☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!

לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7280

פארוואס? » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:37 am

· #226433
דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:45 am

· #226439
טאקע א כבוד!
אגב, וואו האט דאס שמעון מפרסם געווען?

כוכב » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:22 am

· #226454
זייער א שיינע זשאב פון משוררים און דער דודי קנאפלער איז אן אויפגייענדע שטערן ראוי לשבח ולברכה.

שמערל » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:16 am

· #226475
פארוואס?
דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.


און ער אליין שרייבט זיך אינטער אליעזר? אדער איז דער אימעיל שרייבער בכלל נישט לייבל?

יואליש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:06 am

· #226501
שמערל
פארוואס?
דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.


און ער אליין שרייבט זיך אינטער אליעזר? אדער איז דער אימעיל שרייבער בכלל נישט לייבל?


פון וויקיפידיע:

In the 1990s, Cohen was romantically linked to actress Rebecca De Mornay.[98] De Mornay co-produced Cohen's 1992 album The Future, which is also supposedly dedicated to her with an inscription which quotes Rebecca's coming to the well from the Book of Genesis chapter 24[99] and giving drink to Eliezer's camels, after he prayed for the help; Eliezer ("God is my help" in Hebrew) is Cohen's Hebrew name, and Cohen sometimes referred to himself as "Eliezer Cohen" or even "Jikan Eliezer".



די אימעיל איז ווירקליך פון לענארד/לייבל/אליעזר. כ'בין געווען דער שליח להולכה פון שמעון צן פרייליך בענד, כפי רצונו של כהן שבימיך.

ודי למבין » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:50 pm

· #226600
אינאמת האט שוין אוהד ארויפגעשמירט דעם ניגון אויף בואי כלה שוין א לאנגע צייט צוריק. אבער סאיז זיכער דרך כבוד אז רבי לענארד האט צוריק געשריבן. הלללוקה איז איינס פון די שטערקסטע ניגונים עווער.

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:19 am

· #229089
אבי פרץ זינגט דעם ניגון ארען-טייטעלבוים בענד.
ווער איז שפילט עס שענער זיי צו פרייליך?

יואליש » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:03 am

· #229099
צוויי אנדערע סארט ארענדזשמענטס. פרייליך האט נישט קיין סטרינג סעקשאן און טייטלבוים האט נישט קיין כאר. כ'גלייך מער פרייליך'ס.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:46 am

· #229111
דודי קנעפלער mimic'ט כהן'ס ארגינעלע אנגעצויגנקייט אין די הויכע טענער אסאך שענער, ווי אויך איז די אינגע ענערזשי פון פריילעך מער potent.

mevakesh » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:27 pm

· #350793
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
דער רבי ר לייזער האט היינט ארויסגעגעבן דער קאווער פאר זיין נייע אלבום וואס ער גיבט ארויס צו זיין צוויי און אכציגסטע געבורטסטאג טרויעריג אין טיעף ווי נאר רבי לייזער קען עד מאה ועשרים
https://m.youtube.com/watch?v=v0nmHymgM7Y

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:00 am

· #350811
כנראה וועל איך קיינמאל פארשטיין די גרויסע גדולה מיט דעם לענערד, חוץ דאס אז ער איז א פרייע איד אנע בארד.

mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:12 am

· #350825
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
איך אויך
כנראה וועל איך קיינמאל פארשטיין די גרויסע גדולה מיט דעם לענערד, חוץ דאס אז ער איז א פרייע איד אנע בארד.

ער איז אפשר פריי למעשה אבער ער איז גאר ספירוטואל און לעבט אין טיפערס לדוגמא ער איז געווען א בודהיסט נזיר פאר אפאר יאר בשעת זיין מענעג'ער האט אויסגעליידיגט זיין באנק קאנטע
און עס קומט אלס ארויס אין זיינע ניגונים זיין לעכצען פאר טיפערס הגם צומאל אויף גאר א פעסימע וועג
אגב באב דילאן איז אויך א פרייער יוד אבער איך טרעף נישט אין איהם דער סארט טיפקייט הגם ער איז א גאון

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:20 am

· #350828
כ'זאג דיר צי אז ווען דער חזן אין דיין ביהמ''ד קרייעט אזוי דערשטיקסטו עם.

