
נאכן זען אז ס'איז נישטא קיין דורות גרים האט ער געוואוסט מה לעשות אתו.

אלפא » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 6:18 am

· #535656
עס קען זיין מש"ר האט געקוקט אויף אלע פראבעביליטיעס אין די קוואנטום דיימענסיע (ווי די קאץ קען זיין לעבעדיג און טויט צוזאמען), און געזען אז אפי' אין די פאל מיט טויזענטער אייניקלעך -וואס האט זיך למעשה נישט אויסגעשפילט- איז נישטא דארט קיין גרים..

'וירא' וועט אבער מוזן מיינען מאטעמאטיש, ווייל כידוע עקזיסטירט נישט קיין קוואנטום רעאליטעט אונטער 'אבזערוואציע'.

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:34 pm

· #538229
Re: איך זוך א אשכול
ולא דמי למ"ש רש"י בפסוק קול דמי אחיך צועקים אלי: דמו ודם זרעיותיו. דו"ק וק"ל והבן.

Salford » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:14 am

· #538253
Re: איך זוך א אשכול
ונבנתה העיר #
ולא דמי למ"ש רש"י בפסוק קול דמי אחיך צועקים אלי: דמו ודם זרעיותיו. דו"ק וק"ל והבן.
למה לא דמי

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:26 pm

· #538271
Re: איך זוך א אשכול
ווייל דא איז עס נאר איין סטעפ. הבל וואלט אודאי געקענט האבן קינדער, ווען נישט וואס קין, א בעל בחירה, האט אים גע'הרג'עט פאר ער האט געהאט די שאנס.

ביים מצרי איז עס אבער צוויי סטעפס. דער מצרי וואלט ווען אפשר געקענט האבן קינדער ווען נישט וואס משה רבינו הרג'עט אים.

אבער דו קענסט עס נישט נעמען צום נעקסטן סטעפ און דן זיין צי יענע קינדער, וואס כלפי שמיא גליא (און אין היינדסייט ווייסן מיר אויך - רימעמבער 'מכאן ולהבא למפרע' פון ישיבה?) אז זיי וועלן קיינמאל זיין, וואלטן זיך מגייר געווען.

כספי » מיטוואך נאוועמבער 1, 2023 8:53 am

· #538557
Re:
ונבנתה העיר #
און דאס דערמאנט מיר וואס כ'האב געשריבן אין וועקער 7:
👍 זייער א גוטע קושיא
איך טראכט אפשר איז די ווארט שיתגייר א טעות, און ס'דארף שטיין שאין איש עתיד לצאת ממנו, און אפשר גאר איז דער בחור דער זעצער געווען פון די צווייטע כת, האט עס עם נישט געשטימט, האט ער צוגעלייגט 'שיתגייר' 😂

עמרם » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:01 pm

· #539910
איך זוך א אשכול
איז דא א אשכול איבער "אגודת קדושת ציון" ?

Visionary » מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:45 pm

· #542384
Re: איך זוך א אשכול
געווען אמהאל א שיינע ארטיקל דא אויפן שטיבל וואס איז מסביר וויאזוי עוועלוציע קען שטימן ע"פ יהדות אויך. איינער קען דאס ווייזן?

שמן למאור » זונטאג יוני 2, 2024 8:47 pm

· #564054
Re: איך זוך א אשכול
פריידא וויזעל האט געמאכט א שיינע אינטערוויו מיט ריקי ראוז. איך האב געזיכט וואו עס ארויפצושטעלן, עס ליגט מיר אין זכרון אז ס'איז דא עטליכע אשכולות וואס רעדן וועגן איר. איך פראביר זיכן אויף אזא וועג און אויף אן אנדערע וועג, און עס קומט גארנישט ארויף. איינער ווייסט וואו עס איז?

@אנאנים?

הכנה דרבה » זונטאג יוני 2, 2024 8:54 pm

· #564055
ס'געוועהן אינעם ישכר כץ אשכול, שוין צייט צו עפענען א dedicated אשכול פאר אירע אינטערוויוס, איך האלט נאך אינמיטן אויסהערן און איך האב שוין א טוץ קאממענטס 🙂

שמן למאור » זונטאג יוני 2, 2024 8:59 pm

· #564056
Re: איך זוך א אשכול
אה, איך האב גערעדט וועגן אשכולות וועגן ריקי.
בלאט: 1 2 3 4 5 6