☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

590 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12

וואלווי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2018 2:23 am

· #412665
רביה''ק זי''ע
איינער דא קען די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.

וואס איז די קאמפליקאציע? זעט אויס ווי א פשוט'ער ניגון פון צוויי פעלער וואס גייט איבער און איבער, נאר די שיינקייט איז אז א יעדעס מאל גייט עס אביסעל שנעלער און שנעלער, עפעס אזוי ווי האפ קאזאק.

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 9:58 am

· #416414
אריגינעלע מקור פון פארשפרייטע גוי'אישע ניגון.
די אריגינעלע רוסישע ווערסיע פון Boris Fomin און Konstantin Podrevsky רעקארדירט אין 1925 און 1926.

די ענלישע ווערסיע פון Gene Raskin געזונגען דורך Mary Hopkins רעקארדירט אין 1968.

און היינט צוטאגס אין רוסלאנד זינגט מען שוין נאך די ענגלישע ווערסיע.

צפור בודד » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 10:47 am

· #416415
דורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:51 am
צלפחד האט געשריבן:
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...

https://youtu.be/OceaHqks3HA

בנוסח אחרת אן קול אשה.

די ניגון אזויווי מ'זינגט עס אין וויזניץ.

די דריטע צו די לעצטע ניגון, 19-ניגון עתיק-ויזניץ

ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:42 am

· #416419
צפור בודד
ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.

אפשר איז דאס בעסער? אין וויזניץ פאנגט מען אן מיט די צווייטע פאל.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:43 am

· #416420
רביה''ק זי''ע

ביידע ווערסיעס פון ניגון זענען הערליך שיין. די וואונדער איז ביי די רוסישע פארט. ווי די גאנצע ארקעסטרא שפיעלט מיט אזא הארמאניע...! די רוסן קענען...!

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 4:09 pm

· #417180
זעהצעך אויס אז דער פאסטוך האט עס נישט אינגאנצן פארגעסן...

https://youtu.be/84UuXEoZ7Zo

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 5:50 pm

· #417183
[ציטאט אראפגענומען]

אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.

תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU

איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 9:09 pm

· #417194
נאך א חילוק: ביי אונז שאקלען זיך די חסידים, ביי זיי די חסידיסטעס.

שמערל » מאנטאג אפריל 1, 2019 11:26 pm

· #427557

וואלווי » דינסטאג אפריל 2, 2019 12:52 am

· #427566
שמערל

אינטערסאנט, ס'דא א לאנגע היסטארישע דעסקריפשאן, און גארנישט וועגען נגינה ארקעסטרע....

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 2, 2019 3:11 am

· #427568
כ'געדענק ווי דער שפילער פלעגט זיך אונטערלאכן ווען עפעס א רעבעזעכוסויגןעלינו איד פלעגט אים דערמאנען, 'העי, האסט נישט געמאכט די הקדמה. מאך עס!'

'יא? האסט עס ליב די אינטרוי? ס'איז שיין איא? וויאזוי גלייכסט עס, אזוי?' 😂

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:50 pm

· #428427
דאסמאל א פארקערטע מעשה, א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין איטאליעניש און נאכהער אין נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט.

הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 14, 2019 5:29 am

· #428452
רביה"ק זי"ע: דער ניגון רירט אן די סטרונעס פון די נשמה. סיי ביי אידן און סיי ביי גויים...! ס'איז נישט אדער, אדער...!

יואליש » זונטאג אפריל 14, 2019 6:45 pm

· #428498
רביה''ק זי''ע
דאסמאל א פארקערטע מעשה, א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין איטאליעניש און נאכהער אין נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט.

הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.

בלויז ממש די ערשטע תנועה איז ענליך צו די ערשטע תנועה פון בעילא טשאו. נישט דער שרייבער מאכט די צושטעל. ער שרייבט די פראטעסטירער האבן אנגעגעבן די מקור.

די קלעזמער ניגון איז זייער באקאנט. כ'האב עס געהערט שפילן ביי היימישע שמחות.

