☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16636
בלאט: 1 2

עובדיה » זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:51 am

· #537487
רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
דאס זענען די ווערטער פונעם רמב"ן פרשת בחוקותי פרק כ"ו פסוק ל"ב:

וַהֲשִׁמֹּתִי אֲנִי אֶת הָאָרֶץ וְשָׁמְמוּ עָלֶיהָ אֹיְבֵיכֶם הַיֹּשְׁבִים בָּהּ:
וכן מה שאמר בכאן "ושממו עליה אויביכם" היא בשורה טובה מבשרת בכל הגליות שאין ארצנו מקבלת את אויבינו, וגם זו ראיה גדולה והבטחה לנו כי לא תמצא בכל הישוב ארץ אשר היא טובה ורחבה ואשר היתה נושבת מעולם והיא חרבה כמוה, כי מאז יצאנו ממנה לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלים להושיבה ואין לאל ידם.

די ווערטער האט דער רמב"ן שוין געשריבן בימיו 750 יאר צוריק, און די אלע יארן פון דעמאלטס איז ארץ ישראל ווייטער קיינמאל נישט אויפגעבויט געווארן, נאר כסדר געווען אינטערגעווארפן אינטער פארשידענע אימפעריעס, ביז די אידן זענען ארויף און אויפגעבויט דאס לאנד טראץ די קעגנערשאפט פון די ארטיגע אראבערס.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט די UN געשטימט איינצוטיילן ארץ ישראל אין צוויי לענדער, איינס פאר די אידן און איינס פאר די אראבער, די אידן האבן מסכים געווען צו די פלאן אבער די אראבער'ס נישט. וואלטן זיי ווען דעמאלטס מסכים געווען, וואלט שוין פון לאנג געווען א פאלעסטינער לאנד אין די גבולות פון ארץ ישראל, אבער מיט זייער עקשנות צו פארלאנגען דוקא די גאנצע, זענען זיי ארויס אין א מלחמה קעגען די פריש געגרינדעטע מדינת ישראל, א מלחמה וואס מדינת ישראל האט געווינען כאטש וואס די אראבערס זענען געווען אסאך אסאך מער און שטערקער פון זיי, און מדינת ישראל איז למעשה ארויס מיט נאך א גרעסערע חלק ווי דאס וואס די UN האט מתחילה באשטימט פאר זיי.

נאך די מלחמת השחרור איז נאך אלס געבליבן א גרויס חלק פון ארץ ישראל אינטער די אראבער, אבער אנשטאט אויפבויען א פאלעסטינע לאנד אויף יענע שטח האבן זיי עס געלאזט אינטער די קאנטראל פון די ארומיגע אראבישע לענדער, וואס האבן זיך אנטזאגט צו אנערקענען מדינת ישראל, און געווארט אויף א געלעגענהייט צו קענען צוריק אייננעמען די גאנצע לאנד.

אין די קומענדיגע יארן האט מדינת ישראל ווייטער געפירט פארשידענע מלחמות מיט אירע שכנים, און אין 1967 האט מדינת ישראל איינגענומען די גאנצע איבריגע חלק פון ארץ ישראל, אבער זיי האבן עס נישט אנעקסירט אלץ א חלק פון מדינת ישראל, נאר עס געלאזט אקופירט, און זייער פאלעסי איז אפיציעל געווען איז זיי וועלן צוריק געבן די שטחים אין אויסטויש פאר שלום. און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן מיט די שטחים אין סיני וואס זיי האבן איינגענומען פון מצרים, וואס זיי האבן עווענטועל צוריק געגעבן אין אויסטויש פאר א שלום אפמאך.

אבער מיט די שטחים אין ארץ ישראל האט זיך דער פלאן נישט אויסגעארבעט, פון איין זייט האבן אסאך מתנחלים זיך אריינגעזעצט אין די שטחים, וועלענדיג שטערן סיי וועלעכע פלאן פון צוריק געבען די שטחים, און פון די אנדערע זייט איז נישט געווען ביי די פאלעסטינער געהעריג מיט וועם צו פארהאנדלען, נאר אסאך טעראר גרופעס מיט וועם מדינת ישראל האט נישט געקענט גיין צום טיש.

נאך יארן פון אקופאציע און טעראר אטאקעס איז ענדליך אין די 1990'ס אויסגעארבעט געווארן די "הסכמו אסלו", וואס האט אוועקגעשטעלט א פלאן צוביסלעך צוריק צו געבען די אקופירטע שטחים, מיטן ציהל אז מ'זאל דארט קענען עווענטועל אויפשטעלען א פאלעסטינער לאנד זייט ביי זייט מיט מדינת ישראל. און כאטש ס'איז געווען אסאך שטרויכלונגען אויפן וועג און א ריזיגע קעגנערשאפט צו די פלאן ביי די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, דאך האט מדינת ישראל אנגעהויבן אויספירן די פלאן שטאפעל ביי שטאפעל.

ביז אין יאר 2005 האט זיך מדינת ישראל גענצליך ארויסגעצויגן פון עזה (א געגענט אין דרום ארץ ישראל וואס אנהאלט אין זיך בערך האלב פון אלע פאלעסטינער אראבער), און מיט געוואלד עוועקואירט טויזענטע מתנחלים וואס האבן זיך דארט געהאט באזעצט במשך השנים, און עס איבערגעגעבן פאר די פאלעסטינער זיי זאלן דארט ענדליך קענען אנהייבן אויפשטעלן א אייגענע לאנד.

אבער אפאר חדשים שפעטער איז אפגעהאלטן געווארן וואלן צווישען די פאלעסטינער, און כאמאס א ראדיקאלע איסלאמישע טעראר גרופע האט געווינען די וואלן און גענומען קאנטראל פון עזה. און וויבאלד כאמאס אנערקענט נישט מדינת ישראל און נישט די הסכמי אסלו און רופט אפעציעל פאר די דיסטראקשען פון די גאנצע מדינה, האט מדינת ישראל געמוזט אוועקשטעלן א בלאקאדע ארום עזה.

כאמאס האט אויסגענוצט זייער קאנטראל אויפ'ן שטח זיך אויפצובויען וואס שטערקער מיליטעריש, און כסדר געשיקט ראקעטן און געפירט מלחמות און דורכגעפירט טעראר אטאקעס קעגן מדינת ישראל, ביז די קלימאקס פון די שוידערליכע רציחות די פארלאפענע שמחת תורה, וואס דאס האט געפירט מדינת ישראל זאל עמטליך דערקלערן קריג קעגן כאמאס, מיטל ציהל צוריק אריינצוגיין איבערנעמען עזה און אויסראטן כאמאס.

ווי מ'קען זיך פארשטעלן וועלן די רעזולטאטן זיין אז מדינת ישראל וועט שוין נישט אזוי שנעל צוריקגעבן קיין שום לאנד פאר די פאלעסטינער, נאכן זעהן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעלאזט אין דעם פאל פון עזה, און די חלומות פון א פאלעסטינער לאנד אין ארץ ישראל פאר די אראבער ווערט וואס אמאל מער און מער רחוק מן המציאות, ווי די רמב"ן זאגט אז די תורה איז אונז מבטיח "ושממו עליה אויביכם שאין ארצנו מקבלת את אויבינו, כי מאז יצאנו ממנה לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלים להושיבה ואין לאל ידם".

מי אני » זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:49 pm

· #537517
ייש״כ!

הגם מ׳קען דא טענה׳ן אז טאמער און ווילאנג עס איז נישטא קיין צוויי-סטעיט סאלושאן, גייט די sovereignty פון אידן דארט אלס זיין וואקעלדיג און אין א כסדר׳דיגע עת מלחמה (מיט רשעים ופראי אדם). וממילא איז דאס׳ן מאכן און האבן א שותפות אינעם לאנד דארט מיט זיי, מחזק דאס וואס די אידן האבן דאס אינעם לאנגן טערמין (עכ"פ מ'קען דאס טענה'ן פון א פּראבּעבּעליסטישן שטאנדפונקט). אנדערש איז דאס ווי נפתלי בּענעט האט דאס מדמה געווען צו א חבר וואס איז פארוואונדעט געווארן און מוז לעבן מיט כסדר׳דיגע יסורים פון shrapnel אין די עגבות, אלס חשש סכנה פון ווערן פּאראליזירט טאמער נעמט מען דאס ארויס. (איך פארשטיי אז אפילו דר. יובל נח הררי, וועלכער איז מער לינק, איז מודה אז הנסיון מוכיח אז ווען מ׳האט נאכגעגעבן, האט דאס אלס נאר געמאכט די מצב ערגער; ווי געזאגט זענען אסאך פון די שונאים ליידער אומציוויליזירטע רשעים ופראי אדם ואינם מן הישוב.) ועיין בדברי הרב דר. מיכאל אברהם.

ואולי איז דאס טאקע די געדאנק פונעם רמב״ן: אנדערע זיכער נישט, ווי איידער דאס אז אידן יא - ואפילו במקום וואו דאס אז אנדערע האבן דערין א חלק אויך (בשותפות), קען זיין א טובה פאר די sovereignty פון אידן דארט אינעם לאנד; אפילו וואו עס איז ליידער בלא זה כשכים בעיניהם וצנינים בצדיהם.

ואגב, אין א שמועס מיט א חבר מיינער האב איך אים געזאגט אז מיין פערזענליכע מיינונג, בפרט לאור די יעצטיגע מצב ליידער, איז אז איך קען נישט זיין קיין ציוניסט. דאס איז מחמת אפאר טעמים. איינס, איך בין צופיל פון א פּאסיפיסט צו קענען זיין א ציוניסט, וואס ציוניזם לענ״ד וועט (עכ״פ לע״ע זיכער, וכנ״ל) בהכרח כולל זיין בתוכה אַן אספּעקט פון (כסדר׳דיגע) מלחמה לכבוש ולהגן. (איך פארשטיי און בין מודה אז פּאסיפיזם האט זיך אויך אירע גבולים. ועיין בדברי דר. עדווארד פעסער.)

שנית, מיין סאָבּדזשעקטיוו און פּערזענליכע מיינונג איז אז דאס און די נעשאנעליזם דערפון, איז טרייבּעליזם, אַן ״אונז״ און ״זיי״, אויף סטערוידס (נאך מער ווי חרדיזם בתוקפו). ווי ארויסגעברענגט איז א נאטורליכע אפטייטש ב״ימות המשיח״ ו״גאולה״ ל״ד א כינוס ישראל צום לאנד וואס איז אמאל געווען זייערס. עס איז א גרעדועל פּראגרעשאן צו א יוּניווערסאליזם, וכעין הכתוב (צפניה ג ט) כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרא כולם בשם ה׳ לעבדו שכם אחד, וואס דאס איז די pursuit פון חכמה, מושכלות, ומאראל. (און די פסוקים, לדוגמא בישעיה פרק ב ופרק יא, וואס זענען דאס יא מקשר דייקא בציון ובמלך, קען מען זאגן אז דאס איז ווייל בו בעת ווען דאס איז געזאגט געווארן האט מען נישט געקענט לגמרי משיג זיין די מושג בכלל פון א יוּטאָפּיען יוּניווערסאליזם בלא ״אונז/זיי״ גבולים בכלל; קוים וואס מ׳קען דאס האבן בהשגה היינט 3,000 יאר שפעטער - אונז זע׳מיר לכל הפחות נאך א פאר טויזענט יאר ווייט פון דעם אידעאל, עסיוּמינג אז די אלגעמיינע פראגרעס פונעם מין האנושי על הכלל איז ממשיך.)

דריטענס, מיין סאָבּדזשעקטיוו און פּערזענליכע מיינונג איז אז הקמת המדינה איז פון א פּראגמאטישע שטאנדפונקט ליהודים, א יצא שכרה בהפסידה, מכח׳ן דארפן ליידער זיין אין א כסדר׳דיגע מצב פון פּערפּעטשועל עת מלחמה. (ואפילו הרב דר. יוסף טעלושקין און דעניס פּרעגער, וועלכע זענען פּראָ-מדינת ישראל, שרייבן אז די פראבלעם פון (genocidal) אנטיסעמיטיזם וואס ציוניזם האט געזוכט צו לייזן, איז ליידער ערגער געווארן דורך דעם. און ווי מ׳זעהט ליידער אז דאס וואס מ׳טערמינט ״דעם ערגסטן טאג ליהודים זייט די שואה״ איז ליידער געווען בהמדינה.) לע״ע איז דאס נישט די מצב אין אלגעמיין ביי diasporic אידן. (לדוגמא, דאס'ן האבן די בעלות אויפ'ן מקום המקדש, וואס איז ריין סימבאליש, איז יצא שכרה בהפסידה פאר די פראבלעמען וואס דאס ברענגט; ווי יענער האט געזאגט, "ביי די פאנאטיקער, איז זייער דריט-הייליגסטע פלאץ חשוב'ער ביי זיי, ווי ביי אונז דאס הייליגסטע פלאץ". און אז מ'זעהט שוין פרומע אידן וואס גייען ארויף דארט, און וואלטן ווען געוואלט בפועל צוריק ברענגען קרבנות און דאס קאָלטיק עבודה, איז אלס דעם אליינס דארף מען צוריק אויפגעבן דאס פלאץ לשליטת הערביים...
דאס וואס מ'דערמאנט בתפילה איבער בקשת החזרת הקרבנות והעבודה, איז נאר לגבי די געפיהל שבו וואס מ'האט געהאט דעמאלטס אינעם עבר ווען עס איז געווען, וכעין מה שכתבתי לגבי תפילה בכלליות.
)

ועיין ערך פּאָסט-ציוניזם.

דאס איז אלעס אָנע דאס׳ן אריינגיין דערין פון א "תורה׳דיגע" בליק, וואו ס׳איז זיכער זיך דא אויף וועמען און וואס צו פארלאזן להיתר. איך רעד פון א ריין סעקולארע/ליבעראלע (סאָבּדזשעקטיוו) בליק.

