לעצטענס מאכט ער מער טאמבל סאוס'ס, קען ער נישט שרייבן
נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
פערינא
דיר שמעקעדיג, די ליינסט וועגן גאלעקסיס און ס'שרייט ארויס מה רבו מעשיך השם, עפעס א קלייניקייט? קאזמאוס, לייט יעירס, ביליאנע גאלעקסיס, טריליאנע מיילן, אינפינעט שטערן, אן ערך פון 200 לבנה'ס אויף די עפעס צען פלענעטן און אונזער סולער, ביליאנע שטערן אין מילקי וועיס מיט זייער אייגענע סולער סיסטעם טריליאנע זין מיט לבנה'ס, וואוו ממש אינעפעבעל! אלעס האט איין כביכול באשאפען און זעקס טעג און דאס אלעס פאר אונז יידן און אלעס מיט א הכנה צו מתן תורה. ווען נישט די יידעלעך ביים בארג סיני געבן די סיעל אף עפראוועל וואלט אלעס געווען תוהו ובוהו! פאר אנדערע איז עס עפעס א מקור פון פראסטרעישען און קאנפיוזשען.
און טאמער דער בורא האט עס באשאפן אין זעקס ביליאן יאר, און נישט נאר פאר אונז אידן נאר פאר אלע בריאים וואס דער באשעפער וויל מיט זיי גוטס טון, איז דאס עפעס ווייניגער וואונדערליך? ווייניגער מה רבו מעשיך ה'?
און נאכדעם שרייט מען וועגן ראסיזם.
שמעקעדיגסתם נייגעריג:
איז עס נישט עקלדיג ארויסצונעמען א פארפוילטן סקעלעטאן, אנגעפאשעט פון ווערים, גערוך א קילאמעטער? פעך!
און קען מען דען טעסטן דורך אפאר פארפוילטע ביינער פון וואס דער מענטש איז געשטארבן?
אויף די ערשטע שאלה ווייס איך דיר נישט וואס צו ענטפערן. איך שטעל זיך פאר אז די תירוץ איז אין הכי נמי. די צווייטע שאלה איז די תירוץ ווי פאלגנד. זיי גייען נישט סתם אזוי טעסטן פון וואס ער איז געשטארבן, זיי גייען טעסטן א ספעציפישע סם, צו דאס איז איינגעזאפט אין זיינע ביינער. די סם איז א געוויסע כעמיקאל וואס הייסט פאלאניום-210. יעדע כעמיקאל לאזט איבער א רושם (ראדיאקטיוויטי) און צוביסלעך צוביסלעך ווערט די צייכן פארשווינדען. די ספעציפישע כעמיקאל פאלאניום-210 האט א האלבע לעבן פון 138 טאג. א האלבע לעבן מיינט אז נאך 138 טאג פאלט די רושם פון די כעמיקאל צו האלב. אראפאט איז געשטארבן אכט יאר צוריק, דאס הייסט עס איז שוין דורך זייט דעמאלטס בערך 22 האלבע לעבנס, וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז עס איז היינט צו טאגס געבליבן פון דעם כעמיקאל'ס "רושם" איינס פון 2.5 מיליאן. עס איז טאקע זייער ווייניג, אבער אויב האט אראפאט אריינגענומען גענוג פון די פאלאניום-210 אים צו הרג'ענען מיינט דאס אז ער האט אריינגענומען זייער אסאך פון די כעמיקאל און עס איז גאר מעגליך אז עס איז נאך דא א רושם אין זיינע ביינער. אויב וועלן די וויסנשאפטלער טרעפן אן ערנסטע רושם פון די סם אין זיינע ביינער מיינט דאס על כרחך אז ער האט איינגענומען א גרויסע מאס פון דעם סם וואס דאס מיינט על כרחך אז ער איז גע'הרג'ט געווארן פון דעם סם.
סייענטיסטן טוען פרעדיקטן אז מען מען וועט טרעפן דארק מעטטער (dark matter) ביז דריי פיר יאר.
http://www.space.com/18615-dark-matter- ... earch.html
http://www.space.com/18615-dark-matter- ... earch.html
סייענטיסטן וועלכע שטודירן די פארטיקלס פון די לארדזש היידראן קאליידער האבן אנטדעקט אז די קאלליידער האט באשאפן א נייע מין פארטיקל.
http://www.livescience.com/25064-lhc-pa ... atter.html
http://www.livescience.com/25064-lhc-pa ... atter.html
סייענטיסטן טוען פרעדיקטן אז מען מען וועט טרעפן דארק מעטטער (dark matter) ביז דריי פיר יאר.