די בעילא טשאו איז ווייטער באקאנט געווארן דורך א פאפולערער דעינישער די זשעי, וועלכער האט עס פארהיינטיגט ביי א פעסטיוואל. נאכדעם האבן עס היימישע מוזיקאנטן מעלה געווען. נאכדעם האבן שעפערישע בחורים עס נאכגעזינגן ביי א חתונה אונטערן נאמען "ארויס פון בבל", ע"ש די געשריי אין גוואטאמאלא.

סאנטיאגא » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:47 am

· #428668
דָּוִד
רבי נחמן נחמן מאומן the popular song
comes from a Romanian song called numa numa (just google it) which apparently was inspired by someone who felt numa numa sounded like uman uman

נאך א רבי נחמן
https://youtu.be/Rfr9bhSmfXc

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 18, 2019 10:49 pm

· #428791
The homesickness march

ויקרא שמו בישראל 'מארש מנוחה ושמחה'

ווי האט נאר ר' יוחנן סטאלינער געזאגט: "אלע אונזערע ניגונים האבן א מקור אין קדושה..." ומי יעמוד בסוד קדושים...

זאפטיג » דינסטאג מאי 14, 2019 4:14 pm

· #430469
https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

דערמאנט מיר גאר שטארק עפעס

וואלווי » דינסטאג מאי 14, 2019 6:00 pm

· #430474
זאפטיג
https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

דערמאנט מיר גאר שטארק עפעס

You Kidding?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 14, 2019 7:16 pm

· #430480
ווי פונקטליך קומט דאס אהער?

וואלווי » דינסטאג מאי 14, 2019 7:19 pm

· #430482
רביה''ק זי''ע
ווי פונקטליך קומט דאס אהער?

אפשר מיינט ער צו זאגען, אז דוד המלך האט גענומען די הללויה'ס פון לענארד כהן...

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 14, 2019 11:55 pm

· #430499
אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל

וואלווי » מיטוואך מאי 15, 2019 7:14 am

· #430511
berlbalaguleh
אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל

און די אנדערע העלפט פון hasidic זינגערס...

זאפטיג » מיטוואך מאי 15, 2019 7:27 am

· #430512
איך ווייס שוין
דאס שיינע שטיקל https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

איז געווארן אן ערנסטע חופה ניגון

https://www.youtube.com/watch?v=haCvrUf8oYc

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 15, 2019 8:36 am

· #430521
איך ווייס נישט צו דאס קומט אריין אהער, די נאציאנאלע הימנעס פון די UK און פון ליכטענשטיין, און די קעניכליכע הימנע פון נארוועגיע, זענען די זעלבע מעלאדיע.

הדסים » מיטוואך מאי 15, 2019 9:47 am

· #430527
זאפטיג
איך ווייס שוין
דאס שיינע שטיקל https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

איז געווארן אן ערנסטע חופה ניגון

https://www.youtube.com/watch?v=haCvrUf8oYc

לענארד כהן שיקט א דאנק פאר פרייליך בענד און משוררים

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 15, 2019 12:59 pm

· #430546
ביבער
[ציטאט אראפגענומען]

אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.

תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 15, 2019 1:18 pm

· #430547
ביבער:כ'האב יעצט געהערט די זינגערין וואס דו ברענגסט אין לינק. זי זינגט עס גוט. אבער די מערסטע נישט אידישע. און אפילו אידישע זינגערינס וועלכע ווייסן נישט וואס די ליריקס מיינען, זינגען עס פעלער'דיג. כמו שאמרתי למעלה...!

זאפטיג » דינסטאג מאי 21, 2019 5:17 pm

· #430857
berlbalaguleh
ביבער
[ציטאט אראפגענומען]

https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!

יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 21, 2019 10:08 pm

· #430865
זאפטיג: ווייל זיי ליינען פון א סקריפט. כמו שאמרתי. אז זיי פארשטייען נישט די ווערטער. משא"כ א יוד וועלכער פארשטייט אויכעט אונגאריש, ליינט עס ריכטיג. דער קאליווער רבי זצ"ל האט עס נאך געזינגען די בעסטע פון א יעדעם...!

