נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט 570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
הציץ ונפגע א לעצטיגע שטודיע צייגט אז רעליעגעזע פרויען שפירן ווייניגער פרעשור פון זייער סאסייעטי צו האבן קינדער, אין פארגלייך צו אמאל.
לינק פליעז.
איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?
נולד מאוחר לינק פליעז. איך וויל פארשטיין וויניגער פרעשער יא צי האבן קינדער, אדער האבן וויניגער פרעשעראויב זיי האבן נישט קינדער?
זוכענדיג אויף
גוגל האב איך געטראפן א לעצטיגע שטודיע אז רעליגיעזע פרויען באקומען
ווייניגער פרעשור פון סאסייעטי צו האבן קינדער.
מ'מעג שוין עסן וויניגער?
דאס מיינט אז אויב גייט מען קענען באווייזן אהין אנצוקומען וועט דיאמאנט זיין ביליגער ווי שטיינער? ------------------- אקעי כ'האב עס יעצט געלייענט. forever beyond human reach
<a class="postlink" href="http://www.sciencedebate.org/debate12/">http://www.sciencedebate.org/debate12/</a> א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות. מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.
אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.
יידל אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.
אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?
שמעקעדיג יידל אן איטאליענישע קאורט האט 'גע'פסק'נט' אז סעלפאונ'ס געבן ארויס א שעדליכע מין ראדיאציע וועלכע קען פאראורזאכן מוח-קענסער. דאקטוירים ארום די וועלט האבן אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער נאכן הערן דעם פסק.
אינטרעסאנטע באריכט.
אויף וואס איז זייער פסק באזירט?
ליין רויטער'ס באריכט
דא .
דא קענסטו ליינען פארוואס דאקטוירים ארום די וועלט האבן געלאכט א ביטערן געלעכטער פון דעם פסק, און
דא וועסטו זען פארוואס עס איז פיזיש אוממעגליך פאר א סעלפאון צו פאראורזאכן מוח-קענסער.
די סייענטיסטן הערן נישט אויף צו ארבעטן קעגן אונז, אידן. דער פרייליכסטער מענטש אין דער וועלט איז לויט זיי א בודהיסט מאנק. נישט אוועקצומאכן בודעאיזם, ס'איז זייער א מענטשליכער פריינטליכע רעליגיע, אבער דאך... פרייליכער פון מיר? א איד? דער עם הנבחר? נעווער!! <a class="postlink" href="http://india.nydailynews.com/newsarticle/7b470adb0a9b6c32e19e16a08df13f3d/buddhist-monk-is-the-worlds-happiest-man">http://india.nydailynews.com/newsarticl ... ppiest-man</a>
אין כינע האט מען אנדעקט א מאסען-קבר פון 1,800 אור-אלטע טשוכעפאכעס, אנגעבליך פונעם דזשוראסיק פיריאד. לויט ווי די סייענטיסטן שאצן האבן די טשוכעפאכעס זיך פארזאמלט אין דעם לאך אויסווארטנדיג א רעגן נאך א לענגערן טרוקעניש. די רעגן האט אבער ווארשיינליך פארפעלט צו קומען אומברענגנדיג די הונדערטע חיה'לעך. די געפינס איז א גרויסע מציאה פאר די וויסנשאפטלער וועלכע וועלן יעצט קענען שטודירן די רעינדזש פון וואריאציעס אין איין מין.
דעוועסטירנד!
די
דעילי ניוז שרייבט אז מענטשן זענען נישט געווען די איינציגסטע קרבנות פון האריקעין סענדי. לויט אן אנאנימער באריכטער האט NYU מעדעצינישע שפיטאל פארלוירן טויזענטע מייזן וועלכע זיי האבן גענוצט פאר ריסוירטש. די מייזן זענען געהאלטן געווארן אין ניו יארק אוניווערזיטעט'ס שמילאו געביידע (Smilow Building), וואס איז שטארק פארפלייצט געווארן. די דעילי ניוז' מקור זאגט אז יארן פון ריסוירטש איז געגאנגען לאיבוד, און היות די הונדערטע פריזערס און ריפרידזשירעטארס אין וועלכע מען האט געהאלטן באצילן, ענזיימס, אנטיבאדיס, וואקסינען און ענליכס וועלכע מ'האט גענוצט פאר ריסוירטש זענען אויך געגאנגען שלאפן איז דעריבער די קלאפ פיל ערגער.
