דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #10020
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10020
בלאט: 1 2
וואונדערבאר!
wow, די ענד איז נאך מער פון אלעם די שמוני נוטרה הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי, איז שארפער פון אלעס.
Very well written, but what can you expect, unfortunately ignorance will always prevail
יישר כח ויעשר כחך
האסט מיר אפגעשטעלט מיין מח פאר איין מנוט פון טראכטן די אלטע וועג
האסט מיר אפגעשטעלט מיין מח פאר איין מנוט פון טראכטן די אלטע וועג
רבות ארטיקלען כתבת על השטיבל, ואת עלית על כולנה!
דער ארטיקל רייסט שטיקער!!
נאדיר צוויי ברוינע 👍 👍 אלס א טאוקען אף אפרישיעשאן.
דער ארטיקל רייסט שטיקער!!
נאדיר צוויי ברוינע 👍 👍 אלס א טאוקען אף אפרישיעשאן.
הערליך הערליך שיין! יישר כח, שש!
איך וואלט צעטיילט די נושא אויף צוויי. דער חלק פון אונטערקויפן דעם אייבערשטן מיט גרינגע זאך, איז נישט אזא שלעכטע זאך. דער אייבערשטער וויל סך הכל אז מען זאל היטן די תרי"ג מצות, ער איז נישט דוקא אויסן אז דער מענטש זאל זיך צוברעכן דעם גוף און נישט הנאה האבן אויף דער וועלט. אויב איינער עסט אום שבת שלא להנאת גופו, ער האט נישט קיין הנאה פון די עסן, דאן האט ער לכאורה נישט יוצא געווען די מצוה פון עונג שבת.
דאס נוצן אבער דעם אייבערשטן פאר א קרדום צו האקן יענעמ'ס קאפ, דאס טויג שוין נישט.

דעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מער-ווייניגער ווי די 'משכילים' און נישט ווי אונז חרדים.
מיט וואס האבן זיי געפירט א לעבן ווי משכילים? ווייל זיי האבן חולק געווען אויף חז"ל אין געוויסע אגדות הש"ס?
הרב שש, איך גלייך גראדע אסאך מאל דיינע ווערק, אבער דאס איז ממש שלא בדרא. אזוי שטותים צו בראקן דארף מען קענען.

צעשמעטערט מיין לייק באטן.
אלע דיינע ארטיקלען זענען די בעסטע און דאס איז די בעסטע פון די בעסטע.
אלע דיינע ארטיקלען זענען די בעסטע און דאס איז די בעסטע פון די בעסטע.
דער אנאנים איז impossible
גראדע האב אויך געוואלט אויף דעם מעיר זיין שש, זאלסט אביסל מער מרחיב בדיבור זיין. את"ל אז זיי זענען געווען משכילים, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש געווען פון די עכטע משכילים? דיין חבר האט פארט עפעס געזאגט, נאר די פראבלעם איז געווען אז ער איז נישט געווען גרייט פאר אן ענטפער. די רעאליטעט איז אז עס איז גארנישט געבליבן פון די אלע משכילים, דאן וויאזוי פונאדערשייד מען זיי פון די אונזערע גרויסע מענטשן ווי דער רמב"ם?
זוכערדעם רמב"ם, ראב"ע, רד"ק, רלב"ג, רבי יהודה הלוי, רבי חסדאי אבן שפרוט, דער רס"ג, רבי שמואל הנגיד, וכו' וכו' וכו', וואס האבן עמטליך געפירט א לעבן מער-ווייניגער ווי די 'משכילים' און נישט ווי אונז חרדים.
מיט וואס האבן זיי געפירט א לעבן ווי משכילים? ווייל זיי האבן חולק געווען אויף חז"ל אין געוויסע אגדות הש"ס?
הרב שש, איך גלייך גראדע אסאך מאל דיינע ווערק, אבער דאס איז ממש שלא בדרא. אזוי שטותים צו בראקן דארף מען קענען.
גראדע האב אויך געוואלט אויף דעם מעיר זיין שש, זאלסט אביסל מער מרחיב בדיבור זיין. את"ל אז זיי זענען געווען משכילים, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש געווען פון די עכטע משכילים? דיין חבר האט פארט עפעס געזאגט, נאר די פראבלעם איז געווען אז ער איז נישט געווען גרייט פאר אן ענטפער. די רעאליטעט איז אז עס איז גארנישט געבליבן פון די אלע משכילים, דאן וויאזוי פונאדערשייד מען זיי פון די אונזערע גרויסע מענטשן ווי דער רמב"ם?
האסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: ״אדער א מצוה אדער אן עבירה״, נישטא עפעס אינמיטן. וואס ווילסטו מיר זאגן אז די משכילים זענען געווען האלבע גויים? אידן מיט א טוויסט? לייט אידן? האלב רעפארמירט און האלב אידיש? מטרת יהודי איז צו ווערן נענטער צו ג-ט. סייוואס א מענטש זאל נאר טון אדער עוסק זיין, אויב ברענגט אים עס נענטער צו השם ותורתו, זאל ער דאס טון. אפילו די משכילים זענען געווען סיני ועוקרים הרים, אויב אבער זענען זיי מרוחק געווארן פון ג-ט איז דאס גארנישט ווערד. העסטו וועלן פרעגן פון וואנעט איך ווייס אויב זיי זענען מרוחק אדער מקורב, דאן קוק אויף זייערע אלע קינדער, עס איז פון זיי גארנישט געבליבן.
זעט אויס אז דער רמב״ם האט געקענט איבערקומען זיין לב, און ער האט פארברענט די השכלה, טראץ ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה והשכלה. ווידעראום די משכילים זענען פארברענט געווארן פון זייער השכלה.
זעט אויס אז דער רמב״ם האט געקענט איבערקומען זיין לב, און ער האט פארברענט די השכלה, טראץ ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה והשכלה. ווידעראום די משכילים זענען פארברענט געווארן פון זייער השכלה.
אייזענע ארטיקל @אנאנים!
ווען די האסט צייט, זיי אביסעל מער מאריך איבער די "רבי'נס שיטה", וועלכע סברא פארשטייסטו נישט, און ביי וועלכע קשיא האט יענער געמוזט ארויס נעמען זיין joker...
איך האלט אין איין הערן די זעלבע ניגון פון די סאטמורים "ס'נאר דא איין ספר להלכה איבער'ן גיין אין בחירות, דער ויואל משה, און קיינער האט עס נאך נישט מצליח געווען צו אפפרעגען"
כדרכך בקודש, אפשר קומט עס נישט אריין אלס תגובה, נאר אלס פרישע אשכול.
כי אם לשמוע את דבר ה'.

ווי איך האב געשריבען אינ'ם אנדער'ן אשכול, השכלה מיינט נישט מדע און ס'מיינט נישט קאלטקייט צו אידישקייט. ס'מיינט אנדערע ערכים ווי נאר וואס שטייט אין תורה. דער חובת הלבבות רופט עס אן 'צו השכל'. מיר זענען צוגעוואוינט אז ס'איז נישט דא קיין מדות צו מאראלען אחוץ וואס שטייט אין תורה. משכילים האבען אנדעריש געטראכט, אריינברענגענדיג געוויסע מענטשליכע געפילען און תיקון העולם וכו'. איך וואלט געזאגט אז בעלי מוסר מיט חסידים זענען ביידע ענדליך צו משכילים אין דער הינזיכט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
כמובן יעדער זעט השכלה לויט וויאזוי ער וויל / איז אויף געצויגן געווארן. א ליטוואק וואס ווייסט אז ס'איז דא נאר תורה תורה תורה איז א משכיל איינער וואס וויל קענען עפעס אנדערש אויך; ביי א חסיד'ישער איז א משכיל ווער עס גלייבט נישט אז די צדיקים האבן רוה"ק.
א קלאסישע ששמשזר שטיקעל.
שש סאיז מורא'דיג! ממש נישט דא קיין ווערטער, ווי שיין די האסט עס אויסגעשמועסט,
און @אנאנים, ווי איך זע, האסטו נישט געזעהן די נאמען פונעם אשכול "הערטס אויף צו נוצן דעם joker"
און @אנאנים, ווי איך זע, האסטו נישט געזעהן די נאמען פונעם אשכול "הערטס אויף צו נוצן דעם joker"
דער רונדיגער חשבון איז מורא'דיג. נאר דער רבי האט מברר געווען דעת תורתו אין א תשובה. איי, ס'איז דא שטארקע קשיא'ס אויף איהם? וויבאלד כל רז לא אניס ליה, מוז זיין ער איז גערעכט אפילו אן צו שרייבען דער תירוץ. נו אויב אזוי איז ער פונקט ווי זיין קעגענער. דער חזו"א איז עפעס ווייניגער כל רז לא אניס ליה?