שמחהלע קאפשטיק » פרייטאג מאי 24, 2019 4:16 pm

· #431014
jingle bells
בינעך געווען ביי א חתונה, און דער זיידע האט געטאנצען מצוה טאנץ אויפ'ן ניגון פון jingle bells !!!!!
צו מיין פארוואונדערינג האבן מיר די אייניקלעך געזאגט אז דער ניגון שטאמט נאך פון דערהיים און מען פלעגט נוצן דעם ניגון אויף "קדיש תתקבל" ראש השנה ביים דאווענען...

האט איינער מער אימפארמאציע דערפון
איך בין זייער נייגעריג ווי איז די מקור פון דעם ניגון ?

טענקס אין עדווענס

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 24, 2019 4:51 pm

· #431015
גראדע די ניגון האט בעצם גארנישט קיין שייכות צום חג המולד, די ווערטער זענען איבער די גלעקלעך פונעם שליטן און ווי געשמאק ס'איז צו גליטשן אויפ'ן שניי, נאר וויבאלד קראצמאך געפאלט אויס אינעם ווינטער איז עס געווארן א קראצמאך ניגון, אזויווי נאך אסאך ווינטער ניגונים.

איך געדענק נאך ווען אלץ קינד ווען אונזער קיבאורד-פיאנא האט געהאט דעם ניגון, האב איך שוין דעמאלטס געטראכט אז ס'וואלט געפאסט פאר א חסידישע ניגון, ס'האט אזעלכע הימלישע טענער גראד פון גן עדן ארויס, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען די ניגון דארט אויבן.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 24, 2019 7:51 pm

· #431024
רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 24, 2019 7:56 pm

· #431025
זאפטיג
berlbalaguleh
ביבער
[ציטאט אראפגענומען]

https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!

יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)

זאפטיג: נישט ריכטיג. די הברה הונגרית פון תמלא (איי) איז ..."טעמא-לעיי". נאר זי איז שטארק מדגיש דעם צעי-רעי. אזוי ווי אלע אונגארישע...! אבער זי זאגט נישט טע-מא-לי...!

זאפטיג » זונטאג מאי 26, 2019 9:59 am

· #431040
דאס גענוי האב איך געמיינט
ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ
איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 26, 2019 10:59 pm

· #432381
די דריטע פאל פון דעם מארש איז קלאר גענומען פון דעם רוסישן פאלקס ליד.

עגלה ערופה » דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:40 am

· #432392
רביה''ק זי''ע
די דריטע פאל פון דעם מארש איז קלאר גענומען פון דעם רוסישן פאלקס ליד.

גראדע די ניגון זינגט אויך יום טוב עהרליך https://youtu.be/l-_AYHyGpoM

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:14 am

· #432393
מן הסתם א גונב מן הגנב...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 9:16 am

· #436386
רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט צו דאס קומט אריין אהער, די נאציאנאלע הימנעס פון די UK און פון ליכטענשטיין, און די קעניכליכע הימנע פון נארוועגיע, זענען די זעלבע מעלאדיע.

איין מעלאדיע = זיבעצן "גנבים"!

קאך_לעפל » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 10:19 am

· #436388
דאס איז א די ווערטער פון א הערליכער מוסר-ליד, ווי א טאטע און זון ארגומענטן צווישן זיך.
ק/פ:

װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, זאָג זשע מיר:
ביסט ערגער נאָך פֿון פֿריִער געװאָרן…
באַקלאָגט האָט זיך דער רבי הײַנט אויף דיר,
אַז דו דערגײסט אים זײַנע יאָרן;
ס׳איז נישט גענוג, דו װילסט נישט לערנען גאָר,
דעם רבין, נעבעך, טוסט דערצערנען,
שלאָגסט זיך אַרום און שפּילסט זיך נאָר,
און שטערסט די קינדערלעך דאָס לערנען!

