Re: תגלחת נשים
whatever #
א מוסד איז אזוי ווי יעדער ביזנעס, דו מוזט נישט קויפן... אז ס'געפעלט דיך נישט די תנאים, גיי צו אן אנדערע מוסד!
(אוי גיי איך כאפן פאר דעם...)
א מוסד איז
נישט ווי א ביזנעס. לפחות לויט אירע פירער און געלט קלייבער, וועלכע שטעלן דאס אהער ווי א עבודה לשם שמים. ווארום אויב וואלט דאס טאקע געווען א ביזנעס וואלטן זיי געטון וואס איז די בעסטע פארן ביזנעס - צופרידענשטעלן קאסטומערס... די אלע פעולות פון טעראר זענען אין נאמען פון אויבערשטן. ממילא אלס אידן וועלכע זארגען זיך פאר כבוד שמים, האבן מיר א רעכט צו קריטיקירן די אקטן.
Re: תגלחת נשים
שמן למאור #
לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן?
וואס גייט אן פאר די מוסד צו איך שער זיך יא אדער נישט?
אפשר זאלן זיי מיך מאכן זאגן "קידוש לבנה" בפני מוהר"ר _______ שליט"א, ער זאל עדות זאגן אז איך האב 'טאקע' מקדש געווען די לבנה דעם חודש?
וואס איז דער הסבר אונטער דעם?
אנדערע וועלן זיך אפלערנען? ווער? וויאזוי? עס איז דאך צוגעדעקט!
Re: תגלחת נשים
די שאלה פארוואס אויף די נושא גייען זיי NUCLEAR?
וואס איז דאס אנדערש ווי איינער וואס טרינקט COKE?
Re: תגלחת נשים
סוף טוב הכל טוב #
וואס גייט אן פאר די מוסד צו איך שער זיך יא אדער נישט?
אפשר זאלן זיי מיך מאכן זאגן "קידוש לבנה" בפני מוהר"ר _______ שליט"א, ער זאל עדות זאגן אז איך האב 'טאקע' מקדש געווען די לבנה דעם חודש?
וואס איז דער הסבר אונטער דעם?
אנדערע וועלן זיך אפלערנען? ווער? וויאזוי? עס איז דאך צוגעדעקט!
וואס גייט זיי אהן צו איך האב א פילטער?
Re: תגלחת נשים
מילך טראק #
וואס גייט זיי אהן צו איך האב א פילטער?
זיי טענה'ן - און איך גיב זיי נישט גערעכט - אז די קינדער פון אזא "שטוב" ווערן אויך מושפע ווייל בדרך כלל קוקן די קינדער אויך אויף "די כלי", און זיי פארציילן עס פאר די חברים, און דער חבר פון דיין קינד קען חלילה אויסגעפינען אז קינדער ווערן נישט געקויפט אין די סאוועניער געשעפט אין דעם האספיטאל...
Re: תגלחת נשים
אהא , מגייט דערציילן די ראיות אסירות פאר אנדערע קינדער,
אויב גייט א פלעטבוש מיידל ארום גיין מיט א מייק אינדרויסן פון די חדר און אויסשרייען אז קינדער קויפט מען נישט אין שפיטאל, איז לכאורה שוין נישט שייך די איסור.
Re: תגלחת נשים
ס'זאגט זיך גרינג "גיי צו א אנדערע מוסד" אבער די אמת איז אז ס'איז דא משפחות וואס וואוינען שוין דארט יארן לאנג, און סאיז נישט דא קיין אנדערע מוסדות אין ק"י.
ווען וויזניץ האט געוואלט עפענען א מיידל שולע אין בלומינגראוו האט מען איבערגעדרייט די גאנצע שטאט אז ס'זאל נישט געשעהן. פון איין זייט שרייען זיי גיי צו אנדערע מוסדות, פון די אנדערע זייט לאזן זיי נישט עפענען קיין אנדערע מוסדות, בלייבט איבער נאר ארויסצומופן, וואס איז א רשעות נורא צו צווינגען א משפחה מיט קינדער וואס די עלטערן זענען שוין געבוירן אין ק"י זיך צו אויף הייבן און אוועקמופן, אלעס ווייל די פרוי שערט זיך נישט, וואס איז ניטאמאל קיין שום חיוב להלכה.
Re: תגלחת נשים
אויב איז דאס א זאך אויף וואס דער מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
Re: תגלחת נשים
קודם כל, מעג מען מחולק זיין מיט דיר אז דער מייסד האט נישט געוואלט קיין אידן וואס שערן זיך נישט. צווייטנס דארפסטו כאטש זאגן ווי די שטאט הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך כדי דער וואס וויל נישט טוהן קיין רשעות זאך זיך כאטש קענען רעכענען דערמיט. דריטנס, די געגנט האט מען געבויט נישט צו האבן קיין אידן בכלל און חרדישע אידן בפרט, ווי נעמט זיך אזא רשעות צו קומען און בויען א אידיש קריה אין אזא פלאץ?
Re: תגלחת נשים
די נושא פון שערן איז זייער א ברייטע און א טיפע.
איך בין זיכער אז ס'איז דא גאר אסאך אידן וואס וואלטן שטארק געקענט באשטיין צו וואוינען מיט זייער אשת חיל וואס האט עכטע לאנגע האר, זיי וואלטן זיך מחיה געווען דערמיט, און זיי זעהן נישט עכט די פראבלעם מיט דעם.