סתם אזוי קען מען וויסען. ווען א חסיד זאגט אויף זיין רבי פיתום ורעמסס, מיינט עס נישט קיין געוואלדיגע הכנעה צו זיין רבי. ס'איז א זעלבסט אויסרימונג. 'מיין' רבי איז כל רז לא אניס ליה, 'מיין' רבי קען זינגען איינץ אין דער וועלט, ביז איינער וועט קומען און זאגען 'מיין' רבי איז משיח. ס'האט מיט וויפיל ישות א מענטש האט, אזויפיל וועט ער מגזם זיין אויף זיין רבי. ער רעדט כאילו פון הכנעה און דערווייל איז עס די גרעסטע ישות.

הערסט א מעשה שש לויפט ארום פון איין שול צום צווייטען פארקויפן זיינע מעכטיגע השקפות אזעלעכע יסודות אין יודישקייט ענינים וואס יעדער איז שוין מער ווייניגער פעסט ביי זיך שוין יארן לאנג און ווען מען לייקט אים נישט דארטן אין די ריעל ווארלד נעמט ער זיך שרייען דשאוקער... אפשר גיי פארקויף אביסל קלענערע סחורה למשל טראמפ בוש אמשינאוו וכדומה וועט מען דיך אויפנעמן ווארעם. עניוועי איי פיל בעד פאר יו. חחח
אקוראט ארויס געברענגט די טענה פון ר' שש. אנשטאט'ס רעדן צו דער זאך, איז דיין טענה מער ווייניגער אז יעדער איז שוין פעסט ביי זיך און ממילא זאל ער שווייגען.
You are either part of the problem or part of the solution
You are either part of the problem or part of the solution
[ציטאט אראפגענומען]
ביטע ברענג ארויס די נקודה, פאר די שוואכע קעפ...
אוי שש, האסט מיך דערווארגן מיט דער מעשה, משיקט מיך יעצט צום אונגארישערס גן עדן.
גאר געוואלדיג, שש.
[ציטאט אראפגענומען]
ונבנתה העירדער צמח צדק (דרך מצותיך, איסור לא תבערו אש) שרייבט:... ע"ד דוגמא מאשר אנו רואים למטה שיש בנ"א שעיקר חיותם הוא כשפועלים דין בבנ"א, כנראה בחוש כאשר יקרה לבנ"א הללו אנשים עוברי עבירה תיכף מתחמם לבבם ויתמלאו חימה וכעס להענישם ולהכותם מכות אכזרי ורציחה ממש ובפועל ידם דוקא, ולא ינוחו ולא ישקטו עד עשות בהם פעולה הרעה בתכלית, והיינו מצד שטבעם רע בעצם, ע"כ זאת הרעה שיפעלו בבנ"א תחי' אותם חיות וקיום נצחי, ובלעדו אין להם חיות כלל, ובבוא לידם פעולת הרציחה כאילו מתחדש נפשם מצד שזה חיותם. והנה הגם שילבישו הדבר לש"ש על שעבר עבירה אין זה אמת כלל ...
שש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי
#google_is_your_friend
זוך אויף. דער אמאליגע ווארט איז ווארשט ובלע"ז wurst
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זוך אויף. דער אמאליגע ווארט איז ווארשט ובלע"ז wurst
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
קאמאן, נוץ דיין JOKER.....
שמעקעדיגשש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי
דו ביסט צריך בדיקה. דו ווייסט נישט די מעשה פון די רבי זכותו יגן עלינו מיט די סאלאמי פאבריק אינדערהיים נאך אין אורשיווא?
[ציטאט אראפגענומען]
@אנאנים איך וויל מוסף זיין א נקודה עמוקה אויף דעם. והנה, די קלארע אפטייטש פון 'בעולמך תראה בחייך' איז, אז א מענטש וואס וויל וויסן וויאזוי עס גייט אויסקוקען זיין עולם הבא, וואספארא מין סארט לעבן עס ווארט אים אפ, קען ער דאס פונקטליך זען 'בחייך'. וויאזוי זיין לעבן זעט איצטעט אויס, אט אזוי גייט זיין קומענדע וועלט אויסזען! אלע זיינע ידיעות און אבסעסיעס פון די וועלט גייט מיטגיין מיט אים אויף יענע וועלט... ובכן וויל איך צוקומען צו מיין נקודה. כסדר מיטשעט מיך די פראגע, מיט וועם איך גיי און איך וועל וועלן פארברענגן אויף יענע וועלט? יעצט לאמיר אפלאזן מיך, און רעדן פון צוויי סארט מענטשן. דער ערשטער מענטש איז א רע מזל, און ער טוט גארנישט אויף אויף די וועלט, זיינע אלע ידיעות און עסקים זענען אין סאלאמי און האלאוואד. און ער ווייסט טאקע נישט פון עפעס בעסערס און העכערס. סא מיט וועם וואלט דער מענטש געוואלט פארברענגן אויף יענע וועלט, מיט זיינס גלייכן? אודאי נישט! ער ווייסט אז ער איז א Failure, און ער וועט לעכצען צו זיצן צווישן גדולים און חכמים און פרומערע אידן.
