☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » תגלחת נשים

תגלחת נשים

504 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #289
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11

לעיקוואד » מאנטאג מאי 20, 2013 3:48 am

· #115967
איז אונגארן בכלל געווען אונטער די וועד? גיאגראפיע עניבאדי?

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 9:29 am

· #115994
@אנאנים, קודם יישר כח פאר די קאפלימענט.

דאס האב איך כסדר געשריבן דורכאויס מיינע תגובות. "אויב" איז דאס נישט קיין מנהג שנהגו משום סייג וגדר, נאר סתם צוליב נארישקייטן איז אוודאי נישטא קיין חיוב איר אנצוהאלטן. נאר דאס איז דאך די שאלה וואס דער מציאות איז טאקע געווען.

לגבי קטניות, האב איך נישט איצט די צייט און געדולד צו אראפ ברענגען דעם גאנצן ענין, וועל איך זיך באגנוגענען מיטן ערוך השולחן'ס אויספיר (און כדבריך, דאס זעלבע גייט פאר שערן די האר אויב איז די סיבת הדבר געווען מטעם גדר וסייג):

נהגו אבותינו זה הרבה שנים וקבלו עליהם באיסור לבלי לאכול אורז וכו'... ואיסור זה, כיון שקבלו עליהם אבותינו משום גדר מדין תורה, אסור לנו לבטלו. והמפקפקים בזה והמקלים בזה מעידים בזה על עצמן, שאין בהן יראת שמים ויראת חטא, ואינם בקיאים בדרכי התורה.

נאר איין זאך וואס איז מיר געווען אינטערעסאנט, וואס איז דער מקור לחלק צווישן א זאך וואס גייט אן אייביג און א זאך וואס גייט נאר אן אכט טאג? ממה נפשך, אויב האט דער ענין א תוקף איז עס אייביג מחייב און אויב נישט קיינמאל.

און בכלל, ווייס איך נישט וואס עס גיט צו להיתר דאס אז עס איז נישט געווען קיין תקנה פון רבנים. ווען עס איז יא א תקנה פון רבנים איז דער תוקף אויך נאר דער מנהג שבו ווייל דער עולם האט עס מקבל געווען נישט ווייל די רבנים האבן עס מתקן געווען. אפילו ביי א איסור גמור דרבנן בזמן הש"ס איז אויב איז נישט נתפשט געווארן די תקנה איז עס בטל.

היימישער » מאנטאג מאי 20, 2013 1:17 pm

· #116050
chosen people
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..


פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 2:49 pm

· #116089
סתם להעיר, דער לשון ערוה"ש וואס איך האב געברענגט זאגט נישט די ווארט תקנה, און נישט דער טעם הדבר. ער זאגט סתם "נהגו אבותינו זה הרבה שנים וקבלו עליהם באיסור לבלי לאכול אורז וכו'... ואיסור זה, כיון שקבלו עליהם אבותינו משום גדר מדין תורה". איך זע נישט וואס אין זיינע ווערטער דו באציסט זיך אויף.

chosen people » מאנטאג מאי 20, 2013 4:50 pm

· #116120
היימישער
chosen people
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..


פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?

איסור איז זעכער נישט דא, די פרעגסט פארוואס זיי טוען עס נישט, קען זיין ווייל עס איז יסורים בשעת מען מאכט עס, קען זיין אז עס איז אן ענין צו זיין ווי מיאוס'ער פאר די מאן, או י''ל ווייל עס איז נישט דא קיין שטאט'ישע פראגראם וואס באצאלט פאר דעם, אדער קען זיין אז זיי קיקען נישט ווי מען מעג נישט אז זיי ווייסן אפי' נישט אז זיי האבן האר דארט, נעם וועלעכע טעם עס געפעלט דיך בעסער, ווייל און אפאר דורות גייט עס ווערן א תקנה פון וועד החמשה בוראו'ס און מען וועט זיך מוטשנען וואס די טעם פאר די תקנה איז איז געווען..

היימישער » מאנטאג מאי 20, 2013 4:58 pm

· #116121
אויב איך מעג פרעגן אפען, וויפל היימישע ווייבלעך ווילאמסבורג - ב"פ - מאנסי שעווען זיך דארט ?

זיי אליינס ווייסען אויב נישט ווער יא און ווער נישט

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 5:43 pm

· #116134
היימישער
אויב איך מעג פרעגן אפען, וויפל היימישע ווייבלעך ווילאמסבורג - ב"פ - מאנסי שעווען זיך דארט ?

