פשוטו של מקרא
איך האב געזיכט אן אשכול של יינה של תורה וואו קאווע שטיבל מיטגלידער קענען ארויפשטעלן אייגענע אדער אומבאקאנטע פשטים בכ''ד כתבי הקודש, על פי פשיטו של מקרא. אזוי ווי איך האב נישט געטראפן אזא אשכול האב איך אליין געפענט לזיכוי הרבים. אט וועל איך אראפשרייבן א פשט וואס איז לפע''ד לאמיתו של תורה, אויף אן אומפארשטענדליכן פסוק אין מגילת רות וועלכע מיר האבן אלע געליינט בחג השבועות העעל''ט:
ותבוא אל חמותה ותאמר מי את בתי. ותגד לה את כל אשר עשה לה האיש (ג. טז.)
איך בין זיכער אז אסאך פון אייך ווען איר האט געלערנט די פסוק האט איר זיך גלייך געוואונדערט וואס איז פשט אין נעמי'ס שאלה צו רות ''מי את בתי''. וואס הייסט ווער איך בין. איך בין דאך רות וואס האט זיך אפגעריסן פון מיין פארגאנגנהייט נאר מיטצוגיין מיט דיר?! וואס איז פשט אין די שאלה (ועיין בא''ע ובמלבי''ם מה דנדחקו בזה).
די תירץ ליגט לפע''ד אין בלויז איין פסוק פארדעם. אט ליינען מיר אז נאכדעם וואס רות האט זיך באקאנט געמאכט מיט בועז האט איר בועז געזאגט:
ויאמר הבו המטפחת אשר עליך ואחזי בה. ותאחז בה. וימד שש שערים וישת עליה ויבא העיר (שם טו)
אז בועז האט איר פארבעטן אויסצוטון איר טיכל כדי אריינצולייגן אין דעם שערים. אויב אזוי קען מען פארשטיין פארוואס איר שוויגער נעמי האט איר נישט דערקענט וויבאלד זי איז נישט צוגעוואוינט געווען צו זען רות אן קיין טיכל און דא איז זי אהיימגעקומען אן דעם האט זיך גאנץ אן אנדערע צורה באוויזן פאר איר.
(מקען נאך צולייגן אז רות האט אויסגעזען גאר משונה אויב גייט מען מיטן שיטת הרי''ף אז א גיורות פאר איר טבילה דארף זיך שערן די גאנצע האר, עיין יו''ד סימן רסח. וק''ל.)
לויט די מהלך שטימט אויך עטליכע אנדערע דיוקים:
וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
פארוואס ענטפערט רות אויף די שאלה מי את בתי, את כל אשר עשה לה האיש. נאר כמביאור האט זי מסביר געווען פארוואס זי זעט אויס אנדערש ווייל זי האט נישט קיין טיכל ווייל עשה לה האיש.
בפסוק שלאחר זה (יז) שש השערים האלה, וואס איז די ה הידוע וואו איז שוין די שעורים דערמאנט געווארן.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
רביה''ק זי''עאיך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
אזוי איז דער מלבי''ם מסביר אבער לויט דעם שטייט נישט קיין ענטפער פון רות צו נעמי. משא''כ ווי איך בין מסביר ליגט די ענטפער אין די ווערטער את כל אשר עשה לה האיש.
און וואס זאגסטו צום עצם פשט?
כרם זית
וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
איז דאס אויך לפי פשוטו של מקרא?
וויאוזי וועסטו מסביר זיין מי את
בתי? האט נעמי געוויסט צו וועמען זי רעדט?
מבקרכרם זית

בתי איז געווען א לשון חיבה ווי מהאט געריפן א יונגע פרוי.
כרם זיתרביה''ק זי''עאיך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
אזוי איז דער מלבי''ם מסביר אבער לויט דעם שטייט נישט קיין ענטפער פון רות צו נעמי. משא''כ ווי איך בין מסביר ליגט די ענטפער אין די ווערטער את כל אשר עשה לה האיש.
און וואס זאגסטו צום עצם פשט?
