☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

יידל » פרייטאג יוני 1, 2012 5:48 pm

· #15495
[ציטאט אראפגענומען]

דיין קעפל איז אבער נישט ריכטיגץ די שטוידע ווייזט נישט אז רעליגיע פער סעי פאראורזאכט אטראפי, נאר אז א לעבנס-טוישענדע רעליגעזע עקספיריענס איז פארבינדען מיט מוח-פארקלענערונג.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 5:03 pm

· #15705
מער מענטשן נעמען אן קרעאציאניזם
א נייע שטודיע ווייזט אז 46 פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג נעמט אן די שיטה פון קרעאציניזם ארויף פון 44 פראצענט אין 1984. 15 פראצענט גלייבט אין עוואלוציע אן קיין שום העכערע ערקלערונג (רח"ל) און 32 פראצענט גלייבן אין טעאיסטישע עוואלוציע, דהיינו אין א עוואלוציע וועלכער איז געפירט דורכן באשעפער. די שטודיע ווייזט אויך אז רוב רעפובליקאנער האלטן פון קרעאציניזם און אז גראדואנטס פון קאלעדזש זענען מער גענויגט צו עוואלוציע, כאטישג 49 פראצענט זאגן אז זיי גלייבן אין א גאט-געפירטע עוואלוציע.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 10:36 pm

· #15854
איך בין געווען סופרייזט אז נאר 7% זענען אנדיסיידעד.

יידל » מאנטאג יוני 4, 2012 10:56 pm

· #16031
📎 sun-damage-face-120604.jpg
די בילד, פובליצירט היינט אין די ניו ענגלאנד דזשורנא אויף מעדעצין, ווייזט א טראקטאר דרייווער וועלכע האט אלע יארן געהאט נאר איין זייט פון זיין פנים אויסגעדרייט צום ריכטונג פון זון. די בילד ווייזט די שאדן וואס די זון האט פאראורזאכט צו זיין פנים. די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

פאזעטיוו » מאנטאג יוני 4, 2012 11:18 pm

· #16034
יידל
די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?

יידל » מאנטאג יוני 4, 2012 11:32 pm

· #16039
פאזעטיוו
יידל
די אינטערעסאנטע זאך איז אז דער מענטש פלעגט אייביג לייגן זון-סקרין שמיראכטס. און עס האט געהאלפן א מכה בדופן.

ווי אזוי ווייסטו וואס עס וואלט אויסגעקוקט אנדעם?

דאס ענטפערט מען אויך ביי סגולות.

יידל » דאנערשטאג יוני 7, 2012 9:03 pm

· #16760
דער דיינעסאור קומט פון מאנגאליע!
אמעריקאנע און מאנגאלישע פעלענטאלעגיסטען האבן נאך פילע שטודיעס באשטימט אז די דיינעסאור "טיירענאסערוס טאבאאר" וועלכע איז פארקויפט געווארן אין א ליציטאציע אין ניו יארק פאר 1.1 מיליאן דאלער, קומט טאקע פון מאנגאליע און איז אומלעגאלערהייט ארויסגעשמוגעלט געווארן פון דארט אין די לעצטע צען יאר. די ליצטירער האבן אפגעזאגט פון קאמענטארן אויף די רעזולטאטן פונעם שטוידע, זאגנדיג אז זיי האבן נאך נישט געזען די ראיות אויף וואס די שטודיע איז באזירט, און אויב וועט פאר זיי קלאר אויפגעוויזן ווערן אז דאס קומט פון מאנגאליע וועלן זיי דאס גערן צוריקגעבן.

יידל » מוצ"ש יוני 9, 2012 11:15 pm

· #16933
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז געווען דער שטיצער‚ אנדרו צו דער זיידע?

יידל » זונטאג יוני 10, 2012 5:40 pm

· #17116
גארנישט קען לויפן שנעלער ווי ליכטיגקייט!
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/17115">viewtopic.php?p=17115#p17115</a><!-- l -->

יידל » מאנטאג יוני 11, 2012 10:35 pm

· #17368
נייע שטודיע צייגט אז קינדער ערצויגן ביי א נישט-טראדיציאנאלע (תועבה-מערידזש) משפחה קענען האבן דיסעטווענדעזש איבער קינדער ערצויגן אין נארמאלע משפחות. ווי ערווארטעט, האט די שטוידע געצויגן צו זיך אסאך קריטיק, סיי פון פרא-תועבה גרופעס, ווי אויך פון סאציאלע וויסנשאפטלער.

