אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה
93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15090
אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה
די אשכול עפען איך אלץ א המשך פון די שמועס אויף א צווייטע אשכול ווי מ'איז דן אויפן טענות הכזרי, און מען וועט דא דן זיין פארוואס און אויב אידישקייט איז די ריכטיגע אמתע רעליגיע ע''פ חקירה,
איך מיין אז דאס וואס די תלמידי בעש''ט האבן געשטיפט אמונה פשיטה און גענויגט פון חקירה, איז בלויז נאך וואס זיי זענען צוגעקומען טאקע ע''י חקירה צום אמת, האבן זיי געהאלטן אז פאר פשוטי עם און פויערן, וואס ביי זיי ארבייט אמונה פשוטה, דאן איז א שאד זיך צו פארטושן די מח מיט קשיות, לאז זיי גלייבן און שוין,
אבער איינער וואס האט א העכערע איי קיו, און ביי אים ארבייט נישט די 'זיי א נאר און גלייב' סלאגאן, און בפרט איינער וואס האט שוין א קשיא, איז אודאי אויך געווען זייער מיינונג צו טון אין חקירה,
איז איך שטעל ארויף א דיסקלעימער, מען רעדט דא ריין חקירה, סאו אויב איז עס נישט פאר דיר, דאן ליינט טאקע נישט דא
איך וויל קלאר מאכן אז וואס איך שרייב דא איז בלויז לויט מיין פארשטאנד (וואס גייט טאקע נישט צו ווייט) און יעדער איז וועלקאם, און גאר געמוטיגט זיך צו דינגען און ארויפברענגען א צד שכנגד
מיין מסקנה איז טאקע נישט אז מען קען זיך איבערצייגן אויף זיכער אז אידישקייט איז ריכטיג, אבער פון אלע אפציעס אויפן טיש זעט עס אויס צו מיר צו זיין by far די בעסטע מהלך, וואס לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל
קודם לאמיר אנהויבן פון אנהויב, ווער זאגט אז עס איז בכלל דא א באשעפער אויפן וועלט? די אלגעמיינע סייענטיפישער מהלך וואס איז אנגענומען ביי די אקעדעמיקער איז טאקע, אז עס איז נישטא קיין ג-ט,
אבער צו דעם מיז מען פארענטפערן די שאלה פון ווער האט באשאפן די וועלט? וויאזוי איז פון גארנישט (מליאנען יאר צירוק פאר די וועלט איז דא געווען) געווארן אזא שיינע וועלט מיט אלע איינצעלהייטן וואס איז דא אין זיך?
איז וואס די עטעאיסטן האלטן איז די מהלך פון עוועלושן און עס איז בערך ווי פאלגנד (איך האב געליינט לאנג צירוק די מהלך מער פינקטליכער, די יודעי דבר זענען וועלקאם אריינציקומען קלארער)
עס איז געווען פאר טריליאנען יארן צירוק א תוהו ובוהו, און עס זענען ארימגעשווימען עלעקטראנס מיט נוטראנס וכ' וכ' ביז עס האט זיך צאמגעשטעלט און געווארן אטאמס, און פון דעם איז געווארן היידזערדזין וכ' ביז עס איז געווען די ביג בענג וכ' וכ' געווארן חיות מיט מאנקיס מיט מענטשן וכ' גלגילום מיט גילגילום ביז עס איז געווארן וואס אונז זעהן דא היינט א וועלט
(יא עס גייט מער פיקטליכער און עס מאכט מער סענס, אבער בערך אויף אזא מהלך פארט עס)
און אויף דעם מהלך איז דא זייער אסאך קשיות וואס מאכט ג-ט סאך מער א ראציאנאלער מהלך
1) ווער האט באשאפן די ערשטע עלעקטראן אדער וואטעווער עס איז געווען, וואס איז געווען פארדעם?
2)דאס אז עס זאל זיך ממש פינקט אזוי שיין און מסודר אויסשטעלן? (די באקאנטע מעשה מיט די בילד, ווי די צדיק האט ג'טענה'ט אז די טינט האט זיך פינקט אויסגעגאסן און ס'געווארן א שיינע בילד
3)ווען האט זיך אלעס אנגעהויבן? גיי צוריק טריליאן מאל טריליאן ליכט יארן, וואס איז דאן געווען? איך מיין צו זאגן, גיי צירוק מיט אן 'עולם ועד' ס'האט דאך נישט קיין שכל'דיגן אנהויב
4)מען זעט שוין נישט היינט אז א מאנקי זאל ווערן א מענטש וכדו' עס וואלט זיך געדארפט ווייטער איוואלווען?
ועוד ועוד קשיות (די עולם קען משלים זיין)
אבער אז מען גלייבט אז ג-ט האט אלעס באשאפן, דאן איז געווען נאר די באשעפער פאר אלעס, און פון אייביג אן, וואס האט באשאפן די מושג פון זמן און מקום, און אונז קענען טאקע נישט פארשטיין אלעס ווייל אונז זענען נבראים, און ער האט באשאפן פינקטליך אזא שיינע וועלט מיט אלע דוטאלן וואס אונז זעהן
איך וועל ממשיך זיין שפעטער מיט נאך
א גרויסן שכח פאר'ן עפענען דעם אשכול!
מיין קאפ שווינדלט מיר פון דורעכליינען דעם
אשכול, ס'איז אלץ קשיות און תירוצים וואס כ'האב שוין צענדליגע מאל אדורכגעטוען, כ'האב שוין פארברענגט צענדליגע שעות מיט די שיעורים פון Rabbi jacobson און ר אמנון יצחק, אבער זאכן זענען מיר נאכאלץ נישט קלאר.
אזא אשכול וועט זעכער ארויסהעלפן קלארצושטעלן די נושא דבור דבור על אופניו
עצי שטים קיפ איט אפ! דו שרייבסט זייער קלאר, איך רעד נישט אריין, אבער איך לייען יעדעס ווארט מיט דארשט.
זייער שיין עצי שיטים.
דיין פערטע קשיא איז נישט שווער, אוודאי האלטן זיי אז עוואולוציע גייט ווייטער, נאר עס נעמט נישט איין מינוט, און אויך נישט איין טויזנט יאר, (בעסער נישט צו פארדרייען די שמועס איבער עוואולוציע, נאר ענדערש זיך האלטן צום עיקר). דיין אנדערע 3 שאלות ווערט לכאורה נישט פארענטפערט ווען מען זאגט אז עס איז דא א באשעפער, קענסט נאך פרעגן די זעלבע 3 קשיות כזה.
ווער האט באשאפן די ערשטע עלעקטראן פונעם באשעפער אדער וואטעווער עס איז געווען, וואס איז געווען פארדעם?
וויאזוי האט זיך פונקט אויסגעשטעלט אזא פערפעקט באשעפער? (די באקאנטע מעשה מיט די בילד, ווי די צדיק האט ג'טענה'ט אז די טינט האט זיך פינקט אויסגעגאסן און ס'געווארן א שיינע בילד).
ווען האט זיך אלעס אנגעהויבן? גיי צוריק טריליאן מאל טריליאן יארן, וואס איז דאן געווען? איך מיין צו זאגן, גיי צירוק מיט אן 'עולם ועד' ס'האט דאך נישט קיין שכל'דיגן אנהויב.
די איינציגע וועג צו פארענטפערן די אלע קשיות, איז צו מקבל זיין עס איז דא א באשעפער וואס אונז קענען נישט משיג זיין, און דאן שטימט אלעס. און דאס איז טאקע וואס יעדער טוט, רעליגיעזע נעמען אן עס איז דא א באשעפער וואס אונז קענען נישט משיג זיין, און נישט רעליגיעזע נעמען אויך אן עס איז דא עפעס וואס מען קען נישט משיג זיין.
Re: איז אידישקייט די ריכטיגע רעליגיע? -חקירה
דעי גאנצע איידיע אז א זאך דארף האבן א באשעפער, דאס הייסט אז ווען די זעהסט א בילד מיינט דאס אז עמעצער האט דאס געפארבט און ווען די זעהסט א וועלט מיינט דאס אז איינער האט דאס באשאפן, איז א פיזישע מוגבל'דיגע וועג פון טראכטן, אויב פארשטייסטו אז עס איז פארהאן אזא געדאנק פון "נישט" זמן און מקום און דארטן דארפן זאכן נישט באשאפן ווערן, בעסער געזאגט עס איז נישט דא אזא מציאות ווי באשאפן ווערן ווייל ס'איז ניטאמאל דא זמן ווען דאס זאל באשאפן ווערן,
דאן איז די גאנצע געדאנק אז דעי וועלט איז באשאפן געווארן, בעסער געזאגט אז זאכן דארפן בכלל באשאפן ווערן (אדער אז זאכן זענען אמאל באשאפן געווארן) א מוגבל'דיגע מחשבה, יא עס הערט זיך צומישט, דער מענטשליכער מוח קען דאס נישט בכלל באגרייפן ווייל אינז זעמיר אין דעי הקבלה, אבער מען קען יא אריינקלערן און זעהן אז זאכן זענען נישט אזוי פשוט.
