נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
אן אשכול מיוחד פאר קורצע נייעסן בעולם הוויסנשאפט, וואס, ווי דער אונטערקעפל פון דעם פארום לויטעט, איז כולל נאטור אין וויסנשאפט.
א נייע שטודיע ווייזט אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם. די שטודיע, וועלכע איז פובליצירט געווארן אינעם אקאדעמישן דזשורנאל "קעמאסענסארי פערסעפשאן", האט געגעבן פאר 74 מענטשן צו טרינקן ביטערע, זיסע, זויערע און אסטרינגענט געטראנקען צוויי מאל, איין מאל 5 צעלסיוס און נאך אמאל 35 צעלסיוס. ווי ס'שטעלט זיך ארויס האט די דעגרי פונעם געטראנק געהאט אן אפעקט אויף די ביטערקייט, אסטרינגענקייט און זויערקייט פון די געטראנקען, אבער נישט אויפן זיסען געטראנק.
מ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.
שמואל הלוימ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.
אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?
וואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?
די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.
יידלשמואל הלוימ'דארף א שטודיע דערצו? ס'איז דאך א דבר ידוע לכל אז עסן טעיסט אנדערש ווען ס'איז קאלט ווי ווען ס'איז ווארעם.
אבער האסטו געוויסט אז נאר ביטער, זויער און אסטרינגעט טוישט זיך אבער נישט זיס?
אה! דאס איז שוין יא א חידוש.
דבילהוואס פונקטליך ווייזט די שטודיע, אז די עסן גופא טוישט זיך, אדער אז די מויל נעמט אנדערש אויף די טעם פון די עסן אלץ די סענסיטיווקייט פון די טעם-צעלן אין מויל?
די נפק"מ 'עט כאפן צו אנדערע מענטשן האבן די זעלבע חילוקים ציווישן קאלטס און ווארעמס.
אט איז א ציטאט פון די שטודיע פאפיר:
For some individuals, temperature alone can elicit taste sensations. These individuals seem to be more sensitive to tastes in general. What our work shows is that, in addition to these sensitive individuals, the temperature of a specific taste can affect how intense it tastes
ס'אינטערעסאנט אז מ'בעיזט די גאנצע סטאדי אויף 74 מענטשן.
צוקער מאכט נאריש
א נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.
בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.
נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.
ליציטאציע אויף נאטורליכע היסטארישע ארטיפעקטן
מאי 20 גייט פארקומען א ליציטאציע אויף היסטארישע נאטורליכע ארטיפעקטן, דורך העריטעדזש אוקשאנס. איינס פון די הייסטע חפצים אויף ליציטאציע איז די כמעט פולע סקעלעטאן פון א טיירענאסאורוס באטטאר. די סקעלעטאן איז בערך אכט פיס הויך און 24 פוס לאנג. עס ווערט געשאצט אז עס איז ווערד קרוב צו א מיליאן דאללער. די ליציטאציע גייט פארקומען אין צענטער 548, 548 וועסט 22 סטריט אין מאנהעטן ניו יארק. אלע ארטיפעקטען וועלכע וועלן ליציטירט ווערן, וועלן זיין אויף אויסשטעלונג פון מאי 17 ביז מאי 19.

[ציטאט אראפגענומען]
לויט די גארדיען ארטיקל
דא, אין די גאבי מדבר אין מאנגאליע. אגב, לויט די ארטיקל איז דער טי-באטאר נאר א קוזין פאר טי-רעקס.
אנאנים, צו טוסטו נישט מישן צווישן טיירענאסאורוס און טארבאסאורוס?
אה, ישר כוח פארן אזוי שיין מסביר'ן.
יידלא נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.
בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.
נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.
ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?