דער צווייטער מענטש איז א בר מזל און א בר שכל, און ער קלויבט אויס בכוונה זיך צו דרייען צווישן משכילים, ברייטע מענטשן, קילע מענטשן כהנה וכהנה, ער זוכט דירעקט נישט קיין 'פרומע צוקוועטשטע אידן'. סא מיט וועם וויל אזא מענטש זיצן אויף יענע וועלט, מיט די אידן וועם ער האט פיינט געהאט און געהאסט? אדער מיט די מענטשן 'זיינס גלייכן', מיט די מענטשן מיט וועם ער האט געגליכן צו פארברענגן? עמיצער וואס האט deliberately געפילעוועט אין א סארט מהלך דורכאויס זיין לעבן, און ער האט פארברענגט זיין לעבן מיט געוויסע סארט מענטשן, פארוואס זאל ער פלוצלינג וועלן לעכצן צו זיצן נעבן מענטשן וואס זענען נישט זיינס גלייכן?
[אפשר וועט א מענטש ארויף קומען אויף יענע וועלט און זען אז ער האט געלעבט אין א טעות, און עכט זענען די מענטשן וועם ער האט געהאסט יא די 'בני עליה', ווער ווייסט.. אלעס איז בתורת די ערווענטע ליבאוויטשער משל. ווער וועט וועלן גיין וואו...]

נהורא נפישאVery well written, but what can you expect, unfortunately ignorance will always prevail
N.N.: Will you be kind enough to translate your signature quote into the vernacular...?... 🙄
אנאנים: ייש"כ. דו האסט דא באוויזן צו פסיכאנאליזירן דעם מענטשליכן מהות אויף דעם שענסטן און וואונדערליכסטן אופן. און אלס א באנוס האסטו ארייגעווארפן א הערליך שטיקל פאעטרי צום סוף...דאס געט באמת א רוחניות'דיגע הנאה...!
שמעקעדיגשש דיין מעשה איז צריך בדיקה אחריו ווייל כ'מיין אין יענע קאמוניסטישע צייטן איז נאך נישט געווען צו באקומען קיין סאלאמי
שמעקעדיג: פאר די כולל יונגעלייט וועלכע פאקן איין ביזת הים איז גענוג גוט א 3-4 פארציעס טשיקן מיט פארפל און א האלבע טאץ פאטעיטא קוגל אויך. מ'נעמט נאך אהיים פאר די בני בית אויכעט... 😂 🙄
פרייוויליגהאסט שוין אמאל געהערט דעם אויסדריק: ״אדער א מצוה אדער אן עבירה״, נישטא עפעס אינמיטן. וואס ווילסטו מיר זאגן אז די משכילים זענען געווען האלבע גויים? אידן מיט א טוויסט? לייט אידן? האלב רעפארמירט און האלב אידיש? מטרת יהודי איז צו ווערן נענטער צו ג-ט. סייוואס א מענטש זאל נאר טון אדער עוסק זיין, אויב ברענגט אים עס נענטער צו השם ותורתו, זאל ער דאס טון. אפילו די משכילים זענען געווען סיני ועוקרים הרים, אויב אבער זענען זיי מרוחק געווארן פון ג-ט איז דאס גארנישט ווערד. העסטו וועלן פרעגן פון וואנעט איך ווייס אויב זיי זענען מרוחק אדער מקורב, דאן קוק אויף זייערע אלע קינדער, עס איז פון זיי גארנישט געבליבן.
זעט אויס אז דער רמב״ם האט געקענט איבערקומען זיין לב, און ער האט פארברענט די השכלה, טראץ ער איז געווען א בקי בכל מכמני תורה והשכלה. ווידעראום די משכילים זענען פארברענט געווארן פון זייער השכלה.