מען קען פרעגן די סארט קשיות אויף ענדלאזע וועגן און אויך אויף אסאך טיפערע און מער קאמפליצירטע וועגן, אזש עס לויפט אן קיין ענדע.
די האסט ארויסגעברענגט פארוואס די גלייבסט אין ג-ט, אבער האסט נאכנישט אנגערירט די תורה.
ג-ט מיט זיין תורה זענען דער איינציגער אמת וואס פארהאן אזוי גלייב איך, און אזוי נעם איך אָן, אָן קיין פארוואס און אָן קיין פארווען, ווייל אזוי גלייב איך און אזוי זאגן מיינע געפילן-(איז די שטערקסטע זאך אויפן וועלט) פערטיג!
Re: איז אידישקייט די ריכטיגע רעליגיע? -חקירה
איז בחירה חופשית אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט? בעסער געפרעגט זענען פארהאן סייענטיפישע באווייזן אז עס עקזיסטירט בחירה חופשית?
Re: איז אידישקייט די ריכטיגע רעליגיע? -חקירה
דיינע געפילן זענען די שטערקסטע זאכן אין 'דיין' וועלט.
צו אלע חכמי השטיבל. וגם יעקב מאקסוועל וברוינשטיין ותרמב בתוכם. די קשיא איז נישט איבער די אמונה אין באשעפער. די קשיא איז אויף די אינם מאמינים. אזוי ווי דארווין און די אנדערע וועלכע זענע דאך פאררעכנט אלס חכמים און דענקערס. פארוואס האבן זיי נישט איינגעזעהן די פשוט'ע,שכל'דיגע ענטפער. אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער האט דאס אלעס באשאפן מיט !...גרויס חכמה
א. מיללער האט א קירוב רחוקים בוך געבויט על דרך שאלה ותשובה צווישן א צומישטער יוגענטליכער און א רב כאילו, בתוך הדברים פרעגט דער יוגענטליכער דעם רב צו ער קען איהם אויפווייזן אז ס׳איז דא א גאט ענטפערט איהם דער רב אז יא נאר ס׳וואלט געדויערט דריי יאר! אויפ׳ן פראגע פונעם יוגענטליכער ווי ס׳קען זיין אז ס׳זאל דויערן אזוי לאנג אזא פשוט׳ע זאך ענטפערט איהם דער רב אז באמת די ראיה אליינס דויערט נאר איין מינוט, נאר דיין קאפ לויפט אזוי קרום פון מיסאינפארמאציע אז דו וועסט נישט פארשטיין וואס איך רעד, איך דארף דריי יאר פון הקדמות און אראפלייגן יסודות און הנחות ביז איך קען דיר זאגן דער ענטפער וואס דויערט איין מינוט...
הונגע לעניננו, איך האב אסאך וואס צו זאגן איבער די נושא, און באמת פארברענג איך שוין א קנאפע דריי יאר דא אין שטיבל אראפלייגענדיג די יסודות אז יעדער זאל אליינס קענען צוקומען צום ענטפער, דער ענטפער אליינס קען איך אבער נישט זאגן ווייל מ׳גייט עס פארמעקן. כ׳האב שוין אמאל אנגעפירקלט
אן אשכול וואו איך בין געגאנגען ביז איין סטעפ פאר׳ן ענטפער, כ׳גלייב אבער נישט אז איינער האט געטוישט זיין מיינונג דערוועגן ווייל ס׳פיט נישט אריין אין זייער
comfort zone, סך הכל האט מען יעצט מער ״קשיות״ וואס מ׳דארף פארענטפערן.
און אז מ׳רעדט שוין, מיין קאזין, א צענערלינג, האט אמאל געוואלט רעדן מיט מיר איבער עוואלוציע, ער איז א גרויסער תמים אבער אויסנאם קלוג און קען אסאך (אזויווי מיר 😃 ). בקיצור, איך האלט דאך נישט ביים זיך פארטשעפען מיט זיינע עלטערן, אבער דאך האב איך איהם געוואלט געבן א פתח וואו אנצופאנגען אליינס צוקומען צום אמת, האב איך איהם געזאגט אז איך פארשטיי נישט פשט פון רעדן איבער דעם נושא ווייל דו האסט שוין אפגעמאכט ביי דיר פון פריער וואס דו ווילסט די מסקנא זאל זיין און דו גייסט פארענטפערן אלע מיני קרומע תירוצים אז ס׳זאל שטימען מיט דיין פאראויסבאשטימטע מסקנא. האט ער זיך געגעבן א רוף אן, ניין, איך בין נישט פון די מענטשן, איך וויל טאקע וואוסן... איך האב מיך אבער ווייטער געהאלטן ביי מיינס... למעשה מיין איך אז ס׳האט געארבעט. 😂 😂 😂
נאך אן אינטערעסאנטע אנעקדאט, איינער פון מיינע רבי מובהק׳ס האט, נאך א לאנגע צייט לערנען מיט מיר, געכאפט אז איך האלט נישט ביי גארנישט, אפאר מאל האט ער מיר געבעטן איך זאל איהם פרעגן מיינע ״קשיות״ ווייל ער איז זיכער אז ער קען זיי פארענטפערן, אבער איך האב איהם אלץ אפגעשטופט ווארטענדיג אויף די ריכטיגע געלעגענהייט. איינמאל ברגע האמת, געווען איז עס ווען ער האט מיר געכאפט עסן עפעס אן א הכשר, האט ער מיר געפרעגט הלמאי, ווי קומט עס צו מיר צו עסן עפעס אן א הכשר. האב איך איהם געענטפערט אז איך האב מיך אויסגעלערנט אז אויף יעדע זאך קען מען טרעפן א היתר, דיעס עסן צ.ב. איז מיין היתר אז ס׳איז vegan, וואס קען שוין זיין נישט כשר דערין? האט ער זיך צובייזערט אויף מיר אז איך זוך מיר סתם תירוצים, און ער האט צוגעלייגט אז ס׳שטייט טאקע אז מ׳נעמט נישט אן אין סנהדרין נאר איינער וואס קען מטהר זיין א שרץ בק״ן טעמים, און ס׳איז זייער וויכטיג פאר א רב דאס צו קענען, אבער מ׳דארף וואוסן אז סוף כל סוף בלייבט עס א שרץ. האב איך איהם געגעבן רעכט אז ס׳איז סתם אבי א תירוץ, אבער איך וויל פארשטיין איין זאך, אויב קען איך ענטפערן א תירוץ פארוואס מ׳מעג פארוואס זאל איך דווקא זוכן א תירוץ פארוואס מ׳טאר נישט? אז איך קען מטהר זיין די שרץ פארוואס זאל איך עס מטמא זיין? אז איך קען מיך אויסזוכן א היתר פארוואס זאל איך מיר אויסזוכן אן איסור? בין איך א masochist צו וואס? וידום אהרון. 😛
גאט איז נישט קיין שום תירוץ אויף קיין שאלה, גאט איז גענומען די קשיא און געזונגען מיט א ניגון פון תירוץ.
קשיא = "כ'פארשטיי נישט פון ווי האט זיך אלעס אנגעהויבן?"
תירוץ = "ס'איז דא עפעס וואס איך פארשטיי נישט [לאמיר עס רופן גאט] און דאס פארענטפערט אלעס!".
סתם אזוי צו זאגן אז ביי הקב״ה טערמינירט זיך דאס אינפיניט ריגרעס, און דאס איז אויב נעמט מען שוין יא אָן אז אן אינפיניט ריגרעס דא איז
״ווישׁאָס״ און מען נעמט שוין אויך אָן דעם
פּרינציפּ פון סאָפישׁענט ריִזען אז אלעס מוז האבן א פועל, קומט טאקע פאָר ווי א קעיס פון
ספּעשׁל פּליִדיִנג [״
ביי דעם גייט עס נישט אָן״]. און אז מ׳ענטפערט שוין אז אז דאס גייט נאר אָן ביי דברים שהם אפשריים און ג-ט איז א נעסעסערי עקזיסטענט קען מען דאס שוין בעצם זאגן אויפ׳ן יקום זעלבסט; ענליך צו די
פירכא אויף אבן סינא׳ס הוכחה פאר מציאות הא-ל (וואס איז שוין אפילו עפ״י קדמות).
מ׳קען זיך ארויסדרייען דערפון מיט׳ן זאגן ״יעדע זאך וואס איז מיוצר האט א יוצר״ און ג-ט איז נישט מיוצר ווי מ׳ווייסט אז די וועלט איז יא.
