תגלחת נשים
504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
מעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן.
אה, ענדליך איז איינער שוין מסביר .... וואס זאגן זיי.... ? פארוואס דארף מען זיך שערן?
קאווע טרינקערמעורר צו זיין ברבים איבער די נייע פירצה פון זיך נישט שערן.
אה, ענדליך איז איינער שוין מסביר .... וואס זאגן זיי.... ? פארוואס דארף מען זיך שערן?
ווייל דאס איז אונזער מסורה.
פון ווי נעמט זיך די רעכט פון טוישן די מסורה?
שרה רבקה רחל לאה
אשת אביי
אשת רבה
אשת הרשב"א
אשת ר' חיים פלאג'י
אשת בעל פרק שירה
אשת בעל הקטורת ועוד
אלע האבן זיך נישט געשוירען
דאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.
יידלדאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.
די מיינסט עס אמת'דיג, אדער בלשון סגי נהור?
אויף קול מבשר איז דא א איטערסאנטע אינטערוויא בנוגע "תגלחת נשים"
האבעך נישט קיין צייט און געדולד אויסצוהערן קאלמע, ביטע זאגט וואס די פוינט איז.
איך האב געהערט פון א סאטמארער מיטליעריגער איד וואס האט עס מיר געזאגט מיט א קרעכטץ, אז ער האט געהערט פון איינעם בשם די מקוה אידענע אין קרית יואל אז א דריטל אין קרית יואל גייען ביי האר. הערנדיג דאס האב איך אויך געקרעכטץ, די חברה ווייסן וואס זיי ווילן, און ווי בין איך?...
לחייםאויף קול מבשר איז דא א איטערסאנטע אינטערוויא בנוגע "תגלחת נשים"
# please
קאווע טרינקעריידלדאס איז נישט זייער עסק. היינט למעשה איז די מסורה שוין אנדערש. מיר זענען נישט בכוח דן צו זיין די וואס האבן געטוישט די מסורה.
די מיינסט עס אמת'דיג, אדער בלשון סגי נהור?
איך רעד פון די רבנים'ס פערספעקטיוו.
איך האב געהערט אז עס איז דא מקוה פרויען וואס בעטן ביי די פרויען אז זיי זאלען זיך שערן, געהערט פון א יונגערמאן פון א פרומע משפחה אז זיין ווייב איז אמאל געווען. און די מקוה פרוי האט איר געזאגט אהא ב"ה זיך אפגעשוירען, זי האט זיך טועה געווען מיט א שוועסטער וואס קוקט אויס זייער ענדליך
איך גיי נישט אריין אין די אידישקייט חלק פון בעטן זיך אפצושערן (איך וואלט ווען געבעטן די מקוה פרוי צו פועל'ן פארקערט, אבער שוין) אבער דאס טון פארטרייבט פרויען פון מקוה, די גאנצע מקוה גיין ביי די פרויען איז גאר א האקעלע זאך ביי די ווייבער - גיי פארשטיי פארוואס זיי קענען זיך נישט אריינזעצן אין בור פאר א שעה און אפקאלעצן אווא אונז, (קען זיין ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט געענדיגט שמועסן, און אונז וואלט'מער געווארט ביז יעצט) - און ווען א מקוה אידענע קריטיקירט וועט זי גאנץ זיכער פארטרייבן די פרוי פון מקוה.
די גאנצע זאך פון מקוה גיין איז א זאך וואס איז א מורא'דיגע השפלה לכאורה. שטעלט אייך פאר ווען מען הייסט אייך זיך אוועקשטעלן א נאקעטער, פאר א משגיח אין מקוה, וועלכער איז אייך בודק און דערנאך פרעגט ער אייך "האסט זיך אויסגעפיצט אונטער די נעגל פון די פיס? - האסט אויסגעפיצט דעם פי הטבור?" דערנאך קוקט ער אייך נאך ווי איר גייט אריין אין בור, ביז איר ענדיגט זיך טובל'ען, זאגנדיג אז עס איז כשר.
היות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל
פרעגט הצעיר והזב בישראל, פערינא,
ווער וויל מאכען אן איינמאליגע פורש מן הציבור, למען כבוד ישראל, א עת לעשות, פאר די פיוטשער פון זיינע דורות, א מציל פאר זיין אייגענע עולם מלא, דעפיניטליע פארווארפען ווערען פון אלע עולומת, סאטמערע רבי גייט אים נישט מוחל זיין בזה ובבא, אבער, אבער, איינמאל די דיד איז דאן, איז דאך מפטיר כדאתמול, ווייטער א מנהג ישראל, אינזערע מאמעס און באבעס, רוב כלל ישראל במשך הדורות, א מנהג פון אביי און רב פפא, אני אנגעפירט מקמות דנא, מי לנו, ווער פון אינז קען אריין רעדען, איטסעטרא,
דיין נשמה וועט האבען א טאטאלע רעדעמשאן ווערי סאאן,
ווער וויל זיך אנשליסען? איינס פאר די פעמילי, ווי מ'זאגט
פערינאהיות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל
פרעגט הצעיר והזב בישראל, פערינא,
ווער וויל מאכען אן איינמאליגע פורש מן הציבור, למען כבוד ישראל, א עת לעשות, פאר די פיוטשער פון זיינע דורות, א מציל פאר זיין אייגענע עולם מלא, דעפיניטליע פארווארפען ווערען פון אלע עולומת, סאטמערע רבי גייט אים נישט מוחל זיין בזה ובבא, אבער, אבער, איינמאל די דיד איז דאן, איז דאך מפטיר כדאתמול, ווייטער א מנהג ישראל, אינזערע מאמעס און באבעס, רוב כלל ישראל במשך הדורות, א מנהג פון אביי און רב פפא, אני אנגעפירט מקמות דנא, מי לנו, ווער פון אינז קען אריין רעדען, איטסעטרא,
דיין נשמה וועט האבען א טאטאלע רעדעמשאן ווערי סאאן,
ווער וויל זיך אנשליסען? איינס פאר די פעמילי, ווי מ'זאגט
דו האסט א פעדער... בעסער געזאגט, א בויך-וויי, פון עסן צו סאך פערינא...