די טיירענאסעראוס איז פארקויפט געווארן פאר אביסל מער ווי א מיליאן דאללער צו אן אנאנימער קויפער וואס האט עס געקויפט על תנאי אז די פארקויפער באקומען קאורט עפפראוועל דאס צו פארקויפן. דער מאנגאליען פרעזידענט Elbegdorj Tsakhia טענה'ט אז די דיינעסאור באלאנגט צו זיין לאנד, ווייל לויט די געזעצן פון מאנגאליע טאר מען נישט ארויסטראגן פון דארט א פאססיל וועלכע איז דארט געטראפן געווארן. ער האט אריינגעגעבן א קלאגע און געריכט אנטקעגן די ליציטירער פונעם דיינעסאור. מארק נארעל, א בארימטער פעלעאנטאלעגיסט פון די אמעריקאנע מוזעאם אויף נאטורליכע היסטארי האט זיך אנגענומען פאר די מאנגאלישע צד, זאגנדיג אז גנב'נען נאטורליכע אוצרות איז א פראבלעם וועלכע פלאגט אסאך לענדער און מוז ווערן אפגעשטעלט פאר אלע קאסטן.
א נייע שטודיע פון אפריל 30, פובליצירט אנליין און דעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "פאמיליע פסיכאלאגיע" לויטעט אז ווען א מאן און ווייב קריגן זיך מערקן זיי זייער גוט ווען איינער פון זיי ווייזט סימנים פון כעס אבער בו בזמן פארפאסן זיי צו באמערקן די געפילן פון טרויער וואס די מאן אדער ווייב האט צוליב דעם קריג. קייט סענפארד, דער פסיכילאג וואס האט אנטייל גענומען אינעם שטודיע זאגט, אז ווען די מאן אדער ווייב באמערקט אז דער אנדערער איז טרויעריג, קען דאס פירן צו א שנעלערער און שטערקער שלום. די עצה דעריבער איז, צו ווייזן אפענע סימנים פון טרויער בשעת א קריג, אזוי אז די מאן אדער ווייב זאל דאס נישט קענען פארפאסן.
ס'פשוט אזוי, האט איר שוין אמאל פראבירט זיך צו קריגען מיט א וויינעדיגע ווייב? ס'גייט נישט.
מצרישע צירונג פון ב'תרס געפינען געווארן אין ארץ ישראל
אין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
📎 GOLD-RING-ISRAEl.jpg
נקודהיידלא נייע שטודיע אויף ראטן ווייזט אז האבן א דיאטע פון הויך-פרוקטאז פאר אזוי ווייניג ווי 6 וואכן מאכט נאריש. עסן הויך-פרוקטאז אפעקטירט די מוח'ס טראכטן און געדענקען אייגענשאפטן, זאגן פארשער. די שטודיע איז פובליצירט געווארן נעכטן אין די דזשורנאל פון פיזיאלאגיע. די שטודיע איזדורכגעפירט געווארן אויף ראטן, אבער די פארשער טענה'ן אז די מוח כעמיסטריע פון ראטן איז זייער ענליך צו מענטשן.
בעפאר אנהייבן דעם עקספירימענט, האבן די פארשער אויסגעלערנט פאר די ראטן אדורכצוגיין א לאבירנט דורך נוצן וויזואע לענדמארקס (קאלירטע סימנים אינעם מאזע) דורך וועלכע די ראט האט געוויסט וויאזוי צו טרעפן די ריכטיגע וועג. דערנאך האבן די פארשער צעטיילט די ראטן אין צוויי גרופעס. איין גרופע האט אנשטאט איר וואסער אנגעהויבן באקומען בלויז -הויך-פראוקטאז קארן סירופ, די צווייטע גרופע האט אין צוגאב פון די קארן סירופ אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס, וועלכע איז גוט פאר'ן מוח און הייסט אלס א טראכטען און געדענקען בוסטער.
נאך זעקס וואכן זיין אויף דעפ דיאטע האבן די פארשער אויספרובירט די מעגליכקייט פון די ראטן דורכצומאכן די לאבירנט. די רעזולטאטן פונעם שטודיע איז געווען אז די צווייטע גרופע וועלכע האט אויך באקומען אמעגא-3 פעטנס האבן דורכגעמאכט דעם מאזע פיל שנעלער ווי די ערשטע גרופע וועלכע איז געפיטערט געווארן בלויז קארן-סירופ.
ווייס איך נאך נישט צו אסאך צוקער מאכט נאריש אדער אמעגא 3 מאכט קלוג, פארוואס האט מען נישט פשוט איינגעטיילט די צוויי גרופעס צווישען גיווענליכע וואסער און פרוקטוס?
