ספרים היפך שיטת ויואל משה
506 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2617
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נקודת-אמתליטוואק פון בודאפעסטמארמאראשערכגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.
דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/338930">viewtopic.php?p=338930#p338930</a><!-- l -->
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטנקודת-אמת(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/338930">viewtopic.php?p=338930#p338930</a><!-- l -->
ייש"כ ידידנו הרב ליטוואק פאר'ן דאס צו-טרעפן
און בעיקר האט איהר לכאורה געמיינט די שורה:
ליטוואק פון בודאפעסטמ'זאגט א הוספה צו דעם בשם ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א - ווען א בחור אין עטרת (זיין ישיבה) כאפט א שמועס אין מיט'ן לערנען, ווארפט מען שטענדער'ס אין פאנאוויעז!
😂
מארמאראשעראגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
וואו אזוי גייט דער טייטש?
קען מען אויך זאגן אז ווען מיר וועלן וויינגער זיך נאך געבען די תאות וועלען די כופרים אין א"י אנפאנגען גלייבן און מאפן קיין יאגאנדע?
(ע"ד בעלז און ווארשא)איז אפשר זאל מען טאקע לערנען ווייניגער ויאל משה און מער זיך אפגעבן מיט זיך, וואו די רמע מפאני טייטשט
די מעשה איז אזוי. עס איז זייער א שיינע תורה (לשיטתם) ווי לאנג ער זאגט עס ביי שלש סעודות אדער כו' אב פאר א שיינע דברי אגדה אבער אז ער פרעגט עס ביי הלכה למעשה'דיגע שיעור אין די קשיא איז דאך א הארבע קשיא אין מיט די דברי אגדה פארענטפערט ער די קשיא איז wath a joke
יעקב מענטשנישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג
אזעלכע שטותים צו רעדן, איך מיין אז פון מיין ניק אליין קענסטו וויסן ווער מיינע רביים זענען געווען.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''עדי ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
אמאל געהערט מפי חכם אז די בעסטע פירכה אויפן ויואל משה איז דער ויואל משה זעלבסט והדברים ידועים למעיינים בספר.
אגב, איז אינטערסאנט אז דער ספר ווערט גערופן דורך איר נאכפאלגער 'ספר הקדוש', ווייסט איינער פון נאך א הלכה ספר וואס האט דעם טיטול 'קדוש'?
(א שיטה הקדושה איז טאקע פארהאן נאך איינס דהיינו שוואנצאנעס).
די צונאמען 'הקדוש' ווערט געווענליך געגעבן פאר ספרים וואס רעדן ארום קבלה, וועגן דעם רופט מען חסידישע ספרים 'ספרים הקדושים' ווייל זיי זענען געבויט אויף קבלה. די 'ויואל משה' איז טאקע נישט קיין קבלה ספר אבער אויך נישט קיין הלכה ספר. די גאנצע ספר איז יסודות אין אמונה, און השקפה טהורה און נישט ווייל ס'רעדט וועגן ציונות.
רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
berlbalagulehרביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
אינזער רביה"ק זי"ע איז דער עכטער, אלע אנדערע מאכן נאך אינזערס
berlbalagulehרביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
און טאקע איינע פון די זאכן וואס ער איז מבאר איז, אז קיינער שטייט נישט העכער פון די תורה, און א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און אז א צדיק זאגט עפעס קעגן די תורה הקדושה טאר מען איהם נישט פאלגן, אפילו די רבי זי"ע אליינס.
רביה''ק זי''עberlbalagulehרביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
און טאקע איינע פון די זאכן וואס ער איז מבאר איז, אז קיינער שטייט נישט העכער פון די תורה, און א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און אז א צדיק זאגט עפעס קעגן די תורה הקדושה טאר מען איהם נישט פאלגן, אפילו די רבי זי"ע אליינס.
יאפ הונדערט פראצענט.