יידל » פרייטאג יוני 29, 2012 9:25 am

· #20758
האט איר זיך שוין אמאל אפגעשטעלט טראכטן אז אפשר ווערט די קאליר וואס איר זעט אלס רויט, גאר אנדערש געזען דורך אנדערע מענטשן, און אין זייערע אויגן איז רויט די קאליר וואס ביי אייך איז בלוי? אויב יא, זייט וויסן אז איר זענט נישט סתם א פילאזאפישער מאניאק. לעצטיגע שטודיעס ווייזן אז די מענטשליכע אויג נעמט נישט אויף ליכטיגקייט וואלן די זעלבע ביי יעדע מענטש. דאס מיינט אז אייער שיינע בלוי הימל איז וואס ביי מיר אז א רויטע הימל און פארקערט. דאך אבער, זאגן די סייענטיסטן, טוט נישט אונזער אינדיווידואלע פערסעפשאן פון קאליר אפעקטירן די וועג וויאזוי מיר שפירן וועגן געוויסע קאלירן.
<a class="postlink" href="http://www.livescience.com/21275-color-red-blue-scientists.html">http://www.livescience.com/21275-color- ... tists.html</a>

נפתלי » פרייטאג יוני 29, 2012 10:20 am

· #20776
אינטערעסאנט איך האב אלץ געטראכט אז וועגן דעם האט איינער ליב בלוי און דער צווייטער רויט, פשוט ווייל דער זעהט רויט וואס דער צווייטער זעהט בלוי און ביידע האבן אין אמת'ן ליב די זעלבע קאליר.
נישט אז נאר דאס מאכט די חילוק אבער ס'קען זיין אז דאס מאכט אויך אויס.

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 29, 2012 12:44 pm

· #20800
העכסט אינטרערסאנט!
People with damage to parts of the brain involved in the perception of colors may not be able to perceive blue, red or yellow, but they would still be expected to have the same emotional reaction to the light as everyone else, Neitz said. Similarly, even if you perceive the sky as the color someone else would call "red," your blue sky still makes you feel calm.

הייסט עס אז נישט די קאלירן וואס מיר זעען האבן אן בשפעה אויף אונזער געמיט, נאר די וועיוו-לענג פון די ליכטיקייט וואלן וואס די אויג-מח כאפט אויף, נאך פאר'ן ער איבערטייטשען פאר אונזער קאנשעס פרעסיוועבעל קאלירן. טאקע א חידוש.

קול דודי » זונטאג יולי 1, 2012 4:22 pm

· #21009
מער ריכטיגער, כדי דער זייגער זאל זיין מער פונקטליך פון אן אסטראנאמישן שטאנדפונקט. דער וועלט דרייט זיך אלס שטייטער און שטייטער. אויב זענט איר פון א יעקישן אפשטאם פארגעסט נישט צו ריקן אייער זייגער מיט א סעקונדע!

געפילטע פיש » מאנטאג יולי 2, 2012 8:29 pm

· #21341
די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 8:41 pm

· #21346
געפילטע פיש
די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

ישר כוח פאר דיין לינק.
אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.

ניו יארק » מאנטאג יולי 2, 2012 8:46 pm

· #21347
יידל
געפילטע פיש
די איבעריגע סקונדע האט אנגעמאכט א בלגן פאר אסאך וועבסייטס, ווי עמעזאן, נעטפליקס, לינקדאין און נאך.

יא יודל האקט, כ'האב יעצט געוואלט שרייבן דערוועגן, ברוך שכוונתי. (נאך א לינק)

ישר כוח פאר דיין לינק.
אגב, נעטפליקס און עמעזאנ'ס באלאגאן קומט פון די טראפישע שטורעם דעבבי, נישט פון די עקסטערע סעקונדע. נאר פערצופאל זענען ביידע געשען אין די זעלבע צייט. כ'האב אויך הנאה געהאט צו זען אז גוגל האט זיך שוין אויסגערעכנט יארן צוריק און זיי האלטן אין איין איין רוקן מיליסעקונדעס אין זייער אפדעיטס.

