נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
שוחטים לייגט אראפ דעם חלף און נעמט א פייפעט אין האנט. צוויי כפילאי נוכראי האבן היינט געמאכט א שהכל אויף אן עיבור-ירך-אמו-דיגע פליייש-לאטקע געוואקסן אין א לאבאראטאריע. די חברה שאצן אז אין די תש"ץ יארן וועט זיין צו קויפן אין די געשעפטן פארווע בשר פאר די ניין טעג. לכאורה וועט זיך אויספעלן א הכשר אז ס'איז נישט קיין יוצא מן הטמא.
<a class="postlink" href="http://mobile.reuters.com/article/idUSBRE9740PL20130805?irpc=932">http://mobile.reuters.com/article/idUSB ... 5?irpc=932</a>
הערשיפארווע בשר
ווי איך פארשטיי קומט דאס פון געהאדעוועטע בהמה-צעלן, דארף מען דן זיין אין די גדר פון פליישיג...
ונבנתה העירהערשיפארווע בשר
ווי איך פארשטיי קומט דאס פון געהאדעוועטע בהמה-צעלן, דארף מען דן זיין אין די גדר פון פליישיג...
מילך קומט אויך פון בהמה צעלן.
הערשי בדמו ידע... דם נעכר איז אפשר א נייע מציאות.
איני יודע, כ'זאג נאר אז מען דארף מגדיר זיין וואס גיבט דעם סטאטוס 'פליישיג'.
הערשישוחטים לייגט אראפ דעם חלף און נעמט א פייפעט אין האנט. צוויי כפילאי נוכראי האבן היינט געמאכט א שהכל אויף אן עיבור-ירך-אמו-דיגע פליייש-לאטקע געוואקסן אין א לאבאראטאריע. די חברה שאצן אז אין די תש"ץ יארן וועט זיין צו קויפן אין די געשעפטן פארווע בשר פאר די ניין טעג. לכאורה וועט זיך אויספעלן א הכשר אז ס'איז נישט קיין יוצא מן הטמא.
<a class="postlink" href="http://mobile.reuters.com/article/idUSBRE9740PL20130805?irpc=932">http://mobile.reuters.com/article/idUSB ... 5?irpc=932</a>
פארגעס פון די ניין טעג. דאס איז דאך די solution צו די בהמה רעכטן פראבלעם. איך זעה דא פאר א געוואלדיגע תיקון אויף א פראבלעם וואס האט נאך נישט ערשיינט אויפן אויבערפלאך אבער עס וועט ע"פ דרך הטבע ערשיינען אין די גאר נאנטע צוקונפט.
הייסט אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קענען אריינגיין אין א מאקדאנדעלדס, און עסן א טשיז-בערגער מיט א OU-D... משיח'ס צייטן.
(חוץ אויב די קעז וועט אויך זיין סינטעטיש, וועט עס זיין א פלעינע OU)
געפילטע פישהייסט אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קענען אריינגיין אין א מאקדאנדעלדס, און עסן א טשיז-בערגער מיט א OU-D... משיח'ס צייטן.
(חוץ אויב די קעז וועט אויך זיין סינטעטיש, וועט עס זיין א פלעינע OU)
זייער אסאך פון היינטיגע סלייסד (אמעריקען) קעז האט אין זיך מער פלאסטיק ווי מילך
➡️ די רויטע גענעקער זענען מקיים דעם רק את דמכם אדרוש מיט אזא הידור אזש די איין שטערנדיג רעפובליק שטייט
אויסצולויפן פון סמא דמותא נאכן פארן תכלה שנה וקללותיה.
די מאנגל איז געשאפן געווארן נאכדעם וואס קאמפאניס האבן דערקלערט "קריג איבער דראגס", און די רעגירונג איז געצווינגען געווארן צו שווערצן די קרייטעכצער פון אויסלאנד.
אבער די באגרעניצונגען אנטמוטיגען נישט די וועלכע זענען צוגעבינדן צו די שעדליכע סובסטאנצן. "מיר גלייבן אז מאן דיהיב חיי יהיב מותא", זאגט מר. קלארק. די קאמפאניס דארפן אנערקענען אז מיתת בי"ד איז א פאקט, און אויב וועלן זיי עס נישט לעגאליזירן וועט עס פאסירן אויפן שווארצן מארק, ותוצאותיו מי ישורנה.
מאלאריע וואקסין
מ'הערט פיינע נייעס אויפן פראנט קעגן מאלאריע. צום ערשטן מאל איז געלונגען פאר פארשער צו פראדוצירן א וואקסין וואס באשיצט הונדערט פארצענט קעגן מאלאריע.
אויב איר זענט ווי רוב אמעריקאנער, זענט איר אודאי תמיד באזארגט איבער די מחלה. וויץ. אבער אין אפריקע און אזיע איז דאס ווייט פון א וויץ. ס'איז אן אנדרלומסיא וואס איז הורגת טובים ומוטבים.
און קורצן, מין חיה יש וואס הייסט פלאזמאדיום. ס'א מיקראסקאפישע בריה.ענדליך צו א באקטיריום, נאר א העכערע דרגה. די משפחה פלאזמאדיום האט פינף מיטלידער, און צווישן זיי איז פאלסיפארום דער ווילדסטער, אבער זיינע ברידער זענען נישט קיין צדיקים. פלאזמאדיום האדעוועט זיך אין די קישקעס פון מאסקיטאס. אינעם מאסקיטא איז פלאזמאדיום אן אנגעלייגטע גאסט און מאכט נישט קיין פראבלעמען. פון די קישקעס קריכן די חברה צו די שפייעכץ דריזן, און ווען די מאסקיטא בייסט א מענטש צו זייגן זיין בלוט, כאפט זיך פלאזמאדיום אריין אין בלוט שטראם. אינעם מענטשליך בלוט מאכן זיי זייער היים. האבן חתונה און שטעלן אויף דורות. זיי אינוואדירן די רויטע צעלן און זייען אן ערענסטע חרבנות.