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:47 am

· #350834
איך אויך
כ'זאג דיר צי אז ווען דער חזן אין דיין ביהמ''ד קרייעט אזוי דערשטיקסטו עם.


דו רעדסט פון זיין זינגן, זיינע שטים בענדער זענען טויט זינט זיין לעצטע אלבום צוליב זיין שיבה טובה. זיין נאכפאלגערשאפט איז בעיקר פאר זיין ליד, זיינע פיוטים, ווי אויך זיין פערזענליכקייט, מיט וואס זיינע לידער זענען געקניפט און געבינדן. די אנגסט איז פערזענליך זיינס, אבער גיט א שטימע פאר אנדערע וואס אידענטעפיצירן מיט דעם. ער איז בכלל נישט קיין ראק סטאר. ער האט א אונטערגרונד נאכפאלגערשאפט.

ס'איז מער דומה צו א רבי וואס איז גאר א שוואכער בעל מנגן אבער פארט הענגן די חסידים זיך אויף יעדע ווארט ביי מלכיות, זכרונות, אוו שופרות. זיי זענען מקושר מיט די נשמה פון די פיוטים און דער שליח ציבור'ס קשר דערמיט, בכלל נישט די מאלאדיע.

mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:15 pm

· #350837
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
דאכט זיך אז זיין שטימע אפילו אין די יונגע יארן איז אויך נישט געווען ווייסעך וואס ספעציעל

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:26 pm

· #350838
גערעכט.

mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:50 pm

· #350840
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
א דוגמא אזוי ווי שלמה קרליבאך איז אויך אפילו אין די יונגע יארן ווען זיין קול איז געווען קלאר איז זיין מעלה נישט געווען זיין שטימע

mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:05 pm

· #354278
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
ברוך דיין האמת א געהויבענע לעכצענדע נשמה
דא איז אן ארטיקל וועגן איהם מיט א יידישע בליק
https://musaf-shabbat.com/2013/08/09/%D7%A0%D7%A4%D7%A9-%D7%99%D7%94%D7%95%D7%93%D7%99-%D7%94%D7%95%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%94-%D7%91%D7%9B%D7%9C-%D7%A1%D7%A8%D7%9C%D7%95%D7%90%D7%99/

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:25 pm

· #354286
סאיז באקאנט ערליכע אידן איז מען מגלה פון הימל אז זיי גייען שטארבן.
ער האט לעצטענס געשריבן פאר זיין חברתה וואס איז געשטראבן
We are really so old and our bodies are falling apart and I think I will follow you very soon," "Know that I am so close behind you that if you stretch out your hand, I think you can reach mine."

mevakesh » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:49 pm

· #354364
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
עס איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אן ארטיקעל אויף ליאנארד אויף בחדרי חרדים
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=110791

יואליש » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:04 am

· #354380
נולד מאוחר
סאיז באקאנט ערליכע אידן איז מען מגלה פון הימל אז זיי גייען שטארבן.
ער האט לעצטענס געשריבן פאר זיין חברתה וואס איז געשטראבן
We are really so old and our bodies are falling apart and I think I will follow you very soon," "Know that I am so close behind you that if you stretch out your hand, I think you can reach mine."


ס'איז נישט געווען באוויסט, אבער ער איז געווען שטערבליך קראנק מיט קענסער.

א זשורנאליסט האט געפאוסט די לעצטע אינטערוויאו כהן האט געגעבן פאר זיין הסתלקות.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI">https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI</a>

יואליש » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:33 am

· #354382
שבת צונאכטס לייוו'ס קאלטע עפענונג האט נישט געהאט קיין איין וויץ, בלויז זייער הילערי אין איר ווייסע אנצונג זיצענדיג ביי א פיאנאו און זינגט כהן'ס "הללויה". ס'איז געווען א רירענדע סצענע צוזאמשטעלנדיג די צוויי הספידים פון די וואך.

