☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

יידל » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:30 pm

· #106755
א נייע שטודיע ווייזט אז קאנשענסנעס אין בעיביס הייבט זיך אן ביי בערך 5 חדשים http://news.sciencemag.org/sciencenow/2 ... tml?ref=hp

עסקן בדברים » פרייטאג אפריל 19, 2013 2:49 pm

· #106762
Thanks Yidel, Interesting! However, they didn't test babies under 5 months at all. The study says that they speculate that the wave they found is alreday present in 2 month olds. The waves they found are also not proof that the baby is conscious. It is just something which in adults is associated with consciousness, but maybe in babies it is just begining to develop and is not yet conscious

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 11:18 am

· #107074
מ'האט געטראפן א נייע צוויי פיסיגע דיינעסאר אין מאדאגאסקאר.
http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-22210435

יאיר » זונטאג אפריל 21, 2013 7:53 pm

· #107387
יאיר
א וואונדערליכע שטיקל אינפארמאציע איז צוגעקומען צו די סייענס פון עוואלוציע. ווי באקאנט, האט זיך איין סארט פיש עוואלווד צו א פיר פיסיגע חיה וואס קען גיין אויף די יבשה מיט פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק. דאס איז געשען דורך דעם וואס די פלוס פעדערן פונ'ם פיש האבן זיך צוביסלעך געטוישט צו פיס, און אזוי האט עס געקענט שפאצירן אויף די טרוקעניש. אין אנהויב איז עס ארויפגעקומען בלויז אויף צו שעפן אביסל פרישע לופט, און דורות שפעטער האט זיך עס געטוישט צו געהעריגע חיות, פון וואס אלע פיר פיסיגע בעלי חי זענען אפשטאמיג. עס איז נאך היינט דא איין מין פיש וואס איז ענליך צו יענע אור אלטע פיש וואס האט זיך געטוישט צו א פיר פיסיגע חיה, און סייענטיסטן האבן אנטדעקט די די ען עי קאוד פונ'ם פיש, און זיי האבן געטראפן אז די סארט פיש האט א געוויסע טויש אין די אינפארמציע פון די פלוס פעדערן, וואס ווען מ'האט אריינגעלייגט דעם טויש אין א מייזל, האט עס בליץ שנעל דעוועלאפט א כמעט גענצליכע פיס. דאס איז א וואונדערליכע דערגרייכונג, וויבאלד די פיש איז די איינציגסטע וואס שעירט די גענע אינאיינעם מיט אלע פיר פיסיגע בעלי חי, און סייענטיסטן האבן שוין לאנג געוואוסט אז ס'איז זייער ענליך צו די אור אלטע פיש וואס האט זיך עוואלווד אין די אנדערע בעלי חי. יעצט איז געווארן פעסטגעשטעלט דער שייכות צווישן די פלוס פעדערן מיט די היינטיגע לאנגע פיס פון אלע חיות.

אין אישית האב איך באקומען די פאלגענדע שאלה:
איך וויל פארשטיין מער וואס דו האסט דא געשריבן, דאס אז אלע פיר פיסיגע זענען אמאל געווען פיש מיט 100'טער מיליאן יאר צוריק איז לכאורה נאר א טעאריע וואס מען האט געטראכט אזוי, און יעצט ווען מען האט געטראפן די DNA אין די פיש, ניצט מען דאס אלץ א ראי' צו די אלטע טעאריע.
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס איז בכלל די ראי'? קודם איז עס דאך נאר איין מין פיש פון ביליאנע מינים, און צווייטנ'ס אפשר איז געווען פארקערט די מין פיש איז אמאל געווען פיר פיסיג און נאכדעם געווארן א פיש און איז דערפאר געבליבן מיט די סארט DNA.