וואס מיינט אז מען וועט עס טרעפן, מען וועט עס קענען זען? אויב יא, וויאזוי?
סארי, כ'האב מיך נישט גוט אויסגעדורקט. מ'וועט וויסן וואס דאס איז. דאס הייסט מיר וועלן קענען דעסקרייבן וואספארא מין פארטיקל עס איז און וויאזוי עס ביהעווט.
"The leading experiments aimed at detecting dark matter are just starting to operate at sensitivity levels thought to be sufficient to detect signals from these particles, and their results should be in within about three or four years, Bauer said."

אינטערעסאנט. אויב מען מעג דיר נאכאמאל מטריח זיין. ווי אזוי ווייסט מען בכלל וואספארא סארט עקספערימענטן צו מאכן און ווי אזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז עס וועט ארבעטן אויב מען ווייסט אפילו נישט פון וואס דאס באשטייט?
אגב, עס כאפט א פחד צו טראכטן אז מיט אלע אונזערע שטוינענדע ידיעות אין וויסנשאפט ווייסט מען קוים א פערטל פון די יוניווערס פון וואס דאס באשטייט, דאס איבריגע איז גענצליך פארהוילן ביז דערווייל.
אגב, עס כאפט א פחד צו טראכטן אז מיט אלע אונזערע שטוינענדע ידיעות אין וויסנשאפט ווייסט מען קוים א פערטל פון די יוניווערס פון וואס דאס באשטייט, דאס איבריגע איז גענצליך פארהוילן ביז דערווייל.
אה, פאר דעם וועסטו מוזן פרעגן איינער וואס פארשטייט צו פיזיקס (נישט איך...) און ער וועט דיר קענען מסביר זיין וואס מען זוכט און וויאזוי מען קען וויסן אז וואס מ'טרעפט איז טאקע דארק מעטטער.
ווי איז קול דודי און פשוט-קאמפליצירט ווען מ'דארף זיי?
ווי איז קול דודי און פשוט-קאמפליצירט ווען מ'דארף זיי?
עס איז אפיציעל! נאך יארן שפעקולאציעס אז אויף מערקורי איז דא וואסער, האט נאסא'ס ספעיסקרעפט "מעסענדזשער" באוויזן צו כאפן א בילד פון אייז וואסער אויך דעם פלאנעט מערקורי. נאסא האט געמאלדן אז זיי גייען פארקירעווען "מעסענדזשער" עס זאל פארן נענטער צו מערקורי צו קענען כאפן מער בילדער און עס גרינטליכער שטודירן.
http://www.space.com/18687-water-ice-me ... overy.html
http://www.space.com/18687-water-ice-me ... overy.html
גרויסע חכמים וואס זיי זענען, מיינען אז אלס געפינען זיי אויס. מיר ווייסן דאס שוין דריי טויזנט יאר אז אויבן העכער'ן הימל געפינט זיך וואסער, קומען די צולייגער'ס און לערנען זיך וויייסעך וויפיל יאר דארט און מאכן גאנצע עקספערימענטן כדי צו אויסגעפינען דאס וואס א פשוט'ער חדר יונגל ווייסט.
SpotTheStation! Time: Sat Dec 01 5:34 AM, Visible: 4 min, Max Height: 45 degrees, Appears: WSW, Disappears: SSE
יאירגרויסע חכמים וואס זיי זענען, מיינען אז אלס געפינען זיי אויס. מיר ווייסן דאס שוין דריי טויזנט יאר אז אויבן העכער'ן הימל געפינט זיך וואסער, קומען די צולייגער'ס און לערנען זיך וויייסעך וויפיל יאר דארט און מאכן גאנצע עקספערימענטן כדי צו אויסגעפינען דאס וואס א פשוט'ער חדר יונגל ווייסט.
אין הכי נמי, אבער איך געדענק פרעגען מיין רבי אויב די וואסער אין הימעל איז זאלציג, און דער רבי האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט.
דאס פראבירען זיי אויסצוגעפינען.