מען ווייסט ביידע. ווייל מען זעט אז די ראטן וועלכע האבן געטרונקען נאר פרוקטאז האבן געמאכט דעם וועג שטייטער נאך 6 וואכן טרונקען פרוקטאז. און די צווייטע גרופע וועלכע האט געטרונקען פרוקטאז מיט אמעגא-3 איז נישט אפעקטירט געווארן. די סיבה פארוואס מען האט געמאכט דעם שטודיע אזוי איז ווייל ס'הייסט אז אמעגא-3 פארשטארקערט די חלק המוח וועלכע ווערט אנגעבליך געשעדיגט דורך פרוקטאז.
יידלאין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
📎 GOLD-RING-ISRAEl.jpg
האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...
שמואל הלוייידלאין די ארכעאאלאגישע גרעבונגען אין תל מגידו אין עמק יזרעאל, צפון ארץ ישראל איז געפינען געווארן מצרי'שע צירונג פון בערך יאר ב'תרס (אין די צייטן פון דוד'ס מלוכה). ווי פארשער טענה'ן, האט די צירונג באלאנגט פאר א כנענישע משפחה.
📎 GOLD-RING-ISRAEl.jpg
האב איך שוין א שטיקל השגה וויאזוי די רכוש מצרים און ביזת הים האבן אויסגעקוקט...
נאך בילדער פון די מצרי'שע צירונג:
📎 GOLD RING.jpg
📎 GOLD.jpg
עסן אין באשטימטע צייט העלפט פארלירן וואג
א נייע שטודיע אויף מייז (פובליצירט געווארן מאי 17 אינעם אנליין זשורנאל "צעל מעטעבאליזם") ווייזט אז ווען מ'עסט אין א באשטימטע צייט העלפט עס פארלירן וואג. די שטודיע האט צעטיילט א גרופע פון מייז און צוויי. איין גרופע האט מען ערלויבט צו עסן ווען אימער, די צווייטע גרופע האט מער נאר געלאזט עסן 8 שעה אין טאג. כאטשיג די ביידע גרופעס האבן געגעסן די זעלבע הויך-פעטיגע עסן, מיט די זעלבע מאס קאלעריעס, האט די צווייטע גרופע געהאט אן 28 פראצענט ווייניגער וואג צונעמען ראטע. ווי די שטודירער ערקלערן, ארבעט די גוף פון א מייז (און אויך א מענטש, וועלכער האט זייער אן ענליכער סיסטעם צו א מייז), אז עס איז דא שעות וואס די מאגן און די געדערים ארבעטן גאר גוט, און אנדערע שעות ארבעט עס שוואכער. ווען א מענטש עסט אין א באשימטע צייט, ווייסט די ביאלאגישע זייגער פונעם מענטש זיך צוצושטעלן צו דעם סקעדזול. אנדערש איז אבער ווען דער מענטש האט נישט קיין באשטימטע צייט ווען ער עסט, וועט די גוף נישט וויסן וויאזוי אויסצושטעלן איר סיסטעם ווען עס זאל זיין "אויף" און ווען עס זאל "שלאפן".
נעכטען, מאי 20, איז אין פולע לאקאציעס ארום די וועלט פארגעקומען א זון עקליפס אין וועלכער די זון איז פארדעקט געווארן דורך די לבנה.
📎 eclipse.jpg
דאס האט פאסירט אינמיטן טאג?
שמואל הלוידאס האט פאסירט אינמיטן טאג?
יא.
וועלכע חלקים פון די וועלט? (מסתמא ווייל דארט איז נישט געווען קיין כינוס 😉 )
שמואל הלויוועלכע חלקים פון די וועלט? (מסתמא ווייל דארט איז נישט געווען קיין כינוס 😉 )
מערב פאראייניגטע שטאטן און מזרח אזיע.