זיי אליינס ווייסען אויב נישט ווער יא און ווער נישט

איך מיין דריי און צוואנציג...

דו מיינסט טאקע אז איינער האט געמאכט א סוירוועי? אויב ווילסטו שטארק וויסן קענסטו מאכן א סוירוועי, נעמט ארויס די ביזנעס דיירעקטארי און הייבט אן רופן דעם עולם. יוגעלע, דיין מאמע איז אינדערהיים? שכויעך. האלוי? זאגט נאר, מיר מאכן א סוירוועי צו וויסן וויפיל פרויען שעיוון זיך די הא... וואס? איר האט נישט קיין בארד? עה... אה ניין! איך מיין נישט די פנים, נאר איר ווייסט וואו... עההם... יא יא, דארט... וכו' וכו'.

George » דינסטאג מאי 28, 2013 4:06 pm

· #118928
הוגה

איי וואס טוט מען מיט די מסורה? פארוואס עפעס איז מסורה וויכטיגער ווי שלום בית? פארוואס עפעס איז מסורה מער הארב ווי בני תשע מדות? אויב איז נדר א פראבלעם דאן זעצט מען צוזאם דריי חברים, מען גיבט א פתח חרטה און מען איז מתיר נדר.


אויב מעג איך פרעגן, מה זה בני תשע מדות?

maybe a hint?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 4:14 pm

· #118937
סוף פרק ראשון אדער שני פון מסכת נדרים

יידל » דינסטאג מאי 28, 2013 4:16 pm

· #118938
ג'ורג' טייערער, גוגל איז אייער פריינט. <a class="postlink" href="http://tw.gs/PcS7ca">http://tw.gs/PcS7ca</a>

הוגה » זונטאג יוני 9, 2013 10:48 am

· #123058
מיין זון האט שבת נאכגעזאגט בשם זיין רבי די חז''ל אז און בן פלת אשתו הצילתו. פארציילט מיין זון אז כדי צו פארטרייבן די עדת קרח איז זי געזעצן ביים טיר פונעם געצעלט אן א טיכל, מיט אן אויפגעדעקטע קאפ.

עס איז אינטערעסאנט אז די רבי האט פארגעסן די חלק שהיתה סותרת קליעת שערה. אדער אפשר האט ער נישט פארגעסן, נאר ער האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארציילן פאר קינדער דעם סוד אז אמאל (און היינט אויך) האבן ערליכע אידענעס זיך נישט געשוירן.

אריין אין אכשר דרא...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 11:01 am

· #123061
אונז ווייסען דעם אמת, אז "שערה" מיינט דאס "שייטל", דהיינו זי האט אויפגעדעקט איר שייטל רח"ל.

דענקער » זונטאג יוני 9, 2013 1:16 pm

· #123102
מיין אינגל'ס מלמד איז גאר אויפגעקומען מיט א געוואלדיגן ספין. און בן פלת'ס ווייב האט זיך אויפגעדעקט איר קאפ. וויבאלד די שליחים האבן געזען אן אפגעשוירענע קאפ אויפגעדעקט, האבן זיי זיך פארעקלט און זיי זענען אוועקגעלאפן.

ודפח"ח.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 8:32 pm

· #123347
וועלן זיי הערן השם'ס ווינק?

קינות גירושין » זונטאג יוני 9, 2013 9:28 pm

· #123367
הערשל קלאר האט לאנגע הענט

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 9:33 pm

· #123372
א לאנגע מעטש

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 10, 2013 5:02 pm

· #123727
מיין זוהן רבי האט געזאגט אז זי האבן געזעהן אז זי גייט אין אייגינע האר האבן זיי אים ארויסגעווארפען און געזאגט אז ער באלאנגט ביי משה.

מושי » דינסטאג יוני 18, 2013 6:29 pm

· #126004
הסיפור מהחזון אי"ש מופרך ממה שמובא במעשי אי"ש שפעם הובא שאלה לפניו באחד שבא מבית שלא נהגו לגלח ודיברו לו בת שנהגו בביתה תגלחת והבחור התעקש לא להסכים שהיא תגלח את ראשה ושאלו החזון אי"ש מי צודק והתשובה היתה בברירות ....ער איז גרעכט עס עקלט......
ואני הצעיר כוונתי לדעת מאור עיניינו אז עס עקלט ולא יפה לעשות מבת ישראל א שמאטע אין א מכוערת
ולכן לדעתי טוב לבטל המנהג הגרועה הזה

מושי » דינסטאג יוני 18, 2013 6:39 pm

· #126009
לא זוכר אבל קל למצוא שם

מושי » דינסטאג יוני 18, 2013 6:44 pm

· #126011
אני בפרטיות מכיר כמה משפחות שעזבו המנהג הזה וטוב להם

נולד מאוחר » מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 9:52 pm

· #164232
לכבוד אהובי תלמידי החריף צנא מלא ספרא הרב הגאון ... ני״ו עמו״ש

אחרי דרישת שלומך הטוב באהבה, הנני להשיבך בקצרה על שאלתך, כי צרותי רבו למעלה ראש וטרוד אני ברפואות ה״י.