ס'איז נאר אינטערסאנט וויאזוי דער צדיק וואס איז געזעצן יומם ולילה און געהארעוועט, און אפגעשריבן א ספר בדם לבבו, האט פארזעהן דאס וואס דו אנגעפרעסענער רוקסט ארויס אין א תגובה'לע צווישן איין גרעבס און צווייטן.
איך האב אמאל געהערט א שיעור פון הרב רייזמאן שליט"א איבער א רבי עקיבא אייגר וואס איז 'לכאורה' קעגן א אפענע משנה, און יעדער איינער פראבירט צו שרייבן הסבירים וואס די משנה זאגט און וואס דער ר' עקיבא אייגר האט געמיינט אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, פארוואס? ווייל ר' עקיבא איגר קען מען נישט כאפן זיך טועה זיין מיט א אפענע חז"ל, מוז מען טרעפן ישובים זעהן וואס איז די ריכטיגע כוונה דא.
לענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.
זייער שטארקע טענות, אבער רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. די רבי האט אונז געלערנט אז אויב רעק"א אדער סיי ווער זאגט עפעס קעגן די תורה טאר מען איהם נישט פאלגן, און ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו טון אנדערש פון זיינע רביס און עלטערן אויב האט ער געהאלטן אז ס'איז קעגן הלכה.
דו ווילסט זיך אננעמען פאר'ן רבינ'ס שיטה אפילו ס'שטימט נישט? כל הכבוד. אבער פארקויף דיך נישט אלץ ממשיך דרכו, דו ביזט פונקט די היפך פון איהם.
יעקב מענטשרביה''ק זי''עberlbalagulehרביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
און טאקע איינע פון די זאכן וואס ער איז מבאר איז, אז קיינער שטייט נישט העכער פון די תורה, און א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און אז א צדיק זאגט עפעס קעגן די תורה הקדושה טאר מען איהם נישט פאלגן, אפילו די רבי זי"ע אליינס.
יאפ הונדערט פראצענט.
ס'איז נאר אינטערסאנט וויאזוי דער צדיק וואס איז געזעצן יומם ולילה און געהארעוועט, און אפגעשריבן א ספר בדם לבבו, האט פארזעהן דאס וואס דו אנגעפרעסענער רוקסט ארויס אין א תגובה'לע צווישן איין גרעבס און צווייטן.
איך האב אמאל געהערט א שיעור פון הרב רייזמאן שליט"א איבער א רבי עקיבא אייגר וואס איז 'לכאורה' קעגן א אפענע משנה, און יעדער איינער פראבירט צו שרייבן הסבירים וואס די משנה זאגט און וואס דער ר' עקיבא אייגר האט געמיינט אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, פארוואס? ווייל ר' עקיבא איגר קען מען נישט כאפן זיך טועה זיין מיט א אפענע חז"ל, מוז מען טרעפן ישובים זעהן וואס איז די ריכטיגע כוונה דא.
לענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.
העי!
שאץ נישט אינטער די חברים דא אין שטיבל. לא אלמן ישראל, ק"ש פארמאגט פיינע תלמידי חכמים מיט א שכל הישר וואס קענען זיך עניטיים פארמעסטן מיט כולל יונגעלייט און אנדערע שיינע אידן
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''עזייער שטארקע טענות, אבער רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. די רבי האט אונז געלערנט אז אויב רעק"א אדער סיי ווער זאגט עפעס קעגן די תורה טאר מען איהם נישט פאלגן, און ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו טון אנדערש פון זיינע רביס און עלטערן אויב האט ער געהאלטן אז ס'איז קעגן הלכה.
דו ווילסט זיך אננעמען פאר'ן רבינ'ס שיטה אפילו ס'שטימט נישט? כל הכבוד. אבער פארקויף דיך נישט אלץ ממשיך דרכו, דו ביזט פונקט די היפך פון איהם.