נאך א בילד:

הויט-צעלן פארוואנדעלט אין הארץ-צעלן דורך גענעטישע ענדזשינירי
אינעם פרעסטיזשפולען זשורנאל "נאטור" איז ערשינען א באריכט איבער די סוקסעס פון איזראעלישע וינסשאפטלער צו טוישן הויט-צעלן צו פרישע און געזונטע הארץ צעלן דורך גענעטישע ענדזשענירינג. דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך אינעם וועלט פון גענעטיקס און אויב די ווינשאפטלער וועלן מצליח זיין דאס צו נעמען לעולם המעשה וועט מען דערמיט קענען היילען פילע הארץ פראבלעמען. פאלגנד איז די באריכט וואס ערשינען אויפ וועבסייט פונעם "טעכניאן" ווי די וויסנשאפטלער ארבעטען:
"טכניון ורמב"ם יצרו באמצעות שימוש בתאי גזע, מודל ייחודי למחקר וטיפול במחלת לב המובילה להפרעת קצב קטלנית. החוקרים אילנית יצחקי, ליאוניד מיזלס, עירית הובר וחבריהם ממעבדתו של פרופ' ליאור גפשטיין מהפקולטה לרפואה על שם רפפורט, הצליחו להפוך תאי עור, שנלקחו מחולה שסבלה מהפרעת קצב מסכנת-חיים משפחתית, לתאי גזע ייחודיים ("תאי גזע מושרים", iPS) ובהמשך ליצור מהם במעבדה תאי לב. במאמר שהתפרסם בעיתון היוקרתי Nature, הראו החוקרים כי תאי הלב שנוצרו במעבדה ביטאו את ההפרעה החשמלית האופיינית לתסמונת הפרעת הקצב המשפחתית ממנה סבלה החולה (תסמונת מקטע ה- QTהמוארך). בהמשך בחנה קבוצת החוקרים באמצעות שיטות רישום חשמליות מתאי הלב המתקבלים את המנגנונים העומדים בבסיס הפרעת הקצב של החולה ואת השפעתן של תרופות העשויות להחמיר או לטפל במחלה.
תוצאות העבודה מדגישות את הפוטנציאל הטמון באפשרות לתכנת מחדש תאים בוגרים על מנת ליצור "תאי גזע מושרים" הייחודים לאותו חולה. לתאים אלו, בדומה לתאי גזע עובריים, יכולת להתמיין לכל תאי הגוף (כגון תאי לב, תאי עצב, תאי כבד, וכו'). מאחר והתאים המתקבלים הינם זהים גנטית לחולה ממנו הם נלקחו הם יכולים לשמש כמודל ייחודי למחקר של מחלות גנטיות שונות, לפיתוח תרופות, ולתחום המתפתח של רפואה-מותאמת אישית. בנוסף, העובדה שניתן ליצור תאים שונים (כגון תאי לב) שהינם ייחודים לכל חולה עשויה לפתוח פתח בעתיד לשימוש של תאים אלו בתחום המתפתח של הנדסת רקמות והשתלות תאים לשם טיפול במגוון מחלות (כגון אי ספיקת הלב)."
ענדליך! א פאטענט ארויסצובאקומען די גאנצע קעטשופ פונעם באטל
נאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.
אט אט וועט איר קענען כאפן א שמועס מיט א דאלפין!
ווי באקאנט קאמיוניקירן דאלפינס צווישן זיך מיטן קליקן מיט זייער מויל. שוין יארן וואס מ'פלאגט זיך אויסצופיגערען וואס א יעדע מין קליק מיינט, און דערווייל אן הצלחה. אפאר וויסנשאפטלער זענען שוין אויפגעקומען מיט טעאריעס, אבער יעדע מאל איז עס אפגעווארפן געווארן דורך אנדער וויסנשאפטלער וועלכע האבן אנדערש אפגעטייטש די קליקס. א נייע מאשין וועלכע קען נאכמאכן אקוראט די קליקס פון די דאלפינס, פארשפרעכט צו ברענגען אן ענדע צו דעם אניגמע, און איינמאל פאר אלעמאל וועלן פארשער קענען אליינס פראדוצירן די דאלפין-קליקס, און לויט די רעאקציע פון די דאלפינס וועלן זיי קענען אויספיגערען די פונקטליכע באדייט פון א יעדע מין קליק. איינע פון די פארשער וועלכע האט געארבעט אויף די מאשין האט געזאגט אז איינמאל מ'וועט קענען פארשטיין די באדייט פון די קליקס, וועט מען קענען ניצן דעם מאשין ווי א מתורגמן צווישן מענטשן און דאלפינס, און מ'וועט קענען כאפן שמועסן מיט זיי. דאס קען אויך ארויסהעלפן צו דעוועלאפען קאמיוניקאציע מיטלן מיט טויבע, באזירט אויף דעם עקא סיסטעם וואס דאלפינס נוצן.