אבער מ׳ווייסט אויך נישט אז די יקום איז מיוצר פון אן ״אָנהויב״ ממש.
צו דעם קען מען אריינברענגען אן אנדערע פונקט און טענה׳ן אז אן אקטועלע אינפיניטי פון פועל ונפעל איז אומעגליך וממילא איז די וועלט יא מיוצר פון אן ״אָנהויב״, ועיין באשכול
זו באריכות.
ברוינשטייןאיז בחירה חופשית אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט? בעסער געפרעגט זענען פארהאן סייענטיפישע באווייזן אז עס עקזיסטירט בחירה חופשית?
דר. בנימין ליבּעט, א ניוראָסייענטיסט, האט געזעהן אז ס׳דא סיגנאלן אינעם מח איבער איינס פון צוויי ברירות פאר דער מענטש איז אפילו באוואוסטזיניג דערצו. עס איז אבער נאך אלס קאנטראווערסיאנאל און וואס דאס פונקטליך צייגט אויף.
ברוינשטייןאיז בחירה חופשית אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט? בעסער געפרעגט זענען פארהאן סייענטיפישע באווייזן אז עס עקזיסטירט בחירה חופשית?
איך ווייס נישט ווי וויסנשאפטלעך די שאלה איז, (אביסל מער וויסנשאפטלעך ווי דער קעפל פון די אשכול). אין די מאדערנע פיליזאפישע וועלט איז ע"פ רוב אנגענומען אז עס איז נישט פארהאן קיין בחירה.
אין די זעלבע צייט איז אויך אנגענומען, אז א מענטש וואס ווייסט ער האט א בחירה איז מער פראדאקטיוו, און א בעסערע מענטש בכללות. דעריבער לוינט זיך צו שפילן ווי עס איז דא א בחירה, ווייל אפילו אויב עס איז עכט נישטא קיין בחירה וועט מען האבן א בעסערע לעבן אויב מען וועט גלייבן עס איז יא דא.
צום קעפל: וויפיל פון די מעגליכע ענטפערס מעג מען דא שרייבן? 😉
ס'הערשט דא א שטיקל צימישעניש, גאט און תורה זענען נישט איין זאך (קודשא בריך היא אורייתיה וישראל חד, איז על פי קבלה נישט סייענטיפיש), דהיינו אפילו אויב איך גלייב אין גאט מיז נאך נישט זיין אז ער האט געגעיבן די תורה, יעדער עכ"פ ווער ס'זיכט די אמת אן קיין דעות קדומות, וועט ציקימען צים מסקנה אז ס'איז דא א גאט אדער רוף עס נישט גאט רוף עס די כח פון נאטור רוף עס וויאזוי די ווילסט צום סוף קימט יעדער אן אז ס'איז דא עפעס א העכערע כח/ענערגיע/גאט, יעצט איז די שאלה צי די כח/ענערגיע/גאט האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום הוכחה אז די גאט/כח/ענערגיע האט געגעיבן די תורה, וועיגן דעים מיז מען גלייבן באמונה פשוטה אדער ווערן א אפיקורוס, זאגן אז מען גלייבט אין די תורה ע"פ חקירה איז זיך זעלבסט גע'נער'ט.
Re: איז אידישקייט די ריכטיגע רעליגיע? -חקירה
קהל'ס נערס'הערשט דא א שטיקל צימישעניש, גאט און תורה זענען נישט איין זאך (קודשא בריך היא אורייתיה וישראל חד, איז על פי קבלה נישט סייענטיפיש), דהיינו אפילו אויב איך גלייב אין גאט מיז נאך נישט זיין אז ער האט געגעיבן די תורה, יעדער עכ"פ ווער ס'זיכט די אמת אן קיין דעות קדומות, וועט ציקימען צים מסקנה אז ס'איז דא א גאט אדער רוף עס נישט גאט רוף עס די כח פון נאטור רוף עס וויאזוי די ווילסט צום סוף קימט יעדער אן אז ס'איז דא עפעס א העכערע כח/ענערגיע/גאט, יעצט איז די שאלה צי די כח/ענערגיע/גאט האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום הוכחה אז די גאט/כח/ענערגיע האט געגעיבן די תורה, וועיגן דעים מיז מען גלייבן באמונה פשוטה אדער ווערן א אפיקורוס, זאגן אז מען גלייבט אין די תורה ע"פ חקירה איז זיך זעלבסט גע'נער'ט.
יעדער איז איינשטימיג אז גאט איז איינציג?
אויב נישט, אפילו די זאגסט אז תורה איז געגעבן געווארן דורך א העכערע כוח, ווייסטו נאכנישט וואס דער צווייטע כוח האלט דערוועגן.
ג-ט מיט זיין תורה זענען דער איינציגער אמת וואס פארהאן אזוי גלייב איך, און אזוי נעם איך אָן, אָן קיין פארוואס און אָן קיין פארווען, ווייל אזוי גלייב איך און אזוי זאגן מיינע געפילן-(איז די שטערקסטע זאך אויפן וועלט) פערטיג!
קהל'ס נערס'הערשט דא א שטיקל צימישעניש, גאט און תורה זענען נישט איין זאך (קודשא בריך היא אורייתיה וישראל חד, איז על פי קבלה נישט סייענטיפיש), דהיינו אפילו אויב איך גלייב אין גאט מיז נאך נישט זיין אז ער האט געגעיבן די תורה, יעדער עכ"פ ווער ס'זיכט די אמת אן קיין דעות קדומות, וועט ציקימען צים מסקנה אז ס'איז דא א גאט אדער רוף עס נישט גאט רוף עס די כח פון נאטור רוף עס וויאזוי די ווילסט צום סוף קימט יעדער אן אז ס'איז דא עפעס א העכערע כח/ענערגיע/גאט, יעצט איז די שאלה צי די כח/ענערגיע/גאט האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום הוכחה אז די גאט/כח/ענערגיע האט געגעיבן די תורה, וועיגן דעים מיז מען גלייבן באמונה פשוטה אדער ווערן א אפיקורוס, זאגן אז מען גלייבט אין די תורה ע"פ חקירה איז זיך זעלבסט גע'נער'ט.
די מינימאלע דעפיניציע פונעם מושג "גאט" (ווי ווייט איך פארשטיי) איז א
קאנטשעס כוח/וואטעבער, די רגע דאס איז נישט קלאר איז "גאט" נישט קלאר, צו פארוואנדלן א "שאלה" אין "גאט" איז זיך זעלבסט גענארט.
Re: איז אידישקייט די ריכטיגע רעליגיע? -חקירה
תוהו ובוהוצום קעפל: וויפיל פון די מעגליכע ענטפערס מעג מען דא שרייבן? 😉
דער קעפל איז מיר גאנץ אינטערעסאנט, ווייל ער פרעגט אויב אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, קודם דארף ער אראפשטעלן די פאנדימענט פארוואס ער איז איבערצייגט אז עס מיז זיין א רעליגיע, דערנאך קען מען דעבאטירט אויב אידישקייט איז די ריכטיגע.
לאמיר צאמנעמען וואס די עולם האט געזאגט ביז אהער און גיין ווייטער,
מי אני: איים סארי די רעדטסט צו מיר ווי א ראשון, איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט, פליז רעד אידיש, מיין מח איז צו קליין,
מעקסוועל זאגט אז די אלע קשיות קען מען אויך פרעגן אויב ס'דא א גאט, איז לאמיר דאס צונעמען,
די קשיא פון ווער האט געמאכט די ערשטע עלעקטראן פון די באשעפער, איז אזוי, אויב איז אלעס ציגעגאנגען מיט א גשמיות'דיגע מהלך, אהן קיין באשעפער, דאן איז די קשיא גילטיג, ווער האט באשאפען די ערשטע עלעקטראן, און וואס איז געווען פאר דעם, ס'איז זייער נישט שכלדיג צו זאגן אז מען פארשטייט נישט קיין גשמיות'דיגער יצירה, ווייל מען גלייבט נישט אז זמן און מקום איז געמאכט געווארן, עס איז א בלויזער מציאות, אויב אזוי תחלית ווער האט באשאפן די ערשטע זאך און ווען, און וואס איז במציאות געווען פאר דעם, די קשיא בלייבט אומפארענטפערט
אבער אויב איז דא א רויחניות'דיגע באשעפער וואס האט באשאפן מקום און זמן, דאן איז ער פשוט אייביג דא געווען און זמן ומקום איז א יצירה פון ג-ט, קיינער האט אים נישט געמאכט, ווייל ער איז דא געווען 'אייביג', איי וואס איז געווען פאר אים? דאס איז וואס אונז פארשטייען נישט, אבער איך פארשטיי כאטש פארוואס איך פארשטיי עס נישט, ווייל זמן און מקום איז בלויז א יצירה וואס אונזער מח איז געמאכט געווארן און דעם גבול דעריבער קענמען עס טאקע נישט פארשטיין
און בעיקר די קשיא ווער האט באשאפן אזא פערפעקטע באשעפער, ווס. וויאזוי איז די וועלט אזוי פערפעקט, איז די זאך אזוי,
אויב איז טאקע דא געווען אלעמאל א באשעפער, (ווי געשריבן אויבן) דאן האט אים קיינער געמאכט, ער איז אלעמאל געווען דער כל יכול מלא טוב וחכמה, און ער האט טאקע באשאפן אזא פערפעקטע וועלט מיט אלע אירע איינצעלהייטן,
אבער צו זאגן אז אלעס (די ערד, הימל, זאמד, וואלקענעס, וואסער, ביימער, אלע מיני ירקות, פירות, חיות, עופות, שמש וירח כוכבים, כל צבה השמים, מענטשן, חכמה, וכ' וכ' וכ') איז פינקט אזוי געשען, ביי מיסטעיק, איז סאך סאך ווייניגער שכל'דיג
ברוינשטייןתוהו ובוהוצום קעפל: וויפיל פון די מעגליכע ענטפערס מעג מען דא שרייבן? 😉
דער קעפל איז מיר גאנץ אינטערעסאנט, ווייל ער פרעגט אויב אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, אנשטאט פרעגן בכלל אויף רעליגיע.