העווינג סעד אָל דעט, האב איך פארגעזאגט אויף שבת ביי קריאת התורה, מדעת עצמי וברשות הנהלת הביהמ״ד, די מי שברך פאר חיילי צה״ל אז זיי זאלן האבן הצלחה. דאס איז לענ״ד די בעסטע אויסקום אינעם שמאלן מצב וואו מ׳האלט ביי יעצט ליידער. (סיידן טאמער איז דא דעם (משלי כא א) ולב מלך ביד ה׳ על כל אשר יחפוץ יטנו, צו זוכן א בעסערע דרך. ועיין בהאנאליז של טאמאס פריעדמאן.)

התנצלות: כמובן אין אני אומר קבלי דעתי בשום פנים. איך בין למעשה נישט אויסגעקאכט און נישט עכט געליינט אין די מסובכ'דיגע נושא אויף צו האבן א מאסגעבנדן מיינונג.

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:00 pm

· #537520
Re:
מי אני #

ואולי איז דאס טאקע די געדאנק פונעם רמב״ן: אנדערע זיכער נישט, ווי איידער דאס אז אידן יא - ואפילו במקום וואו דאס אז אנדערע האבן דערין א חלק אויך, קען זיין א טובה פאר די sovereignty פון אידן דארט אינעם לאנד.

לדעתי איז דאס זיכער פשט אינעם רמב''ן, און כ'מיין אז ס'איז באזירט אויף א פסוק, אז אידן גייען טאקע ווערן פארטריבן פון זייער לאנד, אבער קיין אנדערע אומה ולשון גייט נישט געוועלטיגן אויף די לאנד.

כ'מיין ס'שטייט אויכעט לגבי די פירות אר''י, אז די לאנד גייט זיין שממה פון מענטשן און פון פירות, ביז ווילאנג די אידן גייען זיך אומקערן צו זייער היימלאנד. די יודעי דבר זאגן טאקע, אז אר''י האט נישט געגעבן קיין פירות ביז ס'האט זיך אנגעהויבן די עליות פון אידן קיין אר''י.

נחבא » זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:50 pm

· #537530
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
דער רמב"ן איז א שווערע רמב"ן, ווייל במציאות האבן אסאך אומות יא געהאט שליטה אויף ירושלים.

שעפטאל » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:00 pm

· #537531
Re:
מי אני #
העווינג סעד אָל דעט, האב איך פארגעזאגט אויף שבת ביי קריאת התורה, מדעת עצמי וברשות הנהלת הביהמ״ד, די מי שברך פאר חיילי צה״ל אז זיי זאלן האבן הצלחה.
היסטאריש: הרה"ג הצדיק חכם הרזים הרב מי אני האט דעם שבת געמאכט א מי שברך לחיילי צה"ל 😃

אלע צוזאמען » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:07 pm

· #537532
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
🙂
נחבא #
דער רמב"ן איז א שווערע רמב"ן, ווייל במציאות האבן אסאך אומות יא געהאט שליטה אויף ירושלים.
לכאורה איז די געדאנק פונעם רמב''ן, אז מ'גייט זיך אייביג שלאגן אויף די לאנד, אפילו ווען איינער וועט עס האבן פאר א תקופה, עט מען זיך אייביג רייסן אויף דעם לאנד.

מי אני » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:09 pm

· #537533
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
נחבא #
דער רמב"ן איז א שווערע רמב"ן, ווייל במציאות האבן אסאך אומות יא געהאט שליטה אויף ירושלים.
לכאורה איז די געדאנק אלס א זעלבסטשטענדיגע אומה נאר אין א"י, וועלכע גייט ממילא דאס אויפבויען מחורבנה. אוודאי איז עס אלס געלעגן אונטער די בעלות פון אימפעריעס אָנגעהויבן פון רוים (ובבל/פרס) און ווייטער. אבער זיי האבן נאר געהאט דאס "בעלות" דערויף, נישט אז דארט איז מקום מושבם; די בעלים דערויף זענען "רומיים", "טערקן", "בריטישער" אא"וו. ולכן איז דאס מער-ווייניגער געבליבן בחורבנה, ביז מ'האט זיך דארט באזעצט אלס תושבים און "דאס", און נאר דאס, איז "מיין" לאנד - א "ישראלי". וממילא איז די שאלה צי עס וועט זיין א "פאלעסינער", על שם די לאנד.

נחבא » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:20 pm

· #537535

די נוסעי הצלב האבן געהאט אייגענע מלוכה פאר הונדערט יאר, עס איז נישט געווען אונטער קיין אימפעריע נאר א מלוכה פאר זיך.

מי אני » זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:35 pm

· #537538
‏גערעכט.

(אולי קען מען זיך מתעקש זיין איבער ווי ווייט טאקע זיי זענען געווען אומאפהענגיק פונעם פויבסט/וואטיקאן און די מלוכות וועלכע האבן זיי דאך דארט אהינגעשיקט איינעמען; וכעין ישראל כשעלו מבבל ברשות כורש מלך פרס. אבער אויפגעבויט מחורבנה אלס׳ן זיין א מלוכה נאר ״דארט״ האבן זיי געטוהן און זיי זענען געווען.)

עובדיה » זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:10 pm

· #537540
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
איך פארשטיי די נקודה פון די רמב"ן איז, אז ארץ ישראל איז במציאות געבליבן חרוב די אלע יארן, ווי ס'איז באקאנט די לשון וואס דער רמב"ן דרוקט זיך אויס אין א בריו צו זיין זוהן נאכן ארויפגיין קיין ארץ ישראל:
ומה אגיד לכם מעניין הארץ כי רבה העזובה וגדול השממון, וכללו של דבר כל המקודש מחבירו חרב יותר מחברו. ירושלים חרבה מן הכל, וארץ יהודה יותר מן הגליל.

נחבא » זונטאג אקטאבער 15, 2023 4:42 pm

· #537546
Re:
מי אני #
‏גערעכט.

(אולי קען מען זיך מתעקש זיין איבער ווי ווייט טאקע זיי זענען געווען אומאפהענגיק פונעם פויבסט/וואטיקאן און די מלוכות וועלכע האבן זיי דאך דארט אהינגעשיקט איינעמען; וכעין ישראל כשעלו מבבל ברשות כורש מלך פרס. אבער אויפגעבויט מחורבנה אלס׳ן זיין א מלוכה נאר ״דארט״ האבן זיי געטוהן און זיי זענען געווען.)
השתא דאתית להכא, קענען דאך די פאלעסטינער אויך האבן א לאנד, און זיין אפהענגיק אין איראן...

ווי אויך קענען די קנאים זאגן אז דער רמב"ן איז שולל די היינטיגע ממשלה אין ארץ ישראל וואס איז אינגאנצן אפהענגיק אין אמעריקע...

מי אני » זונטאג אקטאבער 15, 2023 5:13 pm

· #537552
יא יא. 🙂

עס קען טאקע זיין א שאלה במדריגה. מיינענדיג, די שאלה איז צי די זעלבסטשטענדיגע מדינה פון די קרייץ-ציגלער איז געווען א כעין vassal סטעיט צו די שולחים וועלכע האבן זיי מעיקרא געשיקט, און ווי ווייט (אויב בכלל) זיי זענען געווען נכנע אונטער זיי. אין אנדערע ווערטער, צי די קעניגרייך דארט זייערע דעמאלטס איז נאר געווען משועבד כעין די מדריגה ווי די מדינה צו אמעריקע כהיום, אדער מער ווי דעם.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:37 pm

· #537560
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
נחבא #
דער רמב"ן איז א שווערע רמב"ן, ווייל במציאות האבן אסאך אומות יא געהאט שליטה אויף ירושלים.
און זיי האבן אלע אפגעפעקלט פון ארץ ישראל.

ווען די "ציונים" האבן איבערגענימען, אנגעהויבן פון ביל"ו (אויב שוין יא בית יעקב לכו ונלכה. פארווואס נישט באור השם.) איז ארץ ישראל געווען א פוסט לאנד פול מיט זומפן און נעסטן פאר מאסקיטאוס און קרענק. קיין פירות זענען נישט געוואקסן אין גאנץ ארץ ישראל. און היינט, ב"ה, איז עס א געבענטשט לאנד וואס עקספארטירט די בעסטע פירות קיין אייראפע און אמעריקע.

נאר זיי וואלטן געמעגט פאלגן די הוראות פון די רבנות הראשית אפצוהיטן שמיטה און תרומות ומעשרות און אנדערע מצוות התלויות בארץ מיט א ביסל מער חשק. אנדעם וואס די נשמות ערטילאות פונ'ם בג"ץ זאל זיך אריינשטיפן זייער גוי'אישע נאז. און פרובירן צו שטערן אידישקייט.

ברוך שפינוזה » זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:51 pm

· #537561
נחבא
השתא דאתית להכא, קענען דאך די פאלעסטינער אויך האבן א לאנד, און זיין אפהענגיק אין איראן...

ווי אויך קענען די קנאים זאגן אז דער רמב"ן איז שולל די היינטיגע ממשלה אין ארץ ישראל וואס איז אינגאנצן אפהענגיק אין אמעריקע...
מ'קען דאך סתם אזוי זאגן אז אלע לענדער היינטיגע צייטן זענען אפהעניג אינעם UN, לויט'ן רמב"ן וועט מען על כרחך מוזן זאגן עפעס א סארט תירוץ ווייל לבנון געוועלטיגט איבער א טייל פונעם היסטארישן ישראל. מ'קען אבער מדייק זיין אינעם רמב"ן אז ער רעדט נאר בזמן הגלות, בזמן הגאולה איז יא דא א מעגליכקייט פאר זיינע שונאים צו געוועלטיגן, איז אויב מ'וועט זעהן אז פאלעסטינע באקומט יא זעלבסטשטענדיקייט איז עס א ראיה צו די ציונים 😂 😂 😂

חדשים » זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:22 pm

· #537587
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
ר’ יואל כהן אין אגרת חכם (אדער מענה חכם, עפעס אזוי) איז מיט דעם מסביר שיטת רבו. אז די מדינה הייסט נישט קיין אייגענע ממשלה וויבאלד עס איז אונטערגעווארפן אונטער די UN און זיי קענען נישט טון מה שלבם חפץ...

דערהויבענע איד » זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:40 pm

· #537588
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
חדשים #
ר’ יואל כהן אין אגרת חכם (אדער מענה חכם, עפעס אזוי) איז מיט דעם מסביר שיטת רבו. אז די מדינה הייסט נישט קיין אייגענע ממשלה וויבאלד עס איז אונטערגעווארפן אונטער די UN און זיי קענען נישט טון מה שלבם חפץ...
וואס איז עס אנדערש פון אלע אנדערע מדינות, חוץ פון די געציילטע גרויסמאכטן, וואס ציטערן אויך צו טון וואס זיי ווילן?

חדשים » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:10 am

· #537594
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
זיי זענען פונקט ווי א ווילעדזש אדער טאון וואס איז אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון די סטעיט. און עס קען נישט אנגערופן ווערן א לאנד אפילו זיי האבן אייגענע געזעצן.

חדשים » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:24 am

· #537597
Re:
מי אני #
ייש״כ!

הגם מ׳קען דא טענה׳ן אז טאמער און ווילאנג עס איז נישטא קיין צוויי-סטעיט סאלושאן, גייט די sovereignty פון אידן דארט אלס זיין וואקעלדיג און אין א כסדר׳דיגע עת מלחמה (מיט רשעים ופראי אדם). וממילא איז דאס׳ן מאכן און האבן א שותפות אינעם לאנד דארט מיט זיי, מחזק דאס וואס די אידן האבן דאס אינעם לאנגן טערמין (עכ"פ מ'קען דאס טענה'ן פון א פּראבּעבּעליסטישן שטאנדפונקט).

התנצלות: כמובן אין אני אומר קבלי דעתי בשום פנים. איך בין למעשה נישט אויסגעקאכט און נישט עכט געליינט אין די מסובכ'דיגע נושא אויף צו האבן א מאסגעבנדן מיינונג.
אויב האנדעלט מען פון פראי אדם פארוואס זאל צוויי שטאטן יא זיין א סעלושען? א פרא אדם טאר נישט פירן קיין לאנד, עס גייט נאר שטערקער מאכן זיין כח, אזויווי מען זעט מיט איראן.

איך זע נישט פארוואס האבן א אייגענע לאנד איז יצא שכרו בהפסידו. ווי שרעקליך די טראגעדיע איז קומט עס נישט צו קיין טויזענסטל צו די צווייטע וועלט מלחמה. דאס אז די אידן האבן א לאנד איז א טובה נישט נאר אז אין א”י איז א מקום מנוחה, נאר די גאנצע וועלט, ובתוכם די היטלערס בדורינו, ווייסן אז מען קען נישט הרג’נן אידן ווייל זיי האבן א מאכטפולע כח וואס נעמט זיך אן פאר זיי.