איך וויל מקדים זיין אז עס איז דא א טעות וואס כמעט יעדער איינער מאכט איידער מען באקענט זיך נענטער מיט סייענס, דהיינו, אז סייענס באשטייט פון בלויזע טעאריעס, יעדער קען זאגן וואס ער וויל, און ס'מוז נישט זיין אמת. דער תירוץ ווערט געווענליך גענוצט דורך חרדים צו פארענטפערן די קשיות פון עוואלוציע אויף די תורה. אבער ווען מען טוט מער אין דעם ענין פארשטייט מען אז סייענס ארבעט אינגאנצן נישט אזוי, יעדער טעאריע ווערט געטעסט אויף טויזנטער סארטן וועגן, און נאר אויב עס שטימט פון אלע זייטן ווערט דאס אקצעפטירט דורך אלע סייענטיסטן.
יעצט, לגבי די עוואלוציע פון פיש צו בעלי חיים, איז דא א פשוט'ע ראיה, פון די איבערבלייבענישן פון די בעלי חי. מ'קען קלאר זען פון די איבערבלייבענישן אז ביז ארום פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק זענען בלויז געווען פיש, און מיט א 20 מיליאן יאר שפעטער זענען ערשט ערשינען די ערשטע פיר פוסיגע בעלי חי, און וואס א צייט שפעטער עס גייט דורך, אלס מער קאמפליצירטע חיות טרעפט מען אין די פאסילס. דאס ווייזט קלאר אז קודם זענען געקומען פיש, און נאכדעם זענען געקומען פיר פוסיגע בעלי חי וואס ווערן גערופן מאמאלס.
מ'וואלט נאכאלס געקענט זאגן אז משום איזה סיבה האט גאט באשלאסן צו באשאפן קודם פיש און נאכדעם פיר פוסיגע מאמאלס, אבער אויב מיר וועלן טרעפן א בעל חי וואס האט געוויסע חלקים פון א פיש און געוויסע חלקים פון א מאמאל, און נאכדעם טרעפן מיר געהעריגע מאמאלס, דעמאלט קענען מיר זיך פארשטעלן אז די פיש האט זיך עוואלווד צו א מאמאל. ניל שובין איז א סייענטיסט וועמען עס האט געפלאגט יארן לאנג וואו עס געפינען זיך די חצי פיש חצי מאמאל, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז עס מוז זיך געפינען אין די איבערבלייבענישן פון 475 מיליאן יאר צוריק, ווייל דאס איז די תקופה צווישן די פיש און מאמאלס. ער האט אויפגעזוכט א לעיק פון יענע יארן, און ער האט אנגעהויבן זוכן. פינף לאנגע יארן האט ער געזוכט, ביז ער איז געקומען אויפ'ן שפור פון די פיש וואס האט זיך אנגעהויבן עוואלוון אין א מאמאל. ווי מ'קען זען זענען די פלוס פעדערן אביסל אנטוויקלט אין כמו פיס, און עס קען אויך אטעמען פון די לונגען, וואס דאס ערמעגליכט אים צו קענען גיין אויף די יבשה. דער פיש איז שטארק ענליך צו איר "טאטע" וואס ווערט גערופן די lobe finned fish וואס האט אויך שטערקערע פלוס פעדערן ווי געווענליך. ער האט געגעבן א נאמען דעם פיש tiktaalik rosae.
אזוי איז די היפאטעטיס אז פיש האבן זיך עוואלווד פון די לאוב פינד פיש צו די שפעטערדיגע מאמאלס געווארן באפעסטיגט. יעצט, ווען סייענטיסטן האבן געזען אז א היינטיגע סארט פיש וואס איז דירעקט אפשטאמיג פון די lobe finned fish האט אויך די יכולת צו קענען אנטוויקלען פיס פון אירע פלוס פעדערן, איז כמובן געווארן פעסטגעשטעלט די טעאריע פון נאך א זייט.

עסקן בדברים » דינסטאג אפריל 23, 2013 1:23 pm

· #107976
http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=o8TssbmY-GM

An experiment with zero gravity done last Friday.

יידל » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:35 pm

· #108015
נייע שטודיעס ווייזן איבער אז אין דעם ויכוח צווישן מיר און מיין משגיח אין ישיבה איבער דעם נושא וויפיל שעה איך דארף שלאפן בין איך קלאר געווען גערעכט. שוין, זעסטו פארוואס בחורים טארן נישט האבן קיין צוטריט צום אינטערנעט? http://www.newscientist.com/article/mg2 ... n-bed.html