כדי צו מאכן שלום וואלט איך געזאגט אז די טראפישע שטורעם דעבבי איז געקומען פון די איבריגע סעקונדע..... 😂

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 8:53 pm

· #21350
שווארצע לאך וועט איינשלינגן גאז וואלקן
סייענטיסטן אין אייראפע האבן אנטדעקט א גאז וואלקן וועלכע פארט אינעם ריכטונג פון די מילקי וועג'ס שווארצע לאך און וועט ווארשיינליך ווערן איינגעשלינגען דורכן שווארצע לאך אין 2013. דאס איז די ערשטע מאל וואס סייענטיסטן וועלן האבן די געלעגנהייט מיצוהאלטן ווי אונזער "היימישער" שווארצער לאך שלינגט איין עפעס. (מקור: דא)

יידל » מאנטאג יולי 2, 2012 9:01 pm

· #21353
שלאגן קינדער קען פאראורזאכן מענטל העלט פראבלעמען
א נייע שטודיע צייגט אז פון 2 ביז 7 פראצענט מענטשן וועלכע ליידן פון מענטל העלט פראבלעמען, קומט דאס ווייל זיי האבן געכאפט פעטש אלס קינד. די שטודיע האט אויסגעשלאסן מענטשן וועלכע זענען עביוזד געווארן, און נאר אריינגערעכנט מענטשן וועלכע זענען אפט געשלאגן געווארן אלס עונש פאר זייערע מעשים.די שטודיע איז היינט פובליצירט געווארן אינעם מעדעצינישן דזשורנאך "פידיאטריקס". ליינט דעם אויספירליכן שטודיע.

יידל » דינסטאג יולי 3, 2012 9:25 am

· #21429
א טעכנעלאגישע פירמע האט ארויסגעגעבן אן אלטערנעטיוו צו דזשי פי עס. די נאמען איז NAVSOP וואס שטייט פאר Navigation via signals of oppotunity. די עיקר חידוש פון דעם נייעם סיסטעם איז אנשטאט זיך פארלאזן נאר אויף סאטעליט סיגנאלן, טוט די נייע סיסטעם אויפנעמען סיגנאלן פון סיי וועלכע עלקטראנישע דעווייס וואס געפינט זיך ארום איר און אזוי טרייענגולעט זי איר פונקטליכע לאקאציע. די מעלה דערפון איז צוויי פאכיג. איינס, מען קען דאס נישט העקן, ווייל די מאשין וועט אויסניצן אפילו די סיגנאלן פונעם מאשין וואס העקט צו געוואויר ווערן איר אייגענע לאקאציע, און צוויי, דאס קען זען די לאקאציע אפילו אין פלעצער ווי עס איז דא א שוואגע דזש פי עס סיגנאל ווי טיף אונטער דער ערד וכדומה.

יידל » דינסטאג יולי 3, 2012 12:11 pm

· #21446
5 מיליאן בעיביס געבוירן דורך פערטיליטי טריעטמענטס
זינט לואיס בראון, די ערשטע "טעסט-טוב" בעיבי איז געבוירן געווארן אין 1978 זענען שוין געבוירן געווארן, לויט שאצונגען פון דאקטוירים, א קיימא לן פון 5 מיליאן בעיביס פון פערטיליטי טריעטמענטס ווי איי ווי עף און איי סי עס איי. זעט דעם אויספירליכן באריכט.

יידל » מיטוואך יולי 4, 2012 11:38 pm

· #21813
מארגן גייט די זון זיין די ווייטסטע פון די וועלט
די זון גייט מארגן זיין די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 5, 2012 1:17 am

· #21825
יידל
די זון גייט מארגן זיין די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.


פאררעכט דיין קעפל. וועלט פון די וועלט?

יידל » דאנערשטאג יולי 5, 2012 9:37 am

· #21845
שמעקעדיג
יידל
די זון גייט מארגן זיין די ווייטסטע פון די וועלט היי יאר. עס איז אינטערעסאנט אז דאס פאסירט פונקט ווען עס איז אזוי הייס, אבער עס איז א פאקט.


פאררעכט דיין קעפל. וועלט פון די וועלט?

ישר כוח, כ'האב פארראכטן.

יידל » דאנערשטאג יולי 5, 2012 7:58 pm

· #22043
ניי-פובליצירטע שטודיע ווייזט אז עלטערען וועלכע זענען שטארק פארנומען מיט זייערע קינדער און זייערע חינוך און לעבן נישט קיין אייגענעם לעבן, ליידן דערפאר און זענען מער סטרעסד אוט.

יידל » זונטאג יולי 8, 2012 7:26 pm

· #22492
ישראל'ישע וויסנשאפטלער וועלכע אפערירן א פלאנטאציע אינטערן נאמען תיקון עולם האבן ערצייגט א מעדעצינישע מאריכואנא פון וואס מ'ווערט נישט "הויך".

