☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » תגלחת נשים

תגלחת נשים

504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

צקון לחש » זונטאג מאי 12, 2024 7:04 pm

· #561793
Re: תגלחת נשים
איך האב געהערט אז די חברה מחתּימי הרב(נ)ים האבן אנגעשפיצט זייערע וואפן אנטקעגן אים אין די לעצטע שטיק צייט, איך ווייס נישט מער פרטים, ה' יצילינו וישמרנו

געדאנקן » זונטאג מאי 12, 2024 7:35 pm

· #561794
Re: תגלחת נשים
גארנישט מיט די מחתימי הקולי קורא, בערך א יאר צוריק האט ר' ברוך זינגער ראש ישיבת אלכסנדר געהאלטן א שארפע דרשה קעגן אים.

סוף טוב הכל טוב » זונטאג מאי 12, 2024 10:08 pm

· #561810
Re: תגלחת נשים
דאס איז ס'גאנצע?
ער קען זאגן אסאך שארפער קעגן ר' ברוך'ן... 😂

אלפא » מאנטאג מאי 13, 2024 8:36 am

· #561856
Re: תגלחת נשים
סקעפטיקער #
ער איז גאנץ פיין
https://hakirah.org/Vol21Oratz.pdf

זייער א קלארע מאמר.

איין אינטרעסאנטע נקודה בתוך הדברים, ער ברענגט פון געוויסע גדולים וואס האבן אנגעלייגט דעם מנהג פון זיך שערן אלס תקנת ועד ארבע הארצות, און ער איז מאריך מבאר צו זיין אז עס לייגט זיך נישט אויפן שכל לויט ווי ער ברענגט צו זיינע ראיות.
ער שפעקילירט נאר אז אפי' די גדולים וואס האבן געשריבן אז עס קומט פון די ועד ארבע הארצות האבן לכאו' געוויסט אז עס איז נישט אקוראט, און זיי האבן זיך תולה געווען באילן גדול (כמבואר בכמה מקומות דמותר לעשות..).

עס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)

ומענין לענין האב איך פונקט אריינגעטראכט, צוויי גרויסע יסודות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אלס סיג וגדר אז אידישקייט זאל זיך האלטן און זיך נישט צושפליטערן - דעם איסור 'בל תוסיף' - וועלכע האט געזאלט אפהאלטן סיי וועלכע הוספה וועלכע וועט בעקפייערן, און די געדאנק פון לא תתגודדו - לא תעשו אגודות אגודות - וועלכע האט געזאלט צוריקהאלטן די ענדלאזע מיינונגספארשידנהייטן פון זיך מעניפעסטירן אויף צענדליגע באזונדערע וועגן.
און למעשה שטיי מיר דא אין יארע תש24 און אקוראט די צוויי זאכן זענען נישט געבליבן קיין זכר פון, סיי האבן מיר צענדליגע דרבנן'ס, גזירות, תקנות, הלכות, מנהגים, חומרות, און עניינים, וואס מיר 'דארפן' איינהאלטן כדי צו זיין נכלל בתוך עם ישראל. שוין אפגערעדט אז אין יעדע פון די זענען דא אומצאליגע חילוקי דעות און שיטות פונקטליך וויאזוי זיי דארפן ווערן אויסגעפירט, און אך און וויי פאר דער וואס טוט נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין 'זייערע מקומות'...

הספדים זענען איבעריג.

צקון לחש » מאנטאג מאי 13, 2024 1:43 pm

· #561900
Re: תגלחת נשים
אלפא #
עס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)
רא"ש הל' מקוואות סימן א'

ומענין לענין האב איך פונקט אריינגעטראכט, צוויי גרויסע יסודות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אלס סיג וגדר אז אידישקייט זאל זיך האלטן און זיך נישט צושפליטערן - דעם איסור 'בל תוסיף' - וועלכע האט געזאלט אפהאלטן סיי וועלכע הוספה וועלכע וועט בעקפייערן, און די געדאנק פון לא תתגודדו - לא תעשו אגודות אגודות - וועלכע האט געזאלט צוריקהאלטן די ענדלאזע מיינונגספארשידנהייטן פון זיך מעניפעסטירן אויף צענדליגע באזונדערע וועגן.
און למעשה שטיי מיר דא אין יארע תש24 און אקוראט די צוויי זאכן זענען נישט געבליבן קיין זכר פון, סיי האבן מיר צענדליגע דרבנן'ס, גזירות, תקנות, הלכות, מנהגים, חומרות, און עניינים, וואס מיר 'דארפן' איינהאלטן כדי צו זיין נכלל בתוך עם ישראל. שוין אפגערעדט אז אין יעדע פון די זענען דא אומצאליגע חילוקי דעות און שיטות פונקטליך וויאזוי זיי דארפן ווערן אויסגעפירט, און אך און וויי פאר דער וואס טוט נישט פונקטליך וויאזוי מ'האט זיך געפירט אין 'זייערע מקומות'...
👍