– נישט אמת, טאַטע, װאָס דער רבי זאָגט –
אַ שלעכטער מענטש, נישטאָ זײַן גלײַכן!
פֿאַר װאָס דערצײלט ער נישט, װי ער אונדז שלאָגט? –
זע, טאַטעניו, דעם בלאָען צײכן!
כ׳האָב מיט אַבֿרהמלען זיך צעװערטלט בלױז,
ער האָט מײַן חומשל צעריסן, –
דערפֿאַר האָט אונדז דער רבי אױף זײַן שױס
נאָך מיט אַ ניגונדל געשמיסן.

– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל ענטפֿער ד׳רױף:
די שכנים זאָגן – כ׳מוז זײ גלײבן! –
דו יאָגסט זיך גאַנצע טעג אַרום אין הױף
און חבֿרסט זיך מיט יאַנעקס טױבן…
צי איז דאָס שײן פֿאַר ײִדן, זאָג אַלײן,
מיט טױבן זיך אַרומצויאָגן?
האָסט נעכטן, מאָטל, װידער מיט אַ שטײן
דעם שכנס שױבן אױסגעשלאָגן!…

נישט אמת, טאַטע, ס׳איז נאָר קױם אַרױס
אַ שטיקל שױב, מע קען עס צוקלעפּן…
איך יאָג זיך נישט – איך קוק זיך צו נאָר בלױז,
װי שײן די טײַבעלעך זיך שוועבן,
װי פֿרײַ זײ שפּרינגען זיך אַרום אין הױף,
װי שײן די קערענדלעך זײ פּיקן,
װי שנעל זײ גיבן זיך אַ לאָז אַרױף,
װען זײ אַ פֿרעמדע טױב דערבליקן…

– װאָס װעט דער סוף זײַן, מאָטל, כ׳פֿרעג דיך נאָר:
אַ גרױסער יונג, קײן עין־הרע!
װען איך בין אַלט געװעזן דרײַצן יאָר,
געקענט װי װאַסער די גמרא.
אַ ײִד מוז לערנען תּורה מיט גרױס פֿרײד,
נישט האָבן נאַרישקײט אין זינען.
אַז װױל דעם מענטש, װאָס איז צו גאָט, צו לײַט,
װאָס קאָן גוט לערנען און געלט פֿאַרדינען!

– דער זײדע האָט אַ מאָל דערצײלט פֿון דיר:
פֿלעגסט אױך נאָך טײַבעלעך זיך יאָגן…
ביסט אױך פֿיל בעסער נישט געװען פֿון מיר,
דײַן רבי האָט דיך אױך געשלאָגן…
הײַנט קענסטו לערנען און האָסט געלט דערצו –
האָב, טאַטעניו, פֿאַר מיר קײן מורא:
װען איך װעל װערן גרױס, װעל איך, װי דו,
פֿאַרדינען געלט און לערנען תּורה.

דער הערליכע ליד איז פארפאסט געווארן דורך דעם לעגאנדערער אידישער פּאָעט און דיכטער מרדכי געבירטיג ע''ה, וועלכע איז אומגעבראכט געווארן אינעם קראָקאָווער געטאָ דורך די פארשאלטענע נאציס ימ''ש. געבירטיג האט אייגענטליך אויך פארפאסט דעם הארץ-רירענדע מעלאדיע איבער דעם האליקאסט: אונזער שטעטעלע ברענט...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:30 am

· #436390
און פון וועם האט ער עס גע'גנב'ט?

סאנטיאגא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2019 12:22 am

· #436910
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!