יידל
אגב, אפשר רוקט מען אריין דעם שמועס אין מאחורי?
אפילו מען האט פאר מיר נאך נישט גע'עפענט דעם שלאס צו אונטער די קוליסען, דאך האלט איך שטארק פון דיין הצעה
דער אשכול איז פארקראכען, און עס איז ממש נישט צי דער זאך אז א חסידישע בחור זאל דאס דורך ליינען
וויאזוי עפענט מען דעם שלאס צו אונטער די קוליסען?
פערינאהיות די איינציגסטע טעם פון זיך אפשערן וואס האלט אויס אן קיין הפיכת איז מנהג ישראל, און מאנכע האבן שוין זיך געווינדערט, אם כן, היות די הייליגע באבעס בימי חז"ל און די טייערע מאמעס שרה רבקה רחל לאה האבען זיך גאנץ זיכער זיך נישט געגאלט איז דאך אינזער מנהג הלכה לחתם סופר מאייראפא עט וואן פאינט געווען א געפערליכע הסתה, נאר במשך הזמן איז עס פארהייליגט און פארשמייליגט געווארן, היינט ציטאג מיט היינדסייט איז די חצופה וואס האט דיסיידעד זיך צישערען געווען גאון בישראל
פרעגט הצעיר והזב בישראל, פערינא,
ווער וויל מאכען אן איינמאליגע פורש מן הציבור, למען כבוד ישראל, א עת לעשות, פאר די פיוטשער פון זיינע דורות, א מציל פאר זיין אייגענע עולם מלא, דעפיניטליע פארווארפען ווערען פון אלע עולומת, סאטמערע רבי גייט אים נישט מוחל זיין בזה ובבא, אבער, אבער, איינמאל די דיד איז דאן, איז דאך מפטיר כדאתמול, ווייטער א מנהג ישראל, אינזערע מאמעס און באבעס, רוב כלל ישראל במשך הדורות, א מנהג פון אביי און רב פפא, אני אנגעפירט מקמות דנא, מי לנו, ווער פון אינז קען אריין רעדען, איטסעטרא,
דיין נשמה וועט האבען א טאטאלע רעדעמשאן ווערי סאאן,
ווער וויל זיך אנשליסען? איינס פאר די פעמילי, ווי מ'זאגט
Very good!
Shave the women, it's lowers beauty of women. While old women that adds beauty, not to see their white hairs, and sometimes an older woman looks more beautiful with a wig, but why take the beauty of a young woman who wants to have fun, why take it from the woman?
שמעקעדיגזר זהבאון פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.
זר דו קריכסט שוין אריין אין א אנדערע נושא.
אבער דו וואלסט נישט געקענט אויסהאלטן 4 פרויען.
נישט מיט געלט, נישט מיט סופפארט, און אודאי נישט צו אזויפיל שלום בית פראבלעמען.
אוי ווייסטו נישט וואס גוט מיינט די לעבסט אין א גרויסער טעות
פאר וואס מיינסטו טאר מען אין די גוישע וועלט נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער ווייל זיי מיינען דעם מאנ'ס טובה?
אין די אראבישע וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען האט מען חתונה מיט 5 ווייל דאס איז קעגן די פרוי'ס רעכטען
האבן 2-3 ווייבער איז דאס בעסטע זאך וואס מיר וואלטן געקענט האבן, יעדע ווייב ווערט א צרה פאר די צווייטע און וויל געפעלן דעם מאן ווי מער, יעדער וואלט געקאכט גאר גשמאקע פרישטאג מיטאג נאכטמאל, זיי ואלטן גענוצט ווי ווייניגער געלט אז דער מאן זאל זיין צופרידין פון איר, און דער שלום בית וואלט געווען אין הימל ווייל ווען איין פרוי וואלט עפעס נישט גוט געטוען וואס זי געווארטן אויפן מאן 2-3 חדשים ער האט נאך איינס - צוויי.
אבער אויב פרעגט מען רחל לאה שרה מיט די אנדערע שטותים וואס איז דא געשריבן געווארן קענסטו אויסמעקן האלב ש"ס ווייל רוב גדרים איז צוגעקומען שפעטער, אברהם אבינו האט נישט געוואשן די הענט פאר'ן עסן, יצחק אבינו האט נישט געהאט הלכות מוקצה, און יעקב אבינו האט געגסען פיינע פלייש מיט קעז אן קאכן צוזאמען, (נאר לויט די דרשה אז קיימו אפילו גזרות חז"ל)
לענינינו, שערן האר פון א אשה ס'איז נישט קיין נפק"מ ווען די תקנה איז געווארן און פארוואס, אבער כהיום איז עס א גזירה פאר אלע יוצאי קהילות אשכנז, און ווער ס'פאלגט נישט איז א פורץ גדר, יא היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז דער הסתר פנים גרויס אבער קיינער זאל דאס נישט נעמען אלס א היתר, אז איינער וויל זאגן איך וויל נישט פאלגן די גזירה ליידער הרשות בידו ס'איז היינט ליידער א דור יתום, אבער קיינער זאל נישט מיינען אז ס'איז א היתר ווייל יענער טוט אזוי.