א נייע פארש פאפיר ערקלערט אז דאס מיאוס פנים פון א קראקאדיל איז נישט קיין גענעטישע זאך וואס די קראקאדיל ירש'נט פון זיין מאמע, נאר איז א תוצאה פון די פארגרעסערונג פון זיין קדקד וואס צושפאלט די הויט וואס נעמט עס ארום http://www.sciencemag.org/content/early ... 5.abstract
דאס גיט א נייע ענטפער פאר די אור-אלטע קושיא: פארוואס זענען קראקאדילן אזוי מיאוס? http://www.realclearscience.com/blog/20 ... -ugly.html
דאס גיט א נייע ענטפער פאר די אור-אלטע קושיא: פארוואס זענען קראקאדילן אזוי מיאוס? http://www.realclearscience.com/blog/20 ... -ugly.html
איצטער ווארטען די אור-אייניקלעך פון יענע קראקאדילן אז א קראקאדיל אין אן אמעריקאנער טור-גארטן זאל זיך מרחם זיין אין שרייבן א פארש-פאפיר אויף ס'ענין.
ערשטע מאל אין היסטאריע!
59 יאר צוריק האבן צוויי סייענטיסן דזשעימס וואטסאן און פראנסיס קריק דערקלערט אז זיי ווייסן וויאזוי ד.נ.א. זעט אויס. יארן זענען פארלויפן, און קיינער האט נאכנישט באוויזן צו כאפן א דירעקט בילד פון א סינגל ד.נ.א. הארעלע. די וועג וויאזוי מען האט אויפגעוויזן וואטסאן און קריק'ס טעאריע איז געווען דורך נוצן א טעכניק פון ווארפן עקס-רעי שטראלן אויף א ד.נ.א. הארעלע און פון די שטראלן וועלכע זענען צוריקגעשפרינגן האט מען געקענט אויפבויען א בילד פון דדעם ד.נ.א סטרוקטור (די טעכניק הייסט עקס-רעי קריסטאלאגראפיע).
ביז פאריגע וואך מיטוואך. פארגאנגענע מיטוואך האט דר. ענזא די פאבריאזא, פיזיקס פראפעסאר אין מאגנא גראסיא אוניווערזיטעט אין קאטאנזארא, איטאליע, באוויזן צו כאפן די ערשטע דירעקטע בילד פון ד.נ.א. אין די היסטאריע. די בילד איז פון א צוזאם געדרייטע ד.נ.א. און דערפאר זעט מען נישט קלאר די סטרוקטור וואס איז באקאנט פאר יעדעם פון מעלערייען. אבער פראפעסאר די-פארביאזא זאגט אז אינעם נאענטן צוקונפט וועט מען קענען כאפן א בילד פון אן אויפגעדרייטן ד.נ.א. הארעלע במלוא הדרה.
די פאבריאזא'ס בילד. מערקט די corkscrew shape
פאבריאזא זאגט אז ער האט גענוצט אן עלעקטעראן מייקראסקאופ צו כאפן דעם בילד. ער האט געמאכט צוויי פיצינקע נענאסקאפישע זיילן פון סיליקאן, און ארויפגעגאסן אויף די זיילן א געמיש פון וואסער אין ד.נ.א.. וויבאלד די סיליקאן איז גליטשיג, האט זיך די וואסער אראפגעגליטשט אין די ד.נ.א. הארעלעך זענען געבליבן הענגן אויפן זייל.
קאמפליט סטארי http://www.newscientist.com/article/dn2 ... -time.html

(Scientists create functioning, virtual brain that can write, remember lists and even pass basic IQ test (with video
Read more: http://www.canada.com/technology/Canadi ... z2E0PM6AMq
http://www.vancouversun.com/technology/ ... story.html
Read more: http://www.canada.com/technology/Canadi ... z2E0PM6AMq
http://www.vancouversun.com/technology/ ... story.html
איז iq למעשה אמת?
זר זהב(Scientists create functioning, virtual brain that can write, remember lists and even pass basic IQ test (with video
Read more: http://www.canada.com/technology/Canadi ... z2E0PM6AMq
http://www.vancouversun.com/technology/ ... story.html
א סימולטאציע פון SPAUN
איך וועל ציטירן פון Terrence Stewart, וואס ארבעט אויף דעם פראדזשעקט
"This is nothing like as quick as the human brain, It's got to be speeded up a massive amount before it even comes close – right now the system takes two and a half hours for the equivalent of a few second's thought."