ברסלבער » דינסטאג אפריל 23, 2013 2:45 pm

· #108032
איינער האט מיר אמאל מסביר געווען ווי אזוי דאס ארבעט, דער בחור קומט פארטאג'ס אין ישיבה, האט ער א פארטאג'ס-מגי"ש, דער מגי"ש גייט שלאפן גלייך נאך פארטאג'ס און נאכדעם קומט א צווייטער אויסגעשלאפענער מגי"ש פאר פארמיטאג, און דערנאך קומט א נאכמיטאג-מגי"ש וואס ער איז שטייצעך פיין אויסגעשלאפן, און ביינאכט קומט דער נאכט-מגי"ש אויך פיין אויסגעריהט, און ער קען נישט פארשטיין פארוואס דער בחור שלאפט איין אינמיטן די שיעור...
די שוטה איינער, דער בחור זיצט שוין דא פון פארטאג'ס, און דו ביזט יעצט אנגעקומען פיין אויסגערוהט, ואלו הצאן מה חטאו???

ברוין » דינסטאג אפריל 23, 2013 10:40 pm

· #108228
ברסלבר די ווערטער האט געזאגט דער אומפארגעסליכער איש החסד ר' יודל ראזענבערג ע"ה מנהל מחנה רב טוב.

מ'נעמט אויסגעפאפענע מגי"ש צו אויסגעקנאקטע בחורים

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:24 am

· #108260
א בשורה טובה! מארס-וואן האט שוין אנגעהויבן אנעמען אפליקאציע'ס פאר די גרינדער פונעם ישוב החדש [פוי...] אויף מארס אין 10 יאהר ארום - 2023.

📎 imagesizer.jpg
יא, אזוי ווי איהר הערט, אין 10 יאהר ארום וועט די ערשטע גרופע פון פיהר, צוויי מענער און צוויי פרויען, אנקומען קיין מארס מיט א וואן-וועי טיקעט, על מנת שתעלה לרקיע ולא תחזור...

די פלאן גייט אזוי: אין 2016 וועט מען אהין שיקן א קאמיונעקאציע סאטעלייט, אין 18' וועט אנקומען א ראווער אויפצוזוכן א פאסיגן שטח, להורות לפניו וואו איז געאייגענט צו גרינדן דעם נייעם ישוב עטה"ק, אין 20' וועט מען שיקן פארטיגע דירות, נאך א ראווער און סאפלייען, דאן וועלן די ראווער'ס אויפבויען און צוגרייטן דעם ישוב פאר די ערשטע מתנחלים.

אין ספטעמבער 2022 וועט מען זיך ארויסלאזן בשטו"מ, זאגן דעם לעצטן גוד-ביי פאר פלאנעט-ערד, און נאך א נסיעה פון זיבן חדשים וועט מען אין אפריל 2023 -פונקט 10 יאהר פון יעצט - לאנדען אויף מארס, יעדע עטליכע יאהר וועט נאכפאלגן נאך א גרופע, האפענטליך וועלן די ארטיגע נישט זיין צו בייז.

ווי געשמועסט קען מען זיך שוין איינשרייבן ביי מארס-וואן, די אפליקאציע וועט אייך קאסטן צווישן 5 און 75 דאלער - געוואנדן אין וואו איהר וואוינט.

די 6 ביליאן דאלער וואס עס וועט אפקאסטן ביז נאך די ערשטע לאנדונג וועט לייכט געשאפן ווערן דורך די מידיע אטענטשאן וואס וועט עס באגלייטן, פון די שפעטערע שטאפלן אין די סעלעקציע פון אפליקאנטן וועט אלעס ווערן געבראודקעסט אויף טעלעוויזשאן און די אינטערנעט, צום סוף וועלן בלייבן צווישן 24 און 40 אויסגעקליבענע וואס וועלן באקומען עטליכע יאהר טרעיניג, אזוי אז ברגע האמת וועלן זיין גרייט, על כל צרה שתבוא, 6 גרופעס פון 4 איטליכע - צוויי מענער און צוויי פרויען.

הו איז אין?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:44 am

· #108627
אפשר ביסטו אביסל מסביר אין אידיש ביטע וויאזוי דאס ארבעט בערך.
מיט עהרע.

עסקן בדברים » מיטוואך מאי 1, 2013 10:14 pm

· #110963

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:19 am

· #111135
[ציטאט אראפגענומען]

טאמבל סאס
אפשר ביסטו אביסל מסביר אין אידיש ביטע וויאזוי דאס ארבעט בערך.
מיט עהרע.