יידל » מיטוואך יולי 11, 2012 9:32 pm

· #23562
ברית מילה פארמינערט UTI ריזיקע
נייע שטודיע צייגט אז גע'מל'טע קינדער זענען ווייניגער אויסגעשטעלט צו כאפן א יו-טי-איי (יורינערי טרעקט אינפעקציע). <a class="postlink" href="http://www.livescience.com/21489-circumcision-urinary-tract-infections.html">http://www.livescience.com/21489-circum ... tions.html</a>

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 11, 2012 9:34 pm

· #23564
נישט קיין חילוק צו מציצה בפה צו מציצה בכלי? 😉

יידל » מיטוואך יולי 11, 2012 9:36 pm

· #23566
שמואל הלוי
נישט קיין חילוק צו מציצה בפה צו מציצה בכלי? 😉

האהא. ניין, די עצם מילה האלט אפ באקטיריע פון זיך איינזאמלען אינעם טרעקט.

יידל » מאנטאג יולי 16, 2012 10:32 pm

· #24833
[quote="DotCom"]היינט האבן מעדיקל ריסוירטשעס אין פינלאנד פארגעשטעלט א 300 יעריגער סטודי וואס ווייזט אז קאפל'ס וואס וואוינען לעבן די שוויגער עלטער'ן, האבן מער קינדער, און ס'מאכט זיך ווייניגער קעיסעס אז קינדער זאלן שטארבן קליינערהייט רח"ל, זיי לייגן עס אן אויפ'ן פאקט אז די מוטער'ס מוטער גיט זיך געווענליך אפ מיט די אייניקלעך און לייגט צו צוויי הענט צום הויז ווירטשאפט.
[/quote]

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 10:06 pm

· #25318
יידל
זינט לואיס בראון, די ערשטע "טעסט-טוב" בעיבי איז געבוירן געווארן אין 1978 זענען שוין געבוירן געווארן, לויט שאצונגען פון דאקטוירים, א קיימא לן פון 5 מיליאן בעיביס פון פערטיליטי טריעטמענטס ווי איי ווי עף און איי סי עס איי. זעט דעם אויספירליכן באריכט.

זאל ווען ר' חיים לייב כ"ץ נישט האלטן זיין יערליכען דרשה וואלטן מען שוין געהאלטן ביי פיל מער, ווער נאך ווי אונז היימישע יודן דארפן דאס האבן.

kliger » מיטוואך יולי 18, 2012 2:17 pm

· #25697
הלכה איז הלכה

zamel » מיטוואך יולי 18, 2012 6:28 pm

· #25849
kliger
הלכה איז הלכה


לייז צו איין האלבע סענטענס צו דיין ליין "ווען רוב רבנים האלטן אזוי"

אבער ווען רוב רבנים האלטן פארקערט איז עס נישט קיין הלכה.

cookies » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:53 pm

· #26295
write on a wall with plants?
skip to 0.51 to see the fun!



skip to 0.51 to see the fun!

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 11:40 am

· #28395
[ציטאט אראפגענומען]

עס שטעלט זיך ארויס אז נישט נאר איז זי געווען די ערשטע פרוי אנצוקומען צו ספעיס נאר זי איז אויך די ערשטע געי אסטראונאט.

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 25, 2012 8:19 pm

· #28615
[="יידל"]
[ציטאט אראפגענומען]

עס שטעלט זיך ארויס אז נישט נאר איז זי געווען די ערשטע פרוי אנצוקומען צו ספעיס נאר זי איז אויך די ערשטע געי אסטראונאט.[/quote]

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 1:51 pm

· #29444
א בלויע לבנה
האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק "once in a blue moon"? דאס איז די ענגלישע ווערסיע פון "איינמאל א יובל". אבער וואס איז דאס א בלויע לבנה? א בלויע לבנה געשעט ווען די פולע לבנה באווייזט זיך צוויי מאל אין איין חודש (אינעם גרעגארישן קאלענדער ציילט מען לויטן זון, דערפאר איז שייך אז ס'זאל זיין צוויי פולע לבנה'ס אין איין חודש), אין אזא פאל הייסט די צווייטע פולע לבנה "א בלויע לבנה". ניין, די לבנה ווערט נישט בלוי, עס בלייבט די זעלבע קאליר. מ'רופט עס נאר אזוי צוליב סיבות.