אן עלעפאנט רעדט קאריען. פארשער ווייסן נישט וויאזוי זי טוט עס. <a class="postlink" href="http://www.livescience.com/24458-elephant-speaks-korean-out-loud.html">http://www.livescience.com/24458-elepha ... -loud.html</a> בי בי סי באריכט <a class="postlink" href="http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-20142858">http://www.bbc.co.uk/news/science-environment-20142858</a>
צוויי מכשפות/מקובלים (סייקיקס בלע"ז) זענען אויספראבירט געווארן אין א סייענטיפישע טעסט און זענען דורכגעפאלן. די מכשפות טענה'ן אז די סייענטיסן זענען פארמאכטע מוחות וואס ווילן נישט איינזען די אמת. <a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/science/they-didnt-see-that-coming-psychics-fail-scientific-test-8270025.html">http://www.independent.co.uk/news/scien ... 70025.html</a>
ארכעאלאגן האבן
אנטדעקט די עלטסטע באוואוינטע ארט אין אייראפע, וואס גייט צוריק לויט זיי מיט ארום זעקס טויזנט יאר צוריק. אויף א קליין פלאץ וואס וואלט היינט געווען אפשר א קליין הייזקע, האט מען געפינען איבערבלייבענישן פון צימערן און שטארקע מויערן וואס האבן זיי ארומגענומען. וואס האבן די מויערן באהאלטן? דער פלאץ איז א נאטורליכע אוצר פון זאלץ, און דאס איז געווען גאר ווערדפול אין יענע צייטן. מען האט עס געמוזט היטן מיט דיקע שטיינערנע מויערן. די ארכעאלאגן האבן זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען טרעפט אין יענעם געגנט צירונג און גאלד. מען האט דארט געפינען אן אוצר פון איבער דריי טויזנט גאלד שטיקער, וואס איז באטראכט אלס די עלטסטע גאלד אוצר וואס איז נאר אמאל געפינען געווארן. זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי עס קומט אזא עשירות צו פשוט'ע לאנדס ארבעטער. נאך דעם יעצטיגן אנטדעקונג איז דאס מער נישט קיין וואונדער, ווייל זאלץ איז געווען
פונקט ווי גאלד אין יענע אור אלטע צייטן.
יידל http://www.sciencedebate.org/debate12/ א געשריבענע דעבאטע צווישן באראק אבאמא און מיט ראמני איבער וויסנשאפטליכע שאלות. מיין אפיניאן: ראמני האט בעסערע, און שטארק דעטאלירטע ענטפערס צו שאלות, כאטשיג כ'האב נישט געגליכן זיין ענטפער אויף גלאבעלע-אנווארעמנוג.
איך זע אז
איך בין נישט דער איינציגסטער וואס האלט אז ראמני האט גענומען מער סיריעס דעם סייענטיפיק דעבאטע. למעשה זע איך אויך אז יענער איז בכלל סורפרייזט אז ראמני האט אנגענומען קלימאט טויש אלס פאקט.
האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט
אן אינטערעסאנטע שפיל האט זיך אפגעטון אויף
האריקעין סענדי'ס וויקיפעדיע בלאט , ווען איינער מיט אן אנטי-קלימאט-טויש אגענדע האט געהאלטן אין איין פארמעקן אלע רעפערענצן צו גלאבאלע אנווארעמונג. די שפיל איז אנגעגאנגען א שיינע שטיק צייט, אבער אין די ענדע האבן די פרא קלימאט טויש שרייבער געוואונען, און גלאבאלע אנווארעמונג ווערט דערמאנט אלס מעגליכער אורזאך פונעם שטורעם. ליינט דעם אינטערעסאנטן ארטיקל
דא .
אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו
א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.
זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.
טאם הארטספילד האט היינט פובליצירט
אן ארטיקל אויף ריעל קליער סייענס ווי ער שאצט אפ די סייענטיפישע מיינונגען פון די פרעזידענטליכע קאנדידאטן, אבאמא און ראמני. לויט אים קומט עס אויס א טיי.
פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (
לארדזש היידראן קאליידער ) האבן
היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.
דאון-סינדראם פאסירט ווען א צעל ווערט איבערקאפירט מיט דריי קאפיעס פון כראמאזאם 21 אנשטאט די געווענליכע צוויי קאפיעס. א פארשער האט באוויזען צו ארויסנעמען דעם עקסטערן קאפיע פון א מענטשליכער צעל וועלכע האט געהאט דריי קאפיעס, דאס הייסט א דאון-סינדראם צעל, און עס פארוואנדלט אין א געזונטער צעל. <a class="postlink" href="http://www.washington.edu/news/2012/11/08/extra-chromosome-21-removed-from-down-syndrome-cell-line/">http://www.washington.edu/news/2012/11/ ... cell-line/</a>
יידל פארשער וועלכע פארשן דאטא פון דעם LHC (
לארדזש היידראן קאליידער ) האבן
היינט געמאלדן אז זיי האבן געפונען א גאר אויסנארדענטליכן פארטיקל וועלכע טוט צוקאליטשען דעם סופערסימעסטרי טעאריע.
אויב גייט סופערסימעסטרי ארויס פון פענסטער,
גייט סטרינג טעאריע און זיין פוסטריט .
ונבנתה העיר אין אפצייכענוג פונעם צוועלעפטן יאהרטאג וואס דער אינטערנעשענעל ספעיס סטעישען איז באזעצט מיט מענטשן, שטעלט נאסא צו
א נייעם סערוויס פון אימעיל אדער טעקסט אלערט'ס ווען איהר וועט קענען זעהן דעם סטעישען פון אייער הויז בשעת זי פארט אריבער 200 מייל אין דער הייעך.
זייענדיג די ליכטיגסטע זאך אויפן נאכט-הימל נאך די לבנה, קען מען איהר גרינג זעהן מיט'ן נאקעט'ן אויג, נאר אזוי ווי זי זעהט אויס ווי א פליהענדיגער עראפלאן איז כדאי צו וויסן פון פאראויס ווען זי וועט זיך באווייזן.
באקומען די ערשטע אלערט:
SpotTheStation! Time: Fri Nov 16 5:08 AM, Visible: 3 min, Max Height: 54 degrees, Appears: NNW, Disappears: NE
כהאב אויך אויפגעסיינט אין היינט פארטאגס זוכה געווען צו קוקן.
ווי לאנג ארום וועט עס נאכאמאל דורכפארן העכער אונז?
א נייע שטודיע אויף אלבערט איינשטיין'ס מוח וועלכע איז געווארן פרעזערווירט נאך זיין טויט, ווייזט אז ער האט געהאט אן אומגעווענליכע מוח, דאס הייסט עס האט אויסגעקוקט אנדערש ווי א נארמאלע מוח קוקט אויס. <a class="postlink" href="http://www.scienceagogo.com/news/20121015184624data_trunc_sys.shtml">http://www.scienceagogo.com/news/201210 ... _sys.shtml</a>
דאס האט מען נישט גלייך געזען. מען דארף פארדעם א שטודיע?
וויאזוי קען מען וויסן צו זיין מוח זעט אויס אנדערש אויב מען שטודירט עס נישט? די אויפטו פון די שטודיע איז בעיקר צו וויסן וועלכע חלקים קאנטראלירן די פונקיציעס ווי איינשטיין איז געווען שטערקער ווי סתם א מענטש, לדוגמא מאטעמאטיקס.
נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט. <a class="postlink" href="http://www.nasa.gov/mission_pages/hubble/science/distance-record.html">http://www.nasa.gov/mission_pages/hubbl ... ecord.html</a>
א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה (
מקור ). פאלגנד איז א ווידעא פון טעסט רעזולטאטן פון די נייע אלגאריטם. די טעסט זענען אויסגעפירט געווארן אויף מאלפעס. אויף די לינקע זייט האט די מאלפע גענוצט די אלטע אלגאריטם און אויפן רעכטע זייט האט די מאלפע גענוצט די נייע אלגאריטם:
VIDEO
די פארשער פרובירן אויס די אלגאריטם:
א
נייע שטודיע , פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.
(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).
יידל נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
יידל פארשער אנטדעקן א נייע שמעק.