נאך א נקודה, יוניווערסאליזם גייט נישט זיין מיט חיות ובהמות און בפשטות אויך נישט מיט חיות בדמות אנשים.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 9:35 am

· #537610
חדשים #
אויב האנדעלט מען פון פראי אדם פארוואס זאל צוויי שטאטן יא זיין א סעלושען? א פרא אדם טאר נישט פירן קיין לאנד, עס גייט נאר שטערקער מאכן זיין כח, אזויווי מען זעט מיט איראן.
שתי תשובות בדבר. איינס, כמובן זענען נישט אלע פאלעסטינער אזוי; עס זענען לע"ע די פירערס זייערע אין עזה. (כמובן, אז'ן זאגן אז "די תורה שרייבט דאך אזוי אין פ' לך אויף זיי אלע", איז נישט מאסגעבנד. מ'זעהט דאך אז רוב עם ישמעאל זענען נישט אזוי.) און צוויי, מ'דארף זיך פרעגן (כדי צו לעזן דעם פראבלעם אינעם לאנגן טערמין, ווי איידער זיך חלילה צוריקצוזעהן דערצו ווי א גלגל החוזר), "וואס טוהט בּריִדן אזעלכע פראי אדם און זייערע מעשי רֶשַע אכזריים?" און די (עכ"פ פּראַבּעבּעליסטישע) הסבר דערצו איז אז דאס איז ווען א פאלק/גרופע האט נישט קיין סעלף-דיטערמענעישאן, הייבט דאס די פּערצענט פון מעמבּערס בתוכם וועלכע פיהלן נישט אז זיי האבן וואס צו לעבן פאר וכדומה. דאס טוהט דאן בּריִדן ראדיקאלע סוּסייד מעשים ומעשי אכזריים וכדומה. אין אנדערע ווערטער, די צוויי תשובות זענען געבינדן איינע אין דאס אנדערע: ווען א פאלק/גרופע האט נישט קיין סעלף-דיטערמענעישאן, breed דאס (אין א פּראַבּעבּעליסטישע זין) די סארט חברה, און די סארט חברה זענען טאקע מער עלול צו ווערן ארויפגעקוקט אלס פירערס וכדומה אינעם גרופע, אלס דעם אז עס זעהט אויס (עכ"פ אינעם גאר קורצן טערמין) ווי זיי כאטש "טוהן" און זענען לוחם וכו' למען המטרה און זיך אָננעמען פאר זייערע קריוודעס.

כמובן, אז איינמאל אַן אינדיווידואל איז שוין געווארן אזא סארט רשע אכזר, דארף דער אינדיווידואל געברענגט ווערן ליוסטיץ מלאה, אפגעזעהן פון די אונטערליגענדע סיבות וואס האבן דאס גורם געווען אויף זיין פּערסאנעליטי וכו'. אבער דאס איז שוין א באזונדערע שמועס.

און דא איז וואו איך ברענג זיך גאר א ראיה פון איראן. ווייל מ'דארף זיך פרעגן: אין איראן זענען דאך די פירערס ראדיקאלע רשעים און זיי זענען דאך אויסגעשפראכן אלס אפענע שונאים צו מדינת ישראל. איז טא פארוואס פירן זיי נישט אפען א מלחמה, מיט זייערע סאלדאטן אא"וו, מיט מדינת ישראל? פארוואס נאר מיט שטיצע, אדער באהאלטן אונטער proxies וואס זיי טוהן דערנאך לייקענען אז זיי האבן נישט געהייסן אא"וו? נאר דאס איז ווייל אפילו זיי זענען רשעים, האבן זיי אבער אַן אייגענע געהעריגע לאנד ומדינה מיט סעלף-דיטערמענעישאן, וועלכע זיי דארפן האלטן פירן און בויען, און פשוט אלס זעלבסט אינטערעסע לוינט זיך עס זיי נישט. משא"כ ביי די פּאלעסטינער לע"ע. און אז זיי וועלן האבן אַן אייגן לאנד, וועלן זיי זיין דערין כסיריע ולבנון, וואו הגם זיי האבן פיינט די מדינה, לוינט זיך עס זיי נישט. (כמובן אז עס איז שייך אז מדינות זאלן יא מלחמה האלטן, אבער די threshold אז דאס זאל פאסירן איז היבש העכער, פשוט אלס די זעלבסט-אינטערעסע הנ"ל.)
חדשים #
איך זע נישט פארוואס האבן א אייגענע לאנד איז יצא שכרו בהפסידו. ווי שרעקליך די טראגעדיע איז קומט עס נישט צו קיין טויזענסטל צו די צווייטע וועלט מלחמה. דאס אז די אידן האבן א לאנד איז א טובה נישט נאר אז אין א”י איז א מקום מנוחה, נאר די גאנצע וועלט, ובתוכם די היטלערס בדורינו, ווייסן אז מען קען נישט הרג’נן אידן ווייל זיי האבן א מאכטפולע כח וואס נעמט זיך אן פאר זיי.
אט אויף דעם האב איך צוגעברענגט הרב דר. טעלושקין און פּרעגער: אויב איז א מטרה פון הקמת מדינה לישראל געווען צו באשיצן אידן פון די סכנה פון אנטיסעמיטישע דזשענאסיידס ושואה, אבער די הקמה האט גאר פארערעגערט און פארגרעסערט אט די סכנה פון דעם, איז דאך (עכ"פ אין אט די פרט) יצא שכרו בהפסידו. לע"ע איז דאך דארט די גרעסטע שאנס אז אויב זאל ח"ו פאסירן נאך א שואה אויף אידן, איז עס דארט. ס'איז נישט מיין לשון וואס זאגט, "די ערגסטע טאג ליהודים זייט די שואה, איז געווען די פאגראם בא"י בשמיני עצרת." און דאס איז על אף די שטארקע כח וואס באשיצט אידן דארט. וא"כ מאי הועילו בזה? פשוט אז אנשטאטס ח"ו גע'הרג'עט ווערן אָן געווער אין די הענט, וועט מען ח"ו גע'הרג'עט ווערן מיט געווער אין די הענט? בפרט אז די פּראַבּעבּיליטי פונעם ח"ו גע'הרג'עט ווערן איז דאדורך געווארן העכער.
חדשים #
נאך א נקודה, יוניווערסאליזם גייט נישט זיין מיט חיות ובהמות און בפשטות אויך נישט מיט חיות בדמות אנשים.
אט אויף דעם האב איך פריער געשריבן איבער וואס (פּראַבּעבּעליסטיש) breed די סארט חברה "וחיות בדמות אנשים". און אז די אונטערליגענדע סיבות ווערן אדרעסירט און אוועקגענומען, איז (פּראַבּעבּעליסטיש) וועלן די סארט "חיות בדמות אנשים" דארט ווערן היבש היבש ווייניגער, מיט וועמען יוניווערסאליזם קען שוין זיין צוזאמען.

ואולי קען מען טאקע דאס אריינלייגן אינעם רמב"ם וואו ער רעדט לגבי ימות המשיח (הל' מלכים פי"ב ה"א):
וזה שנאמר בישעיה (יא ו) וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ, משל וחידה: ענין הדבר שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי עכו"ם המשולים כזאב ונמר שנאמר (ירמיה ה ו) זאב ערבות ישדדם ונמר שוקד על עריהם, ויחזרו כולם לדת האמת ולא יגזלו ולא ישחיתו
והיינו, אז בימות המשיח וואו מ'וועט צוקומען צו יוניווערסאליזם, וואס דערין איז נאכגיין מושכלות מאראל ואמת, דאן וועלן די רשעי עכו"ם וועלכע זענען משולים לע"ע מחמת רשעותם כזאב ונמר, "חיות בדמות אנשים", נישט זיין אזוי - ולא יגזלו ולא ישחיתו. און דאס איז ווען "ישראל יושבין לבטח עם רשעי עכו"ם" - ווען עס איז דא א ישיבה לבטח און סעלף-דיטערמענעישאן פון אלע זייטן ‏(פון באלאנגען צו א גלאבאלע רעגירונג, אין די פאל פון יוניווערסאליזם).

(ווי צוגעברענגט פון דר. הררי פארשטיי איך אז הנסיון מוכיח אז נאכגעבן האט דאס אלעמאל געמאכט ערגער. די שאלה איז נאר צי דאס אז נאכגעבן פרטים האט נישט גע'ארבעט, מיינט אז ווען מ'געבט נאך די כלל פון "אַן אייגענע מדינה" און סעלף דיטערמענעישאן, וועט אויך נישט ארבעטן; אזא סארט פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן.

איך פארשטיי אויך אז איסלאמישע טעראריסטישע גרופעס ווי אייסיס און אל-קאידא זענען ראדיקאל למען ראדיקאל והשחתה, אָן קיין געהעריגע אונטערליגענדע דזשיאופּאליטישע מטרה; פראי אדם וחיות בדמות אנשים אָן קיין אונטערליגענדע סיבה כנ״ל. אבער על הרוב ידבר, און ווי מ׳זעהט טאקע אז רוב מעמבּערס דערין קומען טאקע פון פאליטיש פראבלעמאטישע און אומסטאבילע ראיאנען.)

חדשים » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:09 pm

· #537617
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
דאס וואס די זאגסט אז נישט אלע פאלעסטינער זענען פראי אדם איז אמת. און דאס איז געווען די סיבה פאר’ן צוריקגעבן עזה אין 05’. ווען זיי וואלטן געוויסט אז כאמאס גייט איבערנעמען די מאכט און אויסהארגענען פאטאך וואלטן זיי עס קיינמאל נישט צוריקגעגעבן. סא דאס איז נישט קיין מהלך, עס איז א גרויסע טשענס אז די פראי אדם גייען איבערנעמען די מאכט והעבר מעיד על כך. דיין צווייטע תשובה איז אויך גערעכט אבער נאר אין טעאריע. ווען מען קען ווען צוריקדרייען די זייגער צו ששת ימי בראשית און אוועקשטעלן א וועלט אויף ליבע (ווי סאנטיאגא האט געשריבן) אויף אלע זייטן וואלטסטו געווען גערעכט, וזה הלכתא למשיח”א. כהיום יום, זענען זיי פראי אדם און אויב געט מען זיי א לאנד גייען זיי האבן מער מעגליכקייטן צו נקמה נעמען אין מדינת ישראל. און דאס איז די תירוץ פארוואס מען קען זיי נישט טראסטן כהיום און ארבייטן אויף יוניווערסעליזם.

איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען שרייבן אז די מדינה האט פארגרעסערט די סכנה אז עס זאל געשען א שואה. אדער ווייסט נישט יענער וואס די שואה איז געווען אדער איז דא אנדערע מאטיוון פאר וואס ער שרייבט דאס. לפענ”ד, די סיבה וואס האלט אפ כהיום די היינטיגע היטלערס צו פארטיליגן כלל ישראל איז נאר ווייל זיי ווייסן אז עס איז דא א מאכטפולע מדינה וואס גייט עס נישט צולאזן. סיי מיט זייער כח און סיי מיט די שטארקע כח וואס זיי באקומען פון זייערע אליאירטע. דאס איז די סיבה וואס האלט אפ איראן און די אלע ראדיקאלע. ווען עם ישראל האט ווען נישט א לאנד און האבן נישט די כח וואס קומט מיט א לאנד, וויל איך נישט טראכטן אפילו וואס די ראדיקאלע וואלטן ווען געטון.

דאס אז עס איז געשען די שמח”ת שחיטה איז נישט קיין ראיה אז עס האט זיך נישט געלוינט די לאנד, פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז עס האט זיך נישט געלוינט פאר אמעריקא די מלחמה אקעגן טעראר ווייל עס איז געשען 9/11. עס איז טאקע א שרעקליכע דורכפאל וואס מען גייט נאך לאנג שטודירן וויאזוי דאס האט געקענט געשען, אבער מיט זייערע כוחות (טאקע ווייל זיי זענען א מאכטפולע לאנד) וועלן זיי פארעכטן די טעותים און עס וועט מער נישט געשען.

סקעפטיקער » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:31 pm

· #537618
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
חדשים #
לפענ”ד, די סיבה וואס האלט אפ כהיום די היינטיגע היטלערס צו פארטיליגן כלל ישראל איז נאר ווייל זיי ווייסן אז עס איז דא א מאכטפולע מדינה וואס גייט עס נישט צולאזן. סיי מיט זייער כח און סיי מיט די שטארקע כח וואס זיי באקומען פון זייערע אליאירטע. דאס איז די סיבה וואס האלט אפ איראן און די אלע ראדיקאלע. ווען עם ישראל האט ווען נישט א לאנד און האבן נישט די כח וואס קומט מיט א לאנד, וויל איך נישט טראכטן אפילו וואס די ראדיקאלע וואלטן ווען געטון.
האלטסט אז אידן אין אמעריקא אדער אנדערע מערב וועלט מדינות וואלטן געליטן ווען נישט די מדינה?