מאדאם פרייוויליג: זי האבן צוגעטראפן איין זאץ פאן דען תלמוד. זאנדער'ן אין טאלמוד שטעהט דאך דאס פאלגענדע...: אי יראת ה' היא אוצרו אין. ואם לאו יראת הוי"ה הוא אוצרו, אפילו יש בידו מצוות ומעש"ט יורד לגיהנם"...ס'איזט גענצליך מעגליך דאס איך האבבע דאס זעלבסט פאבריצירט...וערענד. וואס ווייסט דעם איינער פורמאן...!
אוי. כ'האב פארגעסן. כ'האב געמיינט אז איך שרייב דא א תגובה צו דען העררן בן נריה... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים: כמאמר החכם. הרה"ק מראפשיץ. אז ס'דא מצוות וואס ער וויל נישט. און ס'דא עבירות וואס ער וויל זייער שטארק. אמאל זאגט איינער אז ס'איז א מצווה יענעם צו רודפ'ן עד חורמה. אזא מצווה וויל ער נישט. און אמאל איז פארהאן אז איינער גייט נאך געלט אדער בעט אן הלוואה איז דא ווער ס'זאגט אז ס'איז אן עבירה יענעם צו געבן אפילו א פרוטה. אזאלכע עבירות זוכט ער זייער שטארק...!
דרך אגב, ראיתי פעם באיזה ספר על מה שכתוב בשולחן ערוך על מי שמשוחח בשעת התפילה שגוערין בו ובאמת היא פליאה עצומה שהוא כנגד הלכה מפורשת שאסור להוכיח באופן שיתבייש העובר עבירה, ואין לומר שמדובר במי שעובר בשאט נפש, דאטו ברשיעי עסקינן, ובאמת מן המפורסם שזו מן העבירות שאדם דש בעקביו, אלא שהלשון " וגוערין בו" אין הכוונה שמותר להוכיח אותו ברבים באופן שיתבייש חס מלהזכיר שזו מצוה הבא בעבירה של הוכיח תוכח את עמיתך ולא תשא עליו חטא, אלא הלשון וגוערין בו הוא לשון שמוזכר כמה פעמים בפסוקים והכוונה להדגיש שמוכרחים להוכיח אותו ולא להשתמט באמתלא שזה ממילא מהדברים שאדם דש בעקביו אלא עכ"ז מצוה להוכיח אותו הוכח תוכיח אפילו מאה פעמים, ונכון הוא.
עס שטייט אויך נישט וחייב לגעור בו
יהושע חייםעס שטייט אויך נישט וחייב לגעור בו
ס'איז דא א קבלה פונעם צאנזער (זיידע) אז ווי אימער ס'שטייט חייב מיינט דאס עד כדי מסירת נפש, זעהט אויס אז וגוערין איז נישט פון די זאכן וואס זענען ביהרג ועל יעבור.
קודם מזל טוב פאר נהורא אז ער האט שוין צוריק זיין אידישן קיבארד. והשנית וואלט איך געוואלט וויסן אין וועלכע ספר דאס שטייט.
ס'שטייט אין מיין ספר, איז עס דען נישט א סברא ישרה?
זיכער איז עס ישרה, אבער כ'וויל עס צייגן פאר דעם איד וואס שרייעט ביי אונז יעדן טאג אין סמעדרעש!
וועל, דער מחבר פון יענע ספר האט קענטיג נישט גענומען אין באטראכט דעם שיטת הרמב"ם וכמה פוסקים אחריו (בלי חולק - מפורסם - להדיא) אז בין אדם למקום מעג מען - און מען דארף אפשר - מוכיח זיין ברבים, און עס גייט נישט אן ביי דעם דער ולא תשא עליו חטא.
(מיר פערזענליך איז עס זייער שווער, און לכאורה קעגן כמה גמרות, און די ראיה - פון די נביאים וואס האבן ברבים מוכיח געווען כלל ישראל - איז לכאורה זייער א שווערע ראיה מחמת כמה טעמים, אבער אזוי האלט דער רמב"ם).

ווען א מענטש איז אין מיט'ן אן עבירה, טוט מען וואס מ'קען איהם אפצושטעלען, אפילו עד כדי גערה. דאס נישט מבייש זיין גייט אויף שפעטער ווען מ'וויל איהם מוסר געבען.