און פאר די וואס האבן אמונה אין שכר ועונש, איז דא איין ווארט דער גיהנם איז געגוג גרויס פאר יעדען, איי דער ספרדישער איד טוט נישט אזוי, דער ספרדישער איד עסט נישט קיין בישול עכו"ם, ס'איז דא א ווארט אז וויבאלד יעדע שיטה האט זיין תיקון צו מתקן זיין האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ס'זאל זיין עטליכע פראקציעס פון אידן יעדער זאל מתקן זיין דער תיקון, און אז איינער איז מהפך די תיקונים איז נישט די בעסטע זאך, יעדע פראקציע האט זיינע קילות און חומרות דער ספרדישער איד שטייט שוין אויף פון ר"ח אלול פארטאגס און זיין פרוי גייט מיט אייגינע האר. ביז ס'וועט זיין דער תיקון השלם און תורה חדשה תצא און ס'וועט זיין כאיש אחד בלב אחד.
Well said
ישר כח
ראש המדבריםשמעקעדיגזר זהבאון פארוואס טאר איך נישט האבן 4 פרויען אוואו יעקב אבינו?
ס'עסט מיר.
זר דו קריכסט שוין אריין אין א אנדערע נושא.
אבער דו וואלסט נישט געקענט אויסהאלטן 4 פרויען.
נישט מיט געלט, נישט מיט סופפארט, און אודאי נישט צו אזויפיל שלום בית פראבלעמען.
אוי ווייסטו נישט וואס גוט מיינט, דו לעבסט אין א גרויסער טעות.פאר וואס מיינסטו טאר מען אין די גוישע וועלט נישט חתונה האבן מיט צוויי ווייבער ווייל זיי מיינען דעם מאנ'ס טובה?
אין די אראבישע וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען האט מען חתונה מיט 5 ווייל דאס איז קעגן די פרוי'ס רעכטען
האבן 2-3 ווייבער איז דאס בעסטע זאך וואס מיר וואלטן געקענט האבן, יעדע ווייב ווערט א צרה פאר די צווייטע און וויל געפעלן דעם מאן ווי מער, יעדער וואלט געקאכט גאר גשמאקע פרישטאג מיטאג נאכטמאל, זיי ואלטן גענוצט ווי ווייניגער געלט אז דער מאן זאל זיין צופרידין פון איר, און דער שלום בית וואלט געווען אין הימל ווייל ווען איין פרוי וואלט עפעס נישט גוט געטוען וואס זי געווארטן אויפן מאן 2-3 חדשים ער האט נאך איינס - צוויי.
יישר כח פאר דיין הערה, אבער איך האלט מיך ביי מיינס, איך זעה נישט מיין גרויסן טעות.
לעבן מיט עטליכע ווייבער איז שווער נישט נאר פאר די ווייבער, נאר אפילו פאר די מענער.
איך ווייס נישט דעם טעם פונעם חרם פארוואס רבינו גרשום האט פארבאטן עטליכע ווייבער, ווארשיינליך פאר די טובה פון די ווייבער.
איך ווייס טאקע נישט ווי אזוי אמאליגע פרויען האבן אויסגעהאלטן זייערע "צרות" (תרתי משמע)...
מען דארף אויך נעמען אין באטראכט אז בשעת הלכות טומאה וטהרה זענען אנגעגאנגען, און א פרוי איז געווארן טמא, האט זי נישט געקענט קאכן, באקן, אפרוימען, גארנישט אנרירן. האט מען זיך אן עצה געגעבן מיט א צווייטע ווייב.
דער חלק איז שוין היינטיגע צייטן גרינגער אז די הארבע הלכות גייען נישט אן.
אבער מענער, חוץ דעם חלק פון הנאה האבן פון נאך א ווייב, זעה איך נישט קיין מעלה נאר שוועריגקייטן.
קען זיין איך בין זיך טועה, אדרבה, פרוביר מיר צו איבערצייגן.
איך דערצייל נישט דא קיין באבע מעשיות איך האב אמאל געכאפט א שמועס מיט א אראבער ער האט מיר דערציילט וויאזוי ס'קוקט אויס ביי עם אין שטוב ווען ער קומט אהיים, די הכנעה דרך ארץ כבוד וואס ער באקומט יעדע פרוי וויל די מערסטע זיין אטענטשען וכו'
זיי קויפן ממש די מינימום ווייל זיי ווילן געפלען דעם מאן, זיי גרייטן יעדע אן פרישטאג מיטאג נאכטמאן דאס בעסטע וואס איז שייך ער זאגט מיר אז ס'איז א גן עדן התחתון, און דערפאר האט די מערב וועלט עס געאסרט ווייל דאס נעמט אסאך אוועק די רעכטען פון די פרוי, און אז א פרוי זאל האבן 2 מענער איז נישט און באטראכט געקומען האט מען עס געאסרט משא"כ די מזרח וועלט ווי פרויען האבן נישט קיין רעכטען איז דאס מותר לכתחילה און אפילו ראטזאם
לגבי די חרם דרבינו גרשון, דאס איז משום מעשה שהיה די זעלבע די אנדערע צוויי חרמים פון גט'ן בכפיה און אויסזאגן א סוד
ביי די אראבערס האט מען דרך ארץ פארן מאן ביג טיים! נישט מחמת אהבה נאר מחמת יראה.
נישט לאנג צוריק איז געווען באריכטעט אז אן אראבער האט דערשטיקט זיין פרוי צום טויט, און עס איז גאנץ א נארמאלע ערשיינונג.
ביי זיי שלאגט מען און מען פייניגט די פרויען, די פרויען זענען אן עם בפני עצמן, און ווערן כסדר דערנידערט און דעגראדירט.