טאמער ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו געבן דעם כינוי 'טפשים' (מאמר ג' שבועות אות פ"ו) פארן אבני נזר, הג"ר מאיר שמחה הכהן און די רד"ק (ראשון!) איז זיכער אז ער גיבט דעם רעכט פאר יעדע אחרון זיך צו דינגן מיט אים.
פון וואו מיינסטו האב איך מיך אויסגעלערנט מיין שפראך? דאס האט אונז די רבי אויסגעלערנט, זיך נישט אוועקרירן פונעם אמת.
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו!!!
גראדע די טיטל 'טיפשים' איז נאך פון די שיינע טיטלען וואס באצירן דעם הייליגן ספר.
איך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונטרס ווערט געברענגט? תודה מראש
בן חכמוניאיך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונטרס ווערט געברענגט? תודה מראש
טו די רעסקיו פליז?

עס איז געדרוקט צוזאמען מיט די מענה החכם פון הרב יואל כהן
איינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה
calculatorאיינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה
גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט
שיח ושיגcalculatorאיינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה
גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט
די לשון האט ער מיסתמא נישט געזאגט אבער די געדאנק האלט ער מיסתם יא.
חיים'ס ישיבהשיח ושיגcalculatorאיינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה
גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט
די לשון האט ער מיסתמא נישט געזאגט אבער די געדאנק האלט ער מיסתם יא.
If it's not true you will hear it from him on his hotline. But either way it's a good and a true word
I'm sorry that I'm writing in English it's not my device
איך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
נאר דאס איז אמת, אז די אופן וואס די סאטמוירים האלטן פון די שיטה, איז מיט אן הקדמה פון שוואנצאנות, הוא ולא אחר, יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז זיכער אמת, און אלע אנדערע גדולי ישראל רעדן סתם שטותים, ער האט זיך נישט געקענט טועה זיין, אבער אלע אנדערע גדולי ישראל זענען זיך טועה.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
שיח ושיגאיך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)

זעהסט, האסט באקומען א לייק פון רביה"ק זי"ע אליינס, זעהט אויס אז ער איז מודה צו דיינע ווערטער
שיח ושיגאיך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
נאר דאס איז אמת, אז די אופן וואס די סאטמוירים האלטן פון די שיטה, איז מיט אן הקדמה פון שוואנצאנות, הוא ולא אחר, יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז זיכער אמת, און אלע אנדערע גדולי ישראל רעדן סתם שטותים, ער האט זיך נישט געקענט טועה זיין, אבער אלע אנדערע גדולי ישראל זענען זיך טועה.
איך פארשטיי נישט? לויט שיטת ויואל משה קומט אויס אז א 3/4 וועלט (אדער אפילו די גאנצע) זענען אפיקורסים, איז צי האלטן אזא שיטה איז דען נישט שוואנצאנות?
1+1=2
שיח ושיג(דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
איי די סאטמאר רב זאל ער זיך אליינס פארענטפערן, סוף סוף its dosn't make sense
שיח ושיג(דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
לויט'ן בעלזער'ס ענטפער אום תשמ"ב אז די בעל השיטה איז א בעל נגיעה פונקט ווי איינער וואס האט א פראפיט אינעם זאך
איז רביה"ק זיע"א וואס האט שוין געהאלטן די שיטה בעפאר'ן שרייבן דעם ספר הקדוש
און נאך איידערן בויען די שלימות'דיגע שיטה הקדושה האט ער דערהאלטן א שוואנצאנעס צו האלטן ווי זיין אייגענע שיטה...
😛 😂 😈
ווייס נישט ווער דער שרייבער איז.
📎 שלש שבועות.pdf
היימישער ליטוואקברענגט דער ויא"מ דעם "אם הבנים שמחה" באיזה מקום?
האט ער גזען דעם ספר?