סתם אזוי, ווען ער קומט שטערען דער בית המדרש און שטערען יענעמ'ס דאווענען, האסטו יעדער רעכט אנצושרייען. לדאבוננו האבען מיר נישט די תורה'דיגע פארשטאנד וואס מיינט עס חזרת הש"ץ און מ'איז צוגעוואוינט אז דער בעל תפלה לויפט בשעת אז מיר טוישען תפלין'ס. ווען מ'וואלט זיך געפיהרט כפי דער תורה'דיגע בליק, אויסהערען חזרת הש"ץ כאילו מ'איז יעצט יוצא שמו"ע און מ'דאווענט צום באשעפער, וואלט מען פארשטאנען דער עוולה פון דער וואס רעדט אויס אין מיט'ן. און אפשר קען טאקע נאר אזא איינער אנשרייען. דער וואס פארשטייט עס נישט זאגט מען טול קורה מבין עיניך, אפילו ווען ער איז שטיל.

ליטוואק פון בודאפעסטדער רונדיגער חשבון איז מורא'דיג. נאר דער רבי האט מברר געווען דעת תורתו אין א תשובה. איי, ס'איז דא שטארקע קשיא'ס אויף איהם? וויבאלד כל רז לא אניס ליה, מוז זיין ער איז גערעכט אפילו אן צו שרייבען דער תירוץ. נו אויב אזוי איז ער פונקט ווי זיין קעגענער. דער חזו"א איז עפעס ווייניגער כל רז לא אניס ליה?
סתם אזוי קען מען וויסען. ווען א חסיד זאגט אויף זיין רבי פיתום ורעמסס, מיינט עס נישט קיין געוואלדיגע הכנעה צו זיין רבי. ס'איז א זעלבסט אויסרימונג. 'מיין' רבי איז כל רז לא אניס ליה, 'מיין' רבי קען זינגען איינץ אין דער וועלט, ביז איינער וועט קומען און זאגען 'מיין' רבי איז משיח. ס'האט מיט וויפיל ישות א מענטש האט, אזויפיל וועט ער מגזם זיין אויף זיין רבי. ער רעדט כאילו פון הכנעה און דערווייל איז עס די גרעסטע ישות.
איך בין נישט אויסגעקאכט אין די שיטה, און גלייבן אז דער רבי איז געווען כל רז לא אניס ליה איז נישט פון די 13 אני מאמינ'ס (הגם איך מיין אז זיין בקיאות אין תורה איז נישט מוטל בספק), אבער דאך איז עס אינטערסאנט אז ווען דער ויואל משה איז ארויסגעקומען, האט דער רבי געעפנט די טיר און געוואלט אז יעדער איינער וואס האט נאר א קושיא זאל מוחל זיין און עס קומען פארלייגן, און ער וויל דירעקט דעבאטירן מיט זיינע חולקים, און דאכצעך אז דעמאלטס זענען נישט ארויסגעקומען קיין ערנסטע תשובות אויפן ויואל משה, הגם ס'איז געווען א דור דעה און די טאפיק איז געווען א הייסע.
ידוע אז רבי יעקב קאמנעצקי ז"ל איז אריין צום רבין און אים מודיע געווען אז ער האט גטוישט זיין מיינונג און ס'האט זיך געלוינט ארויסצוגעבן דעם ספר ווי דער רבי שרייבט אין די הקדמה אז אויב וועט ער באווייזן איבערצודרייען כאטש איין מענטש האט זיך עס שוין געלוינט.
איך מיין נישט צוזאגן אז דער ויואל משה ווערט יעצט נבואת משה ואין לך רשות להרהר אחריה, אבער די אי תשובה פון די גרעסטע גדולים בימים ההם, איז א שטיקל הודאה צום רבינס שיטה, און ווייזט מער אויף א בוחר הרע במיעוטו צוגאנג, ווי איידער א לכתחילהדיגן מהלך. א מציאות וואס נישט קיין אנדערע ווי ר' שניאור קאטלער ז"ל האט מודה געווען בימים ההם.