אויך אמת אבער טראכט די אליין וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ביי דיר אין שטוב ווען די האסט ווען 3-4 וואס שלאגן זיך אויף דיין אטענטשען יעדע מינוט, און זענען גרייט אלעס אין די וועלט צו טאן פאר דעם, נעם דיר אפאר מינוט צו דמיון דער וועג פון פירן א שטוב, צו וואלטסו געהאט שלום בית פראבלעמען, און דאס איבעריגע
ראש המדברים לענינינו, שערן האר פון א אשה ס'איז נישט קיין נפק"מ ווען די תקנה איז געווארן און פארוואס, אבער כהיום איז עס א גזירה פאר אלע יוצאי קהילות אשכנז, און ווער ס'פאלגט נישט איז א פורץ גדר, יא היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז דער הסתר פנים גרויס אבער קיינער זאל דאס נישט נעמען אלס א היתר, אז איינער וויל זאגן איך וויל נישט פאלגן די גזירה ליידער הרשות בידו ס'איז היינט ליידער א דור יתום, אבער קיינער זאל נישט מיינען אז ס'איז א היתר ווייל יענער טוט אזוי.
און פאר די וואס האבן אמונה אין שכר ועונש, איז דא איין ווארט דער גיהנם איז געגוג גרויס פאר יעדען, איי דער ספרדישער איד טוט נישט אזוי, דער ספרדישער איד עסט נישט קיין בישול עכו"ם, ס'איז דא א ווארט אז וויבאלד יעדע שיטה האט זיין תיקון צו מתקן זיין האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ס'זאל זיין עטליכע פראקציעס פון אידן יעדער זאל מתקן זיין דער תיקון, און אז איינער איז מהפך די תיקונים איז נישט די בעסטע זאך, יעדע פראקציע האט זיינע קילות און חומרות דער ספרדישער איד שטייט שוין אויף פון ר"ח אלול פארטאגס און זיין פרוי גייט מיט אייגינע האר. ביז ס'וועט זיין דער תיקון השלם און תורה חדשה תצא און ס'וועט זיין כאיש אחד בלב אחד.
יעדער דור האט זיך זיינע חומרות גדרים וסייגים, דאס זענען נישט קיין מצוה אדער א תולדה פון א מצוה. היינט צו טאג פרעג סיי וועלעכע יונגערמאן אויב האט ער הנאה פון זיין אנגעגאלטע ווייבס קאפ, וועט ער דיר ענפערן ניין, ממיז מודה זיין אז דאס איז עקלדיק אין מאוס.
אין זיך אפשערן, איז דא צוויי זאכען, וואס איינס האט נישט מיט דער צווייטע, במשך די יארען אבער האט מען דאס צוזאמען געקניפט בקשר של קיימא. דער זוה"ק איז זייער הארב לגבי "אויפגעדעקטע האר", דער הייליגע תנא רבי עקיבא'ס רחל האט געהאט שיינע לאנגע האר, רבי עקיבא איז געוועהן דער רבי פון רבי שמעון בר יוחאי בעל הזוה"ק, שלח נא ביד תשלח ביד ר' עקיבא, ר' עקיבא איז אנגעקומען צו נ' שערי קדושה ווען משה רבינו ע"ה איז אנגעקומען נאר צום שער מ"ט, נאר וואס דען, זי האט זיך דאס באדעקט. אבער טראכט אריין א מינוט דער איינציגסטער וואס ווערט דערמאנט לשבח לגבי די האר איז געוועהן באדעקט "בביתה" איז בלויז איין פרוי וואס בשכר זה האט זי געהאט אכט זוהן אלע זענען געווארען כהנים גדולים, (והארכתי בענין זה במקום אחר).
מיט א קנאפע עטליכע הונדרעט יאר צוריק, איז דער ענין פון שערות אשה צוריק ארויף אויף דער טיש, דאס איז געוועהן צוליב צו וויסען דער חילוק ציווישען א פארהייראטע פרוי מיט א מיידעל.
היינט צו טאג, קוק דיר אים אויף דער גאס (מיט א היתר פון א רב) ווי א פרוי גייט אינאיינעם מיט אירע עלעטערע טעכטער, ווערט איהר באמערקן אז די מאמע זעהט אויס סאך שענער ווי די טעכטער, דאס איז צוליב דער שייטל, און אירע לבוש איז בעסער אהערגעשטעלט.
יונגעלייט קוקען אויף גויטעס, וויבאלד ביי זיך אינדערהיים האבען זיי א אפגעגאלטע קאפ, ס'איז עקלדיק, דער יצר הרע איז גרויס, דער תאוה איז גרויס איז דאס גורם ארויס צו קוקען פון זייער ד' אמות, אדער במקומות אחרים. היינט איז דאס א חומרה הבאה לידי תקלה, ווייל מ'ווייסט גאנץ גוט ווער ס'האט חתונה געהאט און ווער נישט, אין מענטשען ווילען האבען א ווייב וואס ס'איז איינגענעם צו קוקען אויף איהר נישט פארקערט.
שמואל שלום שלמה
איינער האט מיך אמאל געזאגט אז דער חזון איש האט געזאגט אז פאר אונגארישע אידן איז דאס ביהרג ואל יעבור!
נישט חלילה קאלט צו מאכן אדער אפשפעטן, אבער ביז וויפיל דורות ציהט זיך דער זאך "אונגארישע אידן?" מילא פאר אידן וואס וואוינען אין וויליאמ-פעסט, נו. אבער די וואס וואוינען ערגעץ אנדערש, גייט עס ווי די אדומים? מואבים? אדער איז דאס נכלל אין דער "גם דור עשירי - עד עולם?"
אינטערסאנט אויך פאר וועמען דער חזון איש האט עס געזאגט, ווייל די היינטיגע ליטוואקעס זענען מער פון 90% נישט ארגינעל פון דער ליטא, נאר טאקע אונגארישע און יעקעס ועוד. זענען זיי אויך בכלל "אונגארישן אידן?" אדער וויבאלד מען טוהט זיך אן א קנייטש היטל איז עבר זמנו-בטל קרבנו?