רוב פון די אידן וואלטן זיך אבער נישט געוואגט צו טוישן די מסורה פון זייערע עלטערן און פארלאנגען זייערע ווייבער נישט צו שערן די האר, און אפי' ווען די ווייב וויל עס וואלטן זיי עס אפגעהאלטן,
א מיעוט איז עס אפשר צוליב זיי ווילן נישט זיין אנדערש, אדער ס'איז נישט מעגליך צו באהאלטן אז קיינער זאל נישט געוואר ווערן און דעמאלסט וועט זיין בושות אדער ערגער, אבער א גרויסע מערהייט ווילן נישט טוישן ווייל זיי האלטן אז דער אייבערשטער וועט נישט הנאה האבן דערפון, הגם זיי פארשטייען נישט פארוואס, אבער זיי פארשטייען אויך נישט נאך אסאך זאכן, און זיי שפירן א זכיה מקיים צו זיין דעם אל תטוש תורת אמך ותורת הצדיקים הקודמים.
אויב נניח זיי וועלן געוואר ווערן מיט א זיכערקייט אז דער אייבערשטער וויל יא זיי זאלן עקספיריענסן עכטע האר לקיים את המצוה בהידורה לידע את אשתו און וואס איז עס ווערד מיט א ליידיגע קאפ, און לאמיר זאגן אז זיי וועלן טרעפן א בריוו פון זייער באבע אז ביי זיי האט מען זיך דייקא געפירט נישט צו שערן, אדער זיי וועלן הערן פון זייער לאקאלע דיין אז די נישט שערן איז נישט אזוי הארב און ס'איז דא אסאך התירים און אדרבה מצוה הוא לגדל שערה לחבב על בעלה, וואלטן זיך א חלק טאקע צוגעכאפט דערצו, איך בין צווישן דעיע, ווייל איך האב נישט קיין פראבלעם צו טוהן די וואס איך האב באקומען דעת תורה אז ס'איז ריכטיג, אפי' אנדערע וועלן מיר אראפרייסן, אבער איך גלייב אז א גרויסע חלק וועלן עס נאך אלס נישט טוהן ווייל זיי קענען נישט זיין אנדערש ווי די א.ג. 'יעדער'...
רובא דרובא פונעם היימישן עולם וועלן נישט טוהן אנדערש וואס זייער לאקאלע דיין זאגט, ממילא אויב איינער האלט דא אז תגלחת נשים איז א אויפגעטראכטע חומרא, זאלן זיי זיכער מאכן אז ווי מער לאקאלע דיינים האלטן אזוי ווי זיי, נישט זאגן אז איך האב אליינס גערעדט צו דיינים וואס האבן געזאגט... נאר געבן די דיינים נעמען, כאטש אין אישי, צו קענען קלאר מברר זיין, אז דאס וועט געשעהן וועט זיך א גרויסע חסידישע ציבור צוביסליך אנפאנגען צו טוהן אזוי, והכל על מקומו יבא בשלום.
Re: תגלחת נשים
yatzmachp #
קודם כל, מעג מען מחולק זיין מיט דיר אז דער מייסד האט נישט געוואלט קיין אידן וואס שערן זיך נישט. צווייטנס דארפסטו כאטש זאגן ווי די שטאט הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך כדי דער וואס וויל נישט טוהן קיין רשעות זאך זיך כאטש קענען רעכענען דערמיט. דריטנס, די געגנט האט מען געבויט נישט צו האבן קיין אידן בכלל און חרדישע אידן בפרט ווי נעמט זיך אזא רשעות צו קומען און בויען א אידיש קריה אין אזא פלאץ?
די וועלט האט דאך דער אייבערשטער באשאפן בשביל ישראל שנקרא ראשית, ווי נעמט זיך די חוצפה פון גוים צו זאגן אז מ'גייט בויען א געגנט וואס געפינט זיך אויף דעם וועלט נישט צו האבן קיין אידן בכלל?
די וועלט האט דאך דער אייבערשטער באשאפן בשביל התורה שנקרא ראשית, ווי נעמט זיך די חוצפה פון אידן וואס ווילן נישט איינהאלטן די תורה צו עובר זיין דערויף ווילאנג זיי זענען אויף דעם וועלט?
Re: תגלחת נשים
Antibacterial #
אויב איז דאס א זאך אויף וואס די מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגען ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
אין סדום האט מען אויך געזאגט אַז דאס האט די מייסד הסדום געוואלט!
האלסט נישט ביים זיך צושטעלן פיץ אפ!
Re: תגלחת נשים
פיקח עצום #
Antibacterial #
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
אין סדום האט מען אויך געזאגט אַז דאס האט די מייסד הסדום געוואלט!
האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן פוץ אפ!
און מיט וועלכע חוצפה האט דער מייסד הקריה זיך נישט גערעכנט מיט די מייסד פון די לאנד וואס האט זיך מוסר נפש געווען אז ס'זאל זיין פרייהייט און דעמאקראטיע און מען פייפט אויף אים??