תוכן שאלתך בקיצור היא בענין גילוח ראש לנשים, שכמה קהלות חסידיות קבלו עליהם תקנה שכל נשי בני הקהילה יגלחו את ראשם לגמרי. וקבעו עונש מי שלא יציית להוציאם מכלל הקהילה ולהוציא בניהם מהישיבה עד שיצייתו. ושאלתך היא האם תקנה זו היא בכלל תקנות קהלות לחיזוק הדת ומחויבים בני הקהלה לציית.

והאמת אגיד ולא אכחש, דלדעתי בכלל יש למעט בתקנות לאסור מה שהתירה תורתנו הקדושה, תורת אמת. וכבר אמרו דייך מה שאסרה תורה. וכל ערום יעשה בדעת.

אבל, אפילו במקום שרבני הקהילה רואים ענין הראוי לתקן, כחם יפה רק לתקן ולא לקלקל. ותקנה שיש בה אפילו שמץ איסור אין לה שום תוקף, וזה פשוט מאוד לכל בר בי רב.

לענינינו, בשו״ע יו״ד קפ״ב סעיף ה נפסק להלכה דנשים אסורות לגלח את הראש כמו האנשים מלא יהיה כלי גבר על אשה. ואין ספק, שבדורינו מנהג הנשים בכל המדינה היא שלא לגלח שערותיהן באופן כזה. ולפי זה, גילוח כזה לנשים היא איסור תורה ושום תקנה לא תועיל בזה דהוי כנשבע לבטל את המצוה שאין שבועתו חלה.

ומה ששאל האם בני הקהילה מחויבים לציית, חס מלהזכיר. והלא צריך אדם ליתן כל ממונו שלא יעבור על לא תעשה שבתורה. ודברי הרב ודברי התלמיד דברי מי שומעים. (ובדרך אגב, יש לעיין אם העונש ואמצעי הכפייה ששמו מנהיגי הקהילות על מי שלא יצייתו לתקנה הקלקלה הלזו הם בגדר שמד, דאין לך שמד יותר מהוצאת בנים מתלמוד תורה כי לא תשכח מפי זרעו. ואם כנו דברינו אפשר שזה בגדר יהרג ועל יעבור כערקתא דמסאני בשעת השמד.)

ובזה יצאתי ידי חובתי. והשם הטוב יתן בלב בניו לשוב אליו, והגם שתקנה הזאת היא בכלל מחטיאים את הרבים, עם כל זה בשובו מדרכו וחיה. והיה זה שלום

החותם בצער

ידידו.....
C/p

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:23 pm

· #168073
.
📎 Hair.JPG

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:51 pm

· #168084
אה, כ'האב מיך אלעמאל געמוטשעט מיט פשט אין פסוק, שערך כעדר העיזים, פארוואס כנסת ישראל משולה לשער, יעצט פארשטיי איך שוין, האר איז דאך א דבר מאוס, און מענטשען וואס פארדרייען פסוקים און פשטים פאר אייגענע אגענדעס זענען אויך. שטומט שוין אלעס.

היימישער ליטוואק » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:51 pm

· #168085
שמעקעדיג
.

וועלכער רבי איז דאס?
לכאורה איז דאס פארקערט פון פסוקים און חזל"ים לגבי סוטה, אז האט איז שיין. כמו כן לגבי חוה "שקילעה הקב"ה לחוה".

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:54 pm

· #168087
דאס איז דער סאטמאר רבי. די מעשה איז געשטאנען לעצטע וואך אין "דער איד" (פר' ויגש).
איך גלייב נישט אז די מעשה איז אמת, ס'איז שלא כדרכו צו זאגן אזעלכע ענינים, ס'איז מסתמא איינע פון די פריש געבאקענע מעשיות אויף אים, among others.

