☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פון מחיית עמלק ביז ראסיזם און נאציזם

פון מחיית עמלק ביז ראסיזם און נאציזם

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12150

נקודת-אמת » דינסטאג פעברואר 27, 2018 12:20 pm

· #396513
פון מחיית עמלק ביז ראסיזם און נאציזם
אלץ א נושא וואס האט זיך אנגעפאנגען דא און הקריאה מעוררת הזמן
האב איך מחליט געוועהן צו ארויפברענגען דער נושא אויפן טיש.

איז ע"פ תורה ראסיזם א פראבלעם צו גאר פארקערט א גוטע השקפה.

קען זיין אז השקפת התורה גייט אריין אין הגדרה פון נאציזם ווען מ'האט געהייסן דערמארדן א פאלק וואס זייערע זיידעס האבן מלחמה געהאלטן מיט אונזער פאלק,
פארשטייט זיך אליינס אז די חסידישע הסברים אויף מהותו ופנימיותו של עמלק והשפעתו לדורות מאכט אביסל איידעלער די געפיהל, אבער דאך...

איך אלץ א ייד וואס ווייסט אז: גוט איז וואס די תורה האט ליב, און שלעכט איז וואס די תורה האט פיינט,
און נישט קיין נפק"מ וויפל מלומדים וועלן מיר מסביר זיין אז אט דאס איז דער געפערליכער ראסיזם,
נו שוין, יעדער איינער אויפן וועלט איז א ראסיסט במידת מה ווי די פשוט'ע דוגמא וואס מ'האבן מיר געברענגט דא.

איך וואלט מיר געפרייט אויב איינער וואס האט שוין א דורך געטוהן דער אישו, זאל צו לייגן מידיעותיו והסבריו.

ייש"כ.

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג מערץ 20, 2018 11:12 am

· #397858
[ציטאט אראפגענומען]


חסידות

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 20, 2018 12:13 pm

· #397864
א שופר-איז-א שופר: דו מאכסט א טעות. ביי מיר איז חסידות כאפן שיריים פון רעבי'ן און קוקן ווי דער רבי מאכט העוויות מיט די הייליגע הענט בשעת אכילה. ארויסגיין הכנות פאר נשמת...!

יא. שיעור פארגעסן... זעהן די רבי'ס פיקטשער אין די וואך בשעת ער זאגט די ברכת אשר יצר...ניין...נישט אונטער די חופה. נאר ווען ער קומט ארויס פון בית הכסא..!

מי אני » מאנטאג אפריל 22, 2019 8:00 am

· #428845
בנוגע די צווי פון מחיית עמלק און Normative מאראלישקייט, איז געווען דערויף אן אינטרעסאנטע שמועס אין שבת בלעטל (8 און 9); בייגעלייגט merged.
📎 שבת בלעטל - מחיית עמלק.pdf

מי אני » זונטאג מערץ 13, 2022 7:02 pm

· #496505
📎 51C8E723-4059-4938-9BC9-F008187740C3.jpeg

מי אני » מיטוואך יולי 13, 2022 2:16 pm

· #504087
📎 1.jpg 📎 2.jpg 📎 3.jpg 📎 4.jpg דר. עלעסטעיר האָנטער.