מי אני » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:49 pm

· #537621
חדשים #
דאס וואס די זאגסט אז נישט אלע פאלעסטינער זענען פראי אדם איז אמת. און דאס איז געווען די סיבה פאר’ן צוריקגעבן עזה אין 05’. ווען זיי וואלטן געוויסט אז כאמאס גייט איבערנעמען די מאכט און אויסהארגענען פאטאך וואלטן זיי עס קיינמאל נישט צוריקגעגעבן. סא דאס איז נישט קיין מהלך, עס איז א גרויסע טשענס אז די פראי אדם גייען איבערנעמען די מאכט והעבר מעיד על כך. דיין צווייטע תשובה איז אויך גערעכט אבער נאר אין טעאריע. ווען מען קען ווען צוריקדרייען די זייגער צו ששת ימי בראשית און אוועקשטעלן א וועלט אויף ליבע (ווי סאנטיאגא האט געשריבן) אויף אלע זייטן וואלטסטו געווען גערעכט, וזה הלכתא למשיח”א. כהיום יום, זענען זיי פראי אדם און אויב געט מען זיי א לאנד גייען זיי האבן מער מעגליכקייטן צו נקמה נעמען אין מדינת ישראל. און דאס איז די תירוץ פארוואס מען קען זיי נישט טראסטן כהיום און ארבייטן אויף יוניווערסעליזם.
איך האב טאקע צוגעצייכענט דר. הררי׳ס הערה (ווי אויך דא פון דר. דזשערי קוֺין) אז הנסיון מוכיח אז ס׳האט נאר ערגער געמאכט ביז יעצט. און ווי געשריבן, איז די שאלה צי דאס צייגט על הכלל כולו, ווען זיי האבן ענדליך טאקע אַן אייגן לאנד וממילא סעלף-דיטערמענעישאן, וועלן זיי ווייטער גיין קעגן דעם און קעגן זייער זעלבסט-אינטערעסע. און צי דאן וועלן זיי אריינוועלן מער ראדיקאלע אדער מער מעסיגע ווי פאַטאַח (וואס ס׳איז ניתן להיאמר אז פאַטאַח איז ארויסגעוועהלט געווארן מכח די פראָסטרעישאן אז מ׳קומט אין ערגעץ נישט אָן). ואפילו וואו עס ווערט יא אריינגעוועהלט א ראדיקאלע גרופע, צי זיי וועלן ממש מקריב זיין דערפאר די זעלבסטשטענדיגע מדינה וואס זיי האבן שוין, כדי לצאת למלחמה. עס קען טאקע זיין, אבער די טרעשהאלד איז שוין העכער (בפרט וואו מ׳האט פארלוירן פון זיך לוחם זיין בהעבר), וכהמשל באיראן וסיריע.
חדשים #
איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען שרייבן אז די מדינה האט פארגרעסערט די סכנה אז עס זאל געשען א שואה. אדער ווייסט נישט יענער וואס די שואה איז געווען אדער איז דא אנדערע מאטיוון פאר וואס ער שרייבט דאס. לפענ”ד, די סיבה וואס האלט אפ כהיום די היינטיגע היטלערס צו פארטיליגן כלל ישראל איז נאר ווייל זיי ווייסן אז עס איז דא א מאכטפולע מדינה וואס גייט עס נישט צולאזן. סיי מיט זייער כח און סיי מיט די שטארקע כח וואס זיי באקומען פון זייערע אליאירטע. דאס איז די סיבה וואס האלט אפ איראן און די אלע ראדיקאלע. ווען עם ישראל האט ווען נישט א לאנד און האבן נישט די כח וואס קומט מיט א לאנד, וויל איך נישט טראכטן אפילו וואס די ראדיקאלע וואלטן ווען געטון.
דאס איז ברור אז אנטיסעמיטיזם ביי ערביים איז עקספּאנענשאלי געשטיגן זייט הקמת המדינה, וואס אירס גלייכן איז לגמרי נישט געווען פריער (דאס איז אויך עפעס וואס טעלושקין און פּרעגער זענען מודה אינעם בוך). ועכ״כ אז זיי ווילן ווען לכאורה דורכפירן א שואה אויף אידן; עפעס וואס איז נישט געווען מעיקרא ביי זיי (ווייט ווייט נישט אויף די פארנעם). ווען די מדינה איז נישטא, וואלט דאס לכאורה נישט געווען, דזשאָדזשינג ביי היסטאריע.

און זאגן אז דאס אז אמעריקאנע און אייראפעאישע סארט אנטיסעמיטן הייבן זיך נישט דאס קאפ (אויף אידן בכל העולם) אדאנק מדינת ישראל, בו בעת ווען מ׳זאגט און מ׳איז מודה אז (א חלק דערין איז וואס) זי אליין דארף זיך פארלאזן אויף אירע אליאירטע, והיינו אמעריקע און די ליבעראלע אייראפעאישע מדינות, איז לענ״ד א שוואכע טענה. ובפרט אז ווי מ׳זעהט מוטשעט זי זיך דאך דערמיט אפילו אויף איר אייגענע באדן. (ובפרט אויך אז יעצט פיהלן זיי אז ס׳איז שוין דא א מער לעדזשיטימיט טענה קעגן אידן, ווען מ׳שטעלט דאס צאם מיט קעגנערשאפט קעגן די מדינה׳ס פאליטישע פּאַליסיס, וועלכע האבן טאקע וואו חל צו זיין אויף די מדינה.)

אין אנדערע ווערטער, אויב זאגט מען למשל:
אמעריקע (און אירע אליאירטע) שיצט ← מדינת ישראל וועלכע שיצט (באיזה אופן) ← אידן (בכל העולם)

דאן, ביי טרענסיטיוויטי, איז עס דאך אמעריקע (און אירע אליאירטע) וואס שיצט אויף אידן (בכל העולם). ומה הועיל המדינה? אָן דעם וואלטן זיי נישט געשיצט?
חדשים #
דאס אז עס איז געשען די שמח”ת שחיטה איז נישט קיין ראיה אז עס האט זיך נישט געלוינט די לאנד, פונקט ווי קיינער גייט נישט זאגן אז עס האט זיך נישט געלוינט פאר אמעריקא די מלחמה אקעגן טעראר ווייל עס איז געשען 9/11. עס איז טאקע א שרעקליכע דורכפאל וואס מען גייט נאך לאנג שטודירן וויאזוי דאס האט געקענט געשען, אבער מיט זייערע כוחות (טאקע ווייל זיי זענען א מאכטפולע לאנד) וועלן זיי פארעכטן די טעותים און עס וועט מער נישט געשען.
עס איז א טענה נגד דאס זיך לוינען דאס לאנד מכח די אספּעקט פון מער סעקיוריטי פאר אידן קעגן אנטיסעמיטישע פּאגראמס אד״ג, וואס דאס איז דאך נושא דידן - עס איז נישט (דוקא) א טענה אז די מדינה זאל נישט יעצט האלטן מלחמה מיט חאמאס (אינעם יעצטיגן מצב ממש זענען אנדערע ברירות לכאורה ליידער זייער געצוימט). וכמובן, אז עס פאַלויט נישט פון "א מלחמה קעגן חאמאס", אז עס איז "א מלחמה קעגן די צוויי-סטעיט סאלושאן". (ואגב, עס איז דא א שטארקע מקום לומר, אז אמעריקע'ס "מלחמה קעגן טעראר", עכ"פ אין איר סקעיל, האט זיך טאקע נישט געלוינט. אבער, ווי געזאגט, איז נישט דאס, אדער איר גלייכן, די נידון דא.)

וואס די טענה דא איז, איז אז לע״ע, און אין די לעצטע צענדליגע יארן, איז די מציאות ליידער אז דארט בא״י האט מען מער וואס מורא צו האבן דערפאר ווי אין חו״ל. (וניתן להיאמר, אז די לעוועל וואס מ׳האט יא מורא צו האבן דערפון כהיום בחו״ל, איז אויך מער מכח און אדאנק די שנאת ישראל וואס די מדינה האט exacerbated און געהעכערט כנ״ל.)

חדשים » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:24 pm

· #537626
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
איך פארשטיי פון די תגובות אז ענק קוקען עס אן ווי א פייט צווישן די אראבערס און די אידן, ווען עכט איז עס א פייט צווישן די ראדיקאלע מוסלמענער און די מערב וועלט. עס איז וויכטיג צו וויסן ”ווער איז כאמאס” צו קענען פירן ווייטער די שמועס. טישטוך אויף אייוועלט (https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=65345&sid=a4e7c449bd0ac82b08966f3302ea3360 סארי איך קען מיך נישט אויס מיט די נייע סייט וויאזוי אריינצולייגן די ווערטער אין די לינק) האט דאס אפגעשריבן אין אידיש מיט א געשמאקע שפראך און עס איז ווערט צו ליינען. עס קומט מיט אסאך מראי מקומות.

עס איז זיכער דא אטאקעס וועגן די מדינה, אבער עס איז יצא הפסידו בשכרו ווייל אמעריקא סופפארט דיר נאר ווייל דו ביזט א לאנד (ולמשל אוקריינא) און נישט ווען ביזט א עטנישע גרופע (ולמשל די אלע עטנישע גרופעס כהקורדן).

און דאס אז יעצט איז געווען א דורכפאל נעמט נישט אוועק די אלע סוקסעסן וואס די מדינה האט שוין געהאט אקעגן די ראדיקאלן. לו יהא מען וואלט יעצט געוויסט פארדעם וואלט דאך עס אויך געווען נאר ווייל דו האסט א מדינה.

חדשים » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 6:24 pm

· #537627
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
סקעפטיקער #
חדשים #
איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש קען שרייבן אז די מדינה האט פארגרעסערט די סכנה אז עס זאל געשען א שואה. אדער ווייסט נישט יענער וואס די שואה איז געווען אדער איז דא אנדערע מאטיוון פאר וואס ער שרייבט דאס. לפענ”ד, די סיבה וואס האלט אפ כהיום די היינטיגע היטלערס צו פארטיליגן כלל ישראל איז נאר ווייל זיי ווייסן אז עס איז דא א מאכטפולע מדינה וואס גייט עס נישט צולאזן. סיי מיט זייער כח און סיי מיט די שטארקע כח וואס זיי באקומען פון זייערע אליאירטע. דאס איז די סיבה וואס האלט אפ איראן און די אלע ראדיקאלע. ווען עם ישראל האט ווען נישט א לאנד און האבן נישט די כח וואס קומט מיט א לאנד, וויל איך נישט טראכטן אפילו וואס די ראדיקאלע וואלטן ווען געטון.
האלטסט אז אידן אין אמעריקא אדער אנדערע מערב וועלט מדינות וואלטן געליטן ווען נישט די מדינה?
למשל?

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 16, 2023 7:53 pm

· #537636
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
חדשים: דער סאטמאר'ע רבי הרה"צ ר' יואל טייטלבוים זצ"ל זי"ע שרייבט דאס אליין אין די הקדמה צו זיין ספר ויואל משה. נאכדעים וואס ער רעכנט אויס אלע נעגאטיווע טעמים וואס א מדינה פאר ביאת המשיח שטעלט פאר מיט זיך, זאגט ער...(פאראפראזירן)... אבער היינט אז ס'איז יא דא א מדינה דאף מען מתפלל זיין אז די מדינה זאלל נישט בטל ווערן דורך גויים. און ער פיהרט אויס..."כי אם על ידי האומות לא יהיה טוב לישראל, ח"ו"...!

אלפא » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:23 am

· #537683
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
איך האב נארוואס געהאט א לענגערע טענה'ריי מיט א חבר - א ציוניסט, זיין נקודה איז געווען אז די מדינה האט געברענגט אסאך פאר כלל ישראל, די פאר טויזענט טויטע זענען א נאטורליכע קאנסעקווענס און ווערד די פרייז.

מיין טענה איז געווען מער ווייניגער וואס איז אויס געשמועסט געווארן דא (בעיקר דורך @מי אני) אז מ'וואלט געלעבט פונקט אזוי רואיג ווי אין אמעריקע און אין אייראפע אן קיין מדינה אויך, בס"ה האט עס אנגעדרייט א גרויס טייל אראבער און פאלעסטינער אנקעגן אונז, און עס האט אנגעברענגט טויזענטער טויטע סיי אין טעראר אטאקעס און סיי אין מלחמות.

זיין טענה איז געווען,
1. נאכן קריג איז נישט געווערן קיין איין לאנד וואס האט געוואלט אננעמען קיין אידן אין די מאסן, און די אלע וואס האבן פאטענציאל געלאנדעט אין א"י וואלטן נישט געהאט וואו צו גיין.
2. די פעלקער וואלטן נישט געהאט די אפהאלט אונז פיינט צו האבן - אזוי ווי יעצט מיט די בעקונג פון אן עסטעבלישטע מדינה.
3. די טויזענטער רוסישע אידן און אידן פון אנדערע פלעצער האבן - און וואלטן - זיך נאר געטראפן די פלאץ אין א"י.
4. די אינטערמערידזש ראטע איז אסאך קלענער אין א"י, זיך אידענטיפיצירן אלס איד איז אסאך מער מעגליך - וואס איז מער א רעליגיעזע אויפטוה (הגם אויך א פאליטישע..). ער לייקנט די טענה אז די נעט אפגעפארענע איז געשען מער דורך די ציונים..
5. די אראבער וואלטן אונז ממילא פיינט געהאט, אויב נישט פאר דעם סיבה איז פאר א צווייטע.
6. די רואיגקייט וואס איז דא אין מדנ"י זייענדיג א איד וואלט קיינמאל נישט ערייכט געווארן אן דעם (הגם מ'קען טענה'ן אז קרית יואל האט עס אויך, נעמט עס נישט אוועק פון די אויפטוה דארטן..)
7. אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!
8. (והוא העיקר..) אז מיין סאטמאר'ע בייעס - צו וואס איך בין אפי' aware - גייט מיר קיינמאל נישט באמת לאזן פארשטיין די פאקערטע צד אדער מעגליכקייט...

און באמת קען מען דעבאטירן יעדע נקודה עקסטער, סיי צו עס איז אן אויפטוה כנגד ההפסד, און זיי צו עס וואלט נישט געשען אן די 'אגענדע' פון האבן א סטעיט. וכו'.
אבער דאס זענען מער ווייניגער די קארטן אויפן צווייטן זייט.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:42 am

· #537687
חדשים #
איך פארשטיי פון די תגובות אז ענק קוקען עס אן ווי א פייט צווישן די אראבערס און די אידן, ווען עכט איז עס א פייט צווישן די ראדיקאלע מוסלמענער און די מערב וועלט. עס איז וויכטיג צו וויסן ”ווער איז כאמאס” צו קענען פירן ווייטער די שמועס.
מסתבר. אבער ווי איך האב געזאגט, טוהט א מלחמה און פראבלעם קעגן חאמאס נישט דוקא אפווארפן דאס גילטיגקייט און תועלת פון א פאלעסטינע לאנד פאר פאלעסטינער.
חדשים #
עס איז זיכער דא אטאקעס וועגן די מדינה, אבער עס איז יצא הפסידו בשכרו ווייל אמעריקא סופפארט דיר נאר ווייל דו ביזט א לאנד (ולמשל אוקריינא) און נישט ווען ביזט א עטנישע גרופע (ולמשל די אלע עטנישע גרופעס כהקורדן).
דאס איז א מסתבר'דיגע טענה. הגם, אויף דעם אליין קען מען זאגן אז אנו דנין: יעצט אז אידן זענען געווארן א פאליטישע ענטיטי און דאדורך באקומען סאָפּאָרט דורך אליאירטע, דארף מען שוקל זיין קעגן די שונאים און אטאקעס עס האט באקומען אדאנק דעם אז עס איז געווארן א פאליטישע ענטיטי, וואס וואלט ווען נישט געווען בלא זה.