איין מינוט, אין אונגארן זענען דאך רוב אידן געגאנגען "קנייטש היטלען!"...
איך וועל דיר עס מסביר זיין נאכאמאל, אויב דו ביסט מסכים אז דיין ווייב זאל גיין אין גאס אזוי ווי ר' עקיבא'ס ווייב קען מען רעדן צו דיר, אויב אבער ווילסטו נעמען נאר די קולות פון ר' עקיבא'ס ווייב זיך נישט שערן, אבער אין גאס ווילסטו דיין ווייב זאל גיין מיט א לאנגע שייטל און נישט ווי ר' עקיבא'ס ווייב ביסטו סתם א קל און א בעל תאוה.
האסט א עצה פון די גמרא "ילבש שחורים ויתעטף שחורים ויעשה כל מה שלבו חפץ"
מיר דארפן וויסן א כלל גדול, ביז לערך 500 יאר זענען גוים געגאנגען מיט בערד, פרויען אפילו ביי גוים זענען געגאנגען כמעט ווי ביי די אראבער, קוק אין גמרא שבת לעניני הוצאה, ליידער איז דאס וועלט געווארן מער פרוץ, זייער ווייניג גייען היינט ווי פאר 500 יאר צוריק, ווילסטו האסטו א ברירה אדער גייט דיין פרוי ווי פאר 500 יאר צוריק מיט אירע האר (אין א"י די פרויען וואס גייען שאלן גייען טאקע אזוי), אדער גייט זי ווי היינט אבער מיט די חומרות פון היינט.
אדרבה זיי מחליט, די ברירה איז ביי דיר.
די פוינט איז נישט אשת ר' עקיבא, נאר אפילו אשת ר' עקיבא.
און פון וואו נעמסטו די חידוש אז אויב זע איך א געוויסע זאך ביי אן ערליכע איד מעג איך עס נאר טוהן אויב טוה איך אלעס וואס דער איד טוהט? אויב מיין רבי איז זיך מקיל אז ער שניידט זיך נישט די נעגל בדהג"א מעג איך עס נאר נאכטוהן אויב טוה איך אלעס וואס ער טוהט? אפשר אויב וויל איך נאכטוהן ר' עקיבא'ס א גוטע מידה מעג איך נאר אויב בין איך אן עם הארץ ביז די פערציג יאר.
און ווי אזוי ווייסטו ווי אזוי ר' עקיבא'ס ווייב איז געגאנגען אויפן גאס? דו האסט א בילד?
דאס אז די גויטעס זענען אלעמאל געגאנגען מער צניעות'דיג ווי היינט איז ווייט פון אמת, ווענדט זיך במקום ובזמן, אין געוויסע תקופות און געוויסע מקומות זענען די פרויען געגאנגען סאך מער אויסגעלאסן ווי היינט.
ראש המדבריםווילסטו האסטו א ברירה אדער גייט דיין פרוי ווי פאר 500 יאר צוריק מיט אירע האר (אין א"י די פרויען וואס גייען שאלן גייען טאקע אזוי), אדער גייט זי ווי היינט אבער מיט די חומרות פון היינט.
מקור ביטע, פון ווי נעמסטו אזא זאך?
געפילטע פיש האסט געברענגט א גוטע נקודה בנוגע די גויטע פון פארצייטענס.
לאמיר דאס מער מרחיב זיין, מיט א פסוק אין רות (ב ה) ויאמר בועז לנערו הנצב על הקוצרים למי הנערה הזאת, רש"י פרעגט גלייך "וכי דרכו של בועז לשאול בנשים", רש"י פרעגט זייער לאגיש, און ענפערט "היתה מלקטת עומדות מעומד, ושוכבות מיושב כדי שלא תשחה".
הסבר הדברים איז אזוי אז דעמאלס איז מען געגאנגען אנגעטוהן אויף אזא אופן אז אויב מ'בייגט זיך אראפ וואלט מען געקענט זעהן די דדים, וויל די גאנצע פאדערשטע קלייד וואלט אראפ געהאנגען אדער זיך געפענט, אין דער ווייסט שטייט דארט האט די ברירה אריין צו קוקען, ס'נישט געוועהן ווי היינט מיט קול קורא'ס וכיו"ב אז אזוי גיין אנגעטוהן איז אסור, אבער די צניעות'דיגע מיידלעך און פרויען וואלט זיך ענדערש אראפ געזעצט ווי איידער זיך בייגען, ווייל ווען מזיצט דערווייטערט זיך נישט דער קלייד פון דער גוף.
אין פון אזא אויפירונג האט בועז הנאה געהאט אין נתפעל געווארען. בנוגע שערות נשים האבן איך שוין געשריבען מכמה מקומות.
מיין טאכטער'ס טיטשער האט אנדערש געטייטשט דעם פסוק.
זי זאגט אז ווען מען בייגט זיך אראפ דעקט זיך אויף העכער די קניען, משא"כ ווען מען זעצט זיך אראפ.
אולי לזה התכוון?
[quote="
די ערוך השולחן אין סימן ע"ה"]
מיהו על כל פנים לדינא נראה שמותר לנו להתפלל ולברך נגד ראשיהן המגולות, כיון שעתה רובן הולכות כך, והוה כמקומות המגולים בגופה, וכמו שכתב המרדכי בשם ראבי"ה בסוף פרק שלישי, וזה לשונו:
כל הדברים שהזכרנו לערוה – דוקא בדבר שאין רגילות להגלות. אבל בתולה הרגילה בגילוי שיער – לא חיישינן, דליכא הרהור.