כרם זית » מאנטאג מאי 13, 2024 2:30 pm

· #561920
Re: תגלחת נשים
די אינטערעסאנטע זאך איז אז אין די זעלבער דף (חגיגה ג) פון וואו דער רא"ש ברענגט זיך א ראיה אז הלכה למשה מסיני קען מיינען א דין דרבנן וואס איז ברור כמו הללמ"מ, ווערט אויך געברענגט די באקאנטע דרש צו בארעכטיגן תורה שב"פ עה"פ (קהלת יב) דִּבְרֵי חֲכָמִים כַּדָּרְבֹנוֹת וּכְמַשְׂמְרוֹת נְטוּעִים בַּעֲלֵי אֲסֻפּוֹת נִתְּנוּ מֵרֹעֶה אֶחָד.

אלפא » דינסטאג מאי 14, 2024 11:05 am

· #562101
Re: תגלחת נשים
אלפא #

עס טראגט נאר מיין דמיון ווייטער, ווער ווייסט וויפיל 'הלכה למשה מסיני'ס און וויפיל 'דרבנן'ס וכו' וכו' זענען ברצון אדער במתעסק ארויפגעפאקט געווארן אויף פריערדיגע - מיטן סמך אז מ'זאל עס אננעמען?! (והה"ד כל המוסיף גורע..)

בית יוסף הלכות נדה סי' קפד.

איך ווייס נישט צו עס איז שוין דא ערגעץ אן אשכול ווי אלע אזעלכע מראי מקומות ווערן מלוקט. עס איז אבער דא אסאך דורכאויס ש"ס, ובפרט אין תוס' אויף געוויסע פלעצער. (דאכט זיך ס'אויך דא עפעס אזא מאירי).

אבער בעיקר רעד איך פון די פעלער ווי עס איז נישט קלאר אז מ'מאכט עס אלס אסמכתא וכדו', נאר טאקע אין פלעצער ווי מ'נעמט אן מיט א זיכערקייט אז עפעס איז מקובל (לדוגמא די י"ג מידות שהתורה נדרשת, אדער געוויסע ספעציפישע גזירה שוה'ס וואס דארפן צו הייסן מקובל) און עס איז יתכן אז עס איז נישט מער ווי אזא צובראכענע טעלעפאן געשיכטע ווי איינער זאגט עס נאך פונעם צווייטן און מיט יעדע דור קומט נאר צו איין האר ביז עס ווערט א גאנצע בארד - איינער זאגט ער האט עס געהערט פון זיין רבי אליין די צווייטע לייגט שוין צו אז יענעם'ס רבי האט עס זיכער מקובל פון העכער, א דריטע ברענגט שוין א ראי' אז עס איז זיכער מקובל ממשה מסיני, און ביז וואס ווען ווער איז עס שוין א באשטעטיגטע דאורייתא...

בן נח » דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:17 pm

· #562473
Re: תגלחת נשים
אפשר לתקן #
החקרן הגדול יחיאל גולדהבר האט געשריבן א מאמר וועגן תגלחת נשים [בערך א יאר צוריק] ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע שערעריי ביי נשים און אלעס ארום. אויב איינער ווייסט וואו מען קאן דאס געפינען זאל ביטע שרייבן וואו, איך וועל אים זיין שטארק דאנקבאר [אל תמנע טוב ....]

ר' יחיאל האט מיר פארציילט באלד 15 יאר צוריק, אז ער האט א מאמר גרייט אבער ער וויל עס נישט ארויסגעבן...

בר גיורא » דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:58 pm

· #562482
Re: תגלחת נשים
ס'איז שוין לאנג נישט קיין מאמר. ס'האלט שוין ביי כמעט 250 זייטען.
איך האב עס דורכגעליינט א האלבע יאר צוריק און ס'איז גרייט להוצאה. ס'האט אפילו באקומען א הסכמה פון איינער פון די סאטמערע דיינים אין וויליאמסבורג..
ס'איז אבער דא א טשאלמער אין סאטמאר ירושלים וואס איז ארום געגאנגען פארשאפן חתימות פאר א חרם, אז ר' יחיאל איז א כופר ומין, און סטראשעט אים עס צו מפרסם זיין אויב די ספר קומט ארויס.
אויב איינער האט א לעזונג...

אוהב ספרים » דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:58 pm

· #562495
Re: תגלחת נשים
ער קען עס דרוקן בעילום שם המחבר. או מיט פסודענעם וכו'.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:11 pm

· #562497
Re: תגלחת נשים
אוהב ספרים #
ער קען עס דרוקען בעילום שם המחבר. או מיט פסודענעם וכו'.