סייענטיסטן וואס אנאליזירן די אינפארמאציע וואס וואויעדזשער 1 שיקט צו אונז האבן היינט אנאנסירט אז וואויעדזשער האט אנדעקט א לעיער פון די סאלאר סיסטעם וואס סייענטיסטן האבן נישט געוואוסט אז עס עקסעזטירט בכלל. http://www.livescience.com/25210-voyage ... -edge.html
א גרופע סייענטיסטן האבן זיך אונטערגענומען אן אינטערעסאנטע מיסיע: געוואויר צו ווערן דורך ד.נ.א טעסטינג און ענליכע טעסטס, ווער ס'האט אונטערגעשטעלט די פילטדאון מען. http://www.telegraph.co.uk/science/evol ... n-Man.html
א גרופע פארשער פון כינע האבן באוויזן צו ריפראגראמירן מי-רגלים צעלן צו מוח צעלן. http://www.guardian.co.uk/science/neuro ... rain-cells
יידלא גרופע פארשער פון כינע האבן באוויזן צו ריפראגראמירן מי-רגלים צעלן צו מוח צעלן. http://www.guardian.co.uk/science/neuro ... rain-cells
כ'געמיינט אז נאר אנדערע זאכן האבן א שייכות מיט'ן מח.
צום ערשטן מאל וועט מען קענען זעהן דעם ספעיס סטעישאן אין נארמאלע שעות.
SpotTheStation! Time: Wed Dec 12 5:50 PM, Visible: 3 min, Max Height: 56 degrees, Appears: SW, Disappears: E
SpotTheStation! Time: Wed Dec 12 5:50 PM, Visible: 3 min, Max Height: 56 degrees, Appears: SW, Disappears: E
דער סוף פונ'ם ערשטן "לעצטער פרעה"
מען האט יעצט באשטעטיגט אז דער לעצטער פרעה רעמסס פון דריי טויזנט יאר צוריק איז געווארן גע'הרג'עט דורך זיין אייגענעם זון, וועלכער איז דערנאך באגאנגען זעלבסטמארד. דער באלזאמירטער קערפער פון רעמסס האט אלאנגער שניט ביים האלז, און דורך די ען עי האט מען באשטעטיגט אז דער רוצח איז געווען זיין זון. דאס ווערט אויך באשטעטיגט דורך אור אלטע דאקומענטן. וואונדערליך וואס מען קען אלס אנטדעקן דורך די היינטיגע טעכנאלאגיע.

דער קערפער פון רעמסס
דער קערפער פון רעמסס
נייע שטודיע פארבינדט צווישן עדיוקעישאן און גלויבן. ווי שטערקער די עדיוקעישאן אין א פלאץ, אלץ ווייניגער מענטשן גלויבט אין יענע פלאץ. http://epiphenom.fieldofscience.com/201 ... -some.html
מיטוואך האט סלעיט פובליצירט א לענגערן באריכט צו דאקומענטירן וויאזוי די ווייסע הויז האט אומלעגאל געניצט איר כוח צו בלאקירן די FDA פון עפראוון א גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש (Genetically Modified Salmon) וועלכע איז שוין דורך אלע סעיפטי טעסטס שוין 6 חדשים צוריק. די סיבה פארוואס די ווייסע הויז האט נישט געוואלט אז די FDA זאל עס עפראווען איז וויבאלד דאס גייט אויפרעגן זייער אסאך לינקע "נאטוראליסטן" וועלכע זענען אנטי-GMO (און אויך פראפעסאר שפירא...) דער שרייבער אין סלעיט האט געווארנט אז אויב וועט די ווייסע הויז נוצן איר פאליטישן מאכט אומלעגאל צו לייגן שטיינער אין די וועג פון סייענטיפישע פראגרעס וועט דאס גורם זיין אז סייענטיסטן וועלן אויפהערן שטודירן גענעטיק מאדיפיקאציעס אין חיות. אפאר שעה נאך וואס די ארטיקל איז פובליצירט געווארן, האט די ווייסע הויז געמאלדן אז זיי האבן געגעבן די באפולמעכטיגונג פאר די FDA צו עפראוון דעם פיש. די פראסעס דאס גענצליך צו באשטעטיגן וועט נעמען נאך א יאר בערך און עס איז ערווארטעט אז אין יאר 2014 וועלן גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש באשיינען אידישע שבת טישן. ויאכלו ענוים וישבעו.