געדילד, איך וויל ציקומען צו דעם, אבער אז עס איז נישטא קיין באשעפער, איז קיין איין רעליגיע נישט ריכטיג, אלעס איז אויסגעטראכטע מעשיות,
קודם דארף מען פעסטשטעלן אז ס'טאקע דא א גאט, דאן קען מען גיין צו, אויב איז דא א גאט, דאן וועליכע רעליגיע איז די ריכטיגע
לבעלי הסייענס:
צו איז עס סייענטיפיקלי פראווען אז די וועג צו פראווען עפעס איז נאר דורך סייענס?
ואת''ל אז יא, צו איז עס סייענטיפקלי פראווען אז סייענטיפלי פרוף איז פרוף?
ברוינשטייןקהל'ס נערס'הערשט דא א שטיקל צימישעניש, גאט און תורה זענען נישט איין זאך (קודשא בריך היא אורייתיה וישראל חד, איז על פי קבלה נישט סייענטיפיש), דהיינו אפילו אויב איך גלייב אין גאט מיז נאך נישט זיין אז ער האט געגעיבן די תורה, יעדער עכ"פ ווער ס'זיכט די אמת אן קיין דעות קדומות, וועט ציקימען צים מסקנה אז ס'איז דא א גאט אדער רוף עס נישט גאט רוף עס די כח פון נאטור רוף עס וויאזוי די ווילסט צום סוף קימט יעדער אן אז ס'איז דא עפעס א העכערע כח/ענערגיע/גאט, יעצט איז די שאלה צי די כח/ענערגיע/גאט האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום הוכחה אז די גאט/כח/ענערגיע האט געגעיבן די תורה, וועיגן דעים מיז מען גלייבן באמונה פשוטה אדער ווערן א אפיקורוס, זאגן אז מען גלייבט אין די תורה ע"פ חקירה איז זיך זעלבסט גע'נער'ט.
יעדער איז איינשטימיג אז גאט איז איינציג?
אויב נישט, אפילו די זאגסט אז תורה איז געגעבן געווארן דורך א העכערע כוח, ווייסטו נאכנישט וואס דער צווייטע כוח האלט דערוועגן.
ג-ט מיט זיין תורה זענען דער איינציגער אמת וואס פארהאן אזוי גלייב איך, און אזוי נעם איך אָן, אָן קיין פארוואס און אָן קיין פארווען, ווייל אזוי גלייב איך און אזוי זאגן מיינע געפילן-(איז די שטערקסטע זאך אויפן וועלט) פערטיג!
זיידי/שיינע בחורל/יונגעל מיט באקאקטע הויזן.
און אויב גאט איז נישט איינציג טוישט זיך עפעס לגבי וואס איך האב גערעדט?
אותו דבר לגבי אויב גאט 2.0 האלט אנדערש פון גאט.
פ.ס. דיין אמונה פשוטה איז זייער א חשובע זאך, אבער ווען מען רעדט פון חקירה קימט עס נישט אריין.
תוהו ובוהוקהל'ס נערס'הערשט דא א שטיקל צימישעניש, גאט און תורה זענען נישט איין זאך (קודשא בריך היא אורייתיה וישראל חד, איז על פי קבלה נישט סייענטיפיש), דהיינו אפילו אויב איך גלייב אין גאט מיז נאך נישט זיין אז ער האט געגעיבן די תורה, יעדער עכ"פ ווער ס'זיכט די אמת אן קיין דעות קדומות, וועט ציקימען צים מסקנה אז ס'איז דא א גאט אדער רוף עס נישט גאט רוף עס די כח פון נאטור רוף עס וויאזוי די ווילסט צום סוף קימט יעדער אן אז ס'איז דא עפעס א העכערע כח/ענערגיע/גאט, יעצט איז די שאלה צי די כח/ענערגיע/גאט האט געגעיבען די תורה, וואס אויף דעים ארויף האב איך געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום הוכחה אז די גאט/כח/ענערגיע האט געגעיבן די תורה, וועיגן דעים מיז מען גלייבן באמונה פשוטה אדער ווערן א אפיקורוס, זאגן אז מען גלייבט אין די תורה ע"פ חקירה איז זיך זעלבסט גע'נער'ט.
די מינימאלע דעפיניציע פונעם מושג "גאט" (ווי ווייט איך פארשטיי) איז א
קאנטשעס כוח/וואטעבער, די רגע דאס איז נישט קלאר איז "גאט" נישט קלאר, צו פארוואנדלן א "שאלה" אין "גאט" איז זיך זעלבסט גענארט.
איך פארשטיי נישט וואס די פארשטייסט נישט, ס'קלאר אז ס'איז דא כוחות, די חילוק איז נאר וויאזוי מען ריפט עס, די רעליגיעזע רופן עס גאט, די סעקולערע ריפן עס powers of nature די כוחות פון נאטור.
ברוינשטייןתוהו ובוהוצום קעפל: וויפיל פון די מעגליכע ענטפערס מעג מען דא שרייבן? 😉
דער קעפל איז מיר גאנץ אינטערעסאנט, ווייל ער פרעגט אויב אידישקייט איז די ריכטיגע רעליגיע, קודם דארף ער אראפשטעלן די פאנדימענט פארוואס ער איז איבערצייגט אז עס מיז זיין א רעליגיע, דערנאך קען מען דעבאטירט אויב אידישקייט איז די ריכטיגע.
ווייל אן די הנחה וועט מען גלייך ציקימען צי א מסקנה וואס מען וויל נישט הערן.
[ציטאט אראפגענומען]
אייזן!! טריפל לייק פאר׳ן מנהל! אזוי אנגעכאפט די נושא ביים קארג אין דריי שורות!!!
👍
לייבל שטילערלבעלי הסייענס:
צו איז עס סייענטיפיקלי פראווען אז די וועג צו פראווען עפעס איז נאר דורך סייענס?
ואת''ל אז יא, צו איז עס סייענטיפקלי פראווען אז סייענטיפלי פרוף איז פרוף?
עיין ערך דר. פאוטשי וחביריו.
בדרך כלל קען מען גלייבן די סייענטיסן, נאמן האומן על טליתו (עפעס אזא לשון איז דא אין בבא בתרא)
אבער ווען זיי האבן נגיעות קען מען זיי בכלל נישט גלייבן כמו שראינו אצל הטוב שברופאים לגיהנום ה"ה דר. פאוטשי ההפכפכן (פליפ פלאפער בלע"ז).
Re: אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה
טאקע פארדעם זעמער אינז דא, ווייל מיר פארלאזן זיך נישט אויף די סייענטיסטן, מיר ווילן ליבערשט אליינס דורעכטון.
ברוינשטייןטאקע פארדעם זעמער אינז דא, ווייל מיר פארלאזן זיך נישט אויף די סייענטיסטן, מיר ווילן ליבערשט אליינס דורעכטון.
דאס זאג איך דאך אז זיי האבן נגיעות צי זאגן אז עס איז נישטא קיין גאט.
יעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה
דער וועג וויאזוי אונז ווייסן אז די תורה איז אמת, און אז ס'איז מסורה לנו מה' ביים בארג סיני, איז דורך מסורה, מיין טאטע, האט מיר אזוי נאכגעזאגט פון מיין זיידע ביז ארויף צו די זיידעס וואס זענען דארט געשטאנען ביים בארג סיני (און אזוי אויך דיין טאטע ביז ארויף)
נא האמיר דאך א קלארע מסורה, אויב איז עס ליגנט דאן ווער האט עס אויסגעטראכט און פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל, און פארוואס זאל מען עס אפקויפן?
אבער צו דעם איז דא אפאר שוועריקייטן, קודם כל, אויב אזוי, דאן וויאזוי איז קריסטליכע רעליגיע, און די מוסלאמענער רעליגיע, ועוד, צושטאנד געקומען? פארוואס האבן די מענטשן עס אפגעקויפט? אלא מאי מוז זיין אז מען קען יא איינרעדן מענטשן נאכצופאלגן א רעליגיע,
און נאך א קשיא, (וואס איז געברענגט געווארן אין די כזרי אשכול) אפשר האבן עס טאקע נישט גאנץ כלל ישראל אפגעקויפט, נאר מיט די יארן האט מען עס איינגעבאקן, און אויסגעשפיגן די אימגלויביגע וכ' און אזוי איז געווארן כלל ישראל,
צו דעם דארף מען פארשטיין די יסודות'דיגער חילוק פון די אידישע רעליגיע ביז אלע אנדערע רעליגיעס,
אלע אנדערע רעליגיעס, האבן זיך אנגעהויבן דורך איין אינציגער מענטש, ביי די קריסטן איז עס דזיסעס, ביי די מוסלאמענער, איז עס מוחאמוד, וכ', זיי זענען געקומען און זיך אהערגעשטעלט ווי נביאים, און געזאגט כה דיבר ה' אילי וכ', רוב עולם האט עס אויסגעלאכט, אבער צעביסליך האבן עס מענטשן אנגעהויבן צו גלייבן, מענטשן זענען בטבע גלויביג אין זאכן וואס מען קען נישט קלאר אויפווייזן אז עס איז פאלטש, נו גיי ווייז אויף אז ער איז נישט קיין נביא, און פון איין דור ביז די אנדערע, האט זיך עס מער און מער אנגעקלעבט, און עס איז אריבער מדור לדור, און אזוי איז דא א רעליגיע
אבער ביי אדישקייט איז דא א שטארקע פראבלעם צו זאגן אז עס איז פאלטש, די מסורה גייט אז עס זענען געשטאנען ביים בארג סיני, 600,000 אידן, וואס יעדער פון זיי האט געהערט און געזען ווי די באשעפער האט געגעבן פאר אונז די תורה, נא וויאזוי גייט מען איינרעדן אזא ליגנט צו א גרופע מענטשן? מען קען עס גלייך אויפוויזן אויף פאלטש, מען גייט צו די טאטע און מען פרעגט, האט זיך טאקע די באשעפער באוויזן פאר דיר ביים סיני אזוי ווי דער כריזמאטישער יהושע פארקויפט אונז, אדער איז עס הוילע פאנטאזיעס? עס איז גאר שווער איינצורעדן אזא ליגנט, וויל מען קען עס גלייך אויפוויזן אלץ פאלטש
יעצט וועגן דעם האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה פון מציאות השם, ווייל למעשה קען מען אויפקומען, און מדחיק זיין וויאזוי, אזא ליגנט זאל 'דוקה יא' פארשפרייט ווערן, אבער אז מען נעמט און באטראכט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און באשאפן מענטשן, האט ער דאך עס געטון פאר א סיבה, נישט אזוי? און די סיבה איז אז מען זאל אין דינען, דורך 'די אמת'ע רעליגיע, נא אויב דארף איך טשאזען א רעליגיע, לייגט זיך אידישקייט די מערסטע אויפן שכל צו זיין די ריכטיגע
הכל הוא נפענ''ד, און אדרבה, די מטרה איז ציצוקומען צום 'אמת', אויב איז עפעס נישט אמת, אדער נישט גערעדט צו דער זאך, דאן ברענגט עס ארויף און מיר וועלן עס דורכטון אונאיינען
א. דורך וועלכער אייציגסטער מענטש האט זיך הינדואיזם אנגעפאנגען?
ב. די רעליגיע וואס מיר פראקטיצירן, Rabbinic Judaism, האט זיך אויך אנגעפאנגען דורך איין מענטש, רבי עקיבא.
קהל'ס נער
בדרך כלל קען מען גלייבן די סייענטיסן, נאמן האומן על טליתו (עפעס אזא לשון איז דא אין בבא בתרא)
אבער ווען זיי האבן נגיעות קען מען זיי בכלל נישט גלייבן כמו שראינו אצל הטוב שברופאים לגיהנום
מ'גלייבט אין סייענס ווייל "נאמן אומן על טליתו", מ'פרעגט אפ סייענס ווייל "טוב שברופאים לגיהנום".
נישט מער געדאכט האב איך אמאל געשמועסט מיט איינעם וועגן ראיות אויף אידישקייט זאגט מיר יענער וואס הייסט "אין אדם מוריש שקר לבניו", אהנעם אריינגיין וויפיל לאגישע האפט דאס האט כלפי די נושאים הנדברים האב איך גלייך געזעהן אז ער זאגט עס נאך ווי אזא הלכה'דיגע כלל ענדליך צו "אין אדם משים עצמו רשע", אלזא האביך אים נישט געהאט וואס צו ענפערן און כמעט געבליבן מיטן צונג אונדרויסן ביז כ'האב מיר געכאפט אז "עשוי אדם שלא להשביע את בניו"...
רביה''ק זי''עא. דורך וועלכער אייציגסטער מענטש האט זיך הינדואיזם אנגעפאנגען?
ב. די רעליגיע וואס מיר פראקטיצירן, Rabbinic Judaism, האט זיך אויך אנגעפאנגען דורך איין מענטש, רבי עקיבא.
לאמיך עפעס קלאר מאכן, איך בין 'נישט' קיין גרויסע אנגעליינטער פיליזאף, וואס איך האס דא געשריבן איז בלויז ווי איך וואלט עס אנגערופן, בעיבי טאלק, וואס איך האב געהערט און געליינט דא און דארט, און איך בעט טאקע די גרויסע חכמים זאלן זיך אנריפן מיט סברות לכאן ולכאן, ציצוקומען אל האמת,
בנוגע הינדו, ווייס איך טאקע נישט, ווען איך האב גערעדט פריער פון רעליגיעס האב איך בעיקר גערעדט פון די גרעסטע צוויי, איסלאם און קריסטן, איך בין טאקע נישט ווי יתרו וואס האט שוין פארזיכט אלא רעליגיעס, און אויפגעוויזן יעדע אויף פאלטש,
איך דארף פשוט מער אינפא אויף הונדו, א קליינע סורטש, ווייזט אז עס האט זיך טאקע נישט אנגעהויבן דורך דוקה איינער, אבער עס פעלט מיר ידיעות, אדרבה צייכן אן, מראה מקומות, אדער שרייב אליינס
בנוגע ר' עקיבא, ער האט נישט אנגעהויבן א נייע רעליגיע, ער האט אפשר איינגעפירט געוויסע זאכן, אבער די תרי''ג מצות, און די יסודות היהדות, האבן די אידן געהיטן א דור פאר אים, בדורו, און א דור נאך אים, סאו ער האט נישט ערפינדן אידישקייט
לויט דעם חשבון האבן יאשקע און מוחאמד אויך נישט אנגעפאנגען נייע רעליגיעס, זיי האבן נאר איינגעפירט נייע זאכן וכו׳ , עיין כאן <a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=fDG5U0inNlE">https://m.youtube.com/watch?v=fDG5U0inNlE</a>
תוהו ובוהוקהל'ס נער
בדרך כלל קען מען גלייבן די סייענטיסן, נאמן האומן על טליתו (עפעס אזא לשון איז דא אין בבא בתרא)
אבער ווען זיי האבן נגיעות קען מען זיי בכלל נישט גלייבן כמו שראינו אצל הטוב שברופאים לגיהנום
מ'גלייבט אין סייענס ווייל "נאמן אומן על טליתו", מ'פרעגט אפ סייענס ווייל "טוב שברופאים לגיהנום".
נישט מער געדאכט האב איך אמאל געשמועסט מיט איינעם וועגן ראיות אויף אידישקייט זאגט מיר יענער וואס הייסט "אין אדם מוריש שקר לבניו", אהנעם אריינגיין וויפיל לאגישע האפט דאס האט כלפי די נושאים הנדברים האב איך גלייך געזעהן אז ער זאגט עס נאך ווי אזא הלכה'דיגע כלל ענדליך צו "אין אדם משים עצמו רשע", אלזא האביך אים נישט געהאט וואס צו ענפערן און כמעט געבליבן מיטן צונג אונדרויסן ביז כ'האב מיר געכאפט אז "עשוי אדם שלא להשביע את בניו"...