יעצט שוין נישט... 😈

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:31 pm

· #562498
ער קען יא, ווילאנג ער קען לייקענען אז ס'האט מיט איהם, אזויווי דער טאלנער האט געטוהן מיט די גורע כתבים. ער קען עס אויך געבן פאר א צווייטן ארויסצוגעבן, איך מיין אז ס'פעלט נישט קיין ישראלישע פראפעסארן וואס וואלטן געקענט ביישטיין צו נעמען קרעדיט פאר אזא ארבעט.

נחום הסופר » דינסטאג מאי 21, 2024 6:52 am

· #562880
Re: תגלחת נשים
וואו קען מען עס ליינען?

פאסטעך » מאנטאג מאי 27, 2024 11:12 pm

· #563479
Re: תגלחת נשים
איך בין געצווינגען צו שרייבן 25 תגובות, ואתכם הסליחה.

דער קאשוי רב, רבי שאול בראך אין זיין ספר בְּהיֹת הַבֹּקֶרא (אות תמד) שרייבט אז די מקור פון זיך שערן איז א תקנה פון בעל שם טוב ותלמידיו. ע"ש. פאר מיר איז דאס זייער מאדנע, וכחוכא ואטלולא, אז פונעם בעל שם טוב ביז אים, דורכאויס אלע זיינע תלמידים, האט קיינער נישט דערמאנט אז עס איז דא אזא תקנה, נאך גאר דער אויבערלאנדישער רב נאר הונדערט יאר, האט עס מגלה געוועהן?!

וה"ה לגבי מש"כ הגאון מקלויזנבוג בשו"ת דברי יציב (אבה"ז סימן לח) שהיא תקנת ועד ארבע ארצות. ע"ש. ודו"קב.

א) זעה ספר שאול בחיר ה' (עמוד נד והלאה) א רשימה פון זיינע ספרים אויפן סדר פון א"ב ביז ת'. און דארט (עמוד נח) אויפן ספר בהית הבקר. ע"ש.
ב) ועיין במה שציינתי בויקיפידיה ערך 'גילוח הראש לנשים ביהדות' הערה 1.

yatzmachp » דינסטאג מאי 28, 2024 2:30 am

· #563490
Re: תגלחת נשים
די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.

א גוט יאר » דינסטאג מאי 28, 2024 8:23 am

· #563500
Re: תגלחת נשים
yatzmachp #
די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.
ווער האט ארויסגעגעבן די קול קורא?

Visionary » דינסטאג מאי 28, 2024 9:09 am

· #563505
Re: תגלחת נשים
לענ"ד, פונקט אזוי ווי ווען איינער איבער די 18 גייט אריבער א פראסישזער דארף ער אינטערשרייבן קאנסענט אז ער פארשטייט וואס עס גייט אריבער, דארף מען, פאר די שוויגער געט זיך אריק אן מיט א פרישקייט מיטן שער מאשין און די קלאפער געצייט אן בעטען רשות פון די תממימות'דיגער חתן און די כלה וואס האבן נישט די כח צו אנקעגען שטעלן, און זיי געבען א קאנסענט פארם מיט הסברה צו זיי זענען מסכים צו דער משוגעת אדער נישט. עס מאכט נישט קיין סענס אז מען שנייד אפ א וויכטיגע חלק פון א מענטש אן זיך דורך רעדען, מסביר זיין, און באקומען רשות.

yatzmachp » דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 am

· #563516
Re: תגלחת נשים
א גוט יאר #
yatzmachp #
די לעצטע פאר יאר האבן זיך די היימישע פרויען געמאכט א נייע משוגעת פון ניצן לעיזער אראפצונעמען יעדעס ביסל האר וואס שטעקט זיך ארויס אז די האר ליין זעהט אויס ר"ל משונה'דיג. איז לעצטנס ערשינען א קול קורא אז אפילו נאכן אראפנעמען די האר מיט לעיזער טאר די פלאץ נישט זיין אויפגעדעקט ווייל עס האט א דין פון א מקום ווי עס באלאנגט האר. די פרויען זענען נעבעך קרח מכאן וקרח מכאן.
ווער האט ארויסגעגעבן די קול קורא?
דאכט זיך מיר די נאמען איז געווען הרב שטערנבוך.