עד כאן לשונו. וכיון שאצלינו גם הנשואות כן, ממילא דליכא הרהור.
(והרי"ף והרמב"ם השמיטו לגמרי דין שיער וקול, משום דסבירא להו דלאו לקריאת שמע איתמר. עיין בית יוסף.)
[/quote]
נאכן איבערליינען דעם אשכל מתחלתה ועד סופה מוז איך צולייגן מיין אייגענע פאר צענט. איך האב אויך דערווייל נישט געפונען א מקור איבער די א.ג. תקנה פון די וועד ארבע ארצות.
(דרך אגב, רוב רובו פון אייראפע האבן נישט אנגענומען דער תקנה, טוט אביסל ריסערטש וועט איר זעהן.)
עס איז נישט קלאר ווען די מנהג איז געווארן אנגענומען אזוי שטארק ביי אונז, און פארוואס. די טעמים וואס מיר טרעפן זענען ווי פאלגענד. סחיטה בשבת, חציצה, זוהר הק', להרבות כהנים גדולים, א.ג. מסורה.
פון די אנדערע זייט זענען דא סיבות עס נישט אנצוהאלטן ווי פאלגענד. ס'איז מגנה על בעלה, עס קלאפט אראפ די מאראל פון די פרוי, עס קען צוברענגן צו בני תשע מדות.
דאס איז זיכער, אויב די מאן און ווייב פילן באקוועם מיט די תגלחת זאלן זיי עס אנהאלטן. סיי מצד פראקטיק, עס וועט זיי איינשפארן פראבלעמען מיט משפחה, שידוכים, מוסדות און קבורה. והן מצד עבוה"ש זיי וועלן זיכער באקומען שכר פארן לעבן כדברי הזוה"ק.
אבער אויב די מאן אדער ווייב זענען נישט אקעי דערמיט זעה איך נישט פארוואס זיי זאלן נישט דראפן דער מנהג. מען רעדט דא פון עפעס וואס איז מגנה על בעלה, וואס קען בארעכטיגן א גט. מען רעדט פון עפעס וואס בארעכטיגט די מאן מפיר צו זיין זיין ווייב'ס נזירות כדאיתא במס' נדרים.
איי וואס טוט מען מיט די מסורה? פארוואס עפעס איז מסורה וויכטיגער ווי שלום בית? פארוואס עפעס איז מסורה מער הארב ווי בני תשע מדות? אויב איז נדר א פראבלעם דאן זעצט מען צוזאם דריי חברים, מען גיבט א פתח חרטה און מען איז מתיר נדר.
פראקטיש גערעדט, אויב האט איר מורא צו טון דער שריט, דא האט איר אפאר עצות. באנוצט אייך נישט מיט א סאטמארער מקוה, מאכט זיכער אז די האר ווייזט זיך נישט ארויס אין פאבליק, און פארציילט פאר קיינעם איבער דעם, פונקט ווי איר פארציילט פאר קיינעם איבער די סדר המטות וכדומה.
חזקו ואמצו! פילט נישט שלעכט ווען איר טוט די ריכטיגע זאך, און הו קעירס וואו מען וועט אייך באגראבן.
not nice to talk against a mesorah
וואט אר יו סעינאיג?
מ'האלט שוין דא ביי זיבן בלעטער אינעם אשכול אריין, מ'זוכט, מ'קראצט, מ'רייסט זיך די האר פון קאפ.... מ'טרעפט נישט קיין זכר וכו' וכו'..
און דו - גאליציאנער! - ווייסט פון אן אונגארישע מסורה צו זאגן???
אדרבה, לאמיר הערן:
נעשה ונשמע:
טאמער דעקט מען סייווי צי די האר, דאן וואס איז די גרויסע מציאה אז ס'נישט אפגעשוירען, אז ס'דא אביסעל פארשוויצטע האר אינטער די צידעק צי אונטערען שייטעל ?!
א שיינע שייטעל איז אסאך מאל נאך שענער פין האר,
וואס כ'וויל וויסען איז פארוואס ס'מיז זיין אפגעגאלט, א נאמבער דריי צי פיר איז נישט גוט ?
נאך א זאך, די ספרדים שערען טאקע נישט די האר, אבער פין די צווייטע זייט האבען זיי נישט דעם היתר אויף שייטלעך,
כ'ווינדער מיר צי אן אשכנזי וואלט מוותר געווען אויפען שייטעל, כדי צי נישט שערען די האר, אבער דערפאר געגאנגען נאר מיט א טיכעל ווי די הלכה ביי די ספרדים,
חזקיהו המלךטאמער דעקט מען סייווי צי די האר, דאן וואס איז די גרויסע מציאה אז ס'נישט אפגעשוירען, אז ס'דא אביסעל פארשוויצטע האר אינטער די צידעק צי אונטערען שייטעל ?!
דאס איז נישט דעם פותח האשכול'ס מטרה. מיר זיכען סך הכל צו פארשטיין וויאזוי די "דאורייתא" האט זיך איינגעגלידערט?
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Council_of_Four_Lands">http://en.wikipedia.org/wiki/Council_of_Four_Lands</a>
look at this link
vad arba arutzos includes maarin and poland not russia.. etc
So if you are not from those countrys you most probably dont have to except this mesorah. The only problem is as everything people are confused today thet hold chumros what they are not supposed to and kilos what they are not supposed to. It was basicly a churban after second world war so there came the new genration of rebbeis who each one implemented the old ways as far as possible. Now we are problems as internet and glasess
און נאך, על פי הלכה מעג די פרוי גיין מיט די אייגענע האט אינדערהיים און אפילו אין חצר, ומכש"כ אין בעדרום, אבער אזויווי קאווע זאגט, וואסארא נפקא מינא פארוואס מ'זאל עס וועלן וכו'.