באקאנטע זאך. ס'איז מעידזשער רוב אידישע ניגונים זענען מיינאר - אזוי מער קרעכצעדיג, א מקור האב איך נישט כ'האב נישט געזעהן דא אדרבא אויב איינער האט גלייב איך יעדער וואלט הנאה געהאט.
ס'קלינגט ווי אזא Christmas Carrol אז ס'איז א נחת

סאנטיאגא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2019 12:34 am

· #436911
זאפטיג
דאס גענוי האב איך געמיינט
ביי דע וועי עס איז דא א ניגון וואס די אינדיע זינגען וואס הייסט דאכט זיך מיר GODFATHER עס האט א התעוררותדיג'ע תנועה וואס רוהט אן די סטרונעס פונעם הארץ
איך מיין אז אויף איינער פון דער אינטערן'ס איז דא א לוויה אין אינדיע מיט דעם ניגון

ס'קומט פון די באקאנטע מאווי (The Gadfather (1972 רעדט זיך פון די טרויעריג בארבארישע איטאליענע מאפיא. אונטערן איז באקאנט צו נאשן אסאך ווייל די 'היימישע' עולם ווייסט ממילא נישט קיין חילוק... גארנישט מיט אינדיע איינגעלייגט...
(לאמיר נישט אריינגיין אז יענע מעשה איז נישט געשעהן אין אינדיע נאר אין עפעס א פיקטיווער וואלד, און נישט מיט קיין מענטשליכע קעניג נאר מיט א לייב... The Lion King)

נאדיר דעם soundtrack פון די מאווי. אזא יצירה רופט זיך א film score
http://www.youtube.com/watch?v=HWqKPWO5T4o
און דאס איז א לייוו ווערסיע דורך א באקאנטער פידלער אנדרעי ריאו משוגע צו ווערן
http://www.youtube.com/watch?v=s_cH0xGWblM

מי אני » מיטוואך אקטאבער 9, 2019 8:33 pm

· #437209
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע
דגל מחנה אפרים, ריש פ' וירא.
📎 IMG_5700.JPG

קען אפשר אויך האבן א שייכות. ליקוטי מוהר״ן (ח״א סוף תורה כז).📎 IMG_5699.JPG

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 9, 2019 11:27 pm

· #437221
איז ממילא געדרינגען, אז טאמער וועט מען אים אלע חדרים זינגען עי בי סי די עי עף גי, מיט אלע קינדער אין קינדערגארטן, וועט די גזירת החינוך בטל ווערען.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 4, 2019 3:29 pm

· #437867
ועיין ג״כ מזה לעיל בליקוטי מוהר״ן בתורה ג (בסופו).

אז מ׳רעדט פון הרב עובדיה יוסף זצ״ל, אין די איזרעילי-אמעריקאנער מיניסיריס Our Boys, איבער די מארד פון מוחמד אבו ח׳דיר, ווייזן זיי ווי די אידישע מערדערס הערן א גוי׳שע ניגון אויף די ראדיו. זיי רעדן זיך אפ אז אפילו ניגונים גנב׳ענען די ערביים, והא ראיה אז הרב עובדיה זינגט דאס און היעלה על הדעת אז ער זאל זינגען א גוי׳שע ניגון?...

עזרא » דינסטאג דעצעמבער 3, 2019 11:14 am

· #439478
א-ל מסתתר
בשפריר חביון
השכל הנעלם
מכל רעיון
עילת העילות
מוכתר בכתר עליון
כתר יתנו לך ה'!!

https://youtu.be/sJsJYUpbhIs?t=14

החוקר » זונטאג מערץ 8, 2020 11:28 pm

· #443717
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע
אידען, זינגט אלע צוזאמען. לעבעדיג...

* האב איך יעצט באמערקט אז ער איז נישט גוט ארויף. פאראכטן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אפריל 2, 2020 10:51 pm

· #445045
ווער זינגט 'איך האב א פילינג אז היינט נאכט וועט זיין יו"ט'? אין די בעקראונד ביי 3:05, ליפא?

שמעו:

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מאי 13, 2020 2:23 am

· #448513

וואלווי » מיטוואך מאי 13, 2020 2:33 am

· #448514
רביה''ק זי''ע

שנעל זאג ווי דיין קאפ איז אלס געווען, נאכדעם וועט שוין אלעס קלאר ווערען...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12