די מאשין איז אפאר וואכן אלט, און איז נאך נישט אריין אין באניץ, אבער עס איז צום ערווארטן אז ביז א יאר וועט מען שוין האבן די ערשטע רעזולטאטן פון שטודיעס אויסגעפירט מיט די הילף פונעם מאשין.
📎 dolphin-speaker.jpg
די מארס ראווער "אפארטוניטי" וועלכע איז ארויפגעשיקט געווארן צוזאמען מיט נאך א ראווער "ספיריט" צו מאדים און 2004, גייט נאך אן, און האלט אין איין אויספארשן נייע חלקים פון מאדים. כאטשיג זיין טווין איז שוין געשטארבן צוויי יאר צוריק צוליב די קאלטע וועטער אין די ווינטער, לעבט נאך אפארטוניטי, און זי האט שוין אנגעיאגט ארויפצוטרייבן 21.4 מייל זייט זי האט געלאנדעט. נאכן אפזיצן אפאר חדשים אויף איין פלאץ, שטודירנדיג שטיינער און ראדיא סיגנאלן, האט זי פאריגע וואך זיך נאכאמאל גענומען פארן און דאס איז די הערליכע זומער נאכמיטאג בילד וועלכע זי האט געשיקט צו נאסא:
📎 opportunity-shadow-endeavour-crater-mars.jpg
יידלנאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.
א ווידעא וואס מיט האט ארויסגעגעבן, וואס צייגט די חילוק פון די צווי קעטשופ באטלעך.
א נייע שטודיע אויף די גענעס וועלכע זענען אחראי אויף פראדוצירן זרע ווייזט אז אסאך פון די אינפערטיליטי פראבלעמען קומען פון א גענעטישן פעלער. די ארויסגעבער פון די שטודיע זאגן אז דער שטודיע פון דען גענעטישען פעלער וועט צוברענגן אז מיט גענעטישע ענדזענירינג וועט מען אין דעם צוקונפט קענען פארריכטען אינפערטיליטי פראבלעמען. אויך זאגן זיי, אז ביז א פינף צען יאר וועט מען שוין קענען -באזירט אויף די גענעטישע שודיעס - דעוועלאפען א נישט-הארמאנישע קאנטראצעפטיוו פאר מענער.
איז אייער שמייכל אן אמת'ער?
א נייע שטודיע ווייזט אז פיל מאל ווען מענטשן זענען frustrated שמייכלן זיי, אנשטאט ארויסווייזן זייער אנגעצויגנקייט. די שטודיע ווייזט אויך אז רוב מענטשן קענען נישט אויפכאפן צו די שמייכל איז פאלש אדער אמת. קאמפיוטערס אבער, צייגט די שטודיע, קען על פי רוב יא וויסן צו די שמייכל איז א אמת'ער שמייכל ביי אויסרעכענען די קנייטשן פון די פנים און ווי שנעל ס'נעמט פאר די שמייכל זיך אויסצוציען אויף די לעפצן.
וויסנשאפטלער פראטעסטירן אנטקעגן די וויסנשאפטליכע זשורנאלן
אין וואס אקטיוויסטען רופן "די אקאדעמישער ספרינג", האבן מאסן וויסנשאפטלער אויסגערופן א קול מחאה אנטקעגן די פרעסטישזפולע דזשורנאלן וועלכע פובליצירן זייערע אקאדעמישע ארטיקלן. די וויסנשאפטלער טענה'ן אז די שטודיעס וועלכע זיי פובליצירן ווערן באצאלט דורך געלט וועלכע קומט פון די טעקס באצאלער, און דערפאר וואלט נישט מער ווי יושר געווען אז עס זאל זיין אוועליעבל פאר בחנם אדער לכה"פ פאר א גאר א מינימאלע סומע. דערווייל טזשארדזשען די זשורנאלן טייערע פרייזן פאר זייערע סובסקריפשאנס, און ווען אן אקאדעמיקער אדער וויסנשאפטלער וויל נוצן זיין אייגענעם ארטיקל פאר זיינס א בוך וכדומה, דארף ער צאלן א שיינע סומע פאר די זשורנאל וועלכע האט די פולע רעכטן אויף דעם ארטיקל. א
פעטיציע וועלכע איז געעפנט געווארן אויף די ווייסע הויז וועבסייט איבער דעם ענין, פארמאגט שוין איבער 15,000 אונטערשריפטן.