און פארדעם קען איך קומען צו דיר אהיים און טוהן וואס איך וויל אלץ פרייהייט פון אויסדריק?

די גאנצע תקנות השטעטל קען נישט חל זיין ווייל ס'איז מושבע ועומד מדזשארדזש וואשינגטאן, ס'איז הגונב מן הגנב, נאך אלעם איז קרית יואל אין די פאראייניגטע שטאטן.
כ'מיין איהר פארדרייט די פאקטן, איך האב פארשטאנען אז די מוסדות קומען צו מיר אהיים בודק זיין אונטערן צודעק צו ס'געפינט זיך דארט האר.
Re: תגלחת נשים
Antibacterial #
אויב איז דאס א זאך אויף וואס דער מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
און אז דער מייסד הקהילה האט אזוי געהאלטן?
דער מייסד פון שפאניע האט אויכט געזאגט אז ווער ס'ווערט נישט קיין קריסט וועט מען פארטרייבן פון שטאט!
Re: תגלחת נשים
קהל'ס נער #

אין ארץ ישראל גייט ער אקעגן די מדינה. ביסט נישט צופרידן, פוץ אפ
Re: תגלחת נשים
Antibacterial #
און פארדעם קען איך קומען צו דיר אהיים און טוהן וואס איך וויל אלץ פרייהייט פון אויסדריק?
אינדערהיים טאקע נישט ווייל די מייסד המדינה לאזט נישט. די חילוק פון מיר און דיר, איך זאג דיר כאטש ווי מיין היים הייבט זיך אן און וואו עס ענדיגט זיך, דו זאגסט נישט ווי דיין היים איז, וואו עס הייבט זיך אן און וואו ווי עס ענדיגט זיך. זייער אסאך מאל ווערט מיין היים דיינס. ווען א חסידישער איד מופט קיין ארגענטינע אדער לעיקוואד דעמאלס טאר ער זיך נישט פירן ווי זיי ווייל אל תטוש און פייפט זיך אריין ווען מען זאגט אים נישט צו קומען וואוינען דארט. ווען די גוים בעטן זיך ביי די אידן זיי זאלן נישט קומען וואוינען לעבן זיי לאכט מען זיי אויס. אויב א ליטווישער אדער א ספרדישער מופט צום חסידישן געגנט מוז ער זיך צושטעלן צו זיי וועגן מנהג המקום. Heads I win, tails you lose.
Re: תגלחת נשים
ר' נחום ראזענבערג שיחי' שרייבט אין די הקדמה צו זיין ספר "אש יצאה מחשבון" אז אמאל פלעגן זיך די ספרדישע פרויען אויך אפגאלן זייער'ע האר:
📎 20240409_202408.jpg
דאס איז פארשטייט זיך נישט אמת. עס וואלט אבער געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווי פיל די לעגענדע האט געהאט א השפעה אויף די היינטיגע וועלט. וויפיל חסידישע יונגערלייט רעדן זיך באמת איין אז תגלחת נשים איז הלכה למשה מסיני?
Re: תגלחת נשים
, שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
Re: תגלחת נשים
מילך טראק #
, שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
רילי ? דו רעדסט פון פרויען מסתמא, איז אויב מיין צדיקת האט עס נישט אראפגענומען עטליכע יאר (היינט וויל זי שוין יא זי זוכט נאך א גוטע כלי דערפאר) בין איך געהעריג א בועל נידה...?
ווי ווערט געברענגט וואס דו זאגסט?
Re: תגלחת נשים