א. איך בין אביסל צומישט, דו פאנגסט אן אז נעמי האט נישט דערקענט רות ווייל זי איז געגאנגען אנעם קאפ צודעק, נאכדעם זאגסטו וועגן די גרויסע צניעות פון רות אז זי האט יא אנגעטון די קאפ צודעק אפילו מיט די גערשטלעך אינעווייניג.
ב. ס'נישט אזוי פשוט אז מטפחת דארט איז א קאפ צודעק, די תרגום השבעים טייטשט עס אויף שירצל.
ג. בנוגע די מיינונג פון די ווערטער "מי את בתי?", אנדערע זאגן אז ס'איז אזא מין פארצייטישן אויסדרוק אויף "וויאזוי איז עס געווען?" אדער עפעס אזוי. לויט דעם שטימט זייער גוט די המשך ווי רות פארציילט איר טאקע וויאזוי זי ס'איז געווען.

איך האב מיך נישט גוט מסביר געווען. רות האט ארויפגעלייגט (נישט אנגעטון) איר מטפחת אויפן קאפ אז זי זאל נישט זיין אינגאנצן אויפגעדעקט אבער איינמאל זי איז אנגעקומען אינדערהיים האט זי עס ארפגענומען כדי אויסצוגיסן די שעורים.
ב. ס'נישט אזוי פשוט אז מטפחת דארט איז א קאפ צודעק, די תרגום השבעים טייטשט עס אויף שירצל.
ע פנים לתורה. יישר כח פאר די ידועה.
ג. בנוגע די מיינונג פון די ווערטער "מי את בתי?", אנדערע זאגן אז ס'איז אזא מין פארצייטישן אויסדרוק אויף "וויאזוי איז עס געווען?" אדער עפעס אזוי. לויט דעם שטימט זייער גוט די המשך ווי רות פארציילט איר טאקע וויאזוי זי ס'איז געווען.
שיינע פשט.
פשוט פשט דא איז כאילו עס וואלט געשטאנען 'מה' את בתי, ד.ה. וואס איז מיט דיר? וויאזוי ביסטו מיין טאכטער? (ועי' ברות רבה ז' ד' "מה" את? פניה או אשת איש).
אין תנ"ך שטייט עטליכע מאל 'מי' אנשטאט 'מה'.
א חידוש איז דא אין מגילת רות אין די מגילת ים המלח, ווי עס שטייט טאקע 'מה' אנשטאט 'מי'.
📎 מה את בתי.png
עס ליינט זיך ווי פאלגענד:
0 (י"ג) [ליני הלילה והיה בבקר אם יגאלך טוב יגאל ואם לא]
1 [יחפץ לג]אלך וגֿ[אלתיך אנכי חי יהוה שכבי עד הבקר (י"ד) ותשכב]
2 מ[רג]לתיו עד הב[קר ותקם בטרום יכיר איש את רעהו ויאמר אל]
3 יודע כי באה הגרן (ט"ו) [ויאמר הבי המטפחת אשר עליך ואחזי בה ותאחז]
4 בה וימד שם שש שערי[ם וישת עליה ויבא העיר (ט"ז) ותבוא אל חמותה]
5 [ו]תאמר [מ]ה את בתי ות[גד לה את כל אשר עשה לה האיש (י"ז) ותאמר]
6 שש [ה]שערים האלה נתֿ[ן לי כי אמר אל תבואי ריקם אל חמותך (י"ח) ותאמר]
7 [שבי בתי עד א]שר תדעיֿ[ן איך יפל דבר]
כ'האב געזעהן אין אן
ענגלישע איבערזעצונג פון די מגילות שטיין “?How did it go, my daughter”, כ'בין נאר נישט געווען זיכער צו ס'איז ווייל זיי האבן אן אנדערן גירסא דארט צו זיי טייטשן סתם אזוי אזויווי די
NIV בייבל טייטשט, כ'האב פרובירט נאכקוקן אין די מגילות אבער כ'האב עס נישט געקענט געפינען, אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי דו האסט עס געפינען?
