☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט

570 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #633
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

גראף » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:17 am

· #438873
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
געטראפן א פאסיל פון א שלאנג מיט פיס.

<a class="postlink" href="https://www.livescience.com/amp/snake-with-legs-skull.html">https://www.livescience.com/amp/snake-w ... skull.html</a>

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

גראף » מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 11:17 pm

· #439989
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
די וועלט מאגנעטישע פעלד טוישט זיך פון יאר צו יאר און ריקט זיך מיט צענדליגער מיילן א יאר. דאס באדייט מען דארף האלטן חשבון כדי נעוועגעישן זאל זיין פונקטליך.

<a class="postlink" href="https://www.livescience.com/earth-magnetic-north-passes-prime-meridian.html">https://www.livescience.com/earth-magne ... idian.html</a>

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

עגלה ערופה » מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:37 pm

· #440077
מ'האט געטראפן חוה'ס "טשואינג גאם" און וויסענשאפטלער האבן מצליח געווען ארויסצונעמען די גאנצע דנ"א פון די טשואינג גאם. די דנ"א ווייזט אז חוה איז געווען טינקל הויטיג מיט בלויע אויגן
<a class="postlink" href="https://scitechdaily.com/scientists-extract-complete-human-genome-from-5700-year-old-chewing-gum-heres-what-they-found/">https://scitechdaily.com/scientists-ext ... hey-found/</a>

שמן למאור » מיטוואך אפריל 19, 2023 1:25 pm

· #521777
סייענטיסטן האבן אנדעקט א פרישע מאדנע באשעפעניש וואס פארמאגט 24 אויגן.
https://www.dailymail.co.uk/sciencetech/article-11990901/Scientists-discover-creepy-creature-24-eyes-time-Hong-Kong-pond.html

מחונך » מיטוואך אפריל 19, 2023 1:38 pm

· #521779
חתן בחור
שבת אחים
אבער ר׳ בערל, די אפטייטש פון תנינים איז נישט רעפטיילס נאר גרויסע וואל פיש.

קוק וואס מיין עלטער עלטער זיידע רש״י הקדוש שרייבט:
"הַתַּנִּינִם" - דגים גדולים שבים. ובדברי אגדה (בבא בתרא עד ב), הוא לויתן ובן זוגו, שבראם זכר ונקבה, והרג את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבא; שאם יפרו וירבו, לא יתקיים העולם בפניהם. התנינם כתיב.
״ויבא משה ואהרן אל פרעה ויעשו כן כאשר צוה ה׳ וישלך אהרן את מטהו לפני פרעה ולפני עבדיו ויהי לתנין״

האלטסט זיי האבן אראפגעווארפען א וואלפיש פארענט פון פרעה?

שפתי חכמים זאגט ״כי שם התנין ביבשה הוא נחש ובמים הוא דג״. רעפטיילס זענען טאקע דא סיי וואס לעבן אויפ׳ן יבשה און סיי וואס לעבן אין וואסער, מילא קען עס שטימען אויף ביידע פלעצער.[/quoteדער מקור פון שבתי חכמים איז דער רד"ק אין ספר השרשים. ער שרייבט דארט אז קאנטעקסט קען טוישן די דעפינישען פון א ווארט ופשוט הוא.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 19, 2023 9:54 pm

· #521844
מחונך: איך האלט אז דו ביסט גערעכט... ווייל דער ווארט "תנין" מיינט אין ענגליש...Serpent...אין חומש שטייט...התנינים הגדולים... וואס (לפענ"ד) מיינט דיינאסאורס...!

ועוד: סייענס דארף נישט זיין (און איז נישט) קיין סתירה צו די תורה. און מעשה בראשית.

איך האב געטראפן א רמז אין די תורה (פ' שמיני) אויף "עוואלושן". דארווין האט נישט גערעדט אינגאנצן שטותים. נאר ביי א געוויסע נקודה האט ער זיך טועה געווען.

שערי יושר » מיטוואך אפריל 19, 2023 10:04 pm

· #521846
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
אין דריי טויזנט יאר האבן בעלי חיים זיך נישט צופיל געטוישט

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 19, 2023 10:13 pm

· #521847
שערי יושר: מ'גייט לויט די שיטה אז ..."העולם קדמון הוא"...!

ועוד. די באשעפענישן האבן זיך יא געטוישט אין די לעצטע 3 טויזנט יאר. נאר נישט אויף אזא דערקענבארן אופן ווי אין משך פון מיליאנען יארן. אפילו די נאטור פון מענטשן האט זיך אויך געטוישט. אין נאך א קורצערע תקופה ווי 3 טויזנט יאר.

נאר כל האמור לעיל איז נישט קיין סתירה צו די תורה. און מעשה בראשית. מעשי ידיו של הקב"ה.