ווי אויך איז די דמיון צו די קורדס נישט אין פלאץ. זיי מאכן א פאליטישע קלעים פאר א לאנד און א פאליטישע ענטיטי (זייט סוף פונעם ערשטן וועלט קריג און דעם אפמאך פון סערוועס; זיי ווילן די קורדיסטאן ראיאן אלס א זעלבסטשטענדיגע מדינה). דאס איז א שורש פון זייער קאנפליקט מיט אנדערע. אין אנדערע ווערטער, אין אונזער קאנטעקסט דא זענען די קורדן מער דומה צו די פאלעסטינער, וועלכע האבן/מאכן א פאליטישע קלעים אבער זענען לע״ע סטעיטלעס, און דאס ברענגט דאס בונטעווען ורדיפות.

און על זה אנו דנין: די counterfactual ווען אידן אלס אַן עטנישע גרופע האבן/מאכן ווען נישט א פאליטישע קלעים כזה, צי די רדיפות וואלטן ווען געווען מער צי ווייניגער. מיינענדיג, די דמיון צו די קורדס קען זיין א ראיה לחובתך: אז מקשר זיין א מיניאריטעט עטניסיטי מיט׳ן ווערן א פאליטישע ענטיטי טויג נישט (איך פארשטיי אז אפשר לחלק טאמער עס ״געלונגט״ למעשה צי נישט).

איך וואלט ענדערשער צוגעגליכן, אין די קאנטעקסט דא, דאס עטנישע מיניאריטעט גרופע פון אידן צו דאס עטנישע מיניאריטעט גרופע פון ראָמאַני/ציגיינער (gypsies). קעגן זיי איז אויך דא בּיגאטרי, און אויף זיי האבן די דייטשן אויך געהאט דורכגעפירט א שואה ביים צווייטן וועלט קריג. זיי האבן/מאכן נישט קיין פאליטישע קלעים (לידיעתי). זיי שטייען יעצט ערגער ווי אמאל מחמת דעם אז זיי האבן נישט קיין אייגענע מדינה און זענען נישט קיין פאליטישע ענטיטי?
חדשים #
און דאס אז יעצט איז געווען א דורכפאל נעמט נישט אוועק די אלע סוקסעסן וואס די מדינה האט שוין געהאט אקעגן די ראדיקאלן. לו יהא מען וואלט יעצט געוויסט פארדעם וואלט דאך עס אויך געווען נאר ווייל דו האסט א מדינה.
און אט דאס איז די טענה א גאנצע צייט: ווען נישט הקמתה וואלט נישט אויסגעפעהלט די סאָקסעס צו וויסן דערפון פאר דעם - דאס וואס מ'דארף וויסן דערפון וואלט בכלל נישט צושטאנד געקומען מעיקרא בכלל.

דערהויבענע איד » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:19 pm

· #537692
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
אלפא #

8. (והוא העיקר..) אז מיין סאטמאר'ע בייעס - צו וואס איך בין אפי' aware - גייט מיר קיינמאל נישט באמת לאזן פארשטיין די פאקערטע צד אדער מעגליכקייט...

און באמת קען מען דעבאטירן יעדע נקודה עקסטער, סיי צו עס איז אן אויפטוה כנגד ההפסד, און זיי צו עס וואלט נישט געשען אן די 'אגענדע' פון האבן א סטעיט. וכו'.
אבער דאס זענען מער ווייניגער די קארטן אויפן צווייטן זייט.
היינו הך.

נאר אין סאטמער איז מען פארנומען צו די מדינה האט ''געלוינט'', צו מ'''זעט'' די ווייטע בליק פון רבי'ן, און צו די נאצי'ס אדער אראבער'ס אדער אייסיס זענען ערגער. כ'געדענק נישט אז נאך זשערסי סיטי זאלן די נישט סאטמערע זיין פארנומען אז ס'איז שוין נישטא קיין סיבה צו וואוינען אין אמעריקע...

ס'איז איין שטיק אבסעשן און אירעלעווענט צו ס'זעט אויס יעצט צו ס'האט זיך געלוינט. אזוי איז געווען ווייל דעמאלטס האט מען אזוי געהאלטן. יעצט קען מען טון וואס איז יעצט.

דאס איז חוץ המעשה אז אלעמאל איז גרינג צו זיין די חכם נאכדעם, נאכן צווייטן קריג האט מען געזען אז אר''י איז געווען סעיף, יעצט זעט אויס אמעריקא מער באוואכט. קיינער האט נישט פאראויס געזען ניין עלעווען, און קיינער האט נישט פאראויסגעזען די אטאקעס ביום שמחת תורה. זיין א חכם נאכדעם איז נישט קיין קונץ.
מ'קען נישט וויסן וואט וועט זיין מיט אייראפע אין געציילטע יארן פון היינט, וואס וועט זיין נאכדעם גייט קיינער נישט וויסן.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:53 pm

· #537694
איה״נ. לאחר המעשה איז ווען מ׳שאצט צי ס׳האט זיך געלוינט, און ווען מ׳איז שוקל די שכר וההפסד פון אַן עקספּערימענט. וועגן דעם שטעל איך כסדר אריין די ווערטער ״לע״ע״ - כלומר, וואס ווייזט אונז די ״היסטאריע״ פון הקמת המדינה לעומת די היסטאריע פון כלל ישראל בכלל מאז הקמתה לפי די דאטא וואס מ׳האט יעצט. ס׳איז דעסקריפּטיוו לעומת אינפערענשאל (הגם מ׳קען טענה׳ן, כידוע מדזשאָרדזש סאַנטאַיאַנאַ, אז מ׳דארף זיך לערנען פון היסטאריע להעתיד).

אין אנדערע ווערטער, קיינער זאגט נישט אז אנטיסעמיטיזם וואלט נישט געווען ווען נישט הקמת המדינה. די היסטאריע פון עם ישראל במשך כל הדורות יוכיח. די שאלה איז צי דאס וואס הקמת המדינה האט געזוכט מעיקרא אויפצוטוהן אין די רעגארד און וואס עס האט טאקע זיי אויסגעזעהן אלס א לעזונג, א באשיצונג קעגן אט דעם פענאמענאן פון אנטיסעמיטיזם, איז גאר ערגער געווארן אדאנק דעם? יעצט קען מען דאס שאצן, ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות ווען ער האט רעזולטאטן. (דא טוהט מען נישט בּלעימן המקימים. און ווי מיין טאטן ע״ה, וועלכער איז געווען א סאטמארע חסיד לגמרי, האט מודה געווען, ״א סעקולארע איד וואס איז ארויסגעקומען פון לאגער און ער זאל נישט זיין א ציוניסט, איז גאר אינטרעסאנט.״ איך זוך דאס פשוט צו אפשאצן, און ווי איך האב אָנגעהויבן אז ביי מיר, לעבענדיג יעצט, איז דאס א סיבה פארוואס איך בין נישט קיין ציוניסט.) און די מעטריק דערצו איז צו טאקע קאמפּערן אנטי-אידן אטאקעס אין מדינת ישראל צו די אנטיסעמיטישע אטאקעס בחו״ל וואס זענען (ווי ווייט מ׳ווייסט) נישט מקושר צו אנטי-ציוניזם, פון וואס די דזשערסי סיטי אטאקע איז איינע פון זיי. וואו האט זיך א איד כהיום צו שפירן מער פארזיכערט פון אנטיסעמיטיזם, וואס איז א פענאמענאן וואס איז נאך אלס דא? אין אנדערע ווערטער, איז אנטיסעמיטיזם והשלכותיה ערגער אדאנק הקמת המדינה?

און אז מ׳קומט צו צו א מסקנא אז ס׳איז טאקע ערגער געווארן אדאנק דעם, איז וואס זאל מען יעצט טוהן? א גוטע שאלה. איך ווייס נישט. און וועגן דעם האב איך טאקע פארגעזאגט דעם מי שברך לחיילי צה״ל, הגם אז, ווי געזאגט, בין איך אויסדרוקליך נישט קיין ציוני וככל הנ״ל שכתבתי.

‏כמובן, אז די דעבאטע איז א פרט בתוך די ברייטערע דיון איבער די מעלות וחסרונות פון נעשאנעליזם בכלל.

דערהויבענע איד » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:28 pm

· #537696
Re:
מי אני #
איה״נ. לאחר המעשה איז ווען מ׳שאצט צי ס׳האט זיך געלוינט, און ווען מ׳איז שוקל די שכר וההפסד פון אַן עקספּערימענט. וועגן דעם שטעל איך כסדר אריין די ווערטער ״לע״ע״ - כלומר, וואס ווייזט אונז די ״היסטאריע״ פון הקמת המדינה לעומת די היסטאריע פון כלל ישראל בכלל מאז הקמתה פון די דאטא וואס מ׳האט יעצט. ס׳איז דעסקריפּטיוו לעומת אינפערענשאל (הגם מ׳קען טענה׳ן, כידוע מדזשאָרדזש סאַנטאַיאַנאַ, אז מ׳דארף זיך לערנען פון היסטאריע להעתיד).

‏כמובן, אז די דעבאטע איז א פרט בתוך די ברייטערע דיון איבער די מעלות וחסרונות פון נעשאנעליזם בכלל.
ווען איז די צייט צו דאס מעסטן? קוים 70 יאר נאך הקמת המדינה? אדער ווארטן מינימום 250 יאר צו ווארטן ווי אזוי די מדינה שטעלט זיך אוועק און בויעט זיך, און די שכנים ווערן נמאס צו נישט שלום מאכן מיט די מצב?

אמעריקא לדוגמה איז נישט אלעמאל געווען אזוי מאכטפול, ס'האט גענומען לאנג ביז זיי זענען געווארן אוועקגעשטעלט אלס א גרויסמאכט.

די צייט וואס אידן וואוינען באקוועם אין אמעריקא איז נישט אלעמאל אזוי געווען, און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג זענען אויך אידן אין דייטשלאנד געווען באקוועם.

אדער בלויז רעכענען לאמיר זאגן סתם אנכאפן פון צען יאר פון 1990 ביז 2000, וויפיל אידן זענען געהרג'עט געווארן אין אמעריקע- אייראפע, ווס. אר''י? דאס איז סתם נישט פעיר, ווייל וואס זאגט דאס פארן עתיד, ווען קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין מיט די מערב וועלט, און וויפיל שלום, נצחונות, און דערגרייכונגען מדנ''י וועט אנקומען?

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:47 pm

· #537697
קען טאקע זיין אז די אסעסמענט וועט זיך טוישן. אבער די אסעסמענט יעצט איז נישט אַרבּיטרערי: עס איז פון הקמת המדינה ביז די יעצטיגע מינוט - סיי פאר אידן בא״י און סיי פאר אידן אין די דייעספּארא. וכמו שכתבתי דאין לדיין אלא מה שעיניו רואות. (ווייל אז נישט, אפילו עס זאל ווערן פּאזיטיוו, קען מען דאך אלעמאל זאגן אז מ׳זאל ווארטן נאך לענגער, און דעמאלטס וועט זיך עס צוריקטוישן צו נעגאטיוו. איז קען מען קיינמאל נישט שאצן?) און די דאטא וואס מ׳האט לע״ע, לענ״ד, צייגט אויף די מסקנא אז די אספּעקט פון סעקיוריטי ליהודים ואנטיסעמיטיזם איז ערגער געווארן. (ואגב, די ענליכע אסעסמענט וואס טעלושקין און פּרעגער האבן געמאכט איז שוין געווען אין די מ׳ יארן. עס האט זיך נישט געטוישט קיין סאך זייט דעמאלטס.)

קען זיין אז ס׳וועט בעסער ווערן, ווי די האפענונג איז מעיקרא געווען. אבער דאס איז א שמא נגד די (לענ״ד) ברי פון יעצט. (און די שמא איז אויך שוואכער טאמער טענה׳ט מען קעגן א צוויי-סטעיט אדער איין-סטעיט סאלושאן. זיי וועלן ווערן צוגעוואוינט צו בלייבן אקופירט לעולם בלא אזרחות? ווי צוגעברענגט פון בּענעט איז דאס נמשל צו בלייבן מיט די צער פון שרעפּנעל אין די עגבות, וואס אין די קאנטעקסט מיינט דאס די lack פון סעקיוריטי ליהודים כמו בשאר מדינות, און די כסדר׳דיגע סכנה פון ווייעלענס וטעראר נגדם.)

אלפא » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:07 pm

· #537701
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
https://www.rationalistjudaism.com/p/if-zionism-never-existed
דאכט זיך ער האט סחורה (צושפרייט) איבער די מעלות פון א אידישע מדינה..