אור-אלטע פלוט געפינען געווארן אין אייראפע
אן אור-אלטע פלוט איז געפינען געווארן אין א הייל אין דרום דייטשלאנד, די עלטסטע כלי זמר וואס איז נאר אמאל געפינען געווארן. די פלוט איז געמאכט פון א ביין פון א פייגל, און די קולות וואס די פלוט געט ארויס איז זייער א דיקע. אין דעם זעלבן הייל זענען אויך געפונען געווארן פארשידענע אלטע ארטיפעקטן ווי מאלערייען און שניצערייען.
📎 bird-bone-flute.jpg
א 2,700 יעריגע חותם איז אנטדעקט געווארן אין ארץ ישראל, מיט די ווערטער "בית לחם" און "למלך" אויף איר.
📎 israeli-seal.jpg
די פירמע וועלכע האט ליציטירט די טיירענאסערוס מאי 20 האט געמאלדן אז זיי וועלן קאאפערירן מיט די אויספארשונג וועלכע ווערט דורכגעפירט געוואויר צו ווערן פון ווי די טיירענאסעראוס קומט. ווי געמאלדן טענה'ט דער פרעזידענט פון מאנגאליע אז דאס איז געגנבעט פון זיין לאנד. די סקעלעטאן איז פארקויפט געווארן פאר 1.1 מיליאן דאלער, בתנאי אז די ליציטירער קומען זיך אויס מיט מאנגאליע איבער די בעלות פונעם סקעלעטאן.
א נייע שטודיע וועלכע איז ארויסגעקומען שבועות זאגט אז ווען מענטשן ווערן באגריסט דורך פרעמדע, אפילו נאר מיט א קליינעם שמייכל אדער שאקל מיט קאפ, ברענגט דאס אז דער באגריסטער מענטש זאל זיך שפירן מער באקוועם מיט די וועלט און דאס שאפט א "ריפּעל עפפעקט" און וועלכע די שלום געפילן ווערן פארשפרייט פון איינעם צום צווייטען. לויט די פארשער איז א שמייכל אדער א שאקל מיטן קאפ צו א פרעמדן עפעס וואס קען האבן ערנסטע ראמיפיקאציעס אין מאכן דעם וועלט א בעסערן פלאץ.
שטודיע גיט אן סיבה פאר כפירה
א נייע שטודיע ווייזט אז כופרים זענען אפט מענטשן וועלכע ליידן אויף גאר מילדע אוטיזם. צוליב זייער באגרעניצקייט פון קענען שפירן א קשר מיט גאט ווען זיי דאווענען אדער זענען מקיים מצוות, קענען זיי שפירן אז זייער "רעדן צום וואנט" (רח"ל מהאי דעתא). די שטודיע האט אויך געוויזן אז עס איז דא א דירעטע לינק צווישן נישט קענען סימפאטאזירן מיט א צווייטען, נישט קענען זיך אריינלייגן אין א צווייטנס מצב, און ענליכע אוטיסטישע באגרעניצינגען און כפירה רח"ל.
חתונה געהאטע מענטשן זענען פרייליכער
א נייע שטודיע באשטעטידט דאס וואס חז"ל האסן שוין פון לאנג געוואוסט אז חתונה געהאטע מענטשן זענען פרייליכער בדרך כלל ווי נישט חתונה געהאטע מענטשן. די פארשער וועלכע האבן אויסגעפירט די שטודיע צייכענען אן אן אינטערעסאנטע פאקט, אז לאו דוקא אז זיין חתונה געהאט מאכט פרייליכער, נאר פשוט עס האלט זייער פרייליכקייט לעוועל אויף א סטאבילער לעוועל, בעת א נישט חתונה געהאטע מענטש'ס פרייליכקייט לעוועל פאלט.
אנדערע באקאנטע שטודיעס איבער וואס מאכט א מענטש פרייליך האבן געטראפן אז אלטע זענען פרייליכער ווי יונגע, רעפובליקאנער פרייליכער ווי דעמאקראטן, מענער פרייליכער ווי פרויען, רעליגעזע פרייליכער ווי נישט-רעליעגעזע און מענטשן מיט קינדער פרייליכער ווי אן -אדער ווייניג- קינדער.