מיין טענות זענען נישט באזירט אויף דעים, דעיס זענען נאר מליצות, וואס די עולם קאמפלימענט מיר אין אישי גיי איך מיט דעים, אויב די האסט עס נישט ליב דראפ די מליצה און קוק אויפן עיקר נושא וואס איך זאג.
Re: אידישקייט: די ריכטיגע רעליגיע -חקירה
קהל'ס נער
מיין טענות זענען נישט באזירט אויף דעים, דעיס זענען נאר מליצות, וואס די עולם קאמפלימענט מיר אין אישי גיי איך מיט דעים, אויב די האסט עס נישט ליב דראפ די מליצה און קוק אויפן עיקר נושא וואס איך זאג.
כ'האב מיך פארגעשטעלט, האסט מיר פשוט דערמאנט פון יענעם סיפור, דעטס אלל.
דרך אגב, כ'האב זייער ליב דיינע מליצות, קיפ איט אפ.
רביה''ק זי''עלויט דעם חשבון האבן יאשקע און מוחאמד אויך נישט אנגעפאנגען נייע רעליגיעס, זיי האבן נאר איינגעפירט נייע זאכן וכו׳ , עיין כאן <a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=fDG5U0inNlE">https://m.youtube.com/watch?v=fDG5U0inNlE</a>
איך הער וואס ער זאגט, אבער נאך אלע מעשיות האט Jesus געקומען און געטוישט די תורה און געזאגט אז ער איז א נביא און וועגווייזער, אבער וואס איז געווען ביי ר' עקיבא?, fill me in
רביה''ק זי''עא. דורך וועלכער אייציגסטער מענטש האט זיך הינדואיזם אנגעפאנגען?
ב. די רעליגיע וואס מיר פראקטיצירן, Rabbinic Judaism, האט זיך אויך אנגעפאנגען דורך איין מענטש, רבי עקיבא.
שמאי און הלל זענען געווען פאר ר' עקיבא, כאטש רוב משנה איז פון תלמידיו, פארט קען מען נישט איגנארירען אז ס'געווען פארדעם אפילו לדעת החוקרים. געוויסע קרעדיטן שמעון בן שטח.
עצי שטיםיעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה
דער וועג וויאזוי אונז ווייסן אז די תורה איז אמת, און אז ס'איז מסורה לנו מה' ביים בארג סיני, איז דורך מסורה, מיין טאטע, האט מיר אזוי נאכגעזאגט פון מיין זיידע ביז ארויף צו די זיידעס וואס זענען דארט געשטאנען ביים בארג סיני (און אזוי אויך דיין טאטע ביז ארויף)
נא האמיר דאך א קלארע מסורה, אויב איז עס ליגנט דאן ווער האט עס אויסגעטראכט און פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל, און פארוואס זאל מען עס אפקויפן?
אבער צו דעם איז דא אפאר שוועריקייטן, קודם כל, אויב אזוי, דאן וויאזוי איז קריסטליכע רעליגיע, און די מוסלאמענער רעליגיע, ועוד, צושטאנד געקומען? פארוואס האבן די מענטשן עס אפגעקויפט? אלא מאי מוז זיין אז מען קען יא איינרעדן מענטשן נאכצופאלגן א רעליגיע,
און נאך א קשיא, (וואס איז געברענגט געווארן אין די כזרי אשכול) אפשר האבן עס טאקע נישט גאנץ כלל ישראל אפגעקויפט, נאר מיט די יארן האט מען עס איינגעבאקן, און אויסגעשפיגן די אימגלויביגע וכ' און אזוי איז געווארן כלל ישראל,
צו דעם דארף מען פארשטיין די יסודות'דיגער חילוק פון די אידישע רעליגיע ביז אלע אנדערע רעליגיעס,
אלע אנדערע רעליגיעס, האבן זיך אנגעהויבן דורך איין אינציגער מענטש, ביי די קריסטן איז עס דזיסעס, ביי די מוסלאמענער, איז עס מוחאמוד, וכ', זיי זענען געקומען און זיך אהערגעשטעלט ווי נביאים, און געזאגט כה דיבר ה' אילי וכ', רוב עולם האט עס אויסגעלאכט, אבער צעביסליך האבן עס מענטשן אנגעהויבן צו גלייבן, מענטשן זענען בטבע גלויביג אין זאכן וואס מען קען נישט קלאר אויפווייזן אז עס איז פאלטש, נו גיי ווייז אויף אז ער איז נישט קיין נביא, און פון איין דור ביז די אנדערע, האט זיך עס מער און מער אנגעקלעבט, און עס איז אריבער מדור לדור, און אזוי איז דא א רעליגיע
אבער ביי אדישקייט איז דא א שטארקע פראבלעם צו זאגן אז עס איז פאלטש, די מסורה גייט אז עס זענען געשטאנען ביים בארג סיני, 600,000 אידן, וואס יעדער פון זיי האט געהערט און געזען ווי די באשעפער האט געגעבן פאר אונז די תורה, נא וויאזוי גייט מען איינרעדן אזא ליגנט צו א גרופע מענטשן? מען קען עס גלייך אויפוויזן אויף פאלטש, מען גייט צו די טאטע און מען פרעגט, האט זיך טאקע די באשעפער באוויזן פאר דיר ביים סיני אזוי ווי דער כריזמאטישער יהושע פארקויפט אונז, אדער איז עס הוילע פאנטאזיעס? עס איז גאר שווער איינצורעדן אזא ליגנט, וויל מען קען עס גלייך אויפוויזן אלץ פאלטש
יעצט וועגן דעם האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה פון מציאות השם, ווייל למעשה קען מען אויפקומען, און מדחיק זיין וויאזוי, אזא ליגנט זאל 'דוקה יא' פארשפרייט ווערן, אבער אז מען נעמט און באטראכט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און באשאפן מענטשן, האט ער דאך עס געטון פאר א סיבה, נישט אזוי? און די סיבה איז אז מען זאל אין דינען, דורך 'די אמת'ע רעליגיע, נא אויב דארף איך טשאזען א רעליגיע, לייגט זיך אידישקייט די מערסטע אויפן שכל צו זיין די ריכטיגע
הכל הוא נפענ''ד, און אדרבה, די מטרה איז ציצוקומען צום 'אמת', אויב איז עפעס נישט אמת, אדער נישט גערעדט צו דער זאך, דאן ברענגט עס ארויף און מיר וועלן עס דורכטון אונאיינען
עס איז דא אפאר מאל אין די היסטאריע פון כלל ישראל וואס מען קען זאגן אז דארט האט זיך עס אנגעהויבן.
איך וועל נישט ברענגען ר’ עקיבא, אזוי ווי
@רביה"ק זי"ע האט געברענגט ווייל די ענטפערסט אים זייער גוט, אז די תורה איז געווען פארדעם און נאכדעם. און אויב ברענגען ר’ עקיבא קענסטו ברענגען הלל, ר’ יוחנן בן זכאי ועוד
אבער עס איז דא אפאר מאל וואס מען זאגט קלאר אז מען האט נישט געוואוסט צו זאגן פון רוב תורה, און מען פארענטפערט עס מיט כל מיני תירוצים, די מערסט באקאנטע איז די ספר תורה וואס יהושיהו מלך יהודה האט
געטראפען אין בית המקדש, די צווייטע איז ביי די עליה פון עזרא וואס מען האט כמעט גארנישט געהאלטן ביז עזרא האט עס [צוריק] אוועקגעשטעלט. און דאס איז וואס באדערט מיר שטארק און אדרבה הלוואי זאל עס דא פארענטפערט ווערן
עס איז דא נאך אפאר וואס די קשיות זענען אבער נישט אזוי שטארק (לדעתי) ווי למשל אליהו בהר הכרמל, בימי השופטים איש כל הישר בעיניו יעשה ועוד
1) באווייזן צו א באשאפער האט קיין שום שייכות צו באווייזן צו די תורה.
מען קען זיין א פולשטענדיגער כופר בתורה, אדער גאר נישט וויסן אז ס'עקזיסטירט, און פארט גלייבן אין א העכערע כח וואס האט באשאפן יש מאין.
2) די נקודה אז 600,000 מענטשן האבן איבער געגיבן פאר זייערע קינדער וכו, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל דא אויף ק"ש.
למעשה: די נקודה האט קיין האפט אין זיך און איז פשוט נישט אמת ווען מען נעמט אין באטראכט די פילע תקופות ווען "כלל" ישראל האט נישט געהאלטן און נישט געוואוסט פון תורה ומצוות.