סקעפטיקער » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:17 pm

· #537703
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
אלפא #
https://www.rationalistjudaism.com/p/if-zionism-never-existed
דאכט זיך ער האט סחורה (צושפרייט) איבער די מעלות פון א אידישע מדינה..
ער איז מסתם גערעכט איבער די מציאות פון ארץ ישראל, אבער ווער זאגט אז מ'דארף דארט וואוינען? וואס איז שלעכט אזויווי אידן האבן געוואוינט טויזענטער יארן בצירוף מיט די מערב וועלט פרייהייט און גלייכבארעכטיגונג? עס איז אדער א נאציאנאליסטישע סיבה אדער א רעליגיעזע, די נאציאנאליסטישע איז אפגעפרעגט ביי חרדים, און די רעליגיעזע איז אפגעפרעגט און אוועקגעמאכט אין סאטמאר וכו', און גייט נישט אן פאר אסאך קאווע שטיבל אידן

דערהויבענע איד » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:43 pm

· #537705
Re:
מי אני #
קען טאקע זיין אז די אסעסמענט וועט זיך טוישן. אבער די אסעסמענט יעצט איז נישט אַרבּיטרערי: עס איז פון הקמת המדינה ביז די יעצטיגע מינוט - סיי פאר אידן בא״י און סיי פאר אידן אין די דייעספּארא. וכמו שכתבתי דאין לדיין אלא מה שעיניו רואות. (ווייל אז נישט, אפילו עס זאל ווערן פּאזיטיוו, קען מען דאך אלעמאל זאגן אז מ׳זאל ווארטן נאך לענגער, און דעמאלטס וועט זיך עס צוריקטוישן צו נעגאטיוו. איז קען מען קיינמאל נישט שאצן?) און די דאטא וואס מ׳האט לע״ע, לענ״ד, צייגט אויף די מסקנא אז די אספּעקט פון סעקיוריטי ליהודים ואנטיסעמיטיזם איז ערגער געווארן. (ואגב, די ענליכע אסעסמענט וואס טעלושקין און פּרעגער האבן געמאכט איז שוין געווען אין די מ׳ יארן. עס האט זיך נישט געטוישט קיין סאך זייט דעמאלטס.)

קען זיין אז ס׳וועט בעסער ווערן, ווי די האפענונג איז מעיקרא געווען. אבער דאס איז א שמא נגד די (לענ״ד) ברי פון יעצט. (און די שמא איז אויך שוואכער טאמער טענה׳ט מען קעגן א צוויי-סטעיט אדער איין-סטעיט סאלושאן. זיי וועלן ווערן צוגעוואוינט צו בלייבן אקופירט לעולם בלא אזרחות? ווי צוגעברענגט פון בּענעט איז דאס נמשל צו בלייבן מיט די צער פון שרעפּנעל אין די עגבות, וואס אין די קאנטעקסט מיינט דאס די lack פון סעקיוריטי ליהודים כמו בשאר מדינות, און די כסדר׳דיגע סכנה פון ווייעלענס וטעראר נגדם.)
מ'קען טאקע קוקן אויף יעצט און מאכן די חשבונות, אבער כ'זע נישט פארוואס יעצט זאל זיין מער רעלעווענט די לעצטע 70 יאר, ווי ווען מ'וועט רעכענען 70 יאר פארן קריג אין אייראפע ווס. אר''י. ווי אויכעט, אז ווען מ'האט אויפגעשטעלט די מדינה, האט מען עס אוועקגעשטעלט לדורות, בע''ה, ממילא דארף אלס זיין רעלעוואנט צו די נעקסטע 70 יאר הבעל''ט.

און לגבי דיין צווייטע פוינט, איז לענ''ד -חוץ די שמחת תורה תשפ''ד וואס ס'איז א יוצא מן הכלל כנלענ''ד - איז די לעצטע 70 יאר אלס מער פארזיכערט איז מדינת ישראל, און און אלס מער כוח האבן זיי ווי א יאר ס'גייט דורך, און אין אמעריקא- אייראפע איז די לעצטע 20 יאר געגאנגען בארג אראפ. אייראפע איז ערגער, אבער אמעריקא איז אויך נישט אויסגעשלאסן פון דעם.

און ווי אויכעט, ווי ערווענט אביסל דורך @אלפא, ווי אזוי רעכנט מען אזא זאך, בכמות ובאיכות? ס'איז דא נאך פאקטארן חוץ אז אידן ווערן געהרג'עט, ווי למשל די עקענאמיע און פרייהייט און ווי אזוי איז די אידישע בלי. למשל פון פראנקרייך גייען אסאך אידן ארויף צו א''י, אפילו ווען זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין באלדיגע סכנה, און ווי אויך איז א''י נישט פארזיכערט ווייניגער ווי פראנקרייך, נאר זיי ווילן ענדערש לעבן פרייערהייט, און זיך נישט שעמען מיט זייער אידישקייט, ווי בלייבן פחד'ענען און זיך שעמען אין חוץ לארץ.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 3:13 pm

· #537706
איה״נ אז ס׳איז דא אסאך פאקטארן צו שאצן סאָקסעס און ווי אזוי צו דעפינירן אז די מדינה איז א ״טובה פאר עם ישראל״. דא איז די נידון בנוגע שאצן די סוקסעס דערפון און די ״טובה דערפון פאר עם ישראל״ אין טערמינען פון איר אויפטוה פאר סעקיוריטי לעם ישראל נגד אנטיסעמיטיזם והקמים עליה; לדוגמא, אז עס זאל נישט קענען פאסירן א צווייטע שואה. איז די שאלה דא צי איז זי טאקע געווען סאָקסעספול אין די ציל? וואו איז מער עלול ס׳זאל חלילה פאסירן א צווייטע שואה?

די איינציגסטע וועג דאס צו שאצן, איז מיט די דאטא וואס מ׳האט אָנגעזאמעלט דערין במשך ימי קיומה מיום הווסדה, נגד די קאנטראל פון אלגעמיינע אנטיסעמיטיזם נגד יהודים אין חו״ל (בלא קשר לציונות) זייט דעמאלטס פונעם זעלבן צייט-אפשניט. די קאנטראל דערפון פון סעקיוריטי פון אידן בחו״ל נגד סעקיוריטי פון אידן בא״י באותו זמן, איז א בעסערע קאנטראל פון די אנטיסעמיטיזם פון בעפאר זי איז געשטאנען, ווען די וועלט והתפתחותה איז געווען אנדערש און איז נישט באותו זמן. לדוגמא, אויב שאצט מען עס קעגן די 70 פון פאר׳ן קריג קומט מען טאקע ארויס אז אנטיסעמיטיזם איז טאקע שוואכער ווי פאר׳ן קריג. אבער גייט מען דען דעמאלטס זאגן אז דאס איז אדאנק הקמת המדינה, אדער איידער אלס די קאַנפאַוּנדינג וועריעבּל פון אלגעמיינע התפתחות און ליבעראליזם? מ׳גייט זאגן אז דאס איז מכח די אלגעמיינע התפתחות און ליבעראליזם בהעולם - דאס זעלבע צייטגייסט וואס איז קעגן רודפ׳ן שווארצע און לגב״ט, וואס איז אויך געווען געפערליך אין די 70 יאר פאר׳ן קריג (און די מדינה איז זיכער נישט די סיבה פאר דאס פארבעסערונג אין דעם הינזיכט…). וממילא איז וואס איז רעלעוואנט דערצו איז צו שאצן די אנטיסעמיטיזם וסכנה ליהודים בחו״ל נגד הסכנה ליהודים בא״י פונעם זעלבן צייט אפשניט.

(אין די לעצטע 20 יאר איז ליידער געווען אין א״י אַן אינטיפאַדאַ און אפאר מלחמות מיט עזה, בנוסף צו כסדר׳דיגע געוואלדטאטן אינעם מערב ברעג און מזרח ירושלים. איך שטעל זיך פאר אז ס׳איז ליידער דא מער חללי ישראל בא״י אין די צייט אפשניט, ווי איידער בכל העולם. ווי אויך קען מען טענה׳ן אז אין אייראפע וואס ס׳גייט למטה, איז עס מכח די מוסלעמענער וואס עמיגרירן אהין, און די האס וואס זיי ברענגען מיט, וואס ווערט געשטארקט אדאנק הקמת המדינה.)

און נאכאמאל, עס איז א דעסקריפּטיוו אסעסמענט (אין דעם פרט כנ״ל). צו מאכן אַן אינפערענץ דערפון אויף וואס וועט זיין די נעקסטע 70 יאר? ווייס איך נישט. אבער קיין פלאן פארוואס און וויאזוי דאס זאל בעסער ווערן זעהט מען נישט. ובפרט אז מ׳איז דאך קעגן א לאנג-טערמיניגן שלום פון א לאנד דארט פאר די פאלעסטינער (די אריגינעלע נושא האשכול). איז ממילא אויף וואס פונקטליך פארלאזט מען זיך אז די נעקסטע 70 יאר זאל זיין בעסער? אז זיי וועלן שלום מאכן און זיין צופרידן (גענוג אז זיי זאלן נישט ריזאָרטן צו געוואלד) מיט׳ן מצב פון זיין אקופירט און סטעיטלעס בלא אזרחות? דאס איז נישט ראציאנאל.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 6:32 pm

· #537722
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
א. אינטערעסאנט ווי אן אומשולדיגע evangelical רמב"ן איבער פאלעסטינע איז פארוואנדעלט געווארן אין א וויכוח איבער מדינת ישראל, זעהט אויס אז די צוויי האבן א שייכות, כשזה קם זה נופל...

ב. קיינער האט נישט פיינט קיין אידן בלויז דערפאר וואס די ישראלישע מיליטער הארגעט אויס פאלעסטינער, קיינער האט נישט פיינט כינעזער ווייל די כינעזע רעגירונג מארדעט אויס טיבעטן און מוסולמענער. קיינער האט נישט פיינט קיין סירישע אראבער ווייל די סירישע רעגירונג האלט אין איין אויסמארדן מאסן מענטשן דורך כעמישע וואפן, קיינער האט נישט פיינט קיין נארד-קארעער ווייל זייער פרעזידענט איז א בהמה, קיינער האט נישט פיינט די איראנער ווייל זייער רעגירונג מארדעט אויס אטדס, און קיינער האט נישט פיינט קיין רוסן ווייל פוטין האט אינוואדירט אוקראינע. מ'דארף נישט קיין נטרונא מיט נטורי קרתא דאס מסביר צו זיין, די וואס פארשטייען עס נישט אליין וועלן די אלע הסברים נאר אויפטוהן דאס פארקערטע ווייל יעצט וועלן זיי שוין האבן נאך א סיבה פיינט צו האבן אידן, אמער, זיי פאלגן נישט זייער אייגענע scripture.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 7:26 pm

· #537726
און קיינער האט נישט פיינט פאלעסטינער אראבער בלויז דערפאר ווייל וואס חאמאס טוהט. אבער דאך פארשטייסטו אז דאס געבט היבש צו דערצו און מאכט דאס ערגער. וכן היא הכא. איך גלייב נישט אז דו וועסט זאגן אז אנטיסעמיטיזם כהיום וואלט ווען געווען פונקט דאס זעלבע, ווען קאַוּנטערפעקטשועלי איז די מדינה נישטא. פונקט אזוי ווי דו גייסט נישט זאגן אז שנאה להפלסטינים וואלט ווען געווען פונקט דאס זעלבע אפילו אָן חאמאס. ווי געזאגט, קיינער זאגט נישט אז אָן דעם וואלט אנטיסעמיטיזם בכלל נישט געווען.

איך האב דאס ממש פריער צוריק מקשר געווען צום אריגינעלן נושא האשכול.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 8:41 pm

· #537729
Re:
מי אני
און קיינער האט נישט פיינט פאלעסטינער אראבער בלויז דערפאר ווייל וואס חאמאס טוהט. אבער דאך פארשטייסטו אז דאס געבט היבש צו דערצו און מאכט דאס ערגער. וכן היא הכא.
דאס איז ממש מיין פוינט, דו זעהסט ערגעץ אין דער וועלט אז מ'זאל עפעס עקסטער פיינט האבן פאלעסטינער אראבער? אפילו חמאס אליין האט מען נישט פיינט מער ווי סיי וועלכע אנדערע איסלאמישע טעראר ארגאניזאציע. אידן האבן פיינט פאלעסטינער ווייל זיי זענען מוסולמענער און צווישן אידן און מוסולמענער שלאגט מען זיך שוין ארום זייט די צייטן פון מוחאמד, אבער סתם אזוי אין די אלגעמיינע גאס איז נישט דא קיין ספעציעלע שנאת פלסטינים, שנאת ישראל איז יא דא.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 8:58 pm

· #537730
איך זאג אז די וואס זענען בּיגאטעד קעגן פּאלעסטינער אראבער, וואס זענען נישט דוקא נאר אידן/ישראלים, וואלטן טאקע געווען בּיגאטעד קעגן זיי סתם אזוי אויך. (ענליך צום משל וואס דו צייכענסט צו צו די וואס זענען בּיגאטעד קעגן סירישע אראבער אדער כינעזער.) אבער דאס אז עס איז דא חאמאס ביי זיי געבט צו דערצו און מאכט דאס שטערקער.

אחוץ טאמער איז דיין טענה אז עס איז טאקע נישטא קיין בּיגאטרי און איסלאמאפאביע קעגן פאלעסטינער אראבער (און עיזשען העיט קעגן כינעזער) ביי אלגעמיינע גוים, און עס איז נאר דא בּיגאטרי קעגן אידן. מיינענדיג, אז דו טענה'סט אז עס זענען נישטא קיינע גוים וואס ווען זיי הערן "פאלעסטינער" האבן זיי א נעגאטיווע בּיגאטעד ריעקשאן דערצו. (ווי איך פארשטיי איז דער יוסף טשובא וואס האט גע׳הרג׳עט דעם 6-יעריגער פאלעסטינער נעבן טשיקאגא, א גוי.)