איינער ווייסט פארוואס? די גאנצע מהלך איז אפצופרעגן דעם גרויסן גאון וצדיק וואס איז געבליבן אנגענומען עד היום הזה אלץ איינע פון די שפיץ רבנים פון אונגארן, און ער דערמאנט אלץ צו ציטירן די מהלך פונעם אם הבנים שמחה אבער לא יזכר...!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
קענסט ברענגן באווייזונגען צו די פאסטן פון הרב טייכטאל בשעתו? אנטקעגען, למשל, דער טאשנאדער רב, דער מהרש"ג, און דער לבושי מרדכי. איז ער טאקע פון די מערסטע אנגענומענע רבנים אין אונגארן געווען? האט זיין מיינונג געקלינגען מער ווי די אנדערע דיינים אין שטעט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הערליכע גליון
קדושת ציוןלאומנים או מינים: עורך 'קדושת ציון' בראיון נטול כפפות
העלונים שלהם מסעירים את המגזר החרדי, הנושאים שהם מעלים על סדר היום מפתיעים • ה'עדה החרדית' קוראת להם 'כופרים', אחרים קוראים להם 'חרדים לאומיים', אבל הם טוענים שהם ממשיכי המסורת • מיוחד

כ'בין שוין לאנג נייגעריג ווער ס'ליגט אונטער דעם בלעטל. דער יצחק בראנד איז שוין אן אלטן כוכב, ווער זענען די אנדערע חברה דארט אויבנאן?
יעקב מענטשלענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.
חדא קושיא מותרצת בחברתה. ווען איך האב געזאגט די ווערטער 'מופרך ועומד', האב איך נישט געמיינט א געוויסע 'קאליבער'. כ'האב געמיינט צו זאגן אט דאס, אז ס'נישט מיינע פירכאס, ס'איז שוין מופרך ועומד דורך פריערדיגע און גרעסערע פון אונז ביידע צוזאמען.
ס'איז זיכער כדי דורך צו לייענען די 2 פרקים פון ספר התודעה, דורך אליהו כי טוב (מוקוטובסקי).
בין הדברים טענות ומענות בנוגע ה' אייר... שטארק געשריבן כדרכו בקודש [כ'ווייס נישט צו א מלמד קאן האבן א דין ספר היפך שיטת ויוא"מ 😃 ]
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=10&topic_id=1899148&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
איך האב יעצט באגעגענט א נייעם ספר אויף דער טעמע.
דאספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע
כ'בין שוין לאנג נייגעריג ווער ס'ליגט אונטער דעם בלעטל. דער יצחק בראנד איז שוין אן אלטן כוכב, ווער זענען די אנדערע חברה דארט אויבנאן?
דער אנדערע וואס זיצט דארט אן די הוט איז הגאון הגדול חסיד ועניו רבי יואל שווארץ שליט״א, וואס האט שוין געשריבן איבער צוויי הונדערט ספרים, זיין דעות בנוגע ציונות/ישוב ארץ ישראל וכו׳, זענען דומה צום ארגון קדושת ציון.
Sent from my iPhone using Tapatalk
ספרים היפך שיטת ויואל משה
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב יעצט באגעגענט א נייעם ספר אויף דער טעמע.