די וואקסין פארשער האבן געדארפט איבערקומען דריי נסיונות. איינס זענען זיי שוין בייגעשטאנען, און ביי די אנדערע צוויי דארף מען נאך רחמי שמים.
איינס, וויאזוי האדעוויט מען אויף אומשעדליכע באצילן? פלאזמאדיום וואקסט נישט אין קיין טעלערל, נאר אין מאסקיטאס.
האט מען גענומען מאסקיטאס און מ'האט זיי געלאזט בייסן א קראנקן. דערנאך האט מען געלאזט די אנגעשטעקטע מאסקיטאס זיך פארמערן. דערנאך האט מען סטערעליזירט די מאסקיטאס וכל תכולתם מיט ראדיאציע וואס פארניכט די מעגליכקייט פון דנ"א זיך צו דאפלן עפפעקטיוו. איצט האט מען פלאזמאדיום וואס זענען עקרות און דערום אומשעדליך.
ס'ווערט שוין שבת, המשך יבוא.
העכסט אינטערעסאנטע נייעס: מען גרייט זיך צו דורכפירן א
קאסטבארא שטודיע צו אויספיגערן די גאנצע גענאם פון עטליכע הונדערט אשכנזי'שע אידן, אריינגערעכנט א טייל וואס האבן פאטאלע קרענק. וויבאלד אשכנזי'שע אידן האבן ענליכע גענאמס צוליב דעם וואס הן עם לבדד ישכון, איז גרינג (כאילו ס'איז אזוי גרינג) צו דערקענען וועלכע גענע מוטאציעס ברענגען די קרענק, און מען וועט זיי האפנטליך קענען פארמיידן להבא.
11 יעריג קינד אין קאלעזש לערנט קוואנטום פיזיקס
זיי זאגן אז ער וועט מעגליך האבן א דיפלאמע אין קוואנטום פיזיקס איידער זיין דרייווערס לייסענס.
<a class="postlink" href="http://dfw.cbslocal.com/2013/08/27/tcu-college-freshman-is-just-11-years-old/">http://dfw.cbslocal.com/2013/08/27/tcu- ... years-old/</a>

מן הסתם געהאט א באבע א איד...
א צייט צוריק האב איך געשריבן
א פאוסט איבער דעם סייענטיפיק מעטאד וואו כ'האב בתוך הדברים אויך מסביר געווען דעם ענין פון א היפאטעזע - א אפשאצונג וואס די הסבר פאר א געוויסע נאטורליכע ערשיינונג קען זיין, און א טעאריע - א מער קאנקרעטע, ראיות-באזירטע הסבר. אין אן אנדערן אשכול האב איך פארפירט איבער דעם צויבער-ווארט "נאטורליך" וואס מענטשן נוצן צו פארטושן א קאפ כאילו געוויסע פראדוקטן זענען בעסער און/אדער געזונטער וויבאל זיי זענען "נאטורליך". אין
אן אינטערעסאנטן ארטיקל אין סייענטיפיק אמעריקען רעכענען זיי אויס 7 וויסנשאפטליכע ווערטער און פראזן וועלכע ווערן נישט גענוצט דורכן המון עם.
דער ערשטער ווארט אויף די ליסטע איז היפאטעזע. דאס איז גראדע געווען א חידוש פאר מיר אויך. אנדערש ווי רוב מענטשן מיינען אז hypothesis איז בלויז אן "educated guess", איז דער אמת - לויטן ארטיקל שרייבער - אז אן היפאטעזע איז נאר ראוי צו ווערן אנגערופן מיט דעם נאמען אויב קען מען דעם היפאטעזע שטעלן אונטער פראבע דורכן דורכפירן טעסט וואס אויב פאלן זיי דורך טוען זיי אויפווייזן אז די היפאטעזע איז פאלש.
די צווייטע פראזע אויף די ליסטע איז "נאר א טעאריע". שוין צענדליגע מאל וואס מענטשן האבן מיר געזאגט "עוואלוציע? ס'נאר א טעאריע!". די פראבלעם נעמט זיך ווייל אין די אלגעמיינע שפראך ווערט טעאריע גענוצט פאר א השערה. אנדערש איז אבער אין סייענטיפישע זשארגאן ווי טעאריע ווערט גענוצט אנצוצייכענען א הסבר פאר א נאטורליכע פענאמענאן וועלכע שטייט אויף פעסטע יסודות פון ראיות, א שטייגער ווי די טעאריע פון גראוויטי, די טעאריע פון דזשערם און יא, די טעאריע פון עוואלוציע.
די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.
לאו דוקא hypothesis. ווי
קארל פופר האט מסביר געווען, קען זיך סייענס בלויז באפאסן מיט טענות וואס קענען אפגעפרעגט ווערן. עפעס וואס קען נישט אפגעפרעגט ווערן אויב ס'איז פאלש האט סייענס דערמיט גארנישט, א שטייגער ווי עדות שאי אתה יכול להזימה. און דאס איז ווייל
סייענס קען בכלל נישט אויפווייזן, זי קען בלויז אפפרעגן. (ס'איז נישט אזוי פשוט, און פארשטייט זיך אז אינטואיציע איז צו דעם נישט מסכים, אבער אזוי איז מער-ווייניגער אנגענומען אין די היינטיגע אנאליטישע וועלט פון philosophy of science).