עס איז נאר א חציצה אויב מען איז איינגעפירט אראפצונעמען.
Re: תגלחת נשים
צוויי #
מילך טראק #
, שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
רילי ? דו רעדסט פון פרויען מסתמא, איז אויב מיין צדיקת האט עס נישט אראפגענומען עטליכע יאר (היינט וויל זי שוין יא זי זוכט נאך א גוטע כלי דערפאר) בין איך געהעריג א בועל נידה...?
ווי ווערט געברענגט וואס דו זאגסט?
חס ושלום, איך גלייב אז בדיעבד איז עס כשר, עס איז נאר א חומרא,
אויב מפלאנט עס נישט אראפ אין 30 טעג דארף מען לכתחילה נישט מקפיד זיין

האט גארנישט מיט 30 טעג, אויב מען איז נישט מקפיד עס אראפצונעמען איז עס אפי' נישט א חומרא.
דער מחבר פסק׳נט ביו״ד סימן קצח סעיף ו אז שער שבאותו מקום, באיש אינו חוצץ, ובאשה, בנשואה חוצץ, בפנויה אינו חוצץ. וכתב שם הטו״ז בס״ק י:
בנשואה חוצץ - לפי שהיא מקפדת שלא תתגנה על בעלה. וכתב ב"י דלא היה צריך הטור לכתוב דין הפנויה שאינה חוצץ דאין נפקא מיניה לדידן, ומו"ח ז"ל תיקן אותו דקמ"ל אם היתה נשואה דומיא דפנויה שאין בעלה מקפיד על זה אפ"ה חוצץ דאזלינן בתר רוב נשואות ועל כן אמר דוקא פנויה אינו חוצץ ולא שום נשואה
וידוע הגמרא בסנהדרין כא. וואו דאס אז עס איז נישטא דארט קיין האר איז א שבח לבנות ישראל, ועיין בשבת סב: אז אויב עס איז אזוי ווי א יער דארט, איז דאס א גנאי (ועיין ג״כ בגיטין ו:). ועכ״כ אז דער מחבר פסק׳נט פריער בסימן קפב סעיף א אז פאר א מאן צו מגלח זיין די שער דארט איז אסור אלס לא ילבש (סיידן אויב מענער טוהן דאס דארט אויך) ע״ש.
וידוע אז דארט בסעיף ה איז דא די איסור פאר א פרוי לגלח שערות ראשה אלס לא תלבש, וע״ש בדרכי תשובה ס״ק יב.
ובכלל האט חציצת שער בית הערוה א שייכות מיט נושא האשכול, ווייל דער רמ״א אין יענעם סעיף בסימן קצח שרייבט אז די קליעות שערות הדבוקות זו בזו, ונעשית בלילה על ידי שד וסכנה להסירם, לא חייצי ע״ש. און דאס איז אַן אָנגעבליכן סיבה פארוואס און וויאזוי תגלחת נשים האט זיך אָנגעהויבן.Re: תגלחת נשים
דערמאנט מיר פון יענער וואס האט געקריגן א התראה פון קהל אז מ'דארף נזהר זיין אין אפשערן, און ער האט געפרעגט ר' חזקל שמש צו מ'מוז זיך טאקע איבעראל אפשערן? ווייל ס'איז אביסל שווער, למשל אונטערן ארעם און נאך אזוינע ערטער מוז ער אויך מקפיד זיין?.
Re:
שבת אחים #
מאטישבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער
1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?
2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???
3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???
4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???
דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
Re: Re:
הייליג #