יידלנייע שטודיע פארבינדט צווישן עדיוקעישאן און גלויבן. ווי שטערקער די עדיוקעישאן אין א פלאץ, אלץ ווייניגער מענטשן גלויבט אין יענע פלאץ. http://epiphenom.fieldofscience.com/201 ... -some.html
די פארבינדונג צווישן רעליגיע און עדיוקעישאן איז שוין אן אלטע דעבאטע. אין אלגעמיין איז אנגענומען זייער שטארק אז עדיוקעישען רעדוצירט דראסטיש רעליגיעזע גלויבנס, אבער עס איז נישט פונקט אזוי. שטודיעס צייגן אז כאטש מענטשן וואס זענען מער עדיוקעיטעד האבן א געוויסע פראצענט ווייניגער רעליגיעזע גלויבנס, וועלן זיי ענדערש אנטיילנעמען אין רעליגיעזע סערוויסעס. ליינט דעם ארטיקל צו פארשטיין די תירוץ צו דעם פאראדאקס, און די חילוקי דעות דערוועגן.
וואס איז דאס "גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש"? מה טובה?
שמעקעדיגוואס איז דאס "גענעטיש מאדיפיצירטע סעלמאן פיש"? מה טובה?
דאס מיינט אז מ'טוט מאדיפיצירן (טוישן) די גענעס (דזשינס/genes/ד.נ.א.) פון דעם פיש. אין דעם פאל פון די סעלמאן פיש האבן זיי מאדאפיצירט די גענעס פונעם פיש אז עס זאל אויפוואקסן אין האלב די צייט וואס עס נעמט נאטורליך אויפצווואקסן.
די גרעסטע דינאזאורן וואס מ'האט געפונען זענען פון די משפחה וואס סייענטיסטן רופן טיטאנאזאורן. מ'שאצט אז זיי זענען געווען אן ערך פון 100 פיס לאנג און האבן געוואויגן אן ערך פון 90 טאן. אבער ראדאלפא גארסיע פון די נאציאנאלע אוניווערזיטעט אין ריא נעגרא אין ארגענטינע זאגט אז ס'גאנץ מעגליך אז מ'האט אונטערגעשאצט זייער גרויסקייט. גארסיע האט געפונען אין ארגענטינע א ציין פון א טיטאנאזאור אין די גרויס פון 3 אינטשעס, וואס איז 32% גרעסער פון סיי וואספארא טיטאנאזאור ציין מ'האט נאר געפונען ביז היינט. אויב איז די ציין אזוי גרויס, מוז זיין אז די מויל אין וועלכע עס איז געלעגן איז אויך געווען אזוי גרויס. אז די מויל איז געווען אזוי גרויס, מוז זיין אז די קאפ איז געווען אזוי גרויס. אז די קאפ איז אזוי גרויס, מיינט דאס אז דער קאפ איז געווען באהאפטן צו א ריזיגע גוף. דערווייל זענען רוב שארבנס (skulls) פון טיטאנאזאורן וואס מ'האט געפונען נישט געווען גענוג גרויס צו אקאמאדירן אזא גרויסער ציין. גארסיע טענה'ט אז די ציין איז גענוג שטארקע פרוף אז אזא ריזן מעגא-דינאזאור האט עקזעסטירט. אנדערע פאלענטאלאגיסטן טענה'ן אז מ'וועט מוזן אויסווארטן ביז מען טרעפט א שארבן פון דעם מין, צו קענען פעסטשטעלן אז מ'רעדט דא טאקע פון אזא ריזיגע באשעפעניש, און נישט בלויז איין טיטאנאזאור וואס האט געהאט אן אבנארמאלע גרויסע ציין.