פארשטאנדפשוט פשט דא איז כאילו עס וואלט געשטאנען 'מה' את בתי, ד.ה. וואס איז מיט דיר? וויאזוי ביסטו מיין טאכטער?
וכן פירש האב"ע בשם "ר' יונה המדקדק"
לשאלת הרבים, איך פארמאג א דיגטאלע קאפי פון
BHQ וואס פארמאגט אלע חילופי ניסוח אויף גאנץ תנ"ך.
די מגילות קען מען אליין אויפקוקן
דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
פארשטאנדדי מגילות קען מען אליין אויפקוקן
דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
די שאלה איז נאר וויאזוי מ'קוקט נאך דארט, זיי ברענגען דיר דארט א טוץ צופלויגענע שטיקלעך פאפיר און גיי טרעף וואס דו זוכסט, אפשר ביזטו טאקע געזעצן א האלבע שעה דערויף?
רביה''ק זי''עפארשטאנדדי מגילות קען מען אליין אויפקוקן
דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
די שאלה איז נאר וויאזוי מ'קוקט נאך דארט, זיי ברענגען דיר דארט א טוץ צופלויגענע שטיקלעך פאפיר און גיי טרעף וואס דו זוכסט, אפשר ביזטו טאקע געזעצן א האלבע שעה דערויף?
יא... עס קען נעמען לאנג. יעדע גרופע האט א נומער, און BHQ זאגט דיר וועלכע גרופע עס געפינט זיך, למשל די ספעציפישע שטיקל איז אין גרופע "2Q17 – 2Q Ruth
b", דערנאך האב איך אליין געזיכט ווייטער די ספעציפישע שטיקל פארמעט.
פאריגע וואך אין די סדרה אין פארהאן א קשיא וועלכע מיטשעט אלע מפרשים ממש. און איך קען זאגן אז עדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי, ביז היינט צופרי וואס דער באשעפער האט מיך חונן געווען מיט א פשט, וואס גייט לפע''ד אריין אין די גדר פון פשיטו של מקרא.
די תורה פארציילט אונז קאפיטל כב פסוק כ
וַיָּבֹא אֱלֹהִים אֶל-בִּלְעָם, לַיְלָה, וַיֹּאמֶר לוֹ אִם-לִקְרֹא לְךָ בָּאוּ הָאֲנָשִׁים, קוּם לֵךְ אִתָּם; וְאַךְ, אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ--אֹתוֹ תַעֲשֶׂה.
און גט איז געקומען צו בלעם ביינאכט, און אים געזאגט: אויב צו דיך ריפן זענען די מענטשן געקומען, דאן גיי מיט זיי. נאר די זאך וואס איך וועל רעדן צו דיר, דאס זאלסטו טון.
נאכן זיך איינבעטן א צווייטע מאל ביי ג-ט צו קענען גיין מיט בלק'ס שלוחים, האט אים ג-ט געגבן רשות בתנאי אז ער וועט נאר טון וואס ער באפעלט אים. און אזוי האט טאקע בלעם דער זעהער געטון. ווי די פסוק פאציילט וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר, וַיַּחֲבֹשׁ אֶת-אֲתֹנוֹ; וַיֵּלֶךְ, עִם-שָׂרֵי מוֹאָב. אבער א פסוק שפעטער אנפלעקט אונז די תורה, אז בלעם'ס אקט האט בכלל נישט געפאלן ג-ט. און אזוי שטייט:
וַיִּחַר-אַף אֱלֹהִים, כִּי-הוֹלֵךְ הוּא, וַיִּתְיַצֵּב מַלְאַךְ יְהוָה בַּדֶּרֶךְ, לְשָׂטָן לוֹ; וְהוּא רֹכֵב עַל-אֲתֹנוֹ, וּשְׁנֵי נְעָרָיו עִמּוֹ.
און די פסוק מיטשן זיך אלע מפרשים ממש צו פארשטיין. פארוואס האט ג-ט געצערנט אויב ער אליין האט רשות געגעבן צו אים מיטצוגיין מיט בלק'ס שלוחים. וזה אומר בכה וזה בכה. לאמיר אבער פראבירן צוצולייגן מיינע צוויי סענט בביאור הענין.