עוואלוציע אלס טעאריע דארף גענומען ווערן אינעם אויבנדערמאנטן קאנטעקסט, ס'מיינט נישט אז ס'איז אויפגעוויזן (אדער אפי' אז די סייענטיסטן האלטן אז ס'איז אויפגעוויזן), ס'מיינט אז די סייענטיסטן האלטן אז ס'שטימט מיט אלעס וואס מיר ווייסן (און דאס איז אויך א גרויסע מחלוקה).
יידל
די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.
Case in point, סם איז אויך נאטורליך, גיפטיגע בעלי חיים זענען אויך. בדידי הוה עובדא, גענומען א הונדערט פראצענט נאטורליכע סופלעמענט און עס האט פארגיפטעט מיין פארדייאונגס סיסטעם.
שליח, געוואלדיג. איך האב שוין לאנג געווארט אויף אזא איינער ווי דיר, וואס זאל שיין פארענטפערן וויאזוי די אלע שווערע קשיות שטימען מיט וואס אונזערע רבי'ס האבן געלערנט. און רעקאנסיילן די צוויי - פון אויבן אויף - "אויסקוקנדע" קעגנגעזעצטע לערנונגען. -- טעאלאגיע מיט סייענס.
ס'איז גוט אז מיר האבן דיר דא, צו באלאנסירן די מיינונגען און פארפעסטיגן אונזער ערליכע געדאנקען גאנג וואס די גוים זוכן אויסצורייסן.
איך געפין פאר א זכיה צו דרייען זיך מיט דיר אונטער איין שאטן, זעהענדיק וואו דו האסט א יד ורגל אין יעדען תחום, און שטענדיג א גוטע ענטפער אויפ'ן פלאץ, ווען די מאדערנע חכמות שטעלן אין געפאר די יסודי הדת. אלס טיפיזיניגע מחדש, און גלייכצייטיג מיט דיין וואונדערליכע אנאליטישן צוגאנג, און גליטשיגע פיש-הויט, טרעפסטו שוין אייביג א אויסוועג וויאזוי מ'קען מעגליך אריינלערנען פשט, און פארשטיין -- אונז אדער זיי.
😳
אלעס קען איך באשטיין, אבער קיין גליטשיגע פיש הויט האב איך נישט. כ'פארמאג סנפירים וקשקשים. 🙂
הוגהיידל
די לעצטע ווארט אויף די ליסטע איז "נאטורליך". אנדערש ווי ס'איז אנגענומען ביי פילע, איז נישט אלעס וואס איז נאטורליך געזונט, און נישט אלעס וואס איז ארטיפישעל איז נישט געזונט.
Case in point, סם איז אויך נאטורליך, גיפטיגע בעלי חיים זענען אויך. בדידי הוה עובדא, גענומען א הונדערט פראצענט נאטורליכע סופלעמענט און עס האט פארגיפטעט מיין פארדייאונגס סיסטעם.
אויב איז דיין הונדערט פערצענטיגע נאטורליכע סופלימענט געקומען אין שיינע גליטשיגע פילעכלעך איז דאס נישט א ראי', ס'איז ענדערש נישט ריכטיג געלעיבעלט.
כ'וויל נישט צופיל אריינהאקן, מ'וועט נאך מיינען אז כ'וויל עפעס פארענטפערן, אבער לאמיר נאר אויסקלארן.
@געפילטע פיש, בעפאר ניוטאן איז אויפגעקומען מיט זיין טעאריע וואלט יא א נארמאלער מענטש אראפגעשפרינגען?
איר זעהט, דער צעטל איז גארנישט מער ווי פוסטע רעטאריק.
ניוטאן האט נישט מחדש געווען אז ווען א מענטש שפרינגט פון א בארג פאלט ער אראפ, דאס ווייסן מיר אהן אים אויך (יעדער וואס האט שוין געהאט א צוויי-יעריגס ווייסט אז זיי עקספערימענטירן דאס הונדערטער מאל מיט עסצייג און פלעשלעך). ניוטאן האט אויסגעארבעט דער מעכאניק און חשבון וויאזוי דאס גייט צו, און יא, דאס איז בלויז א טעאריע.
יעצט, וואס מיינט "בלויז א טעאריע"? אין טאג-טעגליכע געשפרעך מיינט עס אומזיכער, קען אזוי און קען זיין פארקערט. אויף דעם האט
@יידל צוגעברענגט אז לגבי סייענס איז דאס נישט ריכטיג, טעאריע מיינט דארט די העכסטע וודאות. אבער וואס מיינט "די העכסטע וודאות" אין סייענס? אויף דעם האב איך צוגעברענגט אז די אנגענומענע פאראדיגמע היינט איז אז ס'מיינט נישט עפעס וואס איז אויפגעוויזן, ווייל סייענס קען נישט אויפווייזן, ס'מיינט עפעס וואס שטימט דורכאויס מיט אלעם וואס מיר ווייסן, און ניוטאן'ס טעאריע שטימט טאקע מיט אלעם וואס מיר ווייסן (בערך, עכ"פ ווילאנג מ'ברענגט נישט אריין רעלאטיוויטעט אין בילד).
@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה. ווייל למעשה איז סייענס אויפגעוויזן צו זיין איינע פון די שטערקסטע וועגן צו דערגיין דעם אמת. דהיינט, וויבאלד עס איז פארהאן אזויפיל געלעגנהייטן יעדן טאג אז ניוטאנ'ס טעאריעס זאלן צוזאמפאלן, און פונדעסטוועגן שטייט עס קביע וקיימא פעלזן פעסט, מיינט דאס, עכ"פ אין אונזער שפראך, אז דאס איז אויפגעוויזן beyond reasonable doubt. וואס דו זאגסט איז ריכטיג אין די פילאזאפיע פון סייענס, נישט אין די פאקטישע וועג ווי אזוי די תוצאות פון סייענס ווערן אויסגעטייטשט. געווען אמאל צייטן וואס מ'האט פראקטיצירט סייענס לויט לאגישע און פילאזאפישע הוכחות, און איך דארף דיר נישט זאגן וואו מען איז אנגעקומען.