צום עצם ארטיקל מוז איך זאגן אז ס'איז מאסיוו אראפגעלייגט, אבער איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט די אונטערליגענדע נקודה, איך פארשטיי אז זיין פארמאכט און נישט וועלן הערן אז ס'איז דא ראשונים און צדיקים וואס האבן געהאט דיעות וואס דו באטראכסט אלץ לינק איז נישט ריכטיג, ווייל דעמאלטס לייקענט מען פשוט די מציאות. אבער דאך איז דא אזא זאך ווי קבלה און מסורה און מ'פארלאזט זיך נישט אויפן אייגענעם שכל ווען ס'קומט צו ענינים יסודים, און אפי' לאגיש איז נאריש צו טראכטן אז דו שרייבערל האסט אנטדעקט אמעריקע און די גדולים פון פריער האבן דאס נישט געוואוסט, האלטסט טאקע אז דער צאנזער רב האט נישט געוואוסט וואס דער חתם סופר האט געהאלטן פונעם זוהר ? איך מיין ווער זענען אונז אריינצורעדן אין אזא נושא בכלל ? ס'איז זייער גוט פאר א שיינע היסטארישע שמועס, אבער דעטס אלל
האסט געבויט א הנחה אז יעדעם איז אנגעגאנגען דיין רבינ'ס שיטה און ספר און זיי זענען איהם שולדיגט א תירוץ. דער טשעבינער רב מיט דער חזו"א דארפען נישט זיך מאכען צוטוהן פון יעדער ספר וואס קומט ארויס, ובפרט אז די גאנצע גאנג דארט איז נישט הלכה'דיג. דער חזו"א האט שוין געשריבען אין זיין בריוו צו ר' אלחנן וואס ס'מיינט התחברות לרשעים און דער רבי דיינער האט עס קיינמאל נישט אפגעפרעגט.
און דיין ראיה פון ר שניאור קאטלער איז גוט פאר די אלע וואס רש"ק איז זייער העלד. אין לעיקוואוד האט מען איהם גאנץ אינדערערד
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
און דיין ראיה פון ר שניאור קאטלער איז גוט פאר די אלע וואס רש"ק איז זייער העלד. אין לעיקוואוד האט מען איהם גאנץ אינדערערד
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פון יעדן ספר נישט,
פון א ספר וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך איינער פון די גרעסטע גדולים בימים ההם ? לכאורה יא.
אקעי איך זעה אז אונזער חילוק קומט אראפ צו דעם, "ווי וויכטיג איז דער רבי געווען בימים ההם" ?
איך קען דיר נישט אפווענדן,

ביים חזו"א? ער האט דען געוואוסט ווער דער סאטמארער רב איז? דער סאטמארער איז איינמאל אריין צו איהם, וידוע וואס האט זיך דארט פאסירט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך בין נישט באקאנט מיט די מעשה מיטן חזון איש, אפשר לייגסטעס ארויף ? (אויב ס'באלאנגט נישט אין פאבליק, שיק אין אישי),
אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דא האט מען א לעיזער פאקוס אויפן חזון איש אדער טשעבינער רב.
וואס איך זאג בסך הכל איז, אז דער רבי איז נאך געווען גענוג גרויס און וויכטיג בימים ההם, אז איינער - כאטש איינער- אפי' א סעקאנד טיער ראש ישיבה-גדול זאל זיך נעמען די פאר מינוט און אפשרייבן א סיבה פארוואס ער איז נישט גערעכט. ובפרט ווען ער באשולדיגט אידן אין אפיקורסות! ער איז דאך נישט געווען עפעס אזא אויסגעשלאסענע לוזער וואס זיצט אין בעיסמענט און שרייבט וואנזיניגע תשובות,
איך בין נישט קיין היסטאריקער, און קען זיין אז מ'האט דעם רבין געהאט 'אינדערערד' אזוי ווי ר' שניאור קאטלער, (און אפשר ר' יעקב קאמענצקי אויך ? ער האט דאך אויך מודה געווען אז דער רבי איז גערעכט)
ס'איז אבער צו א עקסטרעמע הנחה איט דאזענט מעיק סענס!

ר' יעקב האט אלס גערעדט פריוואט און נישט אזוי צום ציבור, ממילא איז שווער צו געבען צופיל וויכט צו א מעשה'לע וואס מ'פארציילט. ער האט אפשר דורכ'ן שמועס עפעס נאכגעגעבען. בפרט אז ר' יעקב איז נישט דער בעל השיטה צו גייען אין בחירות, ער האט סך הכל געלאזט דער זאך צו גדולי החכמים בא"י וואס האבען קלאר איינגעזען פון ווי קומט די סכנה און פון ווי נישט.
דאס אליינס אז ער באשולדיגט זיי מיט אפיקורסות איז דער סבה נישט צו ענטפערען. ווען מ'רעדט אין לערנען, קען מען ענטפערען אין לערנען. אבער ווען מ'רעדט דער שפראך פון קנאות, האבען זיי קיין פליכט עפעס צו זאגען.