אוי, כ'דארף טוישן מיין ניק.
יידל א
נייע שטודיע , פובליצירט נעכטן, צייגט אז קלוגע מאלפעס ווי גארילעס און ארענגאטאנען האבן אויך מיד-לייף קריזיסן. לויט די פארשער וועלכע האבן דורכגעפירט די שטודיע, צייגט דאס אז א מיד-לייף קריזיס נעמט זיך נישט - ווי מ'האט געמיינט ביז היינט - פון סאציאלע אדער עקענאמישע פראבלעמען, נאר עס האט ביאלאגישע ווארצלן.
(ייש"כ פאר ידידי וידיד כל בית קאווע, ר' זר זהב שליט"א פארן צושיקן די פריידיגע בשורה איבערן שטודיע).
עס וואונדערט מיר זייער אז ר' זר זהב שליט"א האט א פריידיגע בשורה און ער שרייבט עס נישט אליין!!
שמעקעדיג יידל נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
שוין גארנישט אזא תמימות'דיגע שאלה. די תירוץ איז אז ניין. איי וויאזוי האבן זיי דאס געטראפן? די תירוץ איז אז זיי האבן גענוצט צוויי באזונדערע טעלעסקאפן דערפאר, און האבן מיט א געוויסעט טאקטיק אויסגעארבעט אז ווייטע שטערנס זאלן דינען ווי פארגרעסערונג גלעזער.
ווי זיי שרייבן אינעם ארטיקל:
NASA This find is the latest discovery from a program that uses natural zoom lenses to reveal distant galaxies in the early universe. The Cluster Lensing And Supernova Survey with Hubble (CLASH),an international group led by Marc Postman of the Space Telescope Science Institute in Baltimore, Md., is using massive galaxy clusters as cosmic telescopes to magnify distant galaxies behind them. This effect is called gravitational lensing. Along the way, 8 billion years into its journey, light from MACS0647-JD took a detour along multiple paths around the massive galaxy cluster MACS J0647+7015. Without the cluster's magnification powers, astronomers would not have seen this remote galaxy.Because of gravitational lensing, the CLASH research team was able to observe three magnified images of MACS0647-JD with the Hubble telescope. The cluster's gravity boosted the light from the faraway galaxy, making the images appear about eight, seven, and two times brighter than they otherwise would that enabled astronomers to detect the galaxy more efficiently and with greater confidence. "This cluster does what no manmade telescope can do," said Postman. "Without the magnification, it would require a Herculean effort to observe this galaxy."
איך ווייס אז דו גלייכסט נישט קיין וויקיפעדיע, אבער דא איז וויקיפעדיע איבער'ן טאקטיק "
גרעוויטעשאנעל לענזינג ".
און ספעציעל פאר דיך, צוויי קליפס וועלכע ערקלערן דעם מעטאד:
VIDEO
VIDEO
עס איז אן אלטע מחלוקות צווישן פילאזאפען, צו דער מענטש איז בעצם שלעכט און סעלפיש, אדער איז ער בעצם גוט און נאכגיביג. א סעריע פון לעצטיגע שטודיעס באשטעטיגט אז מענטשן זענען נישט בעצם סעלפיש. (
גאר אינטערעסאנטע ארטיקל, לוינט זיך צו ליינען .) קרעדיט: זר זהב.
יידל א גרופע פארשער פון סטענפארד אוניווערזיטעט האבן אויסגעארבעט א נייעם אלגאריטם צו ערמעגליכן פאר א מענטש צו רוקן די מויזל אויפן סקרין בלויז מיט מחשבה rg]
מיינט דאס פאר אונז עווענטועל א "שבת'דיגע קאמפיוטער"? כ'מיין ס'דאך "הרהורים מותרים"...
שמעקעדיג יידל נאסא האט נעכטן באריכטעט אז זיי האבן געפונען א נייעם קאנדידאט פאר די ווייטסטע זאך אין די אוניווערס, א גאלאקסי פון שטערנס. עס איז 13.3 ביליאן ליכט יאר אוועק פון די וועלט.
סארי פאר מיין - מעגליך תמימות'דיגע - שאלה: זיי האבן אזעלכע שטארקע שפאקטיוון אז זיי קענען זעהן אזוי ווייט?