צקון לחש » דינסטאג מאי 28, 2024 10:59 am

· #563520
Re: תגלחת נשים
yatzmachp #
קרח מכאן וקרח מכאן.
👍

מנחם מנדל » דינסטאג מאי 28, 2024 1:06 pm

· #563529
Re: תגלחת נשים
Visionary #
לענ"ד, פונקט אזוי ווי ווען איינער איבער די 18 גייט אריבער א פראסישזער דארף ער אינטערשרייבן קאנסענט אז ער פארשטייט וואס עס גייט אריבער, דארף מען, פאר די שוויגער געט זיך אריק אן מיט א פרישקייט מיטן שער מאשין און די קלאפער געצייט אן בעטען רשות פון די תממימות'דיגער חתן און די כלה וואס האבן נישט די כח צו אנקעגען שטעלן, און זיי געבען א קאנסענט פארם מיט הסברה צו זיי זענען מסכים צו דער משוגעת אדער נישט. עס מאכט נישט קיין סענס אז מען שנייד אפ א וויכטיגע חלק פון א מענטש אן זיך דורך רעדען, מסביר זיין, און באקומען רשות.
די פראבלעם איז, אז די פרויען אליין זענען אזוי ברעינוואזשד אז זיי פרייען זיך בשמחה רבה אפצושערן די האר, מען זאגט דאך זיי צו וועלטן פאר דעם, מען איז זיי מחנך פין אינגווייז אן אז די עיקר פין א אידיש טאכטער א בת מלך, איז זיך אפצושערן די האר ווען מען האט חתונה, זיי האבן ניטאמאל קיין ניסיון ווייל זיי קוקן עס אן ווי א דבר פשוט פונקט ווי מען דארף היטן שבת ברויך מען מאכן די קאפ אויסזעהן ווי א אומרייפע קיווי..

אין זאל די מאן פרובירן צו זאגן עפעס אז די איסור איז נישט אזוי שטארק, עס איז דא היתרים וכו' וועלן זיי ווערן אינגאנצן צומישט אין צוחישט, וואס הייסט מיינע טיטשערס אין עלטערן האבן מיר געזאגט ליגענט אלע יארן? אין מקוה דארף מען אויכעט נישט גיין?...

אין בשעת דעם ליגט די מאן אין בעט על משכבי בליללות אין חלומ'ט וויאזוי זיין גארדזשעס ווייב וואלט אויסגעקוקט מיט הערליכע לאנגע קורלי האר...... בקשתי את שאהבה נפשי..

whatever » דינסטאג מאי 28, 2024 7:27 pm

· #563554
Re: תגלחת נשים
מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...

געדאנקן » דינסטאג מאי 28, 2024 7:38 pm

· #563556
Re: תגלחת נשים
whatever #
מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...
ביסט גערעכט אז פאר די פרויען וועט זיך גארנישט טוישן, אבער אסאך מענער האבן זיך שוין געטוישט זייער פערספעקטיוו אויף דעם און זיי האבן געהאט די גאטס איבערצורעדן זייער ווייב

ים של שלום » דינסטאג מאי 28, 2024 11:11 pm

· #563595
Re: תגלחת נשים
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.

לאז געמאכט » מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am

· #563607
Re: תגלחת נשים
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....

whatever » מיטוואך מאי 29, 2024 12:36 am

· #563610
Re: תגלחת נשים
לאז געמאכט #
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
ס'לכאורה סתם האר ביי די עקן
דאס איז זיכער א ווייבל וואס קומט פון א משפחה וואס מ'שערט זיך געהעריג, גלייב איך נישט אז זי לאזט זיך יא וואקסן, אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, אדער דאס בין איך יא נייגערריק וויפיל משפחות וואס זענען אזוי גערופן היימיש און שערן זיך נישט

לאז געמאכט » מיטוואך מאי 29, 2024 12:38 am

· #563612
Re: תגלחת נשים
whatever #
לאז געמאכט #
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
ס'לכאורה סתם האר ביי די עקן
דאס איז זיכער א ווייבל וואס קומט פון א משפחה וואס מ'שערט זיך געהעריג, גלייב איך נישט אז זי לאזט זיך יא וואקסן, אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, אדער דאס בין איך יא נייגערריק וויפיל משפחות וואס זענען אזוי גערופן היימיש און שערן זיך נישט
ניין איך רעדט פון לאנגע האר וואס הענגט און מען זעהט א פולע שיניעל......

אבער עס מיינט נישט אז עס איז דא אסאך,
איך ווייס נישט אויב איר משפחה טוט אזוי

סביב העולם » מיטוואך מאי 29, 2024 12:40 am

· #563613
Re: תגלחת נשים
לאז געמאכט #
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...

א גוט יאר » מיטוואך מאי 29, 2024 12:01 pm

· #563645
Re: תגלחת נשים
סביב העולם #
לאז געמאכט #
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...
דאס מיינט אז ס'אזוי אבוויעס אז אפילו מענער באמערקן עס...