___
גאליציאנער האקט, כ'גלייב אז עפעס וויל ער.
OKAY וויקי האט א בלאט פאר ארבע ארצות. נו, יעצט?
זיי האבן אויף התאחדות אויך, לכאורה. ממילא?
עס איז אינטרעסאנט צוצוקוקן די רעאקציע פון מענטשן פון אונזער קרייז לגבי דער נושא. עלטערן זענען גרייט צו זוצן שבעה אויף די קינדער. שוועסטער און ברודער וועלן פארשטיין אז די מוסדות מוזן פארשוקן זייער אייגענע פלייש אין בלוט אויף הפקר צוליב דעם. אבער קיין איינער קען הלכה למעשה'יג ערקלערן פארוואס. גאטעניו פארוואס? מסורה? פארדעם דארף מען אפהארגענען דורות? פארדעם דארף מען פארפייניגען דאס מענטשהייט?
מסורה איז זייער א שיינע זאך. אויף ענגליש הייסט עס טראדישען.,ביסט העפי דערמיט, דו פילסט באקוועם דערמיט, דאן האלט עס אן.
טאמער אבער שטערט עס צו שלום בית, אדער נאך מער, אויב קען עס צוברענגן צו בני תשע מדות דאן האט עס נישט קיין שום פשט.
קאווע טרינקערחזקיהו המלךטאמער דעקט מען סייווי צי די האר, דאן וואס איז די גרויסע מציאה אז ס'נישט אפגעשוירען, אז ס'דא אביסעל פארשוויצטע האר אינטער די צידעק צי אונטערען שייטעל ?!
דאס איז נישט דעם פותח האשכול'ס מטרה. מיר זיכען סך הכל צו פארשטיין וויאזוי די "דאורייתא" האט זיך איינגעגלידערט?
נו סאו דארף איך עפענען א עקסטערע אשכול צי פרעגען מיין שאלה ?!,
כ'האב א פראגע אין דעם ענין פרעג איך עס דא,
אפגעזעהן וואס דער פותח האשכול האט אינזינען געהאט, כ'מיין נישט צי זאגען אז דער פותח האשכול'ס מטרה איז געווען אז מען זאל יא אדער נישט שערען, כ'האב סתם א פראגע, דעטס איט,
הוגה, לכאורה ביסטו זיך טועה, די תקנה (אדער מנהג) איז אין פאקט יא אנגענומען געווארן לענגאויס אייראפע. (איך וויס נישט איבער גריכנלאנד והמסתעף). (אויב זאגט מען אז רוסלאנד איז נישט געווען תחת מרות פון די ד' ארצות - איך מיין גראדע אז דאס אליין איז אויך א טעות - דאן איז נאכמער ראיה צו די סברא אז דאס איז א מנהג שנהגו מעצמם ודו"ק).
שפעטער אין שנת תרי"א בעת די באקאנטע גזירת הלבוש אין רוסלאנד ופוילן, האבן זיי גע'אסר'ט צוצודעקן די האר, די מער פרומערע חסידישערע האבן אנגעטון שייטלען און דער סתם המון עם איז געגאנגען מיט אייגענע האר. נאכן קריג ווען עס איז געווארן אכשר דרא האבן אלע דארטיגע גדולים געארבעט מען זאל זיך ענדערש אנטון שייטלען.
לעומת זה גאליציע און אונגארן זענען נישט געווען בכלל הגזירה, און דערפאר איז שייטלען באטראכט געווארן מאדערן, אייגענע האר איז געווען ביהיינד דאוט, און די אלטע תקנה פון אפשערן די האר איז געבליבן פולשטענדיג אין קראפט.
חזקיהו המלךטאמער דעקט מען סייווי צי די האר, דאן וואס איז די גרויסע מציאה אז ס'נישט אפגעשוירען, אז ס'דא אביסעל פארשוויצטע האר אינטער די צידעק צי אונטערען שייטעל
נאך א זאך, די ספרדים שערען טאקע נישט די האר, אבער פין די צווייטע זייט האבען זיי נישט דעם היתר אויף שייטלעך, כ'ווינדער מיר צי אן אשכנזי וואלט מוותר געווען אויפען שייטעל, כדי צי נישט שערען די האר, אבער דערפאר געגאנגען נאר מיט א טיכעל ווי די הלכה ביי די ספרדים,
על טעם וריח אין להתווכח. אויב פאר דיר איז גוט אזוי מיינט נאך נישט אז יענעם איז עס אויך גוט.
אבער סייקאלאדזשיקלי מיין איך אז אסאך פילן אז עס איז א סארט השפלה. למעשה זאגט דאך די תורה וגלחה את ראשה אלס א מיטל פון ניוול וגינוי טראץ דעם וואס מען קען עס צודעקן. זעהט אויס אז די פאקט אז עס איז אפגעשוירן, די ידיעה אליינס איז גענוג ניוול. ועוד, פארן מאן מעג מען דאך מגלה זיין די שערות פונקט ווי אנדערע מקומות המכוסים. איה"נ איין טאג ווען די סטייל פאר פרויען ועעט זיין אפצוגאלן די קאפ דאן וועט עס אפשר נישט זיין קיין ניוול, דערווייל איז עס יא. און דער וואס ס'באדערט זיי נישט זאל טאקע ווייטער אפגאלן.