איידער'ן באוואונדערן וויאזוי זיי קענען זען מיט שפאקטיוון 13 ביליאן ליכט-יאר, באוואונדער אז דו קענסט זען ליכטיגקייט פון זאכן וואס זענען הונדערטער
טריליאנען מייל אוועק - מיט'ן נאקעטן אויג. און עכט איז עס פיל מער ווי טריליאנען, נאר מסתמא קלינגט דאס בעסער ווי איך זאל זאגן קוואדריליאנען און קווינטיליאנען מייל. אבער דאס זענען זייער גרויסע נומערן.
זייער .
ואס מיינסטע צו זאגן? אז פון די שטערנ'ס וואס איך זעה מיטן נאקעטן אויג זענען פאראן אזעלכע וואס זענען אזוי ווייט? כ'גלייב שווער אז ס'קען זיין אמת.
קודם כל, שלום עליכם שרגא! שוין נישט געהערט פון כבודו א שטאק מיט צייט.
צום ענין, כ'פארשטיי נישט שמעקעדיג פארוואס דו וואונדערסט זיך אזוי? איין ליכט יאר איז בערך 6 טריליאן מייל. אין די נאכט הימל קענען מיר זען גאלאקסיעס פון שטערנס וואס זענען איבער 3 מיליאן ליכט יארן אוועק פון אונז (לדוגמא די
טריאנגולום גאלאקסיע ). מאך א חשבון
3 מיליאן (ליכט-יארן) מאל 6 טריליאן (מייל) = 18 קווינטיליאן מייל (די נומער 18 מיט 18 נאכפאלגענדע זעראס, אדער 18,000,000,000,000,000,000).
געפעלט דיר, הא?
(
מקור )
איך באגרייף עס נישט מיט מיין נאקעטן מוח און מיט מיינע פליישיגע אויגן. ווי אזוי איז דאס מעגליך? איז דאס צוליב די אבנארמאלע גרויסקייט? ווי גרויס זענען די גאלאקסיעס? מה רבו מעשיך ה' איז א אנדערסטעיטמענט! ס'איז אומבאגרייפליך.
וויאזוי איז מעגליך וואס? אז דיינע אויגן זעען עס? אדער אז די יקום איז אזוי גרויס? די אמת איז אז די סיבה פארוואס מיר קענען זען די גאלאקסיעס וואס זענען גאר ווייט איז ווייל מיר זעען טאקע נישט די גאלאקסיעס זעלבסט, מיר זעען די ליכטיגקייט וואס זיי גיבן ארויס. און ווי שטערקער די ליכטיגקייט אלץ בעסער קענען מיר עס זען מיט די פליישיגע אויגן. עס האט נישט צוטון מיט די סייז פון די גאלאקסיע (כאטשיג די וועלכע כ'האב דערמאנט איז טאקע היבש גרויס, עס האט א דיאמעטער פון 50,000 ליכט-יארן, פארגלייך צו אונזער גאלאקסיע "מילקי וועי" וואס האט א דיאמעטער פון 100,000 ליכט יארן).
מ גפני ווי לאנג ארום וועט עס נאכאמאל דורכפארן העכער אונז?
די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע וועט אדורכפארן ניו יארק סיטי מארגן פארטאגס 6:29 אינדערפרי. מען וועט עס זען פאר פיר מינוט. עס וועט דערגרייכן ביז א הייעך פון 47 דעגריס, עס וועט ערשיינען צפונית מערבית (NW) און וועט פארשווינדען ווערן אויף מזרחית פון צפונית מזרחית (ENE)
(צו רעכענען דעגריס: 0 דעגריס איז די האריזאנט, 90 דעגרי איז גראד העכער אונזער קאפ. אויב שטרעקסטו אויס דיין ארעם און די לייגסט אראפ דיין פויסט אויפן האריזאנט - אזוי ווי ווען מ'מעסט טפחים - וועט דיין היינט זיין בערך 10 דעגריס.)