והשנית, אפילו אין די טעאריע פון עוואלוציע איז אויך דא פאקט און טעאריע. דער פאקט איז אז בעלי חיים האבן זיך עוואלווד, די טעאריע, דהיינו די מעכאנזים ווי אזוי דאס האט אנגעבליך פאסירט, איז נאטורליכע סעלעקציע. ממילא אפילו איינער איז נישט איבערצייגט אין די מעכאניזם, איז נאכאלס נישטא קיין סיבה צו זיין מסופק אין די פאקט פון עוואלוציע, וואס מיר קענען זען מיט די אייגענע אויגן, סיי ביי די היינטיגע בעלי חיים, און סיי דורך באטראכטן די איבערגעבליבענע שיריים פון די אמאליגע בעלי חי.
והשלישית, אויב מיר זוכן צו פארענטפערן בראשית ברא, וועט דאס זיכער נישט העלפןן, וויבאלד סייענס האט שוין עכ"פ אויפגעוויזן אז ששת ימי בראשית כפשוטו איז זיכער נישט אמת. ממילא אפילו איינער וויל נישט אננעמען די מסקנות פון סייענס ווייל "סייענס קען גארנישט אויפווייזן", פונדעסטוועגן בלייבט ער סטאק און ער קען נישט אננעמען בראשית ברא אויך נישט (אויב ער גלייבט אין סייענס פארשטייט זיך), בלייבט ער קרח מכאן וקרח מכאן.
די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.
יאיר איך גיי דיר פרעגן א קריוזער משל אבער איך קען באשטיין א מער נארמאלן תירוץ.
שאלה 1) וואס דארף איך טון אויב לאמיר זאגן ס׳דא א א פסוק אין די תורה אז אויף 13טע עוועניו קר 45ט איז פארהאן א גרויסער בוים עד היום הזה, און למעשה מיינע פליישיגע אויגן זעט נישט קיין זכר פון קיין בוים.
שאלה 2) אויב די שטייסט פאר א רויט לייט דינסטיג 12pm, און א חבר ווייזט דיר אויף בפירוש און די תורה איז יעצט איז עכט גרין, אבער למעשה פארסטו נישט דורך ווייל האסט מורא צו פארן רויט ביסטו אן אפיקורס?
פארשטיי אז ביים ערשטען משל מיטן בוים, נישט קיין חילוק וואס איך גלייב מאכט דאס נישט קיין למעשה׳דיגער דיפערענס און מיינע מעשים .
יאיר@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה.
שליחמ'וועט נאך מיינען אז כ'וויל עפעס פארענטפערן
אשר יגורתי יבא לי...
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין התחלת תירוץ אויף עניני תורה ומדע. אויב האב איך יא געהאט דא אן אגענדא איז דאס געווען עפעס אנדערש: אסאך זענען דורכאויס פארבלענדעט פון סייענס און לאגיק, יעדע זאך מוז זיין אויסגעהאמערט דורך אנאליטישע חשבונות אדער מורגש מיט די חושים, אינטואיציע איז בבל יראה. דער אמת איז אבער אז איינס אנעם צווייטן איז נישט מעגליך. אין אנדערע ווערטער, סייענס בויט זיך ענדערש אויף אינטואיציע ווי לאגיק, לאגיק קען בלויז צעווארפן, נאר אינטואיציע זאגט אז א טעאריע איז אויפגעוויזן,
(טאקע די זעלבע אינטואיציע וואס זאגט מיר אויך אז כ'בין א בעל בחירה, און דארט איז עס נאך שטערקער ווייל ס'זאגט נישט אויף די וועלט נאר אויף זיך). דוכט זיך אז איר
שרייבט אויך אזוי, אז אלעס דארף זיך בסופו של דבר בויען אויף אינטואיציע, ממילא אין דעם פאל קריגן מיר זיך גראדע נישט.
כאמור בין איך בכלל נישט געקומען פארענטפערן בראשית ברא, בלויז איין הערה'לע: לגבי עוואלוציע איז מערסטענס פאקט אז בע"ח קענען עוואלוון ביז א געוויסע גראד, און אפשר אויך אז זיי האבן עוואלווד אביסל. אבער ווי ווייט און וויאזוי די עוואלוציע איז געגאנגען (ובעיקר צו ס'האט איבערגעהיפט irreducibly complex שטאפלען) איז לכל היותר טעאריע. צו בראשית ברא איז כפשוטו איז תלוי אין טעאריע, נישט אין פאקט (צו ס'מאכט א נפק"מ איז א שמועס פאר זיך).
יאיר
די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.
נישט ריכטיג, סייענטיפיש גיי ווייטער ארויף דעם לייטער, קומען מיר אן צו שטערן שטויב, גיי נאך ווייטער, קומען מיר אן צו ענערגיע, גיי נאך ווייטער קומט מען אן צו "נישט" "אין" "תוהו"
לפי פשוטו של מקרא, עפר פון אדמה, וואס לויט רוב אידישע דענקער האט גט ממציא געווען פון אפס הגמור.