ווי באקאנט איז שיטת הרמב''ם (מובא ברמב''ן תחילת פ' וירא) אז מלאכים איז אומעגלעך צו זען מיט די פליישיגע אויגן דא אין די גשמיות'דיגע וועלט. פרעגט אויף דעם דער רמב''ן ז''ל (שם), אויב אזוי ווי האט אברהם געקענט זען די מלאכים זיינע באזוכער?
צוליב די קשיא זאגט דער אברבנאל (בפירישו למורה הנבוכים), אז ממיז זאגן אז איבעראל וואו מלאכים ווערן דערמאנט אין תנ''ך בקשר לאדם, איז עס געווען בחזיון נבואה.
יעצט לאמיר אריינטראכטן. דא וועט דאך דער רמב''ם אויך מיזן זאגן אז די גאנצע מעשה מיט די אתון וואס האט זיך דערשראקן פן די מלאך, איז אויך נאך געווען א חזיון. אויב אזוי קען מען פארענטפערן די שוועריקייט הנ''ל ווי פאלגנט (עצה טובה נעמט ארויס א חומש און קוקט נאך די סדר הפסוקים אינדערווענדיג):
פון פסוק כא ( וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר, וַיַּחֲבֹשׁ אֶת-אֲתֹנוֹ; וַיֵּלֶךְ, עִם-שָׂרֵי מוֹאָב.) ביז נאך פסוק לה (וַיֹּאמֶר מַלְאַךְ יְהוָה אֶל-בִּלְעָם, לֵךְ עִם-הָאֲנָשִׁים, וְאֶפֶס אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ, אֹתוֹ תְדַבֵּר; וַיֵּלֶךְ בִּלְעָם, עִם-שָׂרֵי בָלָק.) איז נישט קיין נייע ענין נאר א פירש אויף די פסוק פארדעם וַיָּבֹא אֱלֹהִים אֶל-בִּלְעָם, לַיְלָה, וַיֹּאמֶר לוֹ אִם-לִקְרֹא לְךָ בָּאוּ הָאֲנָשִׁים, קוּם לֵךְ אִתָּם; וְאַךְ, אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ--אֹתוֹ תַעֲשֶׂה. און דער פסוק ערקלערט ווי אזוי דער באשעפער האט מודעה געווען פאר בלעם אז ער קען מיטגיין מיט בלק'ס שלוחים בתנאי אז ער פאלגט אלס וואס ג-ט זאגט,נעמלעך דורכן חזיון נבואה ווי זיין אייזל האט געזען די מלאך ה'.
לאמיר הערן וואס מיינע ידידים זאגן צו די פשט?
Re: פשוטו של מקרא
הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
ישן מלא חדשהפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
במדבר כ"ב כ' = לילה
במדבר כ"ב כא = בוקר
<a class="postlink" href="https://www.etzion.org.il/he/download/file/fid/6367">https://www.etzion.org.il/he/download/file/fid/6367</a>
ישן מלא חדשהפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
קודם א יישר כח פאר די קאמפלעמענט. לא זכיתי להבין וואס דו פרעגסט, צי דען קען מען ביינאכט נישט זען א חזיון פון בייטאג?
דער רמב"ם אליין אין מורה זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן אייזל איז געווען א חלום
מצפצףדער רמב"ם אליין אין מורה זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן אייזל איז געווען א חלום
יא ווייס איך. וכן פירש הרלב''ג בפרשת בלק. מיין עיקר חידוש איז געווען, אז פסוק כב איז נישט קיין עקסטערע זאך פון די המשך (כמו דפירשו כל המפרשים דראיתי), וואס לויט דעם איז שווער פארוואס האט אויסגעפעלט די ענין פון די אייזל. נאר לפירישי איז פסוק כב א תמצית פון די געשיכטע פון די אייזל. כלומר, פסוק כב דערציילט אז דער אייבישטער האט ערלויבט בלעם צו גיין אויב ער שעלט נישט. און ווי אזוי האט אים דער אייבישטער אים געזאגט? דורך די חזיון פון די אייזל.