דא
דעם קונטרס וואס הרב ליטוואק לינקט צו, איז נתחבר געווארן דורך א חרדישע ליטווישע אינגערמאן וואס לערנט אין פונביז׳ע כולל, נישט פון קיין ציוני דתי, דאס איז די בעסטע ספר ווען איינער וויל וויסן די דעת פון ״אלע״ גדולי ישראל כולל די וואס לעבן מיט אונז אין דעם ענין, דא קענט איר זען דעם קונטרס דורך א פי-די-עף
דעות גדולי הפוסקים על שבועות הגלותעס איז דא נאך קונטרסים פון ״חרדים״ אין דעם ענין, בפרט אין די לעצטערע יארן האט דאס צוריק אויפגעבליט, א חלק צו פארדאנקן דעם ארגון ״קדושת ציון״
דא קענט איר ליינען וועגן זיי, און
דא קענט איר זען אלע זייערע גליונות, א חוץ די לעצטע וואס איז נאכנישט ארויף, וואס מען קען זען
דא, אויך איז לעצטענס ארויס א ספר פון א חרדישע ליטווישע איד וואס הייסט ״לכו נרננה״
דא קען מען עס ליינען, אזוי אויך איז דא א חשובע איד וואס שטאמט פון תימן הרב חיים והב וואס איז אמאל געווען א שטארקע קנאי, אבער האט נאכן גוט דורכטוהן דעם נושא געטוישט זיין מיינונג, ער שרייבט פאר קדושת ציון, דא האט איר צוויי קונטרסים זיינע
ויואל משה מהדורת ביקורת, און די צווייטע
מאמר ציווים ויעודים.
סיפר ר' שלום פעקעטע שליט''א משב''ק
שבת קודש פרשת וישלח ביי של''ש, ווען סאטמאר רב האט די ערשטע מאל געזאגט אז חסידות איז שוין נשתכח, האט מען איין נאכט געריפן פון חב''ד אז היתכן מען זאגט אז עס איז נשתכח זיי האבן א רבי וואס איז משפיע חסידות, און ר' יוסל משב''ק איז דעמאלס דארט געווען און ער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און ער האט נישט געוויסט וואס צי ענפערען.
איז ער אריין צום רבי'ן און פארגעלייגט די שאלה, האט די רבי גענפערט אז יעדער רב, יעדער מורה הוראה וואס ער זעט איין אז עס איז פארהאנען זאכן וואס מען דארף טאן פאר חיזוק הדת, איז ער מחויב עפעס צי טאן, איך האב איינגעזען אלס א חיזוק הדת פעלט אויס צי זאגן אז דער דרך הבעש''ט איז נשתכח געווארן.
וראיתי מעשה זה בספר נציצי תומר, און אויך האב איך אויפגעזיכט ר' שלום פעקעטע און איך האב אים גפרעגט צי עס איז אמת די מעשה, האט ער מיר געזאגט אז יא און ער איז דארט איז דארט געווען און ער געדענקט די מעשה.
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2091458#p2091458">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p2091458</a>
ואידך פירושא, זיל גמור.
וואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
<a class="postlink" href="https://www.tabletmag.com/sections/belief/articles/satmar-anti-zionist">https://www.tabletmag.com/sections/beli ... ti-zionist</a>
<a class="postlink" href="https://www.tabletmag.com/sections/belief/articles/shaul-magid-teigelbaum-reply">https://www.tabletmag.com/sections/beli ... baum-reply</a>
ליב צו וויסןוואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
ליטוואק פון בודאפעסטליב צו וויסןוואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
שטותים.

איך וואלט געקלערט אז דער תירוץ איז אסאך פשוט'ער. די יוונים זענען געווען בזמן בית שני ווען די אידן האבן זיך געמעגט פארטיידיגן, און די שלש שבועות (לדעת האוסרים) גייען אן נאך דער חורבן ווען די רומיים און אנדערע אומות האבן איבערגענומען.
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
צפור בודדליטוואק פון בודאפעסטליב צו וויסןוואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!

אהא! און ווען האבן די אידן זיך נישט געטארט פארטיידיגן?? די גאנצע געדאנק פון גזירת הגלות און זיך לאזן שמייסן וואס דער בעל ויואל משה ארבייט ארום איז געבויעט אויף א פארנעפעלטע מהר"ל אין נצח ישראל פרק כ"ד וואס קיינער ביזן היינטיגן טאג פארשטייט נישט פינקטלעך וואס דער מהר"ל וויל ארויסברענגען. אסאך טייטשען זענען שוין אריינגעלערנט געווארן אין די פאר ווערטער פונעם מהר"ל, און אויף די פאר ווערטער האט סאטמארער רבי ארויף געבויעט זיין שיטה אז מברויך זיך לאזן שמייסן פון די גוים.