אוודאי האט מען פאר רבי עקיבא אויך געהיטן מצוות, אבער רבונו של עולם וואסערע מצוות האבן זיי געהיטן? די שומרונים קראים און רעפארמער היטן אויך מצוות, כ׳האב בכוונה געדרוקט אויף Rabbinic Judaism און נישט Judaism בכלליות ווייל קיינער דא איז דאך נישט אינטערעסירט אין אזעלכע שיטות אין אידישקייט ווי Biblical Judaism אדער Renewal Judaism. די רעליגיע וואס מיר היטן, ד.ה. משנה גמרא ספרי תוספתא איז פון רבי עקיבא, דאמר רבי יוחנן: סתם מתניתין רבי מאיר, סתם תוספתא רבי נחמיה, סתם ספרא רבי יהודה, סתם ספרי רבי שמעון, וכולהו אליבא דרבי עקיבא. והיה העולם שמם (שנשתכחה תורה - רש״י), עד שבא רבי עקיבא אצל רבותינו שבדרום ושׁנאה להם, רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון ורבי אלעזר בן שמוע, והם הם העמידו תורה אותה שעה.
איך וויל פארשטיין וואס דער עולם האלט, די אמונה אז מ׳דארף נישט היטן די תורה שבכתב ווייל ס׳דא א תורה שבעל פה וואס איז וויכטיגער, און אפילו דאס האבן די רבנים א כח צו טוישן אבער נאר רבנים וואס רופן זיך ארטאדאקס, און אז גאט זאגט איין זאך קענען די רבנים זאגן פארקערט ווייל תורה לא בשמיים היא, דאס האט אויך אן עדות פון 600,000 מענטשן?
לויט ווי איך פארשטיי, איז קיינמאל נישט אלעס ממש נשתכך געווארן, נאר מען איז געווארן נזנח און תורה און מצות, און עס איז יא אייביג געווען א שיינע צאל יראים ושלמים דוראויס אלע דורות,
נאר ס'געווען צייטן וואס די עולם האט גענויגט צו די תאוות העולם, ווי געצנדינעריי, וכדו' זענען געקומען עזרא, וכ' און געמאכט א קינות כלל ישראל, און אוועקגעשטעלט, דאס וואס מען האט שוין געוויסט,
בערך אזוי ווי א בעל תשובה היינט, וואס זיין זיידע איז פארכאפט געווארן און ציוניזם און אפגעלאזט אלעס, אבער די פרישע בעל תשובה, קען נאך אנפרעגן ביי זיין טאטע, אדער זיידע, האט באבי געצינדן לעכט? האבן זיי געווען רעליגיעזע אידן וואס האבן געגלייבט וואס מיין מחזיר בתשובה פארקויפט מיר, אדער איז עס אויסגעטראכט
רביה''ק זי''עאוודאי האט מען פאר רבי עקיבא אויך געהיטן מצוות, אבער רבונו של עולם וואסערע מצוות האבן זיי געהיטן? די שומרונים קראים און רעפארמער היטן אויך מצוות, כ׳האב בכוונה געדרוקט אויף Rabbinic Judaism און נישט Judaism בכלליות ווייל קיינער דא איז דאך נישט אינטערעסירט אין אזעלכע שיטות אין אידישקייט ווי Biblical Judaism אדער Renewal Judaism. די רעליגיע וואס מיר היטן, ד.ה. משנה גמרא ספרי תוספתא איז פון רבי עקיבא, דאמר רבי יוחנן: סתם מתניתין רבי מאיר, סתם תוספתא רבי נחמיה, סתם ספרא רבי יהודה, סתם ספרי רבי שמעון, וכולהו אליבא דרבי עקיבא. והיה העולם שמם (שנשתכחה תורה - רש״י), עד שבא רבי עקיבא אצל רבותינו שבדרום ושׁנאה להם, רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון ורבי אלעזר בן שמוע, והם הם העמידו תורה אותה שעה.
איך וויל פארשטיין וואס דער עולם האלט, די אמונה אז מ׳דארף נישט היטן די תורה שבכתב ווייל ס׳דא א תורה שבעל פה וואס איז וויכטיגער, און אפילו דאס האבן די רבנים א כח צו טוישן אבער נאר רבנים וואס רופן זיך ארטאדאקס, און אז גאט זאגט איין זאך קענען די רבנים זאגן פארקערט ווייל תורה לא בשמיים היא, דאס האט אויך אן עדות פון 600,000 מענטשן?
רבינו, לויט ווי איך פארשטיי, וויקלסט אויף א נייע נושא, וואס פארדינט זיך א באזינדערע אשכול,
די טענה'סט, אז שוין נאכן צוקומען אז אידישקייט איז ריכטיגע רעליגיע, ווער זאגט אז נאר די ארטידאקסישע רבנים, קענען זאגן וואס די תורה מיינט, אפשר גאר זענען די צדוקים/בייתיסים/קראים/נעאלאגן/משכילים/רעפארמער, גערעכט,
איז דאס דיין טענה?
ליב צו וויסן די נקודה אז 600,000 מענטשן האבן איבער געגיבן פאר זייערע קינדער וכו, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל דא אויף ק"ש.
למעשה: די נקודה האט קיין האפט אין זיך און איז פשוט נישט אמת ווען מען נעמט אין באטראכט די פילע תקופות ווען "כלל" ישראל האט נישט געהאלטן און נישט געוואוסט פון תורה ומצוות.
ביטע צייכן אהן די צייטן און היסטאריע, וואס גאנץ כלל ישראל האט טאטאל פארגעסן די גאנצע תורה, ביז עס איז געקומען איינער און אלעס דערמאנט, איך וויל עס שטאדירן, ייש''כ
עצי שטיםליב צו וויסן די נקודה אז 600,000 מענטשן האבן איבער געגיבן פאר זייערע קינדער וכו, איז שוין אויסגעשמועסט געווארן מערערע מאל דא אויף ק"ש.
למעשה: די נקודה האט קיין האפט אין זיך און איז פשוט נישט אמת ווען מען נעמט אין באטראכט די פילע תקופות ווען "כלל" ישראל האט נישט געהאלטן און נישט געוואוסט פון תורה ומצוות.
ביטע צייכן אהן די צייטן און היסטאריע, וואס גאנץ כלל ישראל האט טאטאל פארגעסן די גאנצע תורה, ביז עס איז געקומען איינער און אלעס דערמאנט, איך וויל עס שטאדירן, ייש''כ
איך האב אנגעצייכנט בקיצור אין די צייטן פון אחז מלך יהודה פאר יחזקיהו, פאר יהושיהו און פאר עזרא הסופר
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז אביסל קשה רישא לסיפא, פון דאס וואס איר שרייבט ''מ'קען דא שרייבן
מיט די ציל פון חתירה אל האמת לטובת אידישקייט.'' איז משמע אז אויב איינער שרייבט אבייעקטיוו, אן א מטרה לטובת סיי וועלכע אויסגאנג, וועט מען איהם שליסן.
ווידער פון די סיפא ''ס'וועט מיר אויסזעהן אז איינער איז דא נאר מיט'ן ציהל צו קלאפן און אפפרעגן וועט ער נישט קענען דא שרייבן'' איז משמע אז כל זמן ער צילט נישט אקעגן, אפילו אויב ער איז נישט לטובת, וועט מען איהם יא לאזן שרייבן, וצ''ע
מיין ארעמע מיינונג איז אז מען מיז צוקימען צו אמונה פשוטה נישט דא קיין ברירה נישט גאט מאכט סענס און נישט די תורה
טראכט אריין די תורה איז אזויווי להבדיל א געהעריגע פערי טעיל שטעקענעס ווערן שלענג וואסער ווערט בליט וואסער קימט פון א שטיין און ברויט רעגענט פון הימל
שפילערמיין ארעמע מיינונג איז אז מען מיז צוקימען צו אמונה פשוטה נישט דא קיין ברירה נישט גאט מאכט סענס און נישט די תורה
טראכט אריין די תורה איז אזויווי להבדיל א געהעריגע פערי טעיל שטעקענעס ווערן שלענג וואסער ווערט בליט וואסער קימט פון א שטיין און ברויט רעגענט פון הימל
לאמיך דא איבער שרייבן פאר דיר, וואס איך האב שוין געשריבן אונעם 'טענות הכוזרי' אשכול, וואס מיין פראבלעם מיט אמונה פשוטה איז,
איך פול מיך ווי א נאר, און ווי א סטופיד מענטש, צו גלייבן אז אידישקייט איז די אמת, 'בלויז' ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי אויסגעלערנט, און איך בין געבוירן אין אזא סביבה,
און דער צייט וואס איך ווייס אז די מוסלאמענער טאטע לערנט זיין זוהן איסלאם, און די קריסט לערנט זיין זוהן, די קריסטליכע גלויבונג,
נאר איינער איז גערעכט, און אלע אנדערע זענען נישט, סאו, בלויז גלייבן, לשם גלייבן? אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען? נאר ווייל איך בין דא געבוירן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס
עצי שטיםרבינו, לויט ווי איך פארשטיי, וויקלסט אויף א נייע נושא, וואס פארדינט זיך א באזינדערע אשכול,
די טענה'סט, אז שוין נאכן צוקומען אז אידישקייט איז ריכטיגע רעליגיע, ווער זאגט אז נאר די ארטידאקסישע רבנים, קענען זאגן וואס די תורה מיינט, אפשר גאר זענען די צדוקים/בייתיסים/קראים/נעאלאגן/משכילים/רעפארמער, גערעכט,
איז דאס דיין טענה?