(קול באשה)

<a class="postlink" href="https://youtu.be/BG-_ZDrypec">https://youtu.be/BG-_ZDrypec</a>

רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:03 am

· #354385
wow, זייער קריעטיוו און פאסיג.

mevakesh » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:07 pm

· #354418
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
יואליש
שבת צונאכטס לייוו'ס קאלטע עפענונג האט נישט געהאט קיין איין וויץ, בלויז זייער הילערי אין איר ווייסע אנצונג זיצענדיג ביי א פיאנאו און זינגט כהן'ס "הללויה". ס'איז געווען א רירענדע סצענע צוזאמשטעלנדיג די צוויי הספידים פון די וואך.

(קול באשה)

<a class="postlink" href="https://youtu.be/BG-_ZDrypec">https://youtu.be/BG-_ZDrypec</a>


הערליך און צום פינטעל


ס'איז נישט געווען באוויסט, אבער ער איז געווען שטערבליך קראנק מיט קענסער.

א זשורנאליסט האט געפאוסט די לעצטע אינטערוויאו כהן האט געגעבן פאר זיין הסתלקות.

<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI">https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI</a>

דער פיהלער אינטערוויו איז דא
http://www.newyorker.com/magazine/2016/10/17/leonard-cohen-makes-it-darker

פרייוויליג » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:52 pm

· #354447
זיינע ניגונים זענען א שטיק נשמה. אבער א ריזן חלק פון זיינע ניגונים זענען איבער סעקס און לאוו. איינער פארשטייט וואס הללויה האט מיט לאוו?

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 3:21 pm

· #354747
נו קענסער איז איינע פון די וועגן וויאזוי מאיז מגלה פון הימעל

ברוך בער » מאנטאג יאנואר 2, 2017 12:43 pm

· #358564
You Want It Darker אידיש
כ'האב מיר אזוי איבערגעטיישט דעם פאעזע יו וואנט איט דארקער, ער'ט געשריבן אויפן קראנקן בעט פאר זיין לעצטן אלבום. דאס תוכן איז אזא איוב סטיל דיסקוסיע מיט גאט איבער די צרות און שלעכטקייטן אין די וועלט. ער דערמאנט הייליגע באגריפן ווי קדיש און הנני ווי אויך א חזן זאגט הנני ווי אין שוהל. די פינקטלעכע פשט ווייס איך נישט און נאר פרובירט צו טייטשן, ואם שגיתי השם הטוב יכפר. אדרבה לאזט אייך הערן וואס איר מיינט איז א פירוש.

U WANT IT DARKER

אז זייט איר דער האנדלער, בין איך ארויס פון שפיל
זענט איר דער היילער, דאס זאגט איך בין חרוב א תל
איז דיינס דער כבוד, מיינער מוז זיין א שאנדע
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

יתגדל ויתקדש דאס הייליג נאמען
פארשאלטן פאר'חרובט אינעם מענטשליך געשטאלט
א מיליאן ליכטלעך ברענען פאר די הילף קיינמאל געקומען
דו ווילסט עס טינקעלער

הנני הנני
איך בין גרייט מיין גאט

ס'דא א ליבער אין די געשיכטע
די געשיכטע איז אבער די זעלבע
ס'דא א לידעלע פאר די צרות
און א פאראדאקס צום באשולדיגן
ס'שטייט אבער אין די פסוקים
ס'איז קיין פוסטע מעשיות
די ווילסט עס פינסטערער
מיר הרג'נען דאס פלאם

זיי שורה'ן אויס די ארעסטאנטן
די וועכטער נעמען ציהלן
כ'האב מיר געראנגלט מיט שדים
זיי זענען מיטל קלאס און בעסערע
נישט געוואוסט ס'כאב א היתר צו רצחנ'ן און פליקן
דו ווילסט ער טינקעלער

הנני הנני
איך בין גרייט מיין גאט

יתגדל ויתקדש דאס הייליג נאמען
פארשאלטן פאר'חרובט אינעם מענטשליך געשטאלט
א מיליאן ליכטלעך ברענען פאר די ליבע קיינמאל געקומען
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