סביב העולם » מיטוואך מאי 29, 2024 12:39 pm

· #563648
Re: תגלחת נשים
א גוט יאר #
סביב העולם #
לאז געמאכט #
מען זעהט לעצטענס מער היימישע פרויען וואס האר שטעקט זיך ארויס פון די שיניעל
די פראבלעם איז אבער אז וואו איך וואוין האבן שוין אפאר מענער געשמועסט צו מען דארף קאלן זייער מוסד דערציילן....
דאס איז נישט די גרעסטע פראבלעם. עס איז איבעראל דא די פאר וויהייסטעס וואס טראלן ארום...
דאס מיינט אז ס'אזוי אבוויעס אז אפילו מענער באמערקן עס...
דאס איז א פראבלעם? לאז געמאכט האט געהאט א אישו אז מ'גייט מסר'ן

היימלינד » מיטוואך מאי 29, 2024 1:08 pm

· #563654
Re: תגלחת נשים
ים של שלום #
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך

ים של שלום » מיטוואך מאי 29, 2024 11:27 pm

· #563713
Re: תגלחת נשים
היימלינד #
ים של שלום #
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך
מער, מן הסתם יא. אסאך מער, שווער צו גלייבן. צוואנציג יאהר פון פרעדיגן איז זייער שווער צו טוישן. אבער ווי די זאגסט, נישטא קיין סטאטיסטיקס. איך האף אז די ביסט גערעכט.

whatever » מיטוואך מאי 29, 2024 11:51 pm

· #563715
Re: תגלחת נשים
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!

צוויי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:27 am

· #563729
Re: תגלחת נשים
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות

ימיני » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:38 am

· #563734
Re: תגלחת נשים
צוויי #
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות
וואס טוישט זי זיך אפן קאפ, זי טוט אן א פינקע טורבאן אנשטאטס א גרינע?

א פרוי וואס גייט נישט אנגעטוהן שיין אויפן גאס, גייט נישט אנגעטוהן שיין פאר איר מאן לעט דעט סינק אין.. קען זיין שנה ראשונה יא...

אבער אויב זי געט נישט קיין דעקל פאר איר לאָקס... פין די גאס, גיבט זי אויכעט נישט קיין דעקל פין איר מאן...

געדאנקן » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:42 am

· #563735
Re: תגלחת נשים
ימיני #
צוויי #
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות
וואס טוישט זיך אפן קאפ זי טוט אן א פינקעל טורבאן אנשטאטס א גרינע?

א פרוי וואס גייט נישט אנגעטוהן שיין אויפן גאס, גייט נישט אנגעטוהן שיין פאר איר מאן לעט דעט סינק אין.. קען זיין שנה ראשונה יא...

אבער אויב זי געט נישט קיין דעקל פאר איר לאָקס... פין די גאס, גיבט זי אויכעט נישט קיין דעקל פאר איר מאן...
הונדערט פראצענט, חוץ אויב דער מאן שטייט און בעט יעדע דיטעיל עקסטער און זי טוט א גאנצע טובה, וואס דעמאלטס איז עס כמעט נישט אינטערעסאנט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:46 am

· #563737
Re: תגלחת נשים
whatever #
מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...
ווייבער קעירן נישט וועגן פסוקים, זאג פאר דיין ווייב אז די ווילסט זי זאל גיין מיט האר, פארשטייט זיך ווי א מעמטש און נישט ווי א דיקטאטור, די עיכובים זענען 1. פעיר פרעשיר 2. טשעינדזש, דעיס איז צוויי זאכן וואס מיט געדילט און ליבע קען מען עס ברעכן.
והיה און אז ס׳וועט זיין אז דיין ווייב וועט זאגן אז מען טאר יישט שערן דעמאלטס וועסט איר מסביר זיין די ענין.

סביב העולם » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:52 am

· #563740
Re: תגלחת נשים
עס ווענדט זיך זייער וויאזוי מען גייט צו דערצו. איך ווייס פון אזוינע וועלכע האבן געטוישט לבוש אבי נישט נאכצוגעבן דאס. לענ"ד (הגם ס'קען זיין אז ס"ה איז דאס מיין טעיסט...) דארף מען גיין שטייט, און שטיייייייטטטטט... מיט א מעפ וואס מ'וויל אנקומען, די סטעפס זאלן מאכן סענס, און עווענטועל קען מען עפ"ר ערלעדיגן וואס מ'וויל עכט.

צוויי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 12:59 am

· #563742
Re: תגלחת נשים
ימיני #
צוויי #
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות
וואס טוישט זי זיך אפן קאפ, זי טוט אן א פינקע טורבאן אנשטאטס א גרינע?

א פרוי וואס גייט נישט אנגעטוהן שיין אויפן גאס, גייט נישט אנגעטוהן שיין פאר איר מאן לעט דעט סינק אין.. קען זיין שנה ראשונה יא...

אבער אויב זי געט נישט קיין דעקל פאר איר לאָקס... פין די גאס, גיבט זי אויכעט נישט קיין דעקל פין איר מאן...
ניין, זי טוט אן אן ארענדזשע... נאר א ווערטל...
אינדערהיים איז דא נאך זאכן אנשטאט א טורבאן בכלל, ס'איז דא אזא זאך ווי שייטל, און ס'איז דא מער ווי איין פלעינע סארט דערפון
און בנוגע אנדערע קליידונג, איז דא אסאך סארטן קליידונג אין וואלמארט, און זיי פארקויפן עס לכל מאן דבעי.