און אפילו אז נניח אז נישט, איז נאך אלס מיין ענטפער במקומה עומדת: אידן וואלטן זיי פיינט געהאט סתם אזוי אויך, אבער דאס אז עס איז דא חאמאס ביי זיי מאכט דאס (פי כמה) שטערקער. וכן היא בהקמת המדינה לגבי אנטיסעמיטיזם ביי די גוים.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:37 pm

· #537735
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
לאמיך טאקע נעמען דיינע ביישפילן, עיזשען העיט קעגן כינעזער קומט נישט פון פאליסיס/גרוילטאטן פון די כינעזע רעגירונג, ס'קומט פון זאכן וואס מ'טוט פארבינדן מיט כינעזער קולטור, א שטייגער ווי קאוויד וואס אפיציעל האט געהייסן אז ס'קומט פון א כינעזער וואס האט געגעסן א פלעדערמויז. איסלאמאפאביע קומט אויך פון קולטורישע ענינים וואס איז פארבינדן מיט איסלאם און/אדער אראבישע קולטור, א שטייגער ווי ג'יהאד, פוליגמיה, און די פונדאמענטאליסטישע פארם פון זייער רעליגיע אין אלגעמיין. איך קען דיר זאגן פון מיין עקספיריענס, איך אלץ איד האב פיינט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער סיי אן חמאס און סיי מיט חמאס, חמאס איז בסך הכל אן אנדייטונג ווי ווייט פארפוילט זייער פאנאטישקייט גייט. ואין הכי נמי, איך האב טאקע פיינט פונדאמענטאליסטן בכלליות און לאו דווקא מוסולמענער... פון די אנדערע זייט ליבעראלע מוסולמענער שטערן מיר בכלל נישט. (איך מיין אז רוב מערב וועלט מענטשן פילן אויך אזוי.)

יעצט שנאת ישראל קומט פון קולטורישע שטריכן וואס אידן האבן (מחמת אימת הצנזורה גיי איך נישט ארויסשרייבן) אדער סתם נארישקייטן וואס מ'האט אויף זיי ארויפגעפאקט, פאררוקטע/גרויליגע פאליסיס פון מדינת ישראל קענען נאר גורם זיין פיינטשאפט קעגן די רעגירונג, נישט קעגן דעם פשוט'ן איד. מילא ווען ישראל איז א direct democracy...

חדשים » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:48 pm

· #537737
Re:
מי אני #
חדשים #
איך פארשטיי פון די תגובות אז ענק קוקען עס אן ווי א פייט צווישן די אראבערס און די אידן, ווען עכט איז עס א פייט צווישן די ראדיקאלע מוסלמענער און די מערב וועלט. עס איז וויכטיג צו וויסן ”ווער איז כאמאס” צו קענען פירן ווייטער די שמועס.
מסתבר. אבער ווי איך האב געזאגט, טוהט א מלחמה און פראבלעם קעגן חאמאס נישט דוקא אפווארפן דאס גילטיגקייט און תועלת פון א פאלעסטינע לאנד פאר פאלעסטינער.
אויב איז כאמאס דא להשמיד ולהרוג ולאבד כמו שציינתי און אז עס ווערט א פאלעסטינע לאנד איז כמעט ברור אז זיי גייען עס איבערנעמען ווייל זיי זענען שוין יעצט בעה”ב דארט, וואספארא תועלת גייט עס זיין? (חוץ אין טעאריע... לויט די פליישיגע אויגן...)
מי אני #
חדשים #
עס איז זיכער דא אטאקעס וועגן די מדינה, אבער עס איז יצא הפסידו בשכרו ווייל אמעריקא סופפארט דיר נאר ווייל דו ביזט א לאנד (ולמשל אוקריינא) און נישט ווען ביזט א עטנישע גרופע (ולמשל די אלע עטנישע גרופעס כהקורדן).
דאס איז א מסתבר'דיגע טענה. הגם, אויף דעם אליין קען מען זאגן אז אנו דנין: יעצט אז אידן זענען געווארן א פאליטישע ענטיטי און דאדורך באקומען סאָפּאָרט דורך אליאירטע, דארף מען שוקל זיין קעגן די שונאים און אטאקעס עס האט באקומען אדאנק דעם אז עס איז געווארן א פאליטישע ענטיטי, וואס וואלט ווען נישט געווען בלא זה.
האסטו פראף אז עס איז צוגעקומען שונאים וואס הרג’נן נאר וועגן מען האט צוגענומען זיין מדינה? אז איינער הרג’ט פאר אזא זאך איז עפעס ווראנג מיט אים אין פירסט פלעיס. נאכדערצו ווען ער איז אליינס גרייט צו ווערן געהרגט פארדעם... עס איז לכאורה געבויעט אויף פאנאטישע איסלאם און כמעט גארנישט אויף די אקופאציע. עס דינט נאר פאר א תירוץ און פאר סופפארט פון די וועלט.
מי אני #
ווי אויך איז די דמיון צו די קורדס נישט אין פלאץ. זיי מאכן א פאליטישע קלעים פאר א לאנד און א פאליטישע ענטיטי (זייט סוף פונעם ערשטן וועלט קריג און דעם אפמאך פון סערוועס; זיי ווילן די קורדיסטאן ראיאן אלס א זעלבסטשטענדיגע מדינה). דאס איז א שורש פון זייער קאנפליקט מיט אנדערע. אין אנדערע ווערטער, אין אונזער קאנטעקסט דא זענען די קורדן מער דומה צו די פאלעסטינער, וועלכע האבן/מאכן א פאליטישע קלעים אבער זענען לע״ע סטעיטלעס, און דאס ברענגט דאס בונטעווען ורדיפות.

און על זה אנו דנין: די counterfactual ווען אידן אלס אַן עטנישע גרופע האבן/מאכן ווען נישט א פאליטישע קלעים כזה, צי די רדיפות וואלטן ווען געווען מער צי ווייניגער. מיינענדיג, די דמיון צו די קורדס קען זיין א ראיה לחובתך: אז מקשר זיין א מיניאריטעט עטניסיטי מיט׳ן ווערן א פאליטישע ענטיטי טויג נישט (איך פארשטיי אז אפשר לחלק טאמער עס ״געלונגט״ למעשה צי נישט).
א נייע חידוש. מען טאר שוין נישט בעטן א לאנד אויך נישט? זיצט א גרויסע פאלק מיט א אייגענע טראדיציע און קולטור צווישן די אראבער, און אנטשאט זיי געבן א אייגענע אטאנאמיע זענען זיי געווארן צעטיילט צווישן סיריע, איראק, טערקיי און איראן. אלעס איז מער ווייניגער נייע לענדער פארוואס קומט זיך זיי נישט. משא”כ פאלעסטינע טענה’ט אז עס איז זייערס ווען איך טענה אז איך האב עס געהאט פארדעם.
מיין טענה איז, פארוואס איז אמעריקא נישט געקומען העלפן די קורדן? ווייל זיי העלפן א לאנד, נישט קיין עטנישע גרופע. און די קורדן ווייסן אויך דאס וואס איך שרייב אז נאר ווען דו ביזט א לאנד גייט מען דיר העלפן און וועגן דעם ווילן זיי דאס.
מי אני #
איך וואלט ענדערשער צוגעגליכן, אין די קאנטעקסט דא, דאס עטנישע מיניאריטעט גרופע פון אידן צו דאס עטנישע מיניאריטעט גרופע פון ראָמאַני/ציגיינער (gypsies). קעגן זיי איז אויך דא בּיגאטרי, און אויף זיי האבן די דייטשן אויך געהאט דורכגעפירט א שואה ביים צווייטן וועלט קריג. זיי האבן/מאכן נישט קיין פאליטישע קלעים (לידיעתי). זיי שטייען יעצט ערגער ווי אמאל מחמת דעם אז זיי האבן נישט קיין אייגענע מדינה און זענען נישט קיין פאליטישע ענטיטי?
אודאי. ווערפונקטלעך גייט זיי העלפן ווען איינער גייט זיי וועלן הרג’נן.
מי אני #
חדשים #
און דאס אז יעצט איז געווען א דורכפאל נעמט נישט אוועק די אלע סוקסעסן וואס די מדינה האט שוין געהאט אקעגן די ראדיקאלן. לו יהא מען וואלט יעצט געוויסט פארדעם וואלט דאך עס אויך געווען נאר ווייל דו האסט א מדינה.
און אט דאס איז די טענה א גאנצע צייט: ווען נישט הקמתה וואלט נישט אויסגעפעהלט די סאָקסעס צו וויסן דערפון פאר דעם - דאס וואס מ'דארף וויסן דערפון וואלט בכלל נישט צושטאנד געקומען מעיקרא בכלל.
און נאכאמאל הקמת המדינה האט אויסגעפעלט זיך צו באשיצן פון היטלער וכאמאס ודומיהן. וואס פארדעם פעלט אויס א מדינה.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:52 pm

· #537738
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
ברוך שפינוזה #
לאמיך טאקע נעמען דיינע ביישפילן, עיזשען העיט קעגן כינעזער קומט נישט פון פאליסיס/גרוילטאטן פון די כינעזע רעגירונג, ס'קומט פון זאכן וואס מ'טוט פארבינדן מיט כינעזער קולטור, א שטייגער ווי קאוויד וואס אפיציעל האט געהייסן אז ס'קומט פון א כינעזער וואס האט געגעסן א פלעדערמויז. איסלאמאפאביע קומט אויך פון קולטורישע ענינים וואס איז פארבינדן מיט איסלאם און/אדער אראבישע קולטור, א שטייגער ווי ג'יהאד, פוליגמיה, און די פונדאמענטאליסטישע פארם פון זייער רעליגיע אין אלגעמיין. איך קען דיר זאגן פון מיין עקספיריענס, איך אלץ איד האב פיינט פונדאמענטאליסטישע מוסולמענער סיי אן חמאס און סיי מיט חמאס, חמאס איז בסך הכל אן אנדייטונג ווי ווייט פארפוילט זייער פאנאטישקייט גייט. ואין הכי נמי, איך האב טאקע פיינט פונדאמענטאליסטן בכלליות און לאו דווקא מוסולמענער... פון די אנדערע זייט ליבעראלע מוסולמענער שטערן מיר בכלל נישט. (איך מיין אז רוב מערב וועלט מענטשן פילן אויך אזוי.)

יעצט שנאת ישראל קומט פון קולטורישע שטריכן וואס אידן האבן (מחמת אימת הצנזורה גיי איך נישט ארויסשרייבן) אדער סתם נארישקייטן וואס מ'האט אויף זיי ארויפגעפאקט, פאררוקטע/גרויליגע פאליסיס פון מדינת ישראל קענען נאר גורם זיין פיינטשאפט קעגן די רעגירונג, נישט קעגן דעם פשוט'ן איד. מילא ווען ישראל איז א direct democracy...
אפילו אז נניח אז ס׳איז דיין מאדעל וויאזוי בּיגאטרי ארבעט, איז דאס ווייטער א ראיה לדברי. והיינו, אז מ׳האט, לדוגמא, פיינט פאלעסטינער אראבער בסתם אלס די פונדאמענטאליסטישע שטריכן בתוך זייער גלויבונג. דאס וואלט געווען בסתם אויך. אבער ווען עס איז דא חאמאס, וואס איז אַן אקטועלע אינסטענטיעישאן דערפון, האט די שנאה בפועל ובחוש וואו חל צו זיין, וואס אט דאס שטארקט די שנאה פי כמה, וואס וואלט נישט געווען בסתם אזוי שטארק. וכן היא בנוגע הקמת המדינה: עס ברענגט ארויס און אינסטענשיעיט די סטיריאטייפּס (עכטע און אויפגעמאכטע) פונעם אידישן פאלק׳ס קולטור ביים גוי/אנטיסעמיט, וואס געבט די שנאה וואו חל צו זיין בפועל ובחוש ממש. און אט דאס מאכט די שנאה פי כמה שטערקער.

דאס איז די מעכאניזם דא לפי דיין מאדעל.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:01 pm

· #537739
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
יא, די חילוק איז נאר אז האבן אן אייגענעם לאנד איז א שטיקל סתירה מיט א טייל פון די אידישע סטיריאוטייפס וואס האבן גורם געוועהן שנאת ישראל to begin with 😉

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:12 pm

· #537740
חדשים #
אויב איז כאמאס דא להשמיד ולהרוג ולאבד כמו שציינתי און אז עס ווערט א פאלעסטינע לאנד איז כמעט ברור אז זיי גייען עס איבערנעמען ווייל זיי זענען שוין יעצט בעה”ב דארט, וואספארא תועלת גייט עס זיין? (חוץ אין טעאריע... לויט די פליישיגע אויגן...)
די געדאנק איז אז אויב האבן פאלעסטינער סעלף-דיטערמענעישאן און אַן אייגענע מדינה, איז פשוט אלס זעלבסט-אינטערעסע וועלן זיי נישט אטאקירן. ענליך אזוי ווי איראן (וסיריע?), וואס איז אויך להשמיד ולהרוג, אבער וועט זיך אפהאלטן דערפון בפירוש וברבים פשוט אלס׳ן זעלבסט-אינטערעסע און האבן וואס צו פארלירן. משא״כ לע״ע ביי די פאלעסטינער וואס האבן דאס נישט.
חדשים #
האסטו פראף אז עס איז צוגעקומען שונאים וואס הרג’נן נאר וועגן מען האט צוגענומען זיין מדינה? אז איינער הרג’ט פאר אזא זאך איז עפעס ווראנג מיט אים אין פירסט פלעיס. נאכדערצו ווען ער איז אליינס גרייט צו ווערן געהרגט פארדעם... עס איז לכאורה געבויעט אויף פאנאטישע איסלאם און כמעט גארנישט אויף די אקופאציע. עס דינט נאר פאר א תירוץ און פאר סופפארט פון די וועלט.
די אלע מלחמות און זיך שלאגן מיט די אראבער עד היום הזה, איז דאך בבירור א פאליטישע געפעכט. איז עס נישט סעלף-עווידענט?
חדשים #
א נייע חידוש. מען טאר שוין נישט בעטן א לאנד אויך נישט? זיצט א גרויסע פאלק מיט א אייגענע טראדיציע און קולטור צווישן די אראבער, און אנטשאט זיי געבן א אייגענע אטאנאמיע זענען זיי געווארן צעטיילט צווישן סיריע, איראק, טערקיי און איראן. אלעס איז מער ווייניגער נייע לענדער פארוואס קומט זיך זיי נישט. משא”כ פאלעסטינע טענה’ט אז עס איז זייערס ווען איך טענה אז איך האב עס געהאט פארדעם.
מיין טענה איז, פארוואס איז אמעריקא נישט געקומען העלפן די קורדן? ווייל זיי העלפן א לאנד, נישט קיין עטנישע גרופע. און די קורדן ווייסן אויך דאס וואס איך שרייב אז נאר ווען דו ביזט א לאנד גייט מען דיר העלפן און וועגן דעם ווילן זיי דאס.
איך האב נישט גענומען א שטעלע לגבי די קורדס׳ טענה. קען זיין זיי זענען גערעכט. איך זאג נאר אז זיי זענען אַן עטנישע גרופע מיט א פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים, לעומת די קאַוּנטערפעקטשועל וואס אונז רעדן מיט דא ווען אידן זענען ווען נישט אזוי. און די מציאות איז אז דאס איז וואס ברענגט זיי רדיפות (אפילו טאמער זיי זענען למעשה גערעכט). ולכן איז די דמיון נישט אין פלאץ.