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:05 pm

· #168096
שמעקעדיג
דאס איז דער סאטמאר רבי. די מעשה איז געשטאנען לעצטע וואך אין "דער איד" (פר' ויגש).
איך גלייב נישט אז די מעשה איז אמת, ס'איז שלא כדרכו צו זאגן אזעלכע ענינים, ס'איז מסתמא איינע פון די פריש געבאקענע מעשיות אויף אים, among ALL others.

מאראנצןזאפט » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:26 pm

· #168114
א פלא דער באשעפער האט געשטראפט רבי אלעזר בן עזריה מיט א בארד ווען הדרת פנים מיינט אן האר.
די מעשה איז א שקר גס וטיפשות ווען די גמ'ל זאגט קלאר אז אן האר איז מען א מנוולת ותצא בלא כתובה.
ומינות נזרקה אין דעם בעל מספר.
דער מדרש שרייבט אז בעפאר וועלט באשאף האט דער אויבערשטער געזען אז מיט האר איז שענער האט ער אזוי באשאפן דעם מענטשן.

ישמעאל הכהן » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:30 pm

· #168118
באשעפער האט געזען אז מיט האר איז שענער, הייסט ער איז געוואר געווארן א נייע זאך? ווער האט געמאכט אז האר זאל זיין שיין, נישט ער? פארוואס האט ער נישט געקענט מאכן אז ס'זאל זיין שענער אן האר?

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:21 pm

· #168192
ישמעאל הכהן
באשעפער האט געזען אז מיט האר איז שענער, הייסט ער איז געוואר געווארן א נייע זאך? ווער האט געמאכט אז האר זאל זיין שיין, נישט ער? פארוואס האט ער נישט געקענט מאכן אז ס'זאל זיין שענער אן האר?

וירא אלקים את האור כי טוב, ווער האט געמאכט אז אור זאל זיין טוב, נישט ער? פארוואס האט ער נישט געקענט מאכן אז חושך זאל זיין טוב?

היימישער ליטוואק » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:48 pm

· #168198
איך פארשטיי נישט, איז דאס א נדר אדער א מנהג טוב וואס דארף התרה?
פארוואס קען מען דאס נישט אויפהערן?
ווער ווייסט דען צו דיין ווייב שערט יא אדער נישט?

ברוך שאמר » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:11 pm

· #168215
אז מען איז שטארק נייגעריק צי וויסן דאן קען מען פיין וויסן

ברוך שאמר » זונטאג דעצעמבער 15, 2013 7:28 pm

· #168220
היימישער
chosen people
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..


פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?

איך בין נאך גארנישט אזוי זיכער אז רוב פרומע וויליאמסבורגע פרויען וכו' יו וויל בי ווערי סערפרייזד

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 8:43 am

· #168581
<a class="postlink" href="http://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/156093/council-four-lands">http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... four-lands</a>

צוגעברענגט בהמשך די ועד ארבע ארצות וואס ווערט דערמאנט אסאך אין דעם אשכול.

פישלע העררינג » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 9:23 am

· #168589
קאווע טרינקער
http://www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/books/156093/council-four-lands

צוגעברענגט בהמשך די ועד ארבע ארצות וואס ווערט דערמאנט אסאך אין דעם אשכול.

יישר כח, זייער א באלערנדע ארטיקל.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 1:31 pm

· #276276
.
📎 Discover why we cover.pdf

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 18, 2015 1:35 pm

· #276277
אז מ'גאלט אפ דעם קאפ, נ'וודאי זאל מען צודעקען...

הוגה » מאנטאג מאי 18, 2015 2:32 pm

· #276301
מיר זענען מקפיד נישט צו הערן השקפה פון מגולחות!

פריש וואסער » מאנטאג מאי 18, 2015 2:36 pm

· #276304
בנוגע דאס וואס מ'האט געברענגט בשם סאטמארע רב, אז האר פון א פרוי איז באמת מיאוס, נאר די יצה"ר מאכט עס שיין. און ס'האט דא מעורר געווען א שטורעם.
באמת אין גמרא עירובין ק' ע"ב: "מגדלת שער כלילית, ויושבת ומשתנת כבהמה, ואידך, שבח הוא לה". זעען מיר אז ס'איז א מחלוקת אויב פרויען האר איז שיין אדער מיאוס, עיי"ש.

שמערל » דינסטאג יוני 9, 2015 9:29 am

· #281558
Re: תגלחת נשים
.

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 10:32 am

· #281564
שמערל
ולמצוה גדולה יחשב.

לדעתי וועסטו האבן א גרעסערע מצוה איר אויסצולערנען נישט צו מורא האבן פון די מקוה לעידיס.