ס'גוט. פון דיינע ווערטער האט זיך מיר געדאכט ווי דו זאגסט אז זיי האבן מצליח געווען "אויפצוברענגען" זיין קול, פון לופט כביכול.
ס'האט מיר דערמאנט מיין מלמד וואס האט געזאגט אז די טעכנעלאגיע היינט איז אזוי פארגעשריטן, ס'קען צוריקברענגען א קול פון די לופט כוואליעס אפ' נאך א אפשניט פון צען יאר!!!...
העיקר חסר מן הספר.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:36 am

· #111139
מיין מלמד האט דאס אויך פארקויפט, איזעס באבע מעשיות?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 2, 2013 9:58 am

· #111144
דיינע רבי'ס האבן געוואטשט גוטע סיי-פיי מאוויס.

טאמבל, איך בין נישט זיכער, אבער כ'מיין אז ער האט רעקארדירט אויף כל מיני מאטרעאלן די זעלבע וועג ווי מ'פלעגט רעקארדירן אויף vinal records, אבער ער האט אויספראבירט אסאך מיני מאטרעאלן און נידעלס, ווי אויך אסאך מיני שנעלקייטן און נאך פאטענטן. וויבאלד זיי זענען הייקעלע מאטרעאלן האט מען מורא געהאט צופיל צו באבערן, אבער יעצט מיט היי רעזעלוציע אימעדזשינג טעכנעלאגיעס האבן זיי אריינגעסקענט די רעקארדס, און אין קאמפיוטער אויפגעבויעט א ווירטואלע 3D מאדעל, און מיט דעם געראבעט אריבערצוגיין מיט אנדערע סימולאציעס אויף דעם, ביז זיי האבן צוגעטראפן די גענויע פאטענט וואס ער האט גענוצט, און ריפראדוסט די קול.

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:08 am

· #111149
שקויעך. ס'הערט זיך ספוקי. ווי א בת קול משמים.
היער מיי וואויס אלעקסאנדער גרעהעם בעל.. ברררר.

טעפל » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:23 am

· #111156
טאמבל סאס
[ציטאט אראפגענומען]

טאמבל סאס
אפשר ביסטו אביסל מסביר אין אידיש ביטע וויאזוי דאס ארבעט בערך.
מיט עהרע.

ס'גוט. פון דיינע ווערטער האט זיך מיר געדאכט ווי דו זאגסט אז זיי האבן מצליח געווען "אויפצוברענגען" זיין קול, פון לופט כביכול.
ס'האט מיר דערמאנט מיין מלמד וואס האט געזאגט אז די טעכנעלאגיע היינט איז אזוי פארגעשריטן, ס'קען צוריקברענגען א קול פון די לופט כוואליעס אפ' נאך א אפשניט פון צען יאר!!!...
העיקר חסר מן הספר.

10 יאר? מיין רבי האט געזאגט אז דורך טעכנעלאגיע קען מען היינט צוריק ברענגען קולות פון.......מעמד קבלת התורה, ניין נישט אין סיטיפילד....אין בארג סיני!!!! איך ווארט נאך ביז היינט צו הערען די קולות..

איך אויך » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:45 am

· #111171
יא מיין רבי האט דאס אויך געזאגט.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:53 pm

· #111484
אפשר מיינסטו דעם תפארת ישראל אז מען הערט נאך היינט א קול הברה ביים הר סיני.

אביגדור » פרייטאג מאי 3, 2013 11:55 am

· #111589
פראפעסאר דייעדעריק סטאפעל - נמצא שקרן.

יידל » פרייטאג מאי 3, 2013 1:34 pm

· #111620
ייש"כ פאר אייער תגובה, אביסל ארויפציר דא אין אשכול האט שוין יאנקל געלינקט צו דעם ארטיקל. דאס דארף טאקע ברענגן זהירות ביים אננעמען סייענטיפישע שטודיעס, מ'דארף אבער מדגיש זיין אז ביי פסיכאלאגיע איז פיל גרינגער צו פעלשן רעזולטאטן ווי ביי הארטערע סייענסעס, ווי פיזיקס אדער ביאלאגיע.

עסקן בדברים » מאנטאג מאי 6, 2013 4:34 pm

· #112335
יידל
מ'דארף אבער מדגיש זיין אז ביי פסיכאלאגיע איז פיל גרינגער צו פעלשן רעזולטאטן ווי ביי הארטערע סייענסעס, ווי פיזיקס אדער ביאלאגיע.

why?

יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 5:15 pm

· #112360
עסקן בדברים
יידל
מ'דארף אבער מדגיש זיין אז ביי פסיכאלאגיע איז פיל גרינגער צו פעלשן רעזולטאטן ווי ביי הארטערע סייענסעס, ווי פיזיקס אדער ביאלאגיע.

why?

ערשטנס וויבאלד פיזיקס האנדלט מיט דוממים און ביאלאגיע מיט חיות, בעת פסיכאלאגיע האנדלט מיט מענטשן וועלכע זענען פיל מער קאמפליצירט און צווייטנס ווייל עס איז גרינגער צו אויפטראכטן אן עקספערימענט מיט רעזולטאטן פאר פסיכאלאגיע ווי פאר הארטערע סייענסעס.

אביגדור » מאנטאג מאי 6, 2013 9:05 pm

· #112423
ספר"חידת הקיום".

עסקן בדברים » מאנטאג מאי 6, 2013 9:13 pm

· #112427
יידל
ערשטנס וויבאלד פיזיקס האנדלט מיט דוממים און ביאלאגיע מיט חיות, בעת פסיכאלאגיע האנדלט מיט מענטשן וועלכע זענען פיל מער קאמפליצירט און צווייטנס ווייל עס איז גרינגער צו אויפטראכטן אן עקספערימענט מיט רעזולטאטן פאר פסיכאלאגיע ווי פאר הארטערע סייענסעס.

סוף סוף any עקספערימענט וואס מ' מאכט בפועל קען מען (אסאך גרינגער) נאר מאכן במחשבה און פעלשן די רעזאלטאטן. אבער אפשר מיינסטו (מיט דיין ערשטן טעם) אז מיט די הארטערע סייענסעס ווען זיינע רעזאלטאטן וועלן נישט שטימען מיט די רעזאלטאטן פון אלע אנדעדע וואס וועלן עס פראבירן נאך צו טון וועט עס שלעכט אויסזעהן (אז ער האט עכ"פ נישט גוט געמאכט די עקספערימענט) משא"כ ביי פסיכאלאגיע וועט מען אפשר עקספעקטן גרויסע variety פון איין שטודיא צו א צווייטן

יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 9:30 pm

· #112440
אמת, אמת. ואכן לזה התכוונתי.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 8, 2013 11:35 pm

· #113278
יא! אפשר ווי זיין ברודער....

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 14, 2013 5:47 am

· #114931
http://www.nydailynews.com/news/nationa ... -1.1340923

http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... q-FOOQ1TpE

יאיר » מיטוואך מאי 22, 2013 8:55 pm

· #116940
ווינסשאפטלער האבן א טעאריע פארוואס די ספיד אוו לייט איז מעגליך נישט קאנסטענט.

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 9:01 pm

· #116943
יאיר
ווינסשאפטלער האבן א טעאריע פארוואס די ספיד אוו לייט איז מעגליך נישט קאנסטענט.

דאס מיינט אז די אוניווערס איז מעגליך פיל יונגער ווי ביז יעצט געשאצט.

יאיר » מיטוואך מאי 22, 2013 9:21 pm

· #116956
יידל
יאיר
ווינסשאפטלער האבן א טעאריע פארוואס די ספיד אוו לייט איז מעגליך נישט קאנסטענט.

דאס מיינט אז די אוניווערס איז מעגליך פיל יונגער ווי ביז יעצט געשאצט.

דו שטעלסט זיך פאר אדער דו האסט דאס געליינט ערגעץ? לפי הבנתי רעדט מען דא פון נישטיגע חילוקים וואס אפילו אין ביליאנען יארן קומט נישט אויס קיין שינוי הניכר.

יידל » מיטוואך מאי 22, 2013 9:27 pm

· #116961
יאיר
יידל
יאיר
ווינסשאפטלער האבן א טעאריע פארוואס די ספיד אוו לייט איז מעגליך נישט קאנסטענט.

דאס מיינט אז די אוניווערס איז מעגליך פיל יונגער ווי ביז יעצט געשאצט.

דו שטעלסט זיך פאר אדער דו האסט דאס געליינט ערגעץ? לפי הבנתי רעדט מען דא פון נישטיגע חילוקים וואס אפילו אין ביליאנען יארן קומט נישט אויס קיין שינוי הניכר.