שערי יושר » מיטוואך אפריל 19, 2023 10:19 pm

· #521849
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
דריי טויזנט יאר צוריק האבן שוין נישט געלעבט קיין דיינעסארס. קען דאס נישט מיינען תנינים גדולים

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 19, 2023 10:27 pm

· #521850
שערי יושר: די חומש רעדט נישט פון 3 טויזנט יאר צוריק. די תורה פארציילט וואס ס'איז געווען פאר'ן מבול. די דיינאסאורס זענען אפגעווישט געווארן ביים מבול. אבער פאר'ן מבול האבן זיי געלעבט אויף ביידע באקן. און זיי האבן אנגעמאכט צרות. עיין ב' דזשוראססיק פארק. מ' הרה"צ...נו, וויאזוי הייסט ער שוין דארט. דער פראדיוסער פון דזשוראסיק. און אויך פון שינדלער'ס ליסט...סטיוו...עפעס. כ'האב שוין פארגעסן...! שוין דערמאנט: שפילבערג...!

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:07 pm

· #521935
איך האב שוין דא מבאר געווען אז תנין איז א קראקאדייל

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:30 pm

· #521952
סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!

סקעפטיקער » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:11 pm

· #521956
berlbalaguleh
סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!
פארוואס האסטו נישט אריינגערוקט נאך אפאר בעלי חיים פאר דעם געלט?

און אגב, אויב דיינאסאס זענען רעפטיילס זענען עופות אויך כידוע ליודעים

שערי יושר » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 3:19 pm

· #521958
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
סקעפטיקער
berlbalaguleh
סקעפקטיקער: תנין מיינט פון דעם (הויפט) מין, "רעפטייל". וואס רעכנט אריין שלענג. קראקאדיילס, עליגעיטארס, דיינאסאורס. און אפשר אויך וואלפיש. וואס זענען (עכט) נישט קיין פיש. נאר מאממאלס. זיי זענען ווארם-בלוטיג. אין לשון קודש הייסט דאס..."יונקים"...!
פארוואס האסטו נישט אריינגערוקט נאך אפאר בעלי חיים פאר דעם געלט?

און אגב, אויב דיינאסאס זענען רעפטיילס זענען עופות אויך כידוע ליודעים
אגב. לויט די וויסנשאפטלער זענען דיינעסארס די פארגייער פון עופות

שאלתיאל » דינסטאג יוני 27, 2023 4:07 pm

· #529811
אין 1998 האט דער ניורא-סייעניטיסט Christof Koch זיך געוועט מיט דער פילאזאף David Chalmers אז ביז 2023 וועט סייענס האבן אנטדעקט די ספעציפישע מעכאניזם אין דער מוח וואס פראדוצירט consciousness. די וואך, 25 יאר שפעטער, האבן זיי ביידע מסכים געווען אז טשאלמערס איז געווען גערעכט- סייענס איז נאכנישט אויפגעקומען מיט אi ערקלערונג וויאזוי דאס פאסירט.

אין 1995 האט טשאלמערס, א פילאזאף און קאגניטיוו סייענטיסט, פובליצירט זיין סופער-וויכטיגע און איינפלוסרייכע ארטיקל ''Facing Up to the Problem of Consciousness'' . דער הויפט געדאנק וואס טשאלמער מאכט קלאר בטוב טעם ודעת אינעם ארטיקל איז אז קיין שום רעדוקציאניסטישע טעאריע וועט נישט קענען מסביר דאס וואס ער האט גערופן ''hard problem of consciousness '', דהיינו, וויאזוי פיזיקאלע נויראנס אין דער מוח פראדוצירן אזא רייכע און סאביעקטיווע עקספיריענס ווי consciousness. ער האט געטענה'ט אז ס'איז פארהאן א 'explanatory gap' צווישן די פיזיקעל פראסעס אין מוח און דער סאביעקטיווע עקספיריענס פון consciousness און נישט קיין חילוק וויפול רעדוקציעס וועסט מאכן און וויפיל פונקציעס אירע וועסט ערקלערן וועט דאס נאכאלץ נישט מסביר זיין פארוואס און וויאזוי איינס ברענגט צום אנדערן.

https://www.nature.com/articles/d41586-023-02120-8

זיין ארטיקל: 📎 Facing Up to the Problem of Consciousness.pdf

דיכטער » מיטוואך יוני 28, 2023 2:12 pm

· #529878
עס וואלט אפשר ווערד געווען אנצומערקן אז דער פילאסאף Daniel Dennett האט ארויסגעגעבן א ביכל אין די שפעטערע ניינציגער יארן, מיטן נאמען Consciousness explained וואו ער פרובירט פארצולייגן א טעזא אז דער ערפארונג פון באוואוסטזיניגקייט איז בלויז אן אילוזיע און איז נישט ווירקליך.

זיין דאקטארין איז גאנץ שטארק אויפגעכאפט אינערהאלב דער היינטיגע וויסנשאפטליכע געמיינדע וועלכע איז שוין מיד פון פרובירן אנצוגעבן א מאטעריאליסטישע ערקלערונג פאר דעם ערשיינונג.

עס איז גאנץ אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט זיין טעאריע ווייל עס געבט אן אייגענארטיגע פערספעקטיוו אויף דער זאך וועלכע מיר ווייסן נישט גענוי ווי אזוי זיך צו באציען צו איהם, כאטש וואס זיין באשלוס אז באוואוסטזיין איז אן אויג-פארבלענדעניש דורכאויס, איז לדעתי לעכערליך.