וויל קענען » דינסטאג יוני 9, 2015 10:39 am

· #281566
Re: תגלחת נשים
לדעתי זאל מקוה usa בויען מקואות אין די היימישע געגענטער ביי זיי קען מען גיין אין מקוה בכל אופן

חסידי לאומי » דינסטאג יוני 9, 2015 12:53 pm

· #281580
הרב ברנד איז מבאר אין גאר א אינטערעסאנטע טיפע בירור וועגן די גאנצע נושא און זיין מסקנא איז אז שערן די האר פאר די פרויען (בני תשע מדות) ברענגט צו די חטא המרגלים פון אנטי-ציון והמסתעף
קליק דא

הנה מה שיצא מזה, שנוהגים באשה נשואה כמו שנוהגים ביפת תואר שהתורה רוצה שתתגנה בעיניו, והגינוי בעיניו מביא לידי שנאה וגרושת הלב ושאר ט' מידות, כמבואר בחז"ל, והילדים מזה הם בני ט' מידות שהמקרא מכנה אותם מורדים ופושעים, ולא כמו שנאמר בזוהר שיזכו לבנים צדיקים.

וא"כ לכאורה יש לנו כאן סתירה גדולה מן הקצה אל הקצה, בין החומש והמשנה והגמרא ושאר מקומות בחז"ל והראשונים, ובין הזוהר ואלו שהעתיקו אותו והנהיגו אותו הנהגת ציבור בתקיפות גדולה ובחיוב גמור, והפחדת עונשים חמורים של רביצת קללה. שבתורה ובמשנה וכו' כתוב שאם לא נותנים לאדם לראות שער אשתו, יצא קלקול גדול עד שמגרשה או קרוב לגרשה, ויצא כל הקלקולים מזה ובני ט' מידות, שהם אלו שנספים בשואה, ובזוהר כתב שאם אשה כן מגלה שערה, אז יש תוצאות חמורות לילדים והרבה צרות, ומאידך אם מכסה שערותיה יצא הרבה תיקונים וברכות.

וא"כ איך אנו מיישבים הסתירה הנוראה הזו.

וצריך לדעת שאם אין תירוץ הוגן לסתירה זו, אז הלכה כמו המשנה והגמרא וכמו שיוצא מן הפסוקים ולא מתחשבים עם הזוהר וגם לא עם סיפורים של מעשה בגמרא של יחידים, להנהגה כללית.

וצ"ל שיש מצבים שזה לא מפריע להבעל, ואז יש מידות צניעות של הנהגת הזוהר, או שגם הזוהר מדבר באופן שרק שלא בפניו עושה כן אבל כשבעל רואה אותה בבית מגלה שערה כדי שלא תתגנה בעיניו.

אבל מה שברור לכל, שזה אחריות עצומה לתת הנהגה כללית לזה, לתת הנהגה שגורם לגנות אשה לבעלה, והנהגה כללית בזה מביא לידי חורבן בתים בגרושין או במריבות ושאר קלקולים של ט' מידות ובני ט' מידות, ואף שגאוני עולם הנהיגו זה, זה לא מסיר את הקלקול.

חסידי לאומי » דינסטאג יוני 9, 2015 12:59 pm

· #281581
chosen people
היימישער
chosen people
@ הרב דעת תורה
למעשה רוב פרומע ווילימסבורג'ע פרויען שערן זיך נישט די מקום התורף..


פארוואס טאקע, עס איז דא א איסור ?

איסור איז זעכער נישט דא, די פרעגסט פארוואס זיי טוען עס נישט, קען זיין ווייל עס איז יסורים בשעת מען מאכט עס, קען זיין אז עס איז אן ענין צו זיין ווי מיאוס'ער פאר די מאן, או י''ל ווייל עס איז נישט דא קיין שטאט'ישע פראגראם וואס באצאלט פאר דעם, אדער קען זיין אז זיי קיקען נישט ווי מען מעג נישט אז זיי ווייסן אפי' נישט אז זיי האבן האר דארט, נעם וועלעכע טעם עס געפעלט דיך בעסער, ווייל און אפאר דורות גייט עס ווערן א תקנה פון וועד החמשה בוראו'ס און מען וועט זיך מוטשנען וואס די טעם פאר די תקנה איז איז געווען..