פונעם ארטיקל וואס דו האסט צוגעלינקט:

A non-constant speed of light could mean that estimates of the size of the universe might be off.

יאיר » מיטוואך מאי 22, 2013 10:17 pm

· #116981
לויט ווי איך שטעל זיך פאר איז עס קליינע דיוקים. מען רעדט דאך דא פון ביליאנסטלעך פון סעקונדעס. אגב, נישט לאנג צוריק האט מען אנטדעקט אז די יוניווערס איז מיט א הונדערט מיליאן יאר עלטער ווי מ'האט געמיינט.

ידען » מיטוואך מאי 29, 2013 12:10 pm

· #119230
א איטאליע פראפעסער האט געטראפען אז א תורה סקראל איז די עלטסטע וואס איז דא אויף די וועלט.
http://www.foxnews.com/world/2013/05/29 ... y-library/

יידל » מיטוואך מאי 29, 2013 3:10 pm

· #119324
די פארשער האבן דאס דאטומירט מיט קארבאן דעטינג טעסטס. די ראיה פון די דעטאלן שלא ע"פ הרמב"ם מיין איך אז ער רעדט פון צורת האותיות.

יידל » מיטוואך מאי 29, 2013 6:57 pm

· #119412
פארשער אין רוסלאנד האבן אנדעקט די גוף פון א וואלענע-מעמאט, און ווען זיי האבן איר ארויסגעגראבן האט בלוט אנגעהויבן פלוסן! עס איז נאכנישט באקאנט אויב עס זענען דא לעבעדיגע צעלן אין די בלוט, און אויב יא צו מען וועט קענען נוצן די צעלן צו קלאונען א פרישע וואלענע-מעמאט. לויט ווי די פארשער שאצן איז די חיה 15,000 יאר אלט. לויט די עוואלוציאנערישע טעאריע איז די וואלענע מעמאט אן אור-אלטע קאזין מיט די היינטיגע עלעפאנט. http://io9.com/russians-recover-fresh-f ... -510263294

יידל » זונטאג יוני 2, 2013 4:36 pm

· #120429
מעגין קעלי, א פרעזענטער אויף פאקס ניוז האט פאריגע וואך שארף ארונטערגעריסן עריק עריקסאן, דער עדיטאר פון רעד סטעיט דאט קאם פאר זיינע סעקסיסט מיינונגען וועלכע ער האט געשריבן אין א בלאג פאוסט. צווישן אנדערע האט עריקסאן גע'טענה'ט אז ווען מ'קוקט אויף נאטור זעט מען אז די זכרים זענען די דאמינירנדע בעת די נקיבות זענען אונטערטעניגט צו די זכרים. וואטשט די ויכוח אויף יוטוב (מטעמי צניעות האב איך עס נישט עמבעדעד) http://www.youtube.com/watch?v=ufacEg6Yi2A. סייענס שרייבער האבן זיך גענומען צו עריק עריקסאן, ושותפו באינטערוויו לו דאבבס, און זיי ארונטערגעריסן אז זייערע טענות האבן נישט גיין שום סייענטיפישן גרונד. אט זענען צוויי ארטיקלן איבער דעם נושא:

Female breadwinners are a sign of progress—not an affront to science
http://arstechnica.com/staff/2013/05/ar ... i-science/

אן ארטיקל וועלכע צייכנט אן צען מיני חיות הים ביי וועמען די זכר איז סובמיסיוו און די נקבה דאמינירנד.
http://www.southernfriedscience.com/?p=14974#more-14974

אביגדור » מאנטאג יוני 3, 2013 12:48 pm

· #120751
נישט אנטוויקלט.

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 2:38 am

· #121160
Male Who Eat Vegetarian Diet Live Longer, Study Finds

http://www.bloomberg.com/news/2013-06-0 ... finds.html

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 2:41 pm

· #124376
Cheetahs’ Secret Weapon: A Tight Turning Radius
http://www.nytimes.com/2013/06/13/scien ... .html?_r=0

דא זעה איך מ'רעדט שוין פון דעי ''אויפדעקונג''

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 11:28 pm

· #126143
Why Men Die Younger Than Women

http://www.npr.org/blogs/krulwich/2013/ ... t=1&f=1001

boxcover » דינסטאג יוני 25, 2013 9:52 pm

· #127972
אויך פארגעסטס נישט אז אנדערש ווי ביי אונז, האבען זיי א מהלך וויאזוי צו באהאנדלען טעותים. מען פארדעקט עס נישט, און מען זאגט נישט אז ס'איז לשון הרע אדער יענעמ'ס פרנסה. דאס אליינס גארענטירט א בעסערע פארלעסליכקייט.