און בדרך אגב איז אינטרעסאנט אז דורך אויס די גאנצע פרשה, ווען בלעם זאגט אז ער גייט פרעגן ג-ט דערמאנט ער די שם הוי''ה. אבער די פסוק ווי אויף להכעיס שרייבט אייביג ויאמר לו אלוקים...
איך ווייס, איך האב נאר געוואלט ציצייכענען וואס דו ברענגסט בשם האברבנאל לתרץ
הרמב''ם, אז דער רמב"ם אליין זאגט עס.
ולעצם החידוש שלך נראין דבריך, וכמדומה לי שכבר קידמוך בזה, אבל איני זוכר כעת
מצפצףאיך ווייס, איך האב נאר געוואלט ציצייכענען וואס דו ברענגסט בשם האברבנאל לתרץ
הרמב''ם, אז דער רמב"ם אליין זאגט עס.
ולעצם החידוש שלך נראין דבריך, וכמדומה לי שכבר קידמוך בזה, אבל איני זוכר כעת
ביזט גערעכט. כהאב נאר נאכגעברענגט דער אברבנל ווייל ער שרייבט עס אויף א מורא'דיגע ברייטע פאנעם כדי צו פארענפערן דער רמב''ן'ס קשיות בתחילת וירא. און אויף יעדע זאך וואס דער רמב''ם פרעגט אז עס איז נישט מסתבר צו זיין א חזיון, ענטפערט ער.
אינטרעסאנט איז אז בפשטות נעמט דער אבן עזרא אן ווי חז''ל אז די אייזל האט גערעדט כפשיטו. אבער צום סוף די שטיקל סוד'ט ער אריין, ''ואם תבין סוד מלאכי אברהם גם יעקב אז תבין האמת''. זעט קצת אויס אז שטילערהייט איז ער אויך מפרש אז עס איז געווען א חזיון.
Re: פשוטו של מקרא
וואס איז פשט די וואך פרשת בראשית די מעשה מיטן נחש איז דאס נאר א משל איז די נחש אפשר מרמז אויפו יצר הרע אזוי ליגט מיר אין קאפ אז איינער פון די מפורשים לערנען אזוי פשט אויכעט די גאנצע באשאפן דעם אדם וחוה איז מאדנע איז דאס טאקע פשוט פשט און וואס איז מיט דעם אז מען האט געלעבט אזוי לאנג עפעס געדענק איך אז איינער פון די ראשונים לערנען פשט אז נאר יחידי סגולה האבן געלעבט אזוי לאנג
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
לגבי לאנג לעבן, דער דעה אז נאר יחידי סגולה איז כמדומני של הרמב"ם ונחלק עליו הרמב"ן, שוב כמדומני.
יש בעניין זה אריכות ומהלך נפלא בספר תורה שבעל פה של רב ענבל.
אז מען רעדט שוין פון לאנג לעבן,
ס'וואונדערט מיר שוין לאנג, יעדע תינוק בו יומו ווייסט אז אויף צוויי מצוות זאגט די תורה צו אריכת ימים. כיבוד אב ואם. און שילוח הקן.
ופלא בעיני, אויף די מצוה פון אבן ואיפה שלימה וצדק יהיה לך, דהיינו די מצוה פון האנדלען ערליך שטייט פונקט אזוי אריכת ימים, און עס איז עפעס נישט באקאנט
אֶבֶן שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ, אֵיפָה שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ, לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ (דברים כה טו)
Re: פשוטו של מקרא
קען זיין ווייל אונז זעמער אינעם
אלטערנאטיוון אוניווערס?