דאס איז עס, ס'פארטיג מיט אונז, א נייע
נאסא באריכט אז די גאלאקסי אנדראמעדא קומט צו פליען מיט אן אומפעט אקעגען אונזער מילכיגער-וועג גאלאקסיע מיט א שנעלקייט פון 270,000 מייל א שעה און לויט די לעצטע דאטא וואס קומט אריין פון די האבעל ספעיס טעלעסקאופ גייט מען טאקע אריינקראכען. אבער נישט געזארגט, וויבאלד ס'דא אזוי סך פלאץ ציווישען די שטערענס און פלאנעטען און רוב גאלאקסי איז ליידיג פלאץ וועט אונזער פלאנעט ערד קוגל איבערלעבן דעם מערדש נאר די ארביטס גייען זיך טשענדשען.
שמירת עינים פארבעסערט שלום בית
א נייע
שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.
יידלא נייע
שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.
די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:
But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women
ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.
יידלנאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.
גייט דאס דארפן אן השגחה?
משולם שטיינפעלדיידלנאך וואכן שווערע ארבעט מיט א גרופע פון מעכאנישע ענדזשענירען איז דעיוויד סמיט פון מיט (מעסעשוסעטס אינסטיטוט פאר טעכנעלאגיע) אויפגעקומען מיט א ספעציעלע coating פאר פלעשלעך וועלכע וועלן מאכן אז די קעטשופ און אנדערע געדעכטע פליודס (ווי האניג וכדו') זאלן פליסן פון פלישל פונקט ווי מילך און וואסער. די עיקט שוועריקייט איז געווען צו אויפקומען מיט א גליטשעדיגע קאוטינג וועלכע איז נאנ-טאקסיק און וועט ווערן עפראווד דורך די עף די עי. די נייע ערצייגטע קאוטינג הייסט "LiquiGlide". די אינגריעדינדס זענען א סוד, אבער ווי סמיט טענה'ט איז עס שוין עפראווד ביי די עף די עי, און האנדלונגען גייט אן מיט גרויסע קעטשופ פירמעס איבער א פרייז פאר די LiquiGlide.
גייט דאס דארפן אן השגחה?
איך שטעל מיך פאר אז דאס ווענד זיך צו די גליטישיקייט איז א טייל פונעם פלעשל, אדער עס איז נאר א איבערדעק וועלכע קען אראפקומען אין זיך אויסמישען מיט די קעטשופ. אין די היינטיגע וועלט פון ווערים אין אלעס, אין חזיר פעטנס אין די פאום קאפס בין איך זיכער אז מ'וועט פארלאנגען דערויף אן השגחה, אדער לכה"פ וועט פארקומען איבער דעם א העפטיגע דעבאטע איבער די בלעטער פון קובץ אור ישראל וכדו'.
געפילטע פישיידלא נייע
שטודיע, פובליצירט נעכטן, צייגט אז קוקן פארנאגראפיע פאר'הרג'ט שלום בית. די סיבה איז על פי רוב ווייל די פרוי פילט ווי זי איז נישט גענוג גוט פארן מאן און ער זוכט בעסערס.
די ארטיקעל אליינס ברענגט ארויס די לעכער וואס די שטודיע האט:
But that doesn't prove that porn necessarily caused the women's self-esteem to drop. It's a chicken-and-egg problem, Stewart said: Women whose partners watch a lot of porn might begin to feel more insecure. Or women who feel bad about themselves might seek out or stay with porn-loving guys more often than secure women
ווי אויך אז די שטודיע איז געמאכט געווארן אויף א יונגע דעמאגראפיק און קורץ טערמיניגע רילעישאנשיפס.
נאך א לאָך וועלכע איך האלט אז די שטודיע האט איז אז אין די פעלער פון די שטודיע האט די פרוי געוויסט אז איר מאן קוקט שמוץ. א באזונדערע שטודיע פעלט זיך נאך אויס צו מברר זיין וואס איז אין די פעלער וואס די פרוי ווייסט נישט איבער דעם.
[ציטאט אראפגענומען]
If pool operators maintain proper chlorine and pH levels, most waterborne germs are killed on contact.
און גיב נאר א קוק וואס ער שרייבט וועגן נעמען שאוערס בעפאר אריינגיין אינעם סווימינג פול.