יידל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:44 pm

· #128651
אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין די ניו יארק טיימס איבער מאראליטעט ביי שימפאזנעס http://www.nytimes.com/2013/06/30/magaz ... himps.html
@יאיר @לולקע-ציבעך

זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:45 pm

· #128653
Processed carbohydrates are addictive, brain study suggests

http://www.cbsnews.com/8301-204_162-575 ... -suggests/

boxcover » מיטוואך יולי 10, 2013 4:48 pm

· #132297
באקטיריע אין ספעיס וואקסט אין מאדנע וועגן
סייענטיסטס זאגן אז באקטיריע וואס וואקסט אין א שיסל פון פאלטש-קטנים (ווער וויל דאס פראדוצירן?) אין ספעיס פירט זיך אין וועגן וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען אין ערד מייקראָואָרגאַניזאַמס.

א גרופע סייענטיסטס האבן געשיקט מוסטערן פון די באקטעריום פּסעודאָמאָנאַס אַערוגינאָסאַ אין ארביט אויף נאסא'ס ספעיס שאטל אטלאנטיס צו זען ווי זיי געוואקסן אין פארגלייך צו זייער ברידער אויף אונזער פלאנעט.

די 3D קאמיוניטי פון מייקראָואָרגאַניזאַמס (גערופן ביאָפילמס) וואס וואקסט אויף די ספעיס שאטל האט מער לעבעדיגע צעלן, זענען געווען דיקער און האט מער בייאמאסע ווי די באקטיריעל קאלאניעס וואס וואקסן אין נאָרמאַל אומשטענדן דא אויף ערד. דער ספעיס באקטיריע איז אויך געוואקסן אין א סטרוקטור ווי א חופה (שטאנגען מיט די דעכל), א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט באמערקט געווארן אין באקטיריעל קאלאניעס אויף די ערד, לויט נאסא סייענטיסטס.

סינטיע קאללינס
ביאפילמס זענען אומקענטראלירט אויף די מיר ספעיס-סטאנציע און זעצן פאר צו זיין א פראבלעם אויף די [אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע], אָבער מיר ווייסן נאך אלץ נישט וואספארא ראלע גראוויטאציע שפיעלט אין זייער וואוקס און אנטוויקלונג.
אונזער סטאדי שטעלט-צו דער ערשטער באווייז אַז ספעיס-פלייט אפעקטירט קאמיוניטי-שטאפל אויפפירונג פון באקטיריע, און ברענגט ארויס די וויכטיקייט צו פארשטיין ווי שעדליך און אויך נוצבאר מענטשליכע-מיקראב אינטערעקשענס קענען געטוישט ווערן בשעת די ספעיס-פלייט.

(סינטיע קאללינס איז נאסא'ס סטאדי פירער)
📎 Pseudomonas[1].jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 10, 2013 11:53 pm

· #132501
boxcover
סינטיע קאללינס
ביאפילמס זענען אומקענטראלירט אויף די מיר ספעיס-סטאנציע

צ"ל: זענען געווען אומקאנטראלירט - די מיר סטאנציע איז שוין נישט אין ספעיס זייט 2001.

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 3:23 pm

· #133067
ס'טוט זיך לעבעדיג איבער א נייע סטאדי וואס זאגט אז פיש אויל קען אינקריסין די ריסק פאר פראסטעט יענע מעשה

דראדזש האט געלינקט צו סעוועדזש, וואס קריטיקירט די סטאדי

Capture00.JPG

זר זהב » פרייטאג יולי 12, 2013 3:24 pm

· #133068

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:36 pm

· #138639
דער געוואלדיגער כח פון מעדיטעישן.
לחם לא אכלתי ומים לא שתיתי.
http://www.whydontyoutrythis.com/2013/0 ... onths.html

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:39 pm

· #138641
יש נשים אויף די וועבסייט

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:42 pm

· #138642
אריין אין גדרים וסייגים אשכול.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12