ועל זה אמר שלמה בחכמתו, כל הנחלים הולכים אל הים
יאיר@שליח , איך ווייס נישט אויב דו זוכסט דערמיט זיך צו ארויסדרייען פון די סתירות צווישן תורה ומדע, אבער אויב יא איז דאס א קנאפע נחמה. ווייל למעשה איז סייענס אויפגעוויזן צו זיין איינע פון די שטערקסטע וועגן צו דערגיין דעם אמת. דהיינט, וויבאלד עס איז פארהאן אזויפיל געלעגנהייטן יעדן טאג אז ניוטאנ'ס טעאריעס זאלן צוזאמפאלן, און פונדעסטוועגן שטייט עס קביע וקיימא פעלזן פעסט, מיינט דאס, עכ"פ אין אונזער שפראך, אז דאס איז אויפגעוויזן beyond reasonable doubt. וואס דו זאגסט איז ריכטיג אין די פילאזאפיע פון סייענס, נישט אין די פאקטישע וועג ווי אזוי די תוצאות פון סייענס ווערן אויסגעטייטשט. געווען אמאל צייטן וואס מ'האט פראקטיצירט סייענס לויט לאגישע און פילאזאפישע הוכחות, און איך דארף דיר נישט זאגן וואו מען איז אנגעקומען.
והשנית, אפילו אין די טעאריע פון עוואלוציע איז אויך דא פאקט און טעאריע. דער פאקט איז אז בעלי חיים האבן זיך עוואלווד, די טעאריע, דהיינו די מעכאנזים ווי אזוי דאס האט אנגעבליך פאסירט, איז נאטורליכע סעלעקציע. ממילא אפילו איינער איז נישט איבערצייגט אין די מעכאניזם, איז נאכאלס נישטא קיין סיבה צו זיין מסופק אין די פאקט פון עוואלוציע, וואס מיר קענען זען מיט די אייגענע אויגן, סיי ביי די היינטיגע בעלי חיים, און סיי דורך באטראכטן די איבערגעבליבענע שיריים פון די אמאליגע בעלי חי.
והשלישית, אויב מיר זוכן צו פארענטפערן בראשית ברא, וועט דאס זיכער נישט העלפןן, וויבאלד סייענס האט שוין עכ"פ אויפגעוויזן אז ששת ימי בראשית כפשוטו איז זיכער נישט אמת. ממילא אפילו איינער וויל נישט אננעמען די מסקנות פון סייענס ווייל "סייענס קען גארנישט אויפווייזן", פונדעסטוועגן בלייבט ער סטאק און ער קען נישט אננעמען בראשית ברא אויך נישט (אויב ער גלייבט אין סייענס פארשטייט זיך), בלייבט ער קרח מכאן וקרח מכאן.
די איינציגסטע אויפטו איז פאר די וועלכע קענען נישט משלים זיין די מציאות אז מיר זענען נישט באשאפן געווארן פון א שטיק ערד נאר פון אנדערע בעלי חיים.
דרך אגב איז דאך ניוטונ'ס מאדעל אוועקגעשטופט געווארן אין טייל, רעכענענדיג צייט צו זיין אבסאלוט, דורך איינשטיין וואס האט ערפינדן אז צייט איז רעלאטיוו, נאר איז פראקטישער אין באנוץ וויבאלד סאיז ווייניגער קאמפלעצירט.
אבער דאס איז קלאר דער רמב"ם שרייבט אז ווען אזאך ווערט נתאמת מיט ראיות ומופתות חותכות מאכט מען דאס נישט אוועק כלאחר יד הגם פארשידענע הנחות אין די וויסענשאפט קומען און גייען איז עס אבער נישט קיין מהלך אוועקצומאכן דברים שכליים נאר פאר דעם אז די משמעות הכתובים זענען אנדערש, מיט די פסוקים קען מען זיך אייביג אן עצה געבן ואין לך אלא המדענים שבימיך
הגע עצמך קדמות העולם איז די גרעסטע קאנטראסט צו די פשטות פון די תיאור מעשה בראשית פונדעסטוועגן זאגט די רבמ"ם קלאר אין מורה (ח"ב פט"ו) וואס כידוע האט דער רמב"ם געהאלטן אז אריסטו איז דער העכסטער אוטאריטעט אין פיליזאפיע און האט מיטגעהאלטן מיט אים מיט אלעס אחוץ מיט קדמות העולם און השגחה שרייבט דארטן די רמב"ם קלאר אז נישט דערפאר איז ער פאר חידוש vs קדמות ווייל אזוי שטייט דאך ארויס בפשטות ווייל מיט די פסוקים וואלט ער זיך אן עצה געגעבן נאר ער האלט פשוט וויבאלד אריסטו'ס באווייז אויף קדמות איז נישט איבערצייגענד דערפאר נעמט ער אן די ווערסיע וואס שטייט און די תורה
פארשטייט זיך אז דער רמבמ'ס פיליזאפיע איז שוין היינט נישט גילטיג וויבאלד שפעטערדיגע פיליזאפישע סיסטעמן געבויט אויף וויסענשאפטליכע הנחות האט אוועקגעבלאזן די גאנצע אוראלטע גרעכישע פיליזאפיעס
נאר דער רמב"ם מיט זיין גרויס אינטעלעקט האט נאר געקענט ארבייטן מיט אינפארמאציע וואס זענען געווען צובאקומען בימיו
אלענפאלס סאיז נישט קיין ספק אז ווען דער רמב"ם לעבט היינט וואלט ער זיך גערעכנט מיט וויסענשאפטליכע באווייזען און וואלט מיט זיין גרויס חכמה געטראפן א ועג וויאזוי תורה ומדע זאלן זיך פארגלייכן.
moti107יאיר איך גיי דיר פרעגן א קריוזער משל אבער איך קען באשטיין א מער נארמאלן תירוץ.