גארסיע'ס פארש פאפיר
בילדער פון דעם ציין:

א טיטאנאזאור

גארסיע'ס פארש פאפיר
בילדער פון דעם ציין:

א טיטאנאזאור
דער פיזיקער פראפעסאר פיטער היגס, וועלכער האט פאראויסגעזאגט פאר 40 יאר צוריק דאס עקזיסטענץ פון די "היגס פעלד" און די "היגס באסאן פארטיקל" וועלכע מ'האט געפונען דאס יאר, האט שארף אטאקירט דעם פראמינענטן ביאלאג און אויסגעשפראכענער רעליגיע-פיינטהאבער ריטשארד דאקינס. "ער איז כמעט א פונדאמענטאליסט, פון אן אנדערע סארט", האט היגס געזאגט. היגס אליינס זאגט אז ער איז אויך אן אטעאיסט אבער ער האלט נישט אז נישט-פונדאמענטאליסטישע פארמען פון רעליגיע זענען נישט פארגלייכבאר מיט וויסנשאפט. ער האט אויך געזאגט אז די וועג וויאזוי דאקינס באציעט זיך צו רעליעגעזע איז "פארשעמנד".
מקור
מקור
עקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html
יידלדער פיזיקער פראפעסאר פיטער היגס, וועלכער האט פאראויסגעזאגט פאר 40 יאר צוריק דאס עקזיסטענץ פון די "היגס פעלד" און די "היגס באסאן פארטיקל" וועלכע מ'האט געפונען דאס יאר, האט שארף אטאקירט דעם פראמינענטן ביאלאג און אויסגעשפראכענער רעליגיע-פיינטהאבער ריטשארד דאקינס. "ער איז כמעט א פונדאמענטאליסט, פון אן אנדערע סארט", האט היגס געזאגט. היגס אליינס זאגט אז ער איז אויך אן אטעאיסט אבער ער האלט נישט אז נישט-פונדאמענטאליסטישע פארמען פון רעליגיע זענען נישט פארגלייכבאר מיט וויסנשאפט. ער האט אויך געזאגט אז די וועג וויאזוי דאקינס באציעט זיך צו רעליעגעזע איז "פארשעמנד".
מקור
On Youtube there's a series of videos from a symposium "Beyond Belief: Science, Religion, Reason and Survival" where a large part of the discussion was about this question whether Richard Dawkins's attack on religion is good or not. Some of the greatest scientists participated including Dawkins. Many atheist scientists expressed various arguments similar and different from what Higgs just expressed
יידלעקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html
איך בין נייגעריק אויף וואספארא שאצונגען זיי באזירן זייער פראדיקציעס. מען רעדט דאך דא פון טרעפן א נייע זאך וואס מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען עפעס ענדליך צו דעם, ווי אזוי איז שייך צו פארזאגען עפעס וואס האט נאך בכלל נישט קיין היסטאריע אונטער זיך.
משה געציליידלעקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html

משה געציל, זיי זאגן נישט אז זיי גייען טרעפן א פלאנעט וואס "פארמאגט" לעבן. נאר א פלאנעט וואס האט די "מעגליכקייט" צו פארמאגן לעבן. ס'איז דא א דרעיק חשבון וואס זאגט די נומבער פון אזוינע מעגליכע פלאנעטן. בלייבט נאר איבער צו מאכן די טעכנעלאגיע צו קענען דאס טרעפן און באשטעטיגן.
יואליש

ווי אין מיינע ווערטער האסטו געזען אז איך רעדט פון טרעפן פלאנעטן וואס פארמאגן לעבן? הא גופא וויל איך וויסן ווי אזוי מען קען פאראויסשאצן אז מען גייט טרעפן א פלאנעט וואס האט די מעגליכקייט צו פארמאגן לעבן ווען אין פאקט האט מען נאכקיינמאל נישט געפונען אזא פלאנט.
משה געציליידלעקספערטן זאגן פאר אז אין יאר 2013 למספרם וועט מען מסתמא אנדעקן א פלאנעט אין אונזער גאלאקסי וועלכע האט אויך די מעגליכקייטן צו זיין א וועלט וועלכע קען סופפארטן לעבן. http://www.livescience.com/25839-alien- ... -2013.html
איך בין נייגעריק אויף וואספארא שאצונגען זיי באזירן זייער פראדיקציעס. מען רעדט דאך דא פון טרעפן א נייע זאך וואס מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען עפעס ענדליך צו דעם, ווי אזוי איז שייך צו פארזאגען עפעס וואס האט נאך בכלל נישט קיין היסטאריע אונטער זיך.