אינטערעסאנט איז צו צולייגן אז רעדענדיג איבער דער ערפארונג פון זיין באוואוסטזיניג, וועלכע ווערט אנגערופן קוואליע, (אין ענגליש: Qualia) זענען פארהאן צווישן אנדערע, צוויי מיינונגען. איינס זאגט אז דער גאנצע וועלט וועלכע מיר לעבן איבער, איז אן אילוזיע, געשאפן דורך אונזערע חושים און דער אנדערע זאגט פונקט פארקערט, דער גאנצע וועלט איז ווארהייט און אונזערע חושים שאפן דער אילוזיע אז מיר שפירן.

מען קען בדרך אפשר זאגן אז ביידע זאגן אין פרינציפאל, דער זעלבע זאך. נעמליך, אז דער וועלט אין פארגלייך צו אונזערע ערפארונג איבער איהם, זענען נישט געמאכט פון דער זעלבע מאטעריאל און געוואנדן פון וואו מען קוקט, וועט זיך עס אנזען אנדערש. טאמער קוקט מען פון אינערווייניג אויף אינדרויסן, געבט זיך עס אן ווי אלעס איז אן אילוזיע און בלויז מיין געפיל איז ריכטיג. אבער טאמער קוקט מען פון דרויסן אויף אינערווייניג, געבט זיך עס אן פארקערט, ווי אלעס איז וואר און געפיל איז אן אילוזיע. עס איז בערך אזוי איינער וואס זיצט אין א באן, פאר איהם קוקט עס אויס ווי דער וועלט פארט און דער באן בלייבט שטיין אבער פאר איינער וואס איז אינדרויסן, קוקט עס אויס ווי דער באן פארט און דער וועלט בלייבט שטיין.

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 29, 2023 3:05 am

· #529967
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
דענעט האט טאקע א מערקווערדיגע (היבש מאדנע) טעזע. פארט, טשאלמערס טשעלענדזשט אים אין זיין ארטיקל בתוך שאר הטעאריעס.

Sent from my SM-A546E using Tapatalk

yesiknow » דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:19 pm

· #546070
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
איז אמת אז יעדע איינציגע סעלל האט אין זיך די קעפעבעליטי צו זיין וואס אימער , עס איז נאר פארשלאסען אבער אויב קען דיקריפטען די קאוד וועט עס ארבייטען.

איך מיין נישט צו שטרן די גאר אינטערסאנטע אחים אשכול אדער רחמסטרבקע אדמורים, (קוקט אויס ווי א חסידישע קווה שטיבעל)
איך דארף פשוט הילף פון די פארבליבענע סייענטיסטען דא אין שטיבעל.

חמלה גדולה » דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:36 pm

· #546111
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
yesiknow #
איז אמת אז יעדע איינציגע סעלל האט אין זיך די קעפעבעליטי צו זיין וואס אימער , עס איז נאר פארשלאסען אבער אויב קען דיקריפטען די קאוד וועט עס ארבייטען.

איך מיין נישט צו שטרן די גאר אינטערסאנטע אחים אשכול אדער רחמסטרבקע אדמורים, (קוקט אויס ווי א חסידישע קווה שטיבעל)
איך דארף פשוט הילף פון די פארבליבענע סייענטיסטען דא אין שטיבעל.

דיכטער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:43 am

· #546193
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
א שנעלער ענטפער צו אייערע פראגע @yesiknow, איז, אז יא. אלע צעלן וואס פארמאגן א נוקליעס אין זיי וועלכע ענטהאלט די גענעטישע אינפארמאציע פונעם צעל, האבן דער פאטענציאל פון ארויסגעבן א גאנצע מענטש.

ווען דער עמבריאן (דאס איז די ערשטע שטאפלען אינעם פארמאציע פונעם עובר) ווערט געשאפן, פארמירן זיך דריי שיכטן פון צעלן. דער מערסט-אינערווייניגסטע שיכט ווערט עווענטואל זיין א טייל פון די אינעווייניגסטע ארגאנען. דער אנדערע, ווערט די ביינער און די בלוט און פון דער דרויסענדיגע שיכט פארמירט זיך די נערוו סיסטעם און דער מוח.

וויאזוי ארבעט דאס? די ערשטע צעלן ווערן גערופן "שטאם צעלן", זיי האבן דער מעגליכקייט זיך צו פארמירן צו סיי וועלכע סארט צעל אינעם קערפער, אבער ווי שפעטער אינעם פראצעדור, ווערן "פארשפארט" אלע גענעטישע חלקים אינעם צעל וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר אנדערע אויפגאבעס אויסער דער באשטומטע אויפגאבע פאר דעם ספעציפישע צעל, און נאר דער טייל וואס איז וויכטיג פאר דער פונקציע פון דעם צעל איז אפען.

אינטערעסאנט איז אז א מענטש האט א גאנץ לעבן, חלקים אין זיין קערפער וועלכע פארמאגן שטאם צעלן, וועלכע העלפן איהם זיך היילן פון וואונדן און טראומערס.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12