איך האב טאקע געשריבן אז מ׳קען מחלק זיין ווען ״ס׳געלונגט״ פאר אַן עטנישע גרופע וואס מאכט א פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים, און אַן עטנישע גרופע וואס מאכט א פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים פאר וועמען עס ״געלונגט״ נישט. אבער דאס איז נאך אלס נישט דומה צום קאַוּנטערפעקטשועל ווען אונז זענען ווען אַן עטנישע גרופע וואס מאכט ווען בכלל נישט קיין פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים; אזוי ווי די ציגיינער.
חדשים #
אודאי. ווער פונקטלעך גייט זיי העלפן ווען איינער גייט זיי וועלן הרג’נן.

און נאכאמאל הקמת המדינה האט אויסגעפעלט זיך צו באשיצן פון היטלער וכאמאס ודומיהן. וואס פארדעם פעלט אויס א מדינה.
אט דאס זאג איך: ס׳איז יצא שכרו בהפסידו, ווייל ווי מ׳זעהט ביי די ציגיינער ״וויל״ מען זיי טאקע נישט הרג׳ענען כהיום. משא״כ ווען זיי מאכן ערגעץ א פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים (ואפילו מיט רעכט) קעגן אַן אינדידזשינאס פאלק וואס איז שוין דארט. און דאס זאג איך: א גרויס חלק פארוואס ״מ׳וויל״ אונז רח״ל הרג׳ענען, און עס זענען ארויסגעוואקסן נאך ״היטלערס״, איז ווייל אונז האבן געמאכט א פאליטישע נאציאנאליסטישע קלעים (וואס איז געלונגען).
ברוך שפינוזה #
יא, די חילוק איז נאר אז האבן אן אייגענעם לאנד איז א שטיקל סתירה מיט א טייל פון די אידישע סטיריאוטייפס וואס האבן גורם געוועהן שנאת ישראל to begin with 😉
קען זיין. אבער עס איז גענוג אז די טייל וואס איז נישט קיין סתירה דערצו, האט דאס געגעבן א קאנקריט סעיליענט מקום וואו די שנאה זאל חל זיין און דאס געמאכט פי כמה שטערקער, וואס וואלט ווען (ווייט) נישט געווען בלא זה.

און דאס איז אפילו עפ״י דיין מאדעל דערין.

חדשים » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:24 pm

· #537741
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
שרייבסט נאכאמאל איבער די זעלבע טעאריע וועגן א אייגענע פאלעסטינע לאנד, ווען דו בארירסט נישט אז מען האנדעלט דא מיט רוצחים וואס מיט עזה האבן זיי שוין אנגעמעסט.

פון וועלכע מלחמות רעדסטו וואס איז בבירור א פאליטישע געפעכט?

נו אודאי, ווען דו לאזט דיר אונטערדרוקן אונטער א צווייטע לאנד און דו טאנצט מיט מיט אלע קאפריזן, ביזטו אקעי. לאמיר זען אז די ציגיינער זאלן וועלן טון זאכן אנדערש ווי די לאנד ווי זיי וואוינען, לאמיד זען ווער עס וועט זיך אננעמען פאר זיי. ווען די איד איז גרייט זיך צו טויפן צו כאמאס און אננעמען פאנאטיק איסלאם קען ער עס מסתם אויך דורכלעבן.

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:35 pm

· #537742
חדשים #
שרייבסט נאכאמאל איבער די זעלבע טעאריע וועגן א אייגענע פאלעסטינע לאנד, ווען דו בארירסט נישט אז מען האנדעלט דא מיט רוצחים וואס מיט עזה האבן זיי שוין אנגעמעסט.
איז דען נישט די איראנער רעזשים אויך פאנאטישע רוצחים, און אנערקענען פונקט אזוי אויך נישט אין דאס רעכט פון מדינת ישראל צו עקזיסטירן? איז פארוואס אטאקירן זיי נישט בפירוש? ווייל זיי האבן א לאנד מיט סעלף-דיטערמענעישאן און האבן וואס צו פארלירן. משא״כ ביי די פאלעסטינער אין עזה.

איך זאג נישט אז אויב האבן זיי אַן אייגענע מדינה נעבן מדינת ישראל וועלן זיי נישט זיין קיין וויסטע שונאים להמדינה ולישראל. אבער די סארט געוואלדטאטן וועלן לכאורה נישט זיין, פשוט מהאי טעמא.
חדשים #
פון וועלכע מלחמות רעדסטו וואס איז בבירור א פאליטישע געפעכט?
די פארמאלע מלחמות מיט די אראבישע מדינות ביז 1973, און די כסדר׳דיגע אינטיפאַדאַס און אומרוען מיט די פאלעסטינער.
חדשים #
נו אודאי, ווען דו לאזט דיר אונטערדרוקן אונטער א צווייטע לאנד און דו טאנצט מיט מיט אלע קאפריזן, ביזטו אקעי. לאמיר זען אז די ציגיינער זאלן וועלן טון זאכן אנדערש ווי די לאנד ווי זיי וואוינען, לאמיד זען ווער עס וועט זיך אננעמען פאר זיי. ווען די איד איז גרייט זיך צו טויפן צו כאמאס און אננעמען פאנאטיק איסלאם קען ער עס מסתם אויך דורכלעבן.
די קאַוּנטערפעקטשועל איז ווען דער איד פירט זיך במדינות ווי די ציגיינער אין זייערע: מיט זייער קולטור וכל המסתעף (אָן זיך דארפן טויפן וכדומה). כעין ווי חסידים מיט זייער קולטור, וואס איז לכאורה די מערסטע מאדנע און אנדערש פון וואס עס איז פארהאן אינעם אידישן קולטור, בעיני העמים שסביבותיהם. וואס נאך דארפן זיי ווילן טוהן? מ׳רעדט דאך דא ווען מ׳מאכט נישט קיין נאציאנאליסטישע פאליטישע קלעים, און מ׳איז פשוט אַן עטניק קולטור בתוכם. ציגיינער ווערן אונטערדרוקט כהיום?

חדשים » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:45 pm

· #537743
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
די פאלעסטינער האבן טאקע נישט קיין לאנד אבער א טעריטאריע וואס זיי פארלירן וועגן זייערע אקטן. און צווייטנס, איראן איז נישט ראדיקאל ווי כאמאס. (האסט געליינט וואס כ’האב צוגעצייכענט?) האסט א שיינע טעאריע אבער לפי דעתי איז עס א סכנה עס אויסצופראבירן מיט די רוצחים. דו וואלסט עס אויספראבירט אויף אייסיס? איך נישט.

וועלכע פארמאלע מלחמה? וועלכע אינטיפאדא? עס איז לא הרי זה כהרי זה. יעדע איינס האט זיין היסטארי אונטער זיך.

כאמאס וואלט געהארגעט די ציגיינער אויכעט אזויווי אייסיס האט געהארגעט. דער איד וואלט נישט געקענט בלייבן מיט זיין קולטור אין א כאמאס/אייסיס לאנד.

ברוך שפינוזה » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:54 pm

· #537744
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
היינט איז שוין די גאנצע מערב וועלט איין גרויסע טשולענט טאפ פון מינאריטעטן איז די גאנצע אידן/ציגיינער ענין שוין נישט נוגע, ס'נאר נוגע געוועהן ווען אייראפע איז געוועהן מער ווייניגער קריסטן און די אידן און ציגיינער האבן זיך ארויסגעשטעקט ווי א sore thumb, און ביי די אידן איז די שנאה געבליבן ווייל זיי האלטן זיך נאך צוזאמען. ווען אידן וואקסן ארויס אלץ א גרופע אינעם צוואנציגסטן יארהונדערט וואלט זיי לכאורה קיינער נישט פיינט געהאט טראץ זייערע shortcomings.

חדשים » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:54 pm

· #537745
Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד
ברוך שפינוזה #
א. אינטערעסאנט ווי אן אומשולדיגע evangelical רמב"ן איבער פאלעסטינע איז פארוואנדעלט געווארן אין א וויכוח איבער מדינת ישראל, זעהט אויס אז די צוויי האבן א שייכות, כשזה קם זה נופל...

ב. קיינער האט נישט פיינט קיין אידן בלויז דערפאר וואס די ישראלישע מיליטער הארגעט אויס פאלעסטינער, קיינער האט נישט פיינט כינעזער ווייל די כינעזע רעגירונג מארדעט אויס טיבעטן און מוסולמענער. קיינער האט נישט פיינט קיין סירישע אראבער ווייל די סירישע רעגירונג האלט אין איין אויסמארדן מאסן מענטשן דורך כעמישע וואפן, קיינער האט נישט פיינט קיין נארד-קארעער ווייל זייער פרעזידענט איז א בהמה, קיינער האט נישט פיינט די איראנער ווייל זייער רעגירונג מארדעט אויס אטדס, און קיינער האט נישט פיינט קיין רוסן ווייל פוטין האט אינוואדירט אוקראינע. מ'דארף נישט קיין נטרונא מיט נטורי קרתא דאס מסביר צו זיין, די וואס פארשטייען עס נישט אליין וועלן די אלע הסברים נאר אויפטוהן דאס פארקערטע ווייל יעצט וועלן זיי שוין האבן נאך א סיבה פיינט צו האבן אידן, אמער, זיי פאלגן נישט זייער אייגענע scripture.
כידוע, די רמב”ן האט דאך שטארק געבלוטיגט פאר די חורבן אין ארץ ישראל...

מי אני » דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:17 pm

· #537746
חדשים #
די פאלעסטינער האבן טאקע נישט קיין לאנד אבער א טעריטאריע וואס זיי פארלירן וועגן זייערע אקטן. און צווייטנס, איראן איז נישט ראדיקאל ווי כאמאס. (האסט געליינט וואס כ’האב צוגעצייכענט?) האסט א שיינע טעאריע אבער לפי דעתי איז עס א סכנה עס אויסצופראבירן מיט די רוצחים. דו וואלסט עס אויספראבירט אויף אייסיס? איך נישט.
ווי כ'האב צוגעצייכענט, זענען טאקע דא איסלאמישע טעראר גרופעס ווי אייסיס און אל-קאידא, וואס זענען נישט אָנגעוואנדן אין דייקא א פאליטישע ציהל - זיי זענען ראדיקאל ברעליגיע לשם ראדיקאל. איך גלייב אבער אז כאמאס, זייענדיג מקושר און האבענדיג ארויסגעוואקסן פון א ריין פאליטישע ציהל, איז מער דומה צו די איראנער רעזשים (און די טאליבאן), ווי איידער אייסיס וואס האט נישט קיין געהעריגע קשר צו א פאליטישע נאציאנאליסטישע שטרעבונג. אין אנדערע ווערטער, איך גלייב אז די שטיצע חאמאס האט ביים פאלעסטינער פאלק, איז (מער) מכח די פאליטישע ציהל, ווי איידער די איסלאמישע ראדיקאליזם (אפגעזעהן פון די רעטאריק). ולכאורה הראיה לזה איז אז אפילו זיי זענען דאך געווען עטוואס גענויגט אָנצונעמען דעם אראבישן שלום אינישעטיוו.
חדשים #
וועלכע פארמאלע מלחמה? וועלכע אינטיפאדא? עס איז לא הרי זה כהרי זה. יעדע איינס האט זיין היסטארי אונטער זיך.
אבער איך גלייב אז הצד השוה שבהן איז אז זיי זענען אלע געווען בבירור פאליטישע געפעכטן.
חדשים #
כאמאס וואלט געהארגעט די ציגיינער אויכעט אזויווי אייסיס האט געהארגעט. דער איד וואלט נישט געקענט בלייבן מיט זיין קולטור אין א כאמאס/אייסיס לאנד.
חוץ מזה אז ס'איז יתכן אז טאמער וואלטן די פאלעסטינער שוין געהאט אַן אייגן לאנד (אין די מ' יארן), וואלט חאמאס קיינמאל נישט דארט ארויסגעוואקסן וככל הנ"ל (עס וואלט לכאורה געווען מער דומה צו ירדן, אדער א"י 150-200 יאר צוריק), איז די רעדע נישט דא פון דוקא וואוינען אונטער זיי וואו זיי רעגירן בא"י. די רעדע איז סיי אז דאס אז זיי האבן אַן אייגן לאנד נעבן/אין א"י, פארזיכערט מער פון געוואלדטאטן די חלק פון א"י וואס איז יא אונטער די בעלות פון אידן. ווי אויך אז ווען זיי האבן ווען (מעיקרא) דאס לאנד, וואלט שנאת ישראל בכל העולם געווען אסאך אסאך שוואכער.
בלאט: 1 2