די אמת איז אבער אז א "בלויע לבנה" פאסירט יעדע 2 א האלב יאר. די קומענדיגע חודש אוגוסט גייט האבן א בלויע לבנה אויפן 31'סטען.

פארשטאנד » מאנטאג יולי 30, 2012 5:39 pm

· #29913
אוגוסט 6 איז ערווארטעד די לאנדינג פון א נייע נאסא ראווער אויפן מארס פלאנעט, די לאנדונג איז קאמפליצירט און פון פריער געפראוגרעמט, עס נעמט בערך 7 מינוט (עס מוז זיין פון פריער געפראוגרעמט ווייל זענדונגען צווישן די ראווער מיט סייענטיסטן דא אויף אונזער פלאנעט נעמט 14 מינוט אדורכצוגיין, ד.מ. אז סיי וועלכע זאך וואס מ'וויל אויספיהרן נעמט בערך א האלבע שעה פערצן מינוט צו שיקן די דאטא, און פערצן מינוט צוריקצובאקומען די דאטא צו די ראווער האט טאקע ריכטיג געטוהן ווי מ'האט פארגעשריבן)

יידל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:25 pm

· #33204
א שטיין-שנעק וואס איז פאררעכנט געווארן אלס עקסטינקט איז פריש אנדעקט געווארן דורך א גראדואנט-סטודענט אין אלאבאמא.
📎 Leptoxis-compacta-ededited.jpg

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:01 pm

· #33415
א מיטגלידער פונעם וויסנשאפטליכן טיעם אין אנארקטיקא איז קראנק, און די מעדעצינישע שטאב דארט האט אים נישט געקענט העלפן. אן עמערדזשנסי פליגער איז אריינגערופן געווארן פון אוסטראליע, און דער מענטש איז יעצט אויפן פליגער אויפן וועג קיין אוסטראליע.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:49 pm

· #33447
א פרוי אין כינע איז געקומען אין שפיטאל אז איר אויער קראצט איר שוין פאר פינף טעג. צו די סורפרייז פון די דאקטוירים האבן זיי אנדעקט אין איר אויער א לעבעדיגע ספיידער!


די דאקטוירים האבן ערפאלגרייך באוויזן ארויסצונעמען דעם ספיידער אן שעדיגן די פרוי'ס אויער.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:52 pm

· #33451
צושטאנד פון ספיידער איז נישט באריכטעט?

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:58 pm

· #33453
משולם שטיינפעלד
צושטאנד פון ספיידער איז נישט באריכטעט?

יא, ליין דא אויב דו קענסט כינעזיש. איך קען נישט קיין כינעזיש. ווי ווייט איך פארשטיי פון גוגל טרענסלעט האט דער ספיידער איבערגעלעבט אין די פרוי האט געוויינט פון התרגשות.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:45 pm

· #33521
משולם שטיינפעלד
צושטאנד פון ספיידער איז נישט באריכטעט?

יא, עקלהאפטיג.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 6:59 pm

· #33524
די שפינס צושטאנד איז סטאביל, ווי באריכטעט אין די לינק וואס יידל האט געלייגט, די דאקטוירים האבן מורא געהאט ארויס צו שלעפען די שפין מיט פארס אויס שרעק אז זי וועט זיך טיפער אריינגריבלען אינעם אויער קאנאל, זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה, אריינגיסט סעילין אינעם אויער, און די שפין איז שיינערהייט ארויסגעקראכן.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 7:08 pm

· #33531
כ'האב נישט געוואוסט אז מיר האבן דא איינער וואס ליינט כינעזיש! געפילטע פיש

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 7:11 pm

· #33534
יידל
כ'האב נישט געוואוסט אז מיר האבן דא איינער וואס ליינט כינעזיש! געפילטע פיש

די ווינדער פון גוגל טראנסלייט!