Re: פשוטו של מקרא
בכלל עס שטייט נישט אין פסוק אריכות ימים עס שטייט אז מען וועט זיין לאנג אין ארץ ישראל לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ וגו' אוו אז מען וועט נישט ווערן פארטריבן הגם די גמרא האט לכאורה יא אפגעלערענט אריכות ימים אבער על פשוטו של מקרא קוקט עפעס נישט אויס אזוי
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
Re: פשוטו של מקרא
אגב וועגן אריכות ימים זאגט מיר איינער אז דאס וואס וואס די וועלט ווייסט אז ר' יוחנן האט געלעבט ת' מאות שנים 4 הונדערט יאר קומט פון א פשוטע טעות סופר עס איז געשטאנעו ת' וואס עס האט געמיינט תשעים שנה אחז געקומען די מדפיס און געשריבן ת מאות שנה וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס וואס א יעדער ווייסט אז ימי שנותינו איז שבעים שנה
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
קנדהבכלל עס שטייט נישט אין פסוק אריכות ימים עס שטייט אז מען וועט זיין לאנג אין ארץ ישראל לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ וגו' אוו אז מען וועט נישט ווערן פארטריבן הגם די גמרא האט לכאורה יא אפגעלערענט אריכות ימים אבער על פשוטו של מקרא קוקט עפעס נישט אויס אזוי
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ.
שטייט די זעלבע לשון ביי ביידע
חוץ ביי שילוח הקן שטייט יא קלאר אז מען רעדט פון דאס לעבן זעלבסט
שַׁלֵּחַ תְּשַׁלַּח אֶת הָאֵם וְאֶת הַבָּנִים תִּקַּח לָךְ לְמַעַן יִיטַב לָךְ וְהַאֲרַכְתָּ יָמִים
פאליטיקאנטקען זיין ווייל אונז זעמער אינעם
אלטערנאטיוון אוניווערס?
חס ושלום, אונז זעמער אינעם עכטן יוניווערס, זיי זענען די אלטערנעטיוו...
ויהי אור
איך האב געליינט א שיינעם ארטיקל איבער א פראגע וואס באדערט יעדן רעכטדענקיגן לומד, וואס איז די אור פונעם ערשטן טאג אויב די זון איז הערשט בשאפן געווארן די פערטע טאג? איך פיל עס פאר אינטערסאנט מיטצוטיילן מיטן עולם
https://www.thetorah.com/article/if-the-sun-is-created-on-day-4-what-is-the-light-on-day-1 סקעפטיקעראיך האב געליינט א שיינעם ארטיקל איבער א פראגע וואס באדערט יעדן רעכטדענקיגן לומד, וואס איז די אור פונעם ערשטן טאג אויב די זון איז הערשט בשאפן געווארן די פערטע טאג? איך פיל עס פאר אינטערסאנט מיטצוטיילן מיטן עולם
https://www.thetorah.com/article/if-the-sun-is-created-on-day-4-what-is-the-light-on-day-1
האב איך דעם שבת געטראפן אז די געדאנק פון דעם מאמר - דהיינו, אז אמאל האט מען פארשטאנען אז די שיין פון די הימל בייטאג קומט נישט פון די זון - איז א
מהרש"א אין חידושי אגדות
דגם קודם שנקבעו המאורות ביום ד׳ נאמר ויהי ערב ויהי בוקר שהיו אז מדת יום ומדת לילה כדאמרינן לעיל והיינו דבלאו מאורות עצם השמים יותר מאיר ומזהיר ביום מבלילה, יתכן אז תוספות לערנט אויך אזוי עי"ש
א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.
פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
אינטערעסאנט.
דער ריב"שַ זאגט אויך עפעס צו דער חשבון.
דער אינטרעסאנטער חלק, די ראשונים האבן נעמליך געזעהן די ספרים חיצונים, מפרש געוועהן מיט טיפס פין דארט, אבער מורא געהאט צו צייכענען אהין.
פאלט דיר נישט איין פארקערט, אז די ספרים חיצוניים האבן גענומען פון די ראשונים??.
וואלווי סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.
פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
אף כי אין גאנץ תנ"ך איז טייטש כ"ש וק"ו, זעה
דא און גיי דורך איינס ביי איינס מיט די מפרשים, דאס האט נישט די אבע"ז מחדש געווען, די סיבה פארוואס אנדערע מפרשים טייטשן אנדערש איז מחמת הדוחק, און אפילו זייער טייטש זעצט זיך אויך היפש שווער אין פסוק
מתבודדפאלט דיר נישט איין פארקערט, אז די ספרים חיצוניים האבן גענומען פון די ראשונים??.
אוודאי, און די גמרא האט גענומען שטיקלעך פון פני יהושע
היסטאריע סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
אינטערעסאנט.
דער ריב"שַ זאגט אויך עפעס צו דער חשבון.
דער אינטרעסאנטער חלק, די ראשונים האבן נעמליך געזעהן די ספרים חיצונים, מפרש געוועהן מיט טיפס פין דארט, אבער מורא געהאט צו צייכענען אהין.
איך גלייב שווער איז די אבן עזרא האט געזעהן ספר אדם וחוה
סקעפטיקער וואלווי סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.
פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
אף כי אין גאנץ תנ"ך איז טייטש כ"ש וק"ו, זעה
דא און גיי דורך איינס ביי איינס מיט די מפרשים, דאס האט נישט די אבע"ז מחדש געווען, די סיבה פארוואס אנדערע מפרשים טייטשן אנדערש איז מחמת הדוחק, און אפילו זייער טייטש זעצט זיך אויך היפש שווער אין פסוק
קיין איינע פון די מראה מקומות וואס די ברענגסט מיינט נישט נישט אף כי אלס כל שכן, נאר סאיז קלאר "חאטשיג". די ווילסט דוקא אריין קוועטשן אז די אבן עזרא איז "פשוטו של מקרא" מיט זיין חידוש וואס לייגט צו ווערטער און מעשיות צום תורה, א קעגען די פשוטע פארשטאנד פון אלע אנדערע מפרשים, go ahead, אבער קיין פשוטו של מקרא איז עס נישט.
הערט זיך מער ווי אן אגדתא גמרא, מאי דכתיב וכו' וכו'...
נ.ב. אז די גייסט אריין לייגן לינקס צו אנדערע (אלע...) מפרשים וואס די ברענגסט אלס ראי' זיי מוחל און צייכן אן די מפורש להדיא, ברענגען גוגל ריסאלטס פון פסוקים וכדו', מאכט סתם צודרייט דאס מענטשהייט, און ס'זאגט גארנישט.
וואלווי סקעפטיקער וואלווי סקעפטיקערא שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש?
אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די
אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און
דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת
און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא
https://www.science.org/content/article/four-legged-snake-fossil-stuns-scientists-and-ignites-controversy
די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.
פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
אף כי אין גאנץ תנ"ך איז טייטש כ"ש וק"ו, זעה
דא און גיי דורך איינס ביי איינס מיט די מפרשים, דאס האט נישט די אבע"ז מחדש געווען, די סיבה פארוואס אנדערע מפרשים טייטשן אנדערש איז מחמת הדוחק, און אפילו זייער טייטש זעצט זיך אויך היפש שווער אין פסוק
קיין איינע פון די מראה מקומות וואס די ברענגסט מיינט נישט נישט אף כי אלס כל שכן, נאר סאיז קלאר "חאטשיג". די ווילסט דוקא אריין קוועטשן אז די אבן עזרא איז "פשוטו של מקרא" מיט זיין חידוש וואס לייגט צו ווערטער און מעשיות צום תורה, א קעגען די פשוטע פארשטאנד פון אלע אנדערע מפרשים, go ahead, אבער קיין פשוטו של מקרא איז עס נישט.
הערט זיך מער ווי אן אגדתא גמרא, מאי דכתיב וכו' וכו'...
נ.ב. אז די גייסט אריין לייגן לינקס צו אנדערע (אלע...) מפרשים וואס די ברענגסט אלס ראי' זיי מוחל און צייכן אן די מפורש להדיא, ברענגען גוגל ריסאלטס פון פסוקים וכדו', מאכט סתם צודרייט דאס מענטשהייט, און ס'זאגט גארנישט.