קיינמאל נישט גערט פון אזא הייליגע זוהר

אויב שוין יא, כ'האב געזעהן דיין טאכטער מזנה זיין.

ס'איז דא א זוהר וועגן גיין די האר אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער גארנישט מיט מזוזות
Re: Re:
פרוכט זאפט #

ס'שטייט דארט זייער שארף
סאו וואס איז מיט דעם? ס'גארנישט?

קוק אנפאנג פון די אשכול. מ'טוהט עס דארט דורך באריכות
Re: תגלחת נשים
די זוהר איז גארנישט אזוי פשוט, זעה די מאמר באריכות
https://asif.co.il/wpfb-file/29-pdf-34/Re: תגלחת נשים
אפילו דער חתם סופר וועלכער נעמט אן די זוהר לגבי מגלה זיין שער מחוץ לצמתם, איז עס נאר וויבאלד כלל ישראל האט אנגענומען אזוי, נישט וויבאלד עס "שטייט אין זוהר" פער סעי.
Re: Re:
הייליג #
שבת אחים #
מאטישבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער
1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?
2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???
3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???
4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???
דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
ס'איז אויך דא א זוהר אז די האר פון בארד טאר נישט צורירן די האר פון פאות. ווי אזוי געט מען זיך א עצה?
Re: תגלחת נשים
החקרן הגדול יחיאל גולדהבר האט געשריבן א מאמר וועגען תגלחת נשים [בערך א יאר צוריק] ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע שערעריי ביי נשים און אלעס ארום, אויב איינער ווייסט וואו מען קאן דאס געפינען זאל ביטע שרייבן וואו, איך וועל אים זיין שטארק דאנקבאר [אל תמנע טוב ....]
Re: תגלחת נשים
ער גייט נעבעך לעצטנס אריבער רדיפות, איך ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם אדער פאר אנדערע דברי חכמה ואמת.
Re: תגלחת נשים
וואו קען מען באקומען זיין מאמר?
Re: תגלחת נשים
למעשה האט איינער ערגעץ אפגעשריבן אויף אידיש אדער לשה״ק א להלכה תשובה להיתר, איך דארף עס צו ווייזן פאר אפאר אידן
איינער קען ברעגען? כ׳דענק עס איז געווען אזאנס.
Re: תגלחת נשים
צקון לחש #
ער גייט נעבעך לעצטנס אריבער רדיפות, איך ווייס נישט צו ס'האט מיט דעם אדער פאר אנדערע דברי חכמה ואמת.
קום אריין מיט מער פרטים. ווער רודפ'ט? וואס טוען זיי?
Re: תגלחת נשים
סקעפטיקער #
נאכנישט אינגאצן קלאר, דא איז געווען אין אידיש א באשרייבונג איינער האט עס?