אין 1977 האט נאסא ארויסגעשיקט אין ספעיס
וואויעדשער וואן, זיין ציהל איז נישט אנצוקומען צו און שטודירן א ספעציפישן פלאנעט, נאר ער פארט אין א גראדע ליניע - מיט א שנעלקייט פון בערך 38,592 מפ"ש, א ביליאן מייל יעדע דריי יאהר - ארויס פון אונזער
סאלער סיסטעם.
מען האט מיטגעשיקט מיט איהם א
גאלדענע רעקארד און בילדער פון דער ערד, אויב וועט ער זיך אמאל באגעגענען מיט אינטעליגענטע ברואים [קארל'ס
קארל סעיגן איז אויך געווען אויפן טיעם פון די מיסיע], פארשידענע סייענטיפישע אינפארמאציע, באגריסונגען פון פארשידענע מענטשען ובתוכם דער פרעזידענט, פארשידענע ערד קולות, ים וואלן, א בעבי וויינען וכו', און שטיקלעך מוזיק פון מאזארט וכדומה.
אין '79 האט ער געכאפט גאר שיינע בילדער פון דשופיטער און זיינע לבנות פון אזוי נאנט ווי צוויי הונדערט טויזענט מייל, האט מגלה געווען אסאך חידושים, ובתוכם א שיין בילד פון א וואלקעינא אויף איינע פון די לבנות וואס מען האט ביז דעמאלטס נישט געקענט זעהן.
פון דארט איז ער געפארן ווייטער זיך באנוצענדיג מיט די דעמאלטס נייע אויפטוה פון
גראוועישענעל אסיסט [דהיינו אז מען באנוצט זיך מיט די גראוויטי פון פלאנעטן וכו' צו געבן א שטופ אויף ווייטער וכדומה], און אין '80 איז ער אנגעקומען קיין סאטורן און געכאפט בילדער פון אזוי נאנט ווי 77 טויזענט מייל.
אין '90 האט ער געכאפט - דאס ערשטע אין היסטאריע - א
פאמיליע בילד פונעם סאלאר סיסטעם [די זוהן מיט איהרע פלאנעטן] ווי אזוי זי ווערט געזעהן פון אינדרויסען.
האלטענדיג היינט ביי 11 ביליאן מייל פון די זוהן [די צענטער פונעם סאלער סיסטעם] איז זי די ווייטסטע מענטש-געמאכטע זאך אין ספעיס, און ממילא האלט זי אויך די רעקארד פון שיקן סיגנאלן איבער די לענגסטע שטח, שיקענדיג און באקומענדיג סיגנאלן פונעם
דיפ ספעיס נעטווארק.
יעצט - 35 יאהר אריין אין די מיסיע - האלט זי שוין ביים עק פונעם סאלאר סיסטעם, און נאסא האט געמאלדן אז בקרוב וועט זי זיך ארויסזעהן פון די השפעה פון די זוהן און איהרע פלאנעטן, און אריינגיין אין
אינטערסטעלאר ספעיס די ליידיגע שטחים אין ספעיס וואו קיין שום סטאר סיסטעם איז נישט בעל הבית, ערשט אין 40,000 יאהר ארום וועט זי זיין 1.5 ליכט יאהר נאנט צו א שטערן וואס פליהט אין דירעקציע פון אונזער סאלער סיסטעם מיט א שנעלקייט פון 270,000 מפ"ש.
אזוי ווי מען רעדט דא פון 1977 טעכנאלאגיע האט זי א הונדערט טויזענסט'ל סיסטעם מעמארי פון א אכט גיג אייפאד נאנאו...
דורך די יאהרן האט מען צוביסלעך אויסגעלאשן פארשידענע חלקים כדי צו פרעזערווירן פאוער, און אין '25 וועט זי פארלירן די גאנצע פאוער.
עס זענען נאך דא גאר אינטערעסאנטע פרטים, אבער דאס וועל איך שוין מוזן איבערלאזן פאר יידל וחבריו.