איך קען דיר נישט העלפן מיט דיין פוילקייט צו מעיין זיין, מיין צייט איז מיר וויכטיגער, אבער איך האף אז די קומענדיגע וועט דיך צופרידנשטעלן
רש"י יחזקאל ט"ו ה
אף כי – לשון ק״ו וכ״ש הוא וכן בכל המקרא כגון הנה אנחנו פה ביהודה יראים ואף כי נלך קעילה, ועי' גם בראשית רבה צז ב כמה דוגמאות
וואס איז טייטש קנים תעשה את התיבה? איז עס טאקע טייטש שטיבער? הרב סליפקין האט א בעסערע פשט,
http://www.rationalistjudaism.com/2022/10/what-was-noahs-ark-made-of.htmlתנין
חתן בחור שבת אחיםאבער ר׳ בערל, די אפטייטש פון תנינים איז נישט רעפטיילס נאר גרויסע וואל פיש.
קוק וואס מיין עלטער עלטער זיידע רש״י הקדוש שרייבט:
"הַתַּנִּינִם" - דגים גדולים שבים. ובדברי אגדה (בבא בתרא עד ב), הוא לויתן ובן זוגו, שבראם זכר ונקבה, והרג את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבא; שאם יפרו וירבו, לא יתקיים העולם בפניהם. התנינם כתיב.
״ויבא משה ואהרן אל פרעה ויעשו כן כאשר צוה ה׳ וישלך אהרן את מטהו לפני פרעה ולפני עבדיו ויהי לתנין״
האלטסט זיי האבן אראפגעווארפען א וואלפיש פארענט פון פרעה?
שפתי חכמים זאגט ״כי שם התנין ביבשה הוא נחש ובמים הוא דג״. רעפטיילס זענען טאקע דא סיי וואס לעבן אויפ׳ן יבשה און סיי וואס לעבן אין וואסער, מילא קען עס שטימען אויף ביידע פלעצער.
פון די וואכעדיגע הפטרה קוקט זייער שטארק אויס אז "תנין" מיינט א קראקאדייל, ווייל מ'זעהט אז דער נביא איז מדמה פרעה מלך מצרים צום "תנים הגדול הרבץ בתוך יאריו", איז קודם ווייסט מען אז די וואסערן אין מצרים זענען דא אסאך קראקאדיילן. אבער נאך מער, די מצרישע עבו"ז "סובק" האט זיין קאפ געטראגן א געשטעהל פון א קראקאדייל. און לויט דעם שטימען אלע פסוקים, סיי די וואס איז משמע אז תנין איז א חיה בים און סיי א חיה ביבשה.
די מלבי"ם שרייבט "המצרים היו מאמינים שהיאור נילוס הוא קדוש ושהתנינים הגדולים שבו יש בהם אלהות, ושיש תנים אחד הגדול מכולם שהוא מושל על כולם והוא ברא את עצמו ואת היאור, והמשיל אליו את פרעה בכחו, שהוא י״ל בארץ הכח עצמו שיש להתנים ביאור, וע״כ קראו בשם התנים הגדול, שהוא רובץ בתוך יאוריו שהיאורים כולם ומה שבם שייך אליו, והוא מתפאר שהיאור הוא שלו כי הוא בראו, וכן שעשה א״ע עם היאור שבו תלוי אושר ארץ מצרים".
פאר מער קען מען זעהן אין דעם ארטיקל
https://daf-yomi.com/DYItemDetails.aspx?itemId=16850Re: פשוטו של מקרא
עס איז אויך מערקבאר פירש ר''ח אז צפרדע מיינט מען די קראקעדייל.
כרם זיתעס איז אויך מערקבאר פירש ר''ח אז צפרדע מיינט מען די קראקעדייל.
שווער צו זאגן אז דאס איז ריכטיג, קודם כל זעהט נישט אויס פון פסוק אז צפרדעים זענען מסוכן. אויך אין ענליכע שפראכן ווי אראביש הייסן פרעש כמעט אזוי (ضفدع)