שאלה 1) וואס דארף איך טון אויב לאמיר זאגן ס׳דא א א פסוק אין די תורה אז אויף 13טע עוועניו קר 45ט איז פארהאן א גרויסער בוים עד היום הזה, און למעשה מיינע פליישיגע אויגן זעט נישט קיין זכר פון קיין בוים.
שאלה 2) אויב די שטייסט פאר א רויט לייט דינסטיג 12pm, און א חבר ווייזט דיר אויף בפירוש און די תורה איז יעצט איז עכט גרין, אבער למעשה פארסטו נישט דורך ווייל האסט מורא צו פארן רויט ביסטו אן אפיקורס?
פארשטיי אז ביים ערשטען משל מיטן בוים, נישט קיין חילוק וואס איך גלייב מאכט דאס נישט קיין למעשה׳דיגער דיפערענס און מיינע מעשים .
1) ס'איז א משל.
2) אלו ואלו דברי אלקים חיים.
<a class="postlink" href="http://uk.news.yahoo.com/building-a-time-machine-%E2%80%9Cis-possible%E2%80%9D-claims-professor-brian-cox-101027889.html#K3Z63RU">http://uk.news.yahoo.com/building-a-tim ... ml#K3Z63RU</a>
די וואויזשער פראב ספעיסקרעפט גייט ארויס פון אונזער סאלאר סיסטעם. אריין אין אינטערסטעלאר ספעיס. עס איז די ווייטסטע מענטשן פארבריצירטע מאשין אין ספעיס. ארויסגעשיקט געווארן אין 1977 און איז דא 11.7 ביליאן מייל פון "ערד". א ווייטקייט פון באלד פינף און צוואנציג טויזנט מאל!! פארן צום לבנה אהין און צוריק.
ס'פארט אויף א ספיד פון 38,000 מייל פער שעה.
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/09/13/science/in-a-breathtaking-first-nasa-craft-exits-the-solar-system.html?pagewanted=all&_r=0">http://www.nytimes.com/2013/09/13/scien ... d=all&_r=0</a>
טאמבל סאסדי וואויזשער פראב ספעיסקרעפט גייט ארויס פון אונזער סאלאר סיסטעם. אריין אין אינטערסטעלאר ספעיס. עס איז די ווייטסטע מענטשן פארבריצירטע מאשין אין ספעיס. ארויסגעשיקט געווארן אין 1977 און איז דא 11.7 ביליאן מייל פון "ערד". א ווייטקייט פון באלד פינף און צוואנציג טויזנט מאל!! פארן צום לבנה אהין און צוריק.
ס'פארט אויף א ספיד פון 38,000 מייל פער שעה.
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/09/13/science/in-a-breathtaking-first-nasa-craft-exits-the-solar-system.html?pagewanted=all&_r=0">http://www.nytimes.com/2013/09/13/scien ... d=all&_r=0</a>

<a class="postlink" href="http://xkcd.com/1189/">http://xkcd.com/1189/</a>
וואויעדזשער האלט אין איין פארלאזן די סאלאר סיסטעם..! <a class="postlink" href="http://nasawatch.com/archives/2013/09/voyager-1-left.html">http://nasawatch.com/archives/2013/09/v ... -left.html</a>
איך האב מיך אויך געוואונדערט, וואסי טאקע פשט? מ'האט דאך שוין געזאגט אזוי, נאך ווען ראווער האט געלאנדעט אויף מארס. וואסי יעצט מחודש געווארן? איז עס פשוט אז די שוועל אליין איז ריזיג, דערפאר איז דאס אריינגיין אינעם שוועל, ארויסגיין פונעם ערשטן העלפט, אריבערגיין צום צווייטן, ארויסגיין פונעם צווייטן, -- א עקסטערע שמחה?
אדער איז עס נאר ווייל מ'האט פארראכטן אפאר ווערטער?
איך האב פארשטאנען אז ס'איז די קליפ, נעמליך די דברים שנתחדשו בו, וואס איז צוגעקומען יעצט פריש.
זיי האבן יעצט בלויז באשטעטיגט די שפעקולאציעס אז עס איז שוין טאקע גענצליך ארויס פון דעם סאלאר סיסטעם. עס איז לעכערליך וויבאלד עס איז נישט דא קיין איין פונקט וואו עס איז די גרעניץ צווישן די סאלאר סיסטעם און אינטערסטעלאר ספעיס.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/45538">viewtopic.php?p=45538#p45538</a><!-- l -->
וועפערייזערhttp://uk.news.yahoo.com/building-a-time-machine-%E2%80%9Cis-possible%E2%80%9D-claims-professor-brian-cox-101027889.html#K3Z63RU
וואס דער פראפעסאר האט מחדש געווען ווייס איך נישט, דאס
ווייסט דאך יעדער ps אינגל.
טאמבל סאסאיך האב מיך אויך געוואונדערט, וואסי טאקע פשט? מ'האט דאך שוין געזאגט אזוי, נאך ווען ראווער האט געלאנדעט אויף מארס. וואסי יעצט מחודש געווארן? איז עס פשוט אז די שוועל אליין איז ריזיג, דערפאר איז דאס אריינגיין אינעם שוועל, ארויסגיין פונעם ערשטן העלפט, אריבערגיין צום צווייטן, ארויסגיין פונעם צווייטן, -- א עקסטערע שמחה?
אדער איז עס נאר ווייל מ'האט פארראכטן אפאר ווערטער?
איך האב פארשטאנען אז ס'איז די קליפ, נעמליך די דברים שנתחדשו בו, וואס איז צוגעקומען יעצט פריש.
מארס איז אינעם סאלער סיסטעם.
לכאורה מיינט ער אז ס'געווען אין די נייעס די זעלבע תקופה ווי די מארס לאנדינג.