בנוגע דיין שאלה וועלכער איז ענדערש, שייטל אדער האר. איך זאג, פארוואס נישט ביידע? 😃
דעת תורה,
איך ווייס גוט אז אין דער אלטע היים האט מען זיך אזוי געפירט, און איך ווייס אויך אז מיין מאמע און א טייל פון מיינע באבעס האבן זיך אזוי געפירט. דאס איז אבער נישט גענוג פאר מיר אז איך זאל זיין באצווינגן צו לעבן מיט א מנוולת (כמו שכתוב בתורה). די פאקט אז שייטלן איז נישט געווען אנגענומען אין אונגארין און גאליציע בארעכטיגט נאך נישט אז מען זאל קענען צוליב דעם משפיל זיין אלע אונגאריש אפשטאמיגע פרויען. און די פאקט אז עס האבן זיך אזוי געפירט ביליאנען מענטשן בארעכטיגט נאך נישט דאס צונעמען די גאט-געגעבענע הנאה פון אן ערליכע פרומע איד/ענע.
לגבי ווער עס האט יא אדער נישט געפירט מיט דער מנהג:
רוסישע אידן נישט.
דייטשע אידן נישט.
עסטרייכישע אידן נישט.
פוילישע נישט.
ליטווישע נישט.
די מתנגדים און די עמך אידן אין גאליציע און אונגארין נישט.
ראמענישע נישט.
ווער יא? צאנז, סיגוט, בעלזא, און אפאר אנדערע חסידישע הויפן. אויב האט די גזירה פון די וועד ד' ארצות נישט מחייב געווען די אלע אויבן דערמאנטע קהלות, און זיי ווערן נחשב בני קל חי פונקט ווי דו אין איך, דאן האב איך נישט מורא צו זאגן אז וועם עס שטערט די מנהג קען זיך סומך זיין על תורתינו הקדושה און משנה זיין, העכסטענס ע"י התרת נדרים. מיר האבם גענוג שווערע נסיונות אן דעם. און דעם וואס עס שטערט נישט אים און זיין ווייב, גם הם יש להם על מי לסמוך.
הוגהדעת תורה,
איך ווייס גוט אז אין דער אלטע היים האט מען זיך אזוי געפירט, און איך ווייס אויך אז מיין מאמע און א טייל פון מיינע באבעס האבן זיך אזוי געפירט. דאס איז אבער נישט גענוג פאר מיר אז איך זאל זיין באצווינגן צו לעבן מיט א מנוולת (כמו שכתוב בתורה). די פאקט אז שייטלן איז נישט געווען אנגענומען אין אונגארין און גאליציע בארעכטיגט נאך נישט אז מען זאל קענען צוליב דעם משפיל זיין אלע אונגאריש אפשטאמיגע פרויען. און די פאקט אז עס האבן זיך אזוי געפירט ביליאנען מענטשן בארעכטיגט נאך נישט דאס צונעמען די גאט-געגעבענע הנאה פון אן ערליכע פרומע איד/ענע.
לגבי ווער עס האט יא אדער נישט געפירט מיט דער מנהג:
רוסישע אידן נישט.
דייטשע אידן נישט.
עסטרייכישע אידן נישט.
פוילישע נישט.
ליטווישע נישט.
די מתנגדים און די עמך אידן אין גאליציע און אונגארין נישט.
ראמענישע נישט.
ווער יא? צאנז, סיגוט, בעלזא, און אפאר אנדערע חסידישע הויפן. אויב האט די גזירה פון די וועד ד' ארצות נישט מחייב געווען די אלע אויבן דערמאנטע קהלות, און זיי ווערן נחשב בני קל חי פונקט ווי דו אין איך, דאן האב איך נישט מורא צו זאגן אז וועם עס שטערט די מנהג קען זיך סומך זיין על תורתינו הקדושה און משנה זיין, העכסטענס ע"י התרת נדרים. מיר האבם גענוג שווערע נסיונות אן דעם. און דעם וואס עס שטערט נישט אים און זיין ווייב, גם הם יש להם על מי לסמוך.
יש, ש"לייק" בעלמא לא מספיק.
ע"כ אני "מצטט" לחזק חזק חזק.
הוגה, איך האב נישט קיין געדולד און צייט דיך אויפצואווייזן יעצט, אבער זיל סוירטש בי' גוגל היא, מאך א סערטש וועסטו זען אז די תקנה איז יא נוהג געווען אין פוילן, ליטע, רוסלאנד, אונגארן, גאליציע רומעניע. דייטשלאנד ווייס איך נישט. נאר שפעטער אין שנת תר"ה בשעת די "גזירה" (אזוי האט מען גערופן די גזירת הלבוש - בלויז "די גזירה") איז עס ווי פארשטענדליך בטל געווארן אין אלע מקומות וואס זענען געווען אונטערן צאר'ס ממשלה.
צי ס איז בכלל גווען א גזירה / תקנה פון די וועד ארבע ארצות איז נאך מוטל בספק.
לגבי משנה זיין דעם מנהג, איך האב נאך לעת עתה קינמאל נישט פונקטליך דורכגעטאן די נושא איך זאל קענען זאגן אויף זיכער. אבער אויבן אויף איז דאס פונקט אזוי גרינג / הארב ווי עסן געבראקטס. מען קען דן זיין וועגן נדר, און צי עס העלפט א התרה.
בכלל, אויב וואלטן נאך אלס אלע יוצאי אשכנז אנגעהאלטן די מסורה וואלסטו אויך געוואלט / געפילט משנה צו זיין ווייל די ספרדים האלטן נישט די מסורה? (אויבן אויף על פי הלכה איז די חילוקי המסורת - מער באקאנט אין תורה'דיגע טערמינאלאגיע ווי "מנהג המקום" - נישט צוטיילט דוקא צווישן ספרד און אשכנז, נאר יעדער איינציגער מקום - שטאט, מערסטנס לאנד - האט זיך זייערע אייגענע מנהגים).
דעת תורה
צי ס איז בכלל גווען א גזירה / תקנה פון די וועד ארבע ארצות איז נאך מוטל בספק.
מוטל בספק? וואס איז די צד אז יא?