יידל וויאזוי איז מעגליך וואס? אז דיינע אויגן זעען עס? אדער אז די יקום איז אזוי גרויס? די אמת איז אז די סיבה פארוואס מיר קענען זען די גאלאקסיעס וואס זענען גאר ווייט איז ווייל מיר זעען טאקע נישט די גאלאקסיעס זעלבסט, מיר זעען די ליכטיגקייט וואס זיי גיבן ארויס. און ווי שטערקער די ליכטיגקייט אלץ בעסער קענען מיר עס זען מיט די פליישיגע אויגן. עס האט נישט צוטון מיט די סייז פון די גאלאקסיע (כאטשיג די וועלכע כ'האב דערמאנט איז טאקע היבש גרויס, עס האט א דיאמעטער פון 50,000 ליכט-יארן, פארגלייך צו אונזער גאלאקסיע "מילקי וועי" וואס האט א דיאמעטער פון 100,000 ליכט יארן).
איך מיין אז גרויסקייט איז יא א פאקטאר אין די ליכטיגקייט און ווי גרעסער איז אלץ ליכטיגער. אבער מיר פון דא מוזן עס נישט אלץ זען אלס ליכטיגער, ווייל עס ווענדט זיך אויך אין די נאנטקייט און ווי נאנטער איז אויך אלץ ליכטיגער. דעריבער קען זיין א ווייטערע שטערן וואס איז פיל גרעסער, אבער מיר זעען עס שוואכער, און א נאנטערע שטערן וואס איז פיל קלענער ווי אן אנדערן אבער מען זעט אים בעסער צוליב די נאנטקייט.
שמעקעדיג איך באגרייף עס נישט מיט מיין נאקעטן מוח און מיט מיינע פליישיגע אויגן. ווי אזוי איז דאס מעגליך? איז דאס צוליב די אבנארמאלע גרויסקייט? ווי גרויס זענען די גאלאקסיעס? מה רבו מעשיך ה' איז א אנדערסטעיטמענט! ס'איז אומבאגרייפליך.
דיר שמעקעדיג, די ליינסט וועגן גאלעקסיס און ס'שרייט ארויס מה רבו מעשיך השם, עפעס א קלייניקייט? קאזמאוס, לייט יעירס, ביליאנע גאלעקסיס, טריליאנע מיילן, אינפינעט שטערן, אן ערך פון 200 לבנה'ס אויף די עפעס צען פלענעטן און אונזער סולער, ביליאנע שטערן אין מילקי וועיס מיט זייער אייגענע סולער סיסטעם טריליאנע זין מיט לבנה'ס, וואוו ממש אינעפעבעל! אלעס האט איין כביכול באשאפען און זעקס טעג און דאס אלעס פאר אונז יידן און אלעס מיט א הכנה צו מתן תורה. ווען נישט די יידעלעך ביים בארג סיני געבן די סיעל אף עפראוועל וואלט אלעס געווען תוהו ובוהו! פאר אנדערע איז עס עפעס א מקור פון פראסטרעישען און קאנפיוזשען.
יאסיר אראפאט'ס קערפער וועט אויפן בקשה פון זיין אלמנה ווערן אויפגעגראבן, און רוסישע, פראנצויזישע און שווייצע וויסנשאפטלער וועלן בודק זיין צו ער איז געשטארבן פון א געוויסע גיפט. <a class="postlink" href="http://www.newscientist.com/article/dn22536-arafats-bones-could-reveal-polonium-poisoning.html">http://www.newscientist.com/article/dn2 ... oning.html</a>
סתם נייגעריג: איז עס נישט עקלדיג ארויסצונעמען א פארפוילטן סקעלעטאן, אנגעפאשעט פון ווערים, גערוך א קילאמעטער? פעך! און קען מען דען טעסטן דורך אפאר פארפוילטע ביינער פון וואס דער מענטש איז געשטארבן?
וועסט נישט גלייבן וואס מען קען אלץ זען פון אפאר אלטע ביינער. נישט פארפוילט. ווייל ביינער פוילן נישט.
גאר אלטע ביינער - פון אפאר הונדערט יאר - האבן שוין נישט קיין גראך ס'אזוי ווי א שטיקל האלץ
אבער דער מנוול אראפאט איז דאך קוים אפאר קורצע יארן א פגר. שקויעך טאמבל. (פארוואס קומסטו נישט אפטער? איך בענק זיך)
שמעקעדיג . שקויעך טאמבל. (פארוואס קומסטו נישט אפטער? איך בענק זיך)