מיין טענה איז, לאז אפ די אלע חקירות און פילאזאפיעס וואס פירן נישט אין ערגעץ און לאמיר רעדן הלכה למעשה, פילאזאפיע קען נישט גארנישט אויפווייזן, קיינער האט נאכנישט אויסגעהיילט קיין מחלות דורך פילאזאפיע, די מציאות קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט אונזער common sense. דערמאנסט מיר א מעשה, כ׳פלעג מיך אמאל דרייען ביי עפעס א באבא, האט אמאל איינער פון די פרענקן דארט, נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נאר, איהם געפרעגט אז איינער דרייט איהם א קאפ וועגן איינער יאשקע וואס איז משיח, וואס זאל איך איהם ענטפערן? האט איהם דער באבא געענטפערט אז ער האט נישט געקענט דעם יאשקע, יתכן אז ער איז געווען א וואוילער איד, גאנץ מעגליך אז ער איז געווען א גרויסער צדיק, אבער משיח פון וועם דער פסוק אין ישעיה רעדט איז ער נישט געווען ווייל קיין איין פסוק איז נישט מקוים געווארן דורך איהם...
פארשטייסטו, מ׳דארף נישט אריינגיין אין איררעלעוואנטע פילאזאפיעס, מ׳קען גיין גראד צום נקודה און געגאנגען ווייטער.
א רב וואס האלט זיך פאר א שטיקל אויפגעקלערטער האט זיך באקלאגט אמאל צו מיר אז מ׳פארקויפט אזויפיל שטותים אין די נאמען פון אידישקייט און אסאך מענטשן ווען זיי הערן אויף גלייבן אין די שטותים הערן זיי אויף גלייבן אין אלעס, למשל ער האט א חבר א גורער וואס האט אויפגעהערט האלטן דעם בית ישראל׳ס תקנות און צוזאמען דערמיט האט ער אויך אויפגעהערט האלטן הרחקות אינגאנצן. האב איך איהם געזאגט אז גערעכט איז ער, פארוואס איז רבי זירא׳ס חומרות ווייניגער שטותים ווי דעם בית ישראל׳ס חומרות? וואו שטעלט מען זיך אפ? און צווישן מיר און דיר, ווער זאגט אז מ׳דארף זיך ערגעץ אפשטעלן? 😛
עצי שטיםיעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה
דער וועג וויאזוי אונז ווייסן אז די תורה איז אמת, און אז ס'איז מסורה לנו מה' ביים בארג סיני, איז דורך מסורה, מיין טאטע, האט מיר אזוי נאכגעזאגט פון מיין זיידע ביז ארויף צו די זיידעס וואס זענען דארט געשטאנען ביים בארג סיני (און אזוי אויך דיין טאטע ביז ארויף)
נא האמיר דאך א קלארע מסורה, אויב איז עס ליגנט דאן ווער האט עס אויסגעטראכט און פארקויפט פאר גאנץ כלל ישראל, און פארוואס זאל מען עס אפקויפן?
אבער צו דעם איז דא אפאר שוועריקייטן, קודם כל, אויב אזוי, דאן וויאזוי איז קריסטליכע רעליגיע, און די מוסלאמענער רעליגיע, ועוד, צושטאנד געקומען? פארוואס האבן די מענטשן עס אפגעקויפט? אלא מאי מוז זיין אז מען קען יא איינרעדן מענטשן נאכצופאלגן א רעליגיע,
און נאך א קשיא, (וואס איז געברענגט געווארן אין די כזרי אשכול) אפשר האבן עס טאקע נישט גאנץ כלל ישראל אפגעקויפט, נאר מיט די יארן האט מען עס איינגעבאקן, און אויסגעשפיגן די אימגלויביגע וכ' און אזוי איז געווארן כלל ישראל,
צו דעם דארף מען פארשטיין די יסודות'דיגער חילוק פון די אידישע רעליגיע ביז אלע אנדערע רעליגיעס,
אלע אנדערע רעליגיעס, האבן זיך אנגעהויבן דורך איין אינציגער מענטש, ביי די קריסטן איז עס דזיסעס, ביי די מוסלאמענער, איז עס מוחאמוד, וכ', זיי זענען געקומען און זיך אהערגעשטעלט ווי נביאים, און געזאגט כה דיבר ה' אילי וכ', רוב עולם האט עס אויסגעלאכט, אבער צעביסליך האבן עס מענטשן אנגעהויבן צו גלייבן, מענטשן זענען בטבע גלויביג אין זאכן וואס מען קען נישט קלאר אויפווייזן אז עס איז פאלטש, נו גיי ווייז אויף אז ער איז נישט קיין נביא, און פון איין דור ביז די אנדערע, האט זיך עס מער און מער אנגעקלעבט, און עס איז אריבער מדור לדור, און אזוי איז דא א רעליגיע
אבער ביי אדישקייט איז דא א שטארקע פראבלעם צו זאגן אז עס איז פאלטש, די מסורה גייט אז עס זענען געשטאנען ביים בארג סיני, 600,000 אידן, וואס יעדער פון זיי האט געהערט און געזען ווי די באשעפער האט געגעבן פאר אונז די תורה, נא וויאזוי גייט מען איינרעדן אזא ליגנט צו א גרופע מענטשן? מען קען עס גלייך אויפוויזן אויף פאלטש, מען גייט צו די טאטע און מען פרעגט, האט זיך טאקע די באשעפער באוויזן פאר דיר ביים סיני אזוי ווי דער כריזמאטישער יהושע פארקויפט אונז, אדער איז עס הוילע פאנטאזיעס? עס איז גאר שווער איינצורעדן אזא ליגנט, וויל מען קען עס גלייך אויפוויזן אלץ פאלטש
יעצט וועגן דעם האב איך געמאכט די גאנצע הקדמה פון מציאות השם, ווייל למעשה קען מען אויפקומען, און מדחיק זיין וויאזוי, אזא ליגנט זאל 'דוקה יא' פארשפרייט ווערן, אבער אז מען נעמט און באטראכט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, און באשאפן מענטשן, האט ער דאך עס געטון פאר א סיבה, נישט אזוי? און די סיבה איז אז מען זאל אין דינען, דורך 'די אמת'ע רעליגיע, נא אויב דארף איך טשאזען א רעליגיע, לייגט זיך אידישקייט די מערסטע אויפן שכל צו זיין די ריכטיגע
הכל הוא נפענ''ד, און אדרבה, די מטרה איז ציצוקומען צום 'אמת', אויב איז עפעס נישט אמת, אדער נישט גערעדט צו דער זאך, דאן ברענגט עס ארויף און מיר וועלן עס דורכטון אונאיינען
יודישקייט איז אויך געקימען פון איין מענטש! פארגעס פון הר סיני , אברהם אבינו איז איין מענטש און ער האט געזאגט אז גאט האט זיך צו מיר באוויזן פונקט ווי אנדערע רעליגיעס ...
קאצקע ציקערעצי שטיםיעצט לאמיר זיך ריקן ווייטער, און דערביי וועט אפשר קלאר ווערן פארוואס איך האב געמיסט אזוי מאריך זיין אונעם חלק, פון מציאות הבורה

פארגעס נישט פון הר סיני, ווייל דארט האט מען זיך געקענט אליין איבערצייגן, אז דאס וואס אברהם אבינו האט געלערנט איז געווען אמת
רבינו: קום אריין קלאר מיט וואס די ווילסט זאגן, פארוואס זאגסטו אז חקירה ברענגט נישט אין ערגעץ? אלע צדיקים פארן בעש''ט זענען געגאנגען אויפן מהלך פון חקירה, אויב וואלט מען מיט חקירה אנגעקומען צום אויספיר אז ג-ט איז שטיתים, דאן גיימיר שוין עסן א שטיקל חזיר, עס איז גאר שטארק נוגע...
און בנוגע די מעשה פונעם רב, עס זעט מיר שטארק אויס אז די ביסט נוטה, נאר אנצינעמען תורה שבכתב, און נישט תורה שבע''פ, בין איך גערעכט?