מקור כח הדמיון:
<a class="postlink" href="http://www.scienceworldreport.com/articles/9519/20130917/scientists-discover-source-imagination-human-brain.htm">http://www.scienceworldreport.com/artic ... -brain.htm</a>
<a class="postlink" href="http://www.nanowerk.com/news2/space/newsid=32705.php">http://www.nanowerk.com/news2/space/newsid=32705.php</a>
מה רבו מעשיך השםאסטראנאמער האבן דערשפירט די ווייטסטע גאלאקסי פון סיי ווען, געפינענדיג זיך יעצט און א ווייטקייט פון 30 ביליאן ליכט יאהרן אוועק צוליב די אויסברייטערונג פון די אוניווערס, איז אבער די ליכט וואס דערגרייכט אינז יעצט פון אינגאנצן 14 ביליאן יאהר א קורצע תקופה (700 מיליאן יאהר) נאך דער ביג בענג.
http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-24637890 <a class="postlink" href="http://www.space.com/23381-asteroid-2013uv3-earth-flyby.html">http://www.space.com/23381-asteroid-201 ... flyby.html</a>
אה א שטיקל נחמה נישט נאר מיר קאמפיטן!
וואס איז אינטערערסאנט פארוואס איז א מאן פון 5.9 קאנסידערד נידעריג?
Short Men in NYC Don’t Stand a Chance in Online Dating<a class="postlink" href="http://www.washingtonpost.com/national/health-science/fathers-diet-may-affect-offsprings-development-study-of-mice-suggests/2013/12/14/006834a8-644e-11e3-91b3-f2bb96304e34_story.html">http://www.washingtonpost.com/national/ ... story.html</a>
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=n_6p-1J551Y#t=115">http://www.youtube.com/watch?v=n_6p-1J551Y#t=115</a>
<a class="postlink" href="http://www.telegraph.co.uk/science/10575654/Comedians-are-more-likely-to-suffer-from-mental-health-issues.html">http://www.telegraph.co.uk/science/1057 ... ssues.html</a>
Here's Why Birds Fly In A 'V' Formation
<a class="postlink" href="http://www.ibtimes.com/why-do-birds-fly-v-formations-new-research-points-remarkable-awareness-aerodynamics-1541880">http://www.ibtimes.com/why-do-birds-fly ... cs-1541880</a>
ארבע אמהות
א שטודיע דורכגעפירט אין ענגלאנד, און פובליצירט שוין אין מרחשון, טענה'ט אז אזויפיל ווי פערציג פראצענט פון אחינו בני האשכנזים ציען זייער יחוס פון פיר פרידות טובות וועלכע זענען אריין תחת כנפי השכינה פון די ווילדע אייראפעע בארבארן אין די פריע מיטלאלטער יארן.
די שטודיע וואס האט אנאליזירט אין אשכנזים מיטאכאנדריע דנ"א, א סארט גענעטישע מאטריאל וואס האט נאר שני שותפים באדם, ד.ה. מען רעכנט נישט די זרע האב, האט געפונען אז די דנ"א איז במקורו אייראפיש און נישט מיטל מזרח'דיג. דאס איז אין קאנטראסט צו אן איבערזיכט אויף Y דנ"א, וואס ווערט איבערגעגעבן נאר איש מפי איש, וואס צייגט אז די פאטריארכען פון אשכנזים זענען יא די זקני ציון. און אנדערע ווערטער, די אריער שטריכן פון אשכנזים זענען בעיקר נישט א רעזולטאט פון פארגוואלטיגונגען דורכאויס דעם לאנגען גלות, נאר דורך א גירות אונטערנעמונג דורך פארוואגלטע אור עלטערן אינעם ריינלאנד כדאי צו מקיים זיין דעם לא תהו בראה.
ערקלערונג עד שידי מגעת או שתחטפני שינה:
דנ"א איז געוויסע כעמיקאל וואס, ווי שוין באשטעטיגט אין פופציגער יארן, אנטהאלט די גענעטישע קאדע פון אלע צומחים חיים ומדברים. יעדע צעל אין קערפער פארמאגט דאס גאנצע דנ"א קאוד וואס גייט אריבער בירושה פון עלטערן צו קינדער. אלע באשעפענישן העכער אין מעלה פון באקטעריע, אריינגערעכנט פונגי און געוואוקסן, פארמאגן א נוקלעאוס, א גרעין, א קערנדל, ד.ה. א צעל בתוך צעל וואו די גענעטישע דנ"א איז פארפאקט. די קערן איז ווי די קאמאנד צענטער פארן צעל, כי משם תצא הוראה אויף אלע אקטעוויטעטן אינעם צעל, און במילא אויפן גאנצן קערפער.
כי ירחיב, ווען א צעל דאפלט זיך, פראדוצירט זי צום ערשט א קאפיע פון דאס גאנצע דנ"א, און דערנאך גיבט זי אוועק איין קאפיע פארן טאכטער צעל און דאס אנדערע לייגט זי צוריק אין מצה טאש. בשעת די פלוגתא, קען מען זען, אויב מען פארמאגט די ריכטיגע כלים, ווי די דנ"א שטעלן זיך אויס אין כ"ג זוגות שקורין כראמאזאמס. יעדע זוג איז, א בחינה ווי אין קבלה, דוגמת זכר ונקבה, ווייל איין כראמאזאם ירש'נט מען פונעם טאטען און איינס פון מאמען. ביידע כראמאזאמס אינעם זוג דיקטירן די זעלבע גענעס, נאר איינס איז וואס דער טאטע הייסט און די צווייטע וואס די מאמע, און פאלגען פאלגט מען דער וועלכער שרייט העכער. און טאטאל פארמאגט יעדער צעל מ"ו כראמאזאמס, באצייכנט 2N, וואו N איז די קאוד פאר א באשעפעניש, און פאל פון מין האנושי, כ"ג.