אדרבא, ווייז אויף ווען אין היסטאריא האט איינער געשריבען א יהרג ואל יעבור פסק און נישט געבויט אויף מער ווי ספרי אגדה. אויף אזעלכע תשובות דארף מען נאך ענטפערען? ובפרט אז דער עיקר נושא איז נישט צו מ'זאל מאכען א מדינה צו נישט, נאר צו מ'מעג זיי לאזען פיהרען אונזער לעבען אדער זאל מען גייען זיך צורעקשלאגען און פראבירען ארויסצוכאפען אונזער'ס פון זייער הענט. די נקודה האט ער ווייניג אנגערירט מיט עפעס זאכליך, און זיכער נישט הלכה'דיג. ר' בנימין מענדעלזון האט כידוע יא צוריק גע'ענטפערט אויף דעם, אבער שולדיג איז קיינער נישט.
סתם אזוי, איך ווייס נישט אז אויסער אינ'ם עדה חרדית, האט מען צופיל געהערט פונ'ם סאטמארער רב. מ'האט זיך נישט געוואנדען צו איהם מיט די גרויסע שאלות פון דערויסען פון די פלעצער ווי ער האט געשיקט געלט. ווייל אויף גרויסע טאוולעך שטייט 'מרא דארעא קדישא', מיינט נישט אז ס'האט דער מידנעסטע אחיזה מיט'ן אמת!

דעת תורה, ליטוואק פון בודאפעסט, ייש"כ פאר די הערות מחכימות אבער לעצם הענין די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז קאי וקיימא און דאס אז די לשון וגוערין בו איז נישט במשמע אז מ'דארף אויפצוהייבן דעם קול און אז פארשעמן יענעם איז א חלק פון די מצות תוכחה, דער לשון גערה אין דעם קאנטעקסט איז פשוט א מלה נרדפת צו תוכחה און עס ווערט גענוצט אסאך אין די פוסקים און דאס איז אזויווי דער לשון הפסוק ולץ לא שמע גערה וגו' טוב לשמוע גערת חכם, יעצט בנוגע צו מ'מעג אים מוכיח זיין על אף ער וועט מבוייש ווערן קען זיין לאפרושי מאיסורא מעג מען אבער ס'איז נישט בהכרח דאס וואס איז מועיל דא און דער עיקר אז דאס איז נישט די כוונה פון גוערים בו, און איבער די רמב"ם ברויך מען צו וויסן אויב דאס איז אויך לגבי איסורי דרבנן, און בכלל וואס א סארט פארלעצונג איז דאס א דאורייתא א דרבנן, אמת אז ס'שטייט עונשים חמורים אבער דאס איז ניט די קני מדה לגבי תוכחה, נאך אלעם גדול כבוד הבריות אז ביי א דרבנן ווי כלאים דרבנן דארף מען זיך נישט מתבייש זיין, ואכמ"ל.
דער צושטעל צו כלאים איז בכלל נישט דומה, ס'איז דא א חילוק פשוט צווישן איינער וואס טוט א עבירה און איינער וואס כאפט זיך פלוצלינג אין גאס אז ער האט אנגעטון בטעות כלאים, (און פערצופאל שטייט דאס ממש להדיא ארויס אין רא"ש דא ביי הל' כלאים, צו פארענטפערן די שיטת הרמב"ם מ'זאל אראפ רייסן כלאים פון יענעם).
לגוף טענתך וואסערע עבירה דאס איז לא אאריך כאן, ולסימנא בעלמא, אויף א איסור דאורייתא אדער דרבנן טרעפט מען נישט די לשונות.
לגוף טענתך וואסערע עבירה דאס איז לא אאריך כאן, ולסימנא בעלמא, אויף א איסור דאורייתא אדער דרבנן טרעפט מען נישט די לשונות.
די לשון וגוערין בו טרעפט מען אויף קלייניקע זאכן אויך
איך האב גראדע גערעדט וועגן די אלע אנדערע שארפע לשונות (כאטש כנראה האסטו נישט געכאפט מיין כוונה).
נאר מידי חפש"י בו איז טאקע אויסגעקומען אז וגוערין בו איז ממש די היפך ווי דער עולם מיינט, - כמעט - אלעמאל עס ווערט גענוצט איז עס אויף זאכן וואס מ'קען נישט אינפארסן, אבער מ'וויל עס דאך זייער שטארק (השקפה בלע"ז).