ניטאמאל אויף אן אגדה וואס דאס אליין וואלט געברויכט הייבן די ברעמען און זיך ווינדערן, אוואו קומט דאס צו א ת"ח צו בויען הלכות אויף אגדות?
מ'דארף זיך האלטן צום נושא. טאמער דער מהר"ל איז נישט קיין ראיה, איז נישט.
די שאלה איז יעצט געווען עפעס אנדערש, צו די יוונים זענען א ראיה צו נישט. אויף דעם זאגט מען אז עס איז נישט קיין ראיה, ווייל די שבועות, אפילו לשיטת המקבלים אותם, איז נאר מיט די גלות, נישט בשעה שישראל יושבים על אדמתם נאך א שיבת ציון.
דאפען מיר יעצט דן זיין פין פריש וואס דאס איז א שיבת ציון.
ליטוואק פון בודאפעסטליב צו וויסןוואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
חרוב מאכן די בית המקדש איז עניני גשמיים ביי דיר?
צפור בודדליטוואק פון בודאפעסטליב צו וויסןוואלט געוואלט פארשטיין: אידן לעבן אין ארץ ישראל ווערן באפאלן פון יוונים, שלאגן זיך צוריק, קיין פראבלעם פון שלש שבועות, אדרבה, העלדן!... ווערן באפאלן פון רומיים, העי! שלש שבועות!
ווערט געזוכט א מקור ווען שלש שבועות האט אנגעהויבן חל זיין..
גראדע רעדן אסאך פון די קשיא, און די תירוץ איז פשוט, אז די יוונים זענען געקומן בעניינים רוחניים און די אנדערע בעניינים גשמיים.
איך וואלט געקלערט אז דער תירוץ איז אסאך פשוט'ער. די יוונים זענען געווען בזמן בית שני ווען די אידן האבן זיך געמעגט פארטיידיגן, און די שלש שבועות (לדעת האוסרים) גייען אן נאך דער חורבן ווען די רומיים און אנדערע אומות האבן איבערגענומען.
בזמן החשמונאים איז די ביהמ"ק אויך חרוב געווארן למחצה ולשליש.
און ווי שטייט טאקע אז די שלוש שבועות הייבט זיך אן נאכן "חורבן" "בית שני"?
BTW בר כוכבא איז פארגעקומען כמעט 70 יאר נאכן חורבן און פארט האבן גאר אסאך מיטגעהאלטן מיט אים.
ביסט גערעכט טאקע. ביי אונז איז באשטעטיגט אז די גלות האט זיך אנגעהויבן ביים חרבן ביהמ"ק, אבער בזמנו האט מען פון דעם נישט געוואוסט. אין מגילה איז דאך דא א גאנצע סוגיא וויאזוי צו רעכענן די זיבעציג יאר גלות בית ראשון ביז מען האט זיך געלערנט אז עס גייט אויף די חרבן הבית.
און דעמאלס איז נאך געווען נבואה ביי אידן. ביים בית שני האט מען קיין נבואה נישט געהאט, און ממילא האט מען נישט געקענט וויסן.
דער אמת איז, היינט איז אויך נישט דא קיין נבואה, און ממילא די סוגיא פון אתחלתא דגאולה איז בכלל נישט אקטיוו. קיינער קען נישט ברענגן קיין ראיה שאין עליה תשובה נישט אהין און נישט אהער, און ממילא איז אוממעגליך אז מיר זענען באפליכטעט עפעס צו טון צוליעב די אתחלתא דגאולה סוגיא. אפילו טאמער דער 'קול התור' וואלט געווען קראנט, איז עס נישט קיין נבואה, און ממילא נישט מחייב. ובפרט היינט נאך די דברים מאירים ומשמחים פון יוסף אביבי אין די קובץ מכילתא