באמערק אז מ'רעדט נישט פון פלאנעטן וואס עס זענען אייגענטליך דא אויף זיי לעבן, די מדובר זענען פלאנעטן וואס האבן די מעגליקייט צו סופפארטן לעבן (וואסער, ליכטיגקייט וכו'). לעבן מיינט אויך לאו דוקא אינטעליגענטע לעבן. לעבן מיינט אפילו באקטיריע. וויאזוי זיי ווייסן דאס איז וויבאלד אין 1995 האט מען געטראפן א פלאנעט וועלכע איז ענליך אין איין אספעקט צו אונזער וועלט (עס האט -פונקט וואו אונזער וועלט - ארומגעקרייזט א שטערן וואס איז זייער ענליך צו אונזער זון). זייט דעמאלטס האלט מען אין איין אנטדעקן מער און מער עקסאפלאנעטן (נוטריקין: עקסטרע סאלער פלאנעטן) וועלכע ענדלן מיט געוויסע אספעקטן (ווי סייז אדער געשאצטע טעמפעראטרון) צו אונזער וועלט. לויט די ראטע וויאזוי די אנטדעקונגען גייען קענען מיר ערווארטן גאר בקרוב צו געפינען א פלאנעט וועלכע ענדלט גאר שטארק צו אונזער וועלט.

יואליש האט מיר אויסגעכאפט לגבי מיין ערשטע נקודה.
אנטשולדיג. מיין טעות . די דרעיק עקוועזשאן זאגט סך מער, די חשבון פון וויפיל אנדערע "ציוויליזאציעס" עס טוהן ווארשיינליך עקזעסטירן.
דא רעדט מען, ווי געשמועסט, פון פלאנעטן וועלכע זענען א געוויסע סייז און ביי א געוויסע מרחק פון א געוויסע סייז שטערן. די סטאטיסטיקל חשבון זאגט אז צווישן טריליאנען טריליאנען שטערן זאלן זיך געפינען מיליאנען אזוינע פלאנעטן. כך הבנתי.
און טאקע מ'הערט מער און מער פון אזוינע געפינסן, זעהט אויס אז די טעכנעלאגיע האט זיך פארבעסערט, אדער האבן זיי קאנצעטרירט מער ריסורטש דערויף.
ס'איז דא א געוואלדיגע געיעג דאס צו טרעפן, ווייל דאס מאכט אן אסטראנאמער אן אוטומאטישער נאבעל פרייז געווינער.

קוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.
משה געצילקוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.
כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל (וועלכע ארטיקל?) אבער כ'מיין אז חוץ טעפראטור כאפט אויך א נפק"מ די גראוואטי. אויב איז עס אזוי קליין ווי די לבנה איז די גראוויטי סך שוואכער.
יואלישמשה געצילקוקט מיר אויס פונעם ארטיקל אז דאס עיקר און וואס עס ווענד זיך צי עס איז פארהאן א מעגליכקייט אויף א פלאנעט אז חיות זאל האבן א קיום איז די טעמפארטאר, די ווייטקייט פון די שטערנס איז נאר א וועג אויסצורעכענען אויב עס איז בכלל מעגליך אז דער טעמפארטאר דארט זאל זיין די זעלבע ווי אונזער וועלט קוגעל.
כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל (וועלכע ארטיקל?) אבער כ'מיין אז חוץ טעפראטור כאפט אויך א נפק"מ די גראוואטי. אויב איז עס אזוי קליין ווי די לבנה איז די גראוויטי סך שוואכער.
גראוואטי ווענד זיך אין די גרויסקייט פונעם פלאנעט? איך האב געמיינט אז עס ווענד זיך אין די באשטאנדטיילן פון וואס דער פלאנעט איז צוזאמגעשטעלט.
גראוואטי ווענד זיך און מאסע און דיסטנעץ. יעדע באשטאנדטייל פארמאגט מאסע. יעדע צוויי באשטאנדטיילן וועלן אויסדריקן א גראוויטעשינאל שלעפ איינער אויפן צווייטן, געוואנדן אין די מאסע פון ביידע און די מרחק אינדערצווישן. די סיבה פארוואס א מענטש אויף די לבנה ווערט נישט צוגעצויגן דאס זעלבע ווי אויפן ערד קוגל איז ווייל ערד איז גרעסער פון די לבנה. דער זעלבער מענטש זאל שטיין אויף זשופיטער (ווען ס'איז ווען נישט א גאז באלי) וואלט געוואויגן דריי הונדערט מאל אזויפיל ווייל זשופיטער איז בערך אזויפיל מאל גרעסער פון ערד.