Net Changsha, August 8 (scroll Xiaoxiang Morning News reporter Liu Shaolong correspondent Zhu Wenqing) Changsha Ms. Lee always feel left ear and some itching tract, it seems that a foreign body in ear foreign body sensation more and more obvious.   Early in the morning today (the 8th), Ms. Lee went to the Central Hospital of Otolaryngology and Head and Neck Surgery for treatment. The doctor was surprised to find Ms. Lee left ear channel even a spider! The little guy body in the alert status from time to time curled up feet.   An ear canal with a live spider, Ms. Lee is a bit crazy. Hospital out-patient health care workers of Otolaryngology Head and Neck Surgery, one side to appease the patients, while discussing how to remove the only live spider.   Live spiders certainly can not directly use the equipment taken out, it will instinctively "last-ditch", or drill deeper, the tentacles of the body, the barb may scratch the ear canal; it "destroy" and then remove what is more safety? After discussion, the doctor decided the patient's left ear instillation of saline, use of buoyancy in the water to force the spider out. In the end, the buoyancy of the water, the spider finally climb out of. Put it in the container observed outstretched foot after the little guy as much as a coin so much! See this scene, Ms. Lee almost started crying.   Changsha Central Hospital of Otolaryngology and Head and Neck Surgery, Liu Sheng, MD, Fortunately, spider into the ear canal of Ms. Lee, the narrow space, has not been "further", and Ms. Lee also did not dig the ear, not damage the ear canal.   Ms. Lee recalled, Recently a new home are engaged in renovation, on August 3, she felt so tired, fell asleep in the new home renovation is not complete, the results the next morning wake up, they feel left ear itch due to busy fitting, did not reflect on.
  


אנגעבליך איז מס. לי אביסעל משוגע.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 7:17 pm

· #33536
אשפג.
זיי מיינען לכאורה צו זאגן אז דער ספיידער האט געדרייט א קאפ פאר מס. לי א שטייגער ווי טיטוס'ענס פליג.

פארשטאנד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 8:07 pm

· #33549
מ'האט געטראפן א נייע (אלטע...) קאפ געביין פון א מענטש פון - לויט זיי - 1.7 מיליאן יאר צוריק אין אפריקע (דאכט זיך אין קעניע אבאמאס געבורטס שטאט) און גיט א נייע בעסערע בליק אויף עוועלאשן עפ"ל

(דיסקלעימער: דאס איז א נייעס באריכט נישט א אפיניען)

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 8:24 pm

· #33552
פארשטאנד
מ'האט געטראפן א נייע (אלטע...) קאפ געביין פון א מענטש פון - לויט זיי - 1.7 מיליאן יאר צוריק אין אפריקע (דאכט זיך אין קעניע אבאמאס געבורטס שטאט) און גיט א נייע בעסערע בליק אויף עוועלאשן עפ"ל

(דיסקלעימער: דאס איז א נייעס באריכט נישט א אפיניען)

נו, אז מ'רעדט שוין... (אוואו ס'דא א "*" קוק אונטען פאר מיין דיסקלעימער)
צווישן די חוקרים איז דא א פלוגתא צו דאס איז די זעלבע מענטש ווי אונז, צו ס'איז גאר אן אנדערע מין מענטש*. (דאס הייסט, ביידע באלאנגען צום גענוס "האמא", די שאלה איז נאר צו ער באלאנגט צום זעלבן מין מענטש פון וועם מיר שטאמען, האמא ערעקטוס, צו דאס איז גאר א צווייטע מין מענטש).
דעם נייעם חברה מאן האט מען געטראפן אין קעניע. לויט זייערע חשבונות איז דאס בערך 2 מיליאן יאר.* די חידוש פון דעם איז אז ביז היינט האבן זיי געמיינט אז דעמאלטס זענען שוין נישט געווען צוויי מינים מענטש וואס האבן געלעבט זייט ביי זייט*.
אט איז א jawbone ווי מ'האט עס אריגינעל געטראפן נאך פארן אויסרייניגן:


און אט איז נאך א בליד פון אן אנדערע jawbone וואס מ'האט געפינען, נאך פארן אויסרייניגן:


די וויסנשאפטלער (זיי ארבעטן פאר נאציאנאל גיאגראפיקס) פארשן די געפינסן:


די לינקע זייט פונעם אונטערשטן jawbone נאכן אויסרייניגן דורך די פארשער:


א קאמפיוטער מאדעל פונעם געביין


______________
* דיסקלעימער: עס זענען דא פיל מהלכים וויאזוי ערליכע אידן גייען צו צו דעם. טייל האלטן אז די וויסנשאפטלער ווייסן נישט וואס זיי רעדן; טייל האלטן אז אזוי איז די וועלט באשאפן געווארן, מיט אלטע געביין אין דער ערד; טייל האלטן אז מ'קען יא אננמען די וויסנשאפטלער'ס שאצונגען אלץ אמת'ע פאקטן און עס איז נישט קיין סתירה ואכמ"ל. אזוי ווי פארשטאנד זאגט שוין: איך רעפארט נאר פאקטן, נישט קיין מיינונגען.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12