אז זייט איר דער האנדלער, בין איך ארויס פון שפיל
זענט איר דער היילער, דאס זאגט איך בין חרוב א תל
איז דיינס דער כבוד, מיינער מוז זיין א שאנדע
דו ווילסט עס טינקעלער
מיר הרג'נען דאס פלאם

הנני הנני
הנני הנני
איך בין גרייט
מיין גאט
הנני
הנני הנני
הנני

שצם_חנכל » מאנטאג אקטאבער 15, 2018 8:33 am

· #414464
ס׳איז זיין יארצייט היינט ו׳ חשוון, לעילוי נשמתו הטהורה, האב איך אויסגעהערט צום ערשטען מאל זיין לעצטע אלבום וואָס איז שוין געוואָרן דערמאַנט פריער דא אין אשכול, די אלבום איז פול מיט פארלוירענע אהבה, חרטה, טויט, און עס איז מעורר צו תשובה ומעשים טובים.

מיר האָט ספּעציעל געכאפט די ניגון ״ס׳האט אויסגעזען די בעסערע וועג״ אין וואו א עלטערע מענטש האט חרטה אויף זיינע אמונות און באשלוסען אין די אינגערע יארן אָבּער פילט ס׳איז שוין צו שפעט צו טוישן איצט און ער דארף שטילערהייט גיין מיטן שטראם און מיטמאכן די קאנסעקווענצען. אלץ א אינגערמאן איז דער ניגון מעורר צו סקרוטענייזן כסדר די אמונות און נישט מיטגיין מיט די כאריזמע פון די פירער אָדער שטראם פון די מאַסן, אנדערשווייז טרעפט מען זיך אויף די עלטערע יארן מאכן קידוש אויף א כוס בלוט.

די אינטראָ צום ניגון איז מיר געווען אינטערעסאנט, עס קוקט אויס ווי ער האָט אונז געוואלט מזכה זיין מיט א ברכת כהן פאַר זיין טויט און האָט אריינגעריקט א שטיקל וואָס מען זינגט בּיי ברכת כהנים אין פילע קהילות קדושות.

זאל ער - דאָרט אויך - זיין א גוטע בּעטער פאר אונז אלע ותנצב״ה.

שצם_חנכל » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:50 am

· #414576
כ׳בין אויך נישט קיין יארצייט האלטער, נאר זונטאג נאכט אין בעט האט מיר אנגעכאפט צו הערן מיין לעאנערד כהן פּלעיליסט און דערנאָך איז מיר בייגעפאלן צו נאטירן זיין אידישע יארצייט בכדי ארויפצוברענגען דעם דאזיגען אשכול בזמנה, די אשכול וואו כ׳האב צום ערשטן מאל געהערט פון אים back then...

קוקענדיג די 2016 לוח באמערק איך אז די יארצייט איז טאקע היינט נאכט, ויהי לפלא!

יואליש » זונטאג אקטאבער 21, 2018 10:28 am

· #414820
צום יארצייט (כאטש אומוויסענדיג) האט מיר די פרוי אהיימגעברענגט כהן'ס ניייע בוך "די פלאם". א געזאמעליש טאגבוך-סטיל פאעזיע און מעלעריייען, גיט די בוך אן אינטימישע בליק אריין אינעם פייטן'ס שטורעמישע זעהל און שעפערישע פראצעס. דאס בוך איז נארוואס ערשינען, נאכן הסתלקות, ושפתותיו - שפתי כהן - דובבות.

ישעיה » מיטוואך אפריל 14, 2021 10:40 pm

· #470139
איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן פשט אינעם ניגון הללויה?
אדער קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן די מהלך הדברים?
א דאנק

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:05 am

· #470145
ווען עס קומט צו ארט אויף אזא לעוועל האט עס נישט דווקא איין פשט. ווען ער האט געשריבן די ניגון די ערשטע מאל איז עס געווען מיט געוויסע געפילן, געוויסע אורות, און ער איז נישט דווקא געווען אין די זעלבע פלאץ יעדע מאל ביים זינגען. בפרט אזא פאפולערע ניגון וואס איז געשריבן געווארן מערערע וועגן, און געזינגען דורך מערערע זינגער דורכאויס די יארן, האט נישט שטענדיג די זעלבע מיינונג. און פאקט איז דא 7 באקאנטע שטיקלעך, און געווענליך ווערט נישט געזינגען מער ווי 4.