די לבנה, דאכט זיך, פארמאגט די זעלבע חומר ווי ערד (סארי, רמב"ם). איין טעאריע איז אז ס'האט זיך ביי א געוויסע פונקט אפגעבראכן פון ערד (גיי גלייב זיי...)
די לבנה, דאכט זיך, פארמאגט די זעלבע חומר ווי ערד (סארי, רמב"ם). איין טעאריע איז אז ס'האט זיך ביי א געוויסע פונקט אפגעבראכן פון ערד (גיי גלייב זיי...)
די לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?
יאירדי לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?
(הוספתי קשר כדי שגם אחרים יוכלו לעמוד בסוד קדושים)
יאירדי לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?
די לבנה איז גאנץ באשטימט נישט געמאכט פון קעז. הנח להן לבני ישראל אם אין נביאים הן, בני נביאים הן. דורי דורות האבן מיר מחדש געווען די לבנה מוצש"ק אין די ווינטער חדשים אינגאנצען דריי שעה נאכן פליישיגן טשולענט! ווי קען מען מוצא לעז זיין אויף דורות הקודמים אז זיי האבן לויז געמאכט די גרעניצען פון אביזרייהו דבשר וחלב מיטן זאגן כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך, כאילו ווען די מיליכיגע לבנה איז נענטער וואלט ער אנגערירט מיליכיגע קעז מיט די פליישיגע הענט וועלכע האט זיך נארוואס געווייקט אין פעצעי?!
נעכטן איז געקומען די נייעס אז עריק פאראקאפי האט זיך מודה געווען און גנב'נען די סקעלעטאן פון א דינאזאור פון מאנגאליע. די דינאזאור איז ליציטירט געווארן דעם פארגאנגענעם יאר פאר איבער מיליאן דאלער. עס דראעט אויף פאראקאפי 15 יאר תפיסה. און מיינט נישט אז דאס איז געווען זיין ערשטע גניבה. א שיינע פאר דינאזאורן זענען געפונען געווארן אין זיין הויז און אין אנדערע פלעצער, אלעס גע'גנב'עטע סחורה.
אגב איז די נייעס איבערן ליציטאציע געווען איינע פון די ערשטע נייעסן צו באריכטעט ווערן אין דעם אשכול. די השתלשלות הדברים בקיצור: מאי 16 האט מען באריכטעט איבערן ליציטאציע. מאי 21 איז דא באריכעטעט געווארן די נייעס אז די סקעלעטאן פונעם בעל חי איז פארקויפט געווארן פאר אבסיל מער ווי מיליאן דאלער צו אנאנימע קויפער. עס איז גלייכצייטיג באריכטעט געווארן אז דער פרעזידענט פון מאנגאליע האט גע'טענה'ט אז די דינאזאור איז ארויסגעגראבן געווארן פון זיין לאנד און געהערט לעגאל צו מאנגאליע. מאי 30 איז געמאלדען געווארן אז די ליציטירער קאאפערירן מיט די אינסטאנצן אין זייער אויספארשונג איבער דעם טייערנאסעראוס. יוני 7 איז געקומען דער באריכט אז יא, דער דינאזאור קומט טאקע פון מאנגאליע! שפעטער איז געווען אין די נייעס אז דער פארקויפער האט גע'טענה'ט אז עס איז אוממעגליך אז די דינאזאור קומט פון מאנגאליע ווארום עס איז צוזאמגעשטעלט פון צענדליגע דינאזאורן! סייענטיסטן האבן שטארק מפקפק געווען צו אזא זאך איז בכלל שייך, און א נייע טערמין איז באשאפן געווארן, "פראנקען-זאראוס".

אודאי נישט. עס איז דאך בכלל נישט קיין גרינע קאליר!
שמעקעדיגיאירדי לבנה איז נישט געמאכט פון גרינע קעז?
אודאי נישט. עס איז דאך בכלל נישט קיין גרינע קאליר!
גרינע מיינט מען פארשימעלטע.