אויפ'ן פארלאנג פון א חשוב'ער חבר וועל איך ערקלערן די מושגים וואס כ'האב דערמאנט. דער מענטשליכער מין וואס ווערט גערופן homo אדער human קומט אריגינעל פון אפריקע. ווען דער מענטש איז צום ערשט געקומען אויף די מאפע מיט איבער צוויי מיליאן יאר צוריק, האט ער נישט אויסגעזען אזוי ווי מיר זעען היינט אויס, ווי מאדערנע מענטשן (מאדערן מיין איך נישט פארגעשריטן, נאר די היינטיגע צורה און געשטעל פונ'ם מענטש) נאר אינגאנצן אנדערש. ער האט געהאט א פיל קלענערע מוח, ער איז געווען באוואקסן, און זיין שכל איז אפילו נישט קיין דמיון צו דעם היינטיגן מענטש. אזויפיל ווייסט מען יא, אז ער האט זיך שוין דעמאלט באנוצט מיט געצייג געמאכט פון שטיין, וואס ווייזט אויף עפעס חכמה. צוביסלעך איז ער געווארן אביסל מער פארגעשריטן, און ער האט זיך אנגעהויבן צו צוטיילן אויף פארשידענע סארטן, אזוי ווי פון די היינטיגע מאדערנע מענטשן זענען דא פארשידנארטיגע גרופעס וואס זענען היבש אנדערש ווי דעם צווייטן, א אייראפעער און אן אפריקאנער זעען אויס גענצליך אנדערש, אזוי האט זיך אויך צוטיילט די ערשטע מענטשן אויף באזונדערע מינים. דאס אלעס איז דאקומענטירט מיט באווייזן פון די איבערבלייבענישן פון יענע פרימיטיווע מענטשן.
פון אלע סארטן באזונדערע מינים פון דעם אריגינעלר homo איז גארנישט געבליבן, זיי זענען אלע אויסגעשטארבן. אויסער אונזער מין, וואס ווערט גערופן homo sepians. מיר זענען געווארן זייער פארגעשריטן און קלוג, מיר האבן דעוועלאפט אבנארמאל גרויסע מוחות און מיר זענען געווארן די מאדערנע מענטשן מיט דעם געשטעל וואס מיר זענען געוואוינט צו זען.
דער Neanderthal איז א געווען א סארט מענטש וואס איז געווען גאנץ ענליך צו אונזער מין, אבער ער האט אויך געהאט היבשע שינויים. ער האט נישט געהאט קיין טשין, ער איז געווען נידריגער און מער פעסט געבויט. מיט די צייט האט אונזער מין homo sepian איבערגעוועלטיגט דעם Neanderthal וויבאלד עס איז נישט געווען גענוג עסן פאר ביידע פון אונז, און איינער האט געמוזט מאכן דעם וועג פאר'ן צווייטן, ממילא האבן די קלוגערע האמא סעפיאנס באוויזן צו באקומען די בעסערע פלעצער צו עסן, און אזוי זענען זיי צוביסלעך פארשווינדן געווארן. אבער נישט גענצליך, וויבאלד אין די צייט וואס מיר האבן געלעבט צוזאמען האבן טייל פון פון אונזערע אור עלטערן חתונה געהאט מיט די ניענדערטאלס און זיך אויסגעמישט מיט די אלגעמיינע פאפולאציע פון די האמא סעפיאנס, אזוי אז עס איז אריינגעקומען אביסל פון זייער די ען עי. ממילא, ווען די סייענטיסטן שטודירן אונזער די ען עי קענען זיי זען אז מיר זענען אויך אייניקלעך פון די מער פרימיטיווע ניענדארטאלס. דער געפינס פון א מענטש וואס האט טייל פון די שטריכן פון א ניענדארטאל און טייל פון די האמא סעפיאנס מיינט אז זיין טאטע איז געווען א האמא סעפיאן און זיין מאמע א ניענדארטאל, און דאס באשטעטיגט אז עס איז ווירקליך פארגעקומען שידוכים צווישן די צוויי מינים.

א געשאצטע בילד ווי אזוי א געווענליכער ניענדארטאל האט אויסגעזען לויט די איבערבלייבענישן וואס מ'האט געטראפן