זע בייגעלייגט
📎 D.JPG

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:17 pm

· #298233
קען איינער ביטע אהערשטעלן די קליפ פון ערמאנטע רב וואס איז מעורר אידישע טעכטער זיך צו באשיינען פאר די מענער, מתובל עם מפרשי התורה על פרשת השבוע כי תעיצעי

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:21 pm

· #298234
Holy cow
ליפא האט זיך צולאזט..

<a class="postlink" href="https://video-lga1-1.xx.fbcdn.net/hvideo-xtp1/v/t42.1790-2/11257188_1025202667513346_618768827_n.mp4?efg=eyJybHIiOjg4MywicmxhIjoxMDEzfQ%3D%3D&rl=883&vabr=491&oh=6592e4a8c7479e92f38998ab27627a4b&oe=55DFDF6F">https://video-lga1-1.xx.fbcdn.net/hvide ... e=55DFDF6F</a>

סביב העולם » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:33 pm

· #298237
Re: תגלחת נשים
Lipa schmeltzer low life even a פסוק חומש ורשי you cant learn or you lying on purpose רשי don't say anything on וגלחה את ראשה "only on the next phrase ועשתה את צפרניה ״תגדלם״ כדי שתתנוול it's about time people should see you for what you really are you are a משכיל and all your sermons are דרשות של דופי ואין לך חלק לעולם הבא God doesn't take bribery your singing in hospitals doesn't mean anything if you don't believe in תורה שבעל פה you are an אפיקורס and your חסד won't help you in the world to come

.

סביב העולם » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:34 pm

· #298238
Re: תגלחת נשים
ק/פ
אין די תשובות פון ייטב לב שרייבט ער צוויי טעמים אויפן חומרא אז אשת איש זאלען זיך שערן; וועגן חציצה, און וועגן דעם שיטת הזוהר וואס אסר'ט גילוי שער אפי' בבית.

אין שבט הלוי איז דא א תשובה ווי ער שרייבט אז אלע אשכנז'ישע פרויען דארפן זיך שערן מן הדין וועגן מנהג ונדר.
וועגן די ספרד'ישע שרייבט ער אז ס'איז נכון אז זיי זאלן אויך מקבל זיין אויף זיך דעם חומרא, וויבאלד עס איז א שטארקע מילתא בטעמא.

.

petergrifin » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:51 pm

· #298241
ליפא האט אנטדעקט אמעריקא.
@סביב ס׳האט מיר נאך קײנער נישט מסביר געװען װאס איז געשעהן די לעצטע הונדרעט – צװײ הונדרעט יאהר
אז אלע זענען מחויב מחמיר צו זײן אויף אזוי װײט אז ס׳איז שוין געװארן מן הדין. װאס איז געװען ביז דעמאלסט?
איך מײן עס ערנסט.

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:15 pm

· #298245
Re: תגלחת נשים
אין די תשובה פון יטב לב (אין אבני צדק) זעט מען דוכט זיך דאס פארקערטע, אז ס'איז נישט קיין שאלה פון חציצה (אפשר ברענגט ער אנדערע וואס זאגן אזוי, אבער ער אליין מאכט עס אוועק). מען קען מדייק זיין פון אים אז דאס שערן איז בעיקר געווען צוליב פראקטישע סיבות; היות מ'האט מילא צוגעדעקט די האר אפילו אין חצר כמבואר בב"ח (נישט מעיקר הדין), האט מען עס אפגעשוירן ווען עס איז געווארן צו גרויס, און האט געשטערט פארן קאפ צודעק, אדער אויב ס'איז ארויסגעשטאנען פונעם טיכל וכדו' פלעגט מען עס שערן.

אויב איך געדענק גוט ברענגט ער בכלל נישט דעם זוהר, און עס קומט בכלל נישט אריין ווייל אפשערן האט גארנישט מיטן חומרא פון זוהר עס זאל זיך נישט ארויסזען.

און אוודאי איז ליפא הייליג גערעכט אז בכל התורה כולה - סיי שבכתב און סיי בעל פה - זעט מען קלאר די מעלה פון האר פאר פרויען. און דער שבט הלוי האט גראדע אויך א שטארקע נקודה אז דאס איז א ערנסטע שאלה סוכ"ס איינמאל מ'האט זיך עס שוין איינגעפירט. כמבואר לעיל באשכולתין.

ירא שמים » דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 11:17 pm

· #298247
תגלחת נשים
כווייס נישט צו סאיז שוין געווארן דערמאנט דא , אבער אין כתבי האר״י מבואר הטעם פארוואס ע״פ סוד שערט א פרוי נישט די האר פון קאפ , אנדערש ווי א מאן וואס שערט יא די האר פון קאפ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11