ס'איז נאך דא מענטשן וואס פארשטייען אז כל כבודה בת מלך 'פנימה', א בת מלך טוט 'אלעס' נאר אינדערהיים 'אינעווייניג' פאר די מאן, אבער אלעס...
און אזוי אויך האט 'צניעות' אן אפטייטש, 'באשיידן', א אידיש טאכטער גייט מיט קלייד זיך בצניעות, יא באהאלטן מיט איר מאן קלייד זי זיך ווי ס'דארף צו זיין...

סביב העולם » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:02 am

· #563745
Re: תגלחת נשים
קהל'ס נער #
whatever #
מיט אלע שרייבעכטס דא וועט זיך גארנישט טוישן! די מציאות איז אז אזוי האט מען מחנך געווען די פרויען און ביי זיי איז דאס קודש קדשים, מ'קען ברענגן וויפיל היתרים מ'וויל, עס וועט אזוי בלייבן! דער וואס האט עס נישט ליב (ווער יא...), קען אדער איבעררעדן זיין ווייב זיך לאזן וואקסן (און מסתם נישט מצליח זיין), אדער ליידן ביזן טויט מיט א מיאוסע ווייב אן די שייטל, אדער גט'ן!! ס'א שאד די צייט צו ברענגן ראשונים מיט אחרונים וואס האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט שערן וכו'...
ווייבער קעירן נישט וועגן פסוקים, זאג פאר דיין ווייב אז די ווילסט זי זאל גיין מיט האר, פארשטייט זיך ווי א מעמטש און נישט ווי א דיקטאטור, די עיכובים זענען 1. פעיר פרעשיר 2. טשעינדזש, דעיס איז צוויי זאכן וואס מיט געדילט און ליבע קען מען עס ברעכן.
והיה און אז ס׳וועט זיין אז דיין ווייב וועט זאגן אז מען טאר יישט שערן דעמאלטס וועסט איר מסביר זיין די ענין.
ודפח"ח!

מנחם מנדל » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:12 am

· #563747
Re: תגלחת נשים
@צוויי
כל כבודה בת מלך פנימה איז שוין לאנג א לאזונג וואס די חרדים נוצען צו אוועקנעמען אלע רעכטן פין די וואס באלאנגען צו די אנדערע גענדער ווי זכרים...

אגב אויב כל כבודה בת מלך פנימה, פארוואס לאזן נישט די חרדישע אויטאריטעטן פרויען דרייווען, נאר זיי מוזן ארומוואקן אין זיך דרייען אויף די גאסן?...

אין לגבי דיין אפטייטש פין צניעות, צווישן גייען א ביקני, אין גיין מיט דיקע פאלם טייטס מיט סיעמס, אין א אראבישע טורבאן מיט א אפגעגאלטע קאפ, איז דא עפעס אינצווישן...

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:16 am

· #563748
Re: תגלחת נשים
תנא "כי יקח איש אשה", אשה שלימה, ולא חצי אשה, מכאן אזהרה לבנות ישראל שלא תגלחנה שערות ראשן אא"כ פרח עליהן נגע של נתק

צוויי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:24 am

· #563750
Re: תגלחת נשים
איינער האט מיר געזאגט פריוואט, אז זיין ווייב ווייסט שוין אויך היינט צוטאג'ס, אז צניעות אין די גאס איז א מצוה, און כזונה אינדערהיים איז אויך א מצוה... אבער למעשה קען זי אפי' נישט חלומ'ען פון אזעלכע זאכן ווי וואלמארט אונטערוועש זיך צו באצירן פאר די מאן...

האב איך אים געענטפערט אז אויב זי גייט עכט 'וויסן' אז מן התורה ומדרבנן און אפי' פרומקייט איז צניעות צווישן אנדערע מענטשן אין די גאס אנדערש ווי אינדערהיים, און אינדערהיים איז א מצוה עפ"י שלחן ערוך צו זיך מאכן שיין פאר די מאן להתקשט על בעלה, און צו לעבן חיי נישואין ווי ס'דארף צו זיין, דעמאלטס וועט זי שוין איינמאל חלומען...

קודם דארף זי עכט וויסן, אז די נאטור פון שיינקייט פאר א פרוי, די נאטור זי זאל פילן ווי זיך וויל זיך מאכן שיין פאר אנדערע, איז באשאפן געווארן זיך צו מאכן שיין פאר די מאן.
קענסט איר צוביסליך פארלערנען און פארליינען אזעלכע סארטן שטיקלעך פון די ספה"ק, און זי וועט צוביסלעך קלאר ווערן דערמיט...

דו דארפסט נישט דערמאנען קיין שום ביישפילן, מיט די צייט וועט זי שוין זאגן פאר דיר וואס מיינט שיין...
זי וועט דיר שוין אנפאנגען פרעגן אויף פארשידענע זאכן צו דאס מיינט מען אויך צו זאגן...

צוויי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:26 am

· #563751
Re: תגלחת נשים
השם יתברך הטביע בבריאה חן אשה על בעלה, כמו שכתוב במסכת סוטה (דף מז.) ולכן האשה צריכה להתקשט לפני בעלה ולהראות נאה בעיניו, כדי שתמצא חן בעיניו, וכמו שכתוב במסכת תענית (דף כג:) שאשתו של אבא חלקיה יצאה לפניו מקושטת בתכשיטין, ואמר: הטעם, כדי שלא אתן עיני באשה אחרת. וכן תקן עזרא שיהיו רוכלין מחזירין בעיירות להביא בשמים ותכשיטין לנשים להתקשט בהן לפני בעליהן, כמו שכתוב במסכת בבא קמא (דף פ''ב.) ואף כשהיא נדה התירו לה להתקשט לפני בעלה, כדי שלא תתגנה עליו, וכמו שכתוב בשלחן ערוך יורה דעה סימן קצ''ה סעיף ט', רק שלא תלבש בגדים או תענד תכשיטים המושכים במיוחד בימי נידתה.

כתב הרד"ק (בראשית פרק כט): "ויש לשאול אחר שכוונת הצדיקים לאשה לזרע, למה היו מחזרים אחר אשה יפה כיון שאין כוונתם לתאוה, ויעקב אבינו בחר ברחל לפי שהיתה יפה מאד ועבד בה שבע שנים והתרעם בלבן אחר שנתן לו לאה תמורתה לפי שלא היתה יפה כמו רחל? ויש לומר כי כונתם לטובה לפי שהאשה יפה מעוררת התאוה, וכדי להרבות בנים היתה כוונתם לעורר תאותם, ועוד כדי שיהיו הבנים והבנות יפה מראה ויהיו דומים להם, ועוד כי צורה הנאה משמחת לב האדם כל שכן הצורה שתהיה לפניו תמיד שתהיה שמחתו בה תמידי, וצריך שיהיה האדם שמח בעולמו ובחלקו שנתן לו האל, כי האלהים מענה בשמחת אדם ומזמין לצדיק אשה יפה כמו שעשה לאבות ולשאר הצדיקים שיהיו שמחים בחלקם ומולידים בנים כמותם".

כתב הפלא יועץ בערך "יופי": "וכן חיובא רמיא על האשה שתתקשט לבעלה בהיותה עמו לבדה בבית יותר מכשהיא יוצאת החוצה אל העין, במקום שיש אנשים, יותר טוב שלא תתקשט כל כך"

החפץ חיים כתב בספרו גדר עולם (תחילת פרק ד'), "ואל יטעה אותה היצר, שתינצל כי היתה צריכה לקשט את עצמה בעיני בעלה, כי זה שייך בביתה ולא בשוק". דבריו נאמרו בהמשך לפרק ג' שם, בגודל העוון של אשה נשואה ההולכת בראש מגולה בשוק, ועל זה כתב שלא יטעה אותה היצר שצריכה להתקשט על בעלה ולהיות בראש מגולה כמו כולן, שהרי זה שייך בבית, שיכולה לגלות שערותיה בביתה. ועוד, שיכולה ללכת בפאה נכרית.

צוויי » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:29 am

· #563752
Re: תגלחת נשים
ביאור נאה בענין זה עם הרבה מראה מקומות
📎 בתוך-ביתה-לנשים.pdf בתוך ביתה - לנשים

אקטיווע שרייבער » דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:51 am

· #563754
Re: תגלחת נשים
צוויי #
ביאור נאה בענין זה עם הרבה מראה מקומות

בתוך-ביתה-לנשים.pdf

בתוך ביתה - לנשים
איינער האט אזא בחינה אין אידיש פליז??

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:36 am

· #563771
Re: תגלחת נשים
ימיני #
צוויי #
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות
וואס טוישט זי זיך אפן קאפ, זי טוט אן א פינקע טורבאן אנשטאטס א גרינע?

א פרוי וואס גייט נישט אנגעטוהן שיין אויפן גאס, גייט נישט אנגעטוהן שיין פאר איר מאן לעט דעט סינק אין.. קען זיין שנה ראשונה יא...

אבער אויב זי געט נישט קיין דעקל פאר איר לאָקס... פין די גאס, גיבט זי אויכעט נישט קיין דעקל פין איר מאן...
איך זעה נישט וואו ער האט געזאגט אז זי קליידעט זיך נישט שיין, סה"כ פארשטיי איך פון אים אז אין גאס גייט זי צנוע, און אינדערהיים פירט זי זיך יא אביסל מיט שחצנות און פריצות, זי געבט דעקל פאר איר לאאקס, און זי שטייט ביים שפיגעל א שעה צייט פארן ארויסגיין אויפ'ן גאס, נאר שיין מיינט נישט ביי איר זיך אנטוהן אויף א וועג צו אטראקטן מענער,משא"כ אינדערהיים פרובירט זי מעורר זיין תאוותו.

היימלינד » דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:25 am

· #563773
Re: תגלחת נשים
ים של שלום #
היימלינד #
ים של שלום #
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך
מער, מן הסתם יא. אסאך מער, שווער צו גלייבן. צוואנציג יאהר פון פרעדיגן איז זייער שווער צו טוישן. אבער ווי די זאגסט, נישטא קיין סטאטיסטיקס. איך האף אז די ביסט גערעכט.
ווענדט זיך עכט ווי
אין סאטמאר ומקומות הדומין להן ווי מען פרעדיגט דאס אסאך איז טאקע אפשר ווייניגער, אבער גענוג אין נאך אנדערע גאר חסידישע פלעצער איז עס געווארען מער אין מער די זיך נישט שערן בכלל אדער לכה"פ לאזן אביסעל לאנג.
געהערט פון מער ווי איין היימישע שייטל מאכער אין ב"פ אז היינט פרעגט מען שוין די כלות צו מען גייט זיך שערן...

הייליג » דאנערשטאג מאי 30, 2024 8:29 pm

· #563840
Re: תגלחת נשים
צוויי #
whatever #
מיין ווייב האט זיך היפש אסאך געטוישט אין לבוש, אבער די זאך פון זיך שערן, איז נאכאלץ גאר הייליג!!
ביי מיר איז אויך אזוי.
די אמת איז אז די לבוש אין די גאס איז ממש אקוראט די זעלבע
נאר די לבוש אינדערהיים, און נאך מער אין בעדרום, האט זיך גאר אסאך געטוישט, סיי די קליידונג אויפן גוף, קאפ, אונטערקליידונג, ובבשמים ובתמרוקי הנשים, כאחד הפרוצות, ווייל פאר די מאן דארף מען זיין פרוץ, און אין גאס דארף מען זיין בצניעות
ביי מיר איז אויך אזוי
אינדערהיים היבש געטוישט אסאך זאכן, און אפי' אין גאס גייט זי שוין מיט אנדערע שיך און קליידונג וואס זי וואלט קיינמאל נישט געטוהן ווען נישט איך בעט איר און קלער איר אויף

עמקות התם » פרייטאג מאי 31, 2024 8:47 am

· #563871
Re: תגלחת נשים
היימלינד #
ים של שלום #
היימלינד #
ים של שלום #
גאטס, יא. מצליח, אפשר איינס אין טויזענט.
כ'האב נישט קיינע סטאטיסטיקס, אבער איך מיין אז ס'איז אסאך מער
בפרט ביי די וואס וואוינען נישט אונטער דעם מאמעס פארטוך
מער, מן הסתם יא. אסאך מער, שווער צו גלייבן. צוואנציג יאהר פון פרעדיגן איז זייער שווער צו טוישן. אבער ווי די זאגסט, נישטא קיין סטאטיסטיקס. איך האף אז די ביסט גערעכט.
ווענדט זיך עכט ווי
אין סאטמאר ומקומות הדומין להן ווי מען פרעדיגט דאס אסאך איז טאקע אפשר ווייניגער, אבער גענוג אין נאך אנדערע גאר חסידישע פלעצער איז עס געווארען מער אין מער די זיך נישט שערן בכלל אדער לכה"פ לאזן אביסעל לאנג.
געהערט פון מער ווי איין היימישע שייטל מאכער אין ב"פ אז היינט פרעגט מען שוין די כלות צו מען גייט זיך שערן...
נישט נאר ב"פ וואס עפעס לעצטענס נייע זאכעו,
דעם גאנצע ציבור צו ארצנו הק' להבדיל אמירקא קאנדא ענגלאד אחוץ א קליינע הייפלע יודן פין ווילי וכו' וואס ביי זיי איז דאס דעם יסוד הבריאת האדם וחוה און דעם איז גארניט פארהאן

היימלינד » פרייטאג מאי 31, 2024 10:22 am

· #563881
Re: תגלחת נשים
עמקות התם #

נו, פון דעם רעדט מען
פון די קליינע הייפעלע וואס האבן זיך געשוירען איז יעצט דא אסאך וואס שערן זיך שוין נישט
קוק איבער די נושא פארן שיסן סטעיטמענטס שלא מן הענין - חוץ פון דעם וואס דאס וואס דו שרייבסט איז שוין ערווענט געווארען כמה וכמה פעמים דא
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11