צו מיר רעדט עס פון א טיפע צובראכנקייט. א ליבע וואס איז געווען אמאל שטארק, א רעליגיע וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און דאך שרייט זיך ארויס מן המיצר א טיפע הללוי' (וואס מען קען פארשטיין מער אדער ווייניגער רעליגיעז). און אפילו מיין מצב איז וואס עס איז, און אפילו די הללוי' איז אליין א צובראכענע, איז דאס דאך וואס איך שטעל פאר.


אגב, אויב קוקסטו קעיט מק'קינאן'ס פערפארמענס געברענגט אויבן, וואס איז געווען די וואך וואס הילערי האט פארלוירן (פארשטייט זיך עפעס וואס קעיט איז געווען צובראכן דערוועגן), און לענארד כהן איז אויך אוועק יענע וואך, קענסטו זייער גוט פארשטיין די באדייט וואס עס טראגט אין יענע מצב. פון איין זייט איז עס קאמעדי, און זי איז פארשטעלט ווי קלינטאן, אבער זי האלט צוריק אן אמת'ע טרער. און ווי הילערי שרייבט אין איר בוך "מוצאי שבת נאך די עלעקשען, האב איך אנגעצינדען סעטורדעי נייט לייוו און געזען קעיט פארשטעלט ווי מיר צום לעצטען מאל. זי איז געזיצן ביי א גרענד פיאנאו און געשפילט "הללוי'", די מאכטפולע שיינע ניגון פון לענארד כהן וואס איז אוועק עטליכע טעג פריער. זי איז געזיצן און געזינגען ווי זי פראבירט צוריקצוהאלטן א טרער, הערנדיג, האב איך געטון די זעלבע."

ישעיה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:34 am

· #470148
יישר כח פאר'ן אזוי שיין מרחיב זיין
די חלק פון דוד און בת שבע(?) - וואס האט דאס מיט הללויה?

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:38 am

· #470149
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
ישעיה
איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן פשט אינעם ניגון הללויה?
אדער קען אפשר איינער מסביר זיין אין קורצן די מהלך הדברים?
א דאנק
https://m.youtube.com/watch?v=2s3kQSZ_Qxk

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:46 am

· #470151
ישעיה
יישר כח פאר'ן אזוי שיין מרחיב זיין
די חלק פון דוד און בת שבע(?) - וואס האט דאס מיט הללויה?

עס מיינט נישט דווקא זיי, עס איז די געפיל. אמאל איז מען קלאר אין די אמונה, פלוצלונג זעט מען עפעס אויף אן אנדערע דאך, און מען ווייסט שוין אליין נישט וואס מען ווייסט... און ער פארט גלייך אריין צו שמשון הגבור וואס די ליבע האט אים אריינגעפירט אין גרוב, ווען זיין ווייב האט אפגעשניטען זיין האר. און דאס אלעס שלעפט ארויס דעם הייליגען אבער צובראכענעם הללוי'...

ישעיה » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 12:56 am

· #470153
Wow
כ'האב נישט געוואוסט ווי צודרייט ארטיסטן זענען 😛

ישעיה » פרייטאג אפריל 16, 2021 10:03 am

· #470262
א פרישע חרדי'ישע איבערארבעט אויף הללויה, דאס מאל די ליריקס, דער עולם ווערט געבעטן צוצוהעלפן...

Now I’ve heard there was a special chord
That David played to turn back your sword
But you don’t really care for music, do you
It goes like this, the fourth, the fifth
The minor falls, the major lifts
The baffled chasid crying out Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah

His faith was strong but not enough for you
You paired them up in a mazeldige shuh
Her natural beauty you couldn’t bear
You tied her to a kitchen chair
She choked her tairs while you cut her hair
And from their lips you drew the Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah
Hallelujah, Hallelujah