משהגיע לפרקו, ווערן געשאפן צעלן זרע זרוע, קודם 4N, ווי געשמועסט פריער ביי כי ירחיב, און דערנאך פיר צעלן יעדע איינס נאר 1N. פאר יעדע כראמאזאם איז דא א האלבע פאר, אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע, אבער נישט ביידע. משהגיעה עת דודים, מישן זיך צונויף צוויי 1N צעלן, והיו לבשר אחד, איין 2N צעל שממנו הושתת העיבור.
די דריי און צוואנגיגסטער פאר איז די זוג המין. נקבות האבן צוויי גרויסע כראמאזאמס, גערופן X, איינס פון טאטן און איינס פון מאמען. זכרים האבן איין X פון די מאמע, און איין קליינטשיק Y פון טאטען.
נמצא, נקבות וועלכע האבן XX ביים לעצטן פאר, פראדוצירן פיר 1N זרע צעלן, אלע מיט X. ווידערום זכרים, וועלכע זענען XY, פראדוצירן צוויי זרעים X, און צוויי Y. אישה כי תזריע אלעמאל אן X, די מין הולד ווענדט זיך צו די מאנ'ס זרע איז אן X אדער א Y. נמצא, א פרוי ירש'נט איין X פון טאטען און איינס פון מאמען, פונקט ווי אירע אנדערע 22 כראמאזאמס. א מאן אבער ירש'נט אלעמאל זיין X פון מאמע און Y פון טאטע.
בשעת די זרעים צעלן ווערן געשאפן, ווען די 46 כראמאזאמס ווערן צוטיילט איבער פיר צעלן, גייען זיין נישט כמות שהוא. נאר די זוגות פארן זיך צונויף, גענע אצל גענע, און זיי טוישן צווישן זיך אינפארמאציע. ד.ה. די טאטע כראמאזאם איז מחליף אפאר גענעס מיטן מאמע כראמאזאם, וכן להיפך.
לפיכך, איז שווער נאכצוגיין יחוס דורך דנ"א. ווייל די דנ"א קומט נישט אראפ מיט א קלארע מסורה דור אחר דור, נאר אין יעדע דור כאפן זיך אריין שינויים. מ'כאפט זיך נישט אפילו. מ'רעדט פון קליינע שינויים, נאר אפאר גענעס, אבער פרוטה לפרוטה מצטרפות.
אבל, די Y כראמאזאם, וואס גייט מאב לבנו, אן קיין שותף מיט וועמען צו שמועסן און זיך טוישן, בלייבט ריין מדור דור, און איז פאסיג צו נאכגיין די יחוס פון זכרים.
אחוץ די קערן, פארמאגט יעדער צעל פארשידענע אנדערע אברים'לעך, אזוינע זעקעלעך, יעדער מיט זיין פונקציע. די מיטאכאנדריום איז די פאוער פלענט פון די צעל. די מיטאכאנדריום איז אוואו צוקער ווערט געברענט מיט אקסיגען צו פראדוצירן אט"פ, די כוח כעמיקאל פון כל הנשמה. יעדע צעל פארמאגט מיטאכאנדריע לויטן געברויך, איש כפי אוכלו. די מוסקל צעלן און לעבער צעלן זיין רייך דערין, ווידערום די רויטע בלוט צעל ולרש אין כל.
אן אינטערעסנטע ערשיינונג טרעפט מען ביי דעם מיטאכאנדריום אז עס ברענגט זיך מיט די אייגענע דנ"א און פראדוצירט זיך אלע פראטינען היימיש. דאס נעמט נישט קיין אנווייזונגען פונעם קערן, נאר מאכט שבת פאר זיך. פרופ' לין מרגלית ע"ה פון באסטאן האט געטון גרויסע פארשונגען אין דעם געביט און איז אויפגעקומען מיט די טעאריע פון סימבייאסיס, צוזאמלעבן, ואכמ"ל, וכדי שלא ליתן פתחון פה למשטינים באייוועלט. הכלל, ווען די צעל דאפלט זיך, דאפלט זיך מיטאכאנדריע מיט, און די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער.
צוריק צום עת דודים, די זרע הזכר איז נישט מער ווי א זעקל דנ"א מיט די נויטיגע כלים דורכצוגיין בשלום די בית והעליה. די זרע הנקבה, די ביצה, איז דאך א פולע צעל מיט אלע קלאפערלעך, אריינגערעכנט מיטכאנדריע. נמצא, אלע מיטאכאנדריע פון א מענטשן גיין אחרי האם. דערפאר איז מיטאכאנדריע דנ"א פאסיג פאר מאטריארכישע שטודיעס.
שוין, האיר המזרח. א גוטע נאכט.
<a class="postlink" href="http://www.thedailystar.net/backpage/sun-slowing-down-7699">http://www.thedailystar.net/backpage/su ... -down-7699</a>
איך בין דיזי פון די חרוזים ולשונות, הערליך שטיקל, ס'גיסט זיך ידיעות. The birds and the bees הערשי סטייל!
געמיינט, געלערנט, געטראכט, געוואלט.
NASA: 2013 was 7th warmest year since 1880
+Los Angeles Times A new study by NASA's Goddard Institute for Space Studies concluded that 2013 was the 7th warmest year since 1880 and the average global temperature has continued its upward creep.
In 2013 global temperatures continued a long-term warming trend: new numbers out today. With the exception of 1998, the 10 warmest years in the 